עס האט זיך יא אסאך געטוישט נאכן קריג, נאר עס האט זיך מיט די צייט פשוט צוריק אויפגעבויעט ביי די אייניקלעך וואס האבן נישט אזוי שטארק געוואוסט וואס די רבנים האבן געזאגט פארן קריג. דאס איז זיכער אז פארן קריג האבן די רבנים נישט געווארענט אוועקצולויפן נאך דערצו פון אונגארן. זיי האבן געמוטיגט צו בלייבן און געזאגט (צוגעזאגט ברוח קדשם) אז גארנישט וועט געשען. למעשה, אפי' סאטמאר רבי וואס איז אנטלאפן און געלאזט זיין ציבור - וואס ער האט געזאגט צו בלייבן - הענגען. בקיצור נמרץ, מען קען פארענטפערן סאטמאר אז ער קען נישט ראטעווען א גאנצע ציבור מעג ער זיך אליינס ראטעווען, אבער קיין בלינדע צוטרוי האבן נישט געהאט זיינע מענטשן נאכדעם וואס ער האט זיי פארראטן. און אזוי אויך אסאך פון די רבנים.
יעצט איז נישט אזא שווערע מצב ווי קריג, אבער אזא פארטעמטקייט צו האלטן אז רבנים האבן א ווייטער בליק גייט אוועקגיין יעצט, ווען יעדער האט געזען ווי ווייט זייער בליק גייט. דאס איז זיכער אז ווען די רבנים ווייסן פון אנפאנג וואס גייט זיין וואלטן זיי אליינס אפגעשפארט אלעס אפי' די רעגירונג פארלאנגט נישט, אבער יעצט איז זיי צו שפעט מודה צו זיין. יעצט קענען זיי נאר בארואיגן זייערע חסידים וואס זיצן שבעה אז עס איז א גזירה מן שמים.
הגם וואספארע בליק האט אויף די אבלים און די ארומיגע ווען דא זיצט איינער וואס זיין טאטע/ברודער איז אוועק פון די מגיפה און קומט אן דא א רבי מיט זיין סוויטע פון גבאים הויז בחורים און שאפערס פון זיין קאר מיט די קאר וואס לויפט פון פאראויס. (די רעביס קאר קען נישט פארן אליינס) מיט זיינע הויפט שוואנצאנים פילן זיך אן דעם גאנצן הויז און קיינער פון זיי מיט א מאסקע! פארפאקנדיג אלע סאציאל דיסטינג כללים. נישט ערגעץ ווי אין א מאורע אדער מנין שמחה!! נאר הארט אין די אבל'ס הויז, ווי עס איז אײנער אוועק פון די מגיפה! ער בארואיגט נאך מיט זיינע ווערטער אז עס איז א פקדון וואס מען האט צוריק גענומען ווען ער אליינס ארגענייזד מיט זיינע חסידים צו מאכן אפאר פרישע טויטע!!!!
איך זאג נישט סתם שפעקולאציעס, איך האב עס אליינס בייגעוואוינט. איינער אין מיין משפחה גאר א יונגע מענטש, אונטער פערציג, איז אוועק. געווען געזונט בעפארַ. די משפחה איז געווען שטארק צובראכן. קומט זיך אן א רבי מיט צענדליגער חסידים צוזאמגעקוועטש אין א פיצקעלע רום.! קיינער מיט הענטשקעס אדער מאסק!!!! אבער צוזאמגעקוועטשט!!!!! זיי האבן נישט גענומען אין באטראכט אז אחוץ זיי איז דא א משפּחה, און דער רבי דארטן האט אליינס געפרעגט צו מען האט נישט מורא פון די מגיפה. איינער גיבט א רוף אן דארטן. נע!! איעדע האט שוין געהאט.... זייער א לעכעריגע תירוץ. עס איז געווען אסאך בעפאר פסח. און די רבי גייט ווייטער אן.... און מען רעדט נישט פון קיין רבי וואס שטעלט זיך מיט די מצב און האט מורא צו טוען אנדערש פון זיינע חסידים! מען רעדט דא פון א לוחם מלחמות השם וואס דערשרעקט זיך נישט פאר קיינעם. ווען ער וואלט געזען א האר פון א שייטל פון א פרוי וואלט ער נישט אריין געטרויטן אינעם הויז ביז מען איז מסדר א מחיצה ברזל של חומה. אבער דא ווען עס קומט מיט דיני נפשות. לאזט ער זיך וויאזוי עס איז. זאג מיר נישט אז די אבלים גייען ווייטער גיין פייער און וואסער פאר אים. איהם גייען זיי שוין נישט פרעגן אין געזונטהייט אנגעלעגנהייטן זיכער נישט.... זיי גייען שוין פרעגן מענטשן וואס פארשטייען. נישט דע רבי'ס. ווער עס גלייבט נישט קען מיר פרעגן אין אישי פון וועלכע רבי מען רעדט, איך האב עס אליינס בייגעוואוינט.
יא, איך ווייס אסאך חברה גייען ווייטער בלייבן בלינד צו זיי, אבער גענוג וועלן זיך אפשאקלען פון זיי. עס איז נישט מער ווי א קולט. אפשר נישט אזוי שטארק ווי לב טהור, אבער פארט....
געדענק זיי זענען נאר רבי'ס בזכות יחוס אבות. און אנהייב האט יעדער געקרומט מיט די נאז אויף זיי, צוביסלעך איז זייער בויך אריין געוואקסן אין די גאלדענע/ווייסע בעקיטשע האט געמאכט די רושם און מ'איז געווארן פארגלייבט......