Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פאזעטיווע ענדערונגען אין אונזער געזעלשאפט

פאזעטיווע ענדערונגען אין אונזער געזעלשאפט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13771
פרייטאג מאי 22, 2020 2:54 pm#449366
הדסים האט געשריבן:א הונט איז גאר פאזיטיוו, ווער עס האט שוין מיטגעהאלטן פון נאנט א רילעישינשיפ צווישן א קינד און א פעט ווייסט די פאזיטיווע השפעה וואס עס האט אויף דאס קינד און אויך אויף דער בע"ח.

אויב האסטו מורא פון א הונט מיינט עס גארנישט, עס איז נארמאל אין אונזער געזעלשאפט. אבער דאס מאכט נאכנישט א הונט פאר א שלעכטע זאך.


אייינמאל ווען איך בין געווען אין א פארק און געזען א פריינטליכער מענטש מיט א הונט, בין איך צוגעגאנגען מיט מיין אינגעל, דו האסט נישט קיין אנונג וואס עס האט געמיינט פאר אים, ער האט געלעבט! זייט דעמאלט האט ער מיר שוין אפאר מאל געפרעגט אויב אונז קענען גיין שפילן מיט א הונט. איך פריי מיר אז ער איז געוורן באקאנט מיט בעלי חיים נאך פאר ער איז געווען גענוג גרויס צו מורא האבן (אדער פיינט האבן).

ביידעוועי, איינער ווייסט אויב עס איז דא אזא פלאץ ווי מען קען גיין פעטן הונט? ווען איך האב עס געזוכט האב איך געטראפן שעלטערס וואס פרייען זיך ווען מען קומט וואלאנטירן, אבער זיי לאזן נישט אריין גאר אינגע קינדער. איינער האט עקספיריענס מיט די זאכן?

אין די יעצטיגע קאראנא וויירוס סיזן האט די שטאטישע העלטה דעפט. געלאזט א קאמערשל ווי א קליין מיידל (א שיקסע) נעמט ארויף די 2 הונט פון די משפחה (וואס זי מיינט אז זיי זענען איהרע ברודערס) אויף א בעט און זי ליינט פון א בוק פאר זיי...! מיינענדיג אז זיי פארשטייען וואס זי זאגט.
פרייטאג מאי 22, 2020 2:59 pm#449368
פאזעטיווע ענדערונגען אין אונזער געזעלשאפט
l viewtopic.php?p=430649#p430649 l

ועיין בחו״מ סימן תט סעיף ג (וברמ״א שם).
זונטאג מאי 24, 2020 3:52 am#449440
Re: פאזעטיווע ענדערונגען אין אונזער געזעלשאפט
real fake news האט געשריבן:פילע נשים צדקניות האבן זיך אנגעטוהן שפיצלעך
אוי וויי רחמנא ליצלן דאס איז נאר גורם חטאים


Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג מאי 24, 2020 4:10 am#449441
Re: פאזעטיווע ענדערונגען אין אונזער געזעלשאפט
כמיין אז מ׳קען שוין ציען א מסקנה פון די אוטקאום פון קאראונע, אז לויט ווי די בתי מדרשים די חסידישע גאס אין אלגעמיין האט אויסגעקוקט דעי שבת, איז די גאנצע אזוי גערופענע טשענדזש האפענונג וואס וועט פאסירן נאך קאראונע געווען נישט מער ווי א חלום,
זונטאג מאי 24, 2020 12:51 pm#449462
Re: פאזעטיווע ענדערונגען אין אונזער געזעלשאפט
real fake news האט געשריבן:וואס איך האב לעצטנס באמערק אן ענדערונג לפי ראות עיני - קען זיין כבין נישט גערעכט-,
געווענליך ווען מדארף מאכן עפעס א קאמפיין צו אויפטוהן ביי פאליטישע ענינים שאפן געלט, חתימות וכו׳,
קומט עס מטעם די רבנים זיי געבן ארויס קול קוראס און די עולם פאלגט זיי, למשל ביי בחירות אדער גזירת חינוך, מציצה בפה ועוד
יעצט אבער איז געווען גאנצעטע מערכות צו ארלעדיגן מזאל עפענען מוסדות, בתי מדרשים, לאזן משפחה אריינגיין אין שפיטעלער,
און אלעס איז געווען אויף די אייגענער האנט מהאט נישט געהערט קיין פיפס פון די רבנים דאס צו שטיצן (לויט ווי איך ווייס) אבער מהאט זיך אליינס אן עצה געגעבן, משרעקט זיך שוין נישט צו טוהן זאכן אליינס און מווארט נישט צו הערן וואס די רבנים זאגן.

זעהט אויס די עולם האט זיך אויסגעלערנט אז מדארף נעמען זאכן אין די הענט אריין אויב מוויל עפעס אויפטוהן.



עפעס זאגסטו @real fake news זעה די לינק פינעם נארוואס ערשיינטן קאמפיין

m https://www.charidy.com/openschools m
m https://www.charidy.com/openschools m
זונטאג מאי 24, 2020 12:58 pm#449463
Re: פאזעטיווע ענדערונגען אין אונזער געזעלשאפט
זעקעל האט געשריבן:
real fake news האט געשריבן:וואס איך האב לעצטנס באמערק אן ענדערונג לפי ראות עיני - קען זיין כבין נישט גערעכט-,
געווענליך ווען מדארף מאכן עפעס א קאמפיין צו אויפטוהן ביי פאליטישע ענינים שאפן געלט, חתימות וכו׳,
קומט עס מטעם די רבנים זיי געבן ארויס קול קוראס און די עולם פאלגט זיי, למשל ביי בחירות אדער גזירת חינוך, מציצה בפה ועוד
יעצט אבער איז געווען גאנצעטע מערכות צו ארלעדיגן מזאל עפענען מוסדות, בתי מדרשים, לאזן משפחה אריינגיין אין שפיטעלער,
און אלעס איז געווען אויף די אייגענער האנט מהאט נישט געהערט קיין פיפס פון די רבנים דאס צו שטיצן (לויט ווי איך ווייס) אבער מהאט זיך אליינס אן עצה געגעבן, משרעקט זיך שוין נישט צו טוהן זאכן אליינס און מווארט נישט צו הערן וואס די רבנים זאגן.

זעהט אויס די עולם האט זיך אויסגעלערנט אז מדארף נעמען זאכן אין די הענט אריין אויב מוויל עפעס אויפטוהן.



עפעס זאגסטו @real fake news זעה די לינק פינעם נארוואס ערשיינטן קאמפיין

https://www.charidy.com/openschools
https://www.charidy.com/openschools



איי וועלט האט שוין א טיעם, קאווע שטיבל. איך אתם
IMG_6073.jpg





Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג מאי 24, 2020 1:13 pm#449465
Re: פאזעטיווע ענדערונגען אין אונזער געזעלשאפט
ווער שטייט אינטער די קאמפיין?
ווי גייט דאס געלט? צו וואס דארף מען $250,000?
זונטאג מאי 24, 2020 1:35 pm#449470
Re: פאזעטיווע ענדערונגען אין אונזער געזעלשאפט
פאליטיקאנט האט געשריבן:ווער שטייט אינטער די קאמפיין?
ווי גייט דאס געלט? צו וואס דארף מען $250,000?



איך האב קיין אנונג ניט,
דינסטאג יוני 02, 2020 10:31 am#450265
עלטערען און ראשי ישיבות, דריקען אויס גרויס זארג איבער די גייסטיגע צושטאנד פון זייערע בחורים, וואס האבן אין לויף פון די קאראונא קריזעס, נישט האבענדיג קיין געהעריגע מסגרת, אנטקעגען געקימען: ''נישט פאסיגע'' חבירים, און ''נישט געוואונטשענע'' אינפארמאציע...

https://www.kikar.co.il/abroad/362301.html