Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » "אשת חיל" פאנגט אן סעריע איבער חרדים אין "פארווערטס"

"אשת חיל" פאנגט אן סעריע איבער חרדים אין "פארווערטס"

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
144 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 145 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1701
מאנטאג פעברואר 25, 2013 2:30 pm#90108
וואס איז דעי מרס. ברוין היינט צוטאג ? א פרומע ? פרייע ?, מאדערן ארטאדאקס ? ווייל למעשה זעי איך אז זי גייט און א שייטל. זי זעהט אויס פרום אנגעטאן
איז זי א גרושה ? האט איר איר מאן איבערגעלאזט ?
מאנטאג פעברואר 25, 2013 2:32 pm#90109
וואו זעהסטו?
מאנטאג פעברואר 25, 2013 3:56 pm#90139
לעמאן דזשוס האט געשריבן:וואו זעהסטו?


אויף די יוטוב קליפס.
מאנטאג פעברואר 25, 2013 6:48 pm#90187
sunbar האט געשריבן:
לעמאן דזשוס האט געשריבן:וואו זעהסטו?


אויף די יוטוב קליפס.

לייג א קליפ אדער וועלעכע נאמען צו זיכען פאר איר.

איך וויל זעהן אויב זי האט א כשרע שייטעל..
מאנטאג פעברואר 25, 2013 7:12 pm#90193
קוק צוריק איין בלאט.
מאנטאג פעברואר 25, 2013 9:01 pm#90224
sunbar האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:די וואך אין "עמי" איז געווען אן ארטיקעל איבער איר..
יא, מרס יוטא מאנדעלבוים-הלברשטאם הייבט אן איר ארטיקל : Judy Brown....
כ'בין נייגעריג צו ס'איז א טעות אדער א טשעפע


דהיינו?
מאנטאג פעברואר 25, 2013 9:02 pm#90225
sunbar האט געשריבן:קוק צוריק איין בלאט.

ישר כח
דינסטאג פעברואר 26, 2013 12:24 am#90270
קאווע טרינקער האט געשריבן:מ'ניצט דאך נישט קיין עכטע נעמען, איז פארוואס ניצט זי פונקט אזא נאמען?


זי נוצט דאס אלס די פיקטיווע נאמען אין דער ארטיקל?

אגב, מען שרייבט 'נוצט' אדער 'ניצט '?
דינסטאג פעברואר 26, 2013 9:41 am#90322
sunbar האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:מ'ניצט דאך נישט קיין עכטע נעמען, איז פארוואס ניצט זי פונקט אזא נאמען?


זי נוצט דאס אלס די פיקטיווע נאמען אין דער ארטיקל?

אגב, מען שרייבט 'נוצט' אדער 'ניצט '?


ייש"כ, ס'וועט אוודאי זיין נוצלעך.
דינסטאג פעברואר 26, 2013 10:36 am#90346
יתרו האט געשריבן:וואס איז דעי מרס. ברוין היינט צוטאג ? א פרומע ? פרייע ?, מאדערן ארטאדאקס ? ווייל למעשה זעי איך אז זי גייט און א שייטל. זי זעהט אויס פרום אנגעטאן
איז זי א גרושה ? האט איר איר מאן איבערגעלאזט ?

איך האב אויך געהאט די קשיא, איינער האט א תשובה?
דינסטאג פעברואר 26, 2013 11:52 am#90366
ס'מוז זיין זי איז א גרושה, ווייל דאס איז דאך מיסודות הדת, אז אלע די חברה שניידען אפ מיאוס.
משא"כ, אונז וואס בלייבן אין די סיסטעם האבן דעם אמת'ע געשמאקע לעבן.
דו"ק ולא תשכח.
דינסטאג פעברואר 26, 2013 11:32 pm#90820
קאווע טרינקער האט געשריבן:ס'מוז זיין זי איז א גרושה, ווייל דאס איז דאך מיסודות הדת, אז אלע די חברה שניידען אפ מיאוס.
משא"כ, אונז וואס בלייבן אין די סיסטעם האבן דעם אמת'ע געשמאקע לעבן.
דו"ק ולא תשכח.

שרייבן אין א סארקאסטישן (אבער אמת) טאן איז נישט איינע פון די מצוות היום פון פורים און שושן פורים.
דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 1:12 am#91254
יתרו האט געשריבן:וואס איז דעי מרס. ברוין היינט צוטאג ? א פרומע ? פרייע ?, מאדערן ארטאדאקס ? ווייל למעשה זעי איך אז זי גייט און א שייטל. זי זעהט אויס פרום אנגעטאן
איז זי א גרושה ? האט איר איר מאן איבערגעלאזט ?

גענצליך פריי
דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 1:23 am#91266
אויב אזוי, פארוואס טראגט זי א שייטל?
פרייטאג מערץ 01, 2013 2:10 pm#91761
א קיצור איך זע אז דער עולם ווייסט נישט, אלזא יאנקל פארן ארויפלייגן א פרישע באריכט פון דעם מס' ברוין, געב איבער א באריכט גענוי ווער איז זי , וואס איז איר סטאטוס, איר אגענדע, איר רעליגיע וכו' מיר וועלן דיר שטארק דאנקבאר זיין
פרייטאג מערץ 01, 2013 5:37 pm#91814
איך ווייס נישט מער איבער איר ווי וואס עס איז באקאנט. נאר איך שטעל זיך פאר אז צו פרום איז זי ווארשיינליך נישט, ווי עס איז ליידער דער סדר אין אלגעמיין אז די וואס פארלאזן חרדיזם פארלאזן פרומקייט אינגאנצן, ואכמ"ל.
דינסטאג מערץ 05, 2013 10:48 pm#93473
sunbar האט געשריבן:אויב אזוי, פארוואס טראגט זי א שייטל?

די ספיטש איז א יאר צוריק, ווען זי האט נאך א ביסל געשפילט פרום, היינט גייט זי שוין נישט בכלל קיין שייטל.
זי איז א גרושה.
מיטוואך מערץ 13, 2013 10:49 am#96446
עס איז שוין פובליצירט געווארן דער ניינטער ארטיקל פון דזשודי בראונ'ס סעריע "אינסייד אוט".
בילד

דער נייער ארטיקל, "שפאלטן אין א הייליגער כלי", טוט גאר עמאציאנעל איבערגעבן די געפילן פון קינד געבורט, און דעם ווייטאג פון הפלה.

בילד

בראון שילדערט די ראלע וואס קינדער-האבן שפילט אין דער חרדישער געזעלשאפט, און גייט דערנאך אריין אין איר אייגענער געשיכטע פון איר ערשטן קינד'ס געבורט, און דערנאך דעם טויטן געבורט פון איר צווייטן קינד אין זיבעטן חודש פון פארשוואנגערונג.

די געפילן פון צער און טרויער האבן איר לעצטנס איבערגענומען ווען א קרובה האט איר געוויזן א בילד וואס זי האט נישט געוואוסט אז עס עקזיסטירט, וואס דער דאקטאר האט גענומען פון איר טויטן קינד.

דער ארטיקל עקספלארירט דעם חרדישן בליק אויף פרויען און זייער ראלע אין דער געזעלשאפט ווי א "הייליגער כלי" צו פראדוצירן קינדער.
דאנערשטאג מערץ 14, 2013 4:32 pm#97119
m http://blogs.forward.com/sisterhood-blo ... y-machine/ m

פרישע ארטיקעל
איך בין א מאמע נישט קיין בעיבי מאשין
דאנערשטאג מערץ 14, 2013 4:58 pm#97131
אשת חיל מאכט אן עם הארצי'שע טעות אין דעם ארטיקל. זי שרייבט אז אזוי ווי פאר די מענער איז אסור הוצאת זרע לבטלה, אזוי אויך ווערט פאררעכנט בירט קאנטראל אלס ענליך צו הוצאת זרע לבטלה וויבאלד די פרוי קען נישט ווערן מעוברת. דאס איז, פארשטייט זיך, נישט ריכטיג, ס'איז נישטא קיין שום איסור ע"פ הלכה פאר א פרוי צו ארויפגיין אויף בירט קאנטראל.
דאנערשטאג מערץ 14, 2013 4:59 pm#97133
קרעקער האט געשריבן:http://blogs.forward.com/sisterhood-blog/172918/im-a-mother-not-a-baby-machine/

פרישע ארטיקעל
איך בין א מאמע נישט קיין בעיבי מאשין

דאס איז א רעאקציע צו רחי פרייער'ס ארטיקל אפצוענטפערן בראונ'ס אריגינעלן ארטיקל.
דאנערשטאג מערץ 14, 2013 5:00 pm#97134
קרעקער האט געשריבן:http://blogs.forward.com/sisterhood-blog/172918/im-a-mother-not-a-baby-machine/

פרישע ארטיקעל
איך בין א מאמע נישט קיין בעיבי מאשין


דאס איז אן ענפער צו רחל פרייער'ס ארטיקל "א מוטער איז וואס איך בין" גראדע שרייבט זי פיין. דער אונטערשטער שורה איז יעדע זאך קען מען אנקוקן מיט פארשידענע ברילן און פון אנדערע אנגלען.

m http://forward.com/articles/172778/a-mo ... -who-i-am/ m
דאנערשטאג מערץ 14, 2013 5:01 pm#97135
אופס יאנקל האט אויסגעכאפט.
דאנערשטאג מערץ 14, 2013 5:02 pm#97136
יאיר האט געשריבן:אשת חיל מאכט אן עם הארצי'שע טעות אין דעם ארטיקל. זי שרייבט אז אזוי ווי פאר די מענער איז אסור הוצאת זרע לבטלה, אזוי אויך ווערט פאררעכנט בירט קאנטראל אלס ענליך צו הוצאת זרע לבטלה וויבאלד די פרוי קען נישט ווערן מעוברת. דאס איז, פארשטייט זיך, נישט ריכטיג, ס'איז נישטא קיין שום איסור ע"פ הלכה פאר א פרוי צו ארויפגיין אויף בירט קאנטראל.

איך מיין אז איר כוונה איז נישט מדמה צו זיין, נאר ארויסצוברענגען אז ער איז א זינד פאר ביידע.
דאנערשטאג מערץ 14, 2013 5:04 pm#97140
וואספארא זינד איז דא פאר די פרוי? אפשר אויב ער נוצט א קאנדאם. אפילו אויב יא, האט עס לכאורה גארנישט מיט די פרוי.
דאנערשטאג מערץ 14, 2013 5:08 pm#97142
זי מיינט די זינד בעיני הבריות לגבי איר פליכט אלס א "הייליגע כלי".
פרייטאג מאי 03, 2013 5:24 pm#111677
עס איז ערשינען א פרישער ארטיקל פון דזשודי בראונ'ס סעריע "אינסייד אוט".
בילד

דער נייער ארטיקל, "ביסטו דארט, באשעפער? איך בין עס, דזשודי", שילדערט וויאזוי א חסידיש מיידל לעבט איבער די תקופה ווען דער גוף ווערט ערוואקסן און די בריסטן אנטוויקלען זיך.

בילד

בראון דערציילט ווי זייענדיג 11 יאר אלט האט זי איין טאג באמערקט אז אויף איר ברוסטקאסטן האט זיך באוויזן צוויי בערגלעך. זי שילדערט ווי זי האט עס פרובירט צו באהאלטן, און ווי זי איז געגאנגען מיט איר מאמען קויפן אונטערוועש וואס מינימיזירט די "בערגלעך". ערשט שפעטער האט איר א חבר'טע - וועמענ'ס מאמע פלעגט קויפן דעם "רידער'ס דיידזשעסט" - דערציילט דעם סוד אז די בערגלעך האבן א נאמען.

דער ארטיקל גיט א גוטן איינבליק אין דעם פחד, בושה און ענקזייעטי וואס קינדער גייען דורך ווען דעם קערפער ווערט אנטוויקלט, ווען דער גאנצער ענין איז אזוי טאבו, און מ'באקומט נישט קיין אינפארמאציע וואס פעלט אויס.
פרייטאג מאי 03, 2013 5:32 pm#111679
איבערגעטריבן, בידועה!
פרייטאג מאי 03, 2013 5:46 pm#111685
מאראנצןזאפט האט געשריבן:איבערגעטריבן, בידועה!

גם אני מצטרף
פרייטאג מאי 03, 2013 7:06 pm#111695
א באליבטער חבר השטיבל האט מיר געשריבן אין אישית:
וויאזוי קען זיין א טאכטער פונעם עורכת המודיע, וואו די ווארט ברעסט שטייט לכאורה 10 מאל א וואך, זאל נישט וואוסען פון דעם ווארט?
א נייע מנהג געווארן, די וואס טוישען זייער מהלך החיים, צוליב איזה סיבה שהוא (פרעשער, השכלה, ועוד) פלוצים קענען זיי נישט טרעפען קיין איין גוט ווארט אויף זייערע עלטערען וכו'?
איך זעמיר טיף אין דר'ערד, אבער ס'דא גוטע זאכן ביי אונז אויך.

איך מיין אז "המודיע" שרייבט דווקא נישט דעם ווארט "ברעסט", אבער איך בין מסכים מיט דעם אז זי נעמט מסתמא א געוויסע פרייהייט אריינצולייגן אין איר נאראטיוו אנדערע מענטשנ'ס איבערלעבענישן.
מיט דיין צווייטער נקודה בין איך אינגאנצן מסכים. זי האט שוין געשריבן צען ארטיקלען אין איר סעריע, און קיין איינס איז נישט געווען פאזיטיוו. נישט נאר איז עס נישט גערעכט פון איר זייט, נאר עס נעמט אביסל אוועק די באגלויבטקייט פון אירע געשיכטעס. עס איז אבער נישט אמת אז אלע "וואס טוישן זייער מהלך החיים" קענען נישט שרייבן קיין גוט ווארט.
פרייטאג מאי 03, 2013 7:14 pm#111697
קאווע טרינקער האט געשריבן:
מאראנצןזאפט האט געשריבן:איבערגעטריבן, בידועה!

גם אני מצטרף

לא נכון במציאות.
דינסטאג מאי 07, 2013 10:15 am#112631
אינטרעסאנט ווי אזויפיל דא זענען אזוי ברור וואס די מציאות איז. אויפ'ן ערשטן געדאנק ליינענדיק דעם ארטיקל איז מיר ארויפגעקומען דעם שבת בלעטל ארטיקל פון דער אינגערמאן וואס דארף אינטערנעט. ער זעט עפעס אויס צו לייגן ספיקות אין זיין ווייבס ידיעה אין די ענינים. חוץ מזה האב 'ך פערזענליך פון מיין ווייב געהערט ענליכס, 'שטייטזיך נישט בנוגע זיך אליין אבער בנוגע "פיל אנדערע"..

לעצטענס האב 'ך אבער געטראפן אז דאס איז ל"ד א חרדי'שע פראבלעם (על אף וואס מקען נישט מינימיזירן די שולד פון אן עקסטרעמע חינוך און וויאזוי דאס טוט ערגער מאכן), נאר אויך א פראבלעם ביי די גוים להבדיל וכו'. קוקט דא און דא. ס'וואלט מיר געווען א גרויסע חידוש ווי ביי די גוים זאל דער נושא זיין פארווייטאגט אבער ביינונז זאל דער פראבלעם נישט עקזיסטירן.. חא חא.
דינסטאג מאי 07, 2013 10:21 am#112634
יא.
דינסטאג מאי 07, 2013 10:43 am#112645
איך האב נאך נישט געליינט דער ספעציפישע ארטיקל. איך וויל דא אבער מיטיילן מיינע צוויי צענט אין דער נושא.

איך בין לעצטענס געווען ביי א גרויסע רוקן ספעציעליסט אין נו יארק. פארציילט ער מיר אז אין אמעריקא איז אין די פופציגער און זעכציגער יארן געווען אן עפידעמיע פון מיידלעך און פרויען מיט איינגעבויגענע פלייצעס. די דאקטוירים פון יענע צייטן האבן עס צוגעטיילט צו די צניעות בושה וואס עלטערן האבן אין יענע תקופה פרובירט אריין צו געבן אין די קינדער. דאס האט גורם געווען ביי געוויסע מיידלעך אז ווען זיי ווערן דיוועלאפט זאלן זיי זיך שעמן דערמיט און אריין בייגן די פלייצעס (סאבקאנטשעסלי פארשטייט זיך) אין א פרואוו צו באהאלטן די נייע כלים.

דער דאקטאר האט ממשיך געווען אז אין די לעצטיגע צענדליגער יארן איז די נושה פון בושה מער נישט בנמצא אין די סעקולער גאס, און מיט דעם איז פארשוואונדן געווארן די אויבן-דערמאנטע פראבלעם. אבער ביי די אידן איז עס נאך דא גאר שטארק.

(ער האט עס געזאגט מיט די פולע ריספעקט)

ער האט צוגעלייגט אז לעצטענס זעהט מען ביי די סעקולער גאס א פארקערטע פראבלעם, מיידליך און ווייבלעך וואס די רוקן ביין איז אויסגעבויגן אויף ארויס, און דאס קומט ווייל די היינטיגע מיידלעך זענען צו פראוד פון די כלים חדשים.
דינסטאג מאי 07, 2013 10:48 am#112648
שיק דעם רוקן ספעציאליסט צו א מח ספעציאליסט
דינסטאג מאי 07, 2013 10:49 am#112649
ליינענדיק דיינע געשרייבעכצעס דא אין שטיבל איז מיר נישט קיין ספק אז דו ביסט ווייט ווייט פון א חדר אינגל. אויב איז דיר אויסגעקומען אז 'ך האב מכוון געווען צו דיר אדער אויף אנדערע חכמי השטיבל האב 'ך זיכר זיך נישט גענוק קלאר געמאכט. אוודאי איז ביי אונז אזויווי אין יעדער געזעלשאפט דא פון אלע סארטן. אין יעדער הינזיכט 'עט זיין וואס זענען מער באוואוסענד און געלערענט און אנדערע מער פרימיטיווע. בשעת וואס די קלוגערע טון גענוסן פון זייערע וואוסענשאפט איז נאך אלץ די שאלה וואס ס'טוט זיך מיט די המון. ווי שטייען די פשוט'ערע מענטשן. ברענגען א ראי' פון זיך זעלבסט העלפט נישט קיינעם. אויב האסטו נישט באמערקט, איז ביי מיר אין שטוב אויך דער פראבלעם ב"ה נישט דא, און אין דער שטוב ווי מיין ווייב האט זיך געהאדעוועט אויך נישט. און טאקע דערפאר, ווייל זי איז געהאדעוועט געווארן אנדערש האט זי אסאך באמערקט.

און נאך א נקודה. דער "חא חא" וואס די ציטירסט איז אויף דעם חלום אז ביינונז, ביי די אלגעמיינע חרד'ישע באהערדע, זאל דער פראבלעם זיין ווייניגער ווי ביי די גוים. יא. חא חא.

------------------

הוגה האקט ענליכס.
דינסטאג מאי 07, 2013 11:23 pm#112876
איך האב יעצט דאס ערשטע מאל אדורך געליינט די גאנצע אשכל. די ארטיקלן פון ברוין האב איך געליינט בשעת עס איז פובליצירט געווארן. אבער יעצט האב איך זוכה געווען צו זעהן די זעלבע ענינים אנגעטון מיט יענקל'ס ברילן. זייער באטעמט. עס איז אינטרעסאנט צו הערן א באריכט אויף אן ארטיקל פון איינער וואס פארשטייט די אינטענדעד מעסעדזש.

איך האב אדורך געליינט איר בוך מער ווי א יאר צוריק. די בוך איז פון די טרויעריגסע ביכער וואס איך האב אמאל געליינט. די מעשה איז שרעקליך פיינפול פון עטליכע שטאנדפונקטן. און די פאקט אז די א.ג. שרעקליכע נאוועל איז גאר א מעשה שהי' מאכט עס נאך ערגער.

איך האב שוין פון לאנג געוואלט שרייבן א בוך רעפארט אויף האש. די פאקט אז איך האב פונקט מיטגעלעבט אין די זעלבע צייט די קאשמארן פון א גאר נאנטע, האט מיר געמאכט פארשטיין די בוך און מרת ברוין אסאך בעסער. דער ארטיקל וועט נאך קומען איין טאג. כ'בין נאר נישט זיכער צו איך זאל עס שרייבן דא אדער אונטען אין בעיסמענט.

צוריק צום ענין דא. אירע ארטיקלן זענען געוואלדיג סיי פון א ליטעראטורישע שטאנדפונקט, ווי אויך צוליב די רעלאווענס פון די נושאים. יא, זי נוצט סעטייער אין איר שרייבונגען, דאס איז איר סטייל און סעטייער איז אן אינטעגראל חלק פון ליטעראטור.

אבער אנשטאט צו פאוקעסן אויף די נושאים וואס זי צונעמט אזוי שיין, איז מען ביזי מיט די נערישע פרטים וואס זי איז מגזם. קאם אן, לאמיר זאגן אז איינער האט איר נישט גע'מסר'ט פארן רב וועגן איר נישט גיין מיט טייטס, איז די נושא אפגעפרעגט? האבן מיר נישט א פראבלעם מיט קאנטראל אין אונזער קאמיוניטי? קען איך אליינס דען נישט שרייבן א צוויי דאזען מעשיות וואו א נאז איז אריינגעשטעקט געווארן וואו עס באלאנגט נישט?

לאמיר זאגן אז עלטערן פרובירן נישט צו באהאלטן די פעמינישע חלקים פונעם טאכטערס גוף, איז שוין יעצט אלעס מסודר? איז די נושא פון באראבעווען די נאטירליכע פעמיניסט געפילן צום אייגענע גוף נישט א פראבלעם וואס אסאך פון אונז ספראווען זיך דערמיט?

אנשטאט זיך טענה'ן אויב ברוין איז מגזם צו נישט, אויב זי גייט יא א שייטל צו נישט, אויב זי איז א לוזער אדער א געווינער, לאמער ענדערש דיסקוסירן די צענטראלע נושא. זאל איינער אויפווייזן פארוואס אונזער וועג איז בעסער, און די אנדערע זאל טענה'ן אז ס'לייגט אונז אלע אין דער ערד.

איך האלט אז ברוין'ס נעקסטע ארטיקל זאל זיין ווי אין די חרדי'שע וועלט לעהזט מען פראבלעמען מיט צינישקייט און אוועקמאכן יענעם. איך בין זיכער אז מיט איר רייכע פעננע וועט זי מאכן דערפון מעדנים ומטעמים.
זונטאג אוגוסט 17, 2014 2:38 pm#217110
זי גייט נאך אן?
מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:23 am#244486
Judy Brown קומט ארויס מיט א נייע בוך דעם קומענדיגע זוממער

m http://www.hachettebookgroup.com/titles ... 316400718/ m
דאנערשטאג מאי 16, 2019 8:09 pm#430649
Re: "אשת חיל" פאנגט אן סעריע איבער חרדים אין "פארווערטס"
משה רוקח האט געשריבן:פארוואס טאקע האבן די חסידישע קינדער א פחד פון הינט?
איך פערזענליך האב א געפערליכע מורא פון הינט.

זי דערמאנט אין איר ארטיקל אז מ׳האט אויסגעלערענט און פארציילט פאר די קינדער איבער די הינט וואס די נאציס האבן גענוצט אא״וו. איך האב געהערט פון א (פרומע) LCSW וואס האט דאס גענומען א שטאפל ווייטער און באזירענדיג זיך אויף דר. רחל יהודה׳ס באקאנטע 2015 שטודיע אויף קינדער׳ס inherited PTSD פון זייערע עלטערן זיידעס וכו׳ וואס זענען האלאקאסט איבערלעבערס (וואס, ווי באקאנט, האבן עקספערטן (עכ״פ נאך) נישט מסכים געווען צו דעם שטודיע), האט היפאטיזירט אז דאס איז די סיבה פאר אונזער אלגעמיינער פחד פון הינט [cynophobia]. (עס בלייבט אבער נאך איבער צו פארשטיין אז לפי״ז פארוואס האבן קינדער פון סעקולארע קריג איבערלעבערס נישט דעם פחד? קען זיין ווייל מען האט טאקע נישט גערעדט פון די הינט און עס associated מיט די PTSD פונ׳ם קריג.)


Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג אוגוסט 04, 2019 12:52 pm#434227
Re: "אשת חיל" פאנגט אן סעריע איבער חרדים אין "פארווערטס"
מי אני האט געשריבן:
משה רוקח האט געשריבן:פארוואס טאקע האבן די חסידישע קינדער א פחד פון הינט?
איך פערזענליך האב א געפערליכע מורא פון הינט.

זי דערמאנט אין איר ארטיקל אז מ׳האט אויסגעלערענט און פארציילט פאר די קינדער איבער די הינט וואס די נאציס האבן גענוצט אא״וו. איך האב געהערט פון א (פרומע) LCSW וואס האט דאס גענומען א שטאפל ווייטער און באזירענדיג זיך אויף דר. רחל יהודה׳ס באקאנטע 2015 שטודיע אויף קינדער׳ס inherited PTSD פון זייערע עלטערן זיידעס וכו׳ וואס זענען האלאקאסט איבערלעבערס (וואס, ווי באקאנט, האבן עקספערטן (עכ״פ נאך) נישט מסכים געווען צו דעם שטודיע), האט היפאטיזירט אז דאס איז די סיבה פאר אונזער אלגעמיינער פחד פון הינט [cynophobia]. (עס בלייבט אבער נאך איבער צו פארשטיין אז לפי״ז פארוואס האבן קינדער פון סעקולארע קריג איבערלעבערס נישט דעם פחד? קען זיין ווייל מען האט טאקע נישט גערעדט פון די הינט און עס associated מיט די PTSD פונ׳ם קריג.)


Sent from my iPhone using Tapatalk

ענליך. לעצטענס אין די נייעס.
m https://m.medicalxpress.com/news/2019-0 ... ldren.html m
זונטאג אוגוסט 04, 2019 1:05 pm#434228
Re:
יאנקל האט געשריבן:היינט איז פארעפנטליכט געווארן דער פינפטער ארטיקל פון דזשודי בראונ'ס סעריע "אינסייד אוט".
בילד

דער נייער ארטיקל, "גוים ביי די מויערן", טוט דורך דעם פראבלעם וואס אינטערנעט שטעלט פאָר פאר חרדי'שע אידן.

בילד

ברוין דערציילט איבער א חבר'טע אירע וועלכע האט ערלויבט איר 17-יעריג טאכטער חני פארשן אויף דעם אינטערנעט איבער דעם האלאקאסט. דאס זוכן האט איר געברענגט צו לייענען איבער די פעלקער-מארד אין רוואנדא, ארמעניע, סודאן, סערביע, קאמבאדיע, פאקיסטאן און נאך. עס האט איר אויפגעשאקלט צו זען די בילדער פון אומשולדיגע קינדער פארוואונדעט און פארפייניגט, און איר מח האט נישט געקענט פראצעסירן דעם פאקט אז נישט נאר דער עם-הנבחר ליידט אזוי ביטערליך אויף דער וועלט, נאר אויך פאר די שלעכטע גוים איז די וועלט לאו-דוקא סוגה בשושנים.
.

IMG_5289.jpg

פון פראפעסאר רענדעל קענעדי.
פרייטאג מאי 22, 2020 6:02 pm#449382
מי אני האט געשריבן:
משה רוקח האט געשריבן:פארוואס טאקע האבן די חסידישע קינדער א פחד פון הינט?
איך פערזענליך האב א געפערליכע מורא פון הינט.

זי דערמאנט אין איר ארטיקל אז מ׳האט אויסגעלערענט און פארציילט פאר די קינדער איבער די הינט וואס די נאציס האבן גענוצט אא״וו. איך האב געהערט פון א (פרומע) LCSW וואס האט דאס גענומען א שטאפל ווייטער און באזירענדיג זיך אויף דר. רחל יהודה׳ס באקאנטע 2015 שטודיע אויף קינדער׳ס inherited PTSD פון זייערע עלטערן זיידעס וכו׳ וואס זענען האלאקאסט איבערלעבערס (וואס, ווי באקאנט, האבן עקספערטן (עכ״פ נאך) נישט מסכים געווען צו דעם שטודיע), האט היפאטיזירט אז דאס איז די סיבה פאר אונזער אלגעמיינער פחד פון הינט [cynophobia]. (עס בלייבט אבער נאך איבער צו פארשטיין אז לפי״ז פארוואס האבן קינדער פון סעקולארע קריג איבערלעבערס נישט דעם פחד? קען זיין ווייל מען האט טאקע נישט גערעדט פון די הינט און עס associated מיט די PTSD פונ׳ם קריג.)


Sent from my iPhone using Tapatalk


שיינט צו זיין אביסל צו ווייט געצויגן.
(אגב, איך בין נישט קיין הולאוקאוסט סורווייוער אייניקל, און איך פלעג מורא האבן פון הונט ווי יעדע חרדישע יינגל).
דוכט זיך, כהאב לעצטנס געלייענט עפעס וואס האט געגעבן די אימפרעשן, אז די שרעק איז שוין אויך געווען נאך פאר די קריג.
אזוי אויך עס, קען מען נאכקוקן וואס טוהט זיך ביי די מוסלעמעינער וואס האדעווען אויך נישט קיין הונט.
מאנטאג מאי 25, 2020 1:04 am#449544
קאווע טרינקער האט געשריבן:
מאראנצןזאפט האט געשריבן:איבערגעטריבן, בידועה!

גם אני מצטרף



בכלל נישט.
אויב איך פיל ווי זי דערציילט מיין געשיכטע, בין איך זיכער אז אנדערע פילן פונקט ווי מיר.
-
איך האב נישט צאמגעשטעלט אז דאס איז דשודי ברוין פון המודיע. זי פלעגט זיין פון די בעסטע שרייבערין׳ס.