הערליך אשכול.
ספרים
ביז צו דער חתונה פלעג איך לערנען גאר אסאך חסיד'ישע ספרים. גערעדט און געשריבן אסאך חסידות און אגדה, ממילא היינט צוטאג'ס, איז אביסל שווערער צו אריינקוקן אין חסידיש'ע ספרים, אויסער ווען איך נעם א חסידיש ספר און איך לערן בכוונה נישט צו קונה זיין, נאר פשוט זיך מדבק זיין מיט'ן צדיק.
אלס בחור טאקע האב איך גרונטליך געענדיגט סידורו של שבת, באר מים חיים, שם משמואל, חידושי הרי"ם, תניא, מדריגת האדם (א מוז שבמוז ספר), ישמח ישראל און אסאך ספרים פון רבי מאטל זילבער (מסילת ישרים שיעורים זענען הערליך) און בלבבי משכן אבנה רוב חלקים.
שם משמואל לערן איך כמעט יעדן שבת, ס'איז זיך צום באלעקן.
נאך דער חתונה האב איך זיך גענומען אביסל מער צו לערנען אינעווייניג ספרי מחשבה, א שטייגער ווי מהר"ל, שפת אמת מער טיפער געלערנט, מכתב מאליהו, פחד יצחק.
אלס בחור פארהערט ב"ה טויזנט בלאט ביי גדולי ישראל, רובא דמינכרא איז געווען מיט תוספות.
היינט צוטאגס, לערנען גמרא אין בית המדרש קומט מיר אן היפש שווער. נעמען אן ארטסקרול שבת נאכמיטאג און דורכטון א סוגי' מיט די הערות אונטן אדער אגדתא איז הערליך. די צום זאכליכע הערות זייערע איז צום באוואונדערן. [אגב, עס האט מיר אמאל געזאגט א איד, אז ער האט גערעדט מיט איינע פון די עורים פון ארטסקרול גמרא, האט אים דער עורך געזאגט, אז דער וועג ווי אזוי מען איז מתרגם און מבאר די גמרא און מען מאכט די הערות, איז אז מ'לערנט עס דורך מיט אפאר חברותות, חברותות פון עטליכע סארטן, שוואכערע און בעסערע, און וועלכע הערות עס פאלט ביי אינמיטן לערנען, קוועטשענישן אדער קושיות, פארשטייט מען פון דעם על פי רוב אז פאר אסאך המון עם לערנען קענען די סארט קושיות שווער ווערן, און לויט דעם באזירט מען די הערות אונטן. כ'ווייס נישט ווי אמת ס'איז, אבער ס'איז א שיינע נקודה].
טור, שו"ע, מג"א, ט"ז און מחצית השקל האב איך אסאך געלערנט אלס בחור און די ערשטע יארן נאך די חתנה, און ליידער ווער איך זייער נערוועז. וויפיל מאל דארף מען אויף איין צורת הדף שו"ע עמוד רעדן פון מלאכה שאי"צ לגופה און פסיק רישי. וכן שמעתי מכמה תלמידי חכמים אז צו לערנען הלכה איז גענונג פסקי תשובות מיט די הערות, אוצר הלכות און די קיצור שלחן ערוך ספרים וכו'.
מנחת חינוך לערן איך אסאך, ס'איז גאר געשמאק. ס'עפנט אויף די אויגן און ווייזט דיר אן מיט'ן פינגער וואס עס איז שווער, וואס מ'דארף פארשטיין און וואו מ'קען אלץ דרייען.
כ'גלייך אסאך מאל פאר א יום טוב מחדש צו זיין אין א סוגי' אדער חסידות. די בעסטע איז ווען פונקט באקומט מען א הארה און נושא און ס'הייבט זיך אן עפעס וועבן. נישט אז מ'זעצט זיך דורך לערנען א סוגי' פון מצוות צריכות כוונה און מ'טרייט נישט צו פארשטייען אדער נאכקוקן וואס מער ספרים און דערנאך שרייבט מען אפ אפאל צעטלעך מיט קאפי פעיסט פון ראשונים און אחרונים מיט א סיכום/תמצית צום סוף.
די ארטיקלען און ספרים פון יעקב ב. פריעדמאן איז צום באלעקן.
כ'פלעג אסאך קוקן אין די ספרים פון אהרן פריעדמאן פון בעלזא, זיין שפראך איז אויסטערליש און זיינע געדאנקען זענען פשוט און יסודות'דיג, ביז כ'האב קענענגעלערנט אז מער ווייניגער איז אלעס איין שורש און יסוד און ס'נישטא צופיל חידושים.
כ'פלעג קוקן אסאך אין לימודים לדעת פון ר' שרגא פליישמאן ביז... כ'האב מיר פארעקלט פון זיין מהלך (שא, מ'טאר נישט אזוי שרייבן אויף א איד, אבער כ'מיין נישט חלילה לקנתר, כ'בין נאר נישט סובל אן איינזייטיגער מענטש).
די סעריע ספרים פון מסילות באור החסידות (אור הצפון - בעלזא) האב איך שטארק געלערנט, ס'איז מייסטערהאפטיג געשריבן, זאפטיג און צום זאך.
שערים אל הפנימים פון ביניש איז געוואלדיג. אסאך געלערנט, א שיעור קבוע געהאט.
דרך כוכב, דער פירוש אויף ליקוטי מוהר"ן פון רי"מ שכטער איז מתוק מדבש, הערליך געשריבן. כ'לערן דערין כמעט טעגליך.
חסד נעוריך און די מכתבים פונעם היינטיגן תולדות אהר'נעם רבי'ן לערן איך אסאך. דער תו"א רבי האט א גאלדענעם פעדער, מלא פאזיע, זאפט און שטארקייט (ס'איז נישט קיין סתירה). ס'איז טיף און סאליד.
אויב ס'קומט דא אריין, ארויספרינטן ערב שבת די גליונות פון אז נדברו איז א מוז.
ר' משה יענקל הורוויץ'עס סטאטוס קען אנגערופן ווערן ספרים? דזשאסט קידינג.
און צום לעצט, אלטע אשכולות פון קאווע שטיבל ווערן ריכטיג אנגערופן ספרים. ס'איז מלא וגדוש און א מוז פאר יעדן וואס וויל ווערן א בר דעת און עפעס ידען.
שיעורים/אודיאו
כ'הער אסאך שיעורים פון הרב קלוגער. די וועג ווי אזוי ער רעדט, זיין ברייטקייט און טיפקייט אין כלערליי נושאים איז צום באוואונדערן. צוקאש. ס'איז מיר א חידוש ווי אזוי א מענטש קען זאגן א טאג אזויפיל שיעורים פאר אזויפיל שעות, ווען יעדער שיעור איז אנדערש פונעם אנדערן מן הקצה אל הקצה. ער איז א געוואלדיגער מבין בתורת הנפש, רעדט נישט איבריג, און קוקט אויף א זאך מיט א געוואלדיגע לעכטיגע הסתכלות.
רבי עזריאל טויבער איז געווען א קאנאן. א חידוש פון א איד, זיינע מהלכים זענען אויסגעטרעטן עד הסוף, און שטימט געוואלדיג מיט די קורות הדורות, און כ'האלט אז נאך אלע שיעורים, ספרים און ביכער האט ער מיר מורא'דיגע קלאר געמאכט בעניני מהותו של יהודי ותפקידו עלי אדמות. [אגב, אין זיינע אוידיאו שיעורים רעדט ער קורץ און קלאר, און כ'האלט אז איינער וואס האט נישט געלערנט זיינע ספרים קען נישט געהעריג פארשטיין זיינע דרשות]. בכלל איז ער געווען גאר א טאלאנטפולער מענטש, גערעדט אפאר פליסיגע שפראכן וכו' און בעאיינדרוקט כל מיני מענטשן, אנשים ונשים. זיין אויפגעקלערטקייט, ברייטקייט און שארפקייט ווי אזוי צו קוקן אויף א זאך האט מיר אסאך געלערנט.
כ'דארף מיר דערמאנען נאך.