זייער א שיינער אשכול, קודאס פאר ידידי ר' ATUB @העניך ATUB פארן ארויפברענגען צום אויבערפלאך.
לענינינו, די ספרים וואס איך וועל דערמאנען קען איך נישט מעיד זיין אויף יעדעס איינע אז איך לערן זיי אסאך, ווייל עס ווענדט זיך אין מיין צייט, געמיט, און נאך זאכן. פארט זענען זיי די סארט ספרים וואס איך פרוביר צו לערנען אין זיי מער פון די אנדערע:
חומש רש"י, הכתב והקבלה ודומיו, פי' הרבנית נחמה ליבוביץ [די שוועסטער פון פרופ' ישעי' ליבוביץ], ילקוט מעם לועז פאר די ידיעות, און מדרש רבה.
נ"ך עם פי' דעת מקרא, ילקוט מעם לועז פאר די ידיעות, און אביסל מלבי"ם.
גמרא פרוביר איך עטליכע בלאט טעגליך, מער מקופיא פאר די ידיעות און נישט עכט בעיון.
ספרי מחשבה: אמונה ודעות, מורה נבוכים, כוזרי, עיקרים, כמה מספרי אברבנאל (ס'איז זייער באריכות, אבער זיין זיסע שפראך לאזט לויפן שנעל), תולדות האמונה הישראלית פון קויפמאן, כ'בליק אביסל אין הלל צייטלין, מכתב מאליהו, און אפילו היינטיגע.
ספרי חסידות היבש ווייניג, בעיקר פרוביר איך אפצולערנען די ערשטע ספרים און זיך פארטיפן אין די געדאנקען וואס זיי האבן געוואלט מחדש זיין. ספר בעש"ט עה"ת, מאור עינים, דגל מחנה אפרים, ספרי התניא, און דערנאך די פוילישע ספרים פון סאכאטשוב, שפת אמת, אלכסנדר און איזביצא.
כ'האב שטארק ליב ספרי אנציקלופדיה, פאר די געוואלדיגע מאס אינפארמאציע. והם: פחד יצחק, אביסל שדי חמד, ספרי חיד"א, האנציקלופדיה העברית, אנציקלופדיה יודאיקה [ענגליש], אוצר האגדה, די "אוצרות" פון יהודה אייזנשטיין (יא, כ'ווייס אז ער איז נישט עכט קראנט), די ערוך פון קוהוט, ועוד.
ביי הלכה ספרים גלייך איך שטארק די ספרי בעל חוות דעת, מיט א שפרינקעלע ר' יונתן. הלכה למעשה, בין איך א חסיד פון ערוך השלחן (ארויס פון די באקס, אייגענע אידענטיטעט, טשיקאווע סברות, און געט א סקירה פון די גאנצע סוגיא). משום מה גיי איך נישט שטארק פארן משנה ברורה. תשובה ספרים לויף איך צו ר' משה. טשיקאוועס צום חוות יאיר אדער תשובות הראשונים. ווען כ'בין אין די גיסטע גיי איך צו מיין פעיוואריט גאון: מרן החזון איש.