Under maintenance
הויפט זייט » לויבאוויטשער רבי - קנאי אדער ציוני אדער ניטראל?

לויבאוויטשער רבי - קנאי אדער ציוני אדער ניטראל?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13943
דאנערשטאג יולי 09, 2020 11:43 am#454143
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
נקודת-אמת האט געשריבן:אבער שרייבן אז ס'איז מעשי שטן אז ער איז געראטעוועט געווארן ביים קריג איז א דזשאוק וואס מ'זאגט נישט

פארוואס קען מען עס נישט זאגן לשיטתו?

פאר דעם האב איך נישט געשריבן אז ס'איז נישט מעגליך אז ס'איז געוועהן מעשי שטן, ווייל לשיטתו וכו' (וכדברי הקלויזענבורגער שהביא חסידישער ספקן על יציאת מצרים)
איך האב פארשטאנען די פוינט, (איך האב כמעט געגעבן א לייק) אבער איך מיין אז מ'שרייבט נישט אזא joke.
קענסט זיך דינגען מיט זיין דעה, קענסט האלטן אז ער איז נישט געוועהן אזוי גרויס ווי מ'מיינט, אבער זאגן אז הצלתו ממוות היתה מעשה שטן איז אביסל איבערגעטריבן.
דאנערשטאג יולי 09, 2020 11:46 am#454144
קאמפאט האט געשריבן:איך האב נישט געזאגט אז ער איז סאטמאר אין גאנצען, אבער נעבען דו גערע אדמורי"ם אדער וויזשניצער ב"ב אדמורי"ם, איז ער א וודאי מער שארפער און קנאי ווי זיי. איין גרויסער חילוק האט ער געהאט פון סאטמאר איז אויף דו החזרת שטחים, וואס דאס איז א באזונדערע מחלוקת.
פון זיינער בריוועלעך צו דער שלמה יוסף זעווין לערן איך ארויס, אז היינט צו טאג וואלט ער א וודאי מורה געווען נישט גיין וועלען.

כידוע אז היינט זענען שוין אלע מודה אז דער רבי זכותו יגן עלינו איז געוועהן גערעכט.
(און די וואס נישט איז נאר ווייל זיי זענען משוחד מכספיהם, אדער האבן זיי שוין אינדערהיים געהאט דעות כוזבות, אדער זייערע גבאים האבן זיי פארדרייט וכדו' אבער בעצם זענען אלע מודה)
וזה אחת הסיבות שהמפלגות החרדיות אינן עוברות את אחוז החסימה כבר עשרות שנים...