Under maintenance
הויפט זייט » וועלכע זענען די מערסט מחודש'דיגע ספרים פון גדולי ישראל?

וועלכע זענען די מערסט מחודש'דיגע ספרים פון גדולי ישראל?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
66 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13968
דינסטאג יוני 30, 2020 7:33 am#453388
צפור בודד האט געשריבן:איך ווייס פון די מחלוקת'ן ארום משנה תורה און די פולמוס'ן, אבער איבער דער חידוש אליין? עס איז בכלל נישט שייך זיך צו קריגן. די פולמוס'ן זענען אויך געווען בשעתו, היסטאריע האט אבער באוויזן אז נישט קיין חילוק צי מען נעמט אן זיינע פסקים צי נישט איז דער גרויסקייט פון זיין ספר יוניווערסאל.

איך דינג מיך נישט איבער די שטארקקייט פונעם ספר, כ'האב מיך נאר באצויגן צו דיינע ווערטער איבער די וויכטיגקייט פון קאדיפיצירונג פון הלכה, אויף דעם ארויף האב איך געזאגט אז די גאנצע צורך פאר א קאדיפיצירונג האבן אוועקגעשטעלט די קאדירער זעלבסט. ס'נישט כאילו זיי האבן ערפילט א לאך וואס האט געפעלט ביז דאן, סך הכל האבן זיי אנגעפילט א לאך וואס זיי זעלבסט האבן באשאפן.

דאס וואס דו ברענגסט זיך ראיות פון אנדערע פעלקער איז נישט ממש אין פלאץ, די תפקיד פון קאדירטע געזעצן איז צו העלפן האלטן ארדענונג און כדי מ'זאל קענען ברענגען קרימינאלן צו גערעכטיקייט. פאר א לאנד איז עס וויכטיג, אפשר פאר אן איזאלירטע קהילה אויך אז ס'זאל נישט אויסברעכן קריגערייען יעדע שני וחמישי, אבער רעליגיע האט אנדערע תפקידים ווי האלטן ארדענונג (עפעס וועגן דינען דעם באשעפער און אויסארבעטן די מידות). די געדאנק אז די תפקיד פון רעליגיע איז צו האלטן דער עולם אין קאנטראל איז טאקע פונעם רמב"ם'ס חדר זעלבסט, אפשר איז עס טאקע דער רמב"ם לשיטתו, והוא אשר דיברנו, זעמער צוריק צו סקווער וואן...

באמת קען מען די סארט טענה זאגן אויף רוב "חידושים" פון גדולי ישראל, און אין באציה מיך אויך צום אנדערן אשכול איבער די מערסט מחודש'דיגע געדאנקען פון גדולי ישראל. מייסטנס פון די חידושים קומען נאר ערפילן א לאך וואס דער מחדש זעלבסט האט באשאפן, פאר א סיבה זענען די חידושים קיינעם נישט איינגעפאלן פריער. איך זאג נישט, געוויסע פון זיי זענען שטארקע חידושים, אבער דאס זיך וואונדערן וואס מ'האט געטון/וויאזוי מ'האט געלערנט פאר זיי איז ממש נישט אין פלאץ.
דינסטאג יוני 30, 2020 7:38 am#453389
לייבל שטילער האט געשריבן:רביה"ק: אן ענליכע קשיא האב איך געפרעגט מיין טאטע וואס האט מיך פארגעהאלטן אז כ'דארף זיך פארבעסערן אין "כיבוד אב ואם", אז די גמ' זאגט דאך נמנו וגמרו טוב לו לאדם שלא נברא משנברא, ווידער דער טעם פון כיבוד אב איז אלץ הכרת הטוב כמבואר בחינוך, דו"ק ותשכח

דיזע קשיא איז נאר שווער לשיטת תוספות אז די גמרא איז א פוסק ממילא דארפן אלע סוגיות שטימען, לויט רש"י וואס די גמרא איז נאר א קאלעקציע פון מימרות און ס'דארף נישט שטימען איינס מיט'ן צווייטן הייבט זיך די גאנצע קשיא נישט אן. די עשרת הדברות מוז נישט האלטן ווי די חינוך, די חינוך מוז נישט האלטן ווי די נמנו וגמרו, גברא אגברא קרמית? ודו"ק.
דינסטאג יוני 30, 2020 9:05 am#453391
האסט א ראיה אז רש"י האט אזוי געהאלטן? אדער סתם ווייל עס ווילט זיך אזוי?
דינסטאג יוני 30, 2020 9:31 am#453398
וויאזוי טייטשט די ווארט "מיתיבי" - וואס ווערט אפט גענוצט אין די גמרא - לויט רש"י?
דינסטאג יוני 30, 2020 6:47 pm#453441
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:האסט א ראיה אז רש"י האט אזוי געהאלטן? אדער סתם ווייל עס ווילט זיך אזוי?

דו בעטסט פאר א ראיה ווייל דו האסט א ראיה אז רש"י האט נישט אזוי געהאלטן? אדער סתם ווייל עס ווילט זיך דיר אנדערש?

און אז כ'על דיר ברענגען א ראיה אז רש"י האט נישט קיין פראבלעם מיט א מחלוקת הסוגיות וועסטו עפעס טוישן דיין מיינונג לכבוד דעם? מאך משוגע א צווייטן.
דינסטאג יוני 30, 2020 7:48 pm#453450
א לאנגע וועג פון זאגן 'ניין'.
דינסטאג יוני 30, 2020 7:49 pm#453451
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א לאנגע וועג פון זאגן 'ניין'.

לעומתם ברוך יאמרו.
דינסטאג יוני 30, 2020 8:40 pm#453455
רביה"ק, רש"י זאגט אונז אין צענדליגע פלעצער אין ש"ס וואס "גמרא" מיינט און וואס איז איר ציל
סברת טעמי המשנה
תירוצי המשניות הסותרות זו את זו
לברר הלכה כמי

ברויכסט מראי מקומות.
דינסטאג יוני 30, 2020 8:48 pm#453456
שוין, אז ס'געפעלט ענק נישט מיין תירוץ אויפ'ן מנחת חינוך איז נישט.

אגב האב איך געגעבן א שנעלע גוגל זוך און כ'האב געטראפן עפעס געטראפן, m https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%AA%D7 ... 7%95%D7%AA m
דינסטאג יוני 30, 2020 9:30 pm#453462
פאר דעם דארפסטו וויקיפדיה. יעדער וואס האט אמאל געלערנט גמרא רש"י ווייסט אז רש"י פרובירט זיך צו האלטן לאקאל צום סוגיא און סימלעפייען ווי ווייט מעגליך די פשט אפילו אויפן חשבון פונעם היקף הענין פון אנדערע פלעצער אין ש"ס.
און אה"נ רש"י מיט זיין פירוש פרובירט צו זיין א מפרש נישט קיין פוסק.
הגם אז עס איז פשוט אז רש"י האלט אז א חלק הלימוד אין גמרא איז לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא. רש"י אליין איז געווען א פוסק אזויווי תלמידי רש"י ברענגן כסדר פסקים פון אים למשל דער מחזור ויטרי.
דינסטאג יוני 30, 2020 9:39 pm#453463
וואס האב איך געזאגט און וואס זאגסטו? איך הייב נישט אן צו כאפן איבער וואס מ'טענה'ט זיך דא.
דינסטאג יוני 30, 2020 9:57 pm#453466
רש"י זוכט נישט צו פארענטפערן די קשיא פון ידיעה און בחירה אויך נישט, ווייל נישט דאס איז די תכלית פון זיין ספר. אבער טאמער אין איין פלאטץ פרעגט ער א סתירה פון איין סוגיא אויף א צווייטן, איז דיין גאנצע טעזע שוין נישט אין פלאטץ. דער גאנצע שיטה"ק, אז רש"י האלט אז 'גמרא איז בלויז אן אוסף פון מימרות', איז דיין מיינונג, נישט רש"י'ס.
דינסטאג יוני 30, 2020 10:19 pm#453472
ערשטנס האב איך הנאה אז יעדע זאך וואס איך האב געהערט פון מיין מגיד שיעור אין ישיבה מאכט מען דערפון א גאנצע שיטה הקדושה.

צווייטנס, ייתכן אז רש"י איז סתם מפרש די גראדסטע פשט כאטש וואס ער ווייסט פון אנדערע פלעצער אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן ע"פ האמת, פאר מיין שכל איז אבער מער מסתבר ווי מיינע מגידי שיעור אין ישיבה אז רש"י האט געהאלטן אז ס'מעג זיין א מחלוקת הסוגיות, ס'דארף נישט אלעס שטימען ווייל די גמרא איז נישט קיין פוסק.

דריטנס, רש"י פרעגט טאקע צומאל פון אנדערע סוגיות, דאס דארף מען אבער סתם אזוי פארשטיין ווייל פון מייסטנס פלעצער זעהט נישט אויס ווי רש"י קימערט זיך צופיל מיט אנדערע סוגיות (ווי נהורא נפישא האט געזאגט אז ס'איז אזא דבר פשוט אז מ'דארף ניטאמאל קיין וויקיפעדיע דערפאר...) איך שטעל מיך פאר אז ווען רש"י פרעגט פון אנדערע סוגיות פרעגט ער פון אן אנדערע מימרא פון דעם זעלבן אמורא וואס דאס דארף שוין יא שטימען אפילו לשיטתו. אז רבינא און רב אשי האבן זיך נישט באמיהט צו פסק'נען צווישן מסקנות פון צוויי אנדערע אמוראים איז איין זאך, אז איין אמורא זאל פליפפלאפן אמאל אזוי און אמאל פארקערט איז שוין גאר עפעס אנדערש. דארף מען נאכקוקן, עכ"פ די קשיא האט גארנישט מיט וואס איך האב געזאגט.

פערטנס, די גאנצע ויכוח האט זיך אנגעפאנגען ווען איך האב פרובירט צו פארענטפערן א מנחת חינוך, אז ס'געפעלט ענק נישט מיין תירוץ דארפטס עטס אויפקומען מיט א בעסערע תירוץ.
דינסטאג יוני 30, 2020 11:07 pm#453476
רש"י פרעגט זייער זעלטען א וא"ת קשיא, אדער א קושיא פון אן אנדערע מסכתא, אבער איבער ש"ס איז דא צענדליגע דוגמאות.
רש"י ציל פון זיין פירוש איז נישט פסק אבער משום מה איז פארהאן געציילטע פלעצער אין ש"ס וואס רש"י פסקנט דארט הלכה למעשה.
ס'איז אבער פשוט אז שיטת רש"י בפירושו ווערט גענוצט אין די פוסקים להלכה צוליב'ס רש"י טייטש'ן און הבנה אין די סוגיא וואס איז למעשה אנדרעש ווי אנדערע מפורשים.
איבער מנחת חינוך באמערק איך נישט וואו דו רעדסט פון דעם.
מיטוואך יולי 01, 2020 12:29 pm#453502
Re: וועלכע זענען די מערסט מחודש'דיגע ספרים פון גדולי ישראל?
פון די מערסטע אונטערסאנטסטע ספרים פון די לעצטיגע תקופה זענען די בענדער ״אוצר פלאות התורה״ על התורה פון רבי וואלף זיכערמאן, נישט קיין חילוק ווער פונקליך האט דאס צאמגעשטעלט איז דאס א גאר אונטערסאנטע און מחודש׳דיגע ארבעט, רבי וואלף האט שוין ארויסגעגעבן אויף אלע סדרים חוץ פון סדר דברים.
מיטוואך יולי 01, 2020 12:33 pm#453503
Re: וועלכע זענען די מערסט מחודש'דיגע ספרים פון גדולי ישראל?
יעצט זע איך אויפן קעפל אז מען רעדט דא נאר פון ספרים וואס זענען נתחבר געווארן דורך גדולי ישראל, וואס איז לדעתי א טעות, פארוואס נישט אויסרעכענען אלע מחודש׳דיגע ספרים פון סיי ווער ס׳זאל נאר זיין.