Under maintenance
הויפט זייט » וועלכע זענען די מערסט מחודש'דיגע ספרים פון גדולי ישראל?

וועלכע זענען די מערסט מחודש'דיגע ספרים פון גדולי ישראל?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
66 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13968
זונטאג יוני 21, 2020 6:59 pm#452399
וועלכע זענען די מערסט מחודש'דיגע ספרים פון גדולי ישראל?
אין א דערנעבנדער אשכול האט ידידי היקר ATUB @העניך ATUB געפרעגט די שאלה: "וואס זענען די מערסט גאונות'דיגע געדאנקען ביי גדולי ישראל", אויף וואס פילע האבן זיך געבראכן ציינער צו טרעפן אן ענטפער, וויבאלד עס איז שווער דאס צו באשטימען באזירט אויף גאוני'שע מחודש'דיגע געדאנקען אין חכמת התורה, לעומת חכמות העולם.

באזירט אויף די דארטיגע ווערטער פון ATUB @נהורא נפישא ATUB , ATUB @צפור בודד ATUB און ATUB @כוכב ATUB , וואס האבן אויסגעשמועסט דעם פראבלעם מיט אידישער ליטעראטור לעומת גוי'אישע ערפינדער פון סיי וואספארא נוצבארע געדאנק, קלער איך אז מ'דארף עטוואס טוישן די שאלה און לפ"ז די תשובות:

מיר זענען דאך דער עם-הספר, עד היום הזה, מיט אן איבערפלוס פון ספרים אויף יעדן נושא וואס בארירט יהדות, און דערפאר דארפן מיר ענדערש באטראכטן וועלכע פון די הונדערטער טויזנטער ספרים האבן מציע געווען א מחודש'דיגע וועג פון טראכטן, און נישט וועלכע פון די ספרים (צי גדולים) האבן מציע געווען א ספעציפישן חידוש פון וואס מיר געניסן.

און טראצדעם וואס געוויסע ספרים וועלן געוויס ארויספאלן, טראץ זייערע אריגינעלע ווערק און וואונדערליכע חידושים (א שטייגער ווי די פילע פילאזאפן נאכן מורה, ביזן נייעם מהלך פון ן' קרשקש מיטן אור השם), דאך איז דאס א גוטע וועג וויאזוי צו באטראכטן די כלליות'דיגע חידוש וואס זייערע ווערק האבן געברענגט צום אידישן וועלט בשעתם ולדורות.



כ'וועל מציע זיין מיין ליסטע, דערווייל נאר מתקופת הגאונים וראשונים, וואס איז געוויס נאר א טיפה מן הים.


1. דער סדר רב עמרם גאון, וואס איז דער ערשטער מסודר'דיגער סידור אין כלל ישראל. דאס איז גראדע א חידוש אפילו לויט די קנה מידה פון העניך, וויבאלד מיר זענען אזוי צוגעוואוינט צו דעם יעדן טאג, דריי מאל א טאג, מיט א נוסח קבוע, אז מיר כאפן ניטאמאל וויאזוי דער אינטעגראלער טייל פון אונזער לעבן איז ערשט מסודר געווען צוערשט בתקופת הגאונים (און מיט די צייט זענען צוגעקומען שינויים וכו', אבער ס'שוין נישט קיין נפ"מ בחידוש הענין).


2. די יבול ספרותי פון רב סעדיה גאון. דאכצעך אז לפניו לא היה, און אפילו אחריו כמעט לא קם כמוהו, און געוויס נישט אויף אזויפיל אנדערע מקצועות, אריינגערעכנט שבע חכמות, און אלעס אויף גאר א הויכע סטאנדארט. היסטאריע געט נישט גענוג כבוד און רעספעקט פאר דעם אומגעווענליכן פערזאן, אבער א בליק אין זיינע פירושים אויף גאנץ תנ"ך, מיט אלע אנדערע ספרים פון דקדוק ביז פולמוסים און וואס נישט, ווייזט אונז די חידוש פון בפועל באשאפן יצירות נאכאנאנד פארן גאס - א נייע ערשיינונג בשמי היהדות.


3. דער אלפסי אויף תלמוד. ווידער איז עס היינט נאר א לימוד ווי רשב"א און ריטב"א, אבער איז פאר דורות נאכאנאנד געווען א בליציגער איינפאל און חידוש וואס האט פשוט געטוישט יהדות אויף אייביג. ער איז דער ערשטער מקצר צו זיין סוגיות און פסקנ'ען מסקנות בכל התלמוד כולו (עכ"פ וואס איז פארבליבן און איז אנגענומען געווארן), וואס איז שפעטער געווען דער פונדאמענט פון וואו דער רמב"ם האט געקענט קלערן פון זיין אייגענע מער-פארגעשריטענע מעטאד פון מאכן א יד החזקה.


4. צוויי תקופות פון פייטנים נפלאים, וואס האבן געטוישט אונזער נוסח התפילה אויף שטענדיג. אין אשכנז רעדט מען פון משפחת קלונימוס הידועה, עטליכע דורות איידער רש"י, און אין מדינות ספרד רעדט מען פון די לייבן רבי יהודה הלוי, רבי שלמה אבן גבירול, און די צוויי אבן עזרא'ס, רבי משה און רבי אברהם. זייערע פיוטים זענען אריין אין אונזער סידור יעדן יום טוב, ימים נוראים, און מסדר געווען יוצרים, פיוטים, סליחות, קינות, קרובות, און אלעס ארום. (כמובן נישט אויסלאזן הקלירי, ווער אימער ער'ז נאר געווען). זיי זענען נישט נאר געווען פייטנים וואס האבן באוויזן אנצוקומען אינעם סידור'ל, נאר זענען ווירקליך געווען גאונים און מחדשים סיי אין יצירת הפיוט - בעיקר די ספרד'ישע, און סיי גאונים בתורה ומדרש.


5. ס'האט געקאסט א שמייכל צו זען אז מ'האט אויסגעלאזט איינע פון די גרעסטע מחדשים אין היסטאריע, וואס צוליב זיין פשטות כאפט מען ניטאמאל די רעוואלוציע זיינעם. עפעס א אידל רבי שלמה יצחקי, וואס האט באוויזן אז זיין פירוש אויף גאנץ תנ"ך איז די פונדאמענט פאר יעדן תנ"ך לערנער ביזן היינטיגן טאג, און אז זיין פירוש אויף תלמוד איז די פונדאמענט פון יעדן תלמודיקער ביזן היינטיגן טאג. אוודאי האבן שפעטער אנדערע געשריבן מער מדוקדק און מער אויסגעהאלטן וכו', אבער די חידוש שבדבר איז אויסדרוקליך זיינס, און ער האט אויך געהאט א משקל זהב וואס צו שרייבן און וואס נישט - א זאך וואס צייגט זיך ארויס פון דעם וואס לא נס ליחו ביזן היינטיגן טאג.


6. נאך א גרופע אידן וואס פארלירן אייביג זייער רעספעקט, זענען די בעלי תוספות, אנגעהויבן פון רש"י'ס אייניקלעך, ר"י, ר"ת, רשב"ם. עס איז נישט נאר די פירושים וואס זענען פארבליבן (צי נישט), וואס איז נישט אנדערש פון אנדערע ראשונים וואס האבן געשריבן על סדר הש"ס, נאר בעיקר דער מחודש'דיגער געדאנק פון פרובירן צו מאכן ש"ס שטימען, פון איין סוגיא צום צווייטן. מיר זענען שוין אזוי צוגעוואוינט צו דעם, און אין די ישיבישע וועלט (ולאו דוקא ליטווישע) איז שוין הונדערטער יארן פארהאנען סוגיות וואס שטורעמען די לומדים וויאזוי צו פארענטפערן סתירות, אז ווידערמאל כאפן מיר זיך פשוט נישט אז די גאנצע מושג פון זוכן צו פארענטפערן א סתירה פון א סוגיא אין סנהדרין צו א סוגיא אין ב"ק, איז צו פארדאנקען די טעזע פון די בעלי תוספות, וואס האבן זיך פארמאסטן פאר דעם ריזיגן דזשאב, און אין איינוועגס אריינגעברענגט די הרגשה אין כלל ישראל אז אלעס מוז שטימען (עכ"פ וויפיל ס'איז שייך), און האט געוויס פארשטערקערט די קאנאניזאציע פון תלמוד, ודוק בזה היטב. אויב א מענטש דארף קריגן קרעדיט, איז עס געוויס דער ר"י הזקן - לכאורה דער מחדש הרעיון.


7. כמובן איז איינע פון די גרעסטע מחדשים דער רמב"ם. עס איז א געמיש פון דריי אומגלויבליכע כשרונות וואס ער האט באזיצן: א' - א גאלדענע פעדער און קריסטאל קלארע שפראך. א לשון וואס איז א ריינע לשון הקודש, מעסער שניידענד קלאר, און קורץ און שארף. ב' - אן אומגעווענליכן כשרון אין מסדר זיין אזא ריזן ווערק מסודר און צעטיילט דבר דבר על אופנו ביז די קלענסטע דעטאלן. ג' - זיין וואונדערליכע קאמבינאציע פון וויסנשאפטן און מדעי התורה ומדעי תבל צוגלייך. סיי זיין פירוש המשניות - ווידער דער ערשטער אויסצושטעלן אויף גאנץ משניות, סיי זיין מורה נבוכים - א יצירה וואס האט געטוישט יהדות העולמית אויף אייביג, און סיי זיין יד החזקה - כנ"ל, סיי אלס דער ערשטער אויסצושטעלן א ספר הפסק אויף כל התורה כולה און סיי אלס יצירה וואס האט געטוישט יהדות אויף אייביג, נישט נאר אין ציטירן זיינע פסקים נאר בעיקר אין די נייע וועג וויאזוי כלל ישראל וועט לערנען און שרייבן ווייטערדיגע חיבורים. דאס זעלבע איז מיטן מורה, וואס איז נישט נאר א כח מיט וואס מ'רעכנט זיך, נאר בעיקר די געוואלדיגע מאס דעות וואס זענען אנגענומען געווארן איבעראל אדאנק אים. א שטייגער האט מען אויבן געברענגט די י"ג עיקרים (לשבר את האוזן, שרייבט דער ראב"ד אז גדולים וטובים ממנו האבן זיך טועה געווען אין הגשמה [און מיר ווייסן אויך זייערע נעמען, ואכמ"ל], א זאך וואס איז מער נישט געווען שייך נאכן רמב"ם).


8. דער מהרי"ל, וואס ווערט באטיטלט - מיט רעכט - אלס אבי מנהגי אשכנז. עס איז שווער צו פארשטיין וויאזוי ער האט געטוישט יהדות אשכנז אויף שטענדיג, און ווי אנדערש קולטור וואלט זיך אויסגעפארעמט ווען נישט דעם גדול בישראל. ער האט אריינגעברענגט מנהגים, נוסחאות, און אפילו ניגוני הנוסחאות, און האט געברענגט האלב פון רמ"א'ס געשרייבעכצער אויפן שו"ע, און א גאנצע קולטור פון מסורות און מנהגים עד היום הזה. אונזער קליידונג, טראכטונג, חת"ס'דיגע חדש אסור און חסידישער אל תיטוש, איז אים צו פארדאנקען. אבער נישט נאר וויפיל ער האט געטוישט איז ווערד צו דערמאנען, נאר אויך די חידוש שבדבר אז ער האט בכלל געפונען פאר וויכטיג צו דאקומענטירן און זיך אננעמען קנאיש פאר סיי וועלכע מנהגים, און אזוי ארום קאנאניזירט די געדאנק פון מסורה.


9. דער ספר הזוהר, וואס האט געטוישט די וועג פון אידישער מיסטיציזם אויף שטענדיג. אויב אנצונעמען אז עס איז נתחבר געווארן בתקופת הראשונים צי אביסל פריער און צוגעפיצט געווארן דורך די ליאון, איז עס א וואונדערליכע יצירה וואס האט קאנאניזירט חכמת קבלה, און עס גלייכצייטיג געטוישט פון פריערדיגע מיינונגען ווערנדיג די נייע מושל בכיפה עד ימינו אלה. אפגעזען אויב עס איז באזירט אויף א חיבור מימות חכמי התלמוד, איז עס נישט אנדערש געווען ווי פילע אנדערע קליינע חיבורים בח"ן וואס האבן נישט געטוישט יהדות העולמית, ביז הועווער איט איז וואס האט עס ארויסגעגעבן אלס פונדעמאנטאלע ווערק וואס מיר זעען היינט צוטאגס אלס זוהר.


10. ספרי רבי יהודה חיוג' איבער חכמת הדקדוק, וואס האט געטוישט די וועג פון באטראכטן די ווערטער פון לשון הקודש עד ימינו אלה. כמובן מוז מען געבן קרעדיט פאר ג'נאח, רס"ג, משפחת קמחי וכו', פאר זייערע ספרי מתרגמים, מכלולים ושרשים.


אזוי אויך האבן פילע גאונים וראשונים געמאכט וואונדערליכע מחודש'דיגע ווערק, הגם אויף פיל א קלענערע פארנעם. א שטייגער ווי אבן קרשקש מיטן אור ה', רשב"ם מיטן פירוש על המקרא על פי פשוטו של מקרא בלבד, רלב"ג מיטן פירוש הראציאנאלי אזש ביזן אויפרעגן רבני הדורות. אבער כ'קען דאך נישט אויסרעכענען יעדן חידוש...



אויב כ'וועל האבן מער צייט וועל'ך זיך אי"ה קענען נעמען צו תקופת האחרונים, ווען עס איז דא פיל פיל מער חיבורים וואס שטארצן ארויס מיט זייערע בליציגע נייע חידושים בכתיבה והשקפה.
זונטאג יוני 21, 2020 7:34 pm#452402
לפענ״ד איז עס אינעם לעצטן דור געווען הגאון רבי חיים מבריסק זצ״ל וואס האט בוויזן צו מאכן א ריזיגע מהפיכה אינעם דרך הלימוד און אין די וועג אזוי אפצולערנען גרונטליך א סוגיא. ער האט באוויזן אינגאנצן צו משכח זיין די יארן לאנגע איינגעפירטע דרך הפילפול א זאך וואס פולע גדולי ישראל האבן דאס געוואלט אויסרייסן.
זונטאג יוני 21, 2020 7:37 pm#452405
פארוואס איז דער ר"י הזקן די מנהיג פון בעלי תוס', די ר"ת און רשב"ם זענען געווען זיינע פעטערס.
דער אמת איז אז יעדער גדול ומפורסם יש בו משום חידוש ווען נישט וואלט ער נישט געווען בבחינת נכתבה לדורות. דו גיב מיר דעם גדול און איך וועל דיר געבן דעם חידוש.
זונטאג יוני 21, 2020 7:55 pm#452415
א ליקוטי מוהרן צו די האלסט יא פון אים צו נישט האט די ספר געמאכט א מהפיכה
ב ליקוטי אמרים תניא עס האט געפענט א נייע דרך פון חסידות
ג רמחל א נייע דרך אין קבלה {בקיצור דרך היחוד להיכין העולם לימות המשיח}
ד רש''ש עס האט געפענט א נייע דרך פון מכוון זיין כוונות
ה תולדות יעקב יוסף די ערשטע חסידיש ספר
ו טור די ערשטער צו שרייבען בלויז הלכות הנהג בזמנינו מבקר עד הערב
זונטאג יוני 21, 2020 7:58 pm#452419
נהורא נפישא האט געשריבן:פארוואס איז דער ר"י הזקן די מנהיג פון בעלי תוס', די ר"ת און רמב"ם זענען געווען זיינע פעטערס.

WHAT?
שוב התבוננתי ולכאורה רצית לומר: רשב"ם.
זונטאג יוני 21, 2020 8:59 pm#452431
לדעתי פארדינט דער רמב''ן א דערמאנונג אויף די ליסטע. אין זיין פירוש על התורה האט ער אוועקגעשטעלט די שכל'דיגע ''טולס'' וויאזוי מען קען מפרש זיין פסוקים אנדערש ווי חז''ל אבער גענוג אינעם חז''ל'שע גייסט אז עס זאל זיך נישט שפירן פרעמד. און אין זיין חידושים אויף ש''ס האט ער אוועקגעשטעלט די ספרדישע מסורה אפצולערנען סוגיות הש''ס. אין אלע ספרד'ישע ראשונים דערקענט מען זיינע אפדרוקען.
זונטאג יוני 21, 2020 9:17 pm#452432
פארוואס א באזונדער אשכול ווען העניך האט דאך אנגעהויבן א שמועס אויף דער טעמע.

ATUB @ארי נוהם ATUB
זונטאג יוני 21, 2020 9:20 pm#452433
די קשיא פרעגט שוין די גמ' אין נדה, פ''וו צוויי סימנים סנפיר וקשקשת ווען ס'גייט דאך צוזאמען?
ענטפערט די גמרא, ''להגדיל תורה ויאדיר''...
מאנטאג יוני 22, 2020 1:00 am#452471
כוכב האט געשריבן:פארוואס א באזונדער אשכול ווען העניך האט דאך אנגעהויבן א שמועס אויף דער טעמע.

@ארי נוהם

האסטו נישט געליינט וואס כ'האב געשריבן איידערן מאכן מיין רשימה? כ'האב דאך דאס אדרעסירט און געזאגט אז לדעתי איז העניך'ס געדאנק נישט אזוי שייך ביינינזערע ספרים וסופרים, און לדעתי דארף מען מאכן א פאקוס אויף מחודש'דיגע ספרים, ווי איידער אויף חידושים וואס מ'געפונט אין א ספר (לדוגמא, דער געדאנק פון שרייבן אזא סטיל ווערק ווי תוספות, איז א מחודש'דיגע סארט חיבור. לעומת אזא געדאנק ווי היתר עיסקא, וואס איז א מחודש'דיגע געדאנק וואס מ'טרעפט אין א ספר).

זיין אשכול באציט זיך צו מחודש'דיגע געדאנקען וואס זענען פארצייכנט געווארן אין ספרים, און איך באצי מיך צו מחודש'דיגע ספרים זעלבסט, וויבאלד אין מיינע אויגן איז נאר דאס די וועג וויאזוי צו זען די גאוני'שע שטריכן פון אונזערע גדולי ישראל (וכפי שהעירו נהורא נפישא וכו' באשכול שלו).
מאנטאג יוני 22, 2020 1:01 am#452472
רבינו הקדוש - משניות
רבינא רב אשי - גמרא
דינסטאג יוני 23, 2020 3:13 am#452685
ארי נוהם: איך האב עטליכע הערות אויף דיין מאמר. נאר איך ווילל מיך יעצט שטעללן אויף #7. דו רעכנסט אויס צווישן אנדערע די מעלה פון יד החזקה להרמב"ם אז ער האט עס געשריבן אין א קלארע לשה"ק. דער פאקט איז דאך אבער אז דער רמב"ם האט געשריבן דעם יד החזקה אויף אראביש. און ר' יהודה אבן תיבון האט עס איבערגעזעצט אויף לשה"ק...!
דינסטאג יוני 23, 2020 8:11 am#452693
ערעבערל איר מאכט א טעות מיט די פירוש המשניות און דער מורה וואס געשריבן געווארן אין אראביש, אבער דער יד איז געשריבן אין לה"ק
דינסטאג יוני 23, 2020 11:21 am#452717
cictim האט געשריבן:ערעבערל איר מאכט א טעות מיט די פירוש המשניות און דער מורה וואס געשריבן געווארן אין אראביש, אבער דער יד איז געשריבן אין לה"ק

פאר בערך 50 יאהר צוריק האט זיך געזעצט א גאון ות"ח מיט'ן נאמען: "ר' יוסף קאפח ז"ל"
דער איז געוועזן א תימנער ת"ח, וואס האט עוסק געוועהן אין תורת הרמב"ם,
אלטס אראביש ספיקער האט ער געזוכט צו טרעפן די מקורות פון די ספרים און געמאכט א פרישע תרגום אויף די חיבורים וואס זענען עכט געשריבן געווארן אויף אראביש.
כאמור, אז ער איז געוועהן א גרויסע ת"ח, און ער האט גוט געקענט אלע פלעצער וואס ס'איז פארהאנן סתירות רמב"ם ביד החזקה ארמב"ם בפירוש המשניות.
מיט אסאך בריסקע תורות וואס האבן עוסק געוועהן צו פארענטפערן אט די סתירות,
אונזערע רב קאפאח האט געהאט זייער א מחודש'דיגע מהלך, צו פארענטפערן אלע די קושיות, מיט'ן פשוטער תירוץ אז דער ערשטער מתרגם האט געמאכט א טעות הלשון,
(אינעם אראבישע שפראך איז פארהאן צענדליגע עקסטערע אקצענטן וואס אין א יעדע אקצענט איז פארהאן אסאך ווערטער וועלכע איז אנדערש בין אקצענט לאקצענט).
און מיט די מהלך, האט ער פארענטפערט רובא דרובא פון די סתירות בין דברי הרמב"ם בחיבורו העברי לדבריו בחיבוריו הערביים.
און ווען אפילו די מהלך האט עם נישט פארענטפערט, האט ער געטראפן אנדערע דוחקים צו פארענטפערן.
עד כדי כך אז ביי איינע פון זיינע הגהות האט ער מסביר געוועהן אויף וואס האט ער זיך פארלאזט צו טוישן די גירסא אנדערש ווי דער ערשטער מתרגם, וזה היה הסברו המלומד:
"ככל הנראה, זבוב הטיל רעי על אות פלונית, ועל כן נתארכה ונראתה כאות פלונית..."
(-אז א פליג האט מניח ברכה געוועהן במקום הכתב יד, און פארדעם האט אויסגעזעהן אז [צ.ב.ש.] אנטשטאטס א ג' שטייט אן א'),
און למעשה אז מ'וועט אוועק-נעמען דאס שטיקעל צואת הזבוב (בשינוי אות אחת או שתיים), קומט אויס אז ס'איז געשריבן געוועהן גאר אן אנדערע ווארט און סתירה מעיקרא ליתא...

{אלטס ישיבה קטנה בחור, האב איך געלערנט ביי עפעס א ראש ישיבה אין ארץ ישראל, און ווען איינער פון די בחורים האבן געוואלט מיישב זיין א קושיא בדוחק גדול,
פלעגט דער ראש ישיבה זז"ג זיך אנרופן: "זבוב הטיל רעי, איז שוין א בעסערע אוקימתא..."}
דינסטאג יוני 23, 2020 11:27 am#452718
די גמרא זאגט דאך שוין אז א זבוב קען טוישן אן אות, צב"ש פון אחד צו אחר.
דינסטאג יוני 23, 2020 11:45 am#452719
מיינסט פארקערט.
דינסטאג יוני 23, 2020 11:50 am#452720
cictim האט געשריבן:ערעבערל איר מאכט א טעות מיט די פירוש המשניות און דער מורה וואס געשריבן געווארן אין אראביש, אבער דער יד איז געשריבן אין לה"ק

איך בין מסכים צו דעם וואס דו זאגסט. נאר איך האב אזוי בקבלה. נאר ס'איז מסתבר אז דו ביסט גערעכט. ווייל דער יד החזקה איז צו א מאנומענטאלע ווערק אז מ'זאלל עס קענען פונקטליך איבערזעצן. נישט אז דער מורה אדער די פירוש המשניות איז עפעס א קלייניגקייט...!

אויף דעם מורה נבוכים פארשטיי איך פארוואס דער רמב"ם האט עס געשריבן אויף אראביש. ווייל זיין אוידיענץ האט גערעדט די שפראך. אבער פארוואס האט ער געשריבן דעם פירוש המשניות אויף אראביש...?
דינסטאג יוני 23, 2020 12:01 pm#452725
נקודת אמת: ייש"כ. איך בין ממש אונטערגעטאנצן פון דיין תירוץ. אז ס'איז געווען מער ווי איין מתרגם. ווייל ס'האט מיך באמת געבאדערט פארוואס איז דא אזויפיהל סתירות אין רמב"ם. דאס איז א דבר המתיישב על הדעת...! נאר דער תירוץ פון ..."זבוב הטיל רעי"... איז נישט קיין ערנסטער תירוץ...! ס'איז געשריבן מיט א ביסל הומאר...!
דינסטאג יוני 23, 2020 1:05 pm#452742
berlbalaguleh האט געשריבן:נקודת אמת: ייש"כ. איך בין ממש אונטערגעטאנצן פון דיין תירוץ. אז ס'איז געווען מער ווי איין מתרגם. ווייל ס'האט מיך באמת געבאדערט פארוואס איז דא אזויפיהל סתירות אין רמב"ם. דאס איז א דבר המתיישב על הדעת...! נאר דער תירוץ פון ..."זבוב הטיל רעי"... איז נישט קיין ערנסטער תירוץ...! ס'איז געשריבן מיט א ביסל הומאר...!

האלב די היינטיגערע "סתירות הרמב"ם" און אזוי אויך די פארענפער דעראויף, איז אויך לכל הפחות געשריבן מיט א ביסל הומאר...
(At least hopefully..)
דינסטאג יוני 23, 2020 1:09 pm#452743
קאפח האט איבערגעטייטשט 'סדר טהרות', און ס'איז געדריקט אין 'עוז והדר', אנדערע סדרים האט ער אויך?
דינסטאג יוני 23, 2020 1:10 pm#452744
א וודאי האט ער. מ׳קען עס קויפן אומעטום. אסאך בתי. דרשים האבן עס
דינסטאג יוני 23, 2020 1:15 pm#452746
עוז והדר נוצט איהם נאר אויף טהרות. לויט ווי איך פארשטיי האט די ארגינעלע מתרגם אויף טהרות געמאכט א געפערליכע ארבעט, ווידער די אנדערע סדרים זענען פיין אן איהם אויך.
מיטוואך יוני 24, 2020 1:34 am#452855
אז מען רעדט וועגן דער רמבם, זיין גרעסטע ספר וואס איז דער גרעסטע חידוש איז דער מורה נבוכים.

אין דער ספר האט ער געטוישט דער אנגענומענע אמונת היהדות לעולם ועד. דער יד החזקה איז נישט קיין גרויסע חידוש נאר אין דער אויסשטעלונג, אונז וועלען קיינמאל נישט וויסן אויב די הארבע רמבם'ס זענען מיסטעיקס אדער נישט. אמת, צו שרייבן דער ספר אינגאנצען אליין ווי דער לעגענדע זאגט איז א חידוש, אבער סוף כל סוף האט ער גארנישט מחדש געוועהן מיט דער ספר, אידען האבן געהאלטן דער זעלבע תורה בערך פריער און שפעטער. משא"כ דער מורה האט געטוישט יסודות אין אמונה.
מיטוואך יוני 24, 2020 9:17 am#452870
אנטשולדונג, דער רמב''ם האט קיינמאל חלילה נישט געטוישט קיין שום יסוד אין די אמונה.
ובזה יצאתי ידי חובת מחאה.

איבער ספר היד

דער ישמח משה זי''ע האט אמאל געבעטן פון הימל אז מ'זאל אים שענקן דעם גאט-פארכטיקייט פונעם רמב''ם, און מ'האט אים נאכגעגעבן זיין פארלאנג. נאך א וויילע האט ער געבעטן אז מ'זאל דאס פון אים אוועקנעמען, ער האט דאס נישט געקענט פארטראגן. דער גרויסער הייליגער דאקטאר און פילאזאף, דער דענקער און גאון פון אלע גענעראציעס, האט פארמאגט אזא גאטפארכטיקייט פונעם אלמעכטיגער וואס דער איהעלער רב האט נישט געקענט דערהייבן. זיינע מייסטערהאפטיגע ווערק דעם ספר היד און פירוש המשניות, די ספרים המורה והמדע, זענען מייסטערווערק וועלכע באצויבערן די אלע וואס פארטיפן זיך אין זיי. ס'איז ממש נישט צו באגרייפן דעם טיפזיניגער געדאנקן גאנג פונעם הייליגן רמב''ם. יעדע בוכשטאב באזונדער אזוי גענוי אויסגערעכנט. דער גרויסער רבי יוסף קארו האט זיך גענומען די מוה אפצושרייבן, די אונטערלאגע און די מאטיווען פון יעדע הלכה וואס דער רמב''ם שריייבט און פון וואנעט ער נעמט דאס. דער כסף משנה איז א זאך פאר זיך.

דער וואונדערליכער גאון און אויסנאמליכער תורה ריז, רבי יוסף רזין פון ראָגאַטשאָוו, האט ממש געליטן פון אן אדיקציע צום ספר היד, ער האט דאס ממש נישט געקענט ארויסלאזן פון די הענד. ווען ער איז אויפגעשטאנען האט ער גענומען דעם ספר היד אין די האנט און געזאגט א גוט מארגן רבי! און ווען ער האט זיך געלייגט דאס זעלביגע, א גוטע נאכט רבי! נאך אין זיין יוגענט ווען ער האט געלערנט ביים בריסקער רב, רבי יאשע בער זי''ע, האט ער אינאיינעם מיט זיין פריינד דער זין פונעם בית הלוי רבי חיים זי''ע אינאיינעם געפילעוועט אינעם ספר היד. ס'האט טאקע זייער נישט געשמעקט פארן בית הלוי, ער האט ענדערש געוואלט אז זיי זאלן פילעווען אין גמרא. האבן די צוויי באהאלטן זייערע משנה תורות אונטער זייערע גמרות אזוי אז דער בית הלוי זאל זיי נישט כאפן ביי די מעשה... ווי וואונדערליך איז אז די ביידע תורה לייבן האבן יארן שפעטער פארפאסט וואונדערליכע ספרים אויפן רמב''ם, איטליכער לויט זיין איינגארטיגע גאנג, חדושי רבינו חיים און צפנת פענח.
מיטוואך יוני 24, 2020 9:26 am#452872
קאך-לעפל איז גערעכט, דער רמב"ם האט נישט געטוישט קיין שום יסוד אין אמונה, רס"ג, שמואל בר חפני, און נאך האבן שוין געטוישט פריער.
מיטוואך יוני 24, 2020 9:28 am#452873
קאך_לעפל האט געשריבן:אנטשולדונג, דער רמב''ם האט קיינמאל חלילה נישט געטוישט קיין שום יסוד אין די אמונה.


דער רמב"ם האט נישט געטוישט, ווייל עס איז נאכנישט געווען פון וואס צו טוישן, דער רמב"ם האט דאך מחדש געווען די י"ג עיקרים, (כלומר ער האט מחדש געווען וואס איז אן עיקר און וואס נישט), און נישט יעדער האט מסכים געווען מיט איהם אין אלעס, כידוע.
למשל דאס אז *אינו גוף ולא ישיגוהו משיגי הגוף* איז אן עיקר אמונה, דאס איז א חידוש פונעם רמב"ם, און דער ראב"ד איז חולק דערויף.
מיטוואך יוני 24, 2020 9:36 am#452876
קיינער האט נישט געטוישט גארנישט! די אמונה איז פון סיני. ס'האט זיך נישט געטוישט און ס'גייט זיך נישט טוישן. און ווער ס'זאגט אנדערש איז א כופר!
מיטוואך יוני 24, 2020 9:41 am#452878
קאך_לעפל האט געשריבן:קיינער האט נישט געטוישט גארנישט! די אמונה איז פון סיני. ס'האט זיך נישט געטוישט און ס'גייט זיך נישט טוישן. און ווער ס'זאגט אנדערש איז א כופר!

סאו ווער איז געווען דער כופר, רב הלל (סנהדרין צט.) אדער דער רמב"ם?
מיטוואך יוני 24, 2020 9:42 am#452879
קיינער פון זיי. נאר דער וואס ס'זאגט אז די אמונה קען זיך חלילה טוישן... דער איז א כופר.
מיטוואך יוני 24, 2020 10:01 am#452881
בקיצור, קיין חידושים איז נישט מעגליך, ווייל אלס איז מסיני, און ממילא פאסט נישט די גאנצע אשכול. עס איז נישט דא קיין עמטליכע חילוק צווישן הלכה או 'השקפה', און פונקט ווי מ'קען נישט מחדש זיין אין השקפה, לפי דברי קאך, קען מען דאך אויך נישט מחדש זיין אין הלכה.
מיטוואך יוני 24, 2020 10:39 am#452885
לטעמי, ספר הקדוש ויואל משה איז פון די מערסטע מחודש'דיגע ספרים בעת החדשה,
בעיקר מיט די צאם-שטעלן דרוש מיט מוסר און פסק'נען הלכה לויט זיי.
ATUB @רביה''ק זי''ע ATUB ביסט מסכים מיט מיר?
מיטוואך יוני 24, 2020 12:24 pm#452896
אישתישבי האט געשריבן:אז מען רעדט וועגן דער רמבם, זיין גרעסטע ספר וואס איז דער גרעסטע חידוש איז דער מורה נבוכים.

אין דער ספר האט ער געטוישט דער אנגענומענע אמונת היהדות לעולם ועד. דער יד החזקה איז נישט קיין גרויסע חידוש נאר אין דער אויסשטעלונג, אונז וועלען קיינמאל נישט וויסן אויב די הארבע רמבם'ס זענען מיסטעיקס אדער נישט. אמת, צו שרייבן דער ספר אינגאנצען אליין ווי דער לעגענדע זאגט איז א חידוש, אבער סוף כל סוף האט ער גארנישט מחדש געוועהן מיט דער ספר, אידען האבן געהאלטן דער זעלבע תורה בערך פריער און שפעטער. משא"כ דער מורה האט געטוישט יסודות אין אמונה.


חידוש, אין דעם אשכול, מיינט נישט דוקא אז די תוכן איז מחודש. חידוש איז אויף די ספר בכלל, די געדאנק פון די ספר און די וועג ווי אזוי ס'איז געשריבן. משנה תורה איז געשריבן געווארן אסאך רייכער ווי די אנדערע הלכה'דיגע חיבורים פון ראשונים.

אזוי אויך, למשל, וואס נקודת אמת שרייבט, ויואל משה איז א חידוש, דאס איז באמת א חידוש פון א ספר, נישט קיין נפק"מ צו מ'איז מסכים מיט עם צו נישט.
מיטוואך יוני 24, 2020 1:35 pm#452903
וואלווי האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:אז מען רעדט וועגן דער רמבם, זיין גרעסטע ספר וואס איז דער גרעסטע חידוש איז דער מורה נבוכים.

אין דער ספר האט ער געטוישט דער אנגענומענע אמונת היהדות לעולם ועד. דער יד החזקה איז נישט קיין גרויסע חידוש נאר אין דער אויסשטעלונג, אונז וועלען קיינמאל נישט וויסן אויב די הארבע רמבם'ס זענען מיסטעיקס אדער נישט. אמת, צו שרייבן דער ספר אינגאנצען אליין ווי דער לעגענדע זאגט איז א חידוש, אבער סוף כל סוף האט ער גארנישט מחדש געוועהן מיט דער ספר, אידען האבן געהאלטן דער זעלבע תורה בערך פריער און שפעטער. משא"כ דער מורה האט געטוישט יסודות אין אמונה.


חידוש, אין דעם אשכול, מיינט נישט דוקא אז די תוכן איז מחודש. חידוש איז אויף די ספר בכלל, די געדאנק פון די ספר און די וועג ווי אזוי ס'איז געשריבן. משנה תורה איז געשריבן געווארן אסאך רייכער ווי די אנדערע הלכה'דיגע חיבורים פון ראשונים.

אזוי אויך, למשל, וואס נקודת אמת שרייבט, ויואל משה איז א חידוש, דאס איז באמת א חידוש פון א ספר, נישט קיין נפק"מ צו מ'איז מסכים מיט עם צו נישט.

איידער דער רמב״ם, האט לערנען געמיינט די גאנצע חשך און פארפלאנטערטקייט פון א סוגיא, קשיאס, הערות, תירוצים מיט נייע קשיאס, וחוזרים חלילה. עס איז נישט געווען קיין שום וועג צו וויסען וואס צו טון, נאר דורך די חשך. דער רמב״ם איז דער ערשטע אוועק צו שטעלן א דארט לערנען לייכט, שנעל און קלאר. און פון דעם האבען מיר א שו״ע מיט א קיצור שו״ע, א משנה ברורה און א נטעי גבריאל.
דאס איז א חידוש פון א גאנג פון לערנען, און דאס האט אויך פאראורזאכט אז דומ׳ער פוילע מענטשן פאררופן זיך אלס ׳רמב״ם אידן׳, ווייל זיי ווילן נישט ארבעטן און ווילן נאכאלס הייסן מענטשן צום טיש.
מיטוואך יוני 24, 2020 5:43 pm#452930
לייבל שטילער האט געשריבן:עוז והדר נוצט איהם נאר אויף טהרות. לויט ווי איך פארשטיי האט די ארגינעלע מתרגם אויף טהרות געמאכט א געפערליכע ארבעט, ווידער די אנדערע סדרים זענען פיין אן איהם אויך.

עוז והדר נוצט פון איינעם קורח, נישט קאפח.
מיטוואך יוני 24, 2020 6:56 pm#452938
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און דאס האט אויך פאראורזאכט אז דומ׳ער פוילע מענטשן פאררופן זיך אלס ׳רמב״ם אידן׳, ווייל זיי ווילן נישט ארבעטן און ווילן נאכאלס הייסן מענטשן צום טיש.

האלטסט טאקע אז די 'יסוד הנפשי' ארונטער די מהלך פון די רמב"ם'יסטים
איז פשוט א גרינגערע וועג פון ארבעטס-לאזע יונגען זיך צו פיהלן בעסער מיט זייערע מהלך החיים?
איך האלט אז דו ביסט נישט גערעכט,
אבער איך האב דיר פארגינט א לייק פאר די חידוש אז דו האלטסט אזוי.
מיטוואך יוני 24, 2020 7:10 pm#452942
מען טרייבט איבער דער משנה תורה. כאילו ער קלארט אױס סוגיות, אבי גערעדט.
סך הכל שרייבט ער פסקים וואס קומט ארויס פין די גמרא, און אמת, עס איז געשריבן מיט א רייכע לשון, אבער מען זאל רעדען דא פין עפעס אזוי געוואלדיג.

דער שיינע מעשה וואס קאך לעפעל ברענגט מיט דער ראגאטשאווער און ר' חיים, במח"כ הקאך, ער מיינט אוודאי דער אור שמח מיט דער ראגאטשאווער,ער מישט נעמען, קעה"ר. אבער לעצם במעשה, דער ראגאטשאווער האט זייער ליב געהאט דער רמב"ם, פארוואס? ווייל ער האט געקענט זאגן שיינע תורה צו פארענטפערן שווערע רמב"ם'ס, עס איז זיכער אז ווען דער רמב"ם שרייבט אליין דער כסף משנה וואלטען זיי ביידע אים נישט אזוי ליב געהאט, און זיי וואלטען אים נישט געזאגט גוט מארגען און א גוטע נאכט יעדעס טאג.

און לגבי דער מחאה פין הרב קאך, און זיין עקסטרעמע אנרופען א כופר פאר איינע וואס זאגט אז דער רמב"ם טוישט "אמונה", רב קאך, די לעב ווייטער אין דיין באבעל, עס איז בעסער פאר דיר, קריך נישט ארויס חלילה, ווער ווייסט ווי די וועסט לאנדען, אבער פאר דער וואס מיינט אז יש ממש לדבריו, איז ווי אנדערע האבן שוין דא געשריבן, דער גאנצע ענין אז מען טאר נישט מייחס זיין א גוף צום אויבערשטען, און בכלל אז מען דארף מאכן אידישקייט שטימען מיט דער ראציאנאלע זאכען וואס חכמי הגוים זאגען, דאס איז דער רמב"ם, אפילו נאך דער רמב"ם האבן נאך אסאך געהאלטן אז מען מעג יא מייחס זיין א גוף, ווי דער ראב"ד.

היינט איז אנגענומען ווי דער רמב"ם, אבער מען רעדט נאך אלץ אסאך מיט הגשמה, ווי די מקובלים וואס פליפפלאפען אין דעם ענין.
מיטוואך יוני 24, 2020 7:57 pm#452957
עס זעט אויס אז מיר זענען אזוי צוגעוואוינט צו די חידוש פון דער רמב״ם, אזש מ׳קען נישט פארשטעלן א לעבן אן אים, וכיוצא בו.

ATUB @נקודת-אמת ATUB , איך וויל שרייבן א מאמר אויף די רמב״ם אידן, איך ווארט נאר ביז דער נער גייט ארויס פון מקוה. נישט וועלן ארבעטן מיינט נישט ביי מיר ארבעטן בגשמיות, נאר ארבעטן און זיך פלאגן אין לערנען
מיטוואך יוני 24, 2020 8:05 pm#452960
נקודת-אמת האט געשריבן:לטעמי, ספר הקדוש ויואל משה איז פון די מערסטע מחודש'דיגע ספרים בעת החדשה,
בעיקר מיט די צאם-שטעלן דרוש מיט מוסר און פסק'נען הלכה לויט זיי.
@רביה''ק זי''ע ביסט מסכים מיט מיר?

א חידוש וואס איז טאקע נישט אנגענומען דורך רוב מנין ובנין פון כלל ישראל מחמת דעם....
מיטוואך יוני 24, 2020 11:28 pm#452987
קאך_לעפל האט געשריבן:קיינער פון זיי. נאר דער וואס ס'זאגט אז די אמונה קען זיך חלילה טוישן... דער איז א כופר.

לאמיך מיטשפילן כאילו דו פארשטייסט נישט און אביסל מער צולייגן די חשבון וואס פירט אהין. רב הלל זאגט אז חזקיהו המלך איז געווען משיח, ימות המשיח איז נאר פערציג יאר, און די גאנצע זאך איז שוין פאריבער, קומט דער רמב"ם און זאגט אז משיח איז נאכנישט געקומען און ווער ס'גלייבט נישט משיח גייט נאך קומען איז א כופר. איז איינס פון די דריי: א) רב הלל איז געווען א כופר ווייל ער האט נישט געגלייבט און געהאפט אויף משיח'ס קומען. ב) דער רמב"ם האט גערעדט שטותים ווייל מ'זעהט פון רב הלל אז מ'קען לייקענען אין ביאת המשיח און מ'ווערט נאכנישט קיין כופר ג) אמונה קען זיך טוישן, וואס אין רב הלל'ס צייטן איז געווען אמונה איז אין רמב"מ'ס צייטן געווען כפירה. האסטו אן אנדערן וועג ארויס?
דאנערשטאג יוני 25, 2020 12:53 am#453003
דארפסט נישט גיין ביז ר' הלל, עס איז דא א מחלוקת פין בעש"ט און גר"א וואס יעדער איז א אפיקורס לויט דער אנדערע אױב מען גלייבט אין דער אנדערע שיטה.

הגם דער מחלוקת איז פין אביסל פריער, דער שומר אמונים מיט דער משנת חסידים, אבער כמדומני אז זיי האבן נישט גענומען דער מחלוקת צו דער אפיקורס לעוועל.

איך שיהיה האבן מיר דא אזעלכע נארישע מענטשן וואס מיינען אז איינער גיבט א פליפ ווען זיי זאגן כופר ווייל דער נער האט זיי געשטיפט, להווי ידוע אז איך נישט. דורך גרעפסען כופר אהן קיין ראיות לייגט עס אים נאר מער אריין אין דער קאטעגאריע פין די וואס דער פסוק זאגט אז מען זאל זיי נישט ענטפערן...

דער קאך מיינט אוודאי אז דער רמב"ם האט געגלייבט אין דער זעלבע אמונה ווי ער. ווען ער זאל וויסן וואס דער רמב"ם האלט אים פאר.
דאנערשטאג יוני 25, 2020 12:59 am#453006
נקודת-אמת האט געשריבן:לטעמי, ספר הקדוש ויואל משה איז פון די מערסטע מחודש'דיגע ספרים בעת החדשה,
בעיקר מיט די צאם-שטעלן דרוש מיט מוסר און פסק'נען הלכה לויט זיי.
@רביה''ק זי''ע ביסט מסכים מיט מיר?

צדיקים פלעגן זאגן אז איין בלאט על הגאולה האט מער חידושים ווי גאנץ ויואל משה.
אבער אז מרעדט פון סיגעטע סאטמערע ספרים איז בלי שום ספק אז די ספר ״ברך משה״ איז די שטערקסטע. שיינע געשמאקע און לייכטע תורות, א כאפ א בליץ, גוט נאכצוזאגן ביי א דרשה וכדומה. אויך איז עס זייער א ריינע נארמאלע ספר אן קיין גראבע נארישקייטן.
דאנערשטאג יוני 25, 2020 6:02 am#453019
אישתישבי האט געשריבן:מען טרייבט איבער דער משנה תורה. כאילו ער קלארט אױס סוגיות, אבי גערעדט.
סך הכל שרייבט ער פסקים וואס קומט ארויס פין די גמרא, און אמת, עס איז געשריבן מיט א רייכע לשון, אבער מען זאל רעדען דא פין עפעס אזוי געוואלדיג.

דער שיינע מעשה וואס קאך לעפעל ברענגט מיט דער ראגאטשאווער און ר' חיים, במח"כ הקאך, ער מיינט אוודאי דער אור שמח מיט דער ראגאטשאווער,ער מישט נעמען, קעה"ר. אבער לעצם במעשה, דער ראגאטשאווער האט זייער ליב געהאט דער רמב"ם, פארוואס? ווייל ער האט געקענט זאגן שיינע תורה צו פארענטפערן שווערע רמב"ם'ס, עס איז זיכער אז ווען דער רמב"ם שרייבט אליין דער כסף משנה וואלטען זיי ביידע אים נישט אזוי ליב געהאט, און זיי וואלטען אים נישט געזאגט גוט מארגען און א גוטע נאכט יעדעס טאג.

און לגבי דער מחאה פין הרב קאך, און זיין עקסטרעמע אנרופען א כופר פאר איינע וואס זאגט אז דער רמב"ם טוישט "אמונה", רב קאך, די לעב ווייטער אין דיין באבעל, עס איז בעסער פאר דיר, קריך נישט ארויס חלילה, ווער ווייסט ווי די וועסט לאנדען, אבער פאר דער וואס מיינט אז יש ממש לדבריו, איז ווי אנדערע האבן שוין דא געשריבן, דער גאנצע ענין אז מען טאר נישט מייחס זיין א גוף צום אויבערשטען, און בכלל אז מען דארף מאכן אידישקייט שטימען מיט דער ראציאנאלע זאכען וואס חכמי הגוים זאגען, דאס איז דער רמב"ם, אפילו נאך דער רמב"ם האבן נאך אסאך געהאלטן אז מען מעג יא מייחס זיין א גוף, ווי דער ראב"ד.

היינט איז אנגענומען ווי דער רמב"ם, אבער מען רעדט נאך אלץ אסאך מיט הגשמה, ווי די מקובלים וואס פליפפלאפען אין דעם ענין.


איך מיש נישט גארנישט, דו ווייסט נישט אויף וועלכע פלאנעט די געפונסט זיך. מאך דיין היים ארבייט... אלענפאלס כ'האב ממילא נישט קיין נערווען צו אייך. זייטס מיר געזונט און פריש..
דאנערשטאג יוני 25, 2020 10:14 am#453033
Re: וועלכע זענען די מערסט מחודש'דיגע ספרים פון גדולי ישראל?
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס זעט אויס אז מיר זענען אזוי צוגעוואוינט צו די חידוש פון דער רמב״ם, אזש מ׳קען נישט פארשטעלן א לעבן אן אים, וכיוצא בו.

@נקודת-אמת, איך וויל שרייבן א מאמר אויף די רמב״ם אידן, איך ווארט נאר ביז דער נער גייט ארויס פון מקוה. נישט וועלן ארבעטן מיינט נישט ביי מיר ארבעטן בגשמיות, נאר ארבעטן און זיך פלאגן אין לערנען
דאכציך אז דער רי"ף האט געמאכט זיין חיבור נאך איידער דעם רמב"ם נאר דער רמב"ם האט דאס מער פארברייטערט.
די 'חידוש' שבו איז לכאו' דעם ריף'ס.
דאנערשטאג יוני 25, 2020 9:52 pm#453073
קל וחומר האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס זעט אויס אז מיר זענען אזוי צוגעוואוינט צו די חידוש פון דער רמב״ם, אזש מ׳קען נישט פארשטעלן א לעבן אן אים, וכיוצא בו.

@נקודת-אמת, איך וויל שרייבן א מאמר אויף די רמב״ם אידן, איך ווארט נאר ביז דער נער גייט ארויס פון מקוה. נישט וועלן ארבעטן מיינט נישט ביי מיר ארבעטן בגשמיות, נאר ארבעטן און זיך פלאגן אין לערנען
דאכציך אז דער רי"ף האט געמאכט זיין חיבור נאך איידער דעם רמב"ם נאר דער רמב"ם האט דאס מער פארברייטערט.
די 'חידוש' שבו איז לכאו' דעם ריף'ס.

מיר קוקט דער רמבם אויס גאר אנאנדערע סארט חיבור ווי דער ריף. איה"נ דער ריף איז מכריע צווישען גמרות און פיהרט אויס אליבא דהלכתא אבער דער אופן פון דעם רמבםס הערליכע סדר הדברים איז גענצליך ניי און עס איז נישטא קיין שפיר פון דעם אינעם ריף
זונטאג יוני 28, 2020 7:54 pm#453232
mevakesh האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס זעט אויס אז מיר זענען אזוי צוגעוואוינט צו די חידוש פון דער רמב״ם, אזש מ׳קען נישט פארשטעלן א לעבן אן אים, וכיוצא בו.

דאכציך אז דער רי"ף האט געמאכט זיין חיבור נאך איידער דעם רמב"ם נאר דער רמב"ם האט דאס מער פארברייטערט.
די 'חידוש' שבו איז לכאו' דעם ריף'ס.

מיר קוקט דער רמבם אויס גאר אנאנדערע סארט חיבור ווי דער ריף. איה"נ דער ריף איז מכריע צווישען גמרות און פיהרט אויס אליבא דהלכתא
אבער דער אופן פון דעם רמבםס הערליכע סדר הדברים איז גענצליך ניי און עס איז נישטא קיין שפיר פון דעם אינעם ריף

ריכטיג, און מ'האט שוין דערמאנט אויבן דער עניין,
דער חידוש פונעם רמב"ם איז פארשטייטזיך די נייע סדר הדברים, און פארשטייטזיך די דיוק הלשון וואס א יעדע קוצו של יו"ד איז אויסגערעכנט.
משא"כ דער רי"ף האט בעצם בסה"כ מלקט געוועהן מתוך מסכתות הש"ס די סוגיות הנוגעות הלכה למעשה,
אבער נאך אלטס, ווען נישט די ארבעט וואס די רי"ף האט אריינגעהארעוועט צו מסכם זיין נאר די הלכה למעשה סוגיות,
בין איך נישט זיכער אז מיר וואלטן זוכה געוועהן צו אזא רמב"ם, וכבר העירו כעי"ז למעלה, ד'צבת בצבת עשוייה'.
מאנטאג יוני 29, 2020 9:04 am#453269
אישתישבי האט געשריבן:מען טרייבט איבער דער משנה תורה. כאילו ער קלארט אױס סוגיות, אבי גערעדט.
סך הכל שרייבט ער פסקים וואס קומט ארויס פין די גמרא, און אמת, עס איז געשריבן מיט א רייכע לשון, אבער מען זאל רעדען דא פין עפעס אזוי געוואלדיג.

דער שיינע מעשה וואס קאך לעפעל ברענגט מיט דער ראגאטשאווער און ר' חיים, במח"כ הקאך, ער מיינט אוודאי דער אור שמח מיט דער ראגאטשאווער,ער מישט נעמען, קעה"ר. אבער לעצם במעשה, דער ראגאטשאווער האט זייער ליב געהאט דער רמב"ם, פארוואס? ווייל ער האט געקענט זאגן שיינע תורה צו פארענטפערן שווערע רמב"ם'ס, עס איז זיכער אז ווען דער רמב"ם שרייבט אליין דער כסף משנה וואלטען זיי ביידע אים נישט אזוי ליב געהאט, און זיי וואלטען אים נישט געזאגט גוט מארגען און א גוטע נאכט יעדעס טאג.

און לגבי דער מחאה פין הרב קאך, און זיין עקסטרעמע אנרופען א כופר פאר איינע וואס זאגט אז דער רמב"ם טוישט "אמונה", רב קאך, די לעב ווייטער אין דיין באבעל, עס איז בעסער פאר דיר, קריך נישט ארויס חלילה, ווער ווייסט ווי די וועסט לאנדען, אבער פאר דער וואס מיינט אז יש ממש לדבריו, איז ווי אנדערע האבן שוין דא געשריבן, דער גאנצע ענין אז מען טאר נישט מייחס זיין א גוף צום אויבערשטען, און בכלל אז מען דארף מאכן אידישקייט שטימען מיט דער ראציאנאלע זאכען וואס חכמי הגוים זאגען, דאס איז דער רמב"ם, אפילו נאך דער רמב"ם האבן נאך אסאך געהאלטן אז מען מעג יא מייחס זיין א גוף, ווי דער ראב"ד.

היינט איז אנגענומען ווי דער רמב"ם, אבער מען רעדט נאך אלץ אסאך מיט הגשמה, ווי די מקובלים וואס פליפפלאפען אין דעם ענין.

איש, איך פארשטיי נישט וויאזוי דו קענסט אזוי מזלזל זיין אין יד החזקה. אין יעדער יוריסטישע סיסטעם איז דער קאדיפיקאציע (codification) פון געזעצן איינס פון די וויכטיגסטע זאכן צו דער געוועלדיקן פון געזעץ און היינו הך לגבי הלכה. כאטש דער רי"ף האט שוין אויסגעשלאסן די שקלא וטריא פון דער גמרא, איז דער רמב"ם דער ערשטער וואס האט גענומען אלעס וואס איז געווען פאר אים און עס מסדר געווען אויף נושאים, פרקים און הלכות און דאס האט א השפעה אויף הלכה עד היום הזה דורך דער טור, שו"ע און אלע נושאי כלים. פארגעס פון די קשיות און סתירות און קוועטשן. די קאלאסישע ארבעט ליגט אין דער וויזיע דערפון און אין דער גאונות עס דורכצופירן סיי מיט א סדר און סיי אויף א גראדע פשוטע שפראך.
מאנטאג יוני 29, 2020 8:17 pm#453340
צפור בודד: דו דערמאנסט מיר א זיסע מעשה (וואס איז יא אדער נישט געשעהן). ווען דוד בן גוריון האט באזוכט ביים חזון אי"ש האט ער איהם געפרעגט פארוואס ער איז קעגן דעם אז ישיבה בחורים זאל גיין אין מיליטער, "וואס וואלסטו געוואלט, מ'זאל געבן פאר אלע ישיבה בחורים בבא קמא גמראס?! ווער וועט אונז באשיצן פון די אראבער?" האט איהם דער חזון איש געענטפערט אז אמאל איז א מענטש געגאנגען אין גאס אין די ביטערע פרעסטן אין רוסלאנד און ער פילט ווי זיינע פינגער ווערן פארפרוירן, נעמט ער אביסל שניי אין די הענט און נעמט זיך עס רייבן צווישן די הענט און אזוי האט ער זיך אנגעווארעמט די הענט. דערנאך גיבט ער א הייב אויף די אויגן צום הימל און שרייט אויס "הייליגער באשפער טאטע זיסער! איך דאנק דיר פאר די קעלט ווייל אדאנק דעם האב איך געהאט שניי זיך צו קענען אנווארעמען די הענט..." קען טאקע זיין אז אינעם יעצטיגן מצב דארף מען א מיליטער זיך צו באשיצן - האט דער חזון איש אויסגעפירט - אבער ווער האט דיך געבעטן... און קום מיר נישט פארקויפן אז איך דארף די מכיר טובה זיין דערפאר, מוחל טובות.

הנוגע לעינינו, ביז דער רי"ף, רמב"ם, און די אנדערע פוסקים איז בכלל נישט געווען אזא באשעפעניש ווי "הלכה", הלכה איז געווען אזויווי מנהגים היינט. די גמרא האט געהאט בערך אזא חשיבות ווי די זמירות דברי יואל היינט, געטון האט מען וואס דער טאטע האט געטון און מ'האט אויך אריינגקוקט אין גמרא און אויפגעפיקט "הלכות" אין וואס מ'האט געפילט א געשמאק, מחייב געווען האט עס פונקט ווי די זמירות דברי יואל (אגב: היינט איז דען אנדערש..?). יא, פארשטייט זיך אז איינמאל דער רמב"ם האט געשריבן זיין ספר האלטסטו אז ס'איז דיר מחייב, און היינט הונדערטער יארן דערנאך טראכטן אונז "וואס האט מען געטון פאר'ן רמב"ם...", ער האט אבער קיינעם נישט קיין טובה געטוהן מיט זיין ספר, מ'האט זיך זייער גוט אן עצה געגעבן אן דעם אויך. ער האט גארנישט גרינגער געמאכט, נאר צוגעלייגט נאך פסקים מיט וואס מ'דארף זיך רעכענען, סתם קאמפליצירט געמאכט א פשוט'ע קאנצעפט. ווי האט דער חזון איש געזאגט, "מוחל טובות"...
מאנטאג יוני 29, 2020 9:05 pm#453347
רביה"ק זי"ע: און פאר'ן רמב"ם'ס צייטן. ווען איינער האטציך געוואלט מאכן א טיי אין א קאלטן, ווינטער'דיגן שבת נאכמיטאג. און ער האט נישט געוואוסט אויב מ'מעג. איז ער דען נישט געגאנגען פרעגן דעם ..."חכם"...אויב מ'מעג נוצן טי בעגס אום שבת...! (לאל).
מאנטאג יוני 29, 2020 10:59 pm#453360
רביה"ק: אן ענליכע קשיא האב איך געפרעגט מיין טאטע וואס האט מיך פארגעהאלטן אז כ'דארף זיך פארבעסערן אין "כיבוד אב ואם", אז די גמ' זאגט דאך נמנו וגמרו טוב לו לאדם שלא נברא משנברא, ווידער דער טעם פון כיבוד אב איז אלץ הכרת הטוב כמבואר בחינוך, דו"ק ותשכח
דינסטאג יוני 30, 2020 6:06 am#453386
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:צפור בודד: ... הנוגע לעינינו, ביז דער רי"ף, רמב"ם, און די אנדערע פוסקים איז בכלל נישט געווען אזא באשעפעניש ווי "הלכה", הלכה איז געווען אזויווי מנהגים היינט. די גמרא האט געהאט בערך אזא חשיבות ווי די זמירות דברי יואל היינט, געטון האט מען וואס דער טאטע האט געטון און מ'האט אויך אריינגקוקט אין גמרא און אויפגעפיקט "הלכות" אין וואס מ'האט געפילט א געשמאק, מחייב געווען האט עס פונקט ווי די זמירות דברי יואל (אגב: היינט איז דען אנדערש..?). יא, פארשטייט זיך אז איינמאל דער רמב"ם האט געשריבן זיין ספר האלטסטו אז ס'איז דיר מחייב, און היינט הונדערטער יארן דערנאך טראכטן אונז "וואס האט מען געטון פאר'ן רמב"ם...", ער האט אבער קיינעם נישט קיין טובה געטוהן מיט זיין ספר, מ'האט זיך זייער גוט אן עצה געגעבן אן דעם אויך. ער האט גארנישט גרינגער געמאכט, נאר צוגעלייגט נאך פסקים מיט וואס מ'דארף זיך רעכענען, סתם קאמפליצירט געמאכט א פשוט'ע קאנצעפט. ווי האט דער חזון איש געזאגט, "מוחל טובות"...

איך בין שאקירט וואס איך ליין דא. ביסטו אויפן קאפ געפאלן? "מוחל טובות" אויף דער נשר הגדול?! מי לנו גדול ממשה שעליו אמרו ממשה ועד משה לא קם כמשה. מליצות אין שאקירונגען אין דער זייט, ראשית כל, מאכסטו אזוינע גראנדיזע דערקלערונגען אן קיין טראפ הוכחות אדער מקורות. חקיו ומשפטיו לישראל זענען "מנהגים"? די משנה איז וואס "דער טאטע האט געטון"? די חשיבות פון זמירות דברי יואל איז באגרעניצט צו אפאר זיפ קאודס און דו פארגלייכסט עס צו דעם תלמוד בבלי וואס אין לנו שיור רק התורה הזאת? וואס רייכערסטו? שאילתות פון רב האי זענען "צו פילן א געשמאק"? אפשר זענען די עשרת הדברות אויך מוחל טובות און מען דארף טון ווי קין און הבל און די עשרת השבטים צו יוסף? אפילו די וואס האבן געקריגט אויפן רמב"ם האבן געהאלטן אז ער איז צו שטארק און שטאלץ און נישט געשריבן מקורות, ווייז אבער א מקור אז ער האט געמאכט הלכה וואו פאר דעם איז געווען מנהג.

ווער רעדט דא פון א טובה טון און זיך אן עצה געבן? מען רעדט פון חידושים. יעדער פאלק פון כתב ולשון האט געזעצן און עם ישראל ווערט פאררעכעט צווישן די ערשטע מחוקקים. נאך די משנה און גמרא זענען די הלכות געווען פארשפרייט אן קיינער חוץ יחודי סגולה זאל זיי פארשטיין אדער אפילו געפונען. איז געקומען דער רמב"ם און מסדר געווען (קאודיפייד) כל התורה כולה בלשון השווה לכל אדם וואס עד היום הזה האלט זיך דער סדר און די שפראך איז איינפאך און לייכט צו פארשטיין. ביז היינט רעדט מען פון דער רוימישער ד'זוסטיניען קאוד. די פראנצויזן האבן געווארט ביז נאפאליאן אויף א קאוד, דער באקאנטער אמעריקאנער UCC איז אפילו נישט זיבעציג יאר אלט בשעת ווען דער רמב"ם האט שוין מיט כמעט ניין הונדערט יאר צוריק געשריבן ספר קנין און און הלכות מכירה און אזוי די גאנצע תורה דבר דבור על אופיניו, קומט זיך איינער און זאגט "מוחל טובות".

איך ווייס פון די מחלוקת'ן ארום משנה תורה און די פולמוס'ן, אבער איבער דער חידוש אליין? עס איז בכלל נישט שייך זיך צו קריגן. די פולמוס'ן זענען אויך געווען בשעתו, היסטאריע האט אבער באוויזן אז נישט קיין חילוק צי מען נעמט אן זיינע פסקים צי נישט איז דער גרויסקייט פון זיין ספר יוניווערסאל.
דינסטאג יוני 30, 2020 7:03 am#453387
עס האט קיינער נישט געזאגט אז די לעבן איז געווארן גרינגער, נאר דער היטן תורה. דער וואס האט נישט געוואלט היטן תורה, נאר 'וואס דער טאטע האט געטון', האט טאקע ווייניג נוצן פון דער רמב"ם, און מער פון דער זמירות דברי יואל. פאר אזא איינער רעדט מען נישט.