Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • וואס זענען די מערסט גאונות'דיגע געדאנקען ביי גדולי ישראל

קאווע שטיבל • וואס זענען די מערסט גאונות'דיגע געדאנקען ביי גדולי ישראל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
101 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13966
זונטאג יוני 21, 2020 9:12 am#452305
וואס זענען די מערסט גאונות'דיגע געדאנקען ביי גדולי ישראל
אין דער וועלט פון וויסנשאפט זענען פאראן געציילטע וויסנשאפטלער וואס האבן רעוואלוציאנירט די וועלט מיט זייער חכמה. ווען מ'לייענט זייערע ערפינדונגען רייסט זיך ארויס שטוינונג ווי א ילוד אשה האט געקענט צוקומען צו אזא טיפער חכמה. דאס נעמט אריין אייזיק ניוטאן, און זיין ערפינדונג פון גראוויטי, און אלבערט איינשטיין און רעלאטיוויטי.

כאפ אן גראוויטי. ס'איז פשוט נישט צו פארשטיין ווי א מענטש האט געקענט משיג זיין אז ס'איז באמת נישטא אזא מושג אז זאכן "פאלן אראפ", נאר אז גרויסע מאסע ציט צו זיך זאכן מיט א קלענערע מאסע, און אייגנטליך איז דאס אויך די סיבה פארוואס די לבנה דרייט זיך ארום דער וועלט, און ערקלערט דער גאנג פון כל צבא השמים.

די דאזיגע געדאנקען זענען אזוי נישט אינטואיטיוו, און אפילו היינט, אז מיר לייגן זיך אריין אין א מצב ווען מ'האט נאך נישט געוואוסט די אלע זאכן, רייסט זיך ארויס אויף ניוטאן "לית דין בר נש!" ווי האט ער דאס געקענט משיג זיין?

איז מיין שאלה, וואס איז דער איקווילאנט אין חכמת התורה? ווער איז דער גדול בישראל וועלכער האט ערפינדן אין אידישקייט א געדאנק, א חידוש, עפעס וואס ס'איז נישט צו פארשטיין וויאזוי א ילוד אשה האט דאס געקענט פון זיך אליין משיג זיין?

איך רעד נישט פון א גאונישן חיבור וואס יעדער זעט דעם אומגלויבליכן כשרון, נאר פון איין ספעציפישן געדאנק, וואס איינמאל מ'הערט עס פארשטייט מען אז ס'איז אמת לאמיתו (אדער ס'איז נתברר געווארן אז ס'איז אמת במשך הימים), אבער ס'איז נישט צו פארשטיין וויאזוי א פשוט'ער מענטשליכער מוח האט געקענט צוקומען צו אזא גאונות.

דאס איז אן ערנסטער אשכול. איך וועל פארמעקן אומפאסיגע ענטפערס און תגובות.
זונטאג יוני 21, 2020 9:54 am#452307
מיגו כח הטענה.
זונטאג יוני 21, 2020 10:10 am#452310
וויבאלד תורה איז אן אנדערן פאך ווי ווסענשאפט, איז נישט מעגליך צוצושטעלן תורה צו אנדערע וויסענשאפטן.

די תורה איז דאך אלס געבויט אויף פריערדיגע, ממילא זוכט מען לכתחילה נישט קיין חידושים.

אבער לגופו של דבר, האט דער רמב"ם ערפינדן א נייעם סארט מהלך אין מסיק זיין א סוגיא, מיט די מסקנות להלכה אן די פלפול, און בתוך דקדוק הלשון ווערט אויסגעשמועסט די עומק כוונת הענין. מ'האט זיך געדינגן אויף אים, אבער היסטאריא האט באוויזן אז דער עולם האט צוגעשטימט.

דער אריז"ל האט געברענגט א חידוש צו דער וועלט, וואס מ'האט שפעטער אנגענומן.

דער בעל התניא האט געברעגט א חידוש אין פנימיות התורה, אבער דער וועלט האט עס בכלל נישט אנגענומן אחוץ ביי זיין נאכפאלגער.

אחוץ דעם איז דא אסאך נתפעל ווערן פון די חכמה פון גדולי הדורות, אבער נישט פון זייער חידושים, ווייל חידושים איז נישט וואס מיר זוכן.

מיגו כח הטענה איז גארנישט באשטעטיגט, און לאו דוקא אזא חידוש........................
זונטאג יוני 21, 2020 10:49 am#452312
די רוגוצובער מיט'ן אפלערנען די גאנצע יד החזקה לויט'ן מורה נבוכים איז לדעתי א ריזן חידוש וואס איז אמת.
זונטאג יוני 21, 2020 11:33 am#452314
דער תרומת הדשן אלס דער מחולל פון דעם היינטיגן מכירת חמץ סיסטעם, ווי אויך דער היינטיגער היתר עיסקא (פארשטענדליך ווי יעדע זאך אין הלכה, געבויט אויף פריערדיגע). מ'קען זיך נישט פארשטעלן א וועלט פון פרומע אידן אן די צוויי הערמות.
זונטאג יוני 21, 2020 11:39 am#452315
ר' משה פיינשטיין מיט זיינע אויפטוען אין הזרעה מלאכתית. טראץ די שארפע קעגנערשאפט, האט זיין בכלל ארומטוען אין דעם נושא, געהאלפן ברענגן אזא ארגאניזאציע ווי בוני עולם וכד' לידי מעשה
זונטאג יוני 21, 2020 11:48 am#452317
Re: וואס זענען די מערסט גאונות'דיגע געדאנקען ביי גדולי ישראל
ר' מיכאל בער ווייסמאנדל מיט'ן אויפקומען מיט די מהלך פון יעדע זיבעטע אדער 49סטע אות אינעם תורה צו טרעפן פארשידענע רמזים.

כאטש דאס איז נישט מחשבה להלכה, איז עס אינגאנצען א נייע דרך אין רמז!
זונטאג יוני 21, 2020 11:51 am#452318
ר' יהודה חיוג' אבי המדקדקים מיט'ן געדאנק פון שורש משולש. ד.ה. (כמעט) יעדער שורש אין לשה''ק באשטייט פון דריי אותיות לא פחות ולא יותר. פונקט ווי פ-ק-ד איז קלאר דאס זעלבע צ-ו-ה איז די ה' א חלק פונעם שורש לויט דעם שטימען אלע משקלים און בנינים אין לשה''ק הדק היטב. (כמעט). איך ווייס נאר נישט צו דקדוק איז תורה..
זונטאג יוני 21, 2020 12:24 pm#452320
אין הנדון דומה לראיה און מען דארף פארשטייין אויף וואס מען ענטפערט.

אין וויסנשאפט ווי מאטעמאטיקע, פיזיקס, מעדיצין האט מען ערפונדן פאקטן און מעטאדן וואס האבן אויפגעשאקלט אונזער פארשטאנד פון דער וועלט און נאטור.

אין 'יומאניטיס' וואס תורה קומט אונטער דעם, איז נישטא אזא פארגלייך. אין קונסט איז דא שעפערישקייט און שיינקייט אין קונסט, מוזיק, שרייבן וואס זענען חידושים לויט זייער זמן און צייט אבער נישט פאקטן ווי ניוטאן. אין פילאזאפיע איז דא די וואס קומען אויף מיט טיפע פראגעס און רעיונות, זיי זענען אבער אויך נישט ווי וויסנשאפט וואס מען קען אבזערווירן און פעסטשטעלן מיט עווידענס.

ווייטער אין געזעץ אדער יוריסטישע שטודיעס, וואס חכמת התורה קומט על פי רוב אונטער דעם, איז נישטא אזא פארגלייך. סברות קען יעדער זאגן לכאן ולכאן. אין געזעץ ווערט פאררעכענט פאר א בעל מחדש בדרך כלל אדער א רעפארמער וואס קאמפיינט פאר א טויש אין געזעץ וואס איבער די יארן איז יעדער מודה אז ס'איז דא דערין אן בעסערונג לטובת החברה, אדער אן אדוואקאט אדער א ריכטער וואס טענה'ט אדער באשליסט אזוינע מהלכים אין געזעץ.

לגבי חכמת התורה איז דא סיי דער עלעמענט פון געזעץ ווען ס'ווענדט זיך אין הלכה און סיי פון ליטעראטור, ווי דרוש און אפילו לומדות וואס זענען נישט וויסנשאפטליכע פאקטן און אויך נישט יוריסטישע תקנות נאר פונדעסטוועגן זענען זיי משמחי לב.

ממילא קומט די שאלה אויף צוויי חלקים:
לגבי תקנות, קומען אריין פרוזבל, קביעת המועדים, חדרב"ג, תקנת טוליטולא, ר' משה פיינשטיין לגבי חלב עכו"ם און נאך. עס איז אויך לאו דווקא תקנות נאר אויך די וואס טרעטן אויס נייע מהלכים ווי ר' חיים, חזון איש וכדומה. אין די לעצטע יארן זענען דא ווייניגער פון ביידע און איבערהויפט פון תקנות און צו דעם דארף מען א באזונדערע אשכול.
לגבי חלק הספרות, זענען דא אין דרוש ספרים ווי כלי יקר, אין לומדות ווי ר' חיים, מהרש"א אויף פרשנות, קבלה, חסידות, פילאזאפיע ווי דער מורה, עקדה און נאך אן א שיעור. פאעזיע זענען דא פיוטים פון די באקאנטע משוררים. יעדער האט זיך זיין טעם אבער דאך זענען דא אוניווערסאלע ווי די דערמאנטע.
און עס זענען אויך דא ריזן וואס זענען מקיף ביידע, ווי יד החזקה, חזון איש און אסאך אינצווישן.

צוריק צום שאלה, איז נישט שייך ביי תורה ערפינדונגען ווי אלקימידעס, אדער ניוטאן, איינשטיין, טעסט טיובס, די ען עי ווייל מיר האנדלען מיט סברות נישט אבזערוואציעס. פלעיטאו און סאקרעטיז האבן אויך נישט "מחדש" געווען אין דעם זינען. אירסטאטל איז אנדערש וויבאלד ידיו רב לו סיי אין סייענס און סיי אין פילאזאפיע ואכמ"ל.
זונטאג יוני 21, 2020 12:25 pm#452321
ר' חיים'ס גברא חפצא, סיבה סימן ועוד.

דער ראגאטשאווער'ס חילוק פין איכות און כמות, תואר און צורה, עצם און תואר.

לאמיר נישט פארגעסן פין די שלש שבועות אז זיי זענען יהרג ואל יעבור.
זונטאג יוני 21, 2020 12:38 pm#452322
איך וואלט געזאגט אז דער משנה ברורה מיט זיינע נושאי כלים. ווי דער ביאור הלכה און שער הציון. נאר איך האב מורא אז דער חשוב'ער פותח האשכול וועט מיך מעקן. אדער סטראשען מיט מעקן. ווייל לויט ווי איך זעה האט מען ווייניג רעספעקט און נאך ווייניגער הערכה פאר דעם מאנומענטאלן חשיבות פון דעם געוואלדיגן פירוש אויף שו"ע אורח חיים.

לפענ"ד. (און מיין טאטע ע"ה האט אויך אזוי געהאלטן) איז דער משנה ברורה אזא היקפ'דיגער פירוש אויף דעם מחבר ונושאי כליו אז ווען מ'לערנט דאס פריער. און נאכדעם לערנט מען משנה ברורה (וביאור הלכה) פאלט אלעס אריין אין פלאץ. און אפילו די פוסקים/אחרונים וואס דער בעל משנ"ב ברענגט אראפ.

און פון די אנדערע זייט. קענמען עס לערנען פשוט. נאר לערנען מחבר און משנה ברורה. און מ'האט אויך גרונטליכע ידיעות איבער די הלכות למעשה...!
זונטאג יוני 21, 2020 12:43 pm#452323
זינט פאר גדולי ישראל האט בעיקר געפלאגט הלכה'דיגע פראבלעמען איז זייער גאנצע גאונות אריין אין לומדות צו לייזן פראבלעמען אין הלכה. נאר אזויווי אין א געים אין וואס מ'דארף לייזן פראבלעמען אין לאגיק לויט די כללים וואס די געים לויטעט, וועט אבער א ציקוקער נישט אפרישיעטן די גאונות נאר אויב ער פארשטייט די געים און אירע פראבלעמען דאס זעלבע אין הלכה דארף מען זיין א למדן כדאי צו אפרישיעטן די גאונות אין פארצווייגטע הלכה'דיגע פראבלעמען . באקאנט זענען די מכירות לייזונגען פאר שבת, חמץ, שמיטה, בכור. היתר עיסקא. אין די גמרא איז פארהאן לייזונגען פון הפקעת קידושין און הפקר בי"ד הפקר, על תנאי אבער אין גמרא איז שווער צו אפרישיעטן וועגן די געפיל פון הם אמרו והם אמרו. אבער גאונישע לעזונגען פאר הלכה פראבלעמען עקזעסטירט אין די ספרי השו"ת למאות ולאלפים.
דערנאך איז דא אנדערע פראבלעמען וואס האבן מעסיק געווען גדולי ישראל ווי למשל נאנטצוברענגן די דרש מיט די פשט וואס האט געפלאגט גדולי ישראל זייט די אויפבליה פון חכמת הדקדוק אין דעים איז דא פארשידענארטיגע מהלכים, למשל די קריעטיוועטי פונעם רמב"ן על התורה איז לאין ערך. נעמט למשל די מלבי"ם וואס האט מיט זיין גרויס גאונות געשאפן כללים אין חכמת הדקדוק וואס זאל מכריח זיין די דרש. וכהנה וכהנה נעמט די ארבעט פונעם משך חכמה וואס האט צוזאמגעברענגט מחשבת ישראל מיט פנימיות הלכה אין די דקדוק הפסוקים.
זונטאג יוני 21, 2020 12:44 pm#452324
אישתישבי האט געשריבן:ר' חיים'ס גברא חפצא, סיבה סימן ועוד.

דער ראגאטשאווער'ס חילוק פין איכות און כמות, תואר און צורה, עצם און תואר.

לאמיר נישט פארגעסן פין די שלש שבועות אז זיי זענען יהרג ואל יעבור.


גברא חפצא איז ווייט נישט ר' חיים'ס חידוש, די גמרא (נדרים ב.) ראשונים (ר"ן שם י"ז י"ח. ועוד) רעדן שוין דערפון.
די עיקר חידוש פון ר' חיים איז לכאורה, דאס צונעמען אזאך אויף פיצלעך, וואס מ'רופט אן "צוויי דינים".
סימן סיבה, האב איך נישט געוויסט אז ס'איז ר' חיים'ס, איך האב עס געזעהן ביי הרב עמואל אין 'המידות לחקר ההלכה', (אגב, זיין מהלך איז א גרויסער חידוש, ווערד א באזונדערע אשכול). כאטש וואס ער איז געווען א תלמיד פון ר' שמעון שקאפ וואס איז א תלמיד פון ר' חיים.
כלפי דער רוגטשובער: אזוי ווי דו זאגסט, דאס נעמען פילעזאפישע מושגים אויף אפצוטייטשען די גמ' און דער רמב"ם, זעה אויבן.
זונטאג יוני 21, 2020 12:46 pm#452325
בערל: די משנ"ב/שעה"צ/ביה"ל איז אפשר א קונסטליכע ווערק, אבער פ"וו חידוש?
זונטאג יוני 21, 2020 12:51 pm#452326
נהורא נפישא האט געשריבן: נעמט למשל די מלבי"ם וואס האט מיט זיין גרויס גאונות געשאפן כללים אין חכמת הדקדוק וואס זאל מכריח זיין די דרש. ו .

איך וויל נישט אוועק קריכען פונעם נושא, אבער די מלבי"ם'ס מהלך אויף דרשות חז"ל איז 'כמעייל פילי במחטא', זעה ספר תורה שבע"פ פון הרב יהושע עינבל פאר א לענגערע אפהאנדלונג בנוגע דעם.
זונטאג יוני 21, 2020 1:02 pm#452327
לייבל שטילער האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן: נעמט למשל די מלבי"ם וואס האט מיט זיין גרויס גאונות געשאפן כללים אין חכמת הדקדוק וואס זאל מכריח זיין די דרש. ו .

איך וויל נישט אוועק קריכען פונעם נושא, אבער די מלבי"ם'ס מהלך אויף דרשות חז"ל איז 'כמעייל פילי במחטא', דעה ספר תורה שבע"פ פון הרב יהושע עינבל פאר א לענגערע אפהאנדלונג בנוגע דעם, (ער טענה'ט אז די מהלך פונעם מלבי"ם איז א שיטת יחידאה און די ראשונים האבן בכלל נישט אזוי פארשטאנען)

נו אוודאי אזוי. דאס מיינט א חידוש. אין א מדע מדוייק איז שייך צו אנדעקען די באהאלטענע מאכאניזמן אבער אין תורה און להבדיל איטעלעקטואלע נושאים איז נישט אז מ'אנדעקט נאר מ'שאפט. די מלבי"ם איז טאקע א ניי געשאפענע זאך והייני דאהני ליה אז דאס איז גאונות אין קריעטיוועטי נישט אנדרעש ווי די מעטדאלאגיע פון ר'חיים'ס דרך הלימוד וואס איז אויך א דבר חדש אשר לא שערום אבותינו. און אז מ'וויל דוקא קען מען טענהן אז חכמת הדקדוק איז ניי און הגם עס איז מוכרח אין שפראך און אין די כללים פון ווערטער באנוץ אין די כתבי הקודש. מוז מען אבער מודה זיין אז חז"ל האבן נישט אנערקענט די כללים.
ממילא צו זאגן אז מלבי"ם טוט עפעס אומדערהערט און אין די זעלבע צייט האלטן אז חז"ל האלטן זיך צו כללי הדקדוק און נישט געבן א געלעגנהייט פאר קיינעם דאס צו פארגלייכן דאס איז אומדערהערט.
זונטאג יוני 21, 2020 1:08 pm#452329
דערמאנטס מיר פון עפעס א פרופסר (דענק איך נישט ווער) וואס האט זיך אויסגעדריקט אויפ'ן "דורות ראשונים" פון הרב אייזיק הלוי, וזל"ק:
"בדבריו יש בהם משום חידוש ומשום אמת, הבעיה היא: שמה שיש בו משום חידוש איננה אמת ומה שאמת איננה חידוש", בערך אזוי.
זונטאג יוני 21, 2020 1:10 pm#452330
יא אבער היסטאריע איז דאך אנדרעש.
זונטאג יוני 21, 2020 1:13 pm#452331
נהורא נפישא האט געשריבן:
לייבל שטילער האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן: נעמט למשל די מלבי"ם וואס האט מיט זיין גרויס גאונות געשאפן כללים אין חכמת הדקדוק וואס זאל מכריח זיין די דרש. ו .

איך וויל נישט אוועק קריכען פונעם נושא, אבער די מלבי"ם'ס מהלך אויף דרשות חז"ל איז 'כמעייל פילי במחטא', דעה ספר תורה שבע"פ פון הרב יהושע עינבל פאר א לענגערע אפהאנדלונג בנוגע דעם, (ער טענה'ט אז די מהלך פונעם מלבי"ם איז א שיטת יחידאה און די ראשונים האבן בכלל נישט אזוי פארשטאנען)

די מלבי"ם איז טאקע א ניי געשאפענע זאך והייני דאהני ליה אז דאס איז גאונות אין קריעטיוועטי נישט אנדרעש ווי די מעטדאלאגיע פון ר'חיים'ס דרך הלימוד וואס איז אויך א דבר חדש אשר לא שערום אבותינו.

ר' חחים'ס מהלך איז מער טערמענלאגיע ווי מעטדאלאגיע, לדעתי.
מחדש געווען טערמינען וויאזוי צו באצייכענען זאכען ובכן אוועקנעמען צומישניש. אזויווי אמאל האבן אלע חכמות געהייסען "פילעזאפיע" (אוהב חכמה) שפעטער האט מען געגעבן נעמען פאר יעדע חכמה, דאס מיינט אבער נישט אז ס'איז נישט געווען, משא"כ די מלבי"ם.
זונטאג יוני 21, 2020 1:15 pm#452332
לייבל שטילער האט געשריבן:בערל: די משנ"ב/שעה"צ/ביה"ל איז אפשר א קונסטליכע ווערק, אבער פ"וו חידוש?

ווייל קיין איין מלקט פאר איהם (מיט זיין זון) האט נאכנישט צוזאמענגעברענגט די אלע מפרשי השו"ע ופוסקים לפונדק אחד. און צוגעלייגט זיינע אייגענע הכרעות...!

ליין די הקדמה פון בעל משנ"ב אליין. עיין שם ותמצא נחת...!
זונטאג יוני 21, 2020 1:23 pm#452333
לייבל שטילער האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:
לייבל שטילער האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן: נעמט למשל די מלבי"ם וואס האט מיט זיין גרויס גאונות געשאפן כללים אין חכמת הדקדוק וואס זאל מכריח זיין די דרש. ו .

איך וויל נישט אוועק קריכען פונעם נושא, אבער די מלבי"ם'ס מהלך אויף דרשות חז"ל איז 'כמעייל פילי במחטא', דעה ספר תורה שבע"פ פון הרב יהושע עינבל פאר א לענגערע אפהאנדלונג בנוגע דעם, (ער טענה'ט אז די מהלך פונעם מלבי"ם איז א שיטת יחידאה און די ראשונים האבן בכלל נישט אזוי פארשטאנען)

די מלבי"ם איז טאקע א ניי געשאפענע זאך והייני דאהני ליה אז דאס איז גאונות אין קריעטיוועטי נישט אנדרעש ווי די מעטדאלאגיע פון ר'חיים'ס דרך הלימוד וואס איז אויך א דבר חדש אשר לא שערום אבותינו.

ר' חחים'ס מהלך איז מער טערמענלאגיע ווי מעטדאלאגיע, לדעתי.
מחדש געווען טערמינען וויאזוי צו באצייכענען זאכען ובכן אוועקנעמען צומישניש.

זייער שווער מגדיר צו זיין ווען מ'רעד אבסטראקט. די מעטאדאלאגיע זיינע איז צו מנתח זיין א הלכהדיגע הגדרה מיט נייע געשאפענע כלים דהיינו מיט א טערמינאלאגיע פון נייע לומדישע הגדרות אויף אן אופן וואס מ'האט זיך נישט באנוצט ביפאר אים און ס'איז נישט ווי ער האט "אנדעקט" א מוכרחדיגע מעטאדאלאגיע וואס ער האט נאר מצליח געווען דאס מסדר זיין מיט נייע לומדישע טערמאנאלגיע. נאר ער האט דאס קלאר "געשאפען" אלס א דרך הלימוד.
זונטאג יוני 21, 2020 1:26 pm#452334
Re: וואס זענען די מערסט גאונות'דיגע געדאנקען ביי גדולי ישראל
די אויפוואכונג פונעם ראדזינער איבער תכלת, און די הלכה למעשה'דיגע אויפטוען פון הרב יצחק אייזיק הלוי הרצוג זצ"ל. רב הראשי אשכנזי השני בישראל.

אנגעהויבן האט עס טאקע דער ראדזינער און ס'קומט עם אסאך קרעדיט דערפאר, נאר אזוי ווי הרב הרצוג, איז געווען דער וואס האט עס למעשה צוגעפירט צו די ריכטיגע תכלת וואס ווערט געטראגן היינט צו טאגס ביי רוב אידן (וואס טראגן תכלת) במילא קומט זיך עם די עיקר קרעדיט, הכל הולך אחר החיתום.
זונטאג יוני 21, 2020 1:30 pm#452335
אויף דער בריסקער דרך הלימוד - דא

און דא האב איך געשריבן ווי קליין איז די חידוש פון ר' חיים
זונטאג יוני 21, 2020 1:58 pm#452350
ריכטיג האט געשריבן:מיגו כח הטענה.

פארוואס ביסטו אזוי נתפעל דערפון? איז דאס דווקא א אידישער חידוש? איז דאס עפעס וואס דו קענסט נישט משיג זיין וויאזוי א מענטש האט דאס געקענט אויסטראכטן?
זונטאג יוני 21, 2020 2:00 pm#452351
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
מיגו כח הטענה איז גארנישט באשטעטיגט, און לאו דוקא אזא חידוש........................

באשטעטיגט? לויט טייל ראשונים מוז אזוי זיין, לויט טייל ראשוינים קען נישט אזוי זיין.

נישט אזא חידוש? איך ווייס נישט וויאזוי דו ביסט מגדיר חידוש (אויב קען איך לייענען צווישן דיינע שורות האסטו א שטיקל אדיטוד צו די "ישיבה'שע רייד", איך בין לגמרי מיט דיר דערויף, אבער עס נעמט נישט אוועק פון די חידוש שבו), לויט ווי העניך לייגט אראפ ניוטאן'ס חידוש, איז דאס גאנץ א גוטע צושטעל, קאנטער-אינטואיטיוו, פארענטפערט א ריזן בילד מיט א סך פרטים וכו' וכו'.

---

העניך האקט, איך מיין אז א איך בין זיך מסביר.
זונטאג יוני 21, 2020 2:01 pm#452352
פאליטיקאנט האט געשריבן:ר' מיכאל בער ווייסמאנדל מיט'ן אויפקומען מיט די מהלך פון יעדע זיבעטע אדער 49סטע אות אינעם תורה צו טרעפן פארשידענע רמזים.

כאטש דאס איז נישט מחשבה להלכה, איז עס אינגאנצען א נייע דרך אין רמז!

דערווייל קוקט דאס מיר אויס ווי דער שטערקסטער קאנדידאט פאר דעם מערסטן אריגינעלן גאונות'דיגן געדאנק וואס איז נישט צו פארשטיין וויאזוי א מענטש האט געקענט אליין צו דעם צוקומען.

דער פראבלעם מיט דעם איז אז מ'האט שוין אויפגעוויזן אז דאס איז נישט אמת, ווייל אין יעדן טעקסט קען מען טרעפן אזעלכע רמזים. דאך איז דאס א גרויסער חידוש.
זונטאג יוני 21, 2020 2:02 pm#452353
ריכטיג האט געשריבן: לויט ווי העניך לייגט אראפ ניוטאן'ס חידוש, איז דאס גאנץ א גוטע צושטעל, קאנטער-אינטואיטיוו, פארענטפערט א ריזן בילד מיט א סך פרטים וכו' וכו'.

קענסט דאס בעסער מסביר זיין? פארוואס איז עס קאונטער אינטואיטיוו? און וואספארא בילד פארענטפערט עס?
זונטאג יוני 21, 2020 2:03 pm#452354
ריכטיג האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
מיגו כח הטענה איז גארנישט באשטעטיגט, און לאו דוקא אזא חידוש........................

באשטעטיגט? לויט טייל ראשונים מוז אזוי זיין, לויט טייל ראשוינים קען נישט אזוי זיין.

נישט אזא חידוש? איך ווייס נישט וויאזוי דו ביסט מגדיר חידוש (אויב קען איך לייענען צווישן דיינע שורות האסטו א שטיקל אדיטוד צו די "ישיבה'שע רייד", איך בין לגמרי מיט דיר דערויף, אבער עס נעמט נישט אוועק פון די חידוש שבו), לויט ווי העניך לייגט אראפ ניוטאן'ס חידוש, איז דאס גאנץ א גוטע צושטעל, קאנטער-אינטואיטיוו, פארענטפערט א ריזן בילד מיט א סך פרטים וכו' וכו'.

---

העניך האקט, איך מיין אז א איך בין זיך מסביר.


חדא מתורצת בחברתה. דער חידוש איז דאך מבואר אין די ראשונים וואס מוזן אזוי האלטן, אזש מרוב פשיטותו האט מען עס נישט אויסגערעדט. ממילא קען מען נישט זאגן אז ר' אלחנן איז אויפגעקומן מיט א חידוש און דערנאך איז ליכטיג געווארן. און לויט די חולקים, איז עס דאך בכלל נישט אמת און באלייכט נישט.
זונטאג יוני 21, 2020 2:03 pm#452355
מיימון האט געשריבן:ר' יהודה חיוג' אבי המדקדקים מיט'ן געדאנק פון שורש משולש. ד.ה. (כמעט) יעדער שורש אין לשה''ק באשטייט פון דריי אותיות לא פחות ולא יותר. פונקט ווי פ-ק-ד איז קלאר דאס זעלבע צ-ו-ה איז די ה' א חלק פונעם שורש לויט דעם שטימען אלע משקלים און בנינים אין לשה''ק הדק היטב. (כמעט). איך ווייס נאר נישט צו דקדוק איז תורה..

אקעי, כ'מיין אז דערווייל גיי איך מיט דעם. עפעס וואס האט געדארפט ערפינדן ווערן, און עפעס וואס איז עד היום אנגענומען אז ס'איז אמת לאמיתו און איז דער יסוד פון דקדוק. מיין שאלה איז האט ר' יהודה חיוג' דאס אליין אנטדעקט, אדער האט ער דאס גענומען פון אראביש?
זונטאג יוני 21, 2020 2:13 pm#452357
בפשטות איז דאך מיגו בלויז א נאמנות, פשט איז איך בין מניח אז דער מענטש איז נישט קיין ליגנער ווייל טאמער וויל ער זאגן ליגנט קען ער טענה'ן בעסער. דאס איז פארשטענדליך און אינטואטיוו.

כח הטענה קומט מיט אינגאנצן א נייע דערהער, אז אשר ובכן וועט זיין טענה באקומען אזא כח ווי די טענה וואס ער טענה'ט "נישט". דאס איז א ריזן חידוש וואס איז נישט פארשטענדליך בפשטות, אבער די ראיות פון גמרא און ראשונים צייגן גאנץ שטארק אין דעם ריכטונג. און כדי צו קענען אויפקומען מיט אזא וואזשנע געדאנק און דאס נאך באשטעטיגן, איז א געוואלדיגע גאונות.

גיבט א קוק: @ליטוואק (און נאך א סך לומדים) שלינגען דאס נאך היינט נישט אראפ, מהאי טעמא טאקע, ווייל די חידוש איז צו שטארק גרויס און עס זאגט זיך נישט פון זיך אליינס, אבער די ראיות דערויף איז עפעס וואס מען מוז זיך ספראווענען און ר' אלחנן האט זיי למעשה פארגעלייגט א פעסטע טעזע וואס איז נישט לייכט אפצופרעגן.
זונטאג יוני 21, 2020 2:14 pm#452358
צפור בודד האט געשריבן:אין הנדון דומה לראיה און מען דארף פארשטייין אויף וואס מען ענטפערט.

אין וויסנשאפט ווי מאטעמאטיקע, פיזיקס, מעדיצין האט מען ערפונדן פאקטן און מעטאדן וואס האבן אויפגעשאקלט אונזער פארשטאנד פון דער וועלט און נאטור.

אין 'יומאניטיס' וואס תורה קומט אונטער דעם, איז נישטא אזא פארגלייך. אין קונסט איז דא שעפערישקייט און שיינקייט אין קונסט, מוזיק, שרייבן וואס זענען חידושים לויט זייער זמן און צייט אבער נישט פאקטן ווי ניוטאן. אין פילאזאפיע איז דא די וואס קומען אויף מיט טיפע פראגעס און רעיונות, זיי זענען אבער אויך נישט ווי וויסנשאפט וואס מען קען אבזערווירן און פעסטשטעלן מיט עווידענס.

ווייטער אין געזעץ אדער יוריסטישע שטודיעס, וואס חכמת התורה קומט על פי רוב אונטער דעם, איז נישטא אזא פארגלייך. סברות קען יעדער זאגן לכאן ולכאן. אין געזעץ ווערט פאררעכענט פאר א בעל מחדש בדרך כלל אדער א רעפארמער וואס קאמפיינט פאר א טויש אין געזעץ וואס איבער די יארן איז יעדער מודה אז ס'איז דא דערין אן בעסערונג לטובת החברה, אדער אן אדוואקאט אדער א ריכטער וואס טענה'ט אדער באשליסט אזוינע מהלכים אין געזעץ.

לגבי חכמת התורה איז דא סיי דער עלעמענט פון געזעץ ווען ס'ווענדט זיך אין הלכה און סיי פון ליטעראטור, ווי דרוש און אפילו לומדות וואס זענען נישט וויסנשאפטליכע פאקטן און אויך נישט יוריסטישע תקנות נאר פונדעסטוועגן זענען זיי משמחי לב.

ממילא קומט די שאלה אויף צוויי חלקים:
לגבי תקנות, קומען אריין פרוזבל, קביעת המועדים, חדרב"ג, תקנת טוליטולא, ר' משה פיינשטיין לגבי חלב עכו"ם און נאך. עס איז אויך לאו דווקא תקנות נאר אויך די וואס טרעטן אויס נייע מהלכים ווי ר' חיים, חזון איש וכדומה. אין די לעצטע יארן זענען דא ווייניגער פון ביידע און איבערהויפט פון תקנות און צו דעם דארף מען א באזונדערע אשכול.
לגבי חלק הספרות, זענען דא אין דרוש ספרים ווי כלי יקר, אין לומדות ווי ר' חיים, מהרש"א אויף פרשנות, קבלה, חסידות, פילאזאפיע ווי דער מורה, עקדה און נאך אן א שיעור. פאעזיע זענען דא פיוטים פון די באקאנטע משוררים. יעדער האט זיך זיין טעם אבער דאך זענען דא אוניווערסאלע ווי די דערמאנטע.
און עס זענען אויך דא ריזן וואס זענען מקיף ביידע, ווי יד החזקה, חזון איש און אסאך אינצווישן.

צוריק צום שאלה, איז נישט שייך ביי תורה ערפינדונגען ווי אלקימידעס, אדער ניוטאן, איינשטיין, טעסט טיובס, די ען עי ווייל מיר האנדלען מיט סברות נישט אבזערוואציעס. פלעיטאו און סאקרעטיז האבן אויך נישט "מחדש" געווען אין דעם זינען. אירסטאטל איז אנדערש וויבאלד ידיו רב לו סיי אין סייענס און סיי אין פילאזאפיע ואכמ"ל.

הערליך צעלייגט און א געוואלדיגע השלמה צו מיין פראגע.
למעשה קען מען אבער זאגן אז אידישקייט, תורה, חז"ל, וכו', פירן דאך אונזער לעבן, און ממילא קען מען ערווארטן צו טרעפן עפעס אן אומגלויבליכן חידוש וואס מיר זאלן היינט דאס אנערקענען ווי א טיפן אמת -- אבער האט געדארפט א גאון נורא זאל דאס כאפן און ברענגען צו דער וועלט. כ'וואלט געזאגט אז אזא כלל ווי "קידרא דבי שותפי לא חמימא ולא קרירא" וואס איז היינט א יסוד גדול אין פסיכאלאגיע קען אפשר פאסן אין דער נושא פונעם אשכול. די שאלה איז צי חז"ל זענען די ערשטע וואס זאגן דאס.

בכלליות וועגן וויסנשאפט ווייס איך צוויי זאכן וואס חז"ל'ס ידיעות זענען שטוינענד, אבער דאך זענען די ידיעות נישט קאנטער-אינטואיטיוו, נאר זענען מסתמא געקומען פון אבזערוואציעס. איין איז וואס שמואל זאגט אין מס' ברכות "מאי כימה, אמר שמואל כמאה כוכבי" -- וואס לויט ווי איך האב געלייענט איז דאס נישט באקאנט געווען ביז דער טעלעסקאפ איז ערפונדן געווארן. די צווייטע איז וואס די גמרא דערציילט אין יבמות אז רשב"ג האט גע'פסק'נט אז אויב דריי שוועסטערס האבן געהאט קינדער וועלכע זענען געשטארבן מחמת מילה, דארף נישט די פערטע שוועסטער מל'ן איר קינד. היינט אנערקענט וויסנשאפט אז א סארט מחלה וואס איז שטערבליך פאר מילה גייט טאקע דורך דער די-ען-עי פון שוועסטערס.

ווי געזאגט, פאסן נישט די זאכן פאר דער נושא האשכול. כ'ברענג זיי נאר להשלמת הענין.
זונטאג יוני 21, 2020 2:16 pm#452360
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
מיגו כח הטענה איז גארנישט באשטעטיגט, און לאו דוקא אזא חידוש........................

באשטעטיגט? לויט טייל ראשונים מוז אזוי זיין, לויט טייל ראשוינים קען נישט אזוי זיין.

נישט אזא חידוש? איך ווייס נישט וויאזוי דו ביסט מגדיר חידוש (אויב קען איך לייענען צווישן דיינע שורות האסטו א שטיקל אדיטוד צו די "ישיבה'שע רייד", איך בין לגמרי מיט דיר דערויף, אבער עס נעמט נישט אוועק פון די חידוש שבו), לויט ווי העניך לייגט אראפ ניוטאן'ס חידוש, איז דאס גאנץ א גוטע צושטעל, קאנטער-אינטואיטיוו, פארענטפערט א ריזן בילד מיט א סך פרטים וכו' וכו'.

---

העניך האקט, איך מיין אז א איך בין זיך מסביר.


חדא מתורצת בחברתה. דער חידוש איז דאך מבואר אין די ראשונים וואס מוזן אזוי האלטן, אזש מרוב פשיטותו האט מען עס נישט אויסגערעדט. ממילא קען מען נישט זאגן אז ר' אלחנן איז אויפגעקומן מיט א חידוש און דערנאך איז ליכטיג געווארן. און לויט די חולקים, איז עס דאך בכלל נישט אמת און באלייכט נישט.

קיינער האט דאס נישט אנדעקט אין די ראשונים בעפאר ר' אלחנן, זיי זאגן עס נישט אזוי קלאר. יא, די ראשונים זענען ליכטיג געווארן.
זונטאג יוני 21, 2020 2:31 pm#452361
די חשבון פון קידוש החודש פון רמב"ם ובפרט די חשבון פון די מולד אמיתי.
זונטאג יוני 21, 2020 3:01 pm#452367
Re: וואס זענען די מערסט גאונות'דיגע געדאנקען ביי גדולי ישראל
העניך האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:ר' מיכאל בער ווייסמאנדל מיט'ן אויפקומען מיט די מהלך פון יעדע זיבעטע אדער 49סטע אות אינעם תורה צו טרעפן פארשידענע רמזים.

כאטש דאס איז נישט מחשבה להלכה, איז עס אינגאנצען א נייע דרך אין רמז!

דערווייל קוקט דאס מיר אויס ווי דער שטערקסטער קאנדידאט פאר דעם מערסטן אריגינעלן גאונות'דיגן געדאנק וואס איז נישט צו פארשטיין וויאזוי א מענטש האט געקענט אליין צו דעם צוקומען.

דער פראבלעם מיט דעם איז אז מ'האט שוין אויפגעוויזן אז דאס איז נישט אמת, ווייל אין יעדן טעקסט קען מען טרעפן אזעלכע רמזים. דאך איז דאס א גרויסער חידוש.


יא אין אסאך אנדערע טעקסט קען מען געפונען זאכן, אבער אין די תורה האט זיך עס אויפגעוויזען צו זיין זייער עפישענט און אקוראט!

אבער דאס איז טאקע זיכער אז עס א חידוש וואס ער איז אויפגעקומען דערמיט (כאטש ער אליין האט גע'טענה'ט אז ער האט עס גענומען פון פריערדיגע אזויווי די רמב"ם.....), נאכפאר די קאמפיוטער איז פארשפרייט געווארן און אזוינע זאכן זענען געווארן באקאנט.
זונטאג יוני 21, 2020 3:12 pm#452370
די גאנצע צוזאמשטעל איז אביסל פראבלאמאטיש ווייל ווי קען מען פארגלייכן טעאלאגישע געדאנקען אין עולם המושכלות, צו פיזיקס, סייענס אדער מעדעצין ווי דערגרייכונגען זענען מער ממשות'דיג און האבן פאקטישע השלכות אויף מענטשנס לעבן.

אבער אין עולם המחשבה איז זיכער דא גדולי ישראל וואס האבן געעפנט נייע דרכים אין לערנען. דער כלל הגדול איז אז גארנישט פאלט נישט פון הימל, און די תורה, ווי להבדיל יעדע חכמה איז פרה ורבה, און יעדן סארט דרך אין תורה והשכלה וואס מיר האבן היינט, בכל חלקי פרד"ס התורה, איז געווען א מענטש פון פלייש און ביין וואס האט עס אנגעהויבן און אנדערע האבן עס מפתח געווען ביז מיר טרעפן זיך היינט מיט אזא קאלירפולע אוצר הספרים מיט אזויפיל דרכים און מהלכים און גוונים בכל שערי פשט רמז דרוש סוד.
בזמנינו אלה איז עס רבי חיים מיט'ן בריסקער דרך הלימוד וואס האט אריינגעברענגט א רעוואלוציאנערישע טראכט אין לאגיק און סברא, רבי צדוק האט געברענגט א נייע אור אין אגדות חז"ל, רבי עקיבא אייגער איז געווען רעוואלוציאנעריש אין חשבון און סברא עפענענדיג נייע שערים אין תורה, דער חזון איש מיט זיין אייגנארטיגן דרך הלימוד איז רעוואלוציאנעריש, בפרט אין זיין מהלך אין קו התאריך איז סיי חוצפא'דיג און סיי אויגן עפענענדיג, דער סאטמארער רב האט זיכער געמאכט א יש מאין ארום תורת ארץ ישראל און געבויעט א בנין אדיר אויף א שורה גמרא אין כתובות (צי דו גלייכסט עס יא אדער נישט איז עס אריגינעל), דער ראגאטאשווער מיט זיין אבנארמאלע שליטה אויף כל התורה כולה און ווי ער איז מקשר סוגיא צו סוגיא נימה בנימה איז אריגינעל און אייגנארטיג, רבי חיים קניבסקי האט אויך א מבהיל'דיגע בקיאות אין תורה, רבי עבודי'ס בקיאות אין ספרות היהדות, וואס נאך איז שייך צו זאגן, דער בית יוסף האט געשריבן א געוואלד ממש איבער די כח האנושי, דער פרי מגדים לויפט אין א שנעלקייט פון א ליכט יאר און מ'קען ממש משוגע ווערן פון זיין היקף, ווי ער עפנט צען נייע שמועסן אין איין קליינע שטיקל, ווי ער לאזט נישט אויס קיין פרט ופרט און ברייטערט אויס יעדע קליינע סעיף קטנ'דל צען פאכיג, דער חתם סופר לייגט אריין אין דריי שורות דרשות כל התורה כולה נ"ך מיט אגדות חז"ל מיט כוונת התורה מיט השקפה מיט וואס דו ווילסט נאר נישט, דער קרבן נתנאל (איינער פון מיינע באליבטסטע ספרים) איז אלעמאל ספאט אן און האט א כשרון צו בארירן די עיקרי הסוגיא ואיברים שהנשמה תלוי' בהם, רבי איטשא מאיר זאגט אריגינעל אין פנימיות התורה און רבי מאטל מיט זיין מהלך אין דרושי חסידות, און מלאך זאגט שיינע וויצן.

וואס נאך?
זונטאג יוני 21, 2020 3:39 pm#452373
Re: וואס זענען די מערסט גאונות'דיגע געדאנקען ביי גדולי ישראל
@כוכב איך מיין אז דו ביסט פארפארן.
די אלע אויסגערעכנטע איז טאקע נתפעל צו ווערן אויף זייער ווערק, אבער זיי האבן געבויעט אויף פריערדיגע, אונזער אשכול (לויט ווי איך האב פארשטאנען) זיכט גדולי ישראל וואס האבן מחדש געווען עפעס אומדערהערבאר בשעתם.
זונטאג יוני 21, 2020 3:42 pm#452376
לענ״ד: די צווי גרעסטע רעוועלוציענערן במחשבת ישראל בדור אחרון זענען געווען מרן הגראי״ה זצוק״ל ברוחב בינתו וגישתו לתורה וליראה. והגאון הגדול רי״ד סאלאווייציק מבוסטון זצוק״ל בעינו החדה והבהירה.
זונטאג יוני 21, 2020 4:35 pm#452381
calculator האט געשריבן:די חשבון פון קידוש החודש פון רמב"ם ובפרט די חשבון פון די מולד אמיתי.

דער רמב"ם שרייבט דאך קלאר אז ער האט גענומען די חשבונות פון די חכמי יוון.
זונטאג יוני 21, 2020 5:17 pm#452382
תורה ומדע האט געשריבן:לענ״ד: די צווי גרעסטע רעוועלוציענערן במחשבת ישראל בדור אחרון זענען געווען מרן הגראי״ה זצוק״ל ברחוב בינתו וגישתו לתורה וליראה. והגאון הגדול רי״ד סאלאווייציק מבוסטון זצוק״ל בעינו החדה והבהירה.

הרב קוק איז א חידוש, אבער נישט אנגענומן

הריד״ס איז בעיקר א שפראך, נישט מער

אסאך פון די וואס ווערן דא געברענגט זענען בלויז א קנייטש, נישט קיין גאנצע חידוש, אלס געבויט אויף פריערדיגע, נישט קיין עכטע חידוש.

גראדע, דער ליובאוויטשער רבי האט געמאכט א נייעם דארט סוגיא מיט זיין רש״י תורות, אבער עס איז בכלל נישט אנגענומן, און פערזענליך בין איך ניטש נתפעל דערפון. אבער א חידוש איז עס זיכער.
זונטאג יוני 21, 2020 5:27 pm#452385
כוכב האט געשריבן:די גאנצע צוזאמשטעל איז אביסל פראבלאמאטיש ווייל ווי קען מען פארגלייכן טעאלאגישע געדאנקען אין עולם המושכלות, צו פיזיקס, סייענס אדער מעדעצין ווי דערגרייכונגען זענען מער ממשות'דיג און האבן פאקטישע השלכות אויף מענטשנס לעבן.

אבער אין עולם המחשבה איז זיכער דא גדולי ישראל וואס האבן געעפנט נייע דרכים אין לערנען. דער כלל הגדול איז אז גארנישט פאלט נישט פון הימל, און די תורה, ווי להבדיל יעדע חכמה איז פרה ורבה, און יעדן סארט דרך אין תורה והשכלה וואס מיר האבן היינט, בכל חלקי פרד"ס התורה, איז געווען א מענטש פון פלייש און ביין וואס האט עס אנגעהויבן און אנדערע האבן עס מפתח געווען ביז מיר טרעפן זיך היינט מיט אזא קאלירפולע אוצר הספרים מיט אזויפיל דרכים און מהלכים און גוונים בכל שערי פשט רמז דרוש סוד.
בזמנינו אלה איז עס רבי חיים מיט'ן בריסקער דרך הלימוד וואס האט אריינגעברענגט א רעוואלוציאנערישע טראכט אין לאגיק און סברא, רבי צדוק האט געברענגט א נייע אור אין אגדות חז"ל, רבי עקיבא אייגער איז געווען רעוואלוציאנעריש אין חשבון און סברא עפענענדיג נייע שערים אין תורה, דער חזון איש מיט זיין אייגנארטיגן דרך הלימוד איז רעוואלוציאנעריש, בפרט אין זיין מהלך אין קו התאריך איז סיי חוצפא'דיג און סיי אויגן עפענענדיג, דער סאטמארער רב האט זיכער געמאכט א יש מאין ארום תורת ארץ ישראל און געבויעט א בנין אדיר אויף א שורה גמרא אין כתובות (צי דו גלייכסט עס יא אדער נישט איז עס אריגינעל), דער ראגאטאשווער מיט זיין אבנארמאלע שליטה אויף כל התורה כולה און ווי ער איז מקשר סוגיא צו סוגיא נימה בנימה איז אריגינעל און אייגנארטיג, רבי חיים קניבסקי האט אויך א מבהיל'דיגע בקיאות אין תורה, רבי עבודי'ס בקיאות אין ספרות היהדות, וואס נאך איז שייך צו זאגן, דער בית יוסף האט געשריבן א געוואלד ממש איבער די כח האנושי, דער פרי מגדים לויפט אין א שנעלקייט פון א ליכט יאר און מ'קען ממש משוגע ווערן פון זיין היקף, ווי ער עפנט צען נייע שמועסן אין איין קליינע שטיקל, ווי ער לאזט נישט אויס קיין פרט ופרט און ברייטערט אויס יעדע קליינע סעיף קטנ'דל צען פאכיג, דער חתם סופר לייגט אריין אין דריי שורות דרשות כל התורה כולה נ"ך מיט אגדות חז"ל מיט כוונת התורה מיט השקפה מיט וואס דו ווילסט נאר נישט, דער קרבן נתנאל (איינער פון מיינע באליבטסטע ספרים) איז אלעמאל ספאט אן און האט א כשרון צו בארירן די עיקרי הסוגיא ואיברים שהנשמה תלוי' בהם, רבי איטשא מאיר זאגט אריגינעל אין פנימיות התורה און רבי מאטל מיט זיין מהלך אין דרושי חסידות, און מלאך זאגט שיינע וויצן.

וואס נאך?

מיר האבן געהאט און מיר האבן היינט אסאך בעלי כשרונות, און די נקודה איז נישט ווער עס האט געמאכט א וואונדערליכער ספר און הערליכע חידושים, און האט פארמאגט אומגלויבליכע בקיאות און גאונות. נאר ווער עס האט געזאגט א געדאנק -- קען זיין איין געדאנק -- וואס די גאונות דערפון איז אומגלויבליך פאר אונז פשוט'ע מענטשן, אזש ס'איז שווער צו פארשטיין ווי א ילוד אשה האט עס געקענט משיג זיין.

דערווייל האבן מיר עטליכע גוטע קאנדידאטן, וואס איך וועל אויסרעכנען לויט'ן סדר וואס קומט מיר פאר די שטערקסטע.

ר' יהודה חיוג'ס שורש משולש, פון ATUB @מיימון ATUB
דער תרומת הדשן און מכירת חמץ, פון ATUB @לבונה זכה ATUB
ר' מיכאל בער ווייסמאנדל און דילוגים, פון ATUB @פאליטיקאנט ATUB
ר' אלחננ'ס מיגו כח הטענה, פון ATUB @ריכטיג ATUB
דער בריסקער דרך הלימוד, פון ATUB @צפור בודד ATUB , ATUB @אישתישבי ATUB און ATUB @כוכב ATUB



פאלט מיר יעצט ביי אז אפשר איז דער געדאנק פון י"ג עקרים פונעם רמב"ם אויך גאר שעפעריש און גאונות'דיג, וואס איז שווער פאר אונז היינט משיג צו זיין ווייל מיר זענען אזוי געוואוינט דערצו.

נאך א lead וואס פאלט מיר ביי איז אז מ'דארף א קוק טון ביי ערכים, values, וואס ווערן היינט באטראכט ווי Judeo-Christian.
זונטאג יוני 21, 2020 5:47 pm#452387
איך מיין אז מ'מישט דא אביסל די יוצרות. ס'דא חידושים וואס עס איז נישט דוקא דא דערביי קיין גאונות. ממילא די אלע זאכן זענען שלא ממין הטענה. דוקא אן אינטערנעמונג פאר א פראבלעם וואס פאדערט גאונות צו לייזן מיטן שאפן א נייעם מהלך אדער א לעזונג וואס האט ווייטגרייכנדע השלכיות דאס איז די נושא. אדער עכ"פ האב איך געמיינט אז דאס איז די נושא.
די אלע אויבנדערמאנטע זענען טאקע קאנדידאטן אבער זענען נאר א דוגמא פון לייזען הלכה פראבלעמען, אבזערוואציעס אין חכמת הדקדוק, א נייעם מעטאדאלאגיע וויאזוי אפצולערנען גמרא, א נייעם באגריף אין ליכא מידי דלא רמיזי באורייתא אויפן פארנעם ווי גמטריא אדער ר"ת.
זונטאג יוני 21, 2020 6:09 pm#452391
אנצקלופדיה תלמודית איז בלי ספק א גולת הכותרת. אמת אז די געדאנק גענומען פון די ענצעקלאפעדיסטן האט שוין עקזעסטירט אין ספרות הרבנית פון פריער דער ערשטער דער פחד יצחק, און דערנאך פילע אנדערע, חיד"א, ר' יוסף ענגל, שדי חמד, בית יעקב וכו' אבער קיינער איז נישט געווען אויסן פשוט צו קאווערן די נושאים מיטן גאנצן היקף פון די פשוטע הגדרות ביז די לומדות און השלכיות און השוואות צו אנדערע נושאים כלפי די זעלבע הגדרות און די נידונים בהמשך אין די ספרי הלכה ושו"ת אזויווי אין א סעקולארן ענצעקלאפעדיע.
אמת אז אין בו משום חידוש אבער עס פאדערט גאר א פארזיכטיגע צוזאמארבעט און גאונות אין סדר און ווער נאך ווי הרב זווין דער גרויסער סדרן איז געווען פאסיג צו זיין דער עורך.
זונטאג יוני 21, 2020 6:32 pm#452393
וואס זענען די מערסט גאונות'דיגע געדאנקען ביי גדולי ישראל
לגבי די עלעמענט פון ״געזעץ״ ווי @צפור בודד צולייגט דאס שיין, איז דא די לוח וואס הלל נשיאה האט מתקן געווען, א גוואלדיגע חידוש וואס גייט אן ביז היינט צוטאגס ער האט משנה געווען די גאנצע ענין פון קידוש החודש, הלל נשיאה האט דאס געטוהן לצורך השעה, ווען צוליב כמה סיבות איז געווען שווער צו גיין מיט די אלטע וועג.
די זעלבע האט רבי יהודה הנשיא מחדש געווען א גרויסע חידוש אין די עלעמענט פון ״געזעץ״ אז צוליב עת לעשות להשם איז נישט דא קיין ברירה נאר צו מתיר זיין צו געהעריג אראפשרייבען תורה שבעל פה.
אונטערסאנט איז אויך די חידוש פונעם חתם סופר אין שו״ת אורח חיים סימן ר״ח, אז די גאנצע היתר איז נאר אויב מען מיינט טאקע נאר לשם שמים, אויב נישט גייט ווייטער אן די איסור אויף צו שרייבען תורה שבעל פה!!
אין די עלעמנענט פון ליטעראטור איז דא די ספר ״סדר עולם״ פון די תנא רבי יוסי בן חלפתא א תלמיד פון רבי עקיבא, וואס לויט וואס איך ווייס איז דאס די ערשטע ספר צו שרייבען די היסטאריע פון בריאת העולם ביז זיין תקופה!!
זונטאג יוני 21, 2020 6:33 pm#452394
העניך האט געשריבן:
calculator האט געשריבן:די חשבון פון קידוש החודש פון רמב"ם ובפרט די חשבון פון די מולד אמיתי.

דער רמב"ם שרייבט דאך קלאר אז ער האט גענומען די חשבונות פון די חכמי יוון.


ווי שרייבט ער דאס? דו מיינסט דאס?
זונטאג יוני 21, 2020 7:47 pm#452409
די גרעסטע ״חידוש״ צווישן אחרונים איז לכאורה די נודע ביהודה׳ס עקספערימענט אז די שיעורים שטימען נישט.
די צווייט גרעסטע חידוש איז די חתם סופר׳ס חדש אסור מן התורה.
זונטאג יוני 21, 2020 8:41 pm#452425
דער רמח''ל'ס חידוש פון נהמא דכסיפא איז לדעתי א גרויסע חידוש, ווערד ארויפצוגיין אויף די ליסטע. עס טוישט די גאנצע בליק וויאזוי א איד קוקט אויף זיין ארבעט אויף די וועלט.

אנשטאט פארשטיין אז דער באשעפער וויל עפעס פון אונז מיט די תורה, צו פאר זיין הנאה אדער פאר אונזער הנאה, קומט דער רמח''ל און זאגט אז עס פשוט א שפיל מען זאל נישט שפירן ווי אומזיסטע געסט אין עולם הבא.
זונטאג יוני 21, 2020 8:44 pm#452427
נאך א קאנדידאט איז דער רמב''ם'ס חידוש אויף קרבנות. אז באמת וויל דאס נישט דער באשעפער, נאר ווייל מען האט נישט געקענט פארלאנגען פון די אידן אויפצוהערן ברענגען קרבנות האט די תורה געזאגט אז מען זאל עס ברענגען פאר'ן באשעפער.
דאס גיבט א גאנצע נייע מהלך אפצוטייטשן די תורה. אז עס איז דא זאכן אין די תורה וואס דער באשעפער וויל נישט ממש דאס, נאר צוליב זייטיגע סיבות האט ער דאס אריינגעלייגט.
זונטאג יוני 21, 2020 8:52 pm#452430
די חידוש פונעם דרשות הר''ן אז ווען די תורה האט געהייסן פאלגן סנהדרין איז דאס אפי' ווען זיי מאכן א טעות, און ווען זיי מאכן א טעות ווערט די טעות גאר א חלק פון די תורה. ווייל די תורה איז געגעבן געווארן לויט ווי די חכמים פארשטייען עס.
מאנטאג יוני 22, 2020 12:01 am#452456
דער אבן עזרא מיטן סוד השנים עשר.
מאנטאג יוני 22, 2020 12:32 am#452463
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:לענ״ד: די צווי גרעסטע רעוועלוציענערן במחשבת ישראל בדור אחרון זענען געווען מרן הגראי״ה זצוק״ל ברחוב בינתו וגישתו לתורה וליראה. והגאון הגדול רי״ד סאלאווייציק מבוסטון זצוק״ל בעינו החדה והבהירה.

הרב קוק איז א חידוש, אבער נישט אנגענומן

הריד״ס איז בעיקר א שפראך, נישט מער

אסאך פון די וואס ווערן דא געברענגט זענען בלויז א קנייטש, נישט קיין גאנצע חידוש, אלס געבויט אויף פריערדיגע, נישט קיין עכטע חידוש.

גראדע, דער ליובאוויטשער רבי האט געמאכט א נייעם דארט סוגיא מיט זיין רש״י תורות, אבער עס איז בכלל נישט אנגענומן, און פערזענליך בין איך ניטש נתפעל דערפון. אבער א חידוש איז עס זיכער.

ביי וועם הגראי״ה איז ניט אנגענומען האט לענ״ד ליידער נישט טועם געווען פונעם אמת׳ן עץ הדעת האמונה והבינה. ווי קען מען זיין איין ערליכע איד, אן אוהב ישראל מיט הארץ אהן די לויטערע הגיונות פונעם רב זצ״ל.
בנוגע הגרי״ד איז מיין כוונה אויך זיין טהרת המחשבה אין אביעקטיוויטעט ביחס צו חכמת התורה און חכמת האומות. ווי ער האט באוואוזען דעם ״כי היא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים.״