Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • וואס זענען די מערסט גאונות'דיגע געדאנקען ביי גדולי ישראל

קאווע שטיבל • וואס זענען די מערסט גאונות'דיגע געדאנקען ביי גדולי ישראל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
101 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13966
מאנטאג יוני 22, 2020 9:02 am#452489
תורה ומדע האט געשריבן:ביי וועם הגראי״ה איז ניט אנגענומען האט לענ״ד ליידער נישט טועם געווען פונעם אמת׳ן עץ הדעת האמונה והבינה. ווי קען מען זיין איין ערליכע איד, אן אוהב ישראל מיט הארץ אהן די לויטערע הגיונות פונעם רב זצ״ל.
בנוגע הגרי״ד איז מיין כוונה אויך זיין טהרת המחשבה אין אביעקטיוויטעט ביחס צו חכמת התורה און חכמת האומות. ווי ער האט באוואוזען דעם ״כי היא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים.״

פאקטן טוישן זיך נישט. און איך מיין נישט נאר אז הרב קוק'ס מהלך איז נישט אנגענומן ביי 'חרדים'. אפילו ביי זיין 'נאכפאלגערס' איז עס נאר א באגרעניצטע נאכפאלגערשאפט. ער האט געהאט א מהלך הכוללת הכל און זיי האבן גענומן געציילטע פונקטן דערפון.
דער טהרת המחשבה פון הגרי"ד איז א שפראך זאך. פראביר איבער צו טייטשן זיין ווערטער אויף א היימישע אידיש, אדער א ישיבישע ענגליש, וועסטו זען אז עס איז דא ווייניגער דארט ווי מ'זעט ביים ערשטן בליק.
מאנטאג יוני 22, 2020 9:55 am#452491
גאר גאר אן אינטערעסאנטער נושא, העניך! אן הארציגע דאנק פארן אויפברענגן. זעהענדיג ווי די אשכול שפרינגט ארום, אפשר מעג מען סימפלעפייען די שאלה אזוי:

אויב זיצט איר אויף א וועד אהערגעשטעלט צו פארטיילן און באטיטלן די "חכמה און באשטייערונג פרס" פאר רבנים און תלמידי חכמים דורכאויס היסטאריע, וועלכער פערזענליכקייט וואלט איר נאמאנירט, אין וועלכע דיציפלין, און זייער ספעציפיש פאר וועלכע ווערק?

די דיציפלינען קענען זיין סיי וואס, אבער אלס אן החתחלה, נאדיר א ליסטע אויסגעברייטערט פונעם "נאבעל פרייז" געדאנק: פיזיקע, אסטראנאמיע, כעמיע, מעדעצין און פיזיאלאגיע, מאטאמאטיקע, עקאנאמיע, געזעץ, ליטעראטור, קונסט, פרידן אדער שיץ און שעצונג פאר די פארנאכלעסיגטע, אידישע טעאלאגיע, אידישע געזעלשאפט און לעבן'ס קוואליטעיט, וכו'.

כ'פארשטיי, העניך, אז דיין פארשונג איז דייקא אין די תחום פון א טיפע חידוש וואס איז נתברר געווארן אלס אן אביעקטיווע אמת, אבער ס'זעהט אז אז אזא אשכול וועט קומען צו א גאר קורצע ענדע. אלזא,לאמיר עס אויסברייטערן.
מאנטאג יוני 22, 2020 10:43 am#452494
נהורא נפישא האט געשריבן:איך מיין אז מ'מישט דא אביסל די יוצרות. ס'דא חידושים וואס עס איז נישט דוקא דא דערביי קיין גאונות. ממילא די אלע זאכן זענען שלא ממין הטענה. דוקא אן אינטערנעמונג פאר א פראבלעם וואס פאדערט גאונות צו לייזן מיטן שאפן א נייעם מהלך אדער א לעזונג וואס האט ווייטגרייכנדע השלכיות דאס איז די נושא.

נו וואס ביסטו מציע וואס פאסט אריין אין דיין קריטעריאן?

נהורא נפישא האט געשריבן:אנצקלופדיה תלמודית איז בלי ספק א גולת הכותרת. אמת אז די געדאנק גענומען פון די ענצעקלאפעדיסטן האט שוין עקזעסטירט אין ספרות הרבנית פון פריער דער ערשטער דער פחד יצחק, און דערנאך פילע אנדערע, חיד"א, ר' יוסף ענגל, שדי חמד, בית יעקב וכו' אבער קיינער איז נישט געווען אויסן פשוט צו קאווערן די נושאים מיטן גאנצן היקף פון די פשוטע הגדרות ביז די לומדות און השלכיות און השוואות צו אנדערע נושאים כלפי די זעלבע הגדרות און די נידונים בהמשך אין די ספרי הלכה ושו"ת אזויווי אין א סעקולארן ענצעקלאפעדיע.
אמת אז אין בו משום חידוש אבער עס פאדערט גאר א פארזיכטיגע צוזאמארבעט און גאונות אין סדר און ווער נאך ווי הרב זווין דער גרויסער סדרן איז געווען פאסיג צו זיין דער עורך.

דאס פאסט מסתמא אריין אין ATUB @ארי נוהם ATUB 'ס אשכול. איז דען די אנציקלופדיה תלמודית עפעס אויף וואס מ'זאל זאגן אז ס'איז אומגלויבליך אז א בשר ודם האט דאס אהערגעשטעלט? בפרט אז דאס איז דאך א צוזאמענארבעט פון פילע גאונים און אומנאמליכע בעלי כשרון.
מאנטאג יוני 22, 2020 10:52 am#452497
calculator האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:
calculator האט געשריבן:די חשבון פון קידוש החודש פון רמב"ם ובפרט די חשבון פון די מולד אמיתי.

דער רמב"ם שרייבט דאך קלאר אז ער האט גענומען די חשבונות פון די חכמי יוון.


ווי שרייבט ער דאס? דו מיינסט דאס?

ניין, דאס:
וטעם כל אלו החשבונות ומפני מה מוסיפים מנין זה ומפני מה גורעין. והיאך נודע כל דבר ודבר מאלו הדברים. והראיה על כל דבר ודבר. היא חכמת התקופות והגימטריות שחברו בה חכמי יון ספרים הרבה והם הנמצאים עכשיו ביד החכמים. אבל הספרים שחברו חכמי ישראל שהיו בימי הנביאים מבני יששכר לא הגיעו אלינו. ומאחר שכל אלו הדברים בראיות ברורות הם שאין בהם דופי ואי אפשר לאדם להרהר אחריהם, אין חוששין למחבר בין שחברו אותם נביאים בין שחברו אותם האומות, שכל דבר שנתגלה טעמו ונודעה אמיתתו בראיות שאין בהם דופי אנו סומכין על זה האיש שאמרו או שלמדו על הראיה שנתגלתה והטעם שנודע.
(הלכות קיה"ח יז, כד)
מאנטאג יוני 22, 2020 10:56 am#452498
גראדעמעכעלע האט געשריבן:די חידוש פונעם דרשות הר''ן אז ווען די תורה האט געהייסן פאלגן סנהדרין איז דאס אפי' ווען זיי מאכן א טעות, און ווען זיי מאכן א טעות ווערט די טעות גאר א חלק פון די תורה. ווייל די תורה איז געגעבן געווארן לויט ווי די חכמים פארשטייען עס.

דוכט זיך אז דאס שטייט שוין אין ספר החינוך, א פופציג יאר פאר'ן ר"ן.
מאנטאג יוני 22, 2020 10:57 am#452500
יואליש האט געשריבן:גאר גאר אן אינטערעסאנטער נושא, העניך! אן הארציגע דאנק פארן אויפברענגן. זעהענדיג ווי די אשכול שפרינגט ארום, אפשר מעג מען סימפלעפייען די שאלה אזוי:

אויב זיצט איר אויף א וועד אהערגעשטעלט צו פארטיילן און באטיטלן די "חכמה און באשטייערונג פרס" פאר רבנים און תלמידי חכמים דורכאויס היסטאריע, וועלכער פערזענליכקייט וואלט איר נאמאנירט, אין וועלכע דיציפלין, און זייער ספעציפיש פאר וועלכע ווערק?

די דיציפלינען קענען זיין סיי וואס, אבער אלס אן החתחלה, נאדיר א ליסטע אויסגעברייטערט פונעם "נאבעל פרייז" געדאנק: פיזיקע, אסטראנאמיע, כעמיע, מעדעצין און פיזיאלאגיע, מאטאמאטיקע, עקאנאמיע, געזעץ, ליטעראטור, קונסט, פרידן אדער שיץ און שעצונג פאר די פארנאכלעסיגטע, אידישע טעאלאגיע, אידישע געזעלשאפט און לעבן'ס קוואליטעיט, וכו'.

כ'פארשטיי, העניך, אז דיין פארשונג איז דייקא אין די תחום פון א טיפע חידוש וואס איז נתברר געווארן אלס אן אביעקטיווע אמת, אבער ס'זעהט אז אז אזא אשכול וועט קומען צו א גאר קורצע ענדע. אלזא,לאמיר עס אויסברייטערן.

אדרבה, נעם דיך נאמינירן אין דיינע קאטעגאריעס.
מאנטאג יוני 22, 2020 10:58 am#452501
Re: וואס זענען די מערסט גאונות'דיגע געדאנקען ביי גדולי ישראל
דער חיבור 'חזון איש' איז לדעתי פון די גרעסטע חידושים אין ספרי התלמוד.
ער איז דער איינציגסטער וואס האט באוויזן ארויסצוקומען מיט א חיבור וואס לויפט דורך 'בעיון' גאנץ ש"ס.
זיין עיון איז מער על דרך החשבון (ענליך צום מהרש"א) און ציעט ביז הלכה למעשה.
אלס א ספר וואס ווערט געלערנט אין יעדע ישיבה בסדרי העיון איז ער פון די איינציגסטע וואס ווערט אויך גענוצט אליבא דהלכתא.

ס'לאזט זיך ממש נישט גלויבן ווי אזוי א יליד אשה איז צוגעקומען צו דעם, בפרט ווען ס'איז באקאנט וויפול ער האט עוסק געווען פארן כלל ופרט.
מאנטאג יוני 22, 2020 10:59 am#452502
קל וחומר האט געשריבן:זיין עיון איז מער על דרך החשבון (ענליך צום מהרש"א)

וואס מיינסטו מיט דעם?
מאנטאג יוני 22, 2020 11:03 am#452503
Re: וואס זענען די מערסט גאונות'דיגע געדאנקען ביי גדולי ישראל
ספר תהלים איז לדעתי דער שענסטער ארטווערק אין אידישע היסטאריע, הגם וואס עס באשטייט פון מערערע מחברים, איז דאס רוב געשריבן געווארן דורכ'ן מלך ישראל מיט א זעלטענע ארטיסטישע פעדער וואס יעדע פסוק באזונדער איז בכח אריינצושליידערן א מענטש אין א טיעפע טראנס וואס זאל אים צוריקשלעפן דריי טויזנט יאר און מיטלעבן דעם קולטור און אלס ארום, אויב זאל ער זיך מתעמק זיין דערינען.
מאנטאג יוני 22, 2020 11:12 am#452506
Re: וואס זענען די מערסט גאונות'דיגע געדאנקען ביי גדולי ישראל
העניך האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:זיין עיון איז מער על דרך החשבון (ענליך צום מהרש"א)

וואס מיינסטו מיט דעם?
אז זיין עיון איז נישט באזירט אויף סתם קשיא-תירוץ-חילוק-מחלק אזוי ווי רוב ראשי ישיבות. ער גייט דורך דעם סוגיא קלאר און חשבונ'ט אויס וואס איז יא גילטיג און וואס נישט ע"פ דעם גאנצע סוגיא.
מאנטאג יוני 22, 2020 11:24 am#452508
קל וחומר האט געשריבן:
אלס א ספר וואס ווערט געלערנט אין יעדע ישיבה בסדרי העיון איז ער פון די איינציגסטע וואס ווערט אויך גענוצט אליבא דהלכתא.

אזוי וואלט, אפשר(?), געדארפט צו זיין אבער ס'איז דאך נישט. כ'מיין אז מ'לערנט נישט צופיהל חזון איש אין ישיבות.
און לעיקרן של דברים איז אזוי, די חידוש פונעם חזון איש איז די געוואלדיגע מאס פון לעגיטימאציע וואס ער גיבט פאר 'שכל' און 'סברא', ד.ה אזוי, בעוד וואס אלע ישבישע מהלכים לויפן אויף א שניט פון טערמינען, רול'ס און קאנקרעטע 'דינים', האט דער חזון איש גענומען מער א אפענע צוגאנג און לאזן מסביר זיין א זאך פשוט מצד שכל וסברא.
דוק, ווייל כ'האב זיך נישט גוט ארויסגעברענגט.
אבער אויב כ'מעג צולייגען א נקודה מענין לבנין שלא באותו קנין, איז אזוי, ביי הל' כלאים איז דא געוויסע מינים וואס זענען איינס, און מ'מעג זיי איינזייען צוזאמען און געוויסע מינים וואס זענען צוויי עקסטערע און מ'טאר נישט, אין די משנה (מס' כלאים, פרק א) איז אויסגערעכנט אסאך פון דיע, צו געבן א קונקרעטע כלל וויאזוי חז"ל האבן אפגעטייטשט 'איין מין' אדער 'צוויי מינים' איז שווער, ווייל קיין איין'ס שטימט נישט אינגאנצען... זאגט אבער די חזו"א: "קביעות חכמי ישראל בחלוקת המינים לענין דיני כלאים, נובעת מהבנה עמוקה בתכונות הפנימיות של הברואים וכו'" עכ"ל, דאס הייסט אז ס'נישט קיין "דין" אין "מראה", נישט קיין "דין" אין "טעם" ס'בכלל נישט קונקרעט און שוין!
אויב גלייכסט דרוש, קען מען אפשר מסביר זיין לפי"ז, פארוואס די 'חזון איש' האט נישט געהאלטען פון לערנען מוסר, נאר לויט ווי אזוי מיר האבן גערעדט אז די חזו"א האט נישט אנגעקוקט די תורה (שבע"פ) ווי א סעט פון צוויי-טויזנט-יעריגע 'דינים' וואס מ'דארף מפענח זיין, נאר ענדערש ווי עפעס וואס גייט צוזאמען מיט די 'סברא' און 'שכל האנושי' ממילא איז דאס שוין מוסר פאר חיי יום יומי אויך.
וואטעווער.... גענוג שטותים פאר יעצט....
מאנטאג יוני 22, 2020 7:44 pm#452553
כ'האף אז דער עולם וועט נישט לאכן... אבער ווער ס'האט אסאך געהערט ר' עזריאל טויבער'ס שיעורים טוט קענעלערנען אז אלע זיינע דרשות און מאמרים, אין סיי וועלכע נושאים, איז געווען באזירט אויף איין יסוד, וואס בעצם ווערט דאס שוין דערמאנט אין ספרים, אבער ביי יעדע דרשה מער האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער איז דא מיט א חידוש וואס ווען מ'ווייסט דאס העלפט דאס אסאך ארויס אין עבודת ה'. און הוא הגבר וואס האט גענומען דעם חידוש, דאס ארויסגעברענגט אויף די שטערקסטע און פשוט'סטע אופנים, אפילו עס איז נישט אלעמאל געווען לפי רוחם פון די לאקאלע רע-בנים וגאונים.

דאס איז, אז מיר טוען געבן פאר'ן אויבערשטן און דער אויבערשטער ווארט אז מיר זאל אים געבן.

יא יא, מיר ווייסן טאקע אז כלל ישראל איז שותפים מיט הקב"ה, אבער אז ס'איז טאקע ממש 50/50? אז ס'איז טאקע ממש אז אויב בעק איך ארויס פונעם שותפות ווערט חרוב א וועלט? תן דעתך שלא תחריב ותקלקל את עולמי!

מיט דעם פשוט'ן יסוד האט ער מקרב געווען טויזנטער.

אוודאי אז מ'זעט דאס שוין אין חז"ל, א שטייגער ווי אין מסכת ברכות (דף ו:), "בשעה שהקב"ה בא לבית הכנסת ואינו מוצא שם עשרה מיד הוא כועס". ער דער אויבערשטער בייזערט זיך כביכול וויבאלד ער באקומט נישט פון אונז וואס ער ברויך.

דער OTD בחור האט טענות אז דער אויבערשטער געט אים נישט, ער כאפט אבער נישט פארקערט, ווי גליקליך דער אויבערשטער ווערט ווען מיר געבן אים און מיר דינען אים.

לדעתו, ווען מיר זאלן ווען וויסן דעם יסוד וואלטן געווען אסאך ווייניגער נושרים אין דער אידישער וועלט.

און דאס מיינט דער בחירה וואס מיר האבן. מיר זענען בוחר צי מיר זאלן יא געבן פאר'ן אויבערשטן אדער נישט.

מיר זענען נישט קיין מקבלים, נאר משפיעים, און נישט סתם משפיעים, נאר משפיעים כלפי מעלה.

ו ATUB @העניך ATUB יכפר עוון אויב כ'האב פארדרייט דעם אשכול.
מאנטאג יוני 22, 2020 7:56 pm#452558
די חידוש פון דער ספר חזון איש איז א האקעלע, אבער א ריזיגע.

אין יעדער סוגיא, ווערן די יסודות באארבעט פון דור צו דור. די 'ישיבישער מסכתות' האבן גוט סאפיסטיקירטע למדות און סברות אויסגע'ארבעט, ווי יעדער דור לייגט צו צום פריערדיגע. אין אנדערע מסכתות און פרקים זענען די סברות נאך היבש רוי. אבער מיט די צייט האט דער וועלט אנגעהויבן מיט טהרות, און די למדות אין טהרות ווערט מער און מער סאפיסטיקירט. דער ספר חשב האפוד אויף מסכת כלים איז א וואונדער ארבעט. אליינס האט דער מחבר דורכגעפלאגט און גע'עפענט א פתח אין די סוגיות פון כלים, פאר אים איז גאר ווייניג געווען. דער דעת יוסף אויף כלים האט אויף געטון אזא ארבעט, אבער בעיקר אויף שיטת הרמב"ם און דער חשב האפוד איז אויף אנדערע שיטות אויך. אבער די סברות זענען נאך רוי, די נעקסטע דור האט צוגעלייגט (אפילו ווען זיי ברענגן אים נישט), און יעצט ווערן די עניינים מער און מער נתלבן. דער חשב האפוד האט אבער פורץ גדר געווען אין די זאכן.

דער חזו"א האט אויפגעבויט זיין סוגיות מיט א פאר דורות. ד.ה. אז ער האט געזאגט די ערשטע סברא, און געבויט אויף דעם און נאך דעם אויף דעם. דאס איז א ריזיגע חכמה און א חידוש.

כנלע"ד
מאנטאג יוני 22, 2020 8:01 pm#452561
איך וואלט געזאגט אז די ספר ''ברית כהונת עולם'' איז אן אויפרייס אין די וועלט פון סתרי רמזי תורה !
יעדער איינציגע שטיקעל איז א חידוש נורא פאר זיך , סלאזט זיך נישט גלייבן אז א מענטשליכע מוח האט דאס מחדש געווען!
נישט בלויז אין די חשבונות , חשבנ'ן גאנצטע פסוקים , נאר די איינפאל - ווי אזוי אלעס שטעלט זיך צאם , און שטעלט זיך נישט אפ , סאיז מיר שווער מסביר צו זיין אבער דער וואס האט שוין געלערענט א מאמר מרישא עד גמירא פארשטייט וואס איך מיין .
ער האט מחדש געווען א ניייע מהלך אין חידושים באופן רמז , וואס איז שטארק געווארן אויפגעכאפט ביי די ספרים נאך איהם , א שטייגער ווי בני יששכר , אמרי נועם , ספרי קאמארנא , לימודים בניסים , חמרא טבא , צבי לצדיק , ר' מאטל זילבר וכו'.
מאנטאג יוני 22, 2020 8:04 pm#452564
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער חזו"א האט אויפגעבויט זיין סוגיות מיט א פאר דורות. ד.ה. אז ער האט געזאגט די ערשטע סברא, און געבויט אויף דעם און נאך דעם אויף דעם. דאס איז א ריזיגע חכמה און א חידוש. כנלע"ד


אויב כ'מעג צושטעלן, הגם ס'איז נישט אינגאנצן ענליך. אין רוב ספרי רבי יונתן אייבשיץ זעט מען ענליך צו דעם נקודה. ער ברענגט ווייניג מראי מקומות און ציטירט ווייניג פון אנדערע. ער בויעט א יסוד און ער הייבט דערנאך בויען אויפדעם א תורה שלימה.

און כמעט קרוב אל זה איז דער חתם סופר על התורה. ער קומט אויף מיט א חידוש'ל וואס ער אפראווד בכלל נישט, און ער הייבט אן דערויף בויען און בויען און בויען און אויפדעם בויעט כלל ישראל.
מאנטאג יוני 22, 2020 8:21 pm#452568
דער אויפטרעף פון די חקירה ביי א יעדע מצוה אויב ס'איז חובת גברא אדער חפצא.

די אלע חכמים און בעלי תריסין בגבולינו. נאכדעם וואס עטץ וועט סטאפן צו קוילערן פאר געלעכטער, וואס דער בעל עגלה זאגט דא ווילל איך אז עטץ זאלט באטראכטן וואספארא יסודות'דיגער חידוש אין לערנען די סוגיות הש"ס דאס איז...!

אדרבה. פרובירט אויס. ביי סיי וועלכע מצווה אין די תורה קענמען חקרנ'ן. מיט ראיות און סברות לכאן או לכאן.

אני הקטן, ווער נתפעל פון דעם ברייטן היקף וואס דער כלל און די חקירה נעמט אריין... !
מאנטאג יוני 22, 2020 8:28 pm#452569
אמת וצדק האט געשריבן:לגבי די עלעמענט פון ״געזעץ״ ווי @צפור בודד צולייגט דאס שיין, איז דא די לוח וואס הלל נשיאה האט מתקן געווען, א גוואלדיגע חידוש וואס גייט אן ביז היינט צוטאגס ער האט משנה געווען די גאנצע ענין פון קידוש החודש, הלל נשיאה האט דאס געטוהן לצורך השעה, ווען צוליב כמה סיבות איז געווען שווער צו גיין מיט די אלטע וועג.

דער אברבנאל שרייבט אז איינע פון חכמי אומות העולם האט געזאגט אויף דעם לוח פון הלל נשיאה אז דאס איז אזוי ווינדערליך אז דאס האט געמוזט געמאכט ווערן דורך נבואה!! האבן מיר ממש די דעפיניציע פונעם פותח האשכול.
מאנטאג יוני 22, 2020 11:49 pm#452636
berlbalaguleh האט געשריבן:דער אויפטרעף פון די חקירה ביי א יעדע מצוה אויב ס'איז חובת גברא אדער חפצא.

די אלע חכמים און בעלי תריסין בגבולינו. נאכדעם וואס עטץ וועט סטאפן צו קוילערן פאר געלעכטער, וואס דער בעל עגלה זאגט דא ווילל איך אז עטץ זאלט באטראכטן וואספארא יסודות'דיגער חידוש אין לערנען די סוגיות הש"ס דאס איז...!

אדרבה. פרובירט אויס. ביי סיי וועלכע מצווה אין די תורה קענמען חקרנ'ן. מיט ראיות און סברות לכאן או לכאן.

אני הקטן, ווער נתפעל פון דעם ברייטן היקף וואס דער כלל און די חקירה נעמט אריין... !

כ'האב א חבר וואס זאגט מיר כסדר נאך לומד'שע פשט'לעך פון זיין זוהן'ס באס דרייווער, אסאך מאל ממש גאונות, כ'מיין אונז האלטן דא אט אט פאר א גילוי.... :-D :-D :-D
דינסטאג יוני 23, 2020 12:18 am#452652
לייבל שטילער: ייש"כ פאר דעם גוטן פיעלינג און דעם קאמפלימענט. אבער די אינפארמעישן איז נישט אפדעיטעד. ווייל אין מיין יעצטיגן דזשאב. (כ'מיין נישט ממש איצטיג. ווייל אין די טעג איז מיין דזשאב, זיצן און קלאצן. און ליינען און שרייבן אויף קאווע שטיבל.) אין די חשוב'ע ת"ת פיהר איך קינדער וואס די עלטסטע איז א כיתה ג' יונגל. נאר אמאל האביך געפיהרט יונגלעך פון גרעסערע כיתות. און בחורים.

דאס דערמאנט מיך א מעשה. איינמאל אינמיטן פארן אויף מיין רוט קומט צו א יונגל צו מיר און זאגט מיר נאך א שיינע תורה'לע אויף די פרשת השבוע. ווען כ'האב אים געפרעגט פון וועם ער האט דאס געהערט. אפשר פון זיין רבי..? ענטפערט ער מיר, ניין. פון זיין ענגליש טיטשער. דאס איז טאקע געווען דער פראבלעם. ס'איז געווען א ענגליש טיטשער אין יענע ת"ת וואס ער האט אלעס געטון . געשפיעלט מוזיק און געזאגט תורה'לעך. נאר נישט געלערנט ענגליש מיט די קינדער. דער מנהל האט איהם טאקע משלח געווען...!
דינסטאג יוני 23, 2020 12:35 am#452654
חזון איש:
- לעקטער שבת
- "אלפיים שנות תורה" לענין טריפות (ס'איז, אגב, נישט ממש כפשוטו)
- "אונז זעמיר תלמידים פון די ראשונים וואס מיר פארשטייען זייער טעם (און ממילא נעמען מיר אהן זייער פסק כדין תלמיד מרב)"!!

[אגב המוזכר לעיל, אין חזו"א יו"ד שרייבט ער "השכל הוא המלאך שבין היוצר והיצור", אן ענליכע לשון שטייט אין הקדמה פון אבן עזרא לפירוש התורה]
דינסטאג יוני 23, 2020 12:37 am#452657
אין די ליטא זאגט מען נאך די פאלגנדע גאונות (שמעתי בשם מרן רי"מ הכהן, אבער כ'גלייב עס נישט), הערטס גוט צו:
הקב"ה האט געגעבן מצוות אלץ אן היכי תמצי ס'זאל זיין דינים צו לערנען!!
דינסטאג יוני 23, 2020 12:54 am#452659
ישעיה האט געשריבן:אין די ליטא זאגט מען נאך די פאלגנדע גאונות (שמעתי בשם מרן רי"מ הכהן, אבער כ'גלייב עס נישט), הערטס גוט צו:
הקב"ה האט געגעבן מצוות אלץ אן היכי תמצי ס'זאל זיין דינים צו לערנען!!


הדא הוא דכתיב: רצה הקב"ה לזכות את ישראל לפיכך הרבה להם תורה ומצוות.

וואספארא גאונות!
דינסטאג יוני 23, 2020 1:03 am#452664
ישעיה האט געשריבן:חזון איש:
- לעקטער שבת
- "אלפיים שנות תורה" לענין טריפות (ס'איז, אגב, נישט ממש כפשוטו)
- "אונז זעמיר תלמידים פון די ראשונים וואס מיר פארשטייען זייער טעם (און ממילא נעמען מיר אהן זייער פסק כדין תלמיד מרב)"!!

[אגב המוזכר לעיל, אין חזו"א יו"ד שרייבט ער "השכל הוא המלאך שבין היוצר והיצור", אן ענליכע לשון שטייט אין הקדמה פון אבן עזרא לפירוש התורה]

ישעיה: לגבי באנוצן זיך מיט לעקטער אום שבת אונטער געוויסע אומשטענדן, איז הגאון ר' שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל מחולק מיט'ן חזון איש. (לקולא). און איך דער קליינער ווערעמ'ל און פראסטער בעל עגלה האלט אז ר' שלמה זלמן איז געווען א גרעסערער עקספערט אין פארשטיין וויאזוי די מערכת החשמל ארבעט.

אין געוויסע פעלער ווילל דער חזון איש אסר'ן זיך צו באנוצן מיט לעקטער אלס בונה. נישט אלס הבערה. און ר' שלמה זלמן איז מתיר.

איך זאג נישט ח"ו אז דער חזון איש האט נישט געוואוסט וואס ער רעדט. זיכער אז יא. נאר רש"ז איז געווען אזא מין עקספערט אין עלעקטריקל פראדוקשן און דיסטריביושן אז ער האט איינגעפאקט א סאך עלעקטריקל ענדזשיניערס. איך האב געליינט אין איינס פון זיינע תשובות ספרים ווי ער לייגט אראפ און איז מסביר פונקטליך מיט אלע קלענסטע פרטים וויאזוי די עלעקטרישע כח קומט אן אין שטוב. פון וואו ס'ווערט פראדוצירט. ווער ס'ליינט/לערנט אדורך דעם ספר שו"ת קען אליינס ווערן א שטיקל ענדזשיניער...!
דינסטאג יוני 23, 2020 8:14 am#452694
דער חידוש פון עלעקטער איז טאקע אן אויפרייס פון דער חזון איש.

מיר איז פשוט אז דער איסור פון עלעקטער, וואס איז היינט פשוט ביי יעדער, וואלט נישט געדארפט אזוי זיין. אין דרך מלאכה בכך וכדו', און אונזער לעבן וואלט געווען אינגאנצן אנדערש. א קאר וואלט מען נאכאלס נישט געמעגט פירן שבת, אבער א פאון או א קאמפיוטער יא. און דער חזו"א קומט מיט א חידוש, א פשוט'ער אבער א חידוש, אז דאס איז בונה. דער וואס לערנט די סוגיא וועט זען אז עס איז גאנץ לייכט צו פארשטיין ווי אים, עס איז א חידוש אין איר פשטות.

און עס איז זיכער אזוי אנגענומן, ביי יעדעם איז עלעקטער אן איסור שבת, מ'קען זיך נישט פאררופן אלס א שומר שבת און אנצינדן עלעקטערישע געצייג, אפילו א ראידא אדער א טלפון, וכ"ש א פלארעסענט.
דינסטאג יוני 23, 2020 9:34 am#452701
ר' חיים בריסקער
מיט זיין מהלך אויף די י"ג עיקרים להרמב"ם
"נעבאך אן אפיקורוס, אויכעט אן אפיקורוס"
דינסטאג יוני 23, 2020 12:16 pm#452728
דאס איז טאקע א חידוש, ווי אויך א נוצליכע. מ׳קען שוין יעדעם באשייגעצן. למעשה האט זיך עס נישט אויסגעשטעלט ביי מענטשן, מ׳נוצט עס אלס א תירוץ, אבער גלויבן גלויבן מען גאנץ שואל דערין
דינסטאג יוני 23, 2020 12:25 pm#452731
די גאנג פון די "אברבנאל" צו צונעמען אן יעדע פסוק און תנ"ך, און ווי עס האבן אים נאכגעפאלגט די אלשי"ך הקדוש און די מלבי"ם
דינסטאג יוני 23, 2020 1:28 pm#452751
לדעתי איז א קורצע שטיקל חזון איש איינע פון די מערסט וויכטיגע געדאנקען און אויפטוען פאר אונזערע צייטן, וואס ווערט נישט גענוג קרעדיטירט, אבער אין פאקט ווען מ'קלערט אריין דערינען זעט מען אז ווען נישט זיינע ווערטער וואלט מעגליך געהערשט כאאס אין ארץ ישראל פאר די לעצטע זיבעציג יאר.

איך באצי מיך צום שטיקל חזון איש וואס ערקלערט אז היינט צוטאגס איז נישטא דער דין מורידין ואין מעלין, ווייל ס'איז נאר געווען בימים הראשונים ווען כלל ישראל איז געשטאנען מיטן גאנצן גלאנץ און א שנה ופירש'ניק האט צושטערט די הארמאניע און געזוכט אויבער-חכמ'ישקייט, וועמען עס איז זיך געקומען דאס טויט, אבער היינטיגע צייטן זענען זיי אלע בגדר תינוקות שנשבו.

זיינע ווערטער - א חידוש עצום וואס ער האט זעלבסט באשאפן כלאחר-יד - האבן געטוישט דעם צוגאנג צו די פרייע אידן אין ארץ ישראל, און אויב מיר געדענקן איין ראדיקאלע פרשה פון יאסעלע שוכמאכער, דאן שטעלטס ענק פאר וואס וואלט אלס געקענט פאסירן אן דעם פסק פונעם חזון איש.
(דאס איז שוין אויסער די אנדערע שינויים להלכה וואס קומען ארויס דערפון, א שטייגער ווי זיי מצרף זיין צו מנין א.א.וו.)
דינסטאג יוני 23, 2020 2:06 pm#452759
ר׳ חיים בריסקער האט שוין אזוי געפסקנ׳ט, מיט די סברא, הלכה למעשה
מיטוואך יוני 24, 2020 10:43 am#452887
רס''ג'ס "אין אומתינו אומה אלא בתורה'' איז די מחודש'דיגסטע אויסטרעף לדעתי.
דאנערשטאג יוני 25, 2020 4:48 am#453017
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער חידוש פון עלעקטער איז טאקע אן אויפרייס פון דער חזון איש.

מיר איז פשוט אז דער איסור פון עלעקטער, וואס איז היינט פשוט ביי יעדער, וואלט נישט געדארפט אזוי זיין. אין דרך מלאכה בכך וכדו', און אונזער לעבן וואלט געווען אינגאנצן אנדערש. א קאר וואלט מען נאכאלס נישט געמעגט פירן שבת, אבער א פאון או א קאמפיוטער יא. און דער חזו"א קומט מיט א חידוש, א פשוט'ער אבער א חידוש, אז דאס איז בונה. דער וואס לערנט די סוגיא וועט זען אז עס איז גאנץ לייכט צו פארשטיין ווי אים, עס איז א חידוש אין איר פשטות.

און עס איז זיכער אזוי אנגענומן, ביי יעדעם איז עלעקטער אן איסור שבת, מ'קען זיך נישט פאררופן אלס א שומר שבת און אנצינדן עלעקטערישע געצייג, אפילו א ראידא אדער א טלפון, וכ"ש א פלארעסענט.

ליטוואק פון בודאפעסט:וואס דו זאגסט נאך פון חזו"א לגבי באנוצן זיך מיט עלעקטרישע כלים אום שבת איז אמת. אבער איך האב גערעדט איבער א ספעציפישן פאל ווען ס'איז געווען א ..."הפסקת חשמל"...אדער א ..."פאוער אוטידזש"...אויב מ'מעג אנצינדן א סוויטש כדי אז ווען די פאוער וועט צוריקקומען זאלל זיך די לייט אדער אפלייענס אנצינדן. רש"ז איז מתיר. און דער חזו"א אסר'ט. נישט אלס הבערה.נאר אלס בונה. ער בויעט אויף די מערכת החשמל. ער פארמאכט דעם סוירקוט.

און לגבי אנצינדן א פלאורעסענט לייט אום שבת וואלט לכאורה געווען א ביסל גרינגער (נישט אז ס'איז מותר). ווייל ס'איז גרמא. פאר ווער ס'ווייסט וויאזוי א פלאורעסענט לייט ארבעט. סיי ביי די רעגולאר . און סיי ביי די סי.עף.על. (ענערדזשי סעיווינג). די באלב וואס געט ליכטיגקייט באקומט נישט קיין עלעקטריק פון מקור. נאר ס'האט א געז וואס ווערט אנגעצינדן דורך די עלעקטריק היעטינג עלעמענטס אויף ביידע עקן...!

אויך. דער מהרש"ג (ר' שמעון גרינפעלד, רב אין סעמיהאלי, אונגארן) האט געהאלטן אז אן עלעקטריק באלב אדער אנדערע היעטינג אפלייענס איז נישט קיין הבערה דאורייתא. נאר די אנדערע פוסקים זענען נישט מסכים מיט איהם...!
פרייטאג יוני 26, 2020 6:17 pm#453147
ריכטיג האט געשריבן:מיגו כח הטענה.

ווער איז דער מחדש פון דעם, איך זעה אז דאס איז דער ברוך טעם (שו"ת עטרת חכמים סימן כ). איז ער באקאנט אלס איינער וואס האט דאס צום ערשט מחדש געווען ?
פרייטאג יוני 26, 2020 6:47 pm#453151
נהורא נפישא האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:מיגו כח הטענה.

ווער איז דער מחדש פון דעם, איך זעה אז דאס איז דער ברוך טעם (שו"ת עטרת חכמים סימן כ). איז ער באקאנט אלס איינער וואס האט דאס צום ערשט מחדש געווען ?

אין די ישיבישע וועלט איז עס באקאנט בשם ר' אלחנן בינוש וסרמן ז''ל.
פרייטאג יוני 26, 2020 6:47 pm#453152
מכאן להבא למפרע פון הגר''ח.
פרייטאג יוני 26, 2020 6:48 pm#453153
לייבל שטילער האט געשריבן:רס''ג'ס "אין אומתינו אומה אלא בתורה'' איז די מחודש'דיגסטע אויסטרעף לדעתי.

וואס איז אזוי מחודשדיג?
מוצ"ש יוני 27, 2020 10:04 pm#453156
ווייל אין נ''ך איז נישט משמע אזוי בכלל, ודו''ק
מוצ"ש יוני 27, 2020 10:58 pm#453158
לייבל שטילער האט געשריבן:ווייל אין נ''ך איז נישט משמע אזוי בכלל, ודו''ק

וואס מיינסטו. אויב מיינסטו די פאקט אז אונז האבן געהאט א קעניג און א לאנד וכו'. דאס איז בכלל נישט די נידון. רס''ג זאגט נישט אז מטאר נישט האבן קיין לאנד וכדו'. ס''ה זאגט ער אז אן די תורה זענען מיר בכלל נישט קיין פאלק?
מוצ"ש יוני 27, 2020 11:11 pm#453160
כרם זית האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:מיגו כח הטענה.

ווער איז דער מחדש פון דעם, איך זעה אז דאס איז דער ברוך טעם (שו"ת עטרת חכמים סימן כ). איז ער באקאנט אלס איינער וואס האט דאס צום ערשט מחדש געווען ?

אין די ישיבישע וועלט איז עס באקאנט בשם ר' אלחנן בינוש וסרמן ז''ל.

ככרם זית ועוד, יתכן אז א בחינה מדוקדקת וועט דאס טרעפן אין פריערדיגע, אבער באקאנט איז דאס אלץ ר' אלחנן'ס. להבדיל געדענק איך צו לייענען אז קופרניקוס'נס חידושים טרעפט מען אויך אין פריערדיגע.
מוצ"ש יוני 27, 2020 11:12 pm#453161
calculator האט געשריבן:די גאנג פון די "אברבנאל" צו צונעמען אן יעדע פסוק און תנ"ך, און ווי עס האבן אים נאכגעפאלגט די אלשי"ך הקדוש און די מלבי"ם

קדמוהו הרלב"ג לענ"ד.
מוצ"ש יוני 27, 2020 11:30 pm#453163
נאך עטליכע מ'חודיש'דיגע ענינים:
פרק ה מספר התניא וואו ער איז מבאר די גרויסקייט פון תורה
דרוש אור החיים מבעל מחבר ספר תפארת ישראל (אזהרה: אפיקורסת לשיטת הרה''ק ממונקאטש).
זונטאג יוני 28, 2020 12:34 am#453166
כרם זית האט געשריבן:
לייבל שטילער האט געשריבן:ווייל אין נ''ך איז נישט משמע אזוי בכלל, ודו''ק

וואס מיינסטו. אויב מיינסטו די פאקט אז אונז האבן געהאט א קעניג און א לאנד וכו'. דאס איז בכלל נישט די נידון. רס''ג זאגט נישט אז מטאר נישט האבן קיין לאנד וכדו'. ס''ה זאגט ער אז אן די תורה זענען מיר בכלל נישט קיין פאלק?

ער מיינט לכאורה אז דער געדאנק אז די תורה איז דאס וואס מאכט דעם יידישען פאלק איז נישט וויאזוי עס -וקט אויס אין נך
יש דברים בגו אבער דאכט זיך אז דאס איז נישט רסג לידוש נאר ביים חורבן האט עס שוין אנגעהויבען צו טראנספארמירן אדע אפילו פריער
זונטאג יוני 28, 2020 12:45 am#453167
mevakesh האט געשריבן:
כרם זית האט געשריבן:
לייבל שטילער האט געשריבן:ווייל אין נ''ך איז נישט משמע אזוי בכלל, ודו''ק

וואס מיינסטו. אויב מיינסטו די פאקט אז אונז האבן געהאט א קעניג און א לאנד וכו'. דאס איז בכלל נישט די נידון. רס''ג זאגט נישט אז מטאר נישט האבן קיין לאנד וכדו'. ס''ה זאגט ער אז אן די תורה זענען מיר בכלל נישט קיין פאלק?

ער מיינט לכאורה אז דער געדאנק אז די תורה איז דאס וואס מאכט דעם יידישען פאלק איז נישט וויאזוי עס -וקט אויס אין נך
יש דברים בגו אבער דאכט זיך אז דאס איז נישט רסג לידוש נאר ביים חורבן האט עס שוין אנגעהויבען צו טראנספארמירן אדע אפילו פריער

פארשטיי איך נישט וואו אין נ''ך זעט אזוי אויס.
זונטאג יוני 28, 2020 12:59 am#453169
ווייל דאס לאנד איד געגאנגען (פייפן). און די תורה איז געבליבן די איינציגע זאך וואס טוט פאראייניגן דאס אידישע פאלק. ווייל בשעת די אינדעפענדענט רעגירונג אין ארץ ישראל האט עקזיסטירט. אפילו אויב די אידן זענען געווען עובדי עבודה זרה, האבן זיי אבער געהאט א נאציאנאליזם וואס האט זיי פאראייניגט. משא"כ ביים חורבן ביהמ"ק און נאכדעם...!
זונטאג יוני 28, 2020 1:19 am#453171
berlbalaguleh האט געשריבן:ווייל דאס לאנד איד געגאנגען (פייפן). און די תורה איז געבליבן די איינציגע זאך וואס טוט פאראייניגן דאס אידישע פאלק. ווייל בשעת די אינדעפענדענט רעגירונג אין ארץ ישראל האט עקזיסטירט. אפילו אויב די אידן זענען געווען עובדי עבודה זרה, האבן זיי אבער געהאט א נאציאנאליזם וואס האט זיי פאראייניגט. משא"כ ביים חורבן ביהמ"ק און נאכדעם...!

זייער שיין ר' בערל. איך בין נאך אלס קצת נישט קלאר. גערעכט אז נאציליסטיש איז א לאנד א מעלה. אבער מיינט עס דען אז דאס איז די ספעציעלקייט פון אידישקייט?
זונטאג יוני 28, 2020 1:34 am#453175
לייבל שטילער האט געשריבן:רס''ג'ס "אין אומתינו אומה אלא בתורה'' איז די מחודש'דיגסטע אויסטרעף לדעתי.


כידוע זענען די ווערטער ארויסגענומען געווארן פון די קאנטעקס וואס דער רס"ג האט געשריבן, עד כדי כך, אז אנדערע נעמען עס צו די עקסטרעם כאילו אין אומתינו אומה אפילו בתורתה, ויש בידי להאריך בזה. אבער איך וויל נישט פארקריכן פון די נושא פונעם אשכול, קען זיין עס פאדערט זיך א באזונדערע אשכול דערפאר.
זונטאג יוני 28, 2020 2:35 am#453178
כרם זית האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:ווייל דאס לאנד איד געגאנגען (פייפן). און די תורה איז געבליבן די איינציגע זאך וואס טוט פאראייניגן דאס אידישע פאלק. ווייל בשעת די אינדעפענדענט רעגירונג אין ארץ ישראל האט עקזיסטירט. אפילו אויב די אידן זענען געווען עובדי עבודה זרה, האבן זיי אבער געהאט א נאציאנאליזם וואס האט זיי פאראייניגט. משא"כ ביים חורבן ביהמ"ק און נאכדעם...!

זייער שיין ר' בערל. איך בין נאך אלס קצת נישט קלאר. גערעכט אז נאציליסטיש איז א לאנד א מעלה. אבער מיינט עס דען אז דאס איז די ספעציעלקייט פון אידישקייט?

ווייל ביים חורבן ביהמ"ק און אין די 2000 יאר שפעטער האטציך ארויסגעוויזן אז די תורה איז די איינציגע פאקטאר וואס האלט אונז צוזאם אלס א פאלק. אנישט וואלטן מיר אלע געווען ענגלענדער און פראנצויזן און ספאניארדן...! און ס'וואלט נישט געווען פאר וועם צו מאכן א מדינה...!
זונטאג יוני 28, 2020 12:52 pm#453195
ר' שמעון'ס שקופ הסבר לחלק דיני ממונות משאר מצוות (שערי ישר ריש שער ה)
זונטאג יוני 28, 2020 4:47 pm#453206
ישעיה: אנא ממך. ביטע רייץ נישט בלויז אן דעם אפעטיט און לאז אונז הענגען. אונז מייניך די עמי הארצים וועלכע דרייען זיך דא אין קאווע שטיבל. מילא די גאונים דא , ואין צריך לפורטם כי רבים הם. זיי פארשטייען אויפ'ן ווינק. זיי קענען א יעדן קנייטש און קוועטש און א יעדע בויך סברא פון די גאוני ליטא. זיי דארפן נישט קיין הסבר. זיי וועיסן פונקטליך וואס דו האסט געמיינט. משא"כ אונז פראסטע בעלי עגלות. שוסטערס און שניידערס. און וואסער טרעגערס און האלץ העקערס. (כ'מיין נישט די העקערס פון יארע 2000.) אונז דארשטן מיר אויך צו לערנען די זיסע דברי תורה פון די רמי"ם ונשגבים. וואס 'עט זיין מיט אונז?.ווען מ'וועט, ביי די סעודה פון משיח צדקינו, געבן צו עסן פון דעם לויתן. (סיי אין פארם פון געקאכטע פיש מיט ביינער. סיי געפילטע פיש. אונגערישע.. מיט קאטשאניא. און סיי גאליציאנער. מיט צוקער און מאנדלען.) און נאכדעים וואס מ'וועט אויסטרונקען פון דעם יין המשומר. פאר מ'וועט סערווירן פון דעם שור הבר, וועט מען דאך זאגן דברי תורה. און אונז עמי הארצות/ים ספעציעל די חסיד'ישע 'עמיר בלייבן מיט די צונג אינדרויסן. היל"ת.
:oops:
:idea: אני הקטן בערל בעל עגלה קען נאר אינגאנצן 2 חקירות. איינס איז די בארימטע חקירה פון ר' שמעון שקאפ. אויב א סוס איז א סוס מכח עצמו אדער מכח אביו.

די צווייטע חקירה. אויב די צוקער מאכט זיס א קאפי. אדער די לעפל...ותו לא...!
זונטאג יוני 28, 2020 5:00 pm#453208
@בערל חקירה האט נישט צוטוען מיט תלמוד חכם און עם הארץ, עס האט מיט א גוטע שטאטע הבנה.
זונטאג יוני 28, 2020 5:26 pm#453211
דער סוס חקירה קומט פון ר' חיים בריסקער, און עס איז באמת א תוספות אין חולין.

די ווארט איז "א פערד איז א פערד ווייל זיין מאמע איז געווען א פערד. א שרץ איז א שרץ ווייל ער איז א שרץ"

די חילוק צווישן דיני ממונות און איסור והיתר וועט מען מוזן לאזן אן אנדערן מאל.