פארומס › קאווע שטיבל • וואס זענען די מערסט גאונות'דיגע געדאנקען ביי גדולי ישראל

קאווע שטיבל • וואס זענען די מערסט גאונות'דיגע געדאנקען ביי גדולי ישראל

113 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13966
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
זונטאג יוני 28, 2020 9:01 pm#453237
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער סוס חקירה קומט פון ר' חיים בריסקער, און עס איז באמת א תוספות אין חולין.

די ווארט איז "א פערד איז א פערד ווייל זיין מאמע איז געווען א פערד. א שרץ איז א שרץ ווייל ער איז א שרץ"

די חילוק צווישן דיני ממונות און איסור והיתר וועט מען מוזן לאזן אן אנדערן מאל.

פארהאן עפעס א ליובאוויטשע מעשה, וואס ענדיגט'זיך, "איך האב אייך ניט געפרעגט אלט'ס בעל-עגולה איך האב אייך געפרעגט אלט'ס פערד"!
איינער קען ביטע צולייגן (אפשר אין א פאסיגערע אשכול ווי די, ATUB @ונבנתה העיר ATUB /אנדערע, ייש"כ)
זונטאג אוגוסט 6, 2023 11:25 pm#533043
קען איינער אפשרייבן א שנעלער סך הכל פון דעם הערליכן אשכול?
מאנטאג אוגוסט 7, 2023 4:47 pm#533070
[ציטאט אראפגענומען]
די געדאנק פון 7 עיבורים פאר 19 יאר צו משוה זיין די שנות החמה ושנות הלבנה איז סאך עלטער פון הילל נשיאה און איז נישט זיין חידוש, זעה דא.
מאנטאג אוגוסט 7, 2023 10:04 pm#533090
סקעפטיקער
די געדאנק פון 7 עיבורים פאר 19 יאר צו משוה זיין די שנות החמה ושנות הלבנה איז סאך עלטער פון הילל נשיאה און איז נישט זיין חידוש, זעה דא.
אגב, שיטת רב סעדיה גאון איז אז די לוח איז אלס געווען די מכריע אין די קביעת החודש נאר מפני טענות המינים האט מען מקבל געווען עדות, ממילא לויט דעם איז די חשבון עלטער ווי מעטאניק'ס אדער די כינעזער.
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 12:18 am#533200
[ציטאט אראפגענומען]
נועם אלימלך פרשת קרח
ויש לפרש עוד בדרך אחר ויקח קרח דאיתא במדרש (שו"ט תהלים יט) למה תורת ה' תמימה בשביל שהיא משיבת נפש והנה המדרש הוא מופלא הפלא ופלא ונראה, כי המקובלים כתבו שקרח היה גלגול קין לכך נאבד על ידי פתיחת הארץ כדי לתקן אשר פצתה האדמה את פיה לקחת דמי הבל אחיו ולזה הוצרך קין להתגלגל בקרח לתקן זה ולמה לא תיקן קין אז בעצמו זה הדבר באותו הפעם. אלא שברא השם יתברך ברוך הוא בגלגולים כדי שיהיה תורתו שלימה שאם לא כן היה חסר פרשת ויקח קרח בתורה: ובזה דברי המדרש המה מבוארין היטב למה תורת ה' תמימה בשביל שהיא משיבת נפש, פירוש בשביל שהקב"ה ברא העולם על ידי גלגולים כנ"ל.
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 7:13 am#533214
חיים ביאליק: תנו לנו מצוות.

רשב"א: טעמי המצוות לא נודע לבני אדם.
דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 9:36 pm#535084
ח. נ. ביאליק: חצי נחמה
דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 9:39 pm#535085
לייבל שטילער
רס''ג'ס "אין אומתינו אומה אלא בתורה'' איז די מחודש'דיגסטע אויסטרעף לדעתי.
כ'זע נישט די גרויסע חידוש דערינען חוץ וואס די סאטמארע באלעקן זיך דערמיט, קענסט מיר זאגן עפעס אנדערש וואס פאראייניגט אונז?
דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 9:41 pm#535086
[ציטאט אראפגענומען]
די חילוק איז אין "ציל" וואס איז זייער אנדערש איינער פון צווייטן וד"ל
דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 9:44 pm#535087
berlbalaguleh
ווייל דאס לאנד איד געגאנגען (פייפן). און די תורה איז געבליבן די איינציגע זאך וואס טוט פאראייניגן דאס אידישע פאלק. ווייל בשעת די אינדעפענדענט רעגירונג אין ארץ ישראל האט עקזיסטירט. אפילו אויב די אידן זענען געווען עובדי עבודה זרה, האבן זיי אבער געהאט א נאציאנאליזם וואס האט זיי פאראייניגט. משא"כ ביים חורבן ביהמ"ק און נאכדעם...!
די גאנצע לאנד איז דאך תלוי אין תורה ווי הונדערטע פסוקים ברענגען ארויס בפירוש
דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:41 pm#535101
לייבל שטילער
דערמאנטס מיר פון עפעס א פרופסר (דענק איך נישט ווער) וואס האט זיך אויסגעדריקט אויפ'ן "דורות ראשונים" פון הרב אייזיק הלוי, וזל"ק:
"בדבריו יש בהם משום חידוש ומשום אמת, הבעיה היא: שמה שיש בו משום חידוש איננה אמת ומה שאמת איננה חידוש", בערך אזוי.
טאקע פון די גרעסטע חידושים פון ר' יצחק אייזיק הלוי, אז די יסוד המשנה איז שוין נתחבר געווארן דורך די "אנשי כנסת הגדולה", ווי ער איז מבאר באריכות אין זיינע ספרים, אזוי אויך דאס וואס ער איז מבאר אז חז"ל האבן נישט ארויסגעלערנט קיין שום הלכות פון קיין דרשות, נאר אלע דרשות חז"ל זענען בגדר אסמכתא'ס, זענען זאכן וואס זענען סיי אמת און סיי גרויסע חידושים.
דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:48 pm#535103
די שיטה אז די יסוד המשנה גייט נאך צוריק צו די אנשי כנסת הגדולה, שרייבט שוין ר' זכריה פרנקל אין 'דרכי המשנה'.
אזוי אויך די מהלך אז חז''ל לערנען גארנישט ארויס פון פסוקים איז שוין אן אור אלט'ע מחלוקת צווישן דער רמב''ם און דער ריטב''א.

אגב, די אויסדריק וואס דער פראפעסער זאגט אויף ר' יצחק אייזיק הלוי האב איך אמאל געהערט אויף די ברית החדשה.
פרייטאג סעפטעמבער 1, 2023 11:45 am#535132
עובדיה
אזוי אויך דאס וואס ער איז מבאר אז חז"ל האבן נישט ארויסגעלערנט קיין שום הלכות פון קיין דרשות, נאר אלע דרשות חז"ל זענען בגדר אסמכתא'ס, זענען זאכן וואס זענען סיי אמת און סיי גרויסע חידושים.
הרב יהושע עינבל איז גאר שטארק מאריך אין אט דעם ענין אין זיין ספר "תורה שבעל פה".
אגב, אויף די אנדערע זייט איז די מלבי''ם וואס איז מעייל פיל בקיפי דמחטא אויף צו ווייזן אין פסוק די דרשות חז''ל.