Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » הסכמת הרב מלובלין על ספר ליקוטי מוהר''נ

הסכמת הרב מלובלין על ספר ליקוטי מוהר''נ

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
58 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13969
פרייטאג יוני 26, 2020 4:58 pm#453144
קיין מתנגיד ניט, אבער קיין חאָסיד אויך ניט.
דאכט זיך ער האט זיך געקריגט וועגן אפזאגן עפעס א שוחט מיטן קדושת לוי, און נישט מסכים געווען צום ריזינער מיטן היתר מכורה.
פרייטאג יוני 26, 2020 6:14 pm#453146
כרם זית האט געשריבן:קיין מתנגיד ניט, אבער קיין חאָסיד אויך ניט.
דאכט זיך ער האט זיך געקריגט וועגן אפזאגן עפעס א שוחט מיטן קדושת לוי, און נישט מסכים געווען צום ריזינער מיטן היתר מכורה.

יא בדומה צו אסאך נישט חסידישע גאונים אין יענע תקופה אין פולין און גאליציע האט מען נישט געקענט זיין קיין גרויסע מתנגד ווייל זיי האבן געמוזט ארבעטען מיט גדולי החסידות און אויך צוליב וואס זיי האבן קענען געלערנט טייל פון די צדיקים וואס זיי האבן מעריך געווען אדער צוליב צדקות אדער צוליב גאונות. דאס איז אויך געווען די צוגאנג פון מהרש"ק, ברוך טעם און שו"מ און נאך אנדערע גאונים.
קען טאקע זיין אז די הסכמה פון בית אפרים איז נישט אזא חידוש. סוכ"ס דארף זיך עס קענען לייגן אויפן שכל צו פעלטשעווען ווען. אבער למעשה קוקט אויס היבש מוגזמדיג. דארף מען בעסער אריינקוקן אין זיין סגנון.
פרייטאג יוני 26, 2020 6:42 pm#453150
דער שואל ומשיב ז'''ל איז בכלל געווען זייער אן עקסעפטיבאל מענטש. צום ביישפיל אין זיין קונטרס בעד מאשין מצות האט ער געדרוקט א בריוו פון דער רב מטעם, א משכיל.
מוצ"ש יוני 27, 2020 11:21 pm#453162
כרם זית האט געשריבן:קיין מתנגיד ניט, אבער קיין חאָסיד אויך ניט.
דאכט זיך ער האט זיך געקריגט וועגן אפזאגן עפעס א שוחט מיטן קדושת לוי, .

ער רופט דעם בארדיטשובער "מחותני" ערגעץ, לפי זכרוני.

דא האט איר א הספד פון איהם אויפן מאור עינים.
m https://hebrewbooks.org/7446 m
זונטאג יוני 28, 2020 11:23 pm#453244
זייער אינטערסאנטע נושא, יישר כח הרב כרם זית.
דינסטאג יוני 30, 2020 12:12 am#453370
הסכמת הרב מלובלין על ספר ליקוטי מוהר''נ
אינעם ספר אבני זכרון-זכרון בספר, תורות והנהגות פון די חוזה פון לובלין, וואס הרב ירוחם פישל הגר האט ארויסגעגעבן, ברענגט ער אלע צען הסכמות וואס דער חוזה האט געגעבן במשך זיין לעבן, און אין עמוד רצ״ז ברענגט ער דעם הסכמה אויפן ליקוטי מוהר״ן, אין ער שרייבט אונטען אז דער הסכמה איז מפוקפק ווייל עס שטימט נישט מיט דעם סגנון פון די אנדערע הסכמות און אויך ווייל עס איז דא סתירות אינעם עצם הסכמה.

למעשה האט שוין כרם זית שיין צולייגט אלע צדדים לכאן ולכאן, און פארענטפערט אלע קושיות און סתירות.

אויך דארף מען נעמען אין באטראכט אז דער וואס האט געדריקט די הסכמות פונעם חוזה און קאזניצער מגיד - שנת תרל״ו אין שטאט לעמבערג - איז געווען הרב נחמן (גאלדשטיין) מטשערין וואס איז געווען א דערהויבענע איד און די רב אין שטאט טשערין, איז שווער צו זאגן אז ער האט געפעלטשט און געזאגט ליגענט אז ער האט דאס געטראפען..

אזוי אויך איז מקובל אין ברסלב אז דער חסיד רבי זלמן הקטן איז געווען דער וואס איז ארומגעגאנגען צאמנעמען הסכמות אויפן ספר בחייו פון רבי נחמן, ער האט צאמגענומען אסאך הסכמות און ער איז דער וואס האט מקבל געווען דעם הסכמה פונעם חוזה, אבער עס נישט געדריקט אזוי ארום זענען אסאך הסכמות פארלוירן געגאנגען, אין תקפ״א האט רבי נתן איבערגדריקט דעם ספר און צום ערשט אריינגעלייגט דריי הסכמות. עס איז אפי׳ דא א גאנצע מעשה וואס איז פארגעקומען ביים חוזה בשעת רבי זלמן איז געווען דארט, איז דאס אלעס אויך אויפגעמאכט? רבי נתן האט דאך שוין געהאט געדריקט די הסכמה פון רבי אברהם חיים מזלאטשוב בעל אורח לחיים וואס איז געווען א חסידישע רבי און פון נאך גדולי ישראל, איז פארוואס פעלטשען נאך הסכמות.
דינסטאג יוני 30, 2020 10:10 am#453403
אמת וצדק האט געשריבן:אינעם ספר אבני זכרון-זכרון בספר, תורות והנהגות פון די חוזה פון לובלין, וואס הרב ירוחם פישל הגר האט ארויסגעגעבן, ברענגט ער אלע צען הסכמות וואס דער חוזה האט געגעבן במשך זיין לעבן, און אין עמוד רצ״ז ברענגט ער דעם הסכמה אויפן ליקוטי מוהר״ן, אין ער שרייבט אונטען אז דער הסכמה איז מפוקפק ווייל עס שטימט נישט מיט דעם סגנון פון די אנדערע הסכמות און אויך ווייל עס איז דא סתירות אינעם עצם הסכמה.

למעשה האט שוין כרם זית שיין צולייגט אלע צדדים לכאן ולכאן, און פארענטפערט אלע קושיות און סתירות.

אויך דארף מען נעמען אין באטראכט אז דער וואס האט געדריקט די הסכמות פונעם חוזה און קאזניצער מגיד - שנת תרל״ו אין שטאט לעמבערג - איז געווען הרב נחמן (גאלדשטיין) מטשערין וואס איז געווען א דערהויבענע איד און די רב אין שטאט טשערין, איז שווער צו זאגן אז ער האט געפעלטשט און געזאגט ליגענט אז ער האט דאס געטראפען..

אזוי אויך איז מקובל אין ברסלב אז דער חסיד רבי זלמן הקטן איז געווען דער וואס איז ארומגעגאנגען צאמנעמען הסכמות אויפן ספר בחייו פון רבי נחמן, ער האט צאמגענומען אסאך הסכמות און ער איז דער וואס האט מקבל געווען דעם הסכמה פונעם חוזה, אבער עס נישט געדריקט אזוי ארום זענען אסאך הסכמות פארלוירן געגאנגען, אין תקפ״א האט רבי נתן איבערגדריקט דעם ספר און צום ערשט אריינגעלייגט דריי הסכמות. עס איז אפי׳ דא א גאנצע מעשה וואס איז פארגעקומען ביים חוזה בשעת רבי זלמן איז געווען דארט, איז דאס אלעס אויך אויפגעמאכט? רבי נתן האט דאך שוין געהאט געדריקט די הסכמה פון רבי אברהם חיים מזלאטשוב בעל אורח לחיים וואס איז געווען א חסידישע רבי און פון נאך גדולי ישראל, איז פארוואס פעלטשען נאך הסכמות.

זייער שיין און מסודרדיג צעלייגט.
נאר דאס וואס דו שרייבסט אז עס נישט מסתבר אז הרב נחמן מטשערין זאל פעלטשן די הסכמות. איך האב עס אנגעמערגט סוף פון חלק א פון מיין ארטיקל. די פשוטע תירץ איז אז ער איז געווארן אריינגענערט דורך יונגע חסידים וועלכע זענען נישט געווען אזוי דערהויבן ווי אים. וע''ש עוד.
דינסטאג יוני 30, 2020 10:43 am#453407
Re: הסכמת הרב מלובלין על ספר ליקוטי מוהר''נ
גערעכט כרם זית, און א דאנק פאר אייער קאמפלאמענט, די ביסט א גוטע פארשער און שרייבער, מיר קוקן ארויס אויף אייער ווייטערדיגע ווערק!!