Under maintenance
הויפט זייט » בעלזא און קאראנאוויירוס

בעלזא און קאראנאוויירוס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
95 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14039
מאנטאג יולי 13, 2020 1:52 pm#454432
Re: בעלזא און קאראנאוויירוס
א זייטיגע נאטיץ. קען זיין אז איך מיין נאר אזוי און איך בין נישט גערעכט אבער למעשה קוקט אן ב.פ. ,ווילי, מיט לענדער אזוי ווי שוועדן וואס דער עולם האט עס געכאפט און ליידער זענען אסאך געשטארבן פון דער ווירוס. נאר יעצט זאגן דאקטורים אז אונז אין נ.י. האבן herd immunity. יעצט האבן אונז שוין נישט מורא דערפון אבער אין א.י. ווי מען האט יעדן איין געשפארט איז געקומען א צווייטע מאל the second wave און דער מדינה פיינוגט די חרדים.
מאן יאמר אז די מדינה האט גוט געטון לכתחילה?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
מאנטאג יולי 13, 2020 2:03 pm#454434
צפור בודד האט געשריבן:
אונטער חכם האט געשריבן:איך זעה נישט פארוואס בעלזער רבי'ס חכמה ווערט אפגעפרעגט פון איין פאל, די רעגירונג אין שוועדן האט אויך געמאכט די זעלבע טעות, און זיי זענען אויך נאכנישט גרייט מודה צו זיין, מיינט עס יעצט אז שוועדן איז אויף איין שטאפל מיט איראן, אדער צפון קארעא, אדער די אנדערע מדינות וואס לייקענען דעם מציאות איז דארט נארמאל?
יעדער מאכט אמאל א טעות, און מען קען נישט דזשאדזשן א גאנצע מדינה, אדער חסידות מיט איין זאך.
אבער ביי מיר איז מעיקרא דדינא פירכא, די גאנצע געדאנק אז בעלז איז מער א ראציאנאלע שכל'דיגע חסידות איז נישט אמת, קען זיין דער רב דארט איז א קלוגער ראציאנאלער מענטש, אבער די חסידים דארט (עכ''פ די וואס איך קען) האלטן נישט פון זייער רבי'ן אלס קלוגער מענטש, זיי גלייבן אין רב אלס בעל רוה''ק און צדיק, אז ער זאגט מען זאל זיך גיין לערנען פסיכאלאגיע גייט מען, אז ער זאגט אז קאראנע איז מער נישט דא איז עס נישט דא, חסידים פון רבי'ן פונקט ווי די מענדעליסטן.

דער בעלזער רב איז נישט א רעגירונג. ער איז א פשוט'ער בירגער ווי דו און איך. דאס איז דער חורבן פון אים און נאך אסאך רבי'ס. זיי קענען זיך נישט צוגעוויינען צו דעם אז דער געזעץ מיינט זיי פונקט ווי א צווייטן ווייל קאראנא מאכט אויך נישט א חילוק אויב דו גייסט ווייסע זאקן אין די וואכן. עס איז זעלטן וואס עס קומט ארויס א געזעץ און איז נוגע די רבי'ס אזוי דירעקט און עס פאסט זיי נישט אז קיינער איז נישט אינטערעסירט צו הערן וויאזוי זיי האלטן. פאלג און דאטס איט. און דאס איז זיי צופיל.


נישט אריינגענדיג אין די עצם הדבר, איז דיין פוינט נישט אזוי שטארק גערעכט אין ארץ ישראל וואו די גרויסע רבי'ס האבן דוקא יא א כח קעגן די מדינה, דשליחו של אדם כמותו.
מאנטאג יולי 13, 2020 10:04 pm#454502
בר מן דין, ידוע שהרב חזו"א זלזל מאוד בסמכות הממשלה דשם, ועי'.
מאנטאג יולי 13, 2020 10:22 pm#454507
איך ווייס נישט וואס וויל דער ליטוואק דייקא פונעם בעלזער
אויסער גערער רבי וואס איז א פחדן מפורסם (ווער ס'געדענקט ביי מלחמת המפרץ...)
קיין שום קהילה וואס האט א קלוגע הנהגה (צו דער רבי זעלבסט, צו זיינע ארומיגע גבאים ויועצים)
האט נישט אנגענומען די החלטות פון די רעגירונג כהלכה למעשה כאילו ניתנו היום מהר חורב.

און די סיבות זענען פארשידענע, צו ווייל מ'זעהט די זלזול וואס די פרייע האבן צו יעדע דבר שבקדושה, אז ווען די פאב'ס און די ביטש'ס זענען אפען, בתי כנסיות ובתי מדרשות זענען פארמאכט.
און דרעי האט מודה געוועהן שפעטער אז הגם ס'איז נישט געוועהן קיין גרויסע פראצענט פון קעייסעס וואס מ'איז אנגעשטעקט געווארן דארטען,
נאר דער ראש ממשלה האט מסביר געוועהן אז בכדי זאלן די פרומע כאפן אז ס'נישט קיין קינדער-שפיל האט מען באשטעטיגט צו פארמאכן...

אויב עפעס איז דער סטאלינער רבי א חידוש אז ער האט אנגענומען אלע הוראות פון משרד הבריאות כאורים ותומים,
ביי גדולי הליטאים הערשט א ריזיגע מחלוקה איבער דעם עניין.

קען זיין אז דער בעלזער האט אנגעפיפן מעהר ווי אנדערע, אבער אלע פייפן אן, אשר על כן אינני מבין מה כל הרעש סביב הבעלזאי.
ואולי ל ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB פתרונים.
מאנטאג יולי 13, 2020 11:25 pm#454515
עס איז דא א גרויסע מרחק צווישן נישט פאלגן אין גאנצן, און להדיא אנפייפן. להדיא גיין זוכן Herd immunity אויפ'ן חשבון פון דער כלל, איז א פארברעך. נישט ממש אנהאלטן אלסדינג, איז א שטיקל קלות וואס מ'קען נאך מוחל זיין.
דינסטאג יולי 14, 2020 2:41 pm#454557
גראף האט געשריבן:א זייטיגע נאטיץ. קען זיין אז איך מיין נאר אזוי און איך בין נישט גערעכט אבער למעשה קוקט אן ב.פ. ,ווילי, מיט לענדער אזוי ווי שוועדן וואס דער עולם האט עס געכאפט און ליידער זענען אסאך געשטארבן פון דער ווירוס. נאר יעצט זאגן דאקטורים אז אונז אין נ.י. האבן herd immunity. יעצט האבן אונז שוין נישט מורא דערפון אבער אין א.י. ווי מען האט יעדן איין געשפארט איז געקומען א צווייטע מאל the second wave און דער מדינה פיינוגט די חרדים.
מאן יאמר אז די מדינה האט גוט געטון לכתחילה?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk


ווי אזוי קען מען זאגן אז עס איז א גוטע עצה צו מאכען הערד אימיונעטי אויפ'ן חשבון פין פיפציג טויזענט טויטע?
דינסטאג יולי 14, 2020 2:52 pm#454559
שוין לאנג נישט דא געוועהן, איך האב הנאה צו זעהן אז ליטוואק ארבעט מיטן זעלבן ברען ווי אמאל, צו ווייזן אויפן וועלט ווער בעלזער רב איז באמת.
דינסטאג יולי 14, 2020 2:53 pm#454560
Re: בעלזא און קאראנאוויירוס
גערעכט ס'איז טאקע נישט גערעכט. נאר למעשה איז אזוי געשען ביי די היימישע ברוקלין. אבער אז מען ווייסט שוין טאר מען נישט אזוי פירן. די פראבלעם איז געווען ווייניג שפיטאל בעטן וכו' אבער יעצט איז גרינגער און געוויסע האבן געזאגט אז די וויירוס איז בכלל שוואכער און נישט אזוי שעדליך. אויב אזוי פייניגט נישט די אינגערע און געזונטע מענטשן און לאז די לעבן אן גיין. די וואס דארפן זיך היטן זאלן זיך אליינס איזאלירן.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
דינסטאג יולי 14, 2020 3:36 pm#454562
גראף האט געשריבן:גערעכט ס'איז טאקע נישט גערעכט. נאר למעשה איז אזוי געשען ביי די היימישע ברוקלין. אבער אז מען ווייסט שוין טאר מען נישט אזוי פירן. די פראבלעם איז געווען ווייניג שפיטאל בעטן וכו' אבער יעצט איז גרינגער און געוויסע האבן געזאגט אז די וויירוס איז בכלל שוואכער און נישט אזוי שעדליך. אויב אזוי פייניגט נישט די אינגערע און געזונטע מענטשן און לאז די לעבן אן גיין. די וואס דארפן זיך היטן זאלן זיך אליינס איזאלירן.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

„געוויסע האָבן געזאָגט” שוין גאָר אין אָנפאַנג אַז דער ווירוס איז ניט אַזוי שעדליך, און „געוויסע זאָגן” נאָך איצטער אַז די גאַנצע מעשה איז איין גרויסער יד־אחת צווישן די כינעזער מיט דער אַלוועטליכער זקני ציון אָרגיניזאַציע. למעשה ווייס קיינער נאָך גאָרניט ניט. וואָס איך ווייס יע, אַז דאָ איז געוועזן אַ תקופה וואָס מיר האָבן געהאַט פיר לוויות אַ טאָג, און דער וואָס האָט געקאָנט טאָן עפּעס דערוועגן און האָט ניט געטאָן איז עתיד ליתן את הדין.

די טענה „לאָזן די וואָס דאַרפן זיך היטן זיך איזאָלירן” איז אַ הוילע נאַרישקײט. יעדערער פאַרשטייט דאָך אַז איינער וואָס וויל ניט שטאַרבן פאַר הונגער קאָן זיך ניט אינגאַנצן איזאָלירן, אויב אַלע וועלן זיך היטן ווי געהעריק וועט יתן ה' די ווײרוס ניט אָנטרעפן קיינע זקנים וכדו', טאָמער ניט קאָן חלילה ווערן אין ארץ ישראל וואָס מיר האָבן געהאַט דאָ היל״ת.
דינסטאג יולי 14, 2020 3:37 pm#454563
סמבטיון האט געשריבן:שוין לאנג נישט דא געוועהן, איך האב הנאה צו זעהן אז ליטוואק ארבעט מיטן זעלבן ברען ווי אמאל, צו ווייזן אויפן וועלט ווער בעלזער רב איז באמת.

דער בעלזער רבי טוט עס צו זיך אליינס. מעגסט דורכליינן מיין תגובות און זען וויפיל זענען וועגן דער בעלזער רבי און וויפיל וועגן אנדערע זאכן, מענטשן, און עניינים.
דינסטאג יולי 14, 2020 4:16 pm#454565
Re: בעלזא און קאראנאוויירוס
דוראק האט געשריבן:
גראף האט געשריבן:גערעכט ס'איז טאקע נישט גערעכט. נאר למעשה איז אזוי געשען ביי די היימישע ברוקלין. אבער אז מען ווייסט שוין טאר מען נישט אזוי פירן. די פראבלעם איז געווען ווייניג שפיטאל בעטן וכו' אבער יעצט איז גרינגער און געוויסע האבן געזאגט אז די וויירוס איז בכלל שוואכער און נישט אזוי שעדליך. אויב אזוי פייניגט נישט די אינגערע און געזונטע מענטשן און לאז די לעבן אן גיין. די וואס דארפן זיך היטן זאלן זיך אליינס איזאלירן.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

„געוויסע האָבן געזאָגט” שוין גאָר אין אָנפאַנג אַז דער ווירוס איז ניט אַזוי שעדליך, און „געוויסע זאָגן” נאָך איצטער אַז די גאַנצע מעשה איז איין גרויסער יד־אחת צווישן די כינעזער מיט דער אַלוועטליכער זקני ציון אָרגיניזאַציע. למעשה ווייס קיינער נאָך גאָרניט ניט. וואָס איך ווייס יע, אַז דאָ איז געוועזן אַ תקופה וואָס מיר האָבן געהאַט פיר לוויות אַ טאָג, און דער וואָס האָט געקאָנט טאָן עפּעס דערוועגן און האָט ניט געטאָן איז עתיד ליתן את הדין.

די טענה „לאָזן די וואָס דאַרפן זיך היטן זיך איזאָלירן” איז אַ הוילע נאַרישקײט. יעדערער פאַרשטייט דאָך אַז איינער וואָס וויל ניט שטאַרבן פאַר הונגער קאָן זיך ניט אינגאַנצן איזאָלירן, אויב אַלע וועלן זיך היטן ווי געהעריק וועט יתן ה' די ווײרוס ניט אָנטרעפן קיינע זקנים וכדו', טאָמער ניט קאָן חלילה ווערן אין ארץ ישראל וואָס מיר האָבן געהאַט דאָ היל״ת.
געוויסע האבן געזאגט מיינט אז דאקטורים האבן עס געזאגט. איך ווייס אויך וויפיל מענטשן זענען נעבעך געשטארבן פון דעם.
אז עלטערע דארפן זיך איזאלירן איז א נארישקייט?! וואס האבן אלע אידן דא אין בארא פארק געטון? מיין עלטערן שתחי' האבן אויך אזוי געטון און איך און מיינע געשוויסטער האבן אלעס איין געקויפט עסן מיט אלע הצרכות און דעליווערט מיט מאסקס און הענטשוך. פארוואס גייען זיי שטארבן פון הונגער? האסט א שכן אדער שכינה וואס דארף הילף דעמאלסט טו אויך צו דער זאך אנשטאט משוגע מאכן די באפעלקערונג.
קליינקעפיקייט איז איבער חזר'ן דער שטות אז אלע זאלן זיך פארשטעקן אין א בונקער.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
דינסטאג יולי 14, 2020 4:20 pm#454566
עס איז שוין דא פיל אשכולות אויף דער טעמע, און דא איז נישט איינער פון זיי. וויאזוי דער רעגירונג וואלט געדארפט טון, איז איין שאלה. נאך דעם וואס זיי האבן מחליט געווען, איז נאר דאס די מעגליכקייט. פראקטישעהייט רעדט מען. ווייל יעדער אפציע קען נאר ארבעטן טאמער יעדער שטימט צו. ווען די רעגירונג זאגט אז עלטערע מענטשן מעגן גיין אין געשעפט וכדו', און נאך דעם קומט דער חכם מכל אדם און הייסט זיך נישט טעסטן, האט עס קיין שום שייכות נישט מיט די שאלה וויאזוי מ'וואלט זיך געדארפט פירן. עס איז סתם א קלות הדעת.
מיטוואך יולי 15, 2020 1:49 pm#454611
Capture 1.PNG
מיטוואך יולי 15, 2020 4:56 pm#454619
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז שוין דא פיל אשכולות אויף דער טעמע, און דא איז נישט איינער פון זיי. וויאזוי דער רעגירונג וואלט געדארפט טון, איז איין שאלה. נאך דעם וואס זיי האבן מחליט געווען, איז נאר דאס די מעגליכקייט. פראקטישעהייט רעדט מען. ווייל יעדער אפציע קען נאר ארבעטן טאמער יעדער שטימט צו. ווען די רעגירונג זאגט אז עלטערע מענטשן מעגן גיין אין געשעפט וכדו', און נאך דעם קומט דער חכם מכל אדם און הייסט זיך נישט טעסטן, האט עס קיין שום שייכות נישט מיט די שאלה וויאזוי מ'וואלט זיך געדארפט פירן. עס איז סתם א קלות הדעת.


א מין פארגלייבקייט אין רעגירונגען... (נאציזם, קאמיניזם, דזשים קראו, קנעכטשאפט, און נאך, זענען געווען "רעגירונגען"....)

ס'איז שוין קלאר ווי די טאג אז רעגירונגען האבן אריינגע"סאקט" בנוגע זייער באהאנדלען די קאראנע, און יא בעלזער רבי (וואס איך האב גאנץ א שוואכער בליק אויף אים אין אלגעמיין) מעג און "דארף" אריינפייפן אין די רעגירונגס אנווייזונגען אויב ער האלט אז די אנווייזונגען זענען געבויעט אויף פאליטיק / היסטעריע / איגנארירן די צוזאמפאל פון מיליאנען מענטשנ'ס לעבן.

פארשטענדליך, ווען די רעסטריקציעס זאל ווען קומען דורך א קלארע רוב פונעם "ציבור" וואלט איך אנדערש געהאלטן.
מיטוואך יולי 15, 2020 7:56 pm#454627
איינער האט מיר געשיקט אין אישי. זעט זיך אויס אז אים איז געשמאקער אז איך זאל באקומן די חצים און בליסטראות פון די אפענע בעלזער קעפ.

בעלז:
הצילו
בשעה זו נאנקים בחוליים רבים מאנ"ש שנדבקו מהנגיף

נפטרו
ר' אלעזר הורוביץ ירושלים
אלמנת ר' אברהם מאן בני ברק
7 מורדמים ומונשמים
משה יוסף בן איקל אוברלנדר ירושלים
מנשה יצחק מאיר בן איטה שיף אשדוד
אשת ר' מאיר משה פויגל אשדוד
צביה בת שמחה כהן אשדוד
רבקה חי' ביילע בת חי' אדל ברגופן אשדוד
ר' צבי טישלער שנדבק בחתונת נכדתו בקהילתינו באשדוד
בת ר' אהרן שמוטץ ירושלים

עוד 7 שמאושפזים
רובם במצב קשה
יהודה (לייבוש) בן מלכה עטל שפרונג ירושלים
דוד ב"ר משה יוסף אוברלנדר
יונתן בנימין קליין ירושלים
יחיאל בן איקל אוברלנדר ירושלים
עזריאל ב"ר לייבל וייס בית שמש
דוד בן יהודית קאליש בני ברק
אשת אהרן ב"ר יצחק לנדא


מלבד רבים המתקשים בנשימה ומסרבים להתאשפז לפי פקודת כל מיני יועצים
הצילו! עיצרו בעד המשחית
קומץ מטורפים שסיפרו לנו שעכשיו ההזדמנות להידבק, ממשיכים לספר לנו שבכל הקהילות המצב יותר גרוע ושא"א למנוע את זה.
אם בקהילתינו יש 7 מתוך 57 המורדמים ומונשמים בכל מדינת ישראל. זה אומר ש12% מכל המונשמים במדינה הם אנ"ש (אנ"ש הם 0.3% מהמדינה ז"א שיש לנו פי 45 מהממוצע במדינה) ואם כן קהילת גור שהם פי 2.4 מבעלזא יש להם עוד 29% מהמורדמים. ואם לבעלזא וגור בלבד יש 41% מהמונשמים והליטאים הם פי ארבע מבעלזא וגור יש להם עוד 200% אחוזים????
מיטוואך יולי 15, 2020 9:07 pm#454633
ס'דא מער ווי 7 מענטשן אין בעלזא וואס ליידן אויף יענע מעשה ל"ע און די וואס ליידן אויף יענע מעשה האבן א 500% שטערקערע טשאנס עס נישט צו מאכן..
במילא??
מען דארף לייגן זאכן אין פערספעקטיוו!!
צושטערן די לעבן פון מיליאנען מענטשן וויבאלד עלטערע מענטשן זענען אין א געפאר איז Ridiculous!!
אנשטאט די איבערגעטריבענע פאקוס אויף מענטשן אין גאס אן מאסקעס, פארזיכערטס די Senior citizens און לאזט מענטשן לעבן..
מיטוואך יולי 15, 2020 9:44 pm#454637
ליב צו וויסן האט געשריבן:ס'דא מער ווי 7 מענטשן אין בעלזע וואס ליידן אויף יענע מעשה ל"ע און די וואס ליידן אויף יענע מעשה האבן א 500% שטערקערע טשאנס עס נישט צו מאכן..

כפתור ופרח, ממש שואל כענין ומשיב כהלכה.
דאנערשטאג יולי 16, 2020 1:26 pm#454650
.
דאנערשטאג יולי 16, 2020 3:00 pm#454655
אין דמונזוציה נגד הקהלה. הם צדיקים וקדושים וחכמים. יש רק אחד בקהלה ההיא שהוא קצת שלא לענין, ומכריע דברים גדולים על סמך דעת עצמו, ומתעלם מאחריות מעשיו. זה איש אחד ממש, לא שני אנשים ולא איש ואשתו. רק איש אחד ויחיד. במקרה הוא האדמו"ר, אבל זה לא משנה. יש הרבה צדיקים וחכמים יותר ממנו בקהלת בעלזא, אין דבר.
דאנערשטאג יולי 16, 2020 3:56 pm#454659
איך בין נישט קיין בעלזער אבער דאם איז פאר א פאקט א סיי אין בעלזא אין סיי אין גור און אלע אנדערע קרייזן זענען דא פראצענטואל דע זעלבע צאל אנגעשטעקעטע קראנקע וואס זענען מילד אדער ליגן אין בעט אויך בערך דער זעלבע צאל טויטע אויב עפעס האט בעלזא ווייניגער טויטע בעלזא האט אפשר איין טויטפאל מה שא''כ וויזשניץ האט בערך 5 און גור האט אויך מער ווי איינס און דאס איז מיט זייערע אלע חומרות..
דער איינסיגסטער חילוק צווישן בעלזא און אלע אנדערע איז אז אין בעלזא האקט מען א לעבן 'אלעס' גייט אהן נארמאל כאילו לא הי' מה שא''כ אין אנדערע פלעצער ווי אין גור דארפן זיי זיך אפבראטן תחת השמש ביי דע מנינים, די תלמוד תורה ישיבות גייען נישט אהן נארמאל קינדער אינדערהיים (יעדער מאהל וואס איינער האט קאראנא פארמאכט זיך דאס מוסד) מעשוויצט מיטן מאסקעס א גרויסע דעפרעסיע הערשט דארט... נו ווער שטייט בעסער?
נאר וואס דען א בעלזע וועט זאגן אז דאס איז א מופת אדער אז דער רב נעמט אחריות וכו'... אבער דער אמת איז אז אין ארץ ישראל זאגט מען יעצט (אין עברית) אין מה לעשות קענסט מער גארנישט טוען מיט א סגר אהן קיין סגר מיט א מאסק אהן קיין מאסק [בכלל איזעס דאך סייווי נישט יעצט אויף אזא שטארקע אופן ווי ווען דער ווירוס האט אנגעהויבן צו בוזשווען] די איינסיגסטע עצה איז (אפשר) צובלייבן אינדערהיים עד יעבור זעם, אויב נישט האסטו עס שוין געהאט אדער גייסטעס באקומען (אדער קענסטע עס נישט באקומען).
זונטאג יולי 19, 2020 1:03 pm#454708
למה בעלזא....pdf
(149.02 KiB) אראפגעלאדנט 149 מאל
מאנטאג יולי 20, 2020 3:23 pm#454770
פסק דין נדיר בתוכנו, יצא היום ע"י בד"צ מחזיקי הדת דחסידי בעלזא.
היות וכל ההיתר להתקלח בתשעת הימים, הוא מפני כבוד הבריות והאיסור לצער את הזולת ע"י כך שנודף ממנו ריח רע.
וכידוע שבשנה הזאת אין את החשש הנ"ל, עקב הנגיף המכונה *קורונה* שגורם לאיבוד חוש הריח, וכידוע רוב רובו דאנ"ש איבדו את חוש הטעם והריח (ולמיעוט דמיעוט לא חיישינן).
על כן אין להתיר רחיצה כלל וכלל לא בצונן וק"ו בחמין, וכן לא איבר איבר.
ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כמי נהר.
דינסטאג יולי 21, 2020 12:51 am#454801
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
פסק דין נדיר בתוכנו, יצא היום ע"י בד"צ מחזיקי הדת דחסידי בעלזא.
היות וכל ההיתר להתקלח בתשעת הימים, הוא מפני כבוד הבריות והאיסור לצער את הזולת ע"י כך שנודף ממנו ריח רע.
וכידוע שבשנה הזאת אין את החשש הנ"ל, עקב הנגיף המכונה *קורונה* שגורם לאיבוד חוש הריח, וכידוע רוב רובו דאנ"ש איבדו את חוש הטעם והריח (ולמיעוט דמיעוט לא חיישינן).
על כן אין להתיר רחיצה כלל וכלל לא בצונן וק"ו בחמין, וכן לא איבר איבר.
ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כמי נהר.


וואס עפעס האט מען אנגעשמירט ד ליצנות אויפ'ן בעלזער בית דין?
דינסטאג יולי 21, 2020 1:26 am#454803
אינטרעסאנט פארוואס זיי האבן גענוצט דעם ארגומענט פון נישט קענען שמעקן, אנשטאט די פשוט'ע ארגומענט פון סאשעל דיסטענס, וויבאלד מען שטייט נישט נאנט איינער צום צווייטן איז נישט שייך דער חשש פון כבוד הבריות.

#שמעקעדיג
דינסטאג יולי 21, 2020 2:33 am#454806
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
פסק דין נדיר בתוכנו, יצא היום ע"י בד"צ מחזיקי הדת דחסידי בעלזא.
היות וכל ההיתר להתקלח בתשעת הימים, הוא מפני כבוד הבריות והאיסור לצער את הזולת ע"י כך שנודף ממנו ריח רע.
וכידוע שבשנה הזאת אין את החשש הנ"ל, עקב הנגיף המכונה *קורונה* שגורם לאיבוד חוש הריח, וכידוע רוב רובו דאנ"ש איבדו את חוש הטעם והריח (ולמיעוט דמיעוט לא חיישינן).
על כן אין להתיר רחיצה כלל וכלל לא בצונן וק"ו בחמין, וכן לא איבר איבר.
ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כמי נהר.



ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אגב אורחא, איך בין מקפיד אגאנץ יאר אויך נישט צו שויערען צו אפט. עס איז א געוואלדיגע חירות ווען די שטינקען גייט נישט אן. מ׳קען לעבען אסאך רואיגער נאך דעם וואס די זאכען טוהן שוין נישט וויי. יעדער זאל זיך צוגעוואוינען דערצו, כמבואר בגמ׳ פרק ערבי פסחים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


פון דא
דינסטאג יולי 21, 2020 8:20 am#454810
שמעון וואלף האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
פסק דין נדיר בתוכנו, יצא היום ע"י בד"צ מחזיקי הדת דחסידי בעלזא.
היות וכל ההיתר להתקלח בתשעת הימים, הוא מפני כבוד הבריות והאיסור לצער את הזולת ע"י כך שנודף ממנו ריח רע.
וכידוע שבשנה הזאת אין את החשש הנ"ל, עקב הנגיף המכונה *קורונה* שגורם לאיבוד חוש הריח, וכידוע רוב רובו דאנ"ש איבדו את חוש הטעם והריח (ולמיעוט דמיעוט לא חיישינן).
על כן אין להתיר רחיצה כלל וכלל לא בצונן וק"ו בחמין, וכן לא איבר איבר.
ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כמי נהר.


וואס עפעס האט מען אנגעשמירט ד ליצנות אויפ'ן בעלזער בית דין?

און אויף די פריערדיגע בריוו האסטו נישט די שאלה?
מיטוואך אוגוסט 05, 2020 1:55 pm#455956
היינט קומט פאר די חתונה פון אן אייניקל פון אדמו"ר מבעלזא.
מען האט גערעדט אז זיי מאכן א קליינע פריוואטע חתונה, איז עס טאקע אזוי?
מיטוואך אוגוסט 05, 2020 3:14 pm#455960
כיכר השבת
מיטוואך אוגוסט 05, 2020 5:02 pm#455972
מיטוואך אוגוסט 05, 2020 6:18 pm#455975
העריך יעצט אז ס' איז דא סקוריעטי געטס וואס פייפט אויב א סעל קומט אריין און מען לאזט נאר דער כי אנו עמך אריין, און דער חתונה איז דארט ווי דער רב פירט טיש יעדער וואך, מארגן וועט מען [אפשר] וויסן וויפיל מעטשען זענען געוועהן דארט צו הונדערטע אדער טויזענטע... און דער מראות הקודש איז אין דער היכל הגדול והקדוש
מיטוואך אוגוסט 05, 2020 8:52 pm#455981
עס איז שוין דא בילדער, עס איז געפאקט ווי סארדינן. דער רבי זעט אויס געפערליך דעפרעסד, איך ווייס נישט וואס דא טוט זיך. זאל ער האבן א רפואה שלימה בקרוב.
דינסטאג אוגוסט 18, 2020 5:52 pm#456830
א הבטחה פון מר"ש
2020-08-18.jpg


איך האב דאס געזען מיט עטליכע דריי וואכן צוריק, איך האב אבער נישט געוואלט מעורר זיין דינים. היינט וואס נעביך איז געשען וואס איז געשען, זאלן זיי קומן לייקענן די הבטחה
דינסטאג אקטאבער 06, 2020 1:09 pm#459793
דינסטאג אקטאבער 06, 2020 1:48 pm#459796
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א הבטחה פון מר"ש
2020-08-18.jpg


איך האב דאס געזען מיט עטליכע דריי וואכן צוריק, איך האב אבער נישט געוואלט מעורר זיין דינים. היינט וואס נעביך איז געשען וואס איז געשען, זאלן זיי קומן לייקענן די הבטחה


די ברודער'ס זענען בסדר, די משפחה איז נישט.
דינסטאג אקטאבער 06, 2020 10:28 pm#459814
די אשכול איז גוט אויף איין זאך אז ליטוואק קען זיך אויסגעבן זיין האס פון אלע יארן אויף איין פלאץ, אזוי אז ווען ער פילט ער מוז זיך ארויסגעבן האט ער איין פלאץ ווי ער קען צאם רעדן וואס עס ליגט אים אויפן האלז.

יעצט לגופו של ענין: מען דארף זיין בלינד און סטופיד נישט איינצוזעהן אז בעלזער רב איז געווען גערעכט מיט זיין מיינונג פון די ערשטע מינוט און נישט געטוישט דעם דאשיק יעדן מאנטיג און דאנערשטיג, געוואנדן אין די פרעשור פון די אינסטאנצן, בעלזער רב'ס שיטה איז וואס ער האט גענטפערט פאר אדעלשטיין ווען ער איז געקומען פארדרייען א קאפ דעם רב אז מען זאל פארמאכן אלעס, ער האט גע'טענה'ט עס שטייט ונשמרתם מאוד לנפשותיכם, האט אים דער רב געזאגט, יא יא עס שטייט לנפשותיכם..

די נפש פון דעם מענטש קען צעדרייט ווערן פון די אלע לאק-דאונס, און פאר ווער עס האלט אז א סגר טוט אויף האב איך נישט וואס צו רעדן, אבער יעדע נארמאלע מענטש זעט וואס פארא קאראפשן עס גייט פאר אין ניו יארק, וואס דארף מען מער פון דעם? יעצט האבן זיי דיסיידעט צו פארשפארן אלע בתי מדרשים, יעצט וועט עטץ אויך חכמי הקאווע שטיבעל מיטטאנצן און דאווענען אינדערהיים אדער ענק זענען שוין גענוג אויפגעקלערט אז פארמאכן בתי מדרשים און סקולס וועט קיינעם נישט ראטעווען, ווער עס איז שוואך זאל בלייבן אינדערהיים, און ווער עס איז געזונט לאזט לעבן!

כמעט אלע רבנים וואס זענען געווען פארשפארט האבן עס געכאפט אזוי צו אזוי, ר' חיים קאניעווסקי האט געשיקט א וויין פארן רב אויף יום טוב שרייבענדיג אויפן צעטל א יישר כח פאר'ן אפן לאזן די עולם התורה אין אלע זמנים, בעלזער רב איז נישט איינער וואס שיקט ארדערס פאר זיינע חסידים און באהאלט זיך אין שטיב, ער איז געווען די גאנצע צייט מיט די זעלבע מיינונג, און איז ארויס צווישן דעם עולם מיט א שטארקקייט כעמוד ענן לפני העם, איך האב זוכה געווען צו זיין דעם ר"ה אין בעלזא (נישט קיין לייכטע רייזע געווען), איך געדענק נישט אז איך זאל אמאל קענען געבן די הענט ר"ה ביינאכט, דאס יאהר האט מיר דער רב געגעבן די הענט מיט ביידע הענט. וואויל איז צו אונז בעלזע חסידים וואס האבן א לעבעדיגע אורים ותומים וואס לערנט אונז וויאזוי זיך צו פירן.

און דאס וואס דער ביטערער ליטוואק שרייבט אז בעלזער רב איז דיפרעסט, ליהוי ידיעה, פרעג עני בעלזע חסיד, על אפם ועל חמתם פון די אלע שונאים וואס קענען קוים ווארטן אויף עפעס נישט גוטע נייעס, גייט דער רב שליט"א אן מיט א שטארקקייט, שוין יארן וואס מען האט נישט געהערט דעם רב דאווענען אזוי הויעך, הער די המבדיל טיש פון א יאהר צוריק און הער עס אויף קול בעלזא דעם יאהר, הויעך און שיין מיט א ווארעמקייט וואס צונעמט דאס הארץ און דערמאנט די יונגע יאהרן. איך ווייס נישט וויאזוי דו נעמסט די גאטס און פאבריצירן שקרים וואס קען זיך אויפווייזן די פארקערטע אין א מינוט, אז ער איז דעפרעסט ווען טויזענטער מענטשן האבן מיטגעהאלטן ר"ה יום הקדוש און סוכות, אלעס איז אויפן זייגער, דער רב קומט אריין אלע תפלות אין צייט אן קיין הפסקות, דאווענט אויפן קול, נעמט אויף שעות דעם עולם, הלוואי זאל זיך עס ווייטער אזוי פירן.

נ.ב. הערטס וואס איך זאג ענק: עס וועט קומען א טאג וואס אלע וועלן מודה זיין צום בעלזער רב'ס מהלך, חוץ פון זיין הייליגקייט (וואס עכ"פ איך גלייב אין דעם) איז ער א חכם מחוכם און א פיקח עצום, און אויב האט ער פארשטאנען אז צו לעבן אין א פחד ווי די משגעים, און אוועק הרג'ענען די ישיבות/ שלום בית/ענקזייעטי וכו' איז נישט די רפואה, קענט עטץ זיכער זיין אז דאס איז די ריכטיגע וועג.
נישט יעצט וויינען מיט אבערלענדער/שיף, יא איז עס איז הארץ רייסענד, אבער יעדער בר דעת פארשטייט אז דאס האט געהאט מיט א משפחה גען וואס האט עס אנגעדרייט נאכן האבן קאראנא, און יעדע חסידות האט ליידער צושטייער געגעבן א היבש פאר קרבנות, פון די שטרענגסטע פארמאכטע ביז צו די אפענע בעלזערס, די טויט ראטע איז ליידער איבעראל געווען בערך די זעלבע.

האטס מיר א פרייליכע מועד.
דינסטאג אקטאבער 06, 2020 11:16 pm#459817
די זאגסט אז די שוואכע זאלען בלייבען אינדערהיים, און אויבערלאנדער און שיף איז א משפחה גענע.

דארף נישט יעדער בלייבן אינדערהיים ווייל אפשר איז ער א משפחה גענע?

הייסט אז די חכמה פין דיין רב איז אז אפאר מענטשען דארפען שטארבן ווייל כלומרשט גייען זיין קעיסעס פין שלום בית? מאי חזית דדמא דידך סומק טפי?
מיטוואך אקטאבער 07, 2020 12:17 am#459821
Re: בעלזא און קאראנאוויירוס
m https://www.kikar.co.il/375894.html m

אויף כיכר האבן זיי נישט אפגעשלאסן די תגובות ווי אויף בחדרי, קען מען כאטש אפענטפערן דער נארישער פראפאגאנדע.
מיטוואך אקטאבער 07, 2020 1:28 am#459822
סמבטיון, דער רב האט דיך געגעבען די האנט?? :lol: :lol: :lol:
מיטוואך אקטאבער 07, 2020 1:38 am#459824
ATUB @סמבטיון ATUB : קענטס דרייען א ספאדיק פאר א צווייטן. איך קען אויך דער שפראך פון "יעדער נארמאלער מענטש", "אלע וועלן מודה זיין" און "יעדער בר דעת פארשטייט". האסט נאר פארגעסן צו דערמאנען אז "דער גאס" האלט אויך ווי אונז.

פון פאנדעמיק מומחים זענען ענק געווארן גענע מומחים, נאר פאר פסח איז דער רב נישט נתפעל געווארן (חוץ ווען ער האט געטאנצן מיט די חתנים מיט א גארטל) ווייל מילך פירער האט נישט געהאלטן דערפון און שביעי של פסח איז געווען א טיש ווייל די מגיפה איז שוין פאריבער. איצט זע איך פון דער "מקובל" פנחס פרידמאן אז ער ברענגט גאר א ראיה פון דוד המלך און צקלג. איך האב געמיינט אז אין בעלזא האט מען נישט געלערנט נ"ך, און אונז האט מען אויך קיינמאל נישט דערציילט וועגן צקלג. וחי בהם ולא שימות בהם איז ענק נישט גענוג מוזן ענק אנקומען צו פסוקים וואו ענק ווייסן קיינער קען ענק נישט אפפרעגן ווייל ענק האבן עס נישט אויסגלערנט. הרוצה לשקר ירחיק עדותו.

פארוואס פארענטפערסטו נישט וואס א חתונה האט צו טון מיט רוחניות, פארוואס ער האט חוזק געמאכט פון מאסקעס, וואו ליגט דער רוחניות אין די שקרים וואס ענק האלטן אין איין טומלען און אין צווינגען ענקערע בי"ד אונטערצושרייבן ליצנות צעטלעך וואס זיי ווייסן איז נאר לפנים ועוד כהנה וכהנה? און וואו איז זיין זארג פאר רוחניות געווען ווען די ישיבה בחורים האבן זיך ארומגעדרייט אן א ישיבה דער גאנצער זומער? גיי פרעג יוסף שלמה שפירא וואס פארא צרות ער האט געהאט ווייל ער האט געגרונדערט א ישיבה אן רשות פון די עסקנים.

לסיכום, דער רב זז"ג איז טאקע נישט דער איינציגסטער וואס האט מורא אז דער פאנדעמיק קען אים אונטערברענגען. פארדעם וויקלט ער זיך איין אין זיין בעלזער טלית שכולה (באמת!) תכלת און איז מפקיר זיינע חסידים און אלע וואס קומען מיט זיי אין קאנטאקט. ער ווארט אים אוודאי אפ א לעכטיגער גן עדן פאר נישט פארן קיין טעלז און זיך משתתף זיין בצערן של ישראל און זיך מסגף זיין אין זיין נעבעכדיגער דירה סרוחה אין דובר שלום וואס פארנעמט קוים זיין ראשו ורובו. לאמיר נאר האפן אז די נשמות פון די אומגעקומענע און זייערע אלמנות און יתומים וועלן אים דארט נישט תובע זיין לדין. ווייל דארט וועט מען זיי נישט קענען אפשטיפן מיט דער "מכתב נדיר" און אז זיי זענען פארביסענער שונאים און אומפארגינער.
מיטוואך אקטאבער 07, 2020 3:41 am#459836
Re: בעלזא און קאראנאוויירוס
כבר אלפי שנים שחכמי ישראל מנהלים פולמוסים נגד אלו הסוברים בשם תורת ישראל כביכול שבשעת קיום מצוות אין צורך להתחשב בסכנת נפשות ובשמירת הגוף. בסוף תקופת הבית השני היו כתות שונות, כמו הצדוקים, שסברו שפיקוח נפש איננו דוחה שבת. מאות שנים מאוחר יותר, גם הקראים צידדו בדעה זו. את עמדת ההלכה בנושא זה ביטא היטב הרמב"ם: "ואסור להתמהמה בחילול שבת לחולה שיש בו סכנה, שנאמר 'אשר יעשה אותם האדם וחי בהם' – ולא שימות בהם, הא למדת שאין משפטי התורה נקמה בעולם אלא רחמים וחסד ושלום בעולם, ואלו המינים שאומרים שזה חילול שבת ואסור - עליהן הכתוב אומר 'וגם אני נתתי להם חוקים לא טובים ומשפטים לא יחיו בהם' ". בדברים אלו הרמב"ם הדגיש את הסכנה שיש בכך שגם מצוות ה', כשהן מתפרשות בצורה לא נכונה המתעלמת מחובת שמירת הנפש, עלולות להיהפך לרועץ לאלו שידבקו בהן בלא הבנת ערך החיים.

והנה, שוב אנו מוצאים חלקים משומרי המצוות בעם ישראל הממשיכים להמעיט בחשיבות שמירת הנפש, דווקא כביכול מתוך הקפדה על התורה והמצוות. אולם, בעוד שהצדוקים והקראים נאבקו לפחות על מצווה יסודית כמו השבת, השקולה כדברי חז"ל כנגד כל התורה, הרי שהמאבקים של היום אינם על מצוות מדאורייתא או מדרבנן, אלא על התקהלויות באירועים, לוויות המוניות, טישים, שמחות בית השואבה, הקפות, ואפילו על תפילות דווקא בבתי כנסת ולא במניינים באזורים פתוחים, דברים שבשום תקופה לא נחשבו כדוחים סכנת נפשות. ועוד זאת יתרה חומרת חוסר ההקפדה על שמירת חיי האדם בשם תורת ישראל של היום מזו שבדורות עברו, שבמציאות של היום חוסר הקפדה זה איננו פוגע רק באלו המאמינים בדרך זו, אלא הוא פוגע בכלל החברה ובמאמציה להתמודד עם המגפה המאיימת על כולה, ובנוסף הוא גם גורם לחילול שם שמים ברבים.

מי שדברי חז"ל ופוסקי ההלכה לדורותיהם הם נר לרגליהם, שראו רק עתה כיצד התפילות בבתי הכנסת בימים הנוראים הביאו לעוד אלפי נדבקים ומי יודע לכמה חללים בעקבות הדבקה מסיבית זו, יקפידו בשמחת תורה הקרוב על הימנעות מתפילות במקומות סגורים, על שמירת כללי הזהירות ומניעת התקהלויות גם במרחב הפתוח, על צמצום ההקפות למינימום האפשרי ועל הימנעות מקידושים ומשאר פעילויות העלולות לגרום להדבקה. יש לקוות שיותר ויותר יכירו בצורך להתרחק מדרכם של המינים בדורות עברו, ויבינו "שאין משפטי התורה נקמה בעולם, אלא רחמים וחסד ושלום בעולם", ובשכר זה נזכה שהקב"ה ימנע מגפה מנחלתו ויחתמנו לחיים טובים.
m https://m.facebook.com/story.php?story_ ... 5886829941 m
דינסטאג אקטאבער 13, 2020 2:58 pm#460207
Re: בעלזא און קאראנאוויירוס
אתמול נישא בכנסת נאום שטנה חמור, שבו ח"כ ישראל אייכלר מיהדות התורה הציג את ממשלת ישראל כשלטון אנטישמי אכזרי, ואת אלו שהמשיכו להתפלל בבתי הכנסת בתקופת החגים כיהודים הנאמנים הנאנקים תחת גזרות המלכות: "אנו גאים על היותנו יהודים היודעים איך להעביר לדורות הבאים שהמסורת היהודית ממשיכה בעוז למרות כל הגזירות והניסיונות. מי שצריכים להתבייש אלו אותם שליחי השלטון והממשלה, שיצאו במהלך החג לפוגרום אכזרי שלא זכור כמותו... לא כל השוטרים רצו את זה. יש מהם שליבם נכמר להיות קלגסים ולהוציא יהודים מבתי הכנסת, אבל גזרה המלכות". חומרת הדברים נובעת מכמה כיוונים:

בראש ובראשונה, משום שח"כ אייכלר וחבריו שותפים מלאים לאותו 'שלטון' במשך עשרות שנים, ונהנים ממנעמיו ומעמדות הכוח שלהם בו. אם ח"כ אייכלר חושב על מדינת ישראל כמו הקיצונים שב'נטורי קרתא', ראוי היה שלפחות יהיה לו את היושר לנהוג כמותם ולנתק כל קשר עם השלטון, במקום להיות חלק ממנו ובה בעת להשמיץ אותו כאנטישמי.

שנית, חומרת הדברים היא משום שאייכלר הוא נציגה של חסידות בעלזא, שמן הרגע הראשון החליטה שלא להישמע להוראות משרד הבריאות, ובכך תרמה רבות לאחוזי התחלואה והמוות הגבוהים מן המגפה בחברה החרדית. מי שממשיך את המסורת היהודית אינם אלו שנטשו את חובת שמירת הגוף והנפש, ובין היתר התעלמו מכך שבראש השנה נדבקו אלפי חולים בבתי הכנסת בקהילות החסידיות, אלא דווקא אלו שהקפידו על מצוות "ונשמרתם מאד לנפשותיכם", וכפי שההלכה מחייבת, נהגו על פי רוב דעות הרופאים. ההשוואה שעשה אייכלר בין המזלזלים בהוראות הבריות לבין קדושי ישראל בכל הדורות שמסרו נפשם על קידוש השם היא חילול זכרם של הקדושים.

הדברים חמורים עוד יותר מפני שהם נאמרו בדיוק ביום שבו פורסם שחסידי בעלזא הסתירו מן הציבור את העובדה שהרבי מבעלזא חלה באופן קשה בקורונה, זמן קצר לאחר חתונת נכדו שבה השתתפו אלפים ללא כל הקפדה על ההנחיות, ובכך הוכח למעשה כי הוא טעה בהתנהלותו וכמעט ששילם על כך בחייו. והם חמורים עוד יותר מפני שגם התברר שלרבי מבעלזא היו אמצעים מיוחדים בטיפול בבריאותו, שאינם עומדים לרשות חסידיו שהלכו בדרכו.

והם גם חמורים בגלל חוסר ההגינות המשווע כלפי שוטרי ישראל. בהחלט ייתכן שיש מקרים שבהם המשטרה פעלה באופן קיצוני, אולם המפרים בריש גלי את ההנחיות אינם באים בידיים נקיות כשהם מייתחסים לשוטרים כ"קלגסים". השוטרים מסכנים את בריאותם ואולי אף את חייהם כשהם מנסים להציל את מפרי הההנחיות מעצמם, ובה בשעה למנוע את העמסת עול הטיפול במזלזלים על החברה כולה, וכל זה תחת כינויי גנאי חמורים ולעיתים גם פגיעות גופניות. לא ייתכן להתייחס רק למקרים קיצוניים, ובה בשעה לעודד הפרת חוק ולהתעלם מנאצות המופנות כלפי שוטרים דבר יום ביומו.

מי שתורת ישראל נר לרגליו, מוטב שישמע את דבריו של אחד מגדולי תלמידי החכמים בדורנו, הרב אשר וייס שליט"א, שבמכתב שפרסם אתמול כתב, בין היתר: "בושה תכסה פנינו כאשר אין לך יום שאין קללתו מרובה מחבירו, ובכל יום ויום נפטרים לבית עולמם חולים ממחלה זו, וביניהם אדמו"רים, ראשי ישיבות, מרביצי תורה מופלגים ועמך בית ישראל, ואלפים נאנקים בכאב ובייסורים, ולא נוכל לומר ידינו לא שפכו את הדם הזה. עלינו להחמיר יותר מרשויות הבריאות בארץ... הלא התורה הקדושה לבדה היא נר לרגלנו, ובה נצטווינו 'ונשמרתם מאוד לנפשותיכם' ".

m https://m.facebook.com/story.php?story_ ... 5886829941 m
דינסטאג אקטאבער 13, 2020 4:24 pm#460211
בעלזא רבי אין די נייעס איבער א אנגעבליכע פריוואטע באהאנדלונג...
דינסטאג אקטאבער 13, 2020 7:55 pm#460230
סמיילי האט געשריבן:סמבטיון, דער רב האט דיך געגעבען די האנט?? :lol: :lol: :lol:



ער ווארט אפשר אויף ג׳ לך.
דינסטאג אקטאבער 13, 2020 10:25 pm#460238
א שאד נאר אז פאר אזא מינדערוויכטיגע תגובה האסטו מגלה געווען ערותך און קאנפירמד באופן סופי צו זיין א בן קול.
מיטוואך אקטאבער 14, 2020 11:47 am#460278
.