Under maintenance
הויפט זייט » בעלזא און קאראנאוויירוס

בעלזא און קאראנאוויירוס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
95 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14039
פרייטאג יולי 10, 2020 9:05 am#454237
בעלזא און קאראנאוויירוס
חסידות בעלזא, אין איר נייעם גלגול, האט זיך אלס בארימט מיט איר אפענקייט צו סייענס און מומחים. זיי בארימן זיך אלס די ערשטע צו ברענגן פסיכאלאגן אין חדרים און ישיבות, די ערשטע צוצושטעלן שלום בית שיעורים פאר יונגע פארפעלקער, ועוד. זיי זענען א פארגעשריטענער זאך, זיי לעבן נישט אין די טונקעלע צייטן.

מיר וואלטן געקלערט אז ווען עס קומט א קארנאוויירוס, וואלטן די בעלזערס געווען די ערשטע מסדר צו זיין א פלאן פאר זייער עולם. ברענגן דאקטוירים, רייניגן און רוימן, צושטעלן PPE און זיכער מאכן אז מ'קען לעבן אפילו אונטער לאקדאון.

יא, זיי האבן מוותר געווען אויף זייער הייליגע מסורה פון קליינקעפיגקייט, זיי זענען שוין נישט די פאן טרעגער פון קאנסערוואטיווע פויערישע מעשה'לעך, די פאסטן האבן זיי איבערגעגעבן צו א צווייטן. זאלן סאטמאר און פשעווארסק זיך ספראוון מיט די סארט פערדעריי.

אין די לעצטער פערציג יאר, איז בעלזא די פאן טרעגער פון מעסיגקייט, נארמאלקייט, שכל, רואיגקייט און מענטשליכקייט. דאס איז זייער אפיציעלע שטעלונג אין יעדער זאך.

און אין די יעצטיגע צייטן האט דער בעלזער רבי מוותר געווען אויף זיין נייעם פאסטן לטובת דער קארלינער רבי. יא, נאך פינף דורות, גייט עס צוריק צו קארלין, ווי ער האט זיך געפירט מעסיג, נארמאל, מיט שכל און רואיגקייט, ווען בעלזא האט מכריז געווען אז 'ביי אונז עגזיסטירט עס נישט'. ברבים זענען זיי געגאנגן מאסקעס, אבער אין די בנין זעלבסט איז אלס געווען ווי געהעריג, מקוה קאווע טישן בארענטשעס וכו' וכו'.

אבער האב נישט קיין פאראיבל! וועסט רעדן מיט א בעלזער וועט ער דיר ברענגן הונדרעטער מעשיות אז קיינער איז נישט אנגעשטעקט געווארן אין די בנין בית בעלזא. הונדרעטער מעשיות, - איר הערט וואס דא טוט זיך?! די מעשיות צייגן אז 'קיינער' איז נישט אנגעשטעקט געווארן. מיט די גאנצע צוריק קער, זענען זיי נאכאלס אלע פארגעשריטענער דאקקטוירים, וואס האבן הונדרעטער מעשיות אויפצוווייזן אז אין בנין ווערט מען נישט אנגעשטעקט.

הוספה: איך האב געהערט אז עס דרייט זיך א דרשה פון איינער פון זייער פרעדיגערס פון א פאר וואכן צוריק, וואס דערמאנט אז אין דער וועלט יעצט בוזשעוועט א מגיפה פון קאראנא, ב"ה ביי אונז איז עס נישט דא, אבער אין די אלגעמיינער וועלט..............
פרייטאג יולי 10, 2020 12:01 pm#454248
מצד שני, וויל דער בעלזער רב זיך ניט אהנהענגען אין דעם ליבעראלע מעינשטראם, וועלכער ווייזט ארויס איהר שוואכקייט פון בלויז פחד, קעאס, און עקאנאמישע חורבן און אומזיכערהייט אין די תקופה.
דהנה בימינו התהפכו השולחנות. דער ליבעראלער, הפקרות-ליבע וועלט, איז באטראפען געווארען מיט א בהלה און קעאס וועלכער שמעקט גאר פון די פינסטערנישע מיטל-אלטער יאהרען. לעומת זה, דער רעליגעזער, קאנסערוואטיווער דרייט זיך ארום מיט׳ן קעפל אין דערהייך. דער מאמין איז בהאווענט מיט די בינת-הלב כלים צו האלטן א פאזיטיווער בליק, און דן זיין דער ענין פון א מער ראציאנעלער, קאממאן-סענסיקל שטאנדפונקט. ווידער דער לינקער וועלכער קוקט אויף דער מענטשהייט מער ניט ווי ביאלאגישער מיסטעיק איז ניט מבחין בין טוב לרע, און שחט אפ אלעס וואס ער האט געבויעט מיט זיין סייענטיפישער מח.
דער פאקט אז אין די פרומע געגנטער אין נוא יארק אפערירט דאס געזעלשאפט שוין צוויי חדשים כאילו לא היה און די נומערן גייען ווייטער אראפ, איז דאס גרעסטע באווייז אז די וועלכער זענען דן דעם ענין מיט זייער רעליגעזער אינטואיציע זענען גערעכט. וזהו דעת רוב גדולי ישראל שליט״א און אזוי אויך דער דעה פונעם בעלזער רב.
ועיין כאן.
m https://www.jta.org/2020/07/08/health/b ... y-be-right m
פרייטאג יולי 10, 2020 12:12 pm#454251
נאכאמאל, דער מעינסטריעם איז לינק געשטימט, נאר בעלזער רבי פארשטייט בעסער ווי א דער מעינסטריעם אז מ'דארף גיין רעכט. אהא. און דער מעינסטריעם הייסט טשעקן, און אין נ.י. טשעקט מען נישט א מענטש וואס האט סימפטאמס, און דער בעלזער רבי גייט מיט דער ניו יארקער מעינסטריעם. אהא. און רוב גדולי ישראל שליט"א האלטן אזוי, און מיט דעם גייט דער בעלזער רבי אנטקעגן דער מעינסטריעם. אהא.

רבי איד, שלעפ ארויס דיין קאפ פון.............. עס פאסט נישט אזוי.
פרייטאג יולי 10, 2020 12:46 pm#454253
זע דער טוויטער קאנטע פון @yaircherki און די אגרעסיווע בעלזער זידלערייען אין די ענטפערס פאר א טעם איבער דעם פולמוס.
פרייטאג יולי 10, 2020 12:54 pm#454254
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נאכאמאל, דער מעינסטריעם איז לינק געשטימט, נאר בעלזער רבי פארשטייט בעסער ווי א דער מעינסטריעם אז מ'דארף גיין רעכט. אהא. און דער מעינסטריעם הייסט טשעקן, און אין נ.י. טשעקט מען נישט א מענטש וואס האט סימפטאמס, און דער בעלזער רבי גייט מיט דער ניו יארקער מעינסטריעם. אהא. און רוב גדולי ישראל שליט"א האלטן אזוי, און מיט דעם גייט דער בעלזער רבי אנטקעגן דער מעינסטריעם. אהא.

רבי איד, שלעפ ארויס דיין קאפ פון.............. עס פאסט נישט אזוי.

ליטוואק, גיט אייך בעסער צו פארשטיין. דער בודאפעסטער, אימפאלסיווער אדער אייערע האט ווארשיינליך ביי אייך גובר געווען דאס מאהל.
פרייטאג יולי 10, 2020 3:13 pm#454260
דיין ווערטער סאלאט איז מיר אומפארשטענדליך, אפשר ביסטו אויך אנגעשטעקט מיט די בעלזער\קאראנא וויירוס.


אבער מסביר צו זיין פאר די אלע וואס זענען נעביך אנגעשטעקט מיט די פארטיי וויירוס, וועט מען עס דא אפשרייבן.

א"י האט זיך געספראוועט, ווי א סאך מדינות, מיט א וויירוס. ויבאו המומחים וואס פירן די מדינה דארט און מתיישב געווען וויאזוי צו פירן א מדינה און אויך באשיצן די בירגער וואס לויפט פון מענטש צו מענטש אן רחמנות.
ביז זיי האבן מחליט געווען צו גיין מיט אזא מהלך. צוערשט האט מען מער ווייניגער פארמאכט די מדינה, און דערנאך האט מען געהייסן יעדער אין לאנד אז דער וואס ווערט אנגעשטעקט מוז איבערגעבן א רשימה פון די מענטשן וועמן ער האט געטראפן אין די לעצטע טעג, און זיי זאלן זיך אלע פארמאכן אין שטוב כדי יענעם נישט אנצושטעקן. דאס איז טויזענט מאל בעסע רווי סתם פארמאכן א גאנצע מדינה, ווי מ'האט געטון אין אמעריקא, און יעדער האט נהנה צו זיין פון די מהלך. מן הגורן ומן היקב, דאס איז די איינציגסטע וועג וואס א"י גייט זיך ספראוון דערמיט, און אפילו ווען איינער האט אן אנדערן מיינונג, ווילאנג ער האט נישט קיין וועג דאס איינצופירן, איז זיין מיינונג נישט וויכטיג.
עפ"י תורה און עפ"י יושר, מוזן מיר זיך אלע צושטעלן צו די תקנות, ווייל אלע האבן צו געניסן דערפון. עס איז א געוואלדיגע חוצפה צו גיין נהנה זיין פון עפעס און נישט געבן צושטייער לויט דיין חלק.

ויבא הפקח הגדול לבית בעלז, און ער האט מחליט געווען אז ער האלט אנדערש. ער גייט אנזאגן זיין שעף אז זיי זאלן זיך נישט גיין בודק זיין צו מ'האט קאראנא צו נישט. אזוי פשוט וועט קיינער עס נישט האבן, און יעדער וועט מעגן זיך דרייען פראנק און פריי. ער איז געגאנגן אנטקעגן די מעינסטריעם דורך זיך אפלערנען פון ברוקלין, א שטאט וואס האט געהאט אן אנדערע פראבלעם און אן אנדערן לעזונג צו די פראבלעם, און בגדול פקחותו האט ער געטון אזוי ווי דארט (עכ"פ אזוי זאגט זיין וויידעל). אלע גדולי ישראל (די נאמענלאזע) האבן זיך צוגעשטעלט צו דאס גיין אנטקעגן די מעינסטריעם. און נאר ליבעראלע מיט עפעס א גענעטישע מיסטעיק האבן געהאלטן אז מיר האבן א שותפות'דיגע אחריות יעדעם צו באשיצן פון די מחלה, און נאר קאנסערוואטיווע האבן פארשטאנן אז בארא פארק איז די מהלך פאר ארץ ישראל. דער וויירוס ווייסט אבער נישט פון די הויכגעשעצטע חשבונות, ער האט נישט שטודירט אין די קאלעדזש ווי מ'האט געשיקט די געפוצטע בעלזער פסיכאלאגן, וואס זענען מהולל ברוב התשבחות מיט זייער פקחות. ער ווייסט נאר אז זיין פליכט איז צו טאנצן פון מענטש צו מענטש, ווי נאר ער קען.

שוין, ווען נאר דאס האט ער געטון, איז עס שוין גענוג א פארברעך. אבער דער פ"צ בצורת רבי בצורת אדם האט נאך נישט גע'ענדיגט זיין פארברעך. גאוותו גדלה עולם מהכיל, ער ווייסט קיין עקן נישט פאר זיין חוצפה, און ברוב עזותו האט ער דאס געטון בהחבא, קיינער האט נישט געקענט וויסן, נאר טאמער ער איז פון די אינערליכע דארט. ממילא האבן זיך געדרייט אנגעשטעקטע בעלזער חסידים צווישן די ציבור אין א"י, און מ'האט נישט געוואוסט זיך צו באשיצן. ווען ער לאזט כאטש וויסן דערפון, קען יעדער הענגן א צעטל ביי זיין געשעפט, 'אין כניסה לחובשי גרביים שחורות', וחסל. און בעלזא איז נישט עפעס א פארווארפענע שטעטל אין אוקריינה. עס איז א געגענט אין ירושלים, וואס לפחות האלב דערפון זענען נישט זיין שעף, און דער פקח אדיר האט געמאכט א החלטה אויף זייער בלוט על דעת עצמו. מיין משפחה וואס וואוינט דארט אין די אומגעגענט, וואס ווייסן גארנישט פון בעלזא צו זאגן, דארפן זיך יעצט מוטשן צוליעב זיין הכרעה.

וואס קענען זיין שווענץ יעצט טון? אנערקענן אז ער איז א גארנישט אזוי ווי אלע, און פארשטיין אז לא מפיו אנו חיים און פאלגן די וואס טראגן אמת'דיג די אחריות? דאס אוודאי נישט, ווייל דעמאלס קען מען צוקומן צו ווער ווייסט וואס. דער יונגערמאנטשיק מיט די ווייסע פאות האט געטראפן זיין וועג ארויס, דורכ'ן ארויסרופן אז די וועלט האט קאראנא, אבער בעלז האט נישט. אבער פון אויסרופן ווערט קיינער נישט געהיילט, און די פקחות פון דער בעלזער (פאר)פירער ווערט נישט באשטעטיגט דורך אויסרופן.
פרייטאג יולי 10, 2020 4:28 pm#454263
Re: בעלזא און קאראנאוויירוס
עמער ווארטן צו הערן פון די בעלזער דא די אנדערע צד.

איינעם'ס פופציג יעריגע רעפוטאציע פון פירערשאפט מיט שכל און ישרות, און זיך נישט דערשרעקן צו גיין קעגן די מעינסטרים ווען קיינער האט דאס נאכנישט נישט געטון, קען נישט ווערן אוועקגעווארפן אין אן אויגן בליק ווייל "יעצט זעט אויס ווי ער פירט נישט גוט" (און דאס איז אן אריינגיין אין דעם אז אנהייב האט יעדער געמיינט אז גאר א הויכע פראצענט שטארבט און יעדער דארף זיך היטן פון עס באקומען, אבער למעשה איז יעצט די מהלך פשוט אז די שפיטעלער דארפן זיין גרייט צו אריינהייבן אסאך פאציענטן - מ'קען טענה'ן אז די גאנצע שטורעם אנהייב איז געווען איבערגעטריבן, און אפי' יעצט ווייסט מען נאכנישט פונקטליך....).

קודם דארף מען הערן מער וואס גייט פאר דארט, און וואס פארא שייכות עס האט מיט'ן בעלזער, און דערנאך גיימיר דארפן ווארטן ביז די גאנצע וויירוס סומאטוכע איז פאראיבער אז מיר זאלן קענען דן זיין צו ער האט עס גוט געפירט לויט די אומשטענדן (דהיינו לפי וואס ער האט געוויסט און וואס עס איז למעשה געשען) - דאס איז וויאזוי היסטאריע גייט.


צו דיר @ליטוואק פון בודאפעסט איך שעץ זייער אייער תגובות אין אלגעמיין, אבער דא ביזסטו עפעס [לדעתי] אריין אין א ווילדער אויסברוך און געהאקט שטיקער אין וועלט אריין (קוק איבער דיין תגובה צו @תורה ומדע), (דאס אז דו באטיטולסט עם אזוי, ווייזט אויף אן אגענדע - מיט וואס איך באשולדיגט אייך נישט - אדער אן אומראציאנעלע אויסברוך)

אז דו קענסט ביטע קום אריין מיט א פונקטליכע ברעיקדאון פון וואס דו ווייסט און וואס דו האלטסט.

ייש"כ.

נ.ב. איך עגרי אז געוויסע פון זיינע חסידים האבן עס עפעס גענומען מיט א לייכטזיניגקייט און זיי האלטן עם פאר עפעס א חוזה, מיר האט א בעלזער געזאגט אז מ'קען זען אז זייער רבי איז די גרעסטע ווייל בזכותו האט "קיינער" אין בעלזא נישט געשטארבן..... - אבער איך זע זיי נישט זיין ערגער פון אנדערע קליינקעפיגע חסידים.
פרייטאג יולי 10, 2020 4:31 pm#454264
Re: בעלזא און קאראנאוויירוס
א בעלזער האט מיר געזאגט בעפאר פסח אז "די רב זאל זיין געזונט האט געזאגט אז פסח וועט מען שוין דאווענען אין די בתי מדרשים די וויירעס וועט פארשווינדען ווערן".
חו"ל המועד האב איך עים געטראפן (ער איז געקומען דאווענען מיט אונזער חצר מנין) האב איך עים געפרעגט וואס איז געשעין מיט די נביאות? זאגט ער די צווייטע טעיג וועט אלעס שוין זיין פאריבער.
איך האב עים נישט געוואלט מצער זיין מער, אבער טל האט ער ווייטער געדאווענט מיט אונז.......

Sent from my SM-T113 using Tapatalk
פרייטאג יולי 10, 2020 5:15 pm#454269
אדערוויילע, ווי ווייט איך הער, איז ניט פארהאן אין קרית בעלזא אדער אין אנדערע בעלזער קהילות איבער דער וועלט א העכערע ראטע פון קראנקע אדער נפטרים ח״ו. אזוי אויך האב איך ניט געהערט אז דער בעלזער רב׳ס דיעה איז אז מ׳זאל זיך ניט וואוסענדיג מאכן פון די חוקי המדינה. אויב האסטו מער קראנטע איפארמעישן, לאז וויסען.
פרייטאג יולי 10, 2020 5:52 pm#454272
תורה ומדע האט געשריבן:אדערוויילע, ווי ווייט איך הער, איז ניט פארהאן אין קרית בעלזא אדער אין אנדערע בעלזער קהילות איבער דער וועלט א העכערע ראטע פון קראנקע אדער נפטרים ח״ו. אזוי אויך האב איך ניט געהערט אז דער בעלזער רב׳ס דיעה איז אז מ׳זאל זיך ניט וואוסענדיג מאכן פון די חוקי המדינה. אויב האסטו מער קראנטע איפארמעישן, לאז וויסען.

געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער......................................

איך וויל נאר פארשטיין, דער בעלזער רב איז א חכם גדול, ווארום ער האט פארשטאנן אז די רעגירונג זענען נישט גערעכט, און מיר דאפרן אנפייפן די רעגולאציעס. און אזוי גייט ער קעגן די לינקע מעינסטריעם. און יעצט איז ער גאר א חכם גדול ווארום ער האט געהיטן די געזעצן אין גאנצן, און נישט נאכגעגאנגן די רעכטע מעינסטריעם. אזוי איז עס?
פרייטאג יולי 10, 2020 5:54 pm#454273
ביזדערווייל האט בעלז נישט קיין גרעסערע ראטע פון חולים. אוודאי. ווען מ'איז נישט בודק, האט מען נישט. כמו שאמר דער אנדערע סטעיבל דזשיניאוס, וואס ווייסט פונקט ווי דער בעלזער רבי ארויס צו גיין קעגן דער מעינסטריעם. וויאזוי הייסט ער נאכאמאל? דער וואס דערמאנט יעדעם פון בעלזער רבי? יא, טראמפ הייסט ער גאר, און ער איז אויך אזא פקח.
פרייטאג יולי 10, 2020 6:06 pm#454275
אויסער געווענדליך האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:אדערוויילע, ווי ווייט איך הער, איז ניט פארהאן אין קרית בעלזא אדער אין אנדערע בעלזער קהילות איבער דער וועלט א העכערע ראטע פון קראנקע אדער נפטרים ח״ו. אזוי אויך האב איך ניט געהערט אז דער בעלזער רב׳ס דיעה איז אז מ׳זאל זיך ניט וואוסענדיג מאכן פון די חוקי המדינה. אויב האסטו מער קראנטע איפארמעישן, לאז וויסען.

געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער......................................

איך וויל נאר פארשטיין, דער בעלזער רב איז א חכם גדול, ווארום ער האט פארשטאנן אז די רעגירונג זענען נישט גערעכט, און מיר דאפרן אנפייפן די רעגולאציעס. און אזוי גייט ער קעגן די לינקע מעינסטריעם. און יעצט איז ער גאר א חכם גדול ווארום ער האט געהיטן די געזעצן אין גאנצן, און נישט נאכגעגאנגן די רעכטע מעינסטריעם. אזוי איז עס?

די בילדער פונעם הספד אין דעם גרויסן בעלזער שוהל זענען נתפרסם געווארען, און אויף דעם האט זיך ליטוואק ווארשיינליך באנומען. דארט זעט מען קלאר אז מען איז ניט מקפיד אויף סאציעלע דערווייטערונג. ובכן איז מוכרח אז דער בעלזער רב קוקט אהן דער מצב אנדערש ווי די מושלי בקופה אין משרד הבריאות. מצד שני, איז קלאר אז דער בעלזער רב איז דואג כרועה נאמן על צאן מרעיתו, און הייסט אויספאלגען די הוראות בדרך כלל, בבחינת הלכה ואין מורין כן.
פרייטאג יולי 10, 2020 6:20 pm#454276
פאליטיקאנט האט געשריבן:עמער ווארטן צו הערן פון די בעלזער דא די אנדערע צד.

איינעם'ס פופציג יעריגע רעפוטאציע פון פירערשאפט מיט שכל און ישרות, און זיך נישט דערשרעקן צו גיין קעגן די מעינסטרים ווען קיינער האט דאס נאכנישט נישט געטון, קען נישט ווערן אוועקגעווארפן אין אן אויגן בליק ווייל "יעצט זעט אויס ווי ער פירט נישט גוט" (און דאס איז אן אריינגיין אין דעם אז אנהייב האט יעדער געמיינט אז גאר א הויכע פראצענט שטארבט און יעדער דארף זיך היטן פון עס באקומען, אבער למעשה איז יעצט די מהלך פשוט אז די שפיטעלער דארפן זיין גרייט צו אריינהייבן אסאך פאציענטן - מ'קען טענה'ן אז די גאנצע שטורעם אנהייב איז געווען איבערגעטריבן, און אפי' יעצט ווייסט מען נאכנישט פונקטליך....).


דאס איז א דזאוקער וואס האט נישט קיין שייכות מיט די מציאות. כאילו ער האט געוואלט טון ווי אנדערע, נאר זיין שכל האט אים געפירט אין אן אנדערע וועג. לאמיר הערן פון איין זאך וואס ער האט געטון מתוך וויתור, ווי ער האט נישט אויסגעפירט צוליעב דעם אז דאס איז די ריכטיגער זאך. 'נישט סאטמארער רבי' איז נישט קיין קוואליפיקאציע צו זיין אן ערליכע פירער. ביז דערווייל האט ער קיינמאל נישט געוויזן אז ער איז עפעס בעסער ווי א צווייטע רבי, ער ארבעט צו בויען די זאך, און די זאך איז די איינציגסטע כח זיינער. נישט אמת, נישט תורה און נישט ערליכקייט. א רבי ווי אלע רבי'ס.


פאליטיקאנט האט געשריבן:קודם דארף מען הערן מער וואס גייט פאר דארט, און וואס פארא שייכות עס האט מיט'ן בעלזער, און דערנאך גיימיר דארפן ווארטן ביז די גאנצע וויירוס סומאטוכע איז פאראיבער אז מיר זאלן קענען דן זיין צו ער האט עס גוט געפירט לויט די אומשטענדן (דהיינו לפי וואס ער האט געוויסט און וואס עס איז למעשה געשען) - דאס איז וויאזוי היסטאריע גייט.


אין א"י איז דאס א ריזיגע איבערקערעניש. אין אלע ישיבות און חדרים האט מען געפאלגט די געזעצן. אין בעלזא האט מען געפראוועט די 'ובאו כולם' טיש ווי געהעריג. און אין א"י האט קיינער נישט גע'חלומ'ט אז זיי האבן herd immunity, ווייל דארט האט דער עולם בעסער געפאלגט ועוד. און ממילא האט מען דארט נישט געעפענט ווי דאהי, און דעריבער איז דער עפיצענטער יעצט בעלזא. פרעג סיי וועמען וואס האט גארנישט מיט בעלזא, וועט ער דיר זאגן.


פאליטיקאנט האט געשריבן:צו דיר @ליטוואק פון בודאפעסט איך שעץ זייער אייער תגובות אין אלגעמיין, אבער דא ביזסטו עפעס [לדעתי] אריין אין א ווילדער אויסברוך און געהאקט שטיקער אין וועלט אריין (קוק איבער דיין תגובה צו @תורה ומדע), (דאס אז דו באטיטולסט עם אזוי, ווייזט אויף אן אגענדע - מיט וואס איך באשולדיגט אייך נישט - אדער אן אומראציאנעלע אויסברוך)

אז דו קענסט ביטע קום אריין מיט א פונקטליכע ברעיקדאון פון וואס דו ווייסט און וואס דו האלטסט.

ייש"כ.

נ.ב. איך עגרי אז געוויסע פון זיינע חסידים האבן עס עפעס גענומען מיט א לייכטזיניגקייט און זיי האלטן עם פאר עפעס א חוזה, מיר האט א בעלזער געזאגט אז מ'קען זען אז זייער רבי איז די גרעסטע ווייל בזכותו האט "קיינער" אין בעלזא נישט געשטארבן..... - אבער איך זע זיי נישט זיין ערגער פון אנדערע קליינקעפיגע חסידים.


'געוויסע חסידים' איז אומעטום געווען, און דאס טויג נישט. אבער זיי זענען פריוואטע סיטיזענס. דא האט א רבי א פארטרעטער פון א ציבור געטרעטן אויף די גאנצע ציבור, און אנגעפיפן די פשוט'ע געזעצן וואס ער האט געמוזט פאלגן. ער איז נישט קיין בר פלוגתא פון די רעגירונג דארט, ער איז נישט קיין דאקטאר און ער ווייסט נישט בחייכון וביומיכון וואס טוט זיך. ווען פעטץ אויף אייוועלט און קאוועשטיבעל ברויזן און שרייען און רעדן שארף, איז עס סתם מקוה רייד. איך האף אז יעדער ווייסט אז למעשה איז זיין מיינונג ווערטלאז. אבער איין קאוועשטיבעל זיצער אין א"י האט מחליט געווען צו טון למעשה, און אזוי ליידט א גאנצע ציבור.

'ער זעט די זאך אנדערש'?!?!?! געבויט אויף וואס? דער משרד הבריאות איז דאקטוירים! וואס ווייסט ער? וויאזוי דארף ער צו וויסן?

איך דארף נישט אז ATUB @תורה ומדע ATUB זאל דא ליינען און ווערן איבערגעצייגט, ווי אויך נישט ATUB @קומזיץ ATUB , ATUB @אהרן ATUB , ATUB @קעניג פון אמעריקא ATUB , ATUB @סמבטיון ATUB , ATUB @ירא שמים ATUB און די אנדערע בעלזער ניקס. ווען דער בעלזער רבי לאגט דא אריין מוצאי שבת נאך א שווערע טאג'ס ארבעט, זאל ער זען אז ניטאמאל אן אויבער חכם איז ער געבליבן. א פלעינע אומאחריות'דיגע נער, וואס קען ניטאמאל הענגען זיין קאלפיק אויף כניאקישקייט און פארצייטישקייט. ער האט אויפגעגעבן איין טפשות פאר א צווייטן.
פרייטאג יולי 10, 2020 6:28 pm#454277
ליטוואק, אזאן אנטיסעמיט צו זיין?! ווי נעמט זיך אזאן שנאה צו בעלזא? והוא פלאי.
פרייטאג יולי 10, 2020 6:37 pm#454278
Re: בעלזא און קאראנאוויירוס
געטראפן יעצט אויף טוויטער פון דב אייכלער

‏1/5 שרשור קצר על האדמו״ר מבעלזא ו-וירוס הקורונה. חריגה מטורפת ממדיניות שאימצתי קרוב לעשור ברשתות החברתיות. אבהיר שהפרשנות היא שלי בלבד ומתוך הכרות לא הדוקה עם הקהילה (בוודאי לא בשנים האחרונות)

הרבי סבור שהנזק המנטלי/כלכלי/נפשי על האדם מהקורונה -חמור והרסני עשרות מונים מהוירוס>
‏2/5 הוא מאמין בשגרת קורונה. להיזהר כן, לשמור, כן. לא לעצור את החיים ולהרוס את הנפש הפרנסה והמשפחה. לגיטימי? אפילו ארגון הבריאות העולמי מוכן לחתום על זה. אין התנגדות עקרונית למסכות. יש פקפוק באפקטיביות, פקפוק שאפיין את רוב המדענים בעולם עד לא מזמן.
‏3/5 תפילות בבית הכנסת וקהילה, הם צרכים חיוניים רוחניים לנפשו של החסיד כמו מכון כושר לבאדי בילדר. יש לי חבר ששלח לי תמונה עם דמעות כשחזר למכון הכושר ואחד שכמה שעות לא יצא מבית הכנסת (בלי לשים לב) בפעם הראשונה שחזר לשם, מרוב געגוע לביתו השני
‏3/4 במכוני הכושר ובמקומות העבודה, בחופים, בקניונים, בתחבורה הציבורית, ובכל מקום בעצם, שומרים על ריחוק עד כמה שניתן, לא מעבר, כך גם בבבתי הכנסת ובאירועים דתיים או להבדיל במסיבות יום ההולדת של הגברת אדלשטיין רעיית שר הבריאות.
‏3/5 לא מקובל עליכם? לגיטימי. גם אתם לא מקובלים עליהם. הכל טוב. לא צריך לכעוס. רק אל תשקרו לעצמכם שאם המדינה בצד שלכם, גם האמת האבסולוטית שייכת לכם

לילה טוב

ער פארענטפערט אבער נישט די נביאות שקר.

Sent from my SM-T113 using Tapatalk
פרייטאג יולי 10, 2020 6:58 pm#454279
איך יישוב מיך בכלל צו דרוקן דעם רעאגיר קנעפל. ווארום ליטוואק איז אויף אן אויסברוך, אפגעמאכט זיין מיינונג און וואגן זאל זיך איינער צו טראכטן אנדערש ווי איהם.

למעשה האב איך באשלאסן עס יא צו דרוקן.
מוצ"ש יולי 11, 2020 11:29 pm#454302
נאכאמאל, וואס איז דער מקור אז בעלז איז א עפיצענטער
זונטאג יולי 12, 2020 1:43 am#454310
מען שטארבט אין בעלזא אדער נישט?

דאס איז דער עיקר שאלה.
זונטאג יולי 12, 2020 8:09 am#454317
עס איז מיר גאר שווער צו שטיין אין ווארט מיטן באקאנטן ק''ש עם הארץ וואס איז ברייט באקאנט פאר כל באי ק''ש צו גאר זעלטן שרייבן עפעס פארשטענדליכע ווערטער און חדשים לבקרים כשעולה לו השתן לראש ווי מען זאגט אויף פוליש געבט ער א ברעך אויס א פארשטינקענע סאלאט פון געמישטע ווערטער אקעגן בעלזער רב זז''ג.

אז איינער זאל ווען לאנדן דאהי פון מארס און נאר ליינען דעם ע''ה געמויזעכצער וואלט זיך געקענט דאכטן אז מען רעדט פון עפעס אזא ר' יצחק לעבאוויטש סטייל איד מיט א קליין מנין'דל ערגעץ אין א בעיסמענט נישט פונעם הייליגן בעלזער רב שליט''א ואס רוב רובו, יא רוב רובו זאכן מיט וואס יהדות החרדית קען זיך היינט יא שטאלצירן איז עם דירעקט צו פארדאנקן.

יעצם לעצם העניין: עס איז גארנישט ווייניגער פון א מאדערנע בלוט בלבול! אין בעלזער ביהמ''ד הגדול שבירושלים האט הרה''ח ר' שמעון וואלף קליין ערשט פאריגע וואך אויסגערופן בנוכחות כ''ק מרן אדמו''ר שליט''א אז מען זאל פאלגן אלע הורואות פון משרד הבריאות אן קיין אויסנאם!

לאמיר צוריקגיין אין די יעצטיגע היסטאריע און זעהן למי החותמת.

ווען אין סאטמאר (לדוגמא) בכל אתר ואתר איז מען נאך געגאנגן אין מקוה אין גרויסן האבען אלע בעלזער דיינים בכל אתר ואתר געהייסן אויסליידיגן ד מקואות. נישט קיין בעק טירן, נישט קיין פענסטערס נאר אויסגעליידיגטע בורות.

לפי ידיעתי איז בעלזא געווען די ערשטע אדער פון די ערשטע אהערצושטעלן א גאנצענ מערכת מיט מניינים פארען פובליקום אויפן מייק סיסטעם און דייקא מיט א בעל תפילה קבוע 3 מאל א טאג מיט א ערנסקייט נישט עפעס א בעק יארד 20 מינוטיגע מנין. לגבי ס''ת האט די ביהמ''ד הגדול פארבארגט צענדליגע! ס''ת אז מען זאל קענען ליינען לאקאל כפי כל ההוראות. אדרבא אויב ווייסט איינער פון נאך א חסידות/קהילה וואס האט אזאנס צוגעשטעלט ווערט געבעטן אריינצוקומן קלאר.

אויף אלע שאלות פון לאקאלע בעלזער קהילות די בכל אתר ואתר איז אייביג געקומען די תשובה אז מען זאל פולי פאלגן די לאקאלע געזוטהייט באהערדע עד הסוף. כ'האב נישט קיין מושג ווער עס האט ממציא געווען דעם בלוט בלבול אז מען האט געהייסן נישט פאלגן אדער נישט טעסטן, עס איז פשוט א פאלנע שקר.


שבועות ווען אסאך בתי מדרשים זענען שוין געווען אפען כמעט אויפיציעל זענען די בעלזער בתי מדרש געווען אפיציעל צוגעמאכט. דהיינו אז א פריווטע איד האט געוואלט מאכן א קליינע מנין האט מען עם געלאזט לפי ווי דער געזעץ האט יענע טעג געלאזט. אבער די גבאים מיט די דיינים זענען דייקא נישט געקומן דאווענען כדי צו ווייזן אז עס איז נישט א אפיציעלער מנין.

יעדע פון אונז קען טעגליך זעהן מחנות פון בחורים ובני נוער דרייען זיך ליידיג בחושר מעש. בעלזא איז געווען די ערשטע אדער פון די ערשטע' ווי נאר עס איז געזעצליך ערלויבט געווארן מייסד צו זיין צייטווייליגע ישיבות גדולות בכל אתר ואתר מיט א פולע סדר היום פאר די בחורים.

כ'ווייס נישט ווער עס האט אויסגעטראכט די בלבול אויף די בעלזע שמחה זאלן, אבער מתוך ידיעה זענען די זאלן נישט ארויסגעגעבן געווארן ווילאנג מען האט נישט געמעגט און ווערן ווייטער נאר ארויסגעגעבן לפי החוק


לגבי רבישע שמחות. ר מענדעלע האט שוין צוויי מאל אפגעשטופט א בר מצוה! יעדער ווייסט מפי ספרים וסופרים די הארבקייט פון אפשטופן א חתונה ביי חסידים. אבער גערער רבי האט שוין צוויי מאל אפגעשטופט זיין אייניקעלס חתונה ווייל מען קען עס נישט מאכן מיט די גאנצע פאמפע, ווידער בעלזער רב האט קלאר געזאגט ''אז דאס אז געסט קענען זיך נישט משתתף זיין איז נישט קיין סיבה אפצושטיפן א חתונה'' (כאטש מען האט נאך למעשה דאס מאל נאכנישט קובע געווען דעם טאג אפיציעל, און 'טעכניש' וואלט מען זיך גרינג געקענט א עצה געבן) און מען גרייט זיך אויף א חתונה אי''ה מיט ממש מינימום משתתפים בפועל און אלע איבריגע דרך די 'מראות הקודש' סיסטעם.




עוד הרבה נשאר בקולמוסי אבער כמיין עס איז גענוג פאר ווער עס וויל באמת וויסן אז מען לייקענט נישט גארנישט נאר מען נעמט די מציאות און מען מאכט דאס בעסטע וואס מען קען כפי המצב וכפי הוראות החוק.
זונטאג יולי 12, 2020 8:35 am#454318
אין דיין קולמוס שטייט צו עס איז געווען אן 'ובאו כולם' טיש היי יאר?
ווייל וואס טוט זיך אין בארא פארק איז אומוויכטיג, און נישט שמעון וואלף'ס הכרזות, נאר וואס איז געשען למעשה. און למעשה איז בעלז אין ירושלים געווען אפען געהעריג.

איך ווייס נישט פון די הייליגקייט און שטאלץ וועגען דער בעלזער רבי, מיר און מיין לעבן האט ער קיינמאל נישט אנגערירט (ניין, איין מאל. ווען איך בין געווען א אינגל איז ער געקומן באזוכן לאנדאן און ער איז געקומן ביי אונז אין חדר. לכבוד דעם בין איך אהיים געגאנגן פרי, ווייל איך בין נישט געווען אינטרעסירט אין א רבי'ס באזוך), אבער אין די פאל קען מען פרעגן סיי וועלכע אומפארטיישע איד אין ירושלים וועסטו וויסן וואס איז דארט געשען. אומאפיצעלעהייט האט יעדער בעלזער איד אין ירושלים געוואוסט אז מ'פייפט אן. אדער ווייל דער הייליגער שטאלץ געהאלטן אז ער גייט פאר herd immunity אדער סתם אזוי, אבער אזוי איז געווען אין בנין, נישט אינדערויסן.

און דאס איז א פארברעך, ווייל מ'האט ניטאמאל געוואוסט אין אנהייב זיך צו היטן פון זיי.

נאכאמאל, וועמען'ס שתן איז ארויף אין קאפ?
זונטאג יולי 12, 2020 9:26 am#454319
Re: בעלזא און קאראנאוויירוס
נישט נאר האט ער נישט געהאלטען ביים פאלגען די משרד הבריות, נאר ער האט אפילו געוואלט אז די גאנצע מדינה זאל אים פאלגען.
ממש ווען די מדינה האט אנגעהויבען פארמאכען די מוסדות האט ער אריינגערופען ליצמן צו זיך און אים באוואשען היתכן ער לאזט צי אזא פירצה, און פארוואס דארף מען אים בכלל האבן דארט אויב ער דרייט נישט איבער וכו' וכו'
בלא בלא בלא

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
זונטאג יולי 12, 2020 9:56 am#454320
איך ווארט נאך פאר דער אנטשולדיגן פון איך אויך פאר זיין אויסברוך.

דא האסטו איין באשרייבונג פון די בעלזער הנהגה, פון כ"ד אייר פון היי יאר, און דא האט איר נאך איינס, אבער פאר דעם דארף מען צאלן. דער וואס האט א קאנטע ווערט געבעטן אהער צו שטעלן די תוכן הענין.
זונטאג יולי 12, 2020 10:17 am#454322
איך בארעכטיג נישט ליטוואק'ס אויסברוך, און כפי הנראה האט ער א שנאה כבושה צום בעלזער נאך פון אלס אינגעל.

אבער איך אויך האט אומריכטיגע אינפארמאציע. די בעלזע שול אויף 43 אין בארא פארק איז געווען אפן א גאנצע צייט אריינגערעכנט די מקוה.
זונטאג יולי 12, 2020 12:37 pm#454327
די בעלזע שטיבל 43 איז טאקע געווען (אומאפיציעל) אפען דורך די לאנגיעריגע משתלט על הציבור העשי גרינוואלד ווי יעדער האט געזעהן אונעם קליפ וואס איז ארומגעפארן בכל רחבי תבל. אבער טאקע אין יענעם קליפ האט מען געזען א קליינטשיגע עולם אנשטאט די הונדערטע מענטשען מיט וועם די שטיבל ווירבלט טאג טעגליך. און 99 פראצענט פון בעלזא האט זיך אפגעשאקלט פונעם משתלט על הציבור.

לויט מיין אינפארמאציע איז דארט אויך שפעטער געווען פארשפארט.
זונטאג יולי 12, 2020 1:28 pm#454332
ס'איז פשוט דא צוויי ניקס וואס האבן פאר א שטיק צייט קאמפלעמענטירט דעם ליטוואק, ממילא האט ער זיך געהויבן דאס קאפ.
דערנאך זענען דא דער גאר אויפגעקלערטע וואס פרייען זיך אז זיי זענען גוט מיט ליטוואקס אויך, און זיי געבן נישט קיין ש איבער האסידים!

ליטוואק בכלל איז גאר קיל! ער זאגט אז זיין טאטע זאגט אז ער זאל נישט רעדן אידיש! ער איז אזוי קיל!! אפשר קען מען עם לייגן אויפן דעקל פון די בארימטע וועקער?
זונטאג יולי 12, 2020 1:59 pm#454333
Re: בעלזא און קאראנאוויירוס
אז מ'קען זיך צוריקהאלטן פון פערזענליכע אטאקעס אדער עס כאטש אריבעררוקען צו א צווייטע אשכול איז פיין.

צוריק צום דעבאטע, @איך אויך שרייבט אז שבועות זענען די בעלזער בתי מדרשים געווען פארמאכטע דאס איז פשוט נישט אמת - נישט אז עס מאכט אויס ווייל "אלע" זענען שוין דאן געווען צוריק אפן, פשוט צו האלטן די פאקטן.
אבער אויף מער ווייניגער אנדערע נקודות איז ער גערעכט.


יעצט אביסל צו פארדרייען די נושא ליטוואק מאכט אזוי אוועק זיין היסטאריע, וויל איך פרעגן פון יעדעם, וועלכע חסידישע אדמו"ר אין די לעצטע פופציג יאר - חוץ פון סאטמאר (ווייל מ'גייט פשוט נישט ענדיגן) און ליובאוויטש - האט א בעסער רעפוטאציע ווי די בעלזער אין אלעס, סיי לגבי זיין אייגענע חסידות ווי אויך בנוגע אידישקייט? (לאמיר האלטן קאראנע אין די זייט ווייל ווי אויבן געשריבן קען מען נאכנישט מכריע זיין ווילאנג עס איז נאך אן אנגייענדע קאנטראווערסיע)

דיסקלעימער: איך פערזענליך האלט מיך נישט קיין חסיד פון קיין רבי בכלל.
זונטאג יולי 12, 2020 2:10 pm#454337
צו ענטפערן דיין פראגע בענין מוצלח׳דיגע אדמורים אין די לעצטע פערציג יאהר אויסער דער בעלזער רב לענ״ד:
א. סלונים בעל נתיבות שלום
ב. קארלין-סטאלין
ג. צאנז-קלויזענבורג נתניה.
ד. האדמו״ר ר״ש מבאבאוו. דער יחיד וועלכער האט געבויעט א נאך-דער-קריג חסידות מיט איזון פון תורה, יראת שמים, און נארמאלקייט.
זונטאג יולי 12, 2020 2:13 pm#454338
איך בין אַ קנאַפּער מבין אויף אדמו״רים, אָבער דעם קאַרלינערס הנהגה האָב איך שוין באַמערקט עטליכע מאָל אַז ער פאַרשטייט אַן ענין... צום בײשפּיל, ער איז כמעט דער איינציקער אויף דער חרדישער וועלט וואָס שרײבט דברים של טעם וועגן דעם אינטערנעט.
זונטאג יולי 12, 2020 2:14 pm#454339
Re: בעלזא און קאראנאוויירוס
די האלטסט אז די נתיבות שלום האט מער אויפגעטון? געהאט א בעסער וויזיע / פארשטאנד וואס צו טון?

קארלין סטאלין איז טאקע שטארק, אבער איך רעד איינער מיט א לאנגע גלענצענדע רעפוטאציע.

קלויזענבורג קען זיין (אבער זיין למעשה'דיגע הצלחה איז נישט געווען אזוי שטארק)

אויכעט אויב מעגליך מער צו קאנצענטרירן אויף היינטיגע אדמורים (איך מיין צווייטע דור / נישט שואה איבערלעבער)
זונטאג יולי 12, 2020 2:41 pm#454341
עס איז שוין דא אן אשכול אויף דער בעלזער רבי, שרייב דארט וועגן אים. דאס האט גארנישט מיט די נושא דא, וואס רעדט פון די הנהגה זיינער לגבי קארנאוויירוס, נישט וואס איז געשען אין ברוקלין, און נישט ווער איז זייער קיל און נישט ווער הייבט זיין קאפ. די פשוט'ער מעשה וועגן וואס איז געשען אין בעלז ירושלים אין לעצטע צייט פון קאראנא.

דער בעלזער האט זיך נישט גוט אויפגעפירט אין די עפאכע, און פאר די וואס האבן געגלויבט אז דא רעדט זיך פון עפעס א פקח מפוקח, זאלן דאס איבערחזר'ן מיט א גראדן פנים. דא האט מען בעלזער פארטיידיגער'ס מיט ביידער מיינונגן, אדער איז ער אזוי קלוג אז ער האט אנגעפיפן די מעינסטריעם, און ווען ער וואלט געגאנגן מיט די מעינסטריעם וואלט ער דעמאלס געווען די נער. און די צווייטע זאגט גאר אז ער איז טאקעמ יטגעגאנגן די מעינסטריעם, און ממילא איז ער א פקח מפוקח, און ווען נישט וואלט ער געווען א נער. הצד השווה שבהן אז ביידער בעלזער ניקס האלטן אז דער רבי פון די צווייטן איז גאר די נער.

און די הנחה פון די פארדרייערס דא, כאילו עס איז א פארמעסט צווישן די רבי'ס וועלכע איז די מערסטע פארגעשריטענע, איז בטעות יסודה. עס איז נישט דא אזא פאסטן ווי 'רבי', דער תורה אנערקענט עס נישט, און אלע אלע פון זיי פירן צו צו פארטיישקייט, מחלוקת, שנאת חנם, עמהארצות און דעות כוזבות. נישט קיין חילוק וועלכע שטעטל אדער געגענט אין יוראפ זיי שטאמן. פארטיי איז טרייף, און עס פירט צו צו אלעס שלעכטס. אין די נידריגע עלעמענט פון רביס און פארטיין, קענסטו קומן זאגן אז דער איז עטוואס בעסער ווי די צווייטער, צו מיר האט עס נישט. שלא שם חלקנו כהם וגורלנו ככל המונם.
זונטאג יולי 12, 2020 2:57 pm#454344
עס איז שוין 31 יאר זינט תשמ''ט.
עס איז צייט אריבערצומישן דאס בלעטל.
זונטאג יולי 12, 2020 3:04 pm#454346
ווער האט דערמאנט תשמ"ט? וואס איז דעמאלס געשען בנוגע בעלזא? וואס האט דאס אלס מיט מיר?
זונטאג יולי 12, 2020 4:54 pm#454351
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווער האט דערמאנט תשמ"ט? וואס איז דעמאלס געשען בנוגע בעלזא? וואס האט דאס אלס מיט מיר?


יא. לחיים
זונטאג יולי 12, 2020 5:05 pm#454352
ווי איך זאג כסדר דער ע''ה מופלג האט א מנהג מגונה צו כסדר אריינרעדן ובלשון מדברת גדולות אין עניינים וואס ער האט נישט דעם מינדעסטן שבמינדעסטן אהנונג.

גיי זיי מסביר פאר א ליטוואק וואס עס מיינט תשמ''ט.
זונטאג יולי 12, 2020 5:11 pm#454354
ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB איך ווייס נישט צי דו אליין ווייסט ווי גערעכט דו ביסט:
פאקט: גאנץ ביים אנהייב פון דער ערשטער כוואליע האבן זיך געדרייט שמועות אז דער רב איז דערגעגן אונטער דער איינפלוס פון דער וועלט'ס דאקטאר מיילעך פירער.
פאקט: איך האב אליין געהערט א רעקארדינג פון קול בעלזא ביים אנהייב דער ערשטער כוואליע אז איינער האראוויץ איז איצט ארויס פון דער רב און ער האט איבערגעגעבן אז דער רב האט אים געזאט אז טעכנאלאגיע איז ערגער ווי קאראנאווירוס.
פאקט: ביים אנהייב דער ערשטער כוואליע איז ליצמאן ביים אים געזעצן ווייל דער רב האט נישט געוואלט פארמאכן די מוסדות.
פאקט: פאר פסח האט ער געזאגט אפאר ווערטער וואס זענען ארומגעפארן, און נישט קיין האלב ווארט איבער דעם מצב. נישט חיזוק פאר די געליטענע און די פארשלאסענע און נישט אויף איינצוהאלטן די אנווייזונגען.
פאקט: שביעי של פסח האט ער געפירט טיש און עס זענען ארומגעגאנגען רעקארדינגס אז דער רב האט געזאגט אז ס'איז שוין פאריבער.
פאקט: ביז בערך צוויי וואכן נאך פסח האט מען אפגעשלאסן "רוממה" וואס יעדער האט געוואוסט איז געווען וועגן אן אויסברוך אין קרית בעלזא.
פאקט: דורכאויס דער ערשטער אויסברעך זענען געווען מנינים אין לכה"פ איין אמעריקאנער שטיבל און אויך איין לאנדאנער שטיבל.
פאקט: ר' שמואל ראזנגארטן, דער ראש ישיבה איז אוועק פון קאראנא. איך זאג נישט אז ער האט עס באקומען פון בעלזא אבער זיין פאמיליע זענען אלע בעלזער און אלץ דער פירער נקראת על שמו פון דעם רב וואס האט און איז נאך אלץ מזלזל אין דעם.
פאקט: צוויי וואכן פאר שבועות האט מען אויפגעמאכט דער בית מדרש ווען דער רעגירונג האט נאך געזאגט מען זאל זיך דערווייטערן. די קליפס פון דער טכס וואס איז געווען א מעריב און מען האט געזינגן "שמחתי באומרים לי" האבן געוויזן אסאך מענטשן צאמגעקוועטשט.
פאקט: שבועות איז געווען אינגאנצן געהעריג, תפילות, טישן און אויך ובאו כולם. א לץ האט געזאגט ובאו כולם בווירוס יחד.
פאקט: כאטש ער האט א הוק-אפ אפאראטוס פאר טישן מיט נאמען מראות הקודש און וואס האט אפגעקאסט צענדליגע אלפים אז נישט מער, האט מען עס נישט גענוצט קיין איין מאל דורך אלע לאקדאונס אויף שיעורים, חסידישע שמועסן וכדומה. נאר איבער זום און טעכנאלאגיע האט מען נישט אויפגעהערט שטורמען.
פאקט: איך האב געהערט פון קרובים און חבירים אז עס זענען געווען גאנץ שוואכע פראגראמען פאר בחורים און אסאך בעלזער בחורים דרייען זיך ארום ליידיג.
פאקט: אין חודש תמוז פיר חודשים נאך דער אנהייב פון דער פאנדעמיק האט דער רב זיך דערמאנט שרייבן א בריוו אז די בחורים איבער דער וועלט זאלן אנטייל נעמען אין ישיבה סדרים וואס "בני יקירי הרה"צ אהרן מרדכי" האט זיי צוגעשטעלט.
פאקט: די בילדער פון דעם הספד אויף ר' שמואל ראזנגארטן, וואס איז אוועק פון דער ווירוס, ווייזט א פולע שול, מיט דער רב אויבן אן. ס'איז נישט דא א גרעסערע ווייזן א פינגער ווי דאס.
פאקט: קרית בעלזא האט איצט גאר אסאך אנגעשטקטע מיט עטליכע גאר שטארק קראנקע.
איך האב אויך געהערט אז ביי א ברית ביים רב איז געווען איינער מיט א מאסק און ער האט געמאכט עפעס א גלייכווערטל.

בקיצור, התדבקות מצדיקים במטיבה.

***אפדעיט*** עס זענען אויך דא שטארקע שמועות אז דער רב זאגט מען זאל זיך נישט בודק זיין.
זונטאג יולי 12, 2020 5:23 pm#454358
איך האב נאר געוואוסט פון א פאר פאקטן דיינער, וועגן הרב ראזענגארטן, דער הספד בילד, און די טישן פסח און שבועות. מער ווי דעם האב איך נישט געוואוסט, בעלזא איז נישט אזוי אויף מיין ראדאר אז איך זאל זיי נאכפארשן. איך ווייס נאר אז אין א"י ווייסן אלע וואס איז דארט פארגעקומן, און מענטשן וואס האבן גארנישט איינגעשטויסן מיט בעלזא זאגן אז ער איז יעצט שולדיג אין די לאקדאון און די צרות וואס זיי ליידן יעצט. געוויסע ניקס פראבירן צו ווארפן זאמד דורך רעדן וועגן ברוקלין, דערמאנן תשמ"ט, מיר פערזענליך אטאקירן, אדער אריין שלעפן רעכט ווס. לינקס, אדער אלטע פייטס מיט בעלזא. זיי קענען נישט משיג זיין אז א מענטש זאל זען אן עוולה און ווערן בייז דערפון, עס מוז זיין עפעס פון אלס קינד, אדער אנדערע חשבונות.

די פראבלעם איז אז מ'האט מכתיר געווען דער בעלזער אלס א חכם, ומי יהרהר אחרי ההכתרה? ווי איז דער חכמה, ווי שטעקט עס? איך ווייס נישט, אבער נישט ביי קאראנאוויירוס.

טאמער ער האט טאקע אגאנצע צייט געשוויגן, קען עס זיין אז ער איז אין אזא מצב, וואס כידוע איז ער א פושט צורה ולובש צורה, און אין געוויסע צייטן איז אים שווער צו פונקציאנירן, ישלח דברו וירפאו. און די בילדער קוקן טאקע אויס אז ער איז אזא מצב יעצט. אבער דאס בארעכטיגט נישט דאס האלטן אלס אפן בסודי סודות, וואס נישט נאר מ'ווערט אנגעשטעקט, נאר מ'לאזט מענטשן זיך נישט באשיצן אויך נישט.
זונטאג יולי 12, 2020 5:31 pm#454361
איך אויך האט געשריבן:ווי איך זאג כסדר דער ע''ה מופלג האט א מנהג מגונה צו כסדר אריינרעדן ובלשון מדברת גדולות אין עניינים וואס ער האט נישט דעם מינדעסטן שבמינדעסטן אהנונג.

גיי זיי מסביר פאר א ליטוואק וואס עס מיינט תשמ''ט.

במועט שכלי פארשטיי איך נישט פארוואס דו פרובירסט זייער שטארק און מיאוס צו טראגן דעם ארגומענט אויף פערזענליכע רעלסן.
זונטאג יולי 12, 2020 6:46 pm#454366
Re: בעלזא און קאראנאוויירוס
איך קען נישט אריינרעדן וועגן דעם נושא האשכול צופיל ווייל איך ווייס כמעט נישט, די אלע פאקטן וואס @ציפור בודד האט אויסגערעכנט האב איך נישט געוויסט פארדעם (און איך ווייס נאכנישט אויב עס איז אמת) ממילא וועל איך לאזן די נושא פאר ווער עס קען די 'פאקטן'.

אבער צו האלטן די אשכול גראד, @גיבור חיל דאס אז דו ווינדערסט זיך אז עס זעט דיך אויס ווי @איך אויך פרובירט אריינשלעפן אנדערע אין א פערזענליכע שמועס, איז פשוט פארדרייען וואס דא איז פארגעקומען, לפי ווי איך זע האט די פותח האשכול ארויס אויף א רענט קעגן די בעלזער. @תורה ומדע האט אביסל צוריק געענטפערט נארמאל, און די פ"ה האט עם באוואשן נישט נאר דא, נאר אויך אינעם 'שוואנצאנות' אשכול.
דערנאך האט ער איינגעלאדנט ביים נאמען אלע בעלזער ניקס.....
איז אויב איינער גייט דא פערזענליך איז עס א צווייטע.


נאכאמאל איך ווייס נישט וואס גייט דארט פאר עס קען טאקע זיין אז די בעלזער פירט זיך נישט אויף ריכטיג (אזויווי מער ווייניגער אלע אדמורים) אבער עס נעמען אויף אזא לעוועל אזוי שנעל האלט איך איז נישט ריכטיג.

@ליטוואק פון בודאפעסט איך האב שטארק הנאה געהאט פון אייער אלע תגובות ביז אהער אריינגערעכנט ווי איר האט שיין ארויסגעברענגט וואס הייסט ציבורישע ענינים און אחריות.... אבער דא מיין איך שטעקט אגענדע, אדרבה אז דו קענסט בעסער ארויסברענגן וואס גייט פאר - אויב מעגליך אין א כראנאלאגישע סדר - וועט עס שטארק העלפן.


(יא הגם איך האלט מיך נישט חסיד פון קיין איין רבי, און איך האב א קרוב א בעלזער וועלכע איז שטארק אנגעווייטאגט אויפ'ן בעלזער ישיבה סיסטעם און אירע פירער, דאך האב איך א שטיקל הערכה פאר אן הערענדיג אביסל פון זיין רעפוטאציע, זיינע אויפטוהנגען און וויזיע.)
זונטאג יולי 12, 2020 7:09 pm#454367
די איציטיקע תקופה איז גאר א שווערער פאר יעדן יחיד. אבער עס איז גאר שווערער פאר מנהיגי ישראל וואס אויף זייערע פלייצעס ליגט דער פליכט צו מאכן דיסיזיעס נוגע מוסדות, שוהלען, קעמפס וכו׳. קיינער וויל ניט זיין אין זייער שיך אין די חדשים. פון איין זייט היטן דעם ציבור פונעם חולי זעלבסט כדמחייבי מה״ת ודרבנן. און פון דער צווייטע זייט, גורם זיין דאס ווינציקסטער ביטול תורה ותפילה דרבים, וביטול הבל פיהם של תשב״ר, און אויכעט די לאנגע-טערם אפעקטן פון האלטן קינדער, אינגלעך, מיידלעך און בחורים אהנע מסגרת פאר חדשים לאנג. ממילא איז דאס א פיין ליין. אפשר אין א יאהר אדער צוויי, און נאך מער, וועט מען קענען חוקר זיין ווערען די מנהיגי ישראל האבן קולע געווען אל השערה, און ווער פון זיי האבן צופיהל נוטה געווען לכאן או לכאן, און פארוואס, וכו׳. אבער לע״ע, ווען מיר האבן ניט דעם גאנצען בילד אין פאקוס, איז ניט מעגליך דן צו זיין קיינער פון די גדולי ישראל. ניט אין ארץ ישראל און ניט און חו״ל.
זונטאג יולי 12, 2020 7:32 pm#454368
די זאגסט גאר גוט, און עס גייט אויף די גדולי הגוים אויך.
זונטאג יולי 12, 2020 8:05 pm#454369
דוראק האט געשריבן:איך בין אַ קנאַפּער מבין אויף אדמו״רים, אָבער דעם קאַרלינערס הנהגה האָב איך שוין באַמערקט עטליכע מאָל אַז ער פאַרשטייט אַן ענין... צום בײשפּיל, ער איז כמעט דער איינציקער אויף דער חרדישער וועלט וואָס שרײבט דברים של טעם וועגן דעם אינטערנעט.

דאס איז אויך צוליב ער איז כמעט די איינציגער וואס פארשטייט וואס דאס איז אינטערנעט די אנדערע האבן קיין השגה פון וואס מען רעדט
זונטאג יולי 12, 2020 8:14 pm#454370
תורה ומדע האט געשריבן:די איציטיקע תקופה איז גאר א שווערער פאר יעדן יחיד. אבער עס איז גאר שווערער פאר מנהיגי ישראל וואס אויף זייערע פלייצעס ליגט דער פליכט צו מאכן דיסיזיעס נוגע מוסדות, שוהלען, קעמפס וכו׳. קיינער וויל ניט זיין אין זייער שיך אין די חדשים. פון איין זייט היטן דעם ציבור פונעם חולי זעלבסט כדמחייבי מה״ת ודרבנן. און פון דער צווייטע זייט, גורם זיין דאס ווינציקסטער ביטול תורה ותפילה דרבים, וביטול הבל פיהם של תשב״ר, און אויכעט די לאנגע-טערם אפעקטן פון האלטן קינדער, אינגלעך, מיידלעך און בחורים אהנע מסגרת פאר חדשים לאנג. ממילא איז דאס א פיין ליין. אפשר אין א יאהר אדער צוויי, און נאך מער, וועט מען קענען חוקר זיין ווערען די מנהיגי ישראל האבן קולע געווען אל השערה, און ווער פון זיי האבן צופיהל נוטה געווען לכאן או לכאן, און פארוואס, וכו׳. אבער לע״ע, ווען מיר האבן ניט דעם גאנצען בילד אין פאקוס, איז ניט מעגליך דן צו זיין קיינער פון די גדולי ישראל. ניט אין ארץ ישראל און ניט און חו״ל.

עס רעגט מיר זייער ווען מען דערמאנט די טענה אז עס איז שווערע החלטות און קיינער וויל נישט זיין אין זיין שיך... ר' איד ווען דארף איך א רבי? ווען זאכן פאהרן על מי מנוחות? אז ער מאכט חתונה זאל איך שוואנצאנען? נאר פאר אזעלעכע און נאר פאר ענליכע מצבים דארף איך א רבי צו א הייליגע אדער א קלוגעא אז ער זאל מיט זיין דעת דאס אויסקלארן, בפרט בעלזא רב וואס האט זיך אין פארגאנגענהייט ארויסגעשטעלט פאהרגעשריטן און מיט א טריט פאראויס זאל אזוי שרעקליך אדורךפאלן? אויב זיינע יועצים האבן זיך טועה געווען בתחילה זאל ער מוחל זיין צוריק דרייען די זייגער.

אגב איך זעה נישט קיין אגענדע פון @ליטוואק ער שטעלט זיך זייער צום דבר
זונטאג יולי 12, 2020 10:30 pm#454382
און נאכאמאל דערמאנט מען מיין אדזשענדע. יא, איך האב אן אדזשענדע, אבער נישט מיט דער בעלזער. ביי מיר איז ער א רבי פונקט ווי אלע רביס. ער איז בכלל נישט מער און נישט ווייניגער ווי סיי וועלכע פארטיי פירער. מיין אדזשענדע איז דער קאראנאוויירוס, ווי פשוט'ע מושגים זענען פארדרייט געווארן אויף זייער קעפ.
און אויף א פירער פון א פארטיי איז די טענה פיל גרעסער. מיין רבי זז"ג האט זיך נישט געפירט לויט ווי איך פארשטיי אין די תקופה. ער האלט אז זיין מיינונג איז פונקט ווי דער פון די דאקטוירים ועוד ועוד. אבער ער איז אייביג אביסל אן איפכא מסתברא, ער האט זיך קיינמאל נישט צוגעשטעלט צו די וועג ווי דער וועלט גייט.
אבער א פירער פון א פארטיי, אזוי ווי דער בעלזער רבי, האט א גרויסע פאדערונג פון זיין שעף, און די בעלזער פרעדיגערס, ובתוכם אהרן פריעדמאן און יעצט מנשה רייזמאן, פאדערן דאס פון די חסידים. אז די זאך שטייט און מ'טאר עס נישט קאלייע מאכן. די רעכטן פון דער יחיד זענען באגרעניצט ווייל דער ציבור מוז אנגיין, און יעדער געניסט פון די ציבור. וואס שטארקער די פארטיי, וואס מער נפקא מינא'ס איז דא פון די שיטה"ק, אבער פון דעם לעבט דער בעלזער רבי, ווי אויך דער סאטמארער, וויזניצער, גערער, באבובער ועוד ועוד. מאך נישט קיין טראבל איז די צענטראלע מעסעדזש.
אין די קאראנא צייטן, ווען דאס איז געפאדערט פון יעדעם, קומט ער מיט אן אויבער חכמה זיינער! פלוצלונג מעג ער נוצן די שיטה"ק אנטקעגן זיך אליינס. יא, דער בירא דשתית מיניה מיא האט ער אריין געווארפן א גרויסען שטיין.
די שקר רעגט מיר אויף נאך מער.
ר' מלכיאל קוטלר איז די זעלבע, ווי ער שלאגט זיך אז קאראנא עגזיסטירט בכלל נישט און ב.מ.ג. מוז בלייבן אפן. הלו!? ווען יעדער פירט זיך מיט אזא אנארכיזם, ביסטו מיט א קאפ קלענער אין דער גילאטין! דיין איינציגסטע זכות קיום איז ווייל יעדער פארשטייט אז מיט באשטייניגן די גאנצע סיסטעם, פארדינט קיינער נישט. און דא האלטסטו ביים אונטערברענגן די ציבור?! נאר דא האט ער גאר א קליינע איינפלוס, מ'האט אים געפיפן אין פנים און די שטאט האט זיך מער ווייניגער פארמאכט. אין בעלזא האט דער אונטערברענגער געזיגט, און דאס איז מיין אדזשענדע. איך בין נישט קיין סאטמארער, נישט קיין מונקאטשער, נישט קיין עדה חרדית'ניק, איך האב קיין שום חשבון נישט מיט בעלזא זעלבסט. איך האב משפחה בעלזער, אבער אויך אין אנדערע ערטער, און איך האב נישט קיין שנאה צו קיינעם. נאר צו די פיראכץ און די שקר.
זונטאג יולי 12, 2020 11:31 pm#454393
אישתישבי האט געשריבן:די זאגסט גאר גוט, און עס גייט אויף די גדולי הגוים אויך.

גדולי העכו״ם האבן ניט אויף זיך אחריות פון ביטול תורה און ליידיג גייען פון טויזענטער אידן און זייערע קינדער.
זונטאג יולי 12, 2020 11:38 pm#454397
תורה ומדע האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:די זאגסט גאר גוט, און עס גייט אויף די גדולי הגוים אויך.

גדולי העכו״ם האבן ניט אויף זיך אחריות פון ביטול תורה און ליידיג גייען פון טויזענטער אידן און זייערע קינדער.

זיי האבן אבער יא אן אחריות אויף די אקאנעמי וכדו

בכלל פלוצלינג האבן די חסידישע רבי'ס א פראבלעם מיט ביטול תורה... מיינע מאורעות און שמחות מאכט ער אויך אזעלעכע שווערע החלטות וועגען ביטול תורה??

לאז אפ די שטותים ער איז פלעין פשוט אדורכגעפאלן מאיז סיבה ער האט זיך איינגערעדט אז די קורונה איז גארנישט און יעצט פאסט עם נישט חוזר זיין
מאנטאג יולי 13, 2020 8:43 am#454414
עמעזאן האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:די זאגסט גאר גוט, און עס גייט אויף די גדולי הגוים אויך.

גדולי העכו״ם האבן ניט אויף זיך אחריות פון ביטול תורה און ליידיג גייען פון טויזענטער אידן און זייערע קינדער.

זיי האבן אבער יא אן אחריות אויף די אקאנעמי וכדו

בכלל פלוצלינג האבן די חסידישע רבי'ס א פראבלעם מיט ביטול תורה... מיינע מאורעות און שמחות מאכט ער אויך אזעלעכע שווערע החלטות וועגען ביטול תורה??

לאז אפ די שטותים ער איז פלעין פשוט אדורכגעפאלן מאיז סיבה ער האט זיך איינגערעדט אז די קורונה איז גארנישט און יעצט פאסט עם נישט חוזר זיין

דזשאסט טו בי פעיר, ביטול תורה מיינט נישט ביטול לערנן תורה. עס מיינט די פראבלעם אז בחורים און קינדער גיין ליידיג און ווערן נישט אויפגעהאדעוועט ווי עס דארף צו זיין. גראדע איז דא אביסל תורה אין דער אנטשטאלט, אבער דאס איז אן אחריות אויך. אזא לאנגע צייט אן קיין עמטליכע פרעימווארק איז זיכער א פראבלעם, איך מאך עס נישט אוועק. פארשידענע מוסדות האבן געזוכט און געטראפן פארשידענע עצות, און ימים ידברו וויאזוי עס וועט זיך אויסארבעטן.
מאנטאג יולי 13, 2020 9:21 am#454419
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:די זאגסט גאר גוט, און עס גייט אויף די גדולי הגוים אויך.

גדולי העכו״ם האבן ניט אויף זיך אחריות פון ביטול תורה און ליידיג גייען פון טויזענטער אידן און זייערע קינדער.

זיי האבן אבער יא אן אחריות אויף די אקאנעמי וכדו

בכלל פלוצלינג האבן די חסידישע רבי'ס א פראבלעם מיט ביטול תורה... מיינע מאורעות און שמחות מאכט ער אויך אזעלעכע שווערע החלטות וועגען ביטול תורה??

לאז אפ די שטותים ער איז פלעין פשוט אדורכגעפאלן מאיז סיבה ער האט זיך איינגערעדט אז די קורונה איז גארנישט און יעצט פאסט עם נישט חוזר זיין

דזשאסט טו בי פעיר, ביטול תורה מיינט נישט ביטול לערנן תורה. עס מיינט די פראבלעם אז בחורים און קינדער גיין ליידיג און ווערן נישט אויפגעהאדעוועט ווי עס דארף צו זיין. גראדע איז דא אביסל תורה אין דער אנטשטאלט, אבער דאס איז אן אחריות אויך. אזא לאנגע צייט אן קיין עמטליכע פרעימווארק איז זיכער א פראבלעם, איך מאך עס נישט אוועק. פארשידענע מוסדות האבן געזוכט און געטראפן פארשידענע עצות, און ימים ידברו וויאזוי עס וועט זיך אויסארבעטן.

מיטצוהאלטן די הייליגע טישן האט ער געטראפן א מהלך מתיר צו זיין לייוו סטריעמינג, פלוצלינג דא האט ער מורא פון זום...
ער איז דער וואס איז אומשטאנד צוצישטעלן תורה'דיגע און כשרע אינטערטעמענט אז די ציבור זאל נישט ליידיג ג'יין.

פלוצלינג ווערט ער א תמים...
מאנטאג יולי 13, 2020 10:23 am#454422
Re: בעלזא און קאראנאוויירוס
איך זעה נישט פארוואס בעלזער רבי'ס חכמה ווערט אפגעפרעגט פון איין פאל, די רעגירונג אין שוועדן האט אויך געמאכט די זעלבע טעות, און זיי זענען אויך נאכנישט גרייט מודה צו זיין, מיינט עס יעצט אז שוועדן איז אויף איין שטאפל מיט איראן, אדער צפון קארעא, אדער די אנדערע מדינות וואס לייקענען דעם מציאות איז דארט נארמאל?
יעדער מאכט אמאל א טעות, און מען קען נישט דזשאדזשן א גאנצע מדינה, אדער חסידות מיט איין זאך.
אבער ביי מיר איז מעיקרא דדינא פירכא, די גאנצע געדאנק אז בעלז איז מער א ראציאנאלע שכל'דיגע חסידות איז נישט אמת, קען זיין דער רב דארט איז א קלוגער ראציאנאלער מענטש, אבער די חסידים דארט (עכ''פ די וואס איך קען) האלטן נישט פון זייער רבי'ן אלס קלוגער מענטש, זיי גלייבן אין רב אלס בעל רוה''ק און צדיק, אז ער זאגט מען זאל זיך גיין לערנען פסיכאלאגיע גייט מען, אז ער זאגט אז קאראנע איז מער נישט דא איז עס נישט דא, חסידים פון רבי'ן פונקט ווי די מענדעליסטן.
מאנטאג יולי 13, 2020 11:13 am#454425
אונטער חכם האט געשריבן:איך זעה נישט פארוואס בעלזער רבי'ס חכמה ווערט אפגעפרעגט פון איין פאל, די רעגירונג אין שוועדן האט אויך געמאכט די זעלבע טעות, און זיי זענען אויך נאכנישט גרייט מודה צו זיין, מיינט עס יעצט אז שוועדן איז אויף איין שטאפל מיט איראן, אדער צפון קארעא, אדער די אנדערע מדינות וואס לייקענען דעם מציאות איז דארט נארמאל?
יעדער מאכט אמאל א טעות, און מען קען נישט דזשאדזשן א גאנצע מדינה, אדער חסידות מיט איין זאך.
אבער ביי מיר איז מעיקרא דדינא פירכא, די גאנצע געדאנק אז בעלז איז מער א ראציאנאלע שכל'דיגע חסידות איז נישט אמת, קען זיין דער רב דארט איז א קלוגער ראציאנאלער מענטש, אבער די חסידים דארט (עכ''פ די וואס איך קען) האלטן נישט פון זייער רבי'ן אלס קלוגער מענטש, זיי גלייבן אין רב אלס בעל רוה''ק און צדיק, אז ער זאגט מען זאל זיך גיין לערנען פסיכאלאגיע גייט מען, אז ער זאגט אז קאראנע איז מער נישט דא איז עס נישט דא, חסידים פון רבי'ן פונקט ווי די מענדעליסטן.

דער בעלזער רב איז נישט א רעגירונג. ער איז א פשוט'ער בירגער ווי דו און איך. דאס איז דער חורבן פון אים און נאך אסאך רבי'ס. זיי קענען זיך נישט צוגעוויינען צו דעם אז דער געזעץ מיינט זיי פונקט ווי א צווייטן ווייל קאראנא מאכט אויך נישט א חילוק אויב דו גייסט ווייסע זאקן אין די וואכן. עס איז זעלטן וואס עס קומט ארויס א געזעץ און איז נוגע די רבי'ס אזוי דירעקט און עס פאסט זיי נישט אז קיינער איז נישט אינטערעסירט צו הערן וויאזוי זיי האלטן. פאלג און דאטס איט. און דאס איז זיי צופיל.