Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » בד"ה כ"ק אדמו"ר מסאדיגור זצ"ל

בד"ה כ"ק אדמו"ר מסאדיגור זצ"ל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
75 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 251 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #14104
מאנטאג אוגוסט 10, 2020 6:51 pm#456242
בד"ה כ"ק אדמו"ר מסאדיגור זצ"ל
היינט איז פלוצלונג נפטר געווארן כ''ק אדמו''ר מסאדיגור זצ"ל אין עלטער פון 65 יאהר.
מאנטאג אוגוסט 10, 2020 6:56 pm#456243
פלוצלונג?! ער איז דאך געווען קראנק פאר א געזונטע פאר יאר. וואס עפעס פלוצלונג?
מאנטאג אוגוסט 10, 2020 6:58 pm#456244
די מצב האט זיך פארערגערט די לעצטע פאר טעג
סקווירא רבי האט אים באזוכט נאך גאנץ לעצטנס אין קאליפארניע
מאנטאג אוגוסט 10, 2020 8:57 pm#456252
ממשיך ר' מרדכי שלום יוסף - יחי
מאנטאג אוגוסט 10, 2020 10:21 pm#456258
ממלא מקום
דינסטאג אוגוסט 11, 2020 8:01 am#456272
וואס זענען געוועהן זיינע מעלות?
דינסטאג אוגוסט 11, 2020 10:28 am#456275
איך האב געהערט אז עס איז דא א צוואה אז אלע קינדער זאלן איבערנעמן און זיך רופן רבי. זיין בחור מעג ווערן רבי אויב ער וויל, און זיי קענען אים נישט אפשטעלן.

אין לאנדאן איז ער געווען א נארמאלע רב, וואס האט אביסל געפסקנ'ט אבער בעיקר זיך געפארעט מיט זיין סטאדע, מחזק געווען, געזאגט שיעורים און מ'האט זיך מתייעץ געווען מיט אים. אינדערויסן פון זיין שול האט מען אים נישט געקענט, אבער אין זיין שול איז ער געווען זייער באליבט.
דינסטאג אוגוסט 11, 2020 10:38 am#456277
כ'הער זאגן אז איינער פון די זון, ר' אפרים פישל (חתן ר' חיים רובין מרופשץ ארה"ב) וועט אויך נישט אננעמען די אדמורו" ת, אבער וועט האבן אן אפציע ווען ער איז גרייט. (ביהמ"ד שבהנהלת אחין שיעבור תחתו אם ירצה)
דינסטאג אוגוסט 11, 2020 11:36 am#456278
דארף מען באשטעלן נאך חסידים פון כינע...
דינסטאג אוגוסט 11, 2020 12:01 pm#456279
משום איזה סיבה ליינט מען נישט די צוואה ביז נאך די שבעה.

שמועות קורסירן אז דער ממלא מקום איז נישט די עלטסטע זון, נאר א אינגערע זון פון אנטווערפן.
דינסטאג אוגוסט 11, 2020 1:50 pm#456284
די אינגסטע זוהן נעמט איבער.
דינסטאג אוגוסט 11, 2020 1:58 pm#456285
א כללית'דיגע פראגע, ווער זענען זיינע (און אנדערע) חסידים?
זענען זיי טאקע אפשטאמיגע מחסידי רוזין?
אדער סתם מעריצים וואס האבן געקלעבט במשך השנים צו אים און זיין פאטער?

די זעלבע פראגע האב איך אויף די רעוועלעך וועלכע וואקסן ווי שוואמען אין אר"י
יו נעים איט... קרעטשניף אלע, (וויפיל איז דא?..) זוטשקא, ביטשקוב, דאראג, ועוד ועוד
זענען די אלע וואס זיצן ביי זייערע טישן זייערע חסידים? אדער סתם אידן וועלכע ס'שטערט זיי נישט צו באקומען א שטיקל קוגל יעדע שני וחמישי

(נישט פארדרייען די נושא ענטפערן און געגאנגן ווייטער)
דינסטאג אוגוסט 11, 2020 2:09 pm#456286
מפיל קינד האט געשריבן:משום איזה סיבה ליינט מען נישט די צוואה ביז נאך די שבעה.

שמועות קורסירן אז דער ממלא מקום איז נישט די עלטסטע זון, נאר א אינגערע זון פון אנטווערפן.

עס איז נישט דא קיין זון אין אנטווערפען, אחוץ די ניינצען יעריגע בחור וואס איז יעצט אהין געגאנגן פאר פסח, איך ווייס נישט פארוואס. אבער ווען ער וואלט געהאט א זון אין אנטווערפען, וואלט ער זיכער איבערגענומען.
דינסטאג אוגוסט 11, 2020 3:10 pm#456291
עס איז יא דא א זון אין אנטווערפן. הרה"צ יצחק יהושע העשיל שליט"א אן איידעם ביי הגאון רבי אשר שטערנבוך.

היכי דמי האט געשריבן:די אינגסטע זוהן נעמט איבער.

ער איז איינס עלטער פון די אינגסטע, הבה"ח פרע"ח שמעון שליט"א
דינסטאג אוגוסט 11, 2020 4:18 pm#456294
מיין סאדיגערער קאנטאקט האט געטוישט זיין מיינונג, אז אפשר וואוינט שיעלע יא אין אנטווערפען. אנטשולדיגט.
דינסטאג אוגוסט 11, 2020 4:40 pm#456297
פארוואס עפעס ער?
דינסטאג אוגוסט 11, 2020 8:48 pm#456309
הרה"צ רבי יצחק יהושע העשיל שליט"א ביי זיין חתונה, שבט תשע"ח
דינסטאג אוגוסט 11, 2020 8:49 pm#456310
מנחם ציון האט געשריבן:פארוואס עפעס ער?

ער איז גאר א חשוב'ער אינגערמאן. אין די לעצטע יאר ווען זיין טאטע איז נישט געווען צווישן עולם, האט ער געשיקט אידן זיך מזכיר זיין ביי דעם זון.
מיטוואך אוגוסט 12, 2020 3:33 am#456324
Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מסאדיגור זצ"ל
הייסט עס אז יעדע צוואנציג יעריגער "גאר חשוב'ער" כולל אינגערמאן איז ראוי מ'זאל זיך מזכיר זיין ביי עם?
מיטוואך אוגוסט 12, 2020 4:29 am#456326
Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מסאדיגור זצ"ל
פאליטיקאנט האט געשריבן:הייסט עס אז יעדע צוואנציג יעריגער "גאר חשוב'ער" כולל אינגערמאן איז ראוי מ'זאל זיך מזכיר זיין ביי עם?
לכאורה איז א צוואנציג יעריגער חשוב'ער ווי א פערציג יעריגער ווייל ער האט ווייניגער אנגעיאגט צו זינדיגן
מיטוואך אוגוסט 12, 2020 4:44 am#456327
Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מסאדיגור זצ"ל
דאן איז א 'ינוקא' נאך חשוב'ער....
מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:35 pm#456353
פאליטיקאנט האט געשריבן:דאן איז א 'ינוקא' נאך חשוב'ער....

יא יא בנינו ערבים לנו
מיטוואך אוגוסט 12, 2020 1:36 pm#456363
און א שליא און א אפרוח שלא נפתחו עיניו - נאכמער...
איך מיש מיך נישט, צו ס'גערעכט צו נעמען א יונגערע זון במקום ווי אלע איבריגע זענען נישט קיין קטלא קניא'ס, אבער מאדנע איז עס זייער שטארק.
מיטוואך אוגוסט 12, 2020 1:38 pm#456364
ממשיך דרכו ביים לויה
מיטוואך אוגוסט 12, 2020 1:45 pm#456365
מנחם ציון האט געשריבן:פארוואס עפעס ער?

וואס זענען זיינע קרעדענשלס אויסער אז ער האט א הדר רוזינאי?
מיטוואך אוגוסט 12, 2020 6:25 pm#456383
מיטוואך אוגוסט 12, 2020 10:30 pm#456392
מפיל קינד האט געשריבן:הרה"צ רבי יצחק יהושע העשיל שליט"א ביי זיין חתונה, שבט תשע"ח

פארוואס גייט נישט דער זון מיט א שניפסל ביים חתונה?
דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 9:16 am#456397
אהן א שניפסל און א הדר ריזונאי.
דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 11:26 pm#456433
וואס מיינט הדר ריזונאי?
פרייטאג אוגוסט 14, 2020 9:47 am#456452
א מין אתרוג וואס וואקסט אין רוזין
פרייטאג אוגוסט 14, 2020 11:56 am#456465
אדער א מין פעפער לויט די הוה אמינא אין דער סוגיא
פרייטאג אוגוסט 14, 2020 2:16 pm#456471
לויט שאולזון גייט פאר חאגע דארט, ס'טוט זיך א בלבול המוחין פון אפאר צוואות וואס ער האט געשריבן.
אפשר איז צייט אז די רבי'ס זאלן נעמען בירט-קאנטראל...
פרייטאג אוגוסט 14, 2020 2:43 pm#456475
וועלכע קינד זיינער ווילסטו דא אפווישן? אלע זענען פיין און וואויל, וועלכע וואלט ענדערש נישט געדארפט געבוירן ווערן?

אבער טאמער בירט קאנטראל, זענען שאולזון'ס טאטע און מאמע פיינע קאנדידאטן. דער וועלט וואלט גארנישט דערלייגט.
פרייטאג אוגוסט 14, 2020 2:46 pm#456477
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וועלכע קינד זיינער ווילסטו דא אפווישן? אלע זענען פיין און וואויל, וועלכע וואלט ענדערש נישט געדארפט געבוירן ווערן?

אבער טאמער בירט קאנטראל, זענען שאולזון'ס טאטע און מאמע פיינע קאנדידאטן. דער וועלט וואלט גארנישט דערלייגט.

חלילה אז יעצט זאל מען איינעם באזייטיגן, אבער אויב דאס איז די תוצאה פון ספינקא, באבוב, וויזשניץ, וכו' אז ס'דאפעלט זיך מחלוקת, זאל דער רבי האבן א בן יחיד - ניטאמאל א איידים...
פרייטאג אוגוסט 14, 2020 4:14 pm#456482
און טאמער ווערט געבוירן א בכורה?

אין ליבאוויטש האט זיך דער איידעם גאנץ פיין אויסגעארבעט, כאטש ער איז געווען א שטודירטע.
פרייטאג אוגוסט 14, 2020 4:17 pm#456483
בוטן האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וועלכע קינד זיינער ווילסטו דא אפווישן? אלע זענען פיין און וואויל, וועלכע וואלט ענדערש נישט געדארפט געבוירן ווערן?

אבער טאמער בירט קאנטראל, זענען שאולזון'ס טאטע און מאמע פיינע קאנדידאטן. דער וועלט וואלט גארנישט דערלייגט.

חלילה אז יעצט זאל מען איינעם באזייטיגן, אבער אויב דאס איז די תוצאה פון ספינקא, באבוב, וויזשניץ, וכו' אז ס'דאפעלט זיך מחלוקת, זאל דער רבי האבן א בן יחיד - ניטאמאל א איידים...

ספינקא - וואס איז די פראבלעם? אלע קינדער ווערן רביס, און אלס קלאפט ווי א זייגער.
באבוב - ר' שמה האט געמיינט אז ר' נפתלי איז געהרג'ט געווארן, וואס האט ער געדארפט טון?
וויזשניץ - וואס איז די פראבלעם? זאלען זיי אלע ווערן רביס.

פארקערט, א בן יחיד מיינט אז דער אחד יחיד איז א מושל בכיפה, ומי יאמר לו מה תעשה ומה תפעל. עי' ערך בעלזא, סקווער וכדו'. ווען ער האט א ברודער פון וועמען ער מוז מורא האבן, מוז ער זעיך פירן עטוואס לייטיש.
מוצ"ש אוגוסט 15, 2020 11:22 pm#456502
Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מסאדיגור זצ"ל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
באבוב - ר' שמה האט געמיינט אז ר' נפתלי איז געהרג'ט געווארן, וואס האט ער געדארפט טון?

וואס? קיינמאל געהערט דער קאנספיריסי.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
זונטאג אוגוסט 16, 2020 12:19 pm#456518
ניחום אבלים בבית הרבי
זונטאג אוגוסט 16, 2020 8:04 pm#456539
ס'טוט זיך טישן און בענק. אלטע צוואה נייע צוואה. גבאים און שטוב מענטשן. די אלמנה פונעם רבי'ן זצ"ל חלש'ט. מארגן גייט מען ליינען צוואה.

און קאווע שטיבל גם לרבות צימעס: שלאפט!
זונטאג אוגוסט 16, 2020 10:37 pm#456561
Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מסאדיגור זצ"ל
איך בין נישט באקאנט מיר די ריזשענער חסידות.
אבער, און חודש טבת תשמ״ז איז אוועק פון דער וועלט א גאר הייליגער איד זיין נאמען איז געווע הרה״צ רבי משה מרדכי בידרמן זי״ע כ״ק אדמו״ר מלעלוב קארלין.
ער האט איבער געלאזט א שטוב מיט גאר געראטענע קינדער איינס גרעסער פארן צווייטן.
די דריי באקאנטע אין די רייע פון זייער עלטער
הרה״צ רבי אברהם צבי שלמה זי״ע מירושלים
הרה״צ רבי שמעון נתן נטע זי״ע מבני ברק
הרה״צ רבי אלתר זי״ע
נאך די פטירה פון ר׳ משה מרדכי זענען די דריי געווארן רביס. קיין איינע פון זיי האבן נישט געהאט צו קיין גרויסער עולם. אפי׳ דער פאטער ר׳ משה מרדכי ז״ל האט נישט געהאט וואס צו צעטייתן אין דריי אבער עס איז 3 דעקעידס שפעטער קיינע פון די דריי לעבן שוין נישט און עס איז דא פון די דריי, הונדערטער רביס, און טויזענטער חסידים, מוסדות פארענטשעס און אלע 30 אייניקלעך פון הרה״צ מ״מ זי״ע און כולם אהובים, כולם ברורים. וויי אין די וואורלד שאד דיס בי א פראבלעם ? וואס איז די איבערקערעניש ווער עס האט די כוחות און קען זיך בויען שאד גאו אהעיד ענד געט סטארטעד.
אז איינע פון די רביס זוכען א שר החוץ גיט זיי מיין ניק

Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג אוגוסט 16, 2020 10:55 pm#456570
מיינונגזאגער האט געשריבן:איך בין נישט באקאנט מיר די ריזשענער חסידות.

טאקע דאס איז די נקודה דא!
פארוואס נעמען איינעם אלץ פירער? זאל זיך יעדער מאכן שבת פאר זיך, און מ'וועט זען ווער ס'מאכט עס בעסער...
אויסער דעם וואס אויב - לאמיר זאגן - א יונגערער באקומט די מלוכה, און די די אלע נכסי החצר פארלירט דער בכור?
זונטאג אוגוסט 16, 2020 11:12 pm#456576

אז אויב די נכסי הציבור ווילן דעם יונגסטען, וואס קענען די עלטערע זוהן טוהן דערוועגן בעצם ?

Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג אוגוסט 16, 2020 11:16 pm#456579
גייט עס שוין אריין אינעם חילוקי דעות ווי אין חב''ד, צו די חצר געהער צו די חסידות, אדער צו די משפחה.
זונטאג אוגוסט 16, 2020 11:44 pm#456582
בד"ה כ"ק אדמו"ר מסאדיגור זצ"ל
בוטן האט געשריבן:גייט עס שוין אריין אינעם חילוקי דעות ווי אין חב''ד, צו די חצר געהער צו די חסידות, אדער צו די משפחה.
בעצם איז דאס געווען די עיקר מערכה אין סאטמאר 20 יאר צוריק. פארוועם באלאנגט קהל יטב לב פארן רבין אדער פאר די קהלה. די קהלה נעמט אויף די פירער מיט שטאטוטען און דער פירער מיז פאלגן די קהלה׳שער שטאטוטען. עס איז נישט נכסי פרטי נאר נכסי ציבור.
דאס איז הני מילה ווען מען רעדט פון א קהלה וואס בעצם באלאנגט נישט אז א קינד זאל ווערן רבי ווייל ער קען נישט מוריש זיין א זאך וואס האט נישט באלאנגט פארן פאטער אזוי ויי אינדערהיים האט מען אויף גענומען א רב מיט וואוטס און קונסעס.

אבער חסידות און רביסטעווע האבן זיך יא געגרינדעט אלץ א פרטישער נכס. עס זענען נאר געקומען חסידים און געהאלפן דעם רבי׳ן בויען די פריוואטע נכסים אבער עס מיינט נישט אז די רבי האט פארלוירן די בעלות אויף די נכסים וועל עס זענען דא מענטשען וואס האבן אינוועסטירט אינעם רבין׳ס פריוואטע נכסים.

א יעדע חסידות דארף קלאר שטעלן זיינע פאקטן איז ער א קהלה מיט א קהלה׳שער נעיטשור אדער אי א פקיוואטער אייגענטום פון א רבין וואס אלעס איז פאקשריבן אויפן אייגענעם נאמען, און דער רבי קען עס נאכדעים פארשרייבן פארוועם ער וויל פאר סיי וואספארא סיבה.

Sent from my iPhone using Tapatalk
מאנטאג אוגוסט 17, 2020 2:27 am#456587
מיינונגזאגער האט געשריבן:איך בין נישט באקאנט מיר די ריזשענער חסידות.
אבער, און חודש טבת תשמ״ז איז אוועק פון דער וועלט א גאר הייליגער איד זיין נאמען איז געווע הרה״צ רבי משה מרדכי בידרמן זי״ע כ״ק אדמו״ר מלעלוב קארלין.
ער האט איבער געלאזט א שטוב מיט גאר געראטענע קינדער איינס גרעסער פארן צווייטן.
די דריי באקאנטע אין די רייע פון זייער עלטער
הרה״צ רבי אברהם צבי שלמה זי״ע מירושלים
הרה״צ רבי שמעון נתן נטע זי״ע מבני ברק
הרה״צ רבי אלתר זי״ע
נאך די פטירה פון ר׳ משה מרדכי זענען די דריי געווארן רביס. קיין איינע פון זיי האבן נישט געהאט צו קיין גרויסער עולם. אפי׳ דער פאטער ר׳ משה מרדכי ז״ל האט נישט געהאט וואס צו צעטייתן אין דריי אבער עס איז 3 דעקעידס שפעטער קיינע פון די דריי לעבן שוין נישט און עס איז דא פון די דריי, הונדערטער רביס, און טויזענטער חסידים, מוסדות פארענטשעס און אלע 30 אייניקלעך פון הרה״צ מ״מ זי״ע און כולם אהובים, כולם ברורים. וויי אין די וואורלד שאד דיס בי א פראבלעם ? וואס איז די איבערקערעניש ווער עס האט די כוחות און קען זיך בויען שאד גאו אהעיד ענד געט סטארטעד.
אז איינע פון די רביס זוכען א שר החוץ גיט זיי מיין ניק

Sent from my iPhone using Tapatalk

היסטאריע שאדט נישט, רבי אלתר מיט רבי שמעון זענען געווען צוקריגט. רבי שמעון איז אויפגענומען געווארן אין בני ברק און ר' אלתר האט גארנישט געהאט. יארן שפעטער איז ר' אלתר אויך געווארן רבי אין בני ברק, זיי זענען געווען צוקריגט, די מחלוקה גייט נאך טיילווייז אן ביז היינט. די משפחות קענען זיך כמעט נישט.
מאנטאג אוגוסט 17, 2020 2:39 am#456589
בד"ה כ"ק אדמו"ר מסאדיגור זצ"ל
מפיל קינד האט געשריבן:
מיינונגזאגער האט געשריבן:איך בין נישט באקאנט מיר די ריזשענער חסידות.
אבער, און חודש טבת תשמ״ז איז אוועק פון דער וועלט א גאר הייליגער איד זיין נאמען איז געווע הרה״צ רבי משה מרדכי בידרמן זי״ע כ״ק אדמו״ר מלעלוב קארלין.
ער האט איבער געלאזט א שטוב מיט גאר געראטענע קינדער איינס גרעסער פארן צווייטן.
די דריי באקאנטע אין די רייע פון זייער עלטער
הרה״צ רבי אברהם צבי שלמה זי״ע מירושלים
הרה״צ רבי שמעון נתן נטע זי״ע מבני ברק
הרה״צ רבי אלתר זי״ע
נאך די פטירה פון ר׳ משה מרדכי זענען די דריי געווארן רביס. קיין איינע פון זיי האבן נישט געהאט צו קיין גרויסער עולם. אפי׳ דער פאטער ר׳ משה מרדכי ז״ל האט נישט געהאט וואס צו צעטייתן אין דריי אבער עס איז 3 דעקעידס שפעטער קיינע פון די דריי לעבן שוין נישט און עס איז דא פון די דריי, הונדערטער רביס, און טויזענטער חסידים, מוסדות פארענטשעס און אלע 30 אייניקלעך פון הרה״צ מ״מ זי״ע און כולם אהובים, כולם ברורים. וויי אין די וואורלד שאד דיס בי א פראבלעם ? וואס איז די איבערקערעניש ווער עס האט די כוחות און קען זיך בויען שאד גאו אהעיד ענד געט סטארטעד.
אז איינע פון די רביס זוכען א שר החוץ גיט זיי מיין ניק

Sent from my iPhone using Tapatalk

היסטאריע שאדט נישט, רבי אלתר מיט רבי שמעון זענען געווען צוקריגט. רבי שמעון איז אויפגענומען געווארן אין בני ברק, שפעטער איז ר' אלתר אויך געקומען קיין בני ברק, זיי זענען געווען צוקריגט, די מחלוקה גייט נאך טיילווייז אן ביז היינט. די משפחות קענען זיך כמעט נישט.
ר’ אלתר מיט ר’ שמעון זענען געווען ציקריגט ?
מהיכן בא היסטוריה זו, האם זה חדשות אבל לא היסטוריה? איך דענק גוט ביידע. ריכטיג אז עס זענען געווען נאנטע מענטשען אזוי ווי ביי אלע גרויסע רבישע צדיקים וואס האבן געהאט אן אגענדע צו צוטיילן די צוויי ברידערקעס,
אבער, איך דענק ווען די אחים קדושים ר’ אברהם זצ”ל מיט ר’ שמעון זצ”ל זענען געקומען אויף ניו יורק נאך געלט פאר דער יונגערע (ציקריגטער) ברידער ר’ אלתר זצ”ל ווען ער האט געהאלטן ביים חתונה מאכן איינע פון זיינע קינדער, ולא היה לו לפורטה אפי’ שוה פרוטה. און די צוויי היילגע ברודער צוזאמען האבן דאן צוזאם געשטעלט דאס גאנצע געלט.
אדרבה, צייג מיר אן ווי אין די היסטוריה מען געהערט אפי’ א
פיפס פון א מחלוקה צווישען די צוויי.
לא דובים ולא יער
Sent from my SM-T867V using Tapatalk
מאנטאג אוגוסט 17, 2020 9:43 am#456612
נו.. וואס איז געווארן למעשה?
מאנטאג אוגוסט 17, 2020 9:55 am#456614
מלכות רוז'ין :

הממשיכים לשולשלת הקוד'
הבן הגדול המתגורר בירושלים יכהן כאדמו"ר בירושלים .
הבן השלישי המתגורר בלונדון יכהן כאדמו"ר בלונדון
הבן החמישי המתגורר זמני בבלגיה . יכהן בבני ברק

החסידות תמשיך להתפתח באחדות גמורה והאחים יפעלו יחד לביסוס וחיזוק המוסדות,

פון מיין סאדיגורער קאנטאקט, וואס איז שוין פריער אביסל אויפגעוויזן נישט צו וויסן גענוי וואס טוט זיך, הגם אז עס איז אים נוגע
מאנטאג אוגוסט 17, 2020 9:59 am#456616
מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:58 am#456623
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מלכות רוז'ין :

הממשיכים לשולשלת הקוד'
הבן הגדול המתגורר בירושלים יכהן כאדמו"ר בירושלים .
הבן השלישי המתגורר בלונדון יכהן כאדמו"ר בלונדון
הבן החמישי המתגורר זמני בבלגיה . יכהן בבני ברק

החסידות תמשיך להתפתח באחדות גמורה והאחים יפעלו יחד לביסוס וחיזוק המוסדות,

פון מיין סאדיגורער קאנטאקט, וואס איז שוין פריער אביסל אויפגעוויזן נישט צו וויסן גענוי וואס טוט זיך, הגם אז עס איז אים נוגע

דערווייל איז נישטא אן אפיציעלע החלטה, עס איז פארהאן א שטארקע און קלארע צוואה געחתמנט פארגאנגענע טבת אין א בית דין אז די בן חמישי איז די אדמו''ר און די ברודער הרבנים במקמותיהם זענען נכנע אונטער עם, נאר די בן הבכור איז נישט מסכים זיך אונטער גיבן כאטש עס איז ברור אז דאס האט די רבי זצ''ל געוואלט