Under maintenance
הויפט זייט » פראגעס פאר א פרױ?

פראגעס פאר א פרױ?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14275
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 7:48 am#460926
פראגעס פאר א פרױ?
איך בין נײַע אױף קאַװע־שטיבל, האָף איך אַז אַזאַ טעמע פּאַסט! איך האָב באַמערקט אַז װייניק פֿרױען נעמען אָנטייל אין קאַװע־שטיבל, אדער אפשר זאָגן זיי נישט אַז זיי זײַנען פֿרױען...כ׳האָב געמײנט אַז אַפֿשר װעל איך פּשוט זאָגן אַ שלום־אַליכם צו אַלעמען, און אָנבאָטאָן אַז די װאָס האָבן פֿראַגעס פֿאַר אַ נישט־חסידישע פֿרױ קענען עס דאָ שטעלן, אדער קענסט מיר שיקן אן אנזאג! (לאמיר בלייבן דרך–ערצדיק, אוודאי).

איך האָב עטלעכע מאָל זיך באַקענט מיט חסידישע מענער, טייל װאָס זײַנען אױפֿן װעג אַרױס פֿון דער קהילה, טייל נישט. האָבן זיי געװענטלעך אַ סך פֿראַגעס װעגן די נאָרמען און קולטור פֿון פֿרױען אזוי ווי איך. איז, פֿאַרװאָס נישט זײַן אַ מקור פֿאַר אַזאַלעכע ענטפֿערס אױף קאַװע־שטיבל...!

אַ ביסל װעגן זיך אַלייִן: איך בין אַ 32 יאָר־אַלטיקע, חתונה־געהאַטע פֿרױ, אַ פּראָפֿעסיאָנאַלע היסטאָריקערן און פּראָפֿעסאָרקע פֿון ייִדישע־געשיכטע. איך שטאַם פֿון ניו יאָרק. איך האָב זיך געלערנט ייִדיש אָנהייבנדיק אין 2013. איך האָב ליב דער שרפּאַך און איך האָב אַ סך כּבוד פֿאַר די װאָס היטן עס אָפּ (דאָס הײסט מענטשן װי אײַך!). איך האָב אַ פּאָדקאַסט אױף ייִדיש װאָס הײסט װײַבערטײַטש, װאָס מע קען געפֿונען דאָ.

אָנשולדיק פֿאַר די נקודות - בין איך זײער פֿױל מיטן טיפּירן אויף ייִדיש, נוץ איך אַ קראָם־עקסטענשאָן װאָס הײסט yidtyper, און צוליב דעם װאָס ס׳איז געמאַכט געװאָרן פֿון אַ ייִדישיסט, האָט עס אױטאַמאַטיש די נקודות...

זייער איינגענעם!
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 8:21 am#460927
שלום עליכם צום פארום, אייער ביישטייערונג שיינט צו זיין אינטערעסאנט

מיין פראגע איז דאס, איר זיינט אפנים נישט קיין פרומע ארטאדאקסישע פרוי, איז וואס איז אייער מיינונג אויף חרדים פון א דרויסנדן בליק און צי באטראכט איר זיך זעלבסט ווי א פעמאניסטקע?
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 8:48 am#460934
יאָ, איך בין זיכער אַ פֿעמיניסטקע. מײַן בליק אױף חרדים/חסידים איז קאָמפּליצירט. אַפֿילו װאָס איך האָב דרך־ערץ פֿאַר זיי און זײערע טראַדיציִעס, װאָלט איך אַלײן נישט געקענט לעבן אין אַ װעלט אין װעלעכן פֿרױען האָבן נישט די זעלבע רעכטס װי מענער. װי אַ פֿרױ װאָס לײענט תּורה אין מײַן שול, למשל, װאָס איז װאָס מע רופֿט אַ טראַדיציאָנעלע־עגאַליטאַרישען מנין, איז עס מיר שװער אַפֿילו צו גײן אין אַ מאָדערנע־אָרטאָדאָקסישע שול, װײַל איך בין צוגעװױנט צו דעם װאָס איך קען אָנטיילנעמען אין שול גלײַך װי מענער. ס׳איז מיר פּשוט נישט באַקװעם. אָבער איך קען גוט פֿאַרשטײן פֿאַרװאָס מענטשען זײַנען צופֿרידן מיטן חרדישען לעבן־שטײַגער. דעם פֿאַקט װאָס די קהילה לייגט אין דעם צענטער פֿון לעבן געפֿעלט מיר. חסידישע ניגונים און אַנדערע טיילן פֿון דער קולטור געפֿעלן מיר זײער. אויף איין פוס, איז עס זייער קאמפליצירט!
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 9:12 am#460935
צום קעפל:

לויט ווי א אידישיסט האט מיר אמאל געזאגט לעבט יעצט דער פארווערטס נאר פון אויפעסן די געלטער וואס זיי האבן פארדינט פון פארקויפן אלע זייערע נכסים. מיין פראגע איז צווייפאכיג: 1) בערך וויפיל יאר וועלן זיי נאך קענען לעבן פון דיזע געלטער? 2) ווען דער פארווערטס וועט זיך עווענטועל פארמאכן וועט מען קענען זאגן קדיש אויף "יידישע" דשורנאליזם, אדער אזעלכע פלאטפארמעס ווי ווייבערטייטש וועלן קענען אנפילן די לאך?
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 10:24 am#460938
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:צום קעפל:

לויט ווי א אידישיסט האט מיר אמאל געזאגט לעבט יעצט דער פארווערטס נאר פון אויפעסן די געלטער וואס זיי האבן פארדינט פון פארקויפן אלע זייערע נכסים. מיין פראגע איז צווייפאכיג: 1) בערך וויפיל יאר וועלן זיי נאך קענען לעבן פון דיזע געלטער? 2) ווען דער פארווערטס וועט זיך עווענטועל פארמאכן וועט מען קענען זאגן קדיש אויף "יידישע" דשורנאליזם, אדער אזעלכע פלאטפארמעס ווי ווייבערטייטש וועלן קענען אנפילן די לאך?

ס׳איז אמת אַז פֿינאַנסיִעל גײט זאַכן נישט אַזױ גוט פֿאַרן פֿאָרװערץ, כאָטש איך בין נישט אַזױ אַרײַנגעטאָן אין דעם און איך װײס נישט אַלע פּראָטים. איך. מײן אַז אַ סך צײַטונגן װעלן זיך פֿאַרמאַכן אין די קאָמענדיקע עטלעכע יאָר צוליב די אַלע איבערגענג מיט טעקנאָלאָגיִע אאַ׳װ. אָבער מיטן פֿאָרװערץ װײס איך נישט. עס װענט זיך אױך אין װיפֿיל דעם ענגלישן פֿאָרװערץ װעט דעם יידישן נוסח העלפֿן.

איך זאָרג זיך נישט װעגן דער צוקומפֿט פֿון ייִדיש־שרפּאַכיק זשורנאַליסם. איך האָב שױן געהערט אַז אַ גרופּע יונגערע מענטשען האלט אין באטראַכט אָנצוהײבן אַ נײַעם זשורנאַל, װײַל זײ זײַנען נישט אזיו צופֿרידן מיטן פֿאָרװערץ. מע װעט זען. איך מײן אַז װײַבערטײַטש איז נישט אין דער זעלבער קאַטעגאָריִע פֿון פֿאָרװערץ װײַל ס׳איז נישט זשוראַנליסם... אָבער ס׳איז יאָ א מין מעדיאַ. אין אַלגעמײן בין איך אַן אָפּטימיסט: איך מײן אַז מער יונגערע ייִדישיסטן זײַנען איצט אױף דער װעלט װי אַ מאָל אין די לעצטע 40 יאָר, און אַז מיר װעלן פֿאַרזיכערן אַז אָדער דעם פֿאָרװערץ אָדער עפּעס װי דעם פֿאָרװערץ עקסעסטירט. וואָס מייענט איר וועגן דעם פאָרווערץ?
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 10:45 am#460940
Re: פראגעס פאר א פרױ?
vaybertaytsh האט געשריבן:יאָ, איך בין זיכער אַ פֿעמיניסטקע. מײַן בליק אױף חרדים/חסידים איז קאָמפּליצירט. אַפֿילו װאָס איך האָב דרך־ערץ פֿאַר זיי און זײערע טראַדיציִעס, װאָלט איך אַלײן נישט געקענט לעבן אין אַ װעלט אין װעלעכן פֿרױען האָבן נישט די זעלבע רעכטס װי מענער. װי אַ פֿרױ װאָס לײענט תּורה אין מײַן שול, למשל, װאָס איז װאָס מע רופֿט אַ טראַדיציאָנעלע־עגאַליטאַרישען מנין, איז עס מיר שװער אַפֿילו צו גײן אין אַ מאָדערנע־אָרטאָדאָקסישע שול, װײַל איך בין צוגעװױנט צו דעם װאָס איך קען אָנטיילנעמען אין שול גלײַך װי מענער. ס׳איז מיר פּשוט נישט באַקװעם. אָבער איך קען גוט פֿאַרשטײן פֿאַרװאָס מענטשען זײַנען צופֿרידן מיטן חרדישען לעבן־שטײַגער. דעם פֿאַקט װאָס די קהילה לייגט אין דעם צענטער פֿון לעבן געפֿעלט מיר. חסידישע ניגונים און אַנדערע טיילן פֿון דער קולטור געפֿעלן מיר זײער. אויף איין פוס, איז עס זייער קאמפליצירט!
פארוואס קוקט איר עס אן אז פרויען האבן ווייניגער רעכטן?
פרויען האבן פשוט אנדערע אויפגאבעס ווי מענער.
מענער און פרויען זענען אנדערש ביאלאגיש, און אין מערסטנס טייל אנדערש מענטעל.
פארוואס פארשטייט איר אז מענער טארן נישט אריינגיין אין א ווייבערישן בית הכסא?
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:07 am#460943
יא, ס'נאר אינטערעסאנט אז נשים עבדים וקטנים האבן פונקט די זעלבע אויפגאבעס, כ'מיין אז איינער וויל זיך עקש'נען אז ס'איז א צופאל און אז די תורה איז נישט סעקסיסט און זיך פארהוילן פון סעקסיסט מאמרי חז"ל זאל איהם וואויל באקומען, אבער קומען מיט טענות פאר איינער וואס טראכט יא גראד הלמאי ער זאגט אז די תורה איז סעקסיסט איז נאריש.
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:10 am#460945
vaybertaytsh האט געשריבן:אין אַלגעמײן בין איך אַן אָפּטימיסט: איך מײן אַז מער יונגערע ייִדישיסטן זײַנען איצט אױף דער װעלט װי אַ מאָל אין די לעצטע 40 יאָר
אויב דאס איז אמת (און ס'קומט נישט פון אן איבערפלוס פון אפטימיזם...) דאן דארף מען טאקע נישט זאגן קיין קדיש...
vaybertaytsh האט געשריבן:וואָס מייענט איר וועגן דעם פאָרווערץ?
איך ווייס נישט, דערפאר האב איך געפרעגט..
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:29 am#460951
שלום עליכם ווייבערטייטש

די הנהלה פלעגט נישט באשטעטיגן קיין ניקים מיט ווייבעריש נעמען ווי גיטי אדער רבקי צוליב דעם חשש אז ליידער וועלן זיין מענער וואס וועלן זיך פארשטעלן ווי פרויען און טראלן.
אויך האט מען נישט געוואלט אז מ'זאל פלירטן אין אישי -- אדער בכלל אז דער זשענדער פון א מיטגליד זאל שפילן א ראלע -- ווייל דאס איז נישט דער ציל דא.

למעשה איז דא א פאליסי פון דאונט עסק דאונט טעלל און ס'איז דא פארשידענע ניקים וואס מ'ווייסט אז זיי זענען פרויען, א שטייגער ווי ATUB @בת קול ATUB (הגם מאנכע וועלן אלעמאל בלייבן מיט שפעקלואציעס אז ווער זאגט? און אפשר איז עס דאך א מאן... און דאס איז טאקע טייל פון דעם פראבלעם, אז ס'שלעפט אריין אין ענדלאזע שפעקולאציעס) און ווילאנג דער ניק איז נאר subtle פעמיניסטיש און נישט קיין קלארע נאמען פון א פרוי ווי אסתי אדער שרי וועט עס די הנהלה באשטעטיגן.

דאס איז בערך מיין ערפארונג וויאזוי די סיסטעם ארבעט דא.

איר זאגט אז ס'איז דא דא ווייניג פרויען: ס'איז אמת און די סיבות זענען פארשידנארטיגע. קודם כל ווייל דאס איז א מענער דאמינירטע פלאץ און אין דער חסידישער וועלט זענען דזשענדערס אפגעטיילט נישט נאר מיט א מחיצה נאר אין אינטערעסען און אין סאציאלע צירקלען אויך. כ'קען נישט זען וועלכע אינטערעסע מיין פרוי צום ביישפיל זאל טרעפן אין די שמועסן אין קאווע שטיבל. כ'גלייב אז רוב טעמעס אינטערעסירן איר נישט. אויב עפעס, איז דא באזונדערע פארומס פאר פרויען ווי אימא-מאטער. בכלל גלייב איך איז א פלאטפארמע אויף אידיש נישט געאייגנט פאר פרויען און ס'איז כמעט נישטא קיין ליין מאטעריאל אין אידיש געווידמעט פאר פרויען סיידן אין די גאר פרומע קרייזן.

נאך א פאקטאר איז אז אין דער חסידישער וועלט האבן פראצענטועל מער מענער צוטריט צו דער אינטערנעט ווי איידער פרויען און אפשר שפילט עס אויך א ראלע.

איך בין מודה אז קאווע שטיבל האט געזען זייער ווייניג פרויען מיטגלידער דורכאויס די יארן, אבער עס מיינט נישט אז עס איז נישט געווען. צווישן די פרויען וואס זענען שוין געווען דא אנגעשלאסן ציילט זיך א פראמינענטע שרייבערקע אין איינע פון די אידישע אויסגאבעס וואס איז געווען אקטיוו פארשטייט זיך אונטער א נייטראלע שלייער.

איך וויל הערן מער וועגן ווייבערטייטש. ווילאנג זענט איר שוין אקטיוו? און ווער איז אייער אוידיענץ? און וואס איז אייער ציל?
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:46 am#460961
Re: פראגעס פאר א פרױ?
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יא, ס'נאר אינטערעסאנט אז נשים עבדים וקטנים האבן פונקט די זעלבע אויפגאבעס, כ'מיין אז איינער וויל זיך עקש'נען אז ס'איז א צופאל און אז די תורה איז נישט סעקסיסט און זיך פארהוילן פון סעקסיסט מאמרי חז"ל זאל איהם וואויל באקומען, אבער קומען מיט טענות פאר איינער וואס טראכט יא גראד הלמאי ער זאגט אז די תורה איז סעקסיסט איז נאריש.
פארוואס ווען איינער רעיפט א צוועלף יעריג מיידל צאלט ער $50 פארן 'פאטער', און ווען איינער איז געבוירן מיט א תאווה פאר זכרים פארשטיינערט מען אים צום טויט איז אויך נישט אזוי פארשטאנדיק לויט די היינטיגע נארמען.

ווי איך פארשטיי, רעדט זי איבער די היינטיגע חרדישע קולטור.
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:46 am#460962
שלום עליכם מרת. ווייבערטייטש
איך מיין די בעסטע וועג צי וויסן פארוואס עס קומען נישט דא קיין ווייבער איז צי זיי פרעגן
איר קענט פרעגן די חסידישע פרויען וואס איר קענט
מיין ווייב איז נישט דא ווייל עס איז איר נישט אינטערעסאנט רוב זאכן וואס מען שרייבט דא

נ.ב. איר זענט זייער וועלקאם דא און איך האף מען וועט אייך שיין אויפנעמען
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:50 am#460963
קל וחומר האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יא, ס'נאר אינטערעסאנט אז נשים עבדים וקטנים האבן פונקט די זעלבע אויפגאבעס, כ'מיין אז איינער וויל זיך עקש'נען אז ס'איז א צופאל און אז די תורה איז נישט סעקסיסט און זיך פארהוילן פון סעקסיסט מאמרי חז"ל זאל איהם וואויל באקומען, אבער קומען מיט טענות פאר איינער וואס טראכט יא גראד הלמאי ער זאגט אז די תורה איז סעקסיסט איז נאריש.
פארוואס ווען איינער רעיפט א צוועלף יעריג מיידל צאלט ער $50 פארן 'פאטער', און ווען איינער איז געבוירן מיט א תאווה פאר זכרים פארשטיינערט מען אים צום טויט איז אויך נישט אזוי פארשטאנדיק לויט די היינטיגע נארמען.

ווי איך פארשטיי, רעדט זי איבער די היינטיגע חרדישע קולטור.
ס'איז טאקע נישט פארשטאנדיג לויט די היינטיגע נארמען, ס'איז אבער יא פארשטאנדיג לויט די דעמאלטסדיג נארמען.

למעשה גערעדט זאגסטו אז דאס אז פרויען טארן נישט עולה זיין לתורה איז פשוט א חרדישע נארמע און האט נישט גארנישט מיט די תורה צוטון, כ'הער וואס דו זאגסט, דארף מען וואוסן צו די חרדים האלטן טאקע אזוי. אזוי צו אזוי האט עס ווייבערטייטש נישט ליב.
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:53 am#460967
קל וחומר האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יא, ס'נאר אינטערעסאנט אז נשים עבדים וקטנים האבן פונקט די זעלבע אויפגאבעס, כ'מיין אז איינער וויל זיך עקש'נען אז ס'איז א צופאל און אז די תורה איז נישט סעקסיסט און זיך פארהוילן פון סעקסיסט מאמרי חז"ל זאל איהם וואויל באקומען, אבער קומען מיט טענות פאר איינער וואס טראכט יא גראד הלמאי ער זאגט אז די תורה איז סעקסיסט איז נאריש.
פארוואס ווען איינער רעיפט א צוועלף יעריג מיידל צאלט ער $50 פארן 'פאטער', און ווען איינער איז געבוירן מיט א תאווה פאר זכרים פארשטיינערט מען אים צום טויט איז אויך נישט אזוי פארשטאנדיק לויט די היינטיגע נארמען.

ווי איך פארשטיי, רעדט זי איבער די היינטיגע חרדישע קולטור.

Makes my blood boil.
איינער מיט א בעסערע הסבר אויף דעם?
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:58 am#460971
אמאל פלעגט א מיידל געהערן פאר איר טאטע, ער האט איר געקענט פארקויפן, ער האט געקענט צושטערן אירע נדרים אויב ס'איז איהם נישט געפעלן, אויב זי האט געטראפן אן אבידה האט עס באלאנגט פאר'ן טאטן, ממש ווי א דינסט ווי דער מאירי זאגט, ביז זי האט חתונה געהאט וואס דעמאלטס האט זי געהערט פאר'ן מאן. אויך האט ער איר געקענט חתונה מאכן פאר פרייז, אמאל פלעגט א בתולה "קאסטן" מער געלט, קומט אויס אז דער מאנס האט שאדן געמאכט דעם טאטן געלט, האט ער פארשטייט זיך געדארפט באצאלן פאר'ן טאטן.
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 12:01 pm#460973
כוכב האט געשריבן:
איך וויל הערן מער וועגן ווייבערטייטש. ווילאנג זענט איר שוין אקטיוו? און ווער איז אייער אוידיענץ? און וואס איז אייער ציל?

אַ דאַנק @כוכב, דאָס איז זײער אינטערסאַנט.

װײַבערטײַטש האָט זיך אָנגעהױבן אין 2016. מע קען װעגן דעם לײענען דאָ און דאָ. דער עולם איז מער אָדער װײניקער יונגע מענטשען װאָס האָבן אדער געהערט ייִדיש אין דער הײם, אָדער זיך געלערנט ייִדיש (אַזױ װי איך) אין אָדער גלײַך נאָך קאָלעדש. עס דערגרײַכט אַרום 6,000 מענטשען אַ חודש, און איך װײס נישט װיפֿיל פֿון זײ זײַנען חסידים, כאָטש איך האָב אַ חוש אַז נישט קײן קלײנע צאָל זײַנען יאָ חסידים, װײַל איך זע אַ מאָל אין די אַנאַליסטיק פֿון װעבזײַטל אַז מע האָט צוהערערס אין מאָנסיִע, מאָנראָ, אאַװ׳. מיט בראָקלין קען מען קײן מאָל נישט װיסן, װײַל איך און מײַנע נישט־חסידישע פֿרײַנד װױנען אױך דאָך אין בראָקלין, אָבער אַ גרױסע צאָל צוהערערס זײַנען אין בראָקלין און איך שטעל זיך פֿאָר אַז טײל פֿון זײ זײַנען חסידים. אָבער זיכער זײַנען מערסטע פֿון די צוהערערס נישט חסידים װאָס האָבן ליב ייִדיש. דעם פֿאַקט װאָס עס איז בפֿירוש פֿעמיניסטיש איז קאָמפּליצירט... איך האָב נישט געװאָלט, צו ערשט, אַז עס זאָל זײַן אַ פּאָקדאַסט װעגן ייִדיש. איך האָב געװאָלט אַז עס זאָל האָבן אַ טעמע אַחוץ ייִדיש. און בײַ מיר איז דער פֿעמיניזם געװען נאַטירלעך, װײַל איך מײן אַז מע הערט אַפֿילו אין די נישט־חסידיש װעלט װײניקער פֿון פֿרױען אין פארגלײַך מיט מענער. מײַן ציל איז צו מאַכן דעם ייִדישע װאָרט לעבעדיק און אינטערעסאַנט צו יונגערע מענטשען, און צו רעדן װעגן כּלערלײַ טעמעס אױף דער שפּראַך. ס׳איז װיכטיק צו פֿאַרשטײן אַז פֿאַר ייִדיש־רעדערס װאָס זײַנען נישט חסידיש איז ייִדיש נישט געװענטלעך אַ טאָג־טעגלעכע שפּראַך. דאַרפֿן מיר באמת אַרבעטן כּדי צו קענען זיך אױסדרוקן װעגן מערסטע טעמעס... װײַבערטײַטש מאַכט זיכער אַז ס׳איז דאָ אַ װירטואַלען פּלאַץ אין װעלעכען ייִדיש־רעדערס פֿון אַרום דער װעלט קענען אַרומשמועסן אָדער כּאָטש הערן שמועסן אױף פֿאַרשײדענע טעמעס. איך שרײַב גיך אָבער איך האָף אַז דאָס לײגט זיך אױפֿן סכל :)

עס האט זיך געביטן א סך זינט 2016. אויב מען איז פאראינטערעסירט, קען מען זיך צוהערן צו די עפיזאדן פון אָנהייב אדער פארקערט. מיין יידיש איז א סך בעסער הײַנט ווי אין 2016, ווען איך בין באמת געווען אן אנהייבער סטודענט... m http://www.vaybertaytsh.com/episodes m
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 12:11 pm#460975
כוכב האט געשריבן:נאך א פאקטאר איז אז אין דער חסידישער וועלט האבן פראצענטועל מער מענער צוטריט צו דער אינטערנעט ווי איידער פרויען און אפשר שפילט עס אויך א ראלע.

א לעצטיגע אנקעטע אויף Imamother האט געוויזן אז כאטש האלב אויפן וועבזייטל זענען חסידיש, און 75% פארשטייען אידיש.

67 באניציר זענען אקטיוו אין די אשכול איבער מחנה רב טוב.

רוב פרויען ליינען טאקע אבער נישט אידיש אזוי גרינג, צוליב די קליינע אויסוואל פון מאטריאל וואס איז געווען צו באקומען.
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 12:19 pm#460976
איר זענט א איד? און אויב יא, היט איר די געזעצן פון די אידישע תורה?
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 12:21 pm#460977
calculator האט געשריבן:איר זענט א איד? און אויב יא, היט איר די געזעצן פון די אידישע תורה?

l viewtopic.php?p=457279#p457279 l
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 12:23 pm#460978
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
calculator האט געשריבן:איר זענט א איד? און אויב יא, היט איר די געזעצן פון די אידישע תורה?

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 79#p457279

וואס ווייז דו מיר דא?
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 12:24 pm#460980
Re: פראגעס פאר א פרױ?
calculator האט געשריבן:איר זענט א איד? און אויב יא, היט איר די געזעצן פון די אידישע תורה?
פארוואס פרעגסטו נישט אן די זעלבע שאלה ביי די הונדערטע מענער אויף דער פארום?
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 12:24 pm#460981
calculator האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
calculator האט געשריבן:איר זענט א איד? און אויב יא, היט איר די געזעצן פון די אידישע תורה?

viewtopic.php?p=457279#p457279

וואס ווייז דו מיר דא?

אז ס'איז א קאמפליצירטע ענטפער, און אז ווען מ'זאל דיך פרעגן אזא פראגע וואלט עס געווען נישט ווייניגער קאמפליצירט.
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 12:27 pm#460982
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
calculator האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
calculator האט געשריבן:איר זענט א איד? און אויב יא, היט איר די געזעצן פון די אידישע תורה?

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 79#p457279

וואס ווייז דו מיר דא?

אז ס'איז א קאמפליצירטע ענטפער.

פאר איינער וואס איז געבוירן אין אונזער קאמיונעטי איז עס קאמפליצירט, אבער פאר אן אינדרויסנדיגער איז פשוטו כמשמעו.
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 12:31 pm#460984
קל וחומר האט געשריבן:פארוואס קוקט איר עס אן אז פרויען האבן ווייניגער רעכטן?
פרויען האבן פשוט אנדערע אויפגאבעס ווי מענער.
מענער און פרויען זענען אנדערש ביאלאגיש, און אין מערסטנס טייל אנדערש מענטעל.
פארוואס פארשטייט איר אז מענער טארן נישט אריינגיין אין א ווייבערישן בית הכסא?

דאָס איז אַלץ זײער קאָמפּליצירט צו ענטעפֿערן אױף אײן פֿוס. עס קען זײַן אַז איך װעל רעדן װעגן דעם אין אַן עפּיזאָד װײַבערטײַטש אַז עס זאָל דאָס בעסער ענטפֿערן. אָבער דערװײַל װאָלט איך געזאָגט אַז בײַ מיר װי בײַ אַ סך מענטשען הײַנטיקע טעג איז מין אַ „קאָנסטרוקציִע“ פֿון דער געזעלשאַפֿט. ד׳ה אַז ס׳איז דאָ װאָס מע רופֿט
sex-what we think of as female and male
און ס׳איז דאָ
gender - what we think of as man and woman

זײ זײַנען נישט די זעלבע זאַכן. סעקס איז עפּעס ביאָלאָגיש, יאָ, כאָטש אַפֿילו מיט דעם מײן איך אַז מע קען גרינג טראַכטן אין זײער פּשוטע טערמס... למשל איך בין טאַקע שטאַרקער, פּיזיש, װי מײַן מאַן. איז ער װײניקער אַ מאַן? נײן. בין איך װײניקער אַ פֿרױ? אַװדאי נישט. אָבער יאָ, ס׳איז דאָ אַ ביאָלאָגישע עלעמענט. דאָס איז קלאָר

מין, אָדער דשענדער, איז נישט ביאָלאָגיש - ס׳איז עפּעס װאָס אַ קולטור שאפט איבער דער צײַט. פֿון דעם קוקװינקל פֿון מין, איז אַ מײדל אַנדערש פון אַ ייִנגל צוליב דעם װאָס זי האָט ליב צו שפּילן מיט ליאַלקעס, אָדער דאָלס, און ער האָט ליב צו שפּילן מיט אַ טראָק אָדער מיט אַ באַן. דאָס איז בלױז אַ משל. אָבער פֿאַרװאָס האָט זי ליב אַ ליאַלקע און ער נישט? דאָס װאָס זי האָט בעסער ליב אַ ליאַלקע איז נישט ביאָלאָגיש. דאָס איז צוליב דעם קולטור, צוליב װאָסערע נאָרמען אַ קולטור האָט געשאַפֿון, װאָס זי נעמט אָן װי אַ טײל פֿון איר אידענטיטעט.

יענע „אױפֿגאבעס“ זײַנען אױך קולטורעל, נישט נאַטירלעך אָדער ביאָלאָגיש. מײַן מאַן קען אַזױ גוט װי איך װאַשן כּלים, און איך קען נאָך בעסער װי ער האָדעװען אין אַ פֿעלד. איך האָב ליב צו זײַן װײַבעריש און פֿעמינין, אָבער דאָס מײנט נישט אַז איך מוז בלײַבן אין די גרענעצן פֿון אַ געזעלשאַפֿט װאָס האַלט אַז פֿרױען קענען נאָר טאָן געװיסע זאַכן אָדער אױפֿגאַבעס. מײַן מאַן און איך צעטײלן אױפֿגאַבעס אין דער הײם האַלב־אױף־האַלב, אָבער דאָס מאַכט אונדז נישט װײניקער מאַן אױן פֿרױ, מאַן און װײַב...

מען קען גוגלן gender as a social construct
אדער אויף עברית... מגדר כהבנייה חברתית
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 12:39 pm#460987
calculator האט געשריבן:פאר איינער וואס איז געבוירן אין אונזער קאמיונעטי איז עס קאמפליצירט, אבער פאר אן אינדרויסנדיגער איז פשוטו כמשמעו.

אויב דאס איז די פראגע האט זי שוין אויבן ערווענט אז זי דאוונט אין אן egalitarian שטיבל.
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 1:20 pm#460999
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אמאל פלעגט א מיידל געהערן פאר איר טאטע, ער האט איר געקענט פארקויפן, ער האט געקענט צושטערן אירע נדרים אויב ס'איז איהם נישט געפעלן, אויב זי האט געטראפן אן אבידה האט עס באלאנגט פאר'ן טאטן, ממש ווי א דינסט ווי דער מאירי זאגט, ביז זי האט חתונה געהאט וואס דעמאלטס האט זי געהערט פאר'ן מאן. אויך האט ער איר געקענט חתונה מאכן פאר פרייז, אמאל פלעגט א בתולה "קאסטן" מער געלט, קומט אויס אז דער מאנס האט שאדן געמאכט דעם טאטן געלט, האט ער פארשטייט זיך געדארפט באצאלן פאר'ן טאטן.

לאמיר צוטיילן די סיטשויעשן
1. מיידל געהערט פאר איר טאטע
2. זי איז א פראדוקט וואס אויב איז עס ברענד ניו איז עס 50 דאלער טייערער.
3. די שטראף פאר רעיפן א מיידל איז בערך א פיפציגער.

Although all 3 things bother me the third is the one that makes my blood boil.
And for that I need an enlightened explanation if there is any.
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 1:44 pm#461006
דעת האט געשריבן:3. די שטראף פאר רעיפן א מיידל איז בערך א פיפציגער.
דו מאכסט איין טעות, די פופציג גילדן איז נישט א שטראף אויף די רעיפ, די תורה גיבט נישט קיין עונש פאר רעיפ בכלל (סיידן אז די פרוי איז אן אשת איש וואס דעמאלטס האט ער בארירט איר מאנ'ס קרוין פון קאפ [אשת חיל עטרת בעלה]). ער האט פשוט שאדן געמאכט דעם טאטן געלט דארף ער עס באצאלן.
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 2:01 pm#461010
דעת האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אמאל פלעגט א מיידל געהערן פאר איר טאטע, ער האט איר געקענט פארקויפן, ער האט געקענט צושטערן אירע נדרים אויב ס'איז איהם נישט געפעלן, אויב זי האט געטראפן אן אבידה האט עס באלאנגט פאר'ן טאטן, ממש ווי א דינסט ווי דער מאירי זאגט, ביז זי האט חתונה געהאט וואס דעמאלטס האט זי געהערט פאר'ן מאן. אויך האט ער איר געקענט חתונה מאכן פאר פרייז, אמאל פלעגט א בתולה "קאסטן" מער געלט, קומט אויס אז דער מאנס האט שאדן געמאכט דעם טאטן געלט, האט ער פארשטייט זיך געדארפט באצאלן פאר'ן טאטן.

לאמיר צוטיילן די סיטשויעשן
1. מיידל געהערט פאר איר טאטע
2. זי איז א פראדוקט וואס אויב איז עס ברענד ניו איז עס 50 דאלער טייערער.
3. די שטראף פאר רעיפן א מיידל איז בערך א פיפציגער.

Although all 3 things bother me the third is the one that makes my blood boil.
And for that I need an enlightened explanation if there is any.

סאיז נישט קיין פראבלעם וואס די תורה האט געשריבן דעמאלטס, וואס סאיז דעמאלטס געווען מענטשליך לויט זייער סטאנדארטן.
די שאלה איז אויב סגייט אויכעט אהן היינט ווען דאס איז לגמרי אן אפגעפרעגטע זאך.
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 2:57 pm#461015
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יא, ס'נאר אינטערעסאנט אז נשים עבדים וקטנים האבן פונקט די זעלבע אויפגאבעס,

יא זיי האבן אלע דריי די זעלבע אויפגאבעס און פאר דריי אנדערע סיבות
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 2:58 pm#461016
פארוואס אין די וועלט איז דא כלומפיש קלוגע קאלעדש שטודירטע מענטשן וואס פארברענגן צייט צו לערנען אידיש א שפראך וואס איז לויט זיי א טויטע שפראך. וואספארא נוצן האט מען פון קענען אידיש vs. אנדערע שפראכן וואס מענטשן רעדן

מילא איינער שטודירט היסטאריע, ספוציעל אידשע קען מען נאך הערן, אבער צו קענען א שפראך איז עס א נארישע באשלוס
נאכדערצו די חלומות עס צוריק מאכן לעבידיג איז נעריש, וואס גייט מען פארדינען דערפון, אויסער צו קענען שרייען פאר די חרדים אז ענק קענען נישט "ענקערע" שפראך, וועט עס גארנישט ברענגען.

און די חלק פון קאלטור איז אויך נעריש ווייל ענק גלייבן נישט אין גארנישט, סאו די גלויבידיגע אלטע דור זענען געוועין נערישע און אלט מאדישע, סאו וואס איז דא זיך צו בענקען צו א אלטע sexist קאלטור און שפראך.
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 3:03 pm#461017
פיקח עצום האט געשריבן: sexiest.

:lol:
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 3:15 pm#461018
דעת האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אמאל פלעגט א מיידל געהערן פאר איר טאטע, ער האט איר געקענט פארקויפן, ער האט געקענט צושטערן אירע נדרים אויב ס'איז איהם נישט געפעלן, אויב זי האט געטראפן אן אבידה האט עס באלאנגט פאר'ן טאטן, ממש ווי א דינסט ווי דער מאירי זאגט, ביז זי האט חתונה געהאט וואס דעמאלטס האט זי געהערט פאר'ן מאן. אויך האט ער איר געקענט חתונה מאכן פאר פרייז, אמאל פלעגט א בתולה "קאסטן" מער געלט, קומט אויס אז דער מאנס האט שאדן געמאכט דעם טאטן געלט, האט ער פארשטייט זיך געדארפט באצאלן פאר'ן טאטן.

לאמיר צוטיילן די סיטשויעשן
1. מיידל געהערט פאר איר טאטע
2. זי איז א פראדוקט וואס אויב איז עס ברענד ניו איז עס 50 דאלער טייערער.
3. די שטראף פאר רעיפן א מיידל איז בערך א פיפציגער.

Although all 3 things bother me the third is the one that makes my blood boil.
And for that I need an enlightened explanation if there is any.

ווא ווא
וואס טוט זיך מיט ערכין, א באבע איז ווערט נאר א צענער?
שלושים של עבד?
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 3:48 pm#461021
Re: פראגעס פאר א פרױ?
vaybertaytsh האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:פארוואס קוקט איר עס אן אז פרויען האבן ווייניגער רעכטן?
פרויען האבן פשוט אנדערע אויפגאבעס ווי מענער.
מענער און פרויען זענען אנדערש ביאלאגיש, און אין מערסטנס טייל אנדערש מענטעל.
פארוואס פארשטייט איר אז מענער טארן נישט אריינגיין אין א ווייבערישן בית הכסא?

דאָס איז אַלץ זײער קאָמפּליצירט צו ענטעפֿערן אױף אײן פֿוס. עס קען זײַן אַז איך װעל רעדן װעגן דעם אין אַן עפּיזאָד װײַבערטײַטש אַז עס זאָל דאָס בעסער ענטפֿערן. אָבער דערװײַל װאָלט איך געזאָגט אַז בײַ מיר װי בײַ אַ סך מענטשען הײַנטיקע טעג איז מין אַ „קאָנסטרוקציִע“ פֿון דער געזעלשאַפֿט. ד׳ה אַז ס׳איז דאָ װאָס מע רופֿט
sex-what we think of as female and male
און ס׳איז דאָ
gender - what we think of as man and woman

זײ זײַנען נישט די זעלבע זאַכן. סעקס איז עפּעס ביאָלאָגיש, יאָ, כאָטש אַפֿילו מיט דעם מײן איך אַז מע קען גרינג טראַכטן אין זײער פּשוטע טערמס... למשל איך בין טאַקע שטאַרקער, פּיזיש, װי מײַן מאַן. איז ער װײניקער אַ מאַן? נײן. בין איך װײניקער אַ פֿרױ? אַװדאי נישט. אָבער יאָ, ס׳איז דאָ אַ ביאָלאָגישע עלעמענט. דאָס איז קלאָר

מין, אָדער דשענדער, איז נישט ביאָלאָגיש - ס׳איז עפּעס װאָס אַ קולטור שאפט איבער דער צײַט. פֿון דעם קוקװינקל פֿון מין, איז אַ מײדל אַנדערש פון אַ ייִנגל צוליב דעם װאָס זי האָט ליב צו שפּילן מיט ליאַלקעס, אָדער דאָלס, און ער האָט ליב צו שפּילן מיט אַ טראָק אָדער מיט אַ באַן. דאָס איז בלױז אַ משל. אָבער פֿאַרװאָס האָט זי ליב אַ ליאַלקע און ער נישט? דאָס װאָס זי האָט בעסער ליב אַ ליאַלקע איז נישט ביאָלאָגיש. דאָס איז צוליב דעם קולטור, צוליב װאָסערע נאָרמען אַ קולטור האָט געשאַפֿון, װאָס זי נעמט אָן װי אַ טײל פֿון איר אידענטיטעט.

יענע „אױפֿגאבעס“ זײַנען אױך קולטורעל, נישט נאַטירלעך אָדער ביאָלאָגיש. מײַן מאַן קען אַזױ גוט װי איך װאַשן כּלים, און איך קען נאָך בעסער װי ער האָדעװען אין אַ פֿעלד. איך האָב ליב צו זײַן װײַבעריש און פֿעמינין, אָבער דאָס מײנט נישט אַז איך מוז בלײַבן אין די גרענעצן פֿון אַ געזעלשאַפֿט װאָס האַלט אַז פֿרױען קענען נאָר טאָן געװיסע זאַכן אָדער אױפֿגאַבעס. מײַן מאַן און איך צעטײלן אױפֿגאַבעס אין דער הײם האַלב־אױף־האַלב, אָבער דאָס מאַכט אונדז נישט װײניקער מאַן אױן פֿרױ, מאַן און װײַב...

מען קען גוגלן gender as a social construct
אדער אויף עברית... מגדר כהבנייה חברתית
פארוואס זאגט איר אז זיך שפילן מיט דאליס איז נישט נאטירליך איך האב אינגליך און מיידליך און נאך פאר זיי זענען ארויסגעגאנגן סאשעלייזן האבן זיי נאטירליך זיך געשפילט מיט דאליס און משא"כ מיין אינגל איז פונקט פארקערט

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 3:51 pm#461022
Re: פראגעס פאר א פרױ?
מנחם ציון האט געשריבן:
דעת האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אמאל פלעגט א מיידל געהערן פאר איר טאטע, ער האט איר געקענט פארקויפן, ער האט געקענט צושטערן אירע נדרים אויב ס'איז איהם נישט געפעלן, אויב זי האט געטראפן אן אבידה האט עס באלאנגט פאר'ן טאטן, ממש ווי א דינסט ווי דער מאירי זאגט, ביז זי האט חתונה געהאט וואס דעמאלטס האט זי געהערט פאר'ן מאן. אויך האט ער איר געקענט חתונה מאכן פאר פרייז, אמאל פלעגט א בתולה "קאסטן" מער געלט, קומט אויס אז דער מאנס האט שאדן געמאכט דעם טאטן געלט, האט ער פארשטייט זיך געדארפט באצאלן פאר'ן טאטן.

לאמיר צוטיילן די סיטשויעשן
1. מיידל געהערט פאר איר טאטע
2. זי איז א פראדוקט וואס אויב איז עס ברענד ניו איז עס 50 דאלער טייערער.
3. די שטראף פאר רעיפן א מיידל איז בערך א פיפציגער.

Although all 3 things bother me the third is the one that makes my blood boil.
And for that I need an enlightened explanation if there is any.

ווא ווא
וואס טוט זיך מיט ערכין, א באבע איז ווערט נאר א צענער?
שלושים של עבד?
פון ווי ווייסטו וויפול געלט דרייסיג שקל אדער פופציק כסף איז למשל ביי כותל געלט ווייסטו איז מאתים זוז און אין היינטיגע געלט איז עס 50 טויזענט דאלאר האסטו געוויסט

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 4:05 pm#461023
Re: פראגעס פאר א פרױ?
vaybertaytsh האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:פארוואס קוקט איר עס אן אז פרויען האבן ווייניגער רעכטן?
פרויען האבן פשוט אנדערע אויפגאבעס ווי מענער.
מענער און פרויען זענען אנדערש ביאלאגיש, און אין מערסטנס טייל אנדערש מענטעל.
פארוואס פארשטייט איר אז מענער טארן נישט אריינגיין אין א ווייבערישן בית הכסא?

דאָס איז אַלץ זײער קאָמפּליצירט צו ענטעפֿערן אױף אײן פֿוס. עס קען זײַן אַז איך װעל רעדן װעגן דעם אין אַן עפּיזאָד װײַבערטײַטש אַז עס זאָל דאָס בעסער ענטפֿערן. אָבער דערװײַל װאָלט איך געזאָגט אַז בײַ מיר װי בײַ אַ סך מענטשען הײַנטיקע טעג איז מין אַ „קאָנסטרוקציִע“ פֿון דער געזעלשאַפֿט. ד׳ה אַז ס׳איז דאָ װאָס מע רופֿט
sex-what we think of as female and male
און ס׳איז דאָ
gender - what we think of as man and woman

זײ זײַנען נישט די זעלבע זאַכן. סעקס איז עפּעס ביאָלאָגיש, יאָ, כאָטש אַפֿילו מיט דעם מײן איך אַז מע קען גרינג טראַכטן אין זײער פּשוטע טערמס... למשל איך בין טאַקע שטאַרקער, פּיזיש, װי מײַן מאַן. איז ער װײניקער אַ מאַן? נײן. בין איך װײניקער אַ פֿרױ? אַװדאי נישט. אָבער יאָ, ס׳איז דאָ אַ ביאָלאָגישע עלעמענט. דאָס איז קלאָר

מין, אָדער דשענדער, איז נישט ביאָלאָגיש - ס׳איז עפּעס װאָס אַ קולטור שאפט איבער דער צײַט. פֿון דעם קוקװינקל פֿון מין, איז אַ מײדל אַנדערש פון אַ ייִנגל צוליב דעם װאָס זי האָט ליב צו שפּילן מיט ליאַלקעס, אָדער דאָלס, און ער האָט ליב צו שפּילן מיט אַ טראָק אָדער מיט אַ באַן. דאָס איז בלױז אַ משל. אָבער פֿאַרװאָס האָט זי ליב אַ ליאַלקע און ער נישט? דאָס װאָס זי האָט בעסער ליב אַ ליאַלקע איז נישט ביאָלאָגיש. דאָס איז צוליב דעם קולטור, צוליב װאָסערע נאָרמען אַ קולטור האָט געשאַפֿון, װאָס זי נעמט אָן װי אַ טײל פֿון איר אידענטיטעט.

יענע „אױפֿגאבעס“ זײַנען אױך קולטורעל, נישט נאַטירלעך אָדער ביאָלאָגיש. מײַן מאַן קען אַזױ גוט װי איך װאַשן כּלים, און איך קען נאָך בעסער װי ער האָדעװען אין אַ פֿעלד. איך האָב ליב צו זײַן װײַבעריש און פֿעמינין, אָבער דאָס מײנט נישט אַז איך מוז בלײַבן אין די גרענעצן פֿון אַ געזעלשאַפֿט װאָס האַלט אַז פֿרױען קענען נאָר טאָן געװיסע זאַכן אָדער אױפֿגאַבעס. מײַן מאַן און איך צעטײלן אױפֿגאַבעס אין דער הײם האַלב־אױף־האַלב, אָבער דאָס מאַכט אונדז נישט װײניקער מאַן אױן פֿרױ, מאַן און װײַב...

מען קען גוגלן gender as a social construct
אדער אויף עברית... מגדר כהבנייה חברתית
איך פארשטיי אז ס'זענען דא זאכן וואס האבן מיט קולטור, אבער דאס מיינט נישט אז פרויען האבן ווייניגער רעכטן, עס איז פשוט אן אנדערע ראלע אין לעבן. אויב איר וועט באטראכטן חיות, בהמות, פיש און פייגלען וועט איר זען אז זיי האבן אויך אן ענליכע קולטור ווי אונז מענטשן, ווען אין רוב פעלער וועלן די מאמעס האדעווען די קינדער און די טאטעס וועלן ברענגן עסן און באשיצן די פאמיליע.

צוריק צו מיין פראגע, די סיבה פארוואס א מאן טאר נישט גיין אין א פרויערישע בית הכסא האט צוטוהן מיט א ביאלאגישע אורזאך אדער איז דאס בלויז קולטוריש?
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 4:11 pm#461024
Re: פראגעס פאר א פרױ?
דעת האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אמאל פלעגט א מיידל געהערן פאר איר טאטע, ער האט איר געקענט פארקויפן, ער האט געקענט צושטערן אירע נדרים אויב ס'איז איהם נישט געפעלן, אויב זי האט געטראפן אן אבידה האט עס באלאנגט פאר'ן טאטן, ממש ווי א דינסט ווי דער מאירי זאגט, ביז זי האט חתונה געהאט וואס דעמאלטס האט זי געהערט פאר'ן מאן. אויך האט ער איר געקענט חתונה מאכן פאר פרייז, אמאל פלעגט א בתולה "קאסטן" מער געלט, קומט אויס אז דער מאנס האט שאדן געמאכט דעם טאטן געלט, האט ער פארשטייט זיך געדארפט באצאלן פאר'ן טאטן.

לאמיר צוטיילן די סיטשויעשן
1. מיידל געהערט פאר איר טאטע
2. זי איז א פראדוקט וואס אויב איז עס ברענד ניו איז עס 50 דאלער טייערער.
3. די שטראף פאר רעיפן א מיידל איז בערך א פיפציגער.

Although all 3 things bother me the third is the one that makes my blood boil.
And for that I need an enlightened explanation if there is any.
אויב פארשטייסטו איינס מיט צוויי, איז דריי פשוט, א מיידל האט נישט איר אייגענע געפילן אין די תורה, זי איז א פראדוקט וואס איר טאטע קען פארקויפן און חתונה מאכן אנטקעגן איר ווילן צו וועם אימער ער וויל.
אויב איינער איז מפתה א צוועלף יעריג מיידל ווערט ער (ליין; זי) באשטראפט צו דארפן חתונה האבן מיט איר.
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 4:30 pm#461028
אויב גיימיר עס אנקוקן לויט וויאזוי עס איז באמת געווען אמאל אז א מאן איז געווען די פראטעקטער און די פראוויידער דעמאלץ איז איר נעמען פאר א ווייב א עול און א משא.

איך האב אסאך זאכן צו זאגן אויף דעם אבער איך וויל נישט הייזשעקן ווייבערטייטש'ס אשכול.
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 4:33 pm#461029
פיקח עצום האט געשריבן:פארוואס אין די וועלט איז דא כלומפיש קלוגע קאלעדש שטודירטע מענטשן וואס פארברענגן צייט צו לערנען אידיש א שפראך וואס איז לויט זיי א טויטע שפראך. וואספארא נוצן האט מען פון קענען אידיש vs. אנדערע שפראכן וואס מענטשן רעדן

מילא איינער שטודירט היסטאריע, ספוציעל אידשע קען מען נאך הערן, אבער צו קענען א שפראך איז עס א נארישע באשלוס
נאכדערצו די חלומות עס צוריק מאכן לעבידיג איז נעריש, וואס גייט מען פארדינען דערפון, אויסער צו קענען שרייען פאר די חרדים אז ענק קענען נישט "ענקערע" שפראך, וועט עס גארנישט ברענגען.

און די חלק פון קאלטור איז אויך נעריש ווייל ענק גלייבן נישט אין גארנישט, סאו די גלויבידיגע אלטע דור זענען געוועין נערישע און אלט מאדישע, סאו וואס איז דא זיך צו בענקען צו א אלטע sexiest קאלטור און שפראך.

האסט נישט קיין אהנונג וויפיל ים'ן מיט געלט, פשוטו כמשמעו עס גיסט זיך יערליך ארום די גאנצע פאראייניגטע שטאטן אויף אזעלכע 'דשואיז' און 'ראביניקל' פראגרעמס.

צענליגע אדער גאר הונדערטע קאלידשעס האבען היינט 'דשואיש סטאדיס' ווי די איינציסטע צוויי תנאים אריינצוקומען איז נישט וויסן צו רשב''א מיינט מיינט א ראשון אדער די נייעסטע פיצא פלעווער, די צווייטע תנאי איז פיינט צו האבען ערליכע אידן ותורת משה שנאת מוות. ראובן'ס באליבטע גארביטש 'פראפעסער' הילמאן איז א פערפעקט משל דערויף.
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 4:37 pm#461030
איך אויך האט געשריבן:

אבער נאך אלץ וואונדערט מיך, וואס האבן ענק אזוי ליב דווקא די שפראך?
פארוואס מוז עס זיין אידיש? און נאך מיט אזא אומבאטאמטע דייעלעקט...
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 4:48 pm#461031
אידיש (יידיש) איז א שטיק ראמאנס
עס איז נישט סתם א שפראך, עס איז ווי מען זאל ווען האבן א פיזישע קאנעקשן מיט א פיקטיווע מענטש, קולטור,
מען ליינט אזוי סאך וועגן אידן אין די שטעטלעך, דאס איינציגסטע וואס איז נאך פארבליבן פון דארט, אויסער אונז זייערע אייניקלעך, איז די אידישע שפראך.
משא"כ אנדערע שפראכן
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 5:07 pm#461032
vaybertaytsh האט געשריבן:יאָ, איך בין זיכער אַ פֿעמיניסטקע. מײַן בליק אױף חרדים/חסידים איז קאָמפּליצירט. אַפֿילו װאָס איך האָב דרך־ערץ פֿאַר זיי און זײערע טראַדיציִעס, װאָלט איך אַלײן נישט געקענט לעבן אין אַ װעלט אין װעלעכן פֿרױען האָבן נישט די זעלבע רעכטס װי מענער. װי אַ פֿרױ װאָס לײענט תּורה אין מײַן שול, למשל, װאָס איז װאָס מע רופֿט אַ טראַדיציאָנעלע־עגאַליטאַרישען מנין, איז עס מיר שװער אַפֿילו צו גײן אין אַ מאָדערנע־אָרטאָדאָקסישע שול, װײַל איך בין צוגעװױנט צו דעם װאָס איך קען אָנטיילנעמען אין שול גלײַך װי מענער. ס׳איז מיר פּשוט נישט באַקװעם. אָבער איך קען גוט פֿאַרשטײן פֿאַרװאָס מענטשען זײַנען צופֿרידן מיטן חרדישען לעבן־שטײַגער. דעם פֿאַקט װאָס די קהילה לייגט אין דעם צענטער פֿון לעבן געפֿעלט מיר. חסידישע ניגונים און אַנדערע טיילן פֿון דער קולטור געפֿעלן מיר זײער. אויף איין פוס, איז עס זייער קאמפליצירט!

אדאנק פאר אייער ענטפער בנוגע חרדים

דער אשכול האט זיך שוין פארקירעוועט אין פארשידענע ריכטונגען אבער לגבי פעמאניזם, ערלויבט מיר פשוט צו פרעגן, וואס פונקט מיינט פעמאניזם היינטיגע צייטן אין אייער מיינונג, ווי שלאגט דאס אויס און וויאזוי זעט איר אייער פערזענליכע ראלע דערין?
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 5:11 pm#461034
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אמאל פלעגט א מיידל געהערן פאר איר טאטע, ער האט איר געקענט פארקויפן, ער האט געקענט צושטערן אירע נדרים אויב ס'איז איהם נישט געפעלן, אויב זי האט געטראפן אן אבידה האט עס באלאנגט פאר'ן טאטן, ממש ווי א דינסט ווי דער מאירי זאגט, ביז זי האט חתונה געהאט וואס דעמאלטס האט זי געהערט פאר'ן מאן. אויך האט ער איר געקענט חתונה מאכן פאר פרייז, אמאל פלעגט א בתולה "קאסטן" מער געלט, קומט אויס אז דער מאנס האט שאדן געמאכט דעם טאטן געלט, האט ער פארשטייט זיך געדארפט באצאלן פאר'ן טאטן.

מקור ביטע?

קל וחומר האט געשריבן:אויב איינער איז מפתה א צוועלף יעריג מיידל ווערט ער (ליין; זי) באשטראפט צו דארפן חתונה האבן מיט איר.

פאלגענד איז די הלכה מפורשת אין שלחן ערוך:
האונס את הבתולה, חייב לישא אותה, ובלבד שהיא ואביה יהיו מרוצים, אפילו היא חגרת או סומא, ואינו רשאי להוציאה לעולם אלא לרצונה. לפיכך אין צריך לכתוב לה כתובה. ואם עבר והוציאה, כופין אותו להחזירה.
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 5:17 pm#461037
הרב גרעפיקסער: זעהט אויס אז דו האסט נישט גענוג געכאפט ביי פרשת משפטים...

אז מ'רעדט שוין, כ'האב הנאה אז דער עולם דא פרעגט קשיות וואס זיי ווייסן אליינס די תירוץ דערויף, גיבטס נישט אויף חברה, ווייזטס דעם ווייבערטייטש ווי קלוג עטץ זענטס...
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 5:57 pm#461049
אודה ו(לא) אבוש, כ׳האב פארגעסן א פסוק מפורשת... :oops:

אלענפאלס רעדט מען דא ל״ע פון א האומלעס (גראדע די געווענליכע האומלעס, וואס דו זעיסט אינטערן ברידזש איז שוין א גביר קעגן אים):

כך כותב הרמב"ם בהלכות עבדים פרק ד הלכה ב [על פי הגמרא בקידושין דף יח ודף כ]:
אין האב רשאי למכור את בתו אלא א"כ העני ולא נשאר לו כלום לא קרקע ולא מטלטלין ואפילו כסות שעליו. ואעפ"כ כופין את האב לפדותה אחר שמכרה.
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 5:59 pm#461050
יא יא, האומלעס אהער האומלעס אהין, זיין זוהן קען ער אבער נישט פארקויפן, זיין טאכטער יא.
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 6:38 pm#461061
פיקח עצום האט געשריבן:פארוואס אין די וועלט איז דא כלומפיש קלוגע קאלעדש שטודירטע מענטשן וואס פארברענגן צייט צו לערנען אידיש א שפראך וואס איז לויט זיי א טויטע שפראך. וואספארא נוצן האט מען פון קענען אידיש vs. אנדערע שפראכן וואס מענטשן רעדן

מילא איינער שטודירט היסטאריע, ספוציעל אידשע קען מען נאך הערן, אבער צו קענען א שפראך איז עס א נארישע באשלוס
נאכדערצו די חלומות עס צוריק מאכן לעבידיג איז נעריש, וואס גייט מען פארדינען דערפון, אויסער צו קענען שרייען פאר די חרדים אז ענק קענען נישט "ענקערע" שפראך, וועט עס גארנישט ברענגען.

און די חלק פון קאלטור איז אויך נעריש ווייל ענק גלייבן נישט אין גארנישט, סאו די גלויבידיגע אלטע דור זענען געוועין נערישע און אלט מאדישע, סאו וואס איז דא זיך צו בענקען צו א אלטע sexiest קאלטור און שפראך.

זײַנען פֿאַראַן אַ סך סיבות. איך מײן אַז חסידים געדענקן נישט אַלע מאָל אַז בײַ אונדז ייִדן װאָס זײַנען נישט חסידיש איז ייִדיש אַ גרױסע טײל פֿון אונדזער געשיכטע, משפּחות, און קולטור גלײַך אַזױ װי פֿון אײַערע... צו קענען דער שרפּאַך איז אַ שליסל צו דעם קולטור און געשיכטע, אַן װעג צו עפֿענען אַ װעלט װאָס אונדזער באָבע־זײדע האָבן געקענט אָבער װאָס איז כּמעט פֿאַרלױרן אין אונדזער דור. מיט אַ קענטשאַפֿט פֿון ייִדיש קען מען לײנען אַ גאַנצע ליטעראַטור. אַז ס׳איז דאָ אַ סך אַטראַקציִעס צו דעם. איך מײן אַז דײַן נאַראַטיװ פֿון אונדז איז אַ ביסל צו פּשוט... און איך מײן אַז מײַן דור ייִדישיסטן איז אױך אַנדערש אינעם צוגאַנג צו חסידיש ייִדיש. פֿאַרװאָס װאָלט איך געװאָלט פֿאַרברענגן דאָ אױף קאַװע־שטיבל װען איך װאָלט זיך נישט פֿאַראינטערסירן אין אײַערע דיאַלעקט, קולטור, װיסן, אַאַ׳װ...!

פֿאַרגעס נישט אױכעט אַז דעם מוח האָט גענוג אָרט פֿאַר אַ סך שפּראַכן! מערסטע ייִדישיסטן רעדן אױך אַנדערע שפּראַכן. איך רעד למשל עבריט און ענגליש, און איך קען אױך אַ היפּש ביסל פֿראַנצייסיש און דײַטש.
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 6:41 pm#461062
שו האדה עבריט?
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 6:43 pm#461063
Re: פראגעס פאר א פרױ?
פיקח עצום האט געשריבן:פארוואס אין די וועלט איז דא כלומפיש קלוגע קאלעדש שטודירטע מענטשן וואס פארברענגן צייט צו לערנען אידיש א שפראך וואס איז לויט זיי א טויטע שפראך. וואספארא נוצן האט מען פון קענען אידיש vs. אנדערע שפראכן וואס מענטשן רעדן

מילא איינער שטודירט היסטאריע, ספוציעל אידשע קען מען נאך הערן, אבער צו קענען א שפראך איז עס א נארישע באשלוס
נאכדערצו די חלומות עס צוריק מאכן לעבידיג איז נעריש, וואס גייט מען פארדינען דערפון, אויסער צו קענען שרייען פאר די חרדים אז ענק קענען נישט "ענקערע" שפראך, וועט עס גארנישט ברענגען.

און די חלק פון קאלטור איז אויך נעריש ווייל ענק גלייבן נישט אין גארנישט, סאו די גלויבידיגע אלטע דור זענען געוועין נערישע און אלט מאדישע, סאו וואס איז דא זיך צו בענקען צו א אלטע sexiest קאלטור און שפראך.
Whoa whoa calm down! What's with all the negativity?
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 7:44 pm#461074
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יא יא, האומלעס אהער האומלעס אהין, זיין זוהן קען ער אבער נישט פארקויפן, זיין טאכטער יא.

איך האב כלל נישט געוואלט ארויסברענגען אז תורתינו הק׳ האלט יא אדער נישט פון אייניגע רעכטן, און בכלל ווייסטו שוין אז איך האלט אז די תורה מן השמים איז הייליג און העכער פון שכל אנושי און פון ׳היינטיגע׳ און נעכטיגע נארמען (ובנוגע מצוות שכליות אכמ״ל).

כ׳האב פשוט צוגעוויזן אז מ׳האט דער ענין ארויסגענומען פונעם קאנטעקסט.
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 10:57 pm#461098
מדין תורה קען אפילו א טאטע רייך ווי קרח פארקויפן זיין טאכטער, דער רמב''ם
כדרכו פרובירט עס אביסל צו פארוואסערן
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 6:12 am#461132
כלבאשבוע האט געשריבן:
vaybertaytsh האט געשריבן:יאָ, איך בין זיכער אַ פֿעמיניסטקע. מײַן בליק אױף חרדים/חסידים איז קאָמפּליצירט. אַפֿילו װאָס איך האָב דרך־ערץ פֿאַר זיי און זײערע טראַדיציִעס, װאָלט איך אַלײן נישט געקענט לעבן אין אַ װעלט אין װעלעכן פֿרױען האָבן נישט די זעלבע רעכטס װי מענער. װי אַ פֿרױ װאָס לײענט תּורה אין מײַן שול, למשל, װאָס איז װאָס מע רופֿט אַ טראַדיציאָנעלע־עגאַליטאַרישען מנין, איז עס מיר שװער אַפֿילו צו גײן אין אַ מאָדערנע־אָרטאָדאָקסישע שול, װײַל איך בין צוגעװױנט צו דעם װאָס איך קען אָנטיילנעמען אין שול גלײַך װי מענער. ס׳איז מיר פּשוט נישט באַקװעם. אָבער איך קען גוט פֿאַרשטײן פֿאַרװאָס מענטשען זײַנען צופֿרידן מיטן חרדישען לעבן־שטײַגער. דעם פֿאַקט װאָס די קהילה לייגט אין דעם צענטער פֿון לעבן געפֿעלט מיר. חסידישע ניגונים און אַנדערע טיילן פֿון דער קולטור געפֿעלן מיר זײער. אויף איין פוס, איז עס זייער קאמפליצירט!

אדאנק פאר אייער ענטפער בנוגע חרדים

דער אשכול האט זיך שוין פארקירעוועט אין פארשידענע ריכטונגען אבער לגבי פעמאניזם, ערלויבט מיר פשוט צו פרעגן, וואס פונקט מיינט פעמאניזם היינטיגע צייטן אין אייער מיינונג, ווי שלאגט דאס אויס און וויאזוי זעט איר אייער פערזענליכע ראלע דערין?

הײַנט איז פֿעמינזם נישט אַזױ װײַט אַװעק פֿון װאָס ס׳איז געװען מיט 50 יאָר צוריק. די װעלט איז נאָך אַלץ נישט יושרדיק פֿאַר פֿרױען. מע באַקומט װײניקער געלט פֿאַר דער זעלבער אַרבעט; מע װערט harassed, נישט נאָר אױף דער גאַס פֿון פֿרעמדע, נאָר אױך בײַ דער אַרבעט און אַפֿילו צװישן מענטשען װאָס מע האָט געמײנט זײַנען אונדזערע פֿרײַנד. די באַװעגונג פֿון פֿעמינזם פּרװוּט צו מאַכן אַלצדינג מער גלײַך און צוטריטלעך, אַז פֿרױען זאָלן האָב די זעלבע רעכטן און געלעגנהײַטן װי מענער.
בײַ מיר איז צו זײַן אַ פֿעמיניסט נישט נאָר צו שטוצן יענע צילן. ס׳איז אױך אַ לעבנשטייגער אין דעם זינענן װאָס איך מוז אױך שטוצן אַנדערע פֿרױען װי פֿרײַנד, מיטאַרבעטערס, אַאַװ.