Under maintenance
הויפט זייט » קען נאך טראמפ געווינען?

קען נאך טראמפ געווינען?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
119 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14327
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 12:08 pm#462226
קען נאך טראמפ געווינען?
איך בין אביסל, אָם - וויאזוי זאגט מען אין אידיש taken aback? -זעענדיג וויפיל היימישע טראמפ-שטיצער גלייבן נאך אז טראמפ גייט געווינען, אדער אז ער האט נאך א שאנס. געוויסע קלוגע אידן גלייכן אפילו צו טראמפ'ס מצב צו על גאור'ס אין יאר 2000. איז עס טאקע אזוי?

קודם כל, הגם עס זענען געווען צייטונגען און טעלעוויזיע סטאנציעס וואס האבן דעמאלט בטעות געגעבן דעם געווינס פאר גאור אדער בוש אינמיטן דעם טומל פון עלעקשאן-נאכט, האבן זיי אלע תיכף צוריקגעצויגן זעענדיג אז די זאך איז נישט קלאר. דארטן האט זיך עס געהאנדלט פון עטליכע הונדערט שטימען אין פלארידע וועלכע זענען געווען תלוי בספק און האבן געמאכט דעם דיפערענץ.

מיר האלטן היינט נאך פיר טעג פון ערנסטע ציילונגען פון די שטימען, און אלע נייעס-סטאנציעס און צייטונגען, ליבעראל, זעלבסטשטענדיג און קאנסערוואטיוו, האבן מתוך ישוב הדעת דערקלערט אז ביידען האט געוואונען, און אז טראמפ קען נישט איבערקומען די צענדליגער טויזנטער שטימען וועלכע האבן געגעבן פאר ביידען דעם אויבערהאנט אין עטליכע קריטישע שטאטן. איז דאס א פארגלייך צו בוש-גאור?

הגע בעצמך, ווי געזאגט האבן אלע נייעס-סטאנציעס און צייטונגען, ליבעראל, זעלבסטשטענדיג און קאנסערוואטיוו, דערקלערט ביידען אלס דעם געווינער. וועלט-פירער, אריינגערעכנט ביבי נתניהו, האבן באגריסט ביידענ'ס געווינס. און דו ווייסט עפעס וואס זיי ווייסן נישט?
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 12:17 pm#462230
קאנסערוואטיווע? וועלכע?

נייעס סטאנציעס היינט און נייעס סטאנציעס אמאל איז נישט די זעלבע. די גאנצע דעקלעראציע איז געווען כדאי אריבער צו שטופן ביידן איבער די פיניש ליין צו פרעשורן טראמפּ פאר קאנסעציע. ס'האט דערווייל נישט געארבעט.
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 12:22 pm#462235
פאקס ניוז, ניו יארק פאוסט - נישט גענוג גוט פאר דיר?
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 12:26 pm#462236
העניך די חילוק איז אז די מידיע איז אין פייט קעגן דונולד טראמפ פונקט ווי זיי האבן קיין פראבלעם געהאט עם שרעקליך אינטערשאצן אין די פאולס נאר כדי די שטיצערס זאלן זיך מייאש זיין, איז די זעלביגע דא זיי וועלן מיט אלע טאקטיקן גיבן די פארלוסט פאר דונולד, אין נורמאלע פעלערוואלט די מידיע אויסגעווארט אויף די פסק פון די קורט, ופשוט היא.
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 12:26 pm#462237
דער ניו יארק פאוסט איז אין א פייט קעגן דאנעלד טראמפ? ביבי נתניהו איז אין א פייט קעגן דאנעלד טראמפ?
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 12:27 pm#462238
העניך האט געשריבן:פאקס ניוז, ניו יארק פאוסט - נישט גענוג גוט פאר דיר?

ניין
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 12:28 pm#462239
ער קען אבער ער גייט נישט.
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 12:28 pm#462240
קורקלענד האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:פאקס ניוז, ניו יארק פאוסט - נישט גענוג גוט פאר דיר?

ניין

ווער יא?
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 12:37 pm#462241
העניך האט געשריבן:דער ניו יארק פאוסט איז אין א פייט קעגן דאנעלד טראמפ? ביבי נתניהו איז אין א פייט קעגן דאנעלד טראמפ?

די ספּאנטאַנא טויש אין טאן פון די נ''י פאוסט איז געקומען נאך וואס מארדאך האט זיך פערזענלעך אינטערווירט און ווי מ'זאגט האט די הויפט רעדאַקטאָר געזאגט אז ער גייט נישט מוצא שנתו זיין דארט און גרייט זיך אויף רעזיגנאציע.

פאקס ניוס איז א ענליכע סיטואַציע אזויווי איך האב שוין געשריבן אין א אנדער אשכול.

וועלכע נאך? נאר מארדאך האט איר? און ער איז גאר קאנסערוואטיווע? וואס איז מיט ברייטבארט? ניוסמאקס? OANN? אא''וו. קיינער פון זיינע אנהענגער זענען נאכנישט ארויסגעקומען קעגן איהם זינט די וויילן.

איר קומט מיר פאר ווי דער וואס שרייט אפי' די רעפאבליקאנער האבן אנערקענט פארלוסט והראי' מיט ראמני האט קאנגראטולירט ביידן.
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 12:47 pm#462242
לאמיר קוקן אויף די צייטונגען וואס האבן אינדארסירט טראמפ. 6 גרויסע צייטונגען אין אמעריקע האבן אינדארסירט טראמפ דאס יאר:
Las Vegas Review-Journal, New York Post, Colorado Springs Gazette, The Spokesman Review, Boston Herald and the Pittsburgh Post-Gazette.

כ'האב געטראפן די היינטיגע פראנט פעידזשעס פון 5 פון זיי.

זיי אלע האבן אויך א פייט מיט טראמפ?

Boston Herald
1001.JPG



Pittsburgh Post-Gazette
1002.JPG



The Spokesman-Review
1003.JPG



Las Vegas Review-Journal
1004.JPG


פלאָס דעם ניו יארק פאוסט.
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 1:21 pm#462247
אלעס צייטונגען וואס קיינער האט קיינמאל נישט געהערט פון זיי.

און בכלל זייט ווען זענען מידיא די וואס ערוויילן א פרעזידענט?
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 1:24 pm#462248
זייט ווען טוט א צייטונג באשטימען ווער ס'איז פרעזידענט? זיי קענען זאגן א מיינונג צו פראעדזעקטיען אבער ס'האט א פראסעס און ווי לאנג די גאווערמענט האט נישט באשטימט איז ביידן א חוזק פארן זיך דערקלערן געווינער.
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 1:32 pm#462249
איינמאל ער געווינט געוווינט ער. צייטונגען מיינען גארנישט.

עס איז חידוש אז העניך וואס איז געווענליך א חכם שרייבט

מיר האלטן היינט נאך פיר טעג פון ערנסטע ציילונגען פון די שטימען, און אלע נייעס-סטאנציעס און צייטונגען, ליבעראל, זעלבסטשטענדיג און קאנסערוואטיוו, האבן מתוך ישוב הדעת דערקלערט אז ביידען האט געוואונען


ערענסטע ציילונגען? אקעי.

על זה דנין.

מארגען ווען דער זאך גייט אין קארט וועט מען אנהייבן קענען זאגן אויב ער האט א שאנס אדער נישט. דערווייל איז פענסילוועניע מוטל בספק.

פערזענליך האלט איך אז טאמער זענען די שטימען אמת'ע שטימען זאל ביידען געווינען, אבער וויבאלט עס שמעקט מיט פיינע פראוד און שקר דארף די זאך נתברר ווערען לאמיתו, אױב נישט ווערט אונזער מדינה א באנאנע רעפאבליק, אױב האלטען מיר נאך נישט דארט.
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 2:00 pm#462250
קורקלענד האט געשריבן:אלעס צייטונגען וואס קיינער האט קיינמאל נישט געהערט פון זיי.

נו, דאס האט טראמפ באוויזן צו באקומען...

איך פרעג נאכאמאל, וואס ווייסטו מער וואס די אלע צייטונגען וואס האבן אינדארסירט טראמפ ווייסן נישט?

דו ווייסט עפעס וואס ביבי נתניהו ווייסט נישט?
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 2:23 pm#462251
אין אישי שיקט מיר א חשוב'ער איד:

איך שפיר פארלוירן און צומישט.

(I'm changing over to English because it is easier for me to type, I hope that's ok.)

It continues to shock me the level of ignorance and stupidity perhaps, that so many of our community and the country at large, exercise. I'm amazed!

How do people switch so fast from believing fox news and only fox news, to say that they are a 'liberal' network?!

How do people believe so many conspiracy theories, and despite being presented with hard facts disputing it, they continue to use the conspiracy as an argument?!

How do you reason with people that, out of the entire world, will only believe either Trump or Breitbart, InfoWars etc.?!!

I mean the list goes on and on and on.....

Where has logic gone is this world? Actually I know the answer, Trump. As I've said all along to anyone that would listen; I'm not against or pro Trump based on his policies. I believed that his attitude destroys our collective and individual normalcy, decency and rationality and that's why I oppose him. I guess his defeat proves it more than ever.

Sorry, I didn't contact you to inform you or anything, I just needed to vent.

(Actually, it's the first time I've contacted anyone in PM to discuss any topic, so, sorry if you're annoyed.)
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 2:25 pm#462252
איך ווייס נישט וואס א צייטונג איז. וואס דארף א צייטונג צו ווייזן?

ביבי איז איין זאך וואס צייגט אויף עפעס מער ווי א צייטונג אבער אין מציאות מיינט עס אויך גארנישט.

ווילאנג ס'איז נישט דא קיין אפיציעלע קאנצעסיע וואלט איך געזיצן שטיל.
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 2:32 pm#462254
קורקלענד האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס א צייטונג איז. וואס דארף א צייטונג צו ווייזן?

ביבי איז איין זאך וואס צייגט אויף עפעס מער ווי א צייטונג אבער אין מציאות מיינט עס אויך גארנישט.

ווילאנג ס'איז נישט דא קיין אפיציעלע קאנצעסיע וואלט איך געזיצן שטיל.

איך פרעג דיר פערזענליך: ס'קומט דיר נישט פאָר מאדנע אז די גאנצע מידיא - אריינגערעכנט די קאנסערוואטיווע, וועלט פירער - אריינגערעכנט נתניהו, זעען איין אז ביידען האט געוואונען, אבער דו קענסט דאס נאך נישט איינזען?
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 2:40 pm#462255
מיר טראגן אנדערע גלעזער. איך זעה נישט וואס איר זעהט. ס'דא אזוי גערופענע קאנסערוואטיווע מידיא. און דערנאך איז דא טראמפּ מידיא. טראמפּ איז נישט קיין קאנסערוואטיווע, די זיבעציג מיליאן וואס האבן פאר איהם געשטימט זענען נישט אלע קאנסערוואטיווע. טראמפּ איז א זאך פאר זיך און ער האט זיין אייגענע עסטאבלישמענט, און ווילאנג ער אדער א גרויס חלק פון זיין עסטאבלישמענט האט נישט אנערקענט פארלוסט איז די פרשה ווייט פון פארטיג.

אין יעדע וואל איז דא א קאנצעסיע און אזוי קען מען אנעמען זיג איידער ס'ווערט אפיציעל באשטעטיגט.

לויט ווי איך קען טראמפּ וואלט ער קאנסידעד איינמאל ס'נישט דא קיין שאנס. אז ער האט נאכנישט קאנסידעד איז עס נאכנישט פארטיג.
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 2:44 pm#462256
און פאר דיר פערזענליך איז נאר נוגע וואס די "טראמפ מידיא" זאגט?
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 2:49 pm#462257
העניך האט געשריבן:און פאר דיר פערזענליך איז נאר נוגע וואס די "טראמפ מידיא" זאגט?

פאר מיר פערזענליך איז נוגע ווער ס'גייט זיין די נעקסטע פרעזידענט. און די נעקסטע פרעזידענט וועט זיין דער וואס גייט אפיציעל געווינען. און דערווייל איז נישטא קיין אפיציעלע געווינער. וואס ס'איז יא דא איז א ריזיגע ברעינוואש אפאראט פון א דיסקרעדיטעד פרעסע. אבער קיין אפיציעלע געווינער איז נאך נישטא.

פערזענלעך האלט איך אז טראמפּ'ס שאנסן זענען גאר שוואך. אבער ווילאנג ס'איז נישט פארטיג איז עס נאך א פריצייטיגע זיג.
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 2:52 pm#462258
m http://chng.it/ZYV7zD52kz m

סיינט דעם פעטישען
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 2:52 pm#462259
קורקלענד האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:און פאר דיר פערזענליך איז נאר נוגע וואס די "טראמפ מידיא" זאגט?

פאר מיר פערזענליך איז נוגע ווער ס'גייט זיין די נעקסטע פרעזידענט. און די נעקסטע פרעזידענט וועט זיין דער וואס גייט אפיציעל געווינען. און דערווייל איז נישטא קיין אפיציעלע געווינער. וואס ס'איז יא דא איז א ריזיגע ברעינוואש אפאראט פון א דיסקרעדיטעד פרעסע. אבער קיין אפיציעלע געווינער איז נאך נישטא.

פערזענלעך האלט איך אז טראמפּ'ס שאנסן זענען גאר שוואך. אבער ווילאנג ס'איז נישט פארטיג איז עס נאך א פריצייטיגע זיג.


אלע צייטונגען וואס האבן אינדארסירט טראמפ זענען דיסקרעדיטעד?

און ווען טראמפ זאגט קעגן די גאנצע וועלט אז ער האט יא א שאנס, האט ער יא קרעדיט?
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 2:53 pm#462260
Re: קען נאך טראמפ געווינען?
@קורקלאנד איך וועל דיר ענטפערן אויב ביסטו באמת אינטערעסירט צו וויסן.

רובו דרובו מענטשן, myself included, זענען נישט אויס געקאכט אין אלע פאליטישע זאכן, דורך און א דורך, ישר והפך. אפגערעדט פון יעדער סטעיט, קאונטי, טאון און אזוי ווייטער...

אע"כ, פארלאזט מען זיך (עכ"פ איך) צו ליינען די נייעס כדי צו באקומען קאנטעקסט. אמת, ווי עטליכע דא האבן געזאגט, טוט א צייטונגס מיינונג נישט אויס מאכן ווער עס זאל בעצם געווינען. אבער זיי קענען די פרשה בעסער פון מיר און דיר און פון 99 פראצענט מענטשן. זיי ווייסן אויף וואס מען דארף לייגן געוויכט, אויף וואס מען קען לייגן האפענונג, און אויף וואס א קאנדידאט קען מערער זיין אין געריכט.

צוליב דעם, ווען כמעט אלע צייטונגען און פאליטישע זאך קענער קומען אלע צו די זעלבע אנערקענונג, האט עס מער געוויכט פון וואס דו האלטסט, אפילו ער האט נישט מער פאקטישע כח צו רופן דעם געווינער.

יעצט, טראמפ קען און זאל לויפן אין געריכט אויף יעדע גערעכטע טענה וואס ער האט, אפילו די צייטונגען האלטן אז זיינע שאנסן זענען נול. אבער איך קען אננעמען אז די צייטונגען גיבן מיר מער ווייניגער דעם גאנצן אויבנאויפיגן בליק און יעצט האלטן זיי אז ער מאכט עס כמעט זיכער נישט.
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 2:59 pm#462261
העניך האט געשריבן:
און ווען טראמפ זאגט קעגן די גאנצע וועלט אז ער האט יא א שאנס, האט ער יא קרעדיט?

אוי לאז שוין אפ די צייטונגען. זיי זענען אירעלעוואנט. נישט פאר אידארסירונגען און נישט פאר רעזולטאטן.

ווער איז די גאנצע וועלט? און אייגנטלעך וואס האט דאס מיט די גאנצע וועלט. ס'האט מיט די אמעריקאנער באפעלקערונג, און איבער זיבעציג מיליאן אמעריקאנער האבן איהם ערוויילט. און אויב זענען זיי די מערהייט קומט איהם די פרעזידענטשאפט. הכי פשוט.
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 2:59 pm#462262
מענין לענין, איז אמת אז אויב טראמפ גייט ארויס פון ווייסן הויז בקרוב וועט ער זיך גט'ן פון זיין אשת חיל?
אזוי האב איך געזען באריכטעט פון פארשידענע נייעס קוועלער
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 3:14 pm#462265
Re: קען נאך טראמפ געווינען?
לבי ובשרי האט געשריבן:מענין לענין, איז אמת אז אויב טראמפ גייט ארויס פון ווייסן הויז בקרוב וועט ער זיך גט'ן פון זיין אשת חיל?
אזוי האב איך געזען באריכטעט פון פארשידענע נייעס קוועלער
די זעלבע סארט שמועות זענען געווען אויף אבאמא, מ׳קען נישט וויסן.
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 3:26 pm#462266
קורקלענד האט געשריבן:ס'האט מיט די אמעריקאנער באפעלקערונג, און איבער זיבעציג מיליאן אמעריקאנער האבן איהם ערוויילט. און אויב זענען זיי די מערהייט קומט איהם די פרעזידענטשאפט. הכי פשוט.


זייער שטארק געזאגט!! ס'קען אויך זיין הונדערט מיליאן אמעריקאנער בירגער וועלכע האבן אים ערוועלט, אויב האט זיין קעגנער הונדערט מיליאן מיט איינס, זענען זיי די מערהייט און ער פארלירט די פרעזידענטשאפט. הכי פשוט.
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 3:27 pm#462267
האב איך געזאגט אנדערש?
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 3:35 pm#462268
לבי ובשרי האט געשריבן:מענין לענין, איז אמת אז אויב טראמפ גייט ארויס פון ווייסן הויז בקרוב וועט ער זיך גט'ן פון זיין אשת חיל?
אזוי האב איך געזען באריכטעט פון פארשידענע נייעס קוועלער

ניין נישט אמת, ס'איז דא א קלער אז ער גייט איר מאכען פאר אן אלמנה.
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 3:37 pm#462269
א צייטונג וואס שרייבט מיט ווייטאג אז טראמפ האט פארלוירן וואלט איך מער געגלייבט.
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 4:34 pm#462275
קוויטעל האט געשריבן:http://chng.it/ZYV7zD52kz

סיינט דעם פעטישען

Capture.PNG
Capture.PNG (10.17 KiB) געזען געווארן 1352 מאל
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 5:00 pm#462276
איך בין טראמפ גענויגט, און וואס איך קען נישט פארשטיין איז, מיר האבן דאס אלעס שוין געוואוסט פאר 2 מאנאטן זיכער,
מיר האבן אלע געוואוסט אז טראמפ וועט זיגן אויף די עלעקשאן נייט, און דערנאך וועט אריינקומען די מעיל-אין'ס און ביידן וועט האבן די אויבערהאנט.
מיר האבן אלע געוואוסט אז טראמפ וועט דאן שרייען אז די מעיל-אין'ס זענען געפעלשט.
טא, פארוואס ביזסטו פארקויפט פאר אן ארגומענט אז די וואלן זענען געפעלשט, ווען דו האסט געוואוסט אז מען גייט דאס שרייען?

---
וואו טראמפ'ס טעות איז געווען, -לדעתי- אז ער וואלט נישט געדארפט "אזוי" האמערן קעגן מעיל-אין'ס.
איך פערזענליך למשל, וואלט נישט געגאנגן שטימען אין פערסאן, אבער ווען ס'קומט ווען אן א בעלאט אויף פאסט וואלט איך דאס אויסגעפילט לטובת טראמפ, עכשיו אז ער האט געהאמערט דערקעגן,האב איך עס נישט געטוען. און אזוי זענען דא מיליאנען מענטשן און די שטאטן ואס ווען זיי וואלטן געקענט פארלאנגן א בעלאט וואלטן זיי דאס געטוען.
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 5:42 pm#462277
קורקלענד האט געשריבן:אלעס צייטונגען וואס קיינער האט קיינמאל נישט געהערט פון זיי.

און בכלל זייט ווען זענען מידיא די וואס ערוויילן א פרעזידענט?

דו מאכסט מיר לאכן דו ענטפערסט ממש ווי דיין עבודה זרה
It's low ratings your show
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 5:55 pm#462278
איך האב אן אנדערע שאלה, קען נאך ביידן געווינען? לאמיר זאגן אז די סופרים קאורט וועט אורטיילן אז מ'זאל איבערציילן שטימען, איז דא א מעגליכקייט אז מיט דעם אלעם זאל ביידען ארויסקומען אלס געווינער, אדער דאן וועט זיכער טראמפ ארויסקומען דער געווינער?
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 5:55 pm#462279
באמת גערעדט, ווען איז געווען די לעצטע מאל איר האט געזען א צייטונג?
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 6:03 pm#462280
קורקלענד האט געשריבן:באמת גערעדט, ווען איז געווען די לעצטע מאל איר האט געזען א צייטונג?

למאי נ"מ?
זונטאג נאוועמבער 08, 2020 6:23 pm#462282
קורקלענד האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:און פאר דיר פערזענליך איז נאר נוגע וואס די "טראמפ מידיא" זאגט?

פאר מיר פערזענליך איז נוגע ווער ס'גייט זיין די נעקסטע פרעזידענט. און די נעקסטע פרעזידענט וועט זיין דער וואס גייט אפיציעל געווינען. און דערווייל איז נישטא קיין אפיציעלע געווינער. וואס ס'איז יא דא איז א ריזיגע ברעינוואש אפאראט פון א דיסקרעדיטעד פרעסע. אבער קיין אפיציעלע געווינער איז נאך נישטא.

פערזענלעך האלט איך אז טראמפּ'ס שאנסן זענען גאר שוואך. אבער ווילאנג ס'איז נישט פארטיג איז עס נאך א פריצייטיגע זיג.


אויב וואלט געווען סיי וועלכע לעגיטימעסי צו טראמפס קלעימס, בין איך זיכער פאקס וואלט געווען די ערשטע to jump on the bandwagon.
מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 3:06 am#462300
ס'איז זייער קאמיש צו זעין ווי דער גרויסער חכם וואס וועט קיינמאל זיך פארלאזן אויף עפעס אנדערש איידער ער דערגרינוועט זיך אליין ער וועט אלס וועלן פארשטיין מיט די אייגענע שכל און וועט אלעס אנקוקן אויף א ברייטערע בליק וועט פלוצים ערגעץ סטאק ווערן און נאר פארשטיין גראד

און דא איז עס אונזער גרויסער פארשטייער הרב העניך וואס כאטש ער באווייזט טאקע אלעמאל אויפצוקומען מיט א אייגענארטיגע מסקנא אויף רוב נושאים אויפן טיש איז ער אויך געבלאקט צו סאם עקסטענט

לאמיר נעמען א דוגמא ביבי האט געקאלט פאר ביידען און מיט א תמימות ביבי האט פיינט טראמפ ? פארשטייסט נישט פשוט גראמאטיק היות ביידן האט א גרויסע טשענס צו זיין קומענדיגע פרעזידענט איז זייער זייער וויכטיג פאר אזא פארפלאנטערטן ביבי זיך צו חנפענען צו ביידן, קריצט דען נישט ביבי מיט די ציין אז נאכדעים וואס זיין מלחמה מיט איראן איז געפארן די בעסטע אונטער טראמפ ער איז אנגעקומען די ווייטסטע מיט טראמפ אלע זיינע דערגרייכונגען שטייען יעצט אויפן סקעיל אוודאי איז א מוז פאר אים נישט צו פארפאסן די ריכטיגע מינוט

ווייסטו דען נישט אז היי יאר איז נתחדש געווארן גענצליך א נייע זאך צום טיש פון עלעקשאנס הנקרא מעיל אין בעלאטס וואס דאס האט רעדוצירט די וואלן און דאס האט נאך נישט קיין געהעריגע האפט דורך א קאורט נאר פלוצים דא ווערט ער אויך פארמאכט
מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 4:01 am#462303
לבי ובשרי האט געשריבן:מענין לענין, איז אמת אז אויב טראמפ גייט ארויס פון ווייסן הויז בקרוב וועט ער זיך גט'ן פון זיין אשת חיל?
אזוי האב איך געזען באריכטעט פון פארשידענע נייעס קוועלער

נישט מיט ר' שמעון גרינ'ס מהלך...
מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 4:22 am#462304
שמעקעדיג האט געשריבן:
לבי ובשרי האט געשריבן:מענין לענין, איז אמת אז אויב טראמפ גייט ארויס פון ווייסן הויז בקרוב וועט ער זיך גט'ן פון זיין אשת חיל?
אזוי האב איך געזען באריכטעט פון פארשידענע נייעס קוועלער

נישט מיט ר' שמעוןַ גרינ'ס מהלך...

א נארסעסיסט האט אנדערע כללים...
מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 9:57 am#462309
Re: קען נאך טראמפ געווינען?
איך בין בכלל נישט אויסגעקאכט אין פאליטיק ווייל ווי שוין ערווענט האלט איך אז עס מאכט נישט אויס פאר'ן דורכשניטליכן בירגער.

די ביסל וואס איך זע / ליין יא, פרוביר איך באמת זיין נייטראל, און איך מיין אז מער ווייניגער בין איך. דערפאר בין איך נישט פרא טראמפ און אויך נישט אנטי. איך אנערקען זיינע אויפטוען (יא, אויפטוען), און זיין נידעריגע זייט אויך. די זעלבע מיט ביידען.

איין זאך קען איך אבער נישט פארשטיין, אלע לינק געשטימטע ציטירן צייטונגען און מידיא לרוב, שטעלט זיך די פראגע, זענען נאך דא מענטשן וואס נעמען אן וואס די מידיא זאגט???? זעען זיי טאקע נישט איין אז יעדע מידיא קוואל האט זיך זייער אגענדע און נאראטיוו??
איך רעד נישט בלויז פון פאליטיק נאר אויך אין פשוטע וועלטליכע געשעענישן האט יעדע זיין צד, און יעדע פאר זיך וועלט אויס וואס יא צו באריכטן און וואס נישט, און וויאזוי....

זיי אליין שעמען זיך אפי' נישט דערמיט, און ווייסן אז זיי גייען נישט ליידן קיין קאנסעקווענצן, פון אומריכטיג באריכטן. טא, פארוואס זאלסטו זיי גלייבן?

(אביסל ענליך צו גלייב נאר וואס קען ווערען פאלסיפיצירט)
מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 10:09 am#462312
די פוינט איז אז אפילו די טראמפ-גענויגטע מידיא, זאגאר די וואס אים אינדארסירט, פארשטייען אז ס'איז געים אָווער – עפעס וואס אונזערע היימישע טראמפיסטן ווילן נישט פארשטיין.

מיין שאלה איז, אויב די טראמפ-גענויגטע נייעס קוועלער זענען נישט באגלייבט, ווער איז יא? טראמפ אליין?
מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 10:27 am#462313
העניך האט געשריבן:די פוינט איז אז אפילו די טראמפ-גענויגטע מידיא, זאגאר די וואס אים אינדארסירט, פארשטייען אז ס'איז געים אווער

ווי זעסטו אז א טראמפ גענויגטע צייטונג האט פארשטאנען אז עס איז געים אווער? זיי האבן אלע אנגענומען א שטילקייט צו ווארטען ביז זיי וועלן זען וואס די Supreme Court זאגט
מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 10:28 am#462314
וועלכע טראמפּ גענויגטע קוועלער? קיינער האט נאכנישט איינגעגעבן. יעצט קום מיר נישט נאכאמאל מיט מארדאך.

ניוסמאקס, ברייטבארט, עפּאק טיימס, פּי דזשעי, ועוד ועוד. קיינער פון זיי האבן דערווייל נישט גערופן קיין געווינער.

טראמפּ'ס שאנסן און אויסזיכטן (לויט די ידיעות וואס די גאס האט דערווייל) זענען גאָר שוואך, אבער פיל שטערקער ווי העניך שאצט.
מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 6:06 pm#462352
אז איינער וויל וויסן וואס טראמפ האלט און טענה'ט, דארף ער הערן זיין לויער - רודי דזשוליאני - וויאזוי ער לייגט פאר די קלאגע.
און יא, לויט זיינע ווערטער איז נישטא קיין ספק, אז טראמפ וועט עס מאכן ביים סופרים קארט, מיט א שמיץ אריבער.
מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 6:45 pm#462353
קוויטעל האט געשריבן:אז איינער וויל וויסן וואס טראמפ האלט און טענה'ט, דארף ער הערן זיין לויער - רודי דזשוליאני - וויאזוי ער לייגט פאר די קלאגע.
און יא, לויט זיינע ווערטער איז נישטא קיין ספק, אז טראמפ וועט עס מאכן ביים סופרים קארט, מיט א שמיץ אריבער.

געהערט דערפון, איך זוך נאר די לינק דערצו
מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 6:50 pm#462354
רעדסט ערענסט? וואס דען ווארטס דו צו הערן פון זיין לויער? און גראדע האט די אנדערע זייט אויך א לויער.
אבער ווען דו קוקסט פון דרויסן זעהט נישט אויס אז רעכטזיניגע מענטשן געבן דעם מיועד-להיות-פאָרמער-פרעז. א טשענס.
מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 7:03 pm#462355
קען נאך טראמפ געווינען?
א מין שאלה? צו ער קען געווינען ? ער האט שוין געווינען און ער וועט ווייטער געווינען ביז ער וועט מיד ווערן פון געווינען וחוזר חלילה.
בדרך אגב, דאס ווייב מיינע האט געהאט שוועריקייטן צו פארשטיין וואס דא גייט פאר, פון איין זייט הערט זי אז טראמפ איז היטלער און זיינע נאכפאלגער זענען ראסיסטן און נאציס, פון דער צווייטער זייט הערט זי אז ער איז גאר משיח בן יוסף און זיינע חסידים זענן חיילות פון דוד מלכא משיחא און זיי באקעמפען די רשעותדיגע דעמאקראטן מיט די מידיע. ווי קען זיין אזא דיפרענץ פון דעות? בע"כ איז איינס פון די צוויי פאריקט, איז וואס איז פשט אז האלב אמעריקע איז משוגע געווארן (די שאלה איז נאר וועלכע האלב)?
מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 7:07 pm#462356
דערווייל האט די מידיא דערקלערט ביידן פאר געווינער, און זיי האבן אריינגעלייגט אין קראפט א העפטיגע ברעינוואש קאמפיין אז די עולם זאל עס אנעמען. אלע שונאים פון טראמפּ האבן געפייערט א פריצייטיגע זיג. און געוויסע וועלט פירער, מערסטנס נישט טראמפּ'ס פריינט האבן גערופן ביידן גראטולירן.

למעשה איז במציאות און באמת נישט דא קיין ענדגילטיגע רעזולטאטן און ס'נאך דא אסאך וואס ס'הענגט אין די לופט. ס'איז קלאר נישט קיין ברי. און דערווייל איז טראמפּ'ס 'גאנצע באזע', וואס רעכנט אויך אריין פארעווע רעפאבליקאנער נאך 'אינגאנצן' מיט איהם. לדעתי איז נאך נישט צייט צו פארמאכן די ביך.

דיסקלעימער: מיט ראמני איז נישט קיין פארעווע רעפאבליקאנער. און פאקס האז איז נישט טראמפּ'ס מידיא.