Under maintenance
הויפט זייט » קען נאך טראמפ געווינען?

קען נאך טראמפ געווינען?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
119 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14327
מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 7:15 pm#462357
פאלט מיר יעצט ביי א ווארט, ווען טראמפ וואלט געווען ביידן וואלט ער ווען יעצט פארלוירן טויזענט מיליאן ביליאן מאל. און ווען ביידן וואלט ווען געווען טראמפ, וואלט ער יעצט שוין געווען גרעסער ווי לינקאלן. נאר אזוי ווי טראמפ איז טראמפ האט ער בכלל נישט פארלוירן, און אזוי ווי ביידן איז ביידן קען לינקאלןן שלאפן ווייטער רואיג.
מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 8:12 pm#462360
מאנכע שמועסן אז CNN האט ארויסגעשלעפט אריזאנע פון ביידן, אין אנדערע נייעס האט RCP צוגענומען פענסילוועניע.

מ'הייבט אן וואקן אויף צוריק.
מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 8:39 pm#462362
Re: קען נאך טראמפ געווינען?
סי ען ען האט קיינמאל געגעבן אריזאנע פאר ביידען.


@העניך דאס אז "אלע" צייטונגען דערקלערן ביידען אלס געווינער צייגט נישט גארנישט, איך האלט אז דאס איז א טאקטיק פון לייגן אומגעהויערע דרוק אויפ'ן געריכט, ווייל אויב די געריכט גייט אורטיילן פארקערט, דאן גייט זיך טאן א מלחמה, איבער די דיקטאטורשאפט פונעם געריכט....

די איבעריגע מידיא וויל נישט בלייבן אונטערשטעליג....
מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 8:45 pm#462363
קורקלענד האט געשריבן:מאנכע שמועסן אז CNN האט ארויסגעשלעפט אריזאנע פון ביידן, אין אנדערע נייעס האט RCP צוגענומען פענסילוועניע.

מ'הייבט אן וואקן אויף צוריק.

CNN האט קיינמאל נישט געגעבן אריזאנע פאר ביידען.

RCP האט קיינמאל נישט געגעבן פענסילוועניע פאר ביידען.

א שאד אז קלוגע אידן גלייבן נארישקייטן און טרייסטן זיך מיט חלשות.
מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 10:55 pm#462371
העניך

טאמער איז געוועהן פראוד אין פענסילוועניע האלסטו אז מען דארף עס אויפווייזען און מאכן טראמפ דער געווינער, אדער וויבאלט טראמפ איז דאך אזא טראמפ דארף מען אים ארויסווארפן אויף יעדער פרייז?
דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 12:39 am#462375
יתרו האט געשריבן:א מין שאלה? צו ער קען געווינען ? ער האט שוין געווינען און ער וועט ווייטער געווינען ביז ער וועט מיד ווערן פון געווינען וחוזר חלילה.
בדרך אגב, דאס ווייב מיינע האט געהאט שוועריקייטן צו פארשטיין וואס דא גייט פאר, פון איין זייט הערט זי אז טראמפ איז היטלער און זיינע נאכפאלגער זענען ראסיסטן און נאציס, פון דער צווייטער זייט הערט זי אז ער איז גאר משיח בן יוסף און זיינע חסידים זענן חיילות פון דוד מלכא משיחא און זיי באקעמפען די רשעותדיגע דעמאקראטן מיט די מידיע. ווי קען זיין אזא דיפרענץ פון דעות? בע"כ איז איינס פון די צוויי פאריקט, איז וואס איז פשט אז האלב אמעריקע איז משוגע געווארן (די שאלה איז נאר וועלכע האלב)?

נאכן איבערציילן די שטימעס, וועסטו שוין זען אז ס'נישט האלב, ס'איז דריי פערטל אמעריקא אויף טראמפ'ס באן, נאר ווער ס'האט די שופר מאכט גערודער. דאס אלץ
דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 12:41 am#462376
123663811_5024530817564981_8224944710969169502_n.jpg
דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 2:06 am#462382
Re: קען נאך טראמפ געווינען?
אישתישבי האט געשריבן:העניך

טאמער איז געוועהן פראוד אין פענסילוועניע האלסטו אז מען דארף עס אויפווייזען און מאכן טראמפ דער געווינער, אדער וויבאלט טראמפ איז דאך אזא טראמפ דארף מען אים ארויסווארפן אויף יעדער פרייז?
יוסטיץ ברויך ארויסקומען פאר יעדן פרייז, איבערהויפט אז דא האט עס נישט מער מיטן יחיד ווי מיטן רבים, דא אידאך דא איבער זיבעציג מיליאָן מענטשן וגם אני בתוכם וואס האבן געוועהלט פארן פרעזידענט
דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 2:55 am#462383
סאיז דא די לופהאל אין די קאנסטיטושן וואס זאגט אז אויב מקען זיך נישט דורכקומען ביז די טאג וואס די עלעקטארס שטימען דעמאלט שטימען די הייזער אבער נאר איין שטימע פאר יעדע סטעיט. און דעמאלט גייען אלע פאפולער שטימעס צונישט.
ווי עס קוקט אויס וועט טראמפ, אלס איינער וואס האט מעולם געמאכט א לעבן אויף לופהאלס, פרובירן אפצוהאלטן די סטעיטס פון סערטיפייען א קאנדידאט דורך אריינגעבן ענדלאזע לאוסוטס און דאס וועט צוברענגען אז די סטעיטס זאלן צום סוף דארפן שטימען, און מיט די מער רויטע סטעיטס וואס סדא האט ער א זיכערע טשענס.

איך האב געקענט באשטיין א טראמפ פרעזידענטסי אבער אויב קומט דאס אויפן חשבון פון די רעפובליק איז צרות ווי א גל. מאידך גיסא איז בעסער אז טראמפ, א טיפש, זאל זיין דער וואס טוט עס און זאל די לאנד עס פיקסן ווי איידער א רשע זאל עס טהון וואס דעמאלט אין לו תיקונו.
דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 1:35 pm#462396
ביבער האט געשריבן:סאיז דא די לופהאל אין די קאנסטיטושן וואס זאגט אז אויב מקען זיך נישט דורכקומען ביז די טאג וואס די עלעקטארס שטימען דעמאלט שטימען די הייזער אבער נאר איין שטימע פאר יעדע סטעיט. און דעמאלט גייען אלע פאפולער שטימעס צונישט.
ווי עס קוקט אויס וועט טראמפ, אלס איינער וואס האט מעולם געמאכט א לעבן אויף לופהאלס, פרובירן אפצוהאלטן די סטעיטס פון סערטיפייען א קאנדידאט דורך אריינגעבן ענדלאזע לאוסוטס און דאס וועט צוברענגען אז די סטעיטס זאלן צום סוף דארפן שטימען, און מיט די מער רויטע סטעיטס וואס סדא האט ער א זיכערע טשענס.

איך האב געקענט באשטיין א טראמפ פרעזידענטסי אבער אויב קומט דאס אויפן חשבון פון די רעפובליק איז צרות ווי א גל. מאידך גיסא איז בעסער אז טראמפ, א טיפש, זאל זיין דער וואס טוט עס און זאל די לאנד עס פיקסן ווי איידער א רשע זאל עס טהון וואס דעמאלט אין לו תיקונו.

איך האב עס פארשטאנען אביסעל אנדערש, אז זיי קענען באשליסען פאר וועמען צו געבען זייערע עלעקטארעל'ס (אין נישט איינצעלנע שטימען)
דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 1:45 pm#462398
העניך האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:מאנכע שמועסן אז CNN האט ארויסגעשלעפט אריזאנע פון ביידן, אין אנדערע נייעס האט RCP צוגענומען פענסילוועניע.

מ'הייבט אן וואקן אויף צוריק.

CNN האט קיינמאל נישט געגעבן אריזאנע פאר ביידען.

RCP האט קיינמאל נישט געגעבן פענסילוועניע פאר ביידען.

א שאד אז קלוגע אידן גלייבן נארישקייטן און טרייסטן זיך מיט חלשות.

איז ווער איז יא דער וואס האט געקאלט דער געווינס פאר ביידען?
ס'הייסט, אפי' די נעטווארקס האבן אים אויך נישט דערקלערט געווינער? נו וואס פארפירסטו?
דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 4:49 pm#462410
מנחם ציון האט געשריבן:
קוויטעל האט געשריבן:אז איינער וויל וויסן וואס טראמפ האלט און טענה'ט, דארף ער הערן זיין לויער - רודי דזשוליאני - וויאזוי ער לייגט פאר די קלאגע.
און יא, לויט זיינע ווערטער איז נישטא קיין ספק, אז טראמפ וועט עס מאכן ביים סופרים קארט, מיט א שמיץ אריבער.

געהערט דערפון, איך זוך נאר די לינק דערצו

תודה פאר'ן חבר אין אישי וואס האט מיר צוגעפירט


m https://www.youtube.com/watch?v=_wf3wUC9EBs m

m https://www.youtube.com/watch?v=7H10wZ4SszM m

m https://www.youtube.com/watch?v=NVSJriR ... e=youtu.be m

m https://twitter.com/realDonaldTrump m

m https://twitter.com/RudyGiuliani m
דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 4:55 pm#462411
מיטוואך נאוועמבער 11, 2020 8:33 am#462431
מנחם ציון האט געשריבן:https://lh3.googleusercontent.com/m6y3Q0k4dGZ08dcnh4x5_DBkXlWlbBhE-0RAf6eQEEFUOd50rBFlPyu2sn_T2olt5PJt4uA2C8Sz0Hg=m18

:lol: :lol: :lol: :lol:

דער קליפ פאסט גאר גוט צו דיין ניק-נאמען...
מיטוואך נאוועמבער 11, 2020 2:01 pm#462444
מיט דעם בין איך מיט @העניך ממש אנבעליוועבעל ווי דער עולם דמיונט אריין אויף טויזנט

נאך מער מ'האלט שוין א וואך נאך די עלעקשאנס דער האט נאך נישט געברענגט צום טיש גארנישט ביידן איז גענוג באקוועים פאראויס און נאך אלס דמיונט מען

איך מיין דו האלטסט טאקע אז די קאורט גייט פאר נאו גוד ריזען פסלען 40000 וואויטס אין פענסעלוועיניע ?

עניוועי

אבער די גוטע צייטן אין אמעירטשקא איז פאראיבער
מיטוואך נאוועמבער 11, 2020 2:17 pm#462448
גאנצל האט געשריבן:מיט דעם בין איך מיט @העניך ממש אנבעליוועבעל ווי דער עולם דמיונט אריין אויף טויזנט

נאך מער מ'האלט שוין א וואך נאך די עלעקשאנס דער האט נאך נישט געברענגט צום טיש גארנישט ביידן איז גענוג באקוועים פאראויס און נאך אלס דמיונט מען

איך מיין דו האלטסט טאקע אז די קאורט גייט פאר נאו גוד ריזען פסלען 40000 וואויטס אין פענסעלוועיניע ?

עניוועי

אבער די גוטע צייטן אין אמעירטשקא איז פאראיבער

איר קענט דעם ענגלישער אויסדרוק;
I guess you fishing at the wrong pond

אוודאי אז דו הערסט קול מבשר, וואס זאגט נאך וואס cnn וכדומה זאגט, און פארשלייערן די אמת'ע פאקטן און אקטיוויטעטן פון די קאורט און אפישעלס, האט עס אזא סך הכול ווי דו שרייבסט.

האסט געמיינט אז ספרים סטאר פארקויפט מען פלייש? מה למידיע ולפסק הלכה? וואס קען די מידיע אויספירן אויסער באשמוצן און 'דעקן' באדעקן פארדעקן...

זיי מוחל, שרייב דיך איין ביי די עסקנים אינערהאלב די רעכטע לאגער, וועסטו זען וואס ס'טוט זיך אלץ אינעם בינענשטאק אין וואשינגטאן.

124582313_10158998851597363_7846549969204012007_o.jpg


125207202_10221059763658080_4246084255586666743_n.jpg
זונטאג נאוועמבער 15, 2020 7:49 pm#462599
c\p kol haolam

WASHINGTON: Bombshell claim: Trump lawyers say Dominion voting software was "designed" to let officials see results thru a backdoor and change as needed. They promise proof later this week.
זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:20 pm#462601
ממש ווייטאגליך צוצוקוקן.
זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:22 pm#462602
די קלעים סאונד טו גוד טו בי טרו.

אויב אבער די טראמפ טיעם האט טאקע ערנסטע עווידענס אויף זייער קלעים, האט דער טראמפ מזל ווי א גוי.
זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:28 pm#462603
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:די קלעים סאונד טו גוד טו בי טרו.

אויב אבער די טראמפ טיעם האט טאקע ערנסטע עווידענס אויף זייער קלעים, האט דער טראמפ מזל ווי א גוי.

בעסער געזאגט מזל ווי טראמפ...
זונטאג נאוועמבער 15, 2020 9:35 pm#462605
זיי אלע שרייען אז די וואך איז די וואך! לאמיר זעהן צו ער האט וואס צו דעליווערן.
מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 1:42 am#462614
תלמדני הקאנסטיטושאן על רגל אחת? אמר לו: עיין ב'טוויט זה פונעם פרעזידענט מיטן הגה פונעם דזשעק דארסי.
א שיינקייט פון א טוויט. און אלעס ליגט דא און דעי צוויי שורות. פונעם דעקלעראציע ביזן לעצטן עקזעקוטיוו ארדער. פון די פעדעראלע פאפירן ביז די ליבעראלע עדיטאריעלס. פון פאליטיקל פילאזאפיע ביז פסיכאלאגיע, סאצאילאגיע און עקאנאמיע. הפך בה והפך בה דכולה בה.

איך רעד אפגעזעהן וואס עס גייט זיך ענדיגן יעצט. די עצם טוויט פאר זיך, מיטן הגה, איז א זעלטענהייט פאר די בריאה אנושית ואשרינו שזכינו לכך.
מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 3:41 am#462618
די הגה קריגט מיט דיין חתימה....
מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 10:59 am#462630
העניך האט געשריבן:ממש ווייטאגליך צוצוקוקן.

טאקע ווייטאגליך, ווענד זיך פאר וועם...
מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 11:00 am#462631
שמעקעדיג האט געשריבן:די הגה קריגט מיט דיין חתימה....

נישט ממש. די קאנסטיטושן איז מחייב נאר גאווערמענט. דעס אז דער בעל הטוויט איז יעצט דער פרעזידענט און ער קען נישט אריינרעדן אין א א פרייוועט קאמפעניס דעסיזשענס איז פרידאם אוו ספיטש כפשוטו.

איך מעג פערזענליך דיסאגריען מיט טוויטער און ווען דאס געשעהט קען מיר קיינער נישט צוואונגן צו גיין אויף טוויטער. דעס איז אויך פרידאם אוו ספיטש.
דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 9:46 pm#464524
טראמפ אויף טוויטער איז צוריק פריש מיט'ן אלטע fulton county קעמרעס.
m https://twitter.com/realDonaldTrump/sta ... 57121?s=20 m

דאס קינד גיבט נישט אויף!
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 12:16 am#464592
טראמפ האט היינט געפּאַרדענט דעם מחותן ר׳ חנן קושנער, דער פאטער פונעם באליבטן איידעם יואל חיים...

לחיים
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 10:39 am#464607
מה בכך האט געשריבן:טראמפ האט היינט געפּאַרדענט דעם מחותן ר׳ חנן קושנער, דער פאטער פונעם באליבטן איידעם יואל חיים...

לחיים

פארוואס האט ער געווארט ביז היינט, און נישט פיר יאר צוריק?

[איז דער מחותן נאך געווען שולדיג נדן?...]
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 12:13 pm#464609
קושנער איז נישט געזעצן יעצט, ער איז שוין באפרייט צען יאר זיכער. נאר יעצט האט ער אפגעווישט זיינע פלעקן.
פרייטאג דעצעמבער 25, 2020 1:20 am#464650
די סופרים קארט האט ארויסגעלייגט א דאטום פון צוויי טאג נאך יאנואר 20, וואס דעמאלטס וועט ביידען ווערן איינגעשוואוירען, אז ביז דעמאלטס דארף פענסעלוועניע ענטפערן אויף א טראמפ אנקלאגע איבער די וואלן...

דעמאלטס וועט עס די סופרים קארט ווארשיינליך ארויסווארפן ווייל עס איז שוין סייווי דערנאך...
פרייטאג דעצעמבער 25, 2020 4:01 am#464651
m https://www.youtube.com/watch?v=VriLfMenDWY m
והוא אומר ממקורות שלו, שעוד יש תקוה מלאה
פרייטאג דעצעמבער 25, 2020 4:02 am#464652
מעניין
דינסטאג דעצעמבער 29, 2020 4:27 pm#464881
האטעלן אין וואשינגטאן די.סי. שפארן מיסטריעז אפ און זאגן אפ אלע באשטעלטע רעזערוואציעס אום יאנואר 4, 5, און 6.

ס'איז גארנישט מיסטעריעז, ס'איז פשוט אין ליכט פון די מאסיווע טראמפ ראלי וואס איז געפלאנט דארט יאנואר 6.

לחיים
דינסטאג דעצעמבער 29, 2020 8:10 pm#464892
איר קאנט העברעאיש? הערט עהם אויס...

m https://www.youtube.com/watch?v=SNC79X18jQk m
דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 12:58 am#465246
ס'איז שאקינג ווי ווייניג כלל ישראל קימערט זיך מיט אזא איינעם ווי טראמפ וואס פרובירט בשט נפש צו גנבענען די עלעקשאנס. ווייסן זיי נישט אז היינט גנבט ער און מארגן גנבעט עס דיין שונא? זענען אונז שוין נמאס געווארן פון דעמאקראטיע?
זעמער אזוי צוחושט אז אונז ווייסן שוין נישט קיין חילוק פון אמת און ליגענט?
אפשר קומט אונז נישט קיין דעמאקראטיע.

אפשר בענקען מיר נאך די פריץ פון די מעשה ביכלעך, און מיר ווילן צוריק גיין צו יענע צייט ווען מ'האט געדארפט זיך חנפענען צום האר אז ער זאל אונז לאזן לעבן.
און בכלל, די טענות און טיפשות וואס איך הער די לעצטע פאר יאר פון די אזוי גערופענע עם חכם ונבון, געמישט ליגיונות און קרומקייט אז ס'איז נישט צום גלייבן. פון ווי נעמט זיך אזא מוחין דקטנות? אסאך מאל טראכט איך צו מיר אז איך דערקען נישט רוב פון כלל ישראל. ווען עס קומט צו פאליטיק, בין איך נישט מיט זיי אויף איין פעידזש.

איך קען נישט ציילן וויפיל מאל כ'האב געהערט פון עפעס א טיפש גדול ווי ער שטעלט צאם טראמפ מיט אמונה, כאילו גלייבן אין טראמפ האט א דירעקטע שייכות מיט אונזער אמונה.
איך טראכט, אפשר איז דאס א תוצאה פון פארענטפערן אויף אלע קרומקייט וואס מ'זעהט, צי פון די אייגענע קהילה אדער פארטיי, און מ'זאגט אז דאס איז תורה און הייליג. אמת איז געווארן רעלעטיוו און נישט מחייב. דאס האט ווייטע קאנסווענצן, און מ'זעהט די פירות פון אזא חינוך
דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 1:24 am#465247
ס'נישט נאר כלל ישראל ס'איז אמווייניגסטנס פיר און זיבעציג מיליאן וויילער. אדער רוב רבו פון אמעריקאנער בירגער. פון וועם מ'האט בשט נפש גע'גנב'ט און זיי פרובירן עס צו ראטעווען.
דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 1:59 am#465248
א אינטערסאנטע וועג פון ראטעווען.
דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 2:59 am#465249
איינער פון די פילע אינטערסאנטע וועגן וואס מאנכע פרובירן.

פאני אז ווען די לינקע האבן זיך אזוי געפירט זענט עטס אלע געווען שטיל און איינגעמאכט.
דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 4:33 am#465250
כ'וויל פשוט ארויסזאגן מיין אנטוישונג;
פענס וואס איז אנגעקומען אהין 'נאר' פונעם פרייע בחירה פון טראמפ, האט בוגד געווען אין עהם. אבער טעד קרוז, וואס איז פיר יאר צוריק געווען ללעג ולקלס פון טראמפ, ביים זיך אנפערן אויפ'ן פאדיום - ער שטייט עהם צו די רעכטע האנט??? אתמהה
דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 5:33 am#465252
ברעיקינג: קאנגרעס האט סערטיפייד די עלעקטארעל קאלעדזש שטימען.

דאס טוט פאראויסרוקן דזשאו ביידען צו זיין דער 46-סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.

#טורנהיים אלערט

לחיים
דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 9:42 am#465257
קוויטעל האט געשריבן:כ'וויל פשוט ארויסזאגן מיין אנטוישונג;
פענס וואס איז אנגעקומען אהין 'נאר' פונעם פרייע בחירה פון טראמפ, האט בוגד געווען אין עהם. אבער טעד קרוז, וואס איז פיר יאר צוריק געווען ללעג ולקלס פון טראמפ, ביים זיך אנפערן אויפ'ן פאדיום - ער שטייט עהם צו די רעכטע האנט??? אתמהה

לכאורה האט טעד קרוז גרויסצוגיגע פלענער און ער וויל טראמפ’ס הילף, און פענס האט שוין ווארשיינדלעך אויפגעגעבן אויף א געלויף פאר פרעזידענט.
דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 10:47 am#465259
קרוז האט זיך שטארק ארויסגעשטעלט אין א קאמף וואס ער האט געוויסט אז ער גייט גארנישט אויפטאן. וואלט ער געהאט אפי' די מינדעסטע שאנס אויפצוטוהן וואלט ער ניטאמאל פרובירט.
דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 10:54 am#465260
Re: קען נאך טראמפ געווינען?
קוויטעל האט געשריבן:כ'וויל פשוט ארויסזאגן מיין אנטוישונג;
פענס וואס איז אנגעקומען אהין 'נאר' פונעם פרייע בחירה פון טראמפ, האט בוגד געווען אין עהם. אבער טעד קרוז, וואס איז פיר יאר צוריק געווען ללעג ולקלס פון טראמפ, ביים זיך אנפערן אויפ'ן פאדיום - ער שטייט עהם צו די רעכטע האנט??? אתמהה
ס׳דא וואס זאגן אז פּענס פלאנט צו לויפן אין 2024 און ממילא פרובירט זיך אהערצושטעלן ווי א מעסיגער.
דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 11:00 am#465261
אויב האט ער נישט טראמפּ'ס שטיצע האט ער נישט וואס צו לויפן.
דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 11:34 am#465262
קורקלענד האט געשריבן:ס'נישט נאר כלל ישראל ס'איז אמווייניגסטנס פיר און זיבעציג מיליאן וויילער. אדער רוב רבו פון אמעריקאנער בירגער. פון וועם מ'האט בשט נפש גע'גנב'ט און זיי פרובירן עס צו ראטעווען.


פארוואס ביסטו אזוי קאנפידענט אז ער האט נאך יעצט 74 מיליאן שטיצער? נאוועמבער 3 האט ער געהאט, דאס איז אלעס וואס מיר ווייסן. אויך ווייסן מיר אז ער האט מאנטאג געהאט 50 טויזנט שטיצער ביי די ראלי אין דזשארדזשיע, נאך א מיליאן (צו וויפיל עס זענען געווען) ביי די ראלי אין וואשינגטאן און נאך עטליכע צענדליגע טויזנט ביי די פראטעסטן אין די אנדערע שטאטן. דאס איז אלעס וואס מען קען וויסן אויף זיכער.

די שכל זאגט אז ווען ער לויפט ווען היינט האט ער ווייט נישט דער שטיצע, זיכער נישט ווען ער האט א שטארקע (לאו דוקא מעסיגע) רעפאבליקאנער קעגנער. רוב פון די טראמפ וואוטערס אין מיין סירקעל האבן זיך אפגעשאקלט פון אים נאך זיין בעיבישע אויפפירונג די לעצטע פאר וואכן, איינער פריער און איינער שפעטער. די פאר פארבליבענע הארד-קאר חברה האבן נעכטן נאכמיטאג אוועקגעווארפן די מאגא היטלעך. איך קען יעצט אויף איין האנט ציילן מענטשן ארום מיר וואס שטיצן אים נאכאלץ. מיט דיר איז א סך הכל פון זעקס.

די סברא זאגט אז איבערן לאנד האט ער זיך אויך אפגעפארטיגט מיט די נעכטיגע פרשה. פאליטישאנס זענען נישט סואיסיידעל, זיי ווילן געווינען און געווענטליך ווייסן רוב פון זיי וואס זיי דארפן טון צו באקומען מער וואוטס.

קען א רעפאבליקאנער געווינען אן שטיצע פון טראמפ? כ'בין נישט זיכער. אבער ס'זעהט אויס אז זיי ווייסן אז זייערע שאנסן זענען היינט גרעסער צו געווינען אן אים ווי מיט אים.


.
דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 11:40 am#465263
'זיי' ווייסן. 'זיי' האבן אויך געוויסט אז טראמפּ קען נישט געווינען. 'זיי' האבן אויך געוויסט אז טראמפּ גייט זיך צוגרינד לייגן. 'זיי' האבן נישט גערעכנט אז ער וועט האבן צום צווייטן טערמין אמווייניגסטנס פופצן מיליאן מער וויילער ווי די ערשטע מאל!

הוגה קען יעצט זאגן אז ער האט פארלוירן שטיצע. ווייל יעצט איז נישט דא קיין וויילן ממילא קען מען עס נישט אויפווייזן. אבער ווען מ'האט יא געקענט זעהן די מציאות איז עס געווען אז 'זיי' ווייסן גארנישט.

הוגה איז נישט געווען מיט איהם נאָוו 3, און ער איז ווייטער נישט.
דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 12:26 pm#465264
קורקלענד האט געשריבן:ס'נישט נאר כלל ישראל ס'איז אמווייניגסטנס פיר און זיבעציג מיליאן וויילער. אדער רוב רבו פון אמעריקאנער בירגער. פון וועם מ'האט בשט נפש גע'גנב'ט און זיי פרובירן עס צו ראטעווען.


אינטערעסאנט וויאזוי מען פארגעסט אלעמאל פון די 81,000,000 וויילער וואס האבן געוועלט אז זיי ווילן אים ארויס.
ער האט טאקע באקומען 74,000,000 שטימען, אבער רוב האלטן זיי האבן פארלוירן.
דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 12:28 pm#465265
קורקלענד האט געשריבן:אויב האט ער נישט טראמפּ'ס שטיצע האט ער נישט וואס צו לויפן.



טראמפס שטיצע איז א liability היינט.
טראמפ אליינס וועט שוין נישט קענען לויפן נאכאמאל.
נאך די נעכטיגע פיאסקא גייען די רעפאבליקאנער נישט גלייבן פאר א מינוט אז ער קען זיי געבן די עלעקשאן.
דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 1:08 pm#465268
קורקלענד האט געשריבן:'זיי' ווייסן. 'זיי' האבן אויך געוויסט אז טראמפּ קען נישט געווינען. '


קאם אן. יעצט ביסטו נישט אויפריכטיג. כ'האב געמיינט אז דו ביסט בעסער ווי די טראמפ שטיצער וואס די מינוט איינער זאגט איין האלבע קרומע ווארט אויף טראמפ איז ער פלוצלינג אלעמאל געווען א לוזער, שלעכטע וכולי. אנדערש ווי מיך, 'זיי' האבן געשטיצט טראמפ צוזאמען מיט די 74 מיליאן מענטשן אויף נאוועמבער 3 ,אבער יעצט שטיצן זיי אים מער נישט. איז וואס גייסטו מיר זאגן? אז ביז נאוועמבער 3 זענען זיי געווען וואויל, קלוג, נארמאל וכולי און יעצט זענען זיי פארגארנישט געווארן העיטערס?

איך זאג נישט אז טראמפ האט שוין נישט קיין שטיצע בכלל, אבער די סברא, און אויך אנעקדאטאל עווידענס, זאגט אז עס איז גאר ווייט פון 74 מיליאן. אדרבא, צייג מיר אויף וואס דיין הנחה איז באזירט?



.
דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 1:27 pm#465269
בת קול האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:ס'נישט נאר כלל ישראל ס'איז אמווייניגסטנס פיר און זיבעציג מיליאן וויילער. אדער רוב רבו פון אמעריקאנער בירגער. פון וועם מ'האט בשט נפש גע'גנב'ט און זיי פרובירן עס צו ראטעווען.


אינטערעסאנט וויאזוי מען פארגעסט אלעמאל פון די 81,000,000 וויילער וואס האבן געוועלט אז זיי ווילן אים ארויס.
ער האט טאקע באקומען 74,000,000 שטימען, אבער רוב האלטן זיי האבן פארלוירן.

בּעלאָטס זענען נישט קיין וויילער און נישט קיין שטימעס.