פארומס › קען נאך טראמפ געווינען?

קען נאך טראמפ געווינען?

318 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14327
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
זונטאג נאוועמבער 29, 2020 5:06 pm#463364
א געריכט אין דזשארדזשיע האט ארויסגעגעבן אן אורטייל אז די מאשינען וועלכע זענען געניצט געווארן אין די וואלן טאר נישט פארמעקט ווערן נאך וואס סידני פאועל האט אריינגעגעבן א פארלאנג צו קענען איבערקוקן די מאשינען.
📎 photo_2020-11-29_17-03-45.jpg
זונטאג נאוועמבער 29, 2020 5:07 pm#463365
די ריקאונט אין וויסקאנסין וואס די טראמפ קאמפיין האט פארלאנגט און געצאלט אן אסטראנאמישע סומע פאר א ריקאונט אין צוויי גרויסע קאונטיס, איז אפציעל פארטיג, און האט צוגעלייגט 87 שטימען פאר ביידען.
זונטאג נאוועמבער 29, 2020 7:56 pm#463369
לין וואד זאגט אין א טוויט אז די ריכטער האט צוריקגעצויגן פון דעם פסק.
📎 photo_2020-11-29_19-53-58.jpg
זונטאג נאוועמבער 29, 2020 7:57 pm#463370
טראמפ קאמפיין לויער דזשענע עליס האט ארויסגעלייגט דעם פאלגענדן סטעיטמענט איבער די וויסקאנסין ריקאונט.
📎 photo_2020-11-29_19-56-44.jpg
מאנטאג נאוועמבער 30, 2020 2:14 am#463385
און צום דריטן מאל!

דער ריכטער האט נארוואס צוריקגעצויגן פונעם צווייטן פסק, און ווידעראמאל פארבאטן צו פארמעקן אינפארמאציע פון די דאמיניען מאשינען.
📎 photo_2020-11-30_00-22-39.jpg
מאנטאג נאוועמבער 30, 2020 6:36 pm#463426
טראמפ קאמפיין לויער דזשענע עליס אין א טוויט נאך וואס אריזאונע האט סערטעפייד זייערע שטומען פאר די ארטיגע געווינער דזשאו ביידען.

דאס איז אין די צייט וואס א היערינג קומט יעצט פאר מיט די אריזאונע לעגיסלעיטער'ס איבער וואל פעלטשונגען.
📎 photo_2020-11-30_18-35-28.jpg
מאנטאג נאוועמבער 30, 2020 10:57 pm#463443
אין א געווינס פאר די רעפאבליקאנע פארטיי האט א ריכטער נאכגעגעבן א פארלאנג פון אן אנקלאגע אין אריזאונע צו קענען איבערקוקן א צאל מעיל-אין בעלאטן ענוועלאופס און זייערע חתימות, ווי אויך געוויסע דאפעלטע בעלאטן.
📎 photo_2020-11-30_22-52-45.jpg
דינסטאג דעצעמבער 1, 2020 2:47 am#463446
פרעזידענט טראמפ אין א טוויט זאגט אז א ריכטער אין נעוואדע האט פארארדענט אן איבערזיכט אויף די עלקשן עקוויפטמענט געניצט ביי די וואלן.
📎 photo_2020-12-01_02-47-23.jpg
דינסטאג דעצעמבער 1, 2020 9:07 am#463456
די מער מען זעהט וואס קומט פאר, קען מען ארויסציען איין מסקנא: איך ווייס נאך נישט אױב דא איז געוועהן וואוטער פראוד אדער נישט, אבער די לינקע און אסאך רעכטע האבן אזוי פיינט טראמפ, אז אסאך האלטן אז עס איז כדאי צו מאכן אביסעל פראוד כדי אים צו באזייטיגן, און אפילו אויב נישט לכתחילה, עכ"פ בדיעבד האלטען א פארמאכטע אויג אויף וואס איז געוועהן.

ווען טראמפ האט געוואונען דאס ערשטע מאל, האבן זיי זיך בכלל נישט געפוילעצט, נאר געמאכט אינוועסטיגאציע אױב רוסלאנד האט געהאט א שייכות, און געהאלטן פאר זיכער אז ער האט נאר געוואונען דורך רוסלאנד, און געהאלטן אז מען דארף נאר אויפווייזן אז טראמפ האט געהאט שייכות מיט רוסלאַנד.... געענדיגט האט זיך עס מיט א גרויסע פארץ, אבער דאס מאל ווען עס זענען דא פלענטי אנצייגן אז עפעס האט דא פאסירט נישט נארמאל איז די עף.בי.איי. שטיל, און אפילו דער יוסטיץ דעפט. שטיל, פאר איין סיבה - דער שנאת הטראמפ פון אנדערע אין מאכט איז גאר גרויס.

און דאס איז אין דער פרייער אמעריקא.
דינסטאג דעצעמבער 1, 2020 10:10 am#463460
טראמפ זאגט, אז פארדעם מאמענט איז ער בכלל געלאפן
דינסטאג דעצעמבער 1, 2020 3:11 pm#463472
די טראמפ קאמפיין האט געפיילט א פרישע אנקלאגע אין די וויסקאנסין סופרים קארט.
📎 photo_2020-12-01_15-10-46.jpg
דינסטאג דעצעמבער 1, 2020 3:12 pm#463473
אטורני דזשענערעל באר: עס איז נישט דא קיין באווייזן אויף וואל פעלטשונגען גענוג צו טוישן די וואל אויסגאנג!
📎 photo_2020-12-01_15-11-48.jpg
דינסטאג דעצעמבער 1, 2020 3:13 pm#463474
מה בכך
אטורני דזשענערעל באר: עס איז נישט דא קיין באווייזן אויף וואל פעלטשונגען גענוג צו טוישן די וואל אויסגאנג!

טיפיקל ער זאל ווערן ווערן געפייערט און די קומענדיגע פאר טעג... 😂 😂
דינסטאג דעצעמבער 1, 2020 3:14 pm#463475
טראמפ קאמפיין סטעיטמענט איבער באר'ס קאמענטארן.
📎 photo_2020-12-01_15-14-19.jpg
דינסטאג דעצעמבער 1, 2020 3:18 pm#463477

“To date, we have not seen fraud on a scale that could have affected a different outcome in the election,” Barr told the AP.

מיינט ער צו זאגן דערווייל.

ער האט שוין אויך גענוג געהאט פין טראמפ.
דינסטאג דעצעמבער 1, 2020 8:09 pm#463499
טיפיקעל פעיקנוז
דינסטאג דעצעמבער 1, 2020 9:09 pm#463500
ס'רוק'ן זיך די טעג און וואכן... למעשה האט נאך גארנישט דראסטיש פאסירט
דינסטאג דעצעמבער 1, 2020 10:58 pm#463509
yn.NY
ס'רוק'ן זיך די טעג און וואכן... למעשה האט נאך גארנישט דראסטיש פאסירט

אפילו די פארברענטע טראמפ שטיצער געבן שוין אויף...
דינסטאג דעצעמבער 1, 2020 10:59 pm#463510
קלארשטעלונג פון די יוסטיץ דעפארטמענט איבער די פרעסע באריכטן איבער באר'ס קאמענטארן.
📎 photo_2020-12-01_22-59-29.jpg
דינסטאג דעצעמבער 1, 2020 11:01 pm#463511
מענין לענין שלא באותן ענין
טראמפ זאגט אז ער גייט וועטאואירן א וויכטיגע ביל וואס באשטעטיגט די פאנדס פאר די דעפענס דעפארטמענט אויב עס גייט נישט אנולירן סעקשן 230 וואס געבט שיץ פאר די גרויסע סאשעל מידיא נעטווארקס אז מען זאל זיי נישט קענען קלאגן אין געריכט.
📎 photo_2020-12-01_23-00-28.jpg
דינסטאג דעצעמבער 1, 2020 11:02 pm#463512
די פענסעלוועניע אנקלאגע איז אפציעל געפיילט געווארן צום סופרים קארט!
📎 photo_2020-12-01_23-02-13.jpg
דינסטאג דעצעמבער 1, 2020 11:31 pm#463515
טעד קרוז אין א בריוו בעהט פון די סופרים קארט אויסצוהערן די עמערדזשענסי אפיעל.
📎 photo_2020-12-01_22-41-10.jpg
דינסטאג דעצעמבער 1, 2020 11:32 pm#463516
מה בכך
טעד קרוז אין א בריוו בעהט פון די סופרים קארט אויסצוהערן די עמערדזשענסי אפיעל.

צווייטע חלק
📎 photo_2020-12-01_19-01-49.jpg
דינסטאג דעצעמבער 1, 2020 11:47 pm#463517
די מצב איז גאָר שמאָל. מ'האלט שוין ביי גסיסה, מ'דארף שטארק מעורר רחמים זיין.
מיטוואך דעצעמבער 2, 2020 12:20 am#463518
קורקלענד
די מצב איז גאָר שמאָל. מ'האלט שוין ביי גסיסה, מ'דארף שטארק מעורר רחמים זיין.

יאלא פליפ ארויס א בי"ד צעטל ....
א דרינגעדע עצרת תפילה וזעקה...
מיטוואך דעצעמבער 2, 2020 12:53 am#463519
שטותים והבלים! ונהפוך הוא, פונקט פארקערט, נאר די מידיע האלט ביי גסיסה... זיי מאכען קולות ווי א געשאכטענעם חזיר! נו געב שוין אויף, ס'נישט קיין יושר אויפצוהאלטן דעם פאלק...

נישט געזארגט, אלעס גייט גענוי ווי געפלאנט, און ס'איז ספעציעל אויסגעשטעלט צו גיין צום סופרים קארט די לעצטע מינוט, און ערלעדיגן דאס וואס געזעץ און קאנסטיטוציע געבט פאר פאר יעדן רעכטער בירגער אינעם יושר'דיגן פראצעס.

מה לכהן בבית הקברות, וואס זוכט א אמת זוכער אין די מעין סטרים מעדיע?
ס'דא כמה ריכטיגע מקורות ווי איר קענט הערן די אמת, און טאקע בלויז אמת. מעקט אויס די אלע פארשאלטענע שקרנים פון אייער נייעס ליסטע. אט האט איר קראנטע סחורה.

https://www.youtube.com/c/DylanDoesTV

https://www.youtube.com/c/TheTruthDetector

https://www.youtube.com/Donaldtrump

https://www.youtube.com/c/JosiahRises

https://www.youtube.com/c/REDAudioX

https://www.youtube.com/c/DylanDoesTV

https://www.youtube.com/channel/UCQ46mS ... vUr2gX0RPw

https://www.youtube.com/c/NewsmaxtvLive

https://www.youtube.com/c/RudyWGiuliani

כ'האב עס נישט געלייגט אויפ'ן סדר פון אינטערעסאנטקייט. אדרבה, וועלט אויס וועלכע איר גלייכט בעסער, קערצערע צו לענגערע שטיקער 'עכטע' נייעס
פאלט נישט פאר די שקרנים אין זייערע פארשאלטענע נעצן. פליז, מ'האלט שוין ממש פאר שלחן עורך
מיטוואך דעצעמבער 2, 2020 12:58 am#463520
ביסט גערעכט, ווייל איך הער אויך אז טורענהיים זאגט נאך אלץ אז מען וועט זעהן אז טראמפ בלייבט פרעזידענט.

און לעצם הענין, אפילו טאמער איז געוועהן פראוד אויף א מאסיווע פארנעם ווי טראמפ זאגט, קען איך נישט זעהן דער סאפרים קארט פסק'נען לטובת טראמפ ווען די נייעס און די לינקע מאכען טראמפ אזוי ביליג.

אבער פאר נביאות איז טורענהיים מער באגלייבט.
מיטוואך דעצעמבער 2, 2020 9:32 am#463530
איך האב געהערט לעצטנס א טענה פאר די וואס רעדן זיך איין אז אין סופרים קאורט וועט טראמפ אויספאקן זיינע מעכטיגע טענות, אז דאס איז נישט די וועג וויאזוי די סופרים קאורט ארבעט, ווען מען קומט מיט ארגומענטן וואס מ'האט נישט אויפגעברענגט אין די קלענערע געריכטן שיקן זיי עס צוריק צו זיי, זיי פסק'נען נישט עפעס וואס איז נישט געווען אין די קלענערע געריכטן, חוץ טאמער ס'וועט למעלה מדרך הטבע אזויווי די מקובלים זאגן, דעמאלטס קומען נישט אריין קיין לאגישע קשיות.
מיטוואך דעצעמבער 2, 2020 9:50 am#463533
אין די פאל האבן זיך די קלענערע געריכטן אינגאנצן אפגעזאגט פון לאזן ארויפברענגען און אויספאקן סיי וועלכע טענות, און זיי האבן ארויסגעווארפן יעדע אנקלאגע איידער זיי האבן עס אפי' געליינט. מאנכע זאגן אז אין אזא פאל קען זיין אנדערש.
מיטוואך דעצעמבער 2, 2020 9:56 am#463534
קוויטל טייערע. ס'איז אמת אז די מידיא איז פאלש און אז טראמפּ איז גערעכט און בייזוויליגע אינטערעסן זענען אין דער צד שכנגד. ס'טוישט אבער נישט די פאקט אז די צד שכנגד איז פיל שטערקער און ווי ס'זעהט אצינד אויס האלט טראמפּ ביי גסיסה. וואס א טאג ס'גייט אדורך ווערן טראמפּ'ס שאנסן שמעלער.
מיטוואך דעצעמבער 2, 2020 2:10 pm#463551
מיר קוקט שוין אויס ווי מ'האלט שוין נאך יציאת נשמה, מ'ווארט אויפן קבורה ווייל די נפטר איז נאך נישט רעדי.
מיטוואך דעצעמבער 2, 2020 4:12 pm#463560
תרמב
מיר קוקט שוין אויס ווי מ'האלט שוין נאך יציאת נשמה, מ'ווארט אויפן קבורה ווייל די נפטר איז נאך נישט רעדי.

קוק אויף בעסערע פלעצער וועט דיר נישט ''אויסקוקן'' שלעכט
מיטוואך דעצעמבער 2, 2020 5:11 pm#463566
קוויטעל
תרמב
מיר קוקט שוין אויס ווי מ'האלט שוין נאך יציאת נשמה, מ'ווארט אויפן קבורה ווייל די נפטר איז נאך נישט רעדי.

קוק אויף בעסערע פלעצער וועט דיר נישט ''אויסקוקן'' שלעכט

מגייט נישט לויט די אויסקוק מגייט לויט פאקטן
מיטוואך דעצעמבער 2, 2020 5:36 pm#463570
מה בכך
קוויטעל

קוק אויף בעסערע פלעצער וועט דיר נישט ''אויסקוקן'' שלעכט

מגייט נישט לויט די אויסקוק מגייט לויט פאקטן

# הוא מותיב והוא מפרק
דאנערשטאג דעצעמבער 3, 2020 6:14 pm#463614
https://www.youtube.com/watch?v=aRigdmc ... e=emb_logo

https://www.youtube.com/watch?v=HA2DWMHgLnc

נאכן קוקן דעם ווידיאו, זאגט מיר צו ס'נישטא קיין עדות און באווייזן אויף קאראפציע בגדול

יעדע שופט וואס וועט זאגן אז די בחירות איז בסדר, איז חבר לאיש משחית, א נידריגע חי' טורף
דאנערשטאג דעצעמבער 3, 2020 7:32 pm#463626
שאקירענדע ווידיאו פארגעשטעלט ביי די דזשארדזשיע היערינג היינט!

אום 10:30 איז די שטוב אויסגעליידיגט געווארן, פיר מענטשן זענען דארט געבליבן, און די ווידיאו צייגט וויאזוי טויזענטער בעלאטן ווערן ארויסגענומען פון רענצלעך פון אונטער א טיש און ווערן געציילט!
דאנערשטאג דעצעמבער 3, 2020 7:33 pm#463627
מה בכך
שאקירענדע ווידיאו פארגעשטעלט ביי די דזשארדזשיע היערינג היינט!

אום 10:30 איז די שטוב אויסגעליידיגט געווארן, פיר מענטשן זענען דארט געבליבן, און די ווידיאו צייגט וויאזוי טויזענטער בעלאטן ווערן ארויסגענומען פון רענצלעך פון אונטער א טיש און ווערן געציילט!

1. די שאלה איז וויפל בעלאטן עס איז, און אויב ס'גענוג צו טוישן די רעזולטאטן.

2. קען זיין א סימפל עקספלענעישאן אונטער די ווידעא.
דאנערשטאג דעצעמבער 3, 2020 7:34 pm#463628
אין אריזאונע האט א ריכטער באשטימט אז מען זאל איבערקוקן א סעמפל פון הונדערט בעלאטן, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז צוויי פון די הונדערט זענען נישט געוועזן גוט. איין טראמפ וואוט איז בכלל נישט גערעכנט געווארן, און א צווייטע טראמפ וואוט איז גאר גערעכנט געווארן פאר ביידען!

דאס קומט אויס א דריי פראצענט עראר לטובת ביידען, יעצט האט די ריכטער באשטימט אז א גרעסערע צאל בעלאטס זאלן איבערגעקוקט ווערן.
דאנערשטאג דעצעמבער 3, 2020 7:35 pm#463629
קאנגרעסמאן מאו בראקס האט געזאגט אז ער וועט טשעלענדזשן די עלעקטארל וואוט אום יאנואר 6 ווען קאנגרעס נעמט עס אפציעל אן.

אויב שטעלט זיך אפילו נאך איין סענעטאר צו מיט אים, דאן גייט עס צו א פולע וואוט צו מען זאל עס אננעמען צו נישט, אין קאנגרעס - וואו די דעמאקראטן האבן די מערהייט.
דאנערשטאג דעצעמבער 3, 2020 7:36 pm#463630
קאנגרעסמאן פון טעקסאס רופט צו שטעלן א ספעציעלע קאונסיל אויסצופארשן די פרעזידענטליכע וואלן.
📎 photo_2020-12-03_19-35-46.jpg
דאנערשטאג דעצעמבער 3, 2020 10:26 pm#463639
הער אויס אביסעלע פרטים, ס'נאך דא געווער אומבאנוצט

https://www.youtube.com/watch?v=DIfUs4XvWco
פרייטאג דעצעמבער 4, 2020 12:29 am#463640
קוויטעל
הער אויס אביסעלע פרטים, ס'נאך דא געווער אומבאנוצט

https://www.youtube.com/watch?v=DIfUs4XvWco

קון אריין קלאר מיט דעטאלן וואס זאגט ער דארט ?
פרייטאג דעצעמבער 4, 2020 8:41 am#463652
מה בכך
קוויטעל
הער אויס אביסעלע פרטים, ס'נאך דא געווער אומבאנוצט

https://www.youtube.com/watch?v=DIfUs4XvWco

קון אריין קלאר מיט דעטאלן וואס זאגט ער דארט ?

ביסט לכאורה געווען פויל צו הערן די גאנצע...
פרייטאג דעצעמבער 4, 2020 1:45 pm#463668
קוויטעל
מה בכך
קוויטעל
הער אויס אביסעלע פרטים, ס'נאך דא געווער אומבאנוצט

https://www.youtube.com/watch?v=DIfUs4XvWco

קון אריין קלאר מיט דעטאלן וואס זאגט ער דארט ?

ביסט לכאורה געווען פויל צו הערן די גאנצע...

זעקלי
מוצ"ש דעצעמבער 5, 2020 6:22 pm#463682
טורענהיים זאגט אז זאת חנוכה געווינט טראמפ יר"ה
מוצ"ש דעצעמבער 5, 2020 7:44 pm#463686

אישתישבי
טורענהיים זאגט אז זאת חנוכה געווינט טראמפ יר"ה
מוצ"ש דעצעמבער 5, 2020 10:14 pm#463699
מה בכך
:lol: 😂 😂
אישתישבי
טורענהיים זאגט אז זאת חנוכה געווינט טראמפ יר"ה

איך פרעג פאר נייגעריקייט. וואס וועסטו טוהן אויב טראמפ ציהט ארויס א געווינס פונקט אום זאת חנוכה? וועסט גיין קושן טורנהיים'ס פוס? אדער זיך סתם מזכיר זיין?
מוצ"ש דעצעמבער 5, 2020 10:45 pm#463704
תרמב
מה בכך
:lol: 😂 😂
אישתישבי
טורענהיים זאגט אז זאת חנוכה געווינט טראמפ יר"ה

איך פרעג פאר נייגעריקייט. וואס וועסטו טוהן אויב טראמפ ציהט ארויס א געווינס פונקט אום זאת חנוכה? וועסט גיין קושן טורנהיים'ס פוס? אדער זיך סתם מזכיר זיין?

עסן א רעטשענע לאטקע להודות ולהלל ... וזהו.
מוצ"ש דעצעמבער 5, 2020 11:17 pm#463705
איך פרעג מיט א תמימות. טאקע ווייל איך האב נישט דורכגעאקערט די נושא. וואס איז די תירוץ און אוקימתא אויף די ווידיאו פון דזשארזשע? זעהט מען דען נישט שווארץ אויף ווייס אז עפעס פישי גייט דא פאר?!
מוצ"ש דעצעמבער 5, 2020 11:29 pm#463706
תרמב
מה בכך
:lol: 😂 😂
אישתישבי
טורענהיים זאגט אז זאת חנוכה געווינט טראמפ יר"ה

איך פרעג פאר נייגעריקייט. וואס וועסטו טוהן אויב טראמפ ציהט ארויס א געווינס פונקט אום זאת חנוכה? וועסט גיין קושן טורנהיים'ס פוס? אדער זיך סתם מזכיר זיין?

וועל איך אים פרעגן וועלכע סטאק גייט ארויף מארגען.