הויפט זייט » וואס זאגן עקספערטן וועגן פשוט'ע קאראנא מאסנאמען?
וואס זאגן עקספערטן וועגן פשוט'ע קאראנא מאסנאמען?
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDTשריפט
63 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14344
מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 3:21 am#463096
דאס איז נישט פון די ״מעינסטרים סייענטיסן״...
ווען איך גיי צו א דאקטער וויל איך נישט הערן וואס די אנטי וועקסערס האבן צוזאגן.
איך וועל הערן וואס ״רוב דאקטורים״ האבן צו זאגן.
גענוג און נאך דאקטורים האלטן אסאך זאכן.
A Right-Wing Think Tank Is Behind the Controversial Great Barrington Declaration Calling for COVID-19 Herd Immunity
m https://www.resilience.org/stories/2020 ... -immunity/ m
Scientists Are Slamming The Great Barrington Declaration’s Call For “Herd Immunity”
m https://www.buzzfeednews.com/article/st ... ash-letter m

מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 9:01 am#463105
די צוויי ארטיקלען וואס איר ברענגט זענען נישט געשריבן דורך דאקטוירים, דעריבער איז עס נישט נוגע. מיין מבינות איז נאך אזוי גוט ווי מעין סטריעם מידיא. העניך האט געפרעגט פאר עקספערטן, דאקטוירים און עפעדימיאלאגיסטן. ביטע לאזן פאליטיק אינדערויסן.
מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 9:58 am#463112
ATUB @שבת אחים ATUB , איך האב נישט דווקא געבעטן מעינסטריעם מיינונג, נאר טאקע אפילו מיינונגען וואס זענען נישט מקובל, אבער קומען דאך פון מומחים אין דעם פעלד. ווי עס קוקט אויס האט דאס ATUB @קורקלענד ATUB צוגעשטעלט.
עס בלייבט מיר נאר איבער זען וואס גענוי די ענטפערס אויף מיינע פראגעס זענען לויט דער דעקלעראציע. דאס זעט מען קלאר, און קורקלענד האט מודה געווען, אז זיי פארלאנגען היגיענע - א זאך וואס עקזיסטירט נישט אין אונזערע בתי מדרשים און ס'איז בכלל נישטא קיין שום דגוש דערויף. און אז מ'מאכט א ריזיגע שמחה מיט טויזנטער מענטשן אן קיין שום דגוש און פארלאנג אז יעדער מוז זיך זייפן די הענט, איז דאס אן עון בלתי יכופר אפילו לויט די בערינגטאן מומחים.
איך בין אבער נאך נישט אזוי קלאר צי די זעלבע מומחים וואלטן געווען אקעי מיט א ריזיגער אין-דאר פארזאמלונג וואו מ'איז עומדים צפופים שעות אריכות, מיט הונדערטער מענטשן וואס זענען אין דער ריזיקאלישער קאטעגאריע פאר קאראנאווירוס.
חוץ מזה איז דאס איז עס היבש אן אויפרייס צו זאגן אז די חסידישע געזעלשאפט נעמט אפיציעל אן די מיינונג אז "הערד אימיוניטי" איז דער ריכטיגער מהלך זיך אומצוגיין יעצט.

מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 10:45 am#463114
גערעכט אז מ'דארף טוהן פיל מער בנוגע וואשן די הענט. יעדע זאל וואלט געדארפט האבן סעניטייזער דיספענסערס אויף אלע טישן פונקט ווי זאלץ און פעפער, און אויך אויף די ווענט און ביי יעדע טיר. אויך וואלט מען געדארפט שרייבן מערערע און גרעסערע דיסקלעימערס פאר די עלטערע לייט.
פערזענלעך בין איך גראדע רינג און געזונט. קאראונא האב איך נאכנישט געהאט, און אפי' איך האב כמעט נישט קיין שאנס פון האספיטאליזאציע וויל איך עס נישט כאפן. דעריבער שטיי איך אוועק פון חתונות און ווען איך גיי יא איז אריין ארויס. אדער שטייט מען אין א ווינקל. א מאסק טראגן איך נישט ווייל איך בין איבערצייגט אז ס'ארבעט נישט.
דארף מען זעהן וויאזוי מ'קען אויפטוען אויף די געביטן. אראפרייסן מיט שפאנענדע שארפע ארטיקלען וועט לכאורה נישט ארבעטן. אבער צו עפענען האנט סעניטייזער ארגענעזאציע וואס שאפט די געלט און איז עס מפיץ אין זאלן און בתים מדרשים האט לכאורה אסאך א גרויסע פאטענציאל צו ראטעווען די סיטואַציע.

מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 4:02 pm#463119
צו דרייען דעם טיש צו אייך
איך וויל אייך פרעגן פון א אידישע שטאנדפונקט.
פעיס פעקט, א רובא דמנכרא פון אונז האבן שוין געהאט די וויירוס, רוב פון אונז וואס האבן דאס געהאט ימים טובים צייט איז געווען אויף א גריגע אופן, אפי' די עלטערע וואס האבן דאס יא געהאט שווער האבן דאס איבערגעלעבט. (נישט אז דאס בערעכטיגט זיי אויף די יסורים וואס זיי האבן יא געהאט)
מיר אלע פאלגן נישט אויס די רעגולאציעס למחצה ולשליש, און סאיז קיין פראבלעם, סיי ווייל מען זעהט נישט די טויטליכע תוצאות. און פון א געזעלשאפטליכע שטאנדפונקט איז דאס נישט קיין פראבלעם ווייל "קיינער" ,"קיינער" ,פאלגט דאס נישט פולקאם. און א פראמינענטע פראצענט פון די אלגעמיינע באפעלקערונג פייפט זיך אן אויף א "אידישליכע אופן" פונקט ווי אונז.
וויל איך אייך פרעגן, ביטע ענטפערן אויפריכטיג
1. וואס האלט איר בנוגע מאכן מנינים איצט?
2.גרויסע מעגא מנינים ימים נוראים?
3.הקפות?
4.מוסדות מעגן זיין אפן?
פארשטייט זיך, ווי מער מען קען זיך פארהוילן פון די גאס איז אלס בעסער און געזונטער. אבער צווישן אונז, וואס האלט איר בנוגע די אלע זאכן?

מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 8:03 pm#463124
מנחם ציון, איך אפרישיעיט דיין עפפארט אין שרייבן די פראגעס, אבער אין דעם אשכול איז דאס נישט די נושא. קענסט גערן עפענען א נייעם אשכול און כ'וועל דארטן בע"ה ענטפערן.
מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 8:23 pm#463125
קורקלענד האט געשריבן:העניך טייערע. איך האב איצט גענדיגט ליינען די גרייט בארינגטאן דעקלעראציע. אונטערגעשריבן דורך פילע עפעדימיאלאגיסטן. און איך זעה דארט.
1) יא
2-3) זיין געווארענט מיט וואשן די הענט
4) יא
זיי שרייבן קלאר אז מ'זאל מאכן גרויסע צוזאמענקומען, און אז מ'זאל 'נישט' אפהאלטן אפי' וואלנערבל פערזאנען פון זיך באטייליגן.
איך האף אז די קלארשטעלונג וועט פארמאכן אייערע ספיקות.
מאסקעס דיסקוסירן זיי נישט.
היות דער דאזיגער אשכול איז א פארזוך צו טרעפן א קלארן מהלך וואס קען פארענטפערן אונזער הנהגה, האב איך מיך נישט געפוילט, און איך האב אפגעשיקט אן אימעיל צו די ערשטע צען עקספערטן וואס זענען אונטערגעשריבן אויף דעם "גרעיט בארינגטאן דעקלעראציע" צו הערן זייער קלארע מיינונג. איך האב שוין באקומען ענטפערס פון דריי עקספערטן, און איך וועל זיי בקרוב אי"ה פרעזענטירן אין א באזונדערן אשכול.
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 11:04 am#463167
זונטאג נאוועמבער 29, 2020 2:25 am#463339
העניך. דא האט איר אצינד נאך א מעדיצינישע עקספערטס מיינונג, ספעציפיש איבער טאקע יענע קאנטראווערסיאלע חתונה און וועגן די גרויסע קידוש השם וואס ס'האט גורם געווען.
זונטאג נאוועמבער 29, 2020 10:06 am#463342
כ'זע נישט אין דעם ארטיקל קיין איין ווארט וועגן א מעדיצינישער מיינונג צי אזא מסיבה איז אויסגעהאלטן. ער ברענגט ארויס זיין פאליטישע מיינונג אז די רעגירונג האט זיך נישט וואס אריינצומישן.
די נושא דא איז נישט צי די רעגירונג מעג זיך אריינמישן. נאר צי ס'איז דא דאקטוירים און עקספערטן וואס זאגן אז מ'מעג מעדיציניש טון די אלע זאכן.

זונטאג נאוועמבער 29, 2020 2:28 pm#463351
קורקלענד האט געשריבן:העניך. דא האט איר אצינד נאך א מעדיצינישע עקספערטס מיינונג, ספעציפיש איבער טאקע יענע קאנטראווערסיאלע חתונה און וועגן די גרויסע קידוש השם וואס ס'האט גורם געווען.
העניך רעדט צו דר. מיטשעל העלער וועגן דער סאטמארער חתונה