Under maintenance
הויפט זייט » וואס זאגן עקספערטן וועגן פשוט'ע קאראנא מאסנאמען?

וואס זאגן עקספערטן וועגן פשוט'ע קאראנא מאסנאמען?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
63 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14344
דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2020 7:35 pm#462758
וואס זאגן עקספערטן וועגן פשוט'ע קאראנא מאסנאמען?
יעדער ווייסט אז דעמאקראטן האבן א נטיה פאר שטרענגערע געזונטהייט מאסנאמען קעגן קאוויד-19, און רעפובליקאנער האבן א נטיה פאר גרינגערע מאסנאמען. עס זענען פאראן גרויסע חילוקי דעות צי לאק-דאונס העלפן, טעסטינג, ווי שטרענג מ'דארף זיין מיט פארלאנגען מאסקעס, וכדומה. ביידע צדדים קענען ברענגען עקספערטן לכאן או לכאן. אנטאני פאוטשי איז באקאנט פאר דער מער חומרא'דיגער צוגאנג, און אנדערע דאקטוירים, צב"ש סקאט אטלאס, זענען מער מקיל און האלטן אז מ'דארף זיין לייכטער.

וויל איך דא פרעגן לשיטת המקילים:

1. זענען דא עקספערטן וואס זאגן אז מ'מעג מאכן ריזיגע אין-דאָר פארזאמלונגען אן קיין שום סאשעל דיסטענסינג?

2. זענען דא עקספערטן וואס זאגן אז מ'מעג זיך געבן די האנט כאילו לא היה?

3. זענען דא עקספערטן וואס זאגן אז ווען מ'קומט אריין צו א געפאקטן מקום ציבור וואו מ'גיט זיך די הענט, איז נישט רעקאמענדירט אז מ'זאל זיך פריער זייפן די הענט?

4. זענען דא עקספערטן וואס זאגן אז מאסקעס העלפן בכלל נישט, און מ'דארף עס נישט גיין אין קיין שום פאל, אפילו צווישן א געפאקטן ציבור?


איך פרעג די אלע פראגעס נישט ווייל כ'וויל איינעם טשאלענדזשן, נאר כ'וויל באמת וויסן. כ'וואלט דאנקבאר געווען אויב מ'קען קלאר ענטפערן אויף יעדער פראגע באזונדער, און צושטעלן א לינק אדער לינקס וואו כ'קען לייענען די מיינונגען פון דעם עקספערט.
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 1:49 am#462781
איך בין ממש צושוידערט פון די טראגעדיע אין בארא פארק ווי א 33 יעריגע פרוי איז יעצט אוועק פון קאראנא וואס זי האט געכאפט אין די לעצטע וואך צוויי.

איך ווינדער מיך אויך די אלע שאלות וואס העניך פרעגט און וואס איז די תירוץ
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 1:54 am#462783
חתם סופר האט געשריבן:איך בין ממש צושוידערט פון די טראגעדיע אין בארא פארק ווי א 33 יעריגע פרוי איז יעצט אוועק פון קאראנא וואס זי האט געכאפט אין די לעצטע וואך צוויי.

איך ווינדער מיך אויך די אלע שאלות וואס העניך פרעגט און וואס איז די תירוץ

פון די באריכטן האב איך פארשטאנען אז זי האט געהאט א מעדיקל היסטאריע. ממילא צו שרייען אויף געזונטע מענטשן וואס האבן נישט קיין היסטאריע זיך צו היטן מאכט נישט קיין סענס פון אזא מעשה.
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 1:59 am#462784
ס'פילט זיך ווי די קאראנא איז העיר טו סטעי פאר די קומענדיגע פאר יאר זיכער, דאקטאר פאוטשי האט געזאגט אז אפילו עס קומט ארויס די וואקסין זאל מען נאכאלץ אנהאלטן די רעגולאציעס, מענטשן טראכטן ווי לאנג וועט מען אונז איינטיילן וואס צו טון, וויפיל וועט מען רודפ'ן פאר א זאך וואס מען זעהט נישט קיין ענד, צו אסאך שווערע זאכן האט מען זיך צוגעוואוינט, מענטשן רייכערן נאכאלץ אפילו מ'ווייסט אז סאיז נישט געזונט, מען עסן נישט געזונטע עסן אפילו מ'ווייסט אז ס'קען האבן שווערע נאכפאלגן, קיינער זוכט זיך נישט צו שווער מאכן די לעבן.
איך זאג נישט אז עס איז בארעכטיגט, אבער דאס איז לכאורה די מיינדסעט.
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 2:03 am#462785
אפגערעדט אז מיר קוקט אויס אז מען קען אונזערע פאליטישאנס נישט טראסטן אויף גארנישט, זיי שפילן זיך ארום מיט די רעגולאציעס וויאזוי ס'שמעקט זיי, א לוי' ברענגט קאראנע אבער א פראטעסט נישט, ביז די עלעקשאנס איז געווען א סכנה צו גיין אין סקול אבער נאך די עלעקשאנס קען קאומא נישט פארשטיין פארוואס מ'מאכט צו די שולע'ס ועוד ועוד, זיי שפילן פאליטיק און אונז דארפן נאכטאנצן.
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 2:14 am#462786
1) יא. אלע עקספערטן ופאוטשי בתוכם האלטן אז גרויסע פארזאמלונגן איז נישט קיין זאך וואס קען שאטן. ס'ווענדט זיך פשוט וואס פארא מין פארזאמלונג ס'איז. אויב איז די פארזאמלונג לטובת די לינקע לאגער איז עס אויסגעהאלטן. אויב איז עס פאר א קאנטרידיקטינג אידיי דאן איז עס יא א פראבלעם. אבער די עצם קאנצעפט פון א גרויסע פארזאמלונג איז נישט קיין פראבלעם.

2) יא. ס'דא עקספערטן וואס רעקאמענדירן אז געזונטע מענטשן זאלן דייקא נישט ארויסווייזן קיין שרעק און טוהן וואס זיי האבן צו טוהן. און ווידער די מער וואלנערבל זאלן זיך אויסהיטן. זיי צייכן אויך אן אז אזא מהלך וואלט בעסער אויפגעבויט אימיוניטי.

3) ניין. אבער עקספערטן שרייען אויך אז רויכערן הארגעט און א גרויסע עולם מאכט זיך נישט צוטון, טאָ פארוואס זאל איינער דא ערווארטן א בעסערע אדער אנדערע רעאקציע.

4) יא. אלע עקספערטן זענען מודה אז א מאסק איז סתם אזוי נישט געזונט. קיין איין שטודיע האט נאך נישט אויפגעוויזן אז א מאסק העלפט. ס'דא ראיות אז ס'שוואכט אפ די אימיוניטי ווייל ס'נידערט די אקסיגען. אפי' די CDC זאגט אז ס'איז נישט רעקאמענדירט צו טראגן א מאסק ווען מ'איז נישט ציווישן מענטשן. קיין איין עקספערט וועט נישט מתיר זיין אריינצוגיין מיט א מאסק ציווישן פאזיטיוו קאוויד פאציענטן, ווייל ס'ארבעט נישט. די אחריות פון איבערצייגן אויף מאסקעס ליגט אויף די וואס ווילן מחייב זיין און קאוויד גייט שוין אן גענוג לאנג אז מ'זאל קענען וויסן. לעת עצה ווייסן זיי גארנישט.

די אחריות ליגט אויף יעדן באזונדער לויט זיין ריזיקע, די וואס דארפן זיך היטן זאלן זיך ווייטער היטן און די וואס דארפן נישט זאלן טוהן וואס זיי האבן צו טאן. יעדער קען אליינס מעסטן זיין אייגענע ריזיקע.
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 9:04 am#462788
קורקלענד האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:איך בין ממש צושוידערט פון די טראגעדיע אין בארא פארק ווי א 33 יעריגע פרוי איז יעצט אוועק פון קאראנא וואס זי האט געכאפט אין די לעצטע וואך צוויי.

איך ווינדער מיך אויך די אלע שאלות וואס העניך פרעגט און וואס איז די תירוץ

פון די באריכטן האב איך פארשטאנען אז זי האט געהאט א מעדיקל היסטאריע. ממילא צו שרייען אויף געזונטע מענטשן וואס האבן נישט קיין היסטאריע זיך צו היטן מאכט נישט קיין סענס פון אזא מעשה.


עס איז אווממעגליך פאר מענטשן מיט קאנדישאנס זיך צו היטן ווען זייערע ארומיגע טוהן נישט די מינדסטע זיך אפצוהיטן.

און קאנדישאנס קען זיין פון קענסער ביז asthma, פארוואס איז ביי דיר נארמאל אויב זיי גייען יונג?
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 9:13 am#462789
אין די אלגעמיינע וועלט איז יעצט די סיטואציע אז מיט פרעמדע מענטשן האלט מען איין די רעגולאציעס מער ווייניגער, אבער צווישן היימישע הייבט מען עס נישט אן צו טון.

אזויווי היימישע חסידים זענען נאנט איינער מיטן צווייטן ערלויבט מען זיך צו געבן א שמייכל, עס איז נישט אזא געפערליכע זאך דאס זיך געבן די הענט און עס איז גאר אנגענומען.

איך זאג נישט אז עס איז בארעכטיגט אבער די מעטאד פונעם פותח האשכול אנצוצייגן אויף די חסידים אז זיי זענען נישט גענוג פארזיכטיג איז אומבארעכטיגט. און דאס איז חוץ פונעם פאקט אז חסידים האבן געהאט דעם וויירוס א חודש בעפאר די גאס האט עס געקריגן און טאקע וויבאלד זיי זענען געגאנגען געהעריג צו חתונות און אין שול, גיבט נאר א קוק ביי ביידע כוואליעס, סיי פסח און סיי שמחת תורה האבן עס די חסידים געהאט אויף א גרויסער פארנעם אבער יעצט ווערט עס שוין ווייניגער אין די צייט וואס די אלגעמיינע גאס הייבט עס אן צו שפירן.
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 9:28 am#462790
בת קול האט געשריבן:
עס איז אווממעגליך פאר מענטשן מיט קאנדישאנס זיך צו היטן ווען זייערע ארומיגע טוהן נישט די מינדסטע זיך אפצוהיטן.

און קאנדישאנס קען זיין פון קענסער ביז asthma, פארוואס איז ביי דיר נארמאל אויב זיי גייען יונג?


פארוואס דארף מען פייניגן די מיט און אויך די מיט אן קאנדישאנס ווען ס'פעלט נאר אויס צו פייניגן די מיט. איך קען א שיינע פאר מיט קאנדישאנס וואס געבן זיך פיין א עצה. יעדער וואס וויל זיך היטן קען זיך היטן. און קיינער קען זיך סייווי נישט פארלאזן אויף אנדערע.
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 10:05 am#462792
חתם סופר האט געשריבן:איך בין ממש צושוידערט פון די טראגעדיע אין בארא פארק ווי א 33 יעריגע פרוי איז יעצט אוועק פון קאראנא וואס זי האט געכאפט אין די לעצטע וואך צוויי.

איך ווינדער מיך אויך די אלע שאלות וואס העניך פרעגט און וואס איז די תירוץ

איך גיי גלייבן אז איר זיצט טאקע אין שטוב איינגעשפארט, גענצליך איזאלירט פון די מענשהייט. בלויז אריין אין גראסערי און ארויס.
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 10:11 am#462793
דאס איז פון וואשינגטאן פאוסט! איזאלירונגען הרג'ענען פאציענטן.
m https://www.google.com/url?sa=t&source= ... ksqXPqyR9m m


Dementia patients are dying from isolation amid coronavirus pandemic
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 10:14 am#462794
תרמב האט געשריבן:מענטשן רייכערן נאכאלץ אפילו מ'ווייסט אז סאיז נישט געזונט, מען עסן נישט געזונטע עסן אפילו מ'ווייסט אז ס'קען האבן שווערע נאכפאלגן, קיינער זוכט זיך נישט צו שווער מאכן די לעבן.
איך זאג נישט אז עס איז בארעכטיגט, אבער דאס איז לכאורה די מיינדסעט.

מענטשן רייכערן און טוען אנדערע נישט-געזונטע זאכן ווייל מיר זענען גראבע יונגען און קענען זיך נישט מתגבר זיין אויף דעם נפש הבהמיות - גלוי וידוע לפניך חרפתנו וכלימתנו בחיינו ובאחריתנו רמה ותולעה. אבער פובליק פאליסי איז נאך אלץ צו טון געזונטע זאכן, פובליק פלעצער לאזן נישט רייכערן, און מנהיגים אינוועסטירן פלאג און מי מחנך צו זיין מענטשן נישט צו רייכערן.
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 10:15 am#462795
אזוי ווי דו פרעגסט א שאלה אין הלכה, ווען דו זוכסט א היתר, למשל אויף הוצאת ז״ל, וועט דיך א פרימע יוד זאגן, קיין פרימע רב איז נישט מתיר. אויב וועסטו זאגן די אין די רב איז מתיר, וועט יענע זאגן, עה ער איז נישט א פרומע רב...
אויף גאגל קענט איר לייכט טרעפן דוגמאות פון דאקטוירים וואס האלטן אז מאסקס העלפט נישט, אז די בעסטע איז מזאל נישט מאכען קיין סגר, אין ענדערשט לאזן וואס מער מענטשן באקריגן די אנטי באדיס, סזאל זיין א נאטורליכע חיסון, וכדומה. אבער איר גייט דאך זאגן אז זיי זענען נישט קיין עקספערטס, איז האלט דיך מיט דיינע עקספערטס אין איך וועל טוען ווי מיין שכל פארשטייט.
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 10:16 am#462796
תרמב האט געשריבן:אפגערעדט אז מיר קוקט אויס אז מען קען אונזערע פאליטישאנס נישט טראסטן אויף גארנישט, זיי שפילן זיך ארום מיט די רעגולאציעס וויאזוי ס'שמעקט זיי, א לוי' ברענגט קאראנע אבער א פראטעסט נישט, ביז די עלעקשאנס איז געווען א סכנה צו גיין אין סקול אבער נאך די עלעקשאנס קען קאומא נישט פארשטיין פארוואס מ'מאכט צו די שולע'ס ועוד ועוד, זיי שפילן פאליטיק און אונז דארפן נאכטאנצן.

כ'האב איין ווארט גערעדט וועגן פאליטישאנס? כ'רעד פון דאקטוירים און עקספערטן לשיטת המקילים!
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 10:20 am#462797
מפיל קינד האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:איך בין ממש צושוידערט פון די טראגעדיע אין בארא פארק ווי א 33 יעריגע פרוי איז יעצט אוועק פון קאראנא וואס זי האט געכאפט אין די לעצטע וואך צוויי.

איך ווינדער מיך אויך די אלע שאלות וואס העניך פרעגט און וואס איז די תירוץ

איך גיי גלייבן אז איר זיצט טאקע אין שטוב איינגעשפארט, גענצליך איזאלירט פון די מענשהייט. בלויז אריין אין גראסערי און ארויס.

וואס עפעס אריין אין גראסערי? העניך קען נישט מאכן א ארדער אויף די טעלעפאן? פיקוח נפש דוחה הכל!
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 10:21 am#462798
קורקלענד האט געשריבן:1) יא. אלע עקספערטן ופאוטשי בתוכם האלטן אז גרויסע פארזאמלונגן איז נישט קיין זאך וואס קען שאטן. ס'ווענדט זיך פשוט וואס פארא מין פארזאמלונג ס'איז. אויב איז די פארזאמלונג לטובת די לינקע לאגער איז עס אויסגעהאלטן. אויב איז עס פאר א קאנטרידיקטינג אידיי דאן איז עס יא א פראבלעם. אבער די עצם קאנצעפט פון א גרויסע פארזאמלונג איז נישט קיין פראבלעם.

נאכאמאל, איך פרעג אינדאָר פארזאמלונגען לשיטת המקילים. האסט א מקור אז מ'מעג?
אדרבה, ווי געזאגט בין איך נישט דא צו מאכן א פוינט. פארקערט, איך וויל הערן די אנדערע זייט.

2) יא. ס'דא עקספערטן וואס רעקאמענדירן אז געזונטע מענטשן זאלן דייקא נישט ארויסווייזן קיין שרעק און טוהן וואס זיי האבן צו טוהן. און ווידער די מער וואלנערבל זאלן זיך אויסהיטן. זיי צייכן אויך אן אז אזא מהלך וואלט בעסער אויפגעבויט אימיוניטי.

געוואלדיג. יעצט ביטע ברענג מיר א לינק פון אן עקספערט וואס זאגט דאס.

3) ניין. אבער עקספערטן שרייען אויך אז רויכערן הארגעט און א גרויסע עולם מאכט זיך נישט צוטון, טאָ פארוואס זאל איינער דא ערווארטן א בעסערע אדער אנדערע רעאקציע.

מענטשן רייכערן און טוען אנדערע נישט-געזונטע זאכן ווייל מיר זענען גראבע יונגען און קענען זיך נישט מתגבר זיין אויף דעם נפש הבהמיות - גלוי וידוע לפניך חרפתנו וכלימתנו בחיינו ובאחריתנו רמה ותולעה. אבער פובליק פאליסי איז נאך אלץ צו טון געזונטע זאכן, פובליק פלעצער לאזן נישט רייכערן, און מנהיגים אינוועסטירן פלאג און מי מחנך צו זיין מענטשן נישט צו רייכערן. און מיר ערווארטן פון מנהיגים צו זיין א סעמפל נישט צו רייכערן, אוודאי נישט אין פובליק.

בפרט דא איז די נקודה איבער אנשטעקן אנדערע, און נישט א שלעכטער טשויס פון א יחיד זאל אליין צו פאר'סמ'ען.

4) יא. אלע עקספערטן זענען מודה אז א מאסק איז סתם אזוי נישט געזונט. קיין איין שטודיע האט נאך נישט אויפגעוויזן אז א מאסק העלפט. ס'דא ראיות אז ס'שוואכט אפ די אימיוניטי ווייל ס'נידערט די אקסיגען. אפי' די CDC זאגט אז ס'איז נישט רעקאמענדירט צו טראגן א מאסק ווען מ'איז נישט ציווישן מענטשן. קיין איין עקספערט וועט נישט מתיר זיין אריינצוגיין מיט א מאסק ציווישן פאזיטיוו קאוויד פאציענטן, ווייל ס'ארבעט נישט. די אחריות פון איבערצייגן אויף מאסקעס ליגט אויף די וואס ווילן מחייב זיין און קאוויד גייט שוין אן גענוג לאנג אז מ'זאל קענען וויסן. לעת עצה ווייסן זיי גארנישט.
די אחריות ליגט אויף יעדן באזונדער לויט זיין ריזיקע, די וואס דארפן זיך היטן זאלן זיך ווייטער היטן און די וואס דארפן נישט זאלן טוהן וואס זיי האבן צו טאן. יעדער קען אליינס מעסטן זיין אייגענע ריזיקע.

ביטע ברענג א מקור צו דיין באהויפטונג אז מ'זאל נישט קיין קיין מאסק אין קיין שום פאל, אפילו מ'גייט אריין אין א געפּאַקטן מקום ציבור.
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 10:22 am#462799
העניך, איז דא איין הוכחה אז עקספערטן ווייסן עפעס מער איבער קאראנע ווי איך און דיך?

אין וועלכע לאנד האבן אירע 'עקספערטן' באוויזן אפצושטעלן די מגיפה איינמאל פאר אלעמאל? וועלכע עקספערטן האבן נאכנישט געטוישט זייער מיינונג 70 מאל?

איז דא איין סיבה זיי צו גלייבן אויב זיי אליין ווייסן נישט וואס גייט פאר און טוישן מיינונגען יעדע מינוט?

די עקספערטן האבן שטודירט עפידעמיעס, אבער זיי קענען קאוויד פונקט ווי איך און דיך. יא, ווער ס'שוואך און אלט זאל זיך היטן. נארמאלע מענטשן זאלן אנגיין מיטן לעבן.
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 10:24 am#462800
העניך האט געשריבן:ביטע ברענג א מקור צו דיין באהויפטונג אז מ'זאל נישט קיין קיין מאסק אין קיין שום פאל, אפילו מ'גייט אריין אין א געפּאַקטן מקום ציבור.

די געשעצטע CDC
m https://www.aaha.org/publications/newst ... ace-masks/ m
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 10:26 am#462801
מאך זיכער האט געשריבן:אין די אלגעמיינע וועלט איז יעצט די סיטואציע אז מיט פרעמדע מענטשן האלט מען איין די רעגולאציעס מער ווייניגער, אבער צווישן היימישע הייבט מען עס נישט אן צו טון.

מקור?

און ווי געזאגט פריער, דאס וואס נארישע יחידים טוען איז בסך הכל א תירוץ פאר יחידים. מענטשן זענען נאריש און היטן זיך נישט איבעראל, און חסידים טענה'ן אז זיי דארפן נישט זיין אנדערש. (הגם די פרומסטע געמיינדע אין דער וועלט וואו פרויען טארן נישט דרייוון ווייל עס קען אפשר אמאל ברענגען א הרהור קען לדעתי נישט נוצן דעם תירוץ.) מיין שאלה איז אויף פובליק פאליסי און אויף וואס מנהיגים און עקספערטן ערווארטן פונעם ציבור.

איך זאג נישט אז עס איז בארעכטיגט אבער די מעטאד פונעם פותח האשכול אנצוצייגן אויף די חסידים אז זיי זענען נישט גענוג פארזיכטיג איז אומבארעכטיגט.

איך צייג גארנישט אן. איך פרעג אויף אן אמת ווייל איך וויל הערן.
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 10:27 am#462802
מפיל קינד האט געשריבן:דאס איז פון וואשינגטאן פאוסט! איזאלירונגען הרג'ענען פאציענטן.
https://www.google.com/url?sa=t&source= ... ksqXPqyR9m


Dementia patients are dying from isolation amid coronavirus pandemic

וואו האסטו געזען אין דעם אשכול איין ווארט וועגן איזאלירונג? וויפיל מאל דארף מען איבערזאגן אז מ'רעדט דא לשיטת המקילים?
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 10:31 am#462803
סארי, אבער אונזער צענזורירטע גוגל לאזט נישט זוכן מיינונגען פון עקספערטן וואס האלטן אנדערש פון זייער פאליטיש-גענויגטע צד.

אויב ווילסטו דאס אויך לייקענען, דאן זיי מיר געזונט.
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 10:33 am#462804
מפיל קינד האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:ביטע ברענג א מקור צו דיין באהויפטונג אז מ'זאל נישט קיין קיין מאסק אין קיין שום פאל, אפילו מ'גייט אריין אין א געפּאַקטן מקום ציבור.

די געשעצטע CDC
https://www.aaha.org/publications/newst ... ace-masks/

ניין די סי-די-סי זאגט דאס נישט. אין די ערשטע וואכן ווען עס איז געווען א מאנגל אין מאסקעס - און פאר עס איז געווען קלאר אז מאסקעס העלפן - האט דר. פאוטשי געזאגט אז מ'זאל נישט גיין קיין מאסקעס.

לאמיך איבערפרעגן מיין פראגע: ביטע ברענג א מקור פון א מעדיצינישער עקספערט וואס האלט אז יעצט, אין נאוועמבער 2020, זאל מען נישט גיין קיין מאסק אין קיין שום פאל, אפילו מ'גייט אריין אין א געפּאַקטן מקום ציבור.
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 10:34 am#462805
מפיל קינד האט געשריבן:סארי, אבער אונזער צענזורירטע גוגל לאזט נישט זוכן מיינונגען פון עקספערטן וואס האלטן אנדערש פון זייער פאליטיש-גענויגטע צד.

אויב ווילסטו דאס אויך לייקענען, דאן זיי מיר געזונט.

איז פון וואנעט ווייסטו אז עס איז בכלל פאראן א מיינונג "פון עקספערטן וואס האלטן אנדערש פון זייער פאליטיש-גענויגטע צד"? האסט באקומען א כרוז מן השמים?
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 10:37 am#462807
מושב לצים האט געשריבן:אויף גאגל קענט איר לייכט טרעפן דוגמאות פון דאקטוירים וואס האלטן אז מאסקס העלפט נישט, אז די בעסטע איז מזאל נישט מאכען קיין סגר, אין ענדערשט לאזן וואס מער מענטשן באקריגן די אנטי באדיס, סזאל זיין א נאטורליכע חיסון, וכדומה.

אז ס'איז אזוי לייכט צו טרעפן, אדרבה, העלף מיר ארויס. איך האב פרובירט ולא עלתה לי.
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 10:49 am#462809
העניך האט געשריבן:
מושב לצים האט געשריבן:אויף גאגל קענט איר לייכט טרעפן דוגמאות פון דאקטוירים וואס האלטן אז מאסקס העלפט נישט, אז די בעסטע איז מזאל נישט מאכען קיין סגר, אין ענדערשט לאזן וואס מער מענטשן באקריגן די אנטי באדיס, סזאל זיין א נאטורליכע חיסון, וכדומה.

אז ס'איז אזוי לייכט צו טרעפן, אדרבה, העלף מיר ארויס. איך האב פרובירט ולא עלתה לי.

m https://m.youtube.com/watch?v=2SlrVgbWq9k m
זונטאג נאוועמבער 22, 2020 8:58 pm#462952
אין דאָר בלייבן די ווירוסן שוועבן אויף דעם זעלבן פלאץ אין דער לופט, און ס'איז פיל גרינגער אז א צווייטער זאל עס אריינאטעמען. משא"כ אינדרויסן איז פיל מער מצוי אז ס'זאל אוועקפליען און זיך צעשפרייטן. ופשוט הוא.
זונטאג נאוועמבער 22, 2020 9:26 pm#462953
אויב איז אמת אז מאסקעס ארבעטן בכלל נישט זיך צו קענען היטן. און אויב עפעס העלפט עס 'מעגליך' צו רעדוצירן די שאנסן פון איבערגעבן פאר א צווייטע. און כמעט קיינער טראגט נישט קיין מאסקע. וואלט לכאורה מער געפאסט פאר העניך צו עפענען אשכולות יעדע מאנטיג און דאנערשטאג צו אפעלירן פאר די וואלנערבל אז זיי זאלן זיך בכלל נישט דרייען אינדאר ביי גרויסע פארזאמלונגען. מיט'ן שטופן א פאלשע טעאריע פון מאסקעס איז לייגט מען אריין א פאלשע אמונה אין די וואלנערבל אז זיי זענען אפגעהיטן ווען ס'הייבט זיך נישט אן.און העניך די בלוט איז אויף אייער הענט פונקט אזוי. ווייל אנטשטאט זיך צו האלטן צו די פאקטן אויף וואס ס'העלפט יא און נישט און ווער ס'קען יא אדער נישט זענט איר פארנומען מיט פאליטישע טאלקינג פוינטס ווי מאסקעס. ופשוט הוא!
זונטאג נאוועמבער 22, 2020 9:45 pm#462954
קורקלענד, לאז אפ העניך. דער אשכול איז געווידמעט צו הערן "וואס זאגן עקספערטן וועגן פשוט'ע קאראנא מאסנאמען?"

איך האב פיר פראגעס וואס איך ווארט אויף אן ענטפער. פאלגנד איז אן אפדעיט מיט ענטפערס וואס מיר האבן שוין ערהאלטן.


1. זענען דא עקספערטן וואס זאגן אז מ'מעג מאכן ריזיגע אין-דאָר פארזאמלונגען אן קיין שום סאשעל דיסטענסינג?
ענטפער: ?

2. זענען דא עקספערטן וואס זאגן אז מ'מעג זיך געבן די האנט כאילו לא היה?
ענטפער: ?

3. זענען דא עקספערטן וואס זאגן אז ווען מ'קומט אריין צו א געפאקטן מקום ציבור וואו מ'גיט זיך די הענט, איז נישט רעקאמענדירט אז מ'זאל זיך פריער זייפן די הענט?
ענטפער: ?

4. זענען דא עקספערטן וואס זאגן אז מאסקעס העלפן בכלל נישט, און מ'דארף עס נישט גיין אין קיין שום פאל, אפילו צווישן א געפאקטן ציבור?
ענטפער: א קייראפראקטאר בען טעפער האלט אז מאסקעס העלפן נישט.
ענטפער: דר. סקאט אטלאס האלט אז מאסקעס העלפן צומאל.
מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 9:48 am#462974
ביטע טייל נישט איין פאר די מענטשהייט וואס צו טאן. יעדער איז גענוג קליג און ווייסט גענוי וואס ער האט צו טאן.

שכוח.
און א גוטן טאג!
מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 9:50 am#462976
וואו טיילט ער איין? איך זעה דו טיילסט איין.
מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 10:04 am#462977
די פארשאלטענע דעמאקראטן, מארקסיסטן, סאציאליסטן, קאמוניסטן, מיינען נישט די טובה פון די מענטשהייט! זיי אינטערעסירט אינגאנצן נישט אז מענטשען פייגערן אין די מאסן צוליב דעם אונטערגאנג. זיי זענען בלויז דא צו בארויבן אונזער פרייהייט און אונז איינטיילן וואס צו טאן. איר וועט באמערקן אז וואס גרעסערע דעמאקראט איר זענט אלס מער וועט איר איינטיילן פאר אנדערע וואס צו טאן. אנשטאט גלייבן אין עכטע סייענס ווי טעראַפּיוטיקס און וואַקסינאציעס, וואס העלפט זיכער, ווילן זיי אויף אונז ארויפצווינגען זייער פאלטשע סייענס ווי איזוליאציעס און פורים מאסקעס. אייגענטליך דער עולם איז שוין מאסקירט זינט פורים פארט פייגערט מען אין די מאסן... נישטא וואס צו טאן. בלויז ווארטן מיט געדולד אויף א וואקצין....
מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 11:43 am#462978
קאך_לעפל האט געשריבן:די פארשאלטענע דעמאקראטן, מארקסיסטן, סאציאליסטן, קאמוניסטן, מיינען נישט די טובה פון די מענטשהייט! זיי אינטערעסירט אינגאנצן נישט אז מענטשען פייגערן אין די מאסן צוליב דעם אונטערגאנג. זיי זענען בלויז דא צו בארויבן אונזער פרייהייט און אונז איינטיילן וואס צו טאן. איר וועט באמערקן אז וואס גרעסערע דעמאקראט איר זענט אלס מער וועט איר איינטיילן פאר אנדערע וואס צו טאן. אנשטאט גלייבן אין עכטע סייענס ווי טעראַפּיוטיקס און וואַקסינאציעס, וואס העלפט זיכער, ווילן זיי אויף אונז ארויפצווינגען זייער פאלטשע סייענס ווי איזוליאציעס און פורים מאסקעס. אייגענטליך דער עולם איז שוין מאסקירט זינט פורים פארט פייגערט מען אין די מאסן... נישטא וואס צו טאן. בלויז ווארטן מיט געדולד אויף א וואקצין....

נו, פארוואס קענסטו מיר נישט ענטפערן אויף מיינע פשוט'ע פראגעס?

1. זענען דא עקספערטן וואס זענען נישט פון די פארשאלטענע דעמאקראטן, מארקסיסטן, סאציאליסטן, קאמוניסטן, וואס זאגן אז מ'מעג מאכן ריזיגע אין-דאָר פארזאמלונגען אן קיין שום סאשעל דיסטענסינג?
ענטפער: ?

2. זענען דא עקספערטן וואס זענען נישט פון די פארשאלטענע דעמאקראטן, מארקסיסטן, סאציאליסטן, קאמוניסטן, וואס זאגן אז מ'מעג זיך געבן די האנט כאילו לא היה?
ענטפער: ?

3. זענען דא עקספערטן וואס זענען נישט פון די פארשאלטענע דעמאקראטן, מארקסיסטן, סאציאליסטן, קאמוניסטן, וואס זאגן אז ווען מ'קומט אריין צו א געפאקטן מקום ציבור וואו מ'גיט זיך די הענט, איז נישט רעקאמענדירט אז מ'זאל זיך פריער זייפן די הענט?
ענטפער: ?

4. זענען דא עקספערטן וואס זענען נישט פון די פארשאלטענע דעמאקראטן, מארקסיסטן, סאציאליסטן, קאמוניסטן, וואס זאגן אז מאסקעס העלפן בכלל נישט, און מ'דארף עס נישט גיין אין קיין שום פאל, אפילו צווישן א געפאקטן ציבור?
ענטפער: א קייראפראקטאר בען טעפער האלט אז מאסקעס העלפן נישט.
ענטפער: דר. סקאט אטלאס האלט אז מאסקעס העלפן צומאל.
מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 12:44 pm#462980
מ'מעג טאן וואס מען וויל. אז איר האט גוטע רעקאמאנדאציעס, אדער אז איר ווילט רעפארירן צו די סי. די. סי. וועבזייטל, כל הכבוד... אז עמיצער וויל קען ער עס איינהאלטן. און ווער ס'וויל נישט זאל טאן גענוי וואס ער האט צו טאן. מיר גלייבן אין פרייהייט. מיר וועלן ענדערש פייגערן אויף די פוס, ווי איידער לעבן אויף די קניען...
מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 1:01 pm#462981
אין וואס וועט זיין ווען עס קומט ארויס א וואקסין קען מן איינעם ארויפצווינגען עס צו נעמען? וואס איז די פראבלעם אז מיין שכן וויל זיך נישט וואקסינען כ"ז איך בין וואקסינט אקעגען די שעדליכע וויירויס?
מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 2:13 pm#462984
קאך_לעפל האט געשריבן:מ'מעג טאן וואס מען וויל... מיר וועלן ענדערש פייגערן אויף די פוס, ווי איידער לעבן אויף די קניען...

דאס איז דעת תורה? געזעץ? אדער פשוט אייער מיינונג און דער וואס "פייגערט", כלשונכם הזהב, זאל פייגערן אבי איר זאלט בלייבן אויף די פיס?
מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 2:22 pm#462985
קאך_לעפל האט געשריבן:די פארשאלטענע דעמאקראטן, מארקסיסטן, סאציאליסטן, קאמוניסטן, מיינען נישט די טובה פון די מענטשהייט! זיי אינטערעסירט אינגאנצן נישט אז מענטשען פייגערן אין די מאסן צוליב דעם אונטערגאנג. זיי זענען בלויז דא צו בארויבן אונזער פרייהייט און אונז איינטיילן וואס צו טאן. איר וועט באמערקן אז וואס גרעסערע דעמאקראט איר זענט אלס מער וועט איר איינטיילן פאר אנדערע וואס צו טאן. אנשטאט גלייבן אין עכטע סייענס ווי טעראַפּיוטיקס און וואַקסינאציעס, וואס העלפט זיכער, ווילן זיי אויף אונז ארויפצווינגען זייער פאלטשע סייענס ווי איזוליאציעס און פורים מאסקעס. אייגענטליך דער עולם איז שוין מאסקירט זינט פורים פארט פייגערט מען אין די מאסן... נישטא וואס צו טאן. בלויז ווארטן מיט געדולד אויף א וואקצין....

פארוואס זאגט איר "אנשטאט גלייבן אין עכטע סייענס ווי טעראַפּיוטיקס און וואַקסינאציעס" ווען די וואקסינען זענען קוים איצט אנגעקומען? טאקע ווייל ס'איז נישטא אדער געווען וואקסינען האבן די סייענטיסטן געזאגט אז מען דארף זיך אפזינדערן. דערווייל זע איך אז וואס גרעסער א רעפובליקאנער אלס ווייניגער אינטערעסירט זיי אז מען "פייגערט".
מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 8:58 pm#463012
קאך_לעפל האט געשריבן:מיר גלייבן אין פרייהייט.

ווער איז עס דער „מיר”?
מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 10:12 pm#463021
קאך_לעפל האט געשריבן:מ'מעג טאן וואס מען וויל. אז איר האט גוטע רעקאמאנדאציעס, אדער אז איר ווילט רעפארירן צו די סי. די. סי. וועבזייטל, כל הכבוד... אז עמיצער וויל קען ער עס איינהאלטן. און ווער ס'וויל נישט זאל טאן גענוי וואס ער האט צו טאן. מיר גלייבן אין פרייהייט. מיר וועלן ענדערש פייגערן אויף די פוס, ווי איידער לעבן אויף די קניען...

כ'בעט דיר קום א מינוט אראפ פון דיין שארפער רעטאריק, און ענטפער מיר נארמאל. איז דא א דאקטאר אין דער וועלט וואס זאגט אז ס'איז א ריכטיגע זאך צוזאמענצונעמען א ריזיגן ציבור פון אלע יארגענג מיט אומגעזייפטע הענט אין א פארמאכטן פלאץ אן קיין מאסקעס? איך פרעג נישט צי מ'מעג - מעגן מעג מען אראפטאנצן פונעם גאלדען-געיט בריק אויך - נאר צי ס'איז דא א מעדיצינישער עקספערט וואס זאגט אז לפי המצב איז דאס א ריכטיגע זאך צו טון.
דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 7:43 pm#463062
דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 9:29 pm#463073
מנחם ציון האט געשריבן:אלע הודעות פון העניך
דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 9:33 pm#463074
מער איבערוואגיגע אידן שטארבן יערליך פון הארץ אטאקעס ווי פון קאראנע אין די יעצטיגע מאמענט.

געבן צו פרעסן ביי א וואך נאכט איז די זעלבע קאלטבלוטיגקייט און מאסן-מארד ווי גרויסע חתונות.

נאר וואס דען, דער וואס האט פראבלעמען מיטן עסן, זאל נישט גיין צו קיין וואך נאכטס. דאס זעלבע דא. ווער ס'האט געזונט פעלערן, אלט אדער איבערוואגיג, זאל נישט קומען צום חתונה.
דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 9:46 pm#463075
מפיל קינד האט געשריבן:מער איבערוואגיגע אידן שטארבן יערליך פון הארץ אטאקעס ווי פון קאראנע אין די יעצטיגע מאמענט.

געבן צו פרעסן ביי א וואך נאכט איז די זעלבע קאלטבלוטיגקייט און מאסן-מארד ווי גרויסע חתונות.

נאר וואס דען, דער וואס האט פראבלעמען מיטן עסן, זאל נישט גיין צו קיין וואך נאכטס. דאס זעלבע דא. ווער ס'האט געזונט פעלערן, אלט אדער איבערוואגיג, זאל נישט קומען צום חתונה.

און אז מיר ווייסן פאר א פאקט אז איבערוואגיקע און אידן מיט געזונט-פעלערן קומען יא צו חתונות, קענען מיר נישט טון עפעס מינימאל זיי צו נידערן די שאנסן פון שטארבן?

איינמאל איינער איז שוין קראנק צוליב אן אומגעזונטן לייפסטייל, אדער איז אין תפיסה צוליב אומפאראנטווארטליכקייטן, טוען מיר דאך אלעס אין דער וועלט יענעם צו ראטעווען און העלפן. ווי קען מען יעצט זאגן מיט א גלייכגילטיגקייט אז מיר גייען גארנישט טון, ווייל מיר מוזן האבן ר-י-ז-י-ג-ע חתונות, און זאל יענער פּייגערן?!

און פארוואס איז דאס עפעס וואס יעדע מדינה אין דעם גאנצן כדור הארץ פארשטייט, אבער נאר מיר קענען זיך נישט ברענגען אביסל צו היטן דעם געזונט פון אונזערע וואָלנערעבאַלע?

זאת ועוד, אפילו אויב זאלן וואָלנערעבאַלע נישט קומען צו אזעלכע מסיבות, מיט'ן אנשטעקן יונגע און געזונטע ערמעגליכן מיר אז די שוואכע און אלטע זאלן מער קענען אנגעשטעקט ווערן אין אנדערע מקומות, אין ביהמ"ד, ביים דאקטאר, און אפילו אין שטוב.

מיר שטייען בלויז עטליכע חדשים אוועק פון א וואקסין, איז טאקע נישט מעגליך צו לעבן אביסל מער איינגעהאלטן נאך א פאר חדשים צו ראטעווען דעם לעבן פון אפילו איין נפש מישראל?

איז אז דו קענסט מיר ענטפערן אויף מיינע פיר פראגעס אז יא, עס זענען דא עקספערטן וואס זאגן אז דאס איז אלעס כשר וישר אפילו אין יעצטיגן מצב, וואלט איך מיך געפרייט צו הערן אז ס'האט כאטש א טעם און א גראם. אבער סתם אזוי, אן גארנישט? פארוואס?!
דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 9:59 pm#463077
אין די קהילות וואו מ'מאכט קלענערע חתונות שטארבט מען ווייניגער?

די אידן וואס היטן זיך נישט, גייען סייווי ארויס 6 מאל א טאג. און די וואס היטן זיך גייען נישט צו קיין גרויסע חתונות.

וואס גענוי גייט מען דא אויפטון מיטן איינצוימען די חתונות?
דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 10:34 pm#463079
דאס איז א שאלה פאר אן עפידימיאלאג, און דערפאר האף איך אז דו קענסט מיר ברענגען אן עקספערט וואס זאגט אז עס מאכט נישט אויס.
דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 10:46 pm#463080
מפיל קינד האט געשריבן:מער איבערוואגיגע אידן שטארבן יערליך פון הארץ אטאקעס ווי פון קאראנע אין די יעצטיגע מאמענט.

געבן צו פרעסן ביי א וואך נאכט איז די זעלבע קאלטבלוטיגקייט און מאסן-מארד ווי גרויסע חתונות.

נאר וואס דען, דער וואס האט פראבלעמען מיטן עסן, זאל נישט גיין צו קיין וואך נאכטס. דאס זעלבע דא. ווער ס'האט געזונט פעלערן, אלט אדער איבערוואגיג, זאל נישט קומען צום חתונה.


וואס א מין פארגלייך איז דאס?

סאיז אויף יעדען איינעמס ״אייגענע אחריות״ זיך צו היטן זייער וואג. ווען ער גייט צו א שמחה הייסט אים קיינער נישט פרעסן ווי א חזיר... א מענטש דארף האבן self control.

איבערוואגיקייט איז נישט קיין מגיפה וואס ווערט פארשפרייט פון איין מענטש צו די אנדערע. משא״כ א מחלה וואס ווערט פארשפרייט אין די לופט איז נישט מעגליך פאר א מענטש זיך צו היטן. נאר אז ער בלייבט פארשפארט, און אז ער מוז יא ארויס גייען זאל ער כאטש גייען מיט א מאסק.
דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 11:29 pm#463082
קאך_לעפל האט געשריבן:די פארשאלטענע דעמאקראטן, מארקסיסטן, סאציאליסטן, קאמוניסטן, מיינען נישט די טובה פון די מענטשהייט! זיי אינטערעסירט אינגאנצן נישט אז מענטשען פייגערן אין די מאסן צוליב דעם אונטערגאנג. זיי זענען בלויז דא צו בארויבן אונזער פרייהייט און אונז איינטיילן וואס צו טאן. איר וועט באמערקן אז וואס גרעסערע דעמאקראט איר זענט אלס מער וועט איר איינטיילן פאר אנדערע וואס צו טאן. אנשטאט גלייבן אין עכטע סייענס ווי טעראַפּיוטיקס און וואַקסינאציעס, וואס העלפט זיכער, ווילן זיי אויף אונז ארויפצווינגען זייער פאלטשע סייענס ווי איזוליאציעס און פורים מאסקעס. אייגענטליך דער עולם איז שוין מאסקירט זינט פורים פארט פייגערט מען אין די מאסן... נישטא וואס צו טאן. בלויז ווארטן מיט געדולד אויף א וואקצין....


איך ווער בכלל נישט באטראפן ווען איינער רופט מיך א סאציאליסט! פונקט ווי דו ווערסט נישט באטראפן
ווען איינער רופט דיך א איד, א ארוני.

די פאקטן זענען אז די בעסטע פלעצער צו וואוינען אויף די וועלט היינטיגע צייטן, אין אלע הינזיכטן איז דווקא אין די אזוי גערופענע ״לינקע ראדיקאלע סאציאליסטשע לענדער״.

יעדער קען אויפקוקן וועלכע לענדער סאיז די בעסטע צו וואוינען אין. קאנאדא זענען סאציאליסטן איך זעה נאכנישט וואס איז שלעכט דערמיט.

און פארשטייט זיך אז ביי דיר און בערל בעלעגלה איז א קאמוניסט און א סאציאליסט ממש די זעלבע זאך- די בולשעוויקן- סטאלינס רעזשים גלייכן זיי צו, צו די היינטיגע שווייץ, שוועדן, דענמארק, פינלאנד, האלאנד, נארוועגיע, פראנקרייך, דייטשלאנד, אסטראליע, ניו זילאנד, קאנאדא וכו׳...


די רעכטע זענען נישט דא אוועק צונעמען יענעמס פרייעהייט!!!
נאר אין יענעמס בויך וועלן זיי זיך אריינמישן.... און יענעמס פריוואטע לעבן באזירט אויף זייערע קריסטליכע רעליגעיזע אידאלאגיעס....

דריי א קאפ פאר דיין באבען...

זיי זענען מיט סייענס??? נישטא ווער סזאל לאכן... זיי גלייבן אין יעזוס נישט אין סייענס. זיי זענען צוריקגעבליבנע פארצייטישע מענטשען וואס גלייבן אז יאשקעס מאמע האט געשוואנגערט מיט גאט... האסט שוין אמאל געהערט א דרשה פון טעד קרוז???

איך בין געוועהן אין אייאווע ווען בערני איז געלויפן פאר פרעזידענט די ערשטע מאל, איך בין דעמאלטס ארומגעגאנגען מיט מיין ידיד טורקס (טערקילטויב). איך בין געגאנגען צו א ראלי פון טעד קרוז און אויסגעהערט א דרשה פאר 45 מינוט. ער האט מעהר מאל דערמאנט די ווארט ״יעזוס״ ווי אמעריקע!!! כמעט נישט גערעדט פון קיין פובליק פאליסיס, אלעס וועגן זייער נערישע רעליגיע. ס׳האט אויסגעקוקט ווי א געווענטליכע זונטיג׳דיגע דרשה פון א גלח אין זיין קירכע!

ער גייט פירן דאס לאנד? אוי באשעפער!!!
דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 11:58 pm#463083
ATUB @שבת אחים ATUB , פארדריי נישט דעם אשכול.
מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 12:11 am#463084
העניך טייערע. איך האב איצט גענדיגט ליינען די גרייט בארינגטאן דעקלעראציע. אונטערגעשריבן דורך פילע עפעדימיאלאגיסטן. און איך זעה דארט.

1) יא

2-3) זיין געווארענט מיט וואשן די הענט

4) יא

זיי שרייבן קלאר אז מ'זאל מאכן גרויסע צוזאמענקומען, און אז מ'זאל 'נישט' אפהאלטן אפי' וואלנערבל פערזאנען פון זיך באטייליגן.

איך האף אז די קלארשטעלונג וועט פארמאכן אייערע ספיקות.

מאסקעס דיסקוסירן זיי נישט.
מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 1:36 am#463089
העניך האט געשריבן:@שבת אחים, פארדריי נישט דעם אשכול.


אנטשולדיגט!
מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 1:44 am#463092
קורקלענד האט געשריבן:העניך טייערע. איך האב איצט גענדיגט ליינען די גרייט בארינגטאן דעקלעראציע. אונטערגעשריבן דורך פילע עפעדימיאלאגיסטן. און איך זעה דארט.

1) יא

2-3) זיין געווארענט מיט וואשן די הענט

4) יא

זיי שרייבן קלאר אז מ'זאל מאכן גרויסע צוזאמענקומען, און אז מ'זאל 'נישט' אפהאלטן אפי' וואלנערבל פערזאנען פון זיך באטייליגן.

איך האף אז די קלארשטעלונג וועט פארמאכן אייערע ספיקות.

מאסקעס דיסקוסירן זיי נישט.

האסט אפשר א לינק וואו איך קען דאס לייענען?