Under maintenance
הויפט זייט » וואס זאגן ערליכע אידן וועגן ציונות?

וואס זאגן ערליכע אידן וועגן ציונות?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14346
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 12:05 pm#462829
וואס זאגן ערליכע אידן וועגן ציונות?
ווי באקאנט איז דא א סך שיטות צווישן ערליכע יודן וועגן ציונית. סאטמארע יודן זענען מוראדיג מחמיר אז מטאר נישט גיין צו בחירות, וויזניצער אידן האלטן אז ממעג יא גיין. וכו.
איך וויל אבער פרעגן, איז דא איין ערליכע רב וואס האלט אז ממעג זיין א ציוני? כרעד נישט דא פון גיין צו כותל אדער בוחר זיין א פרומע קאנדידאט, כרעד געהעריג פון זיין א פעסטע ציוני.
יעדער וואס קען זיך אויס איז מכובד צו ברענגען כאטש איין ערליכע רב וואס איז א ציוני אדער האלט אז ממעג זיין א ציוני על פי תורה.
כמובן רעדט מען נאר פון ערליכע רבנים, וואס שניידט זיך נישט די בארד און פיאות, זיין ווייב שערט זיך די האר פון קאפ כתקנת ועד ארבע ארצות, און ער גייט א נארמאלע סייז קאפל.
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 12:09 pm#462830
אוי ווי שטארק איך וואלט געוואלט ווערן א ציוני, איך ווייס אבער נישט וויאזוי מ'טוט דאס. קודם לערן אונז אויס וויאזוי מ'ווערט א ציוני, נאכדעם וועלן מיר זיך נאכפרעגן צו מ'מעג. :D
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 12:12 pm#462831
די שאלה איז וואס הייסט היינט זיין א ציוני?

עס זענען דא רבנים וואס זענען געווען קעגן די גרינדונג פונעם לאנד, אבער נעמען יעצט די שטעלונג אז עס עקסזיסטירט שוין, און מען דארף דיעלן מיטן מציאות.
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 12:21 pm#462832
כמדומה פאשקאן און בוהוש זענען געווען היבש "ציוני'סטיש" געשטימט
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 12:23 pm#462833
ציוני: אייננעמען ארץ ישראל (אדער שטחים אין ארץ ישראל) מיט א מיליטער פאר משיח קומט.
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 12:25 pm#462834
בת קול האט געשריבן:עס זענען דא רבנים וואס זענען געווען קעגן די גרינדונג פונעם לאנד, אבער נעמען יעצט די שטעלונג אז עס עקסזיסטירט שוין, און מען דארף דיעלן מיטן מציאות.

די אגודיסטן האלטן אז ס'אינגאנצן נישט דא קיין מציאות מיט וואס מ'דארף האנדלען, כל מילתא דאמר רחמנא לא תעביד אי עביד לא מהני. אין די ניו יארקער רעגירונג זענען דא א 5 פראצענט אידישע איינגעשטעלטע (סתם געשאסן א נאמבער) פעצופאל אין די ישראלישע רעגירונג איז עס 80 פראצענט.
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 12:26 pm#462835
מנחם ציון האט געשריבן:כמדומה פאשקאן און בוהוש זענען געווען היבש "ציוני'סטיש" געשטימט

ברענג מיר נישט קיין זאכן פון פופציג יאר צוריק, וואס מקען אפילו נישט געהעריג מברר זיין, כרעד א לעבעדיגע ערליכע רב היינט 2020.
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 12:27 pm#462836
די מציאות איז אז אויב מען צונעמט די מיליטער, וועלן אסאך אידישע נפשות אויסשטיין צו א גרויסע ריסק.
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 12:28 pm#462837
מושב לצים האט געשריבן:
מנחם ציון האט געשריבן:כמדומה פאשקאן און בוהוש זענען געווען היבש "ציוני'סטיש" געשטימט

ברענג מיר נישט קיין זאכן פון פופציג יאר צוריק, וואס מקען אפילו נישט געהעריג מברר זיין, כרעד א לעבעדיגע ערליכע רב היינט 2020.


קודם זיי מברר וואס מיינט זיין א ציוני אין 2020
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 12:29 pm#462838
מושב לצים האט געשריבן:ציוני: אייננעמען ארץ ישראל (אדער שטחים אין ארץ ישראל) מיט א מיליטער פאר משיח קומט.

דאס איז א טעארעטישע שאלה, וויפיל פרומע אידן האבן די מעגליכקייט דאס צו טוהן אפילו אויב זיי ווילן? אפילו אויב מ'זאל מעגן איז אוממעגליך צו טאקע ווערן א ציוני.
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 12:33 pm#462839
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 12:35 pm#462840
הרב קוק?
:?
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 12:35 pm#462841
בת קול האט געשריבן:די מציאות איז אז אויב מען צונעמט די מיליטער, וועלן אסאך אידישע נפשות אויסשטיין צו א גרויסע ריסק.

אייער מיינונג איז שטארק געשעצט.
איך זוך א פרומע רב וואס שטימט מיט מיינע קריטעריע וואס האלט אז א אידיש קינד מעג גיין מלחמה האלטן מיט אראבער און אייננעמען שטחים. אז איר ווייסט זייט מודיע.
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 12:36 pm#462843
דערמאנט מיר, איך האב אמאל געכאפט א נשר פון נתב"ג קיין ירושלים, אין די בעק זענען געזעצן צוויי פרויען, איינער אן ארטיגער און די צווייטע אן אמעריקאנער סאטמארע פרוי
בקיצור מען פארט אריין אין ירושלים פארבייפארנדיג די גשר המיתרים, און די ירושלימ'ע פרוי איז אינגאנצן פארגאפט "וויי וויי וויי... אטי.. גיט א קוק אוי ווי שעין"
און די סאטמארע זידט ארויס פון צווישן די ציין "מ'טאר נישט נתפעל ווערן, ציונית" ,
די ירושלימית קען נישט פארשטיין, וואס ציונים, ווען ציונים, זיי זענען שוין לאנג געשטארבן ביי די שואה.......
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 12:37 pm#462844
פארווע חסיד האט געשריבן:הרב קוק?
:?

ער איז א לעבעדיגע רב?
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 12:38 pm#462845
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
מושב לצים האט געשריבן:ציוני: אייננעמען ארץ ישראל (אדער שטחים אין ארץ ישראל) מיט א מיליטער פאר משיח קומט.

דאס איז א טעארעטישע שאלה, וויפיל פרומע אידן האבן די מעגליכקייט דאס צו טוהן אפילו אויב זיי ווילן? אפילו אויב מ'זאל מעגן איז אוממעגליך צו טאקע ווערן א ציוני.

זיך ארויס דרייען פון א שאלה הייסט נישט געענטפערט
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 12:39 pm#462846
איך בין נישט אין די ליין פון פילאזאפירן איבער שאלות וואס זענען נישט נוגע צו גארנישט, בבקשה להבנה.
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 12:40 pm#462847
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך בין נישט אין די ליין פון פילאזאפירן איבער שאלות וואס זענען נישט נוגע צו גארנישט, בבקשה להבנה.

גראדע ביסטו יא. ושאר תגובותיך מעידות.
אז דו האסט נישט קיין תירוץ קענסטו זאגן קלאר, נישט ארומחושן.
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 12:40 pm#462848
כנראה פארשטייסטו נישט מיינע תגובות.

ווען מ'האט ארויסגעווארפן רב ירמיה פון בית מדרש ווייל ער האט געפרעגט שאלות וואס זענען אירעלעוואנט האט מען אויך נישט געהאט קיין תשובה.
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 12:42 pm#462849
מושב לצים האט געשריבן:ווי באקאנט איז דא א סך שיטות צווישן ערליכע יודן וועגן ציונית. סאטמארע יודן זענען מוראדיג מחמיר אז מטאר נישט גיין צו בחירות, וויזניצער אידן האלטן אז ממעג יא גיין. וכו.
איך וויל אבער פרעגן, איז דא איין ערליכע רב וואס האלט אז ממעג זיין א ציוני? כרעד נישט דא פון גיין צו כותל אדער בוחר זיין א פרומע קאנדידאט, כרעד געהעריג פון זיין א פעסטע ציוני.
יעדער וואס קען זיך אויס איז מכובד צו ברענגען כאטש איין ערליכע רב וואס איז א ציוני אדער האלט אז ממעג זיין א ציוני על פי תורה.
כמובן רעדט מען נאר פון ערליכע רבנים, וואס שניידט זיך נישט די בארד און פיאות, זיין ווייב שערט זיך די האר פון קאפ כתקנת ועד ארבע ארצות, און ער גייט א נארמאלע סייז קאפל.

ס'איז אַ נאַרישע שאלה. קודם דערקלער אונז וואָס עס הייסט „אַן ערליכער רב”? דער ענטפער איז – „אַ רב וואָס האַלט ווי מײנע שיטות”. ממילא אויב ס'וועט זיך מאַכן אַ רב אַ ציוני, איז ער שוין ממילא ניט קיין ערליכער...
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 12:43 pm#462850
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כנראה פארשטייסטו נישט מיינע תגובות.

ווען מ'האט ארויסגעווארפן רב ירמיה פון בית מדרש ווייל ער האט געפרעגט שאלות וואס זענען אירעלעוואנט האט מען אויך נישט געהאט קיין תשובה.

איך האב נישט קיין אהנונג וואס איר ווילט. די גמרא איז פול מיט טיעראטעשיע שאלות וואס איז נישט נוגע למעשה. איר רעדט ווי א עם הארץ.
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 12:44 pm#462851
דוראק האט געשריבן:
מושב לצים האט געשריבן:ווי באקאנט איז דא א סך שיטות צווישן ערליכע יודן וועגן ציונית. סאטמארע יודן זענען מוראדיג מחמיר אז מטאר נישט גיין צו בחירות, וויזניצער אידן האלטן אז ממעג יא גיין. וכו.
איך וויל אבער פרעגן, איז דא איין ערליכע רב וואס האלט אז ממעג זיין א ציוני? כרעד נישט דא פון גיין צו כותל אדער בוחר זיין א פרומע קאנדידאט, כרעד געהעריג פון זיין א פעסטע ציוני.
יעדער וואס קען זיך אויס איז מכובד צו ברענגען כאטש איין ערליכע רב וואס איז א ציוני אדער האלט אז ממעג זיין א ציוני על פי תורה.
כמובן רעדט מען נאר פון ערליכע רבנים, וואס שניידט זיך נישט די בארד און פיאות, זיין ווייב שערט זיך די האר פון קאפ כתקנת ועד ארבע ארצות, און ער גייט א נארמאלע סייז קאפל.

ס'איז אַ נאַרישע שאלה. קודם דערקלער אונז וואָס עס הייסט „אַן ערליכער רב”? דער ענטפער איז – „אַ רב וואָס האַלט ווי מײנע שיטות”. ממילא אויב ס'וועט זיך מאַכן אַ רב אַ ציוני, איז ער שוין ממילא ניט קיין ערליכער...

גוט גוט...
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 12:54 pm#462852
לעצם השאלה: פ"וו ווילסטו רבנים זאלן אריינרעדן אין פאליטיק?
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 1:17 pm#462853
מושב לצים האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:די מציאות איז אז אויב מען צונעמט די מיליטער, וועלן אסאך אידישע נפשות אויסשטיין צו א גרויסע ריסק.

אייער מיינונג איז שטארק געשעצט.
איך זוך א פרומע רב וואס שטימט מיט מיינע קריטעריע וואס האלט אז א אידיש קינד מעג גיין מלחמה האלטן מיט אראבער און אייננעמען שטחים. אז איר ווייסט זייט מודיע.


דאס איז נישט מיין מיינונג. דאס איז די מיינונג פון פילע היינטיגע רבנים.
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 1:18 pm#462854
בת קול האט געשריבן:
מושב לצים האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:די מציאות איז אז אויב מען צונעמט די מיליטער, וועלן אסאך אידישע נפשות אויסשטיין צו א גרויסע ריסק.

אייער מיינונג איז שטארק געשעצט.
איך זוך א פרומע רב וואס שטימט מיט מיינע קריטעריע וואס האלט אז א אידיש קינד מעג גיין מלחמה האלטן מיט אראבער און אייננעמען שטחים. אז איר ווייסט זייט מודיע.


דאס איז נישט מיין מיינונג. דאס איז די מיינונג פון פילע היינטיגע רבנים.

ביטע ברענגט א מקור פון איינס פון די פילע רבנים
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 1:19 pm#462855
לייבל שטילער האט געשריבן:לעצם השאלה: פ"וו ווילסטו רבנים זאלן אריינרעדן אין פאליטיק?

רבנים רעדן דאך קיינמאל נישט אריין אין פאליטיק כידוע....
דאס איז נישט פאליטיק, סאיז א הלכה שאלה. ביי אונז אין סערעט וויזניץ זאגט מען אז סאטמאר רבי האט געשריבן א גאנצע ספר וועגן דעם, כווייס נישט צי איר זענט באקאנט.
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 1:24 pm#462856
מושב לצים האט געשריבן:
לייבל שטילער האט געשריבן:לעצם השאלה: פ"וו ווילסטו רבנים זאלן אריינרעדן אין פאליטיק?

רבנים רעדן דאך קיינמאל נישט אריין אין פאליטיק כידוע....
דאס איז נישט פאליטיק, סאיז א הלכה שאלה. ביי אונז אין סערעט וויזניץ זאגט מען אז סאטמאר רבי האט געשריבן א גאנצע ספר וועגן דעם, כווייס נישט צי איר זענט באקאנט.


סאטמארע רבי לעבט נישט היינט.
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 1:27 pm#462857
בת קול האט געשריבן:
מושב לצים האט געשריבן:
לייבל שטילער האט געשריבן:לעצם השאלה: פ"וו ווילסטו רבנים זאלן אריינרעדן אין פאליטיק?

רבנים רעדן דאך קיינמאל נישט אריין אין פאליטיק כידוע....
דאס איז נישט פאליטיק, סאיז א הלכה שאלה. ביי אונז אין סערעט וויזניץ זאגט מען אז סאטמאר רבי האט געשריבן א גאנצע ספר וועגן דעם, כווייס נישט צי איר זענט באקאנט.


סאטמארע רבי לעבט נישט היינט.

אמת. אבער אז ער האט געשריבן א ספר אויף דעם מיינט אז סאיז יא א הלכה שאלה, איר כאפט?
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 2:45 pm#462862
היא הנותנת: ויואל משה איז קיין הלכה ספר. (אויסער אויב א שיינע ליקוט פון מדרשי אגדה, מהר"ל וכו' באלאנגט אין די קאטעגאריע פון הלכה).
ס'איז משמע אז דו זוכסט 'רבנים' וואס האבן פשוט דורך געטוען די 'הלכה'דיגע' אספעקט פון ציונות (וואטעווער דעט מינס..) אזוי ווי א שאלה צו מ'מעג נוצן בעיבי וווייפס שבת, למעשה איז נישט דא קיין מעגליכקייט פאר אזא זאך, ווייל אין הלכה'דיגע מקורות קענסטו גארנישט טרעפן, ווידער דרוש און "השקפה" קען יעדער זאגן וואס ער וויל.
פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 3:08 pm#462864
לייבל שטילער האט געשריבן:היא הנותנת: ויואל משה איז קיין הלכה ספר. (אויסער אויב א שיינע ליקוט פון מדרשי אגדה, מהר"ל וכו' באלאנגט אין די קאטעגאריע פון הלכה).
ס'איז משמע אז דו זוכסט 'רבנים' וואס האבן פשוט דורך געטוען די 'הלכה'דיגע' אספעקט פון ציונות (וואטעווער דעט מינס..) אזוי ווי א שאלה צו מ'מעג נוצן בעיבי וווייפס שבת, למעשה איז נישט דא קיין מעגליכקייט פאר אזא זאך, ווייל אין הלכה'דיגע מקורות קענסטו גארנישט טרעפן, ווידער דרוש און "השקפה" קען יעדער זאגן וואס ער וויל.

חפץ חיים איז א אגדה ספר? געבויט אויף אגדתא׳ס וואס רעדן וועגן הארבקייט פון לה"ר.
מוצ"ש נאוועמבער 21, 2020 7:19 pm#462882
Re: וואס זאגן ערליכע אידן וועגן ציונות?
מושב לצים האט געשריבן:כמובן רעדט מען נאר פון ערליכע רבנים, וואס שניידט זיך נישט די בארד און פיאות, זיין ווייב שערט זיך די האר פון קאפ כתקנת ועד ארבע ארצות, און ער גייט א נארמאלע סייז קאפל.


נאך איין וויכטיגע פרט, די נארמאלע סייז קאפל, זאל זיין געשניטן אויף זעקס און נישט אויף פיר.
מוצ"ש נאוועמבער 21, 2020 7:48 pm#462883
Re: וואס זאגן ערליכע אידן וועגן ציונות?
מושב לצים האט געשריבן:
כמובן רעדט מען נאר פון ערליכע רבנים, וואס שניידט זיך נישט די בארד און פיאות, זיין ווייב שערט זיך די האר פון קאפ כתקנת ועד ארבע ארצות, און ער גייט א נארמאלע סייז קאפל.

מושב לצים האט געשריבן:ברענג מיר נישט קיין זאכן פון פופציג יאר צוריק, וואס מקען אפילו נישט געהעריג מברר זיין, כרעד א לעבעדיגע ערליכע רב היינט 2020.



אינטערעסאנט אז אין אן אנדערן אשכול שרייבט איר:

מושב לצים האט געשריבן:אזוי ווי דו פרעגסט א שאלה אין הלכה, ווען דו זוכסט א היתר, למשל אויף הוצאת ז״ל, וועט דיך א פרימע יוד זאגן, קיין פרימע רב איז נישט מתיר. אויב וועסטו זאגן די אין די רב איז מתיר, וועט יענע זאגן, עה ער איז נישט א פרומע רב...


מושב לצים האט געשריבן:הוא הדבר אשר דיברנו.
איך גיי נישט אויפזיכן קיין מומחים אז דו זאלסט קענען מסביר זיין פארוואס עכט זענען זיי נישט קיין מומחים. הצלחה.
https://en.m.wikipedia.org/wiki/No_true_Scotsman




איר באשטימט א קריטעריע פאר אן ערליכע רב, און געבויעט אויף דעם קענט איר נישט טרעפן קיין איין רב.


איך זוך א ראש הממשלה וועלכע איז געווען אנטי מדינה....
מוצ"ש נאוועמבער 21, 2020 8:26 pm#462886
לאמיר דיר פרעגן א אנדערע טעארעטישע שאלה.
אויב ביבי נתניהו (משל בעלמא) קומט און זאגט, רבותי איך זעה איין אז ציונות איז א עבירה און איך וויל תשובה טאהן, האלטסטו אז איין נארמאלער מענטש (בעל ויוא"מ אריינגערעכנט) וועט איהם זאגן ער זאל צוריקגעבן ארץ ישראל פאר די אראבער??
מוצ"ש נאוועמבער 21, 2020 8:32 pm#462888
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:חפץ חיים איז א אגדה ספר?

יא
מוצ"ש נאוועמבער 21, 2020 9:12 pm#462890
פאליטיקאנט האט געשריבן:
מושב לצים האט געשריבן:כמובן רעדט מען נאר פון ערליכע רבנים, וואס שניידט זיך נישט די בארד און פיאות, זיין ווייב שערט זיך די האר פון קאפ כתקנת ועד ארבע ארצות, און ער גייט א נארמאלע סייז קאפל.


נאך איין וויכטיגע פרט, די נארמאלע סייז קאפל, זאל זיין געשניטן אויף זעקס און נישט אויף פיר.

נאך א וויכטיגע פרט, ער טאר נישט זיין קיין ציוני.
זונטאג נאוועמבער 22, 2020 3:48 am#462905
מושב לצים האט געשריבן:ציוני: אייננעמען ארץ ישראל (אדער שטחים אין ארץ ישראל) מיט א מיליטער פאר משיח קומט.

מ'האט דאך עס שוין (ב"ה) געטון. איז די שאלה שוין נישט רעלעוואנט...!

און היינט אז די מדינה עקזיסטירט. איז אפילו לשיטת רביה"ק מסאטמאר (דעם אריגינאלן) דארפן מיר מתפלל זיין און טון אלע פעולות והשתדלות אז די מדינה זאלל (ח"ו) נישט בטל ווערן דורך די אראבערס און אנדערע גויים. ווייל דאמאלס וועט נישט טויגן פאר כלל ישראל. .(ראה הקדמה לספה"ק ויואל משה דף ח')
זונטאג נאוועמבער 22, 2020 3:48 am#462906
berlbalaguleh האט געשריבן:
מושב לצים האט געשריבן:ציוני: אייננעמען ארץ ישראל (אדער שטחים אין ארץ ישראל) מיט א מיליטער פאר משיח קומט.

מ'האט דאך עס שוין (ב"ה) געטון. איז די שאלה שוין נישט רעלעוואנט...!

און היינט אז די מדינה עקזיסטירט. איז אפילו לשיטת רביה"ק מ'סאטמאר (דעם אריגינאלן) דארפן מיר מתפלל זיין און טון אלע פעולות והשתדלות אז די מדינה זאלל (ח"ו) נישט בטל ווערן דורך די אראבערס און אנדערע גויים. ווייל דאמאלס וועט נישט טויגן פאר כלל ישראל. .(ראה הקדמה לספה"ק ויואל משה דף ח')
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 11:08 pm#463226
ער, ר' ברוך עפשטיין האט בכלל געשריבן זייער געמיין איבער חסידות און חסידים. ס'איז גארנישט אזא אינטרעסאנט ביכל. ער האט געטון 2 זאכן. ער האט געהאקט און געשימפט אקעגן חסידים און דעם דרך החסידות. און באשריבן מעשיות וועלכע האבן אויפגעוויזן וואספארא חכם ער איז. און ווי קלוג ער האט אייביג געהאנדלט.
זונטאג נאוועמבער 29, 2020 6:38 pm#463366
ווער איז ר' ברוך עפשטיין?

זאג מיר נישט אז די רעפערירסט צום מקור ברוך....
זונטאג נאוועמבער 29, 2020 7:56 pm#463368
מצפצף האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:חפץ חיים איז א אגדה ספר?

יא

געבויט אויף אגדה , אבער און פאקט איז א הלכה ספר מיט פאקטישע הלכות הנוגעים לחיי יום יום
זונטאג נאוועמבער 29, 2020 10:55 pm#463374
מנחם ציון האט געשריבן:ווער איז ר' ברוך עפשטיין?

זאג מיר נישט אז די רעפערירסט צום מקור ברוך....

מנחם ציון: יא. איך רעפעריר צו ר' ברוך עפשטיין. בעמ"ח ספר תורה תמימה. א זון פון ר' מיכל עפשטיין. בעל ערוך השולחן....! וועלכער האט געהאט אן אויסערגעווענליכע שנאה אויף חסידים און חסידות בכלל....!

זיין ספר מקור ברוך וואלט געווען גאנץ אן אינטרעסאנט ספר ווען ער איז מער אביעקטיוו אין זיין אפשאצונג פון געוויסע געשעענישן. און ווייניגער אויסדרוקן פון וויסטע שנאה אויף געוויסע גרופס. אזוי ווי חסידים...!