מיטוואך מערץ 03, 2021 2:08 pm#467870
עמעזאן האט געשריבן:אבסעלוטלי נישט קיין חילוק! ביי די 20 ווערט מען א מענטש על פי רוב.
רוב רובו פון אונז האבן טאקע חתונה ביי די ניינצן צוואנציג, כמעט קיינער האט נישט חתונה ביי די אכצן. און אויב האלט יואלי ראטה ווי דיר אז ניינצן איז נאכאלס צו אינג און מקומט הערשט אן לכלל דעת ביי די צוואנציג, נו אדרבה זאל ער ווארטן ביז די צוואנציג. וויאזוי איז דאס א בארעכטיגונג אראפצוברענגן די עיזש פון מעריזש מיט דריי יאר, ווייל ניינצן איז "עניוועי" נישט פערפעקט?
לדעתי איז נישט די עולה דאס חתונה האבן, זאלן זיי חתונה האבן ביי די צוועלף. קינדער האבן איז אבער א שרעקליכע רשעות און עולה און האט נישט קיין שום בארעכטיגונג. אדרבה זאלן זיי נישט זינדיגן אין ישיבה און אנשטאט זיך מתעלס זיין מיט זייערע עדאלעסנט ווייבער, זיך גט'ן ווען מ'ווערט באורד און נעמען א פרישע ווען מ'ווערט ערנסטער. אבער פארוואס גאט אין הימל האבן א קינד ביי די זיבעצן? וואס קען זיין די בארעכטיגונג אויסצושטעלן א אינג מיידעלע, צו די דאגות פון שוואנגער, קימפעטען, נורסן און ערציען קינדער? אויב נישט די אייגענע אינטערעסן פון יואלי ראטה אז ער וויל אנפילן זיין שטאל מיט פרישע שטירן?
