Under maintenance
הויפט זייט » הרב יואל ראטה מיט א ווארענונג צו די רבנים!

הרב יואל ראטה מיט א ווארענונג צו די רבנים!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
75 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14350
דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 1:13 pm#463035
הרב יואל ראטה מיט א ווארענונג צו די רבנים!
"איך וועל ענק ווייזען די בריוון וואס ענקערע קינדער שיקן צו מיר...

דאס איז די ווארענונג פון די ראש ישיבה צו די רבנים וואס ארבייטן יעצט ארויסצוקומען קעגן זיינע בריווען "עצתו אמונה"

זעה דא די פולע בריוו

בעזרת ה' יתברך

יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן

לכבוד ... נרו יאיר.

יעצט הער איך אז מען זיצט אינאיינעם רבנים, מען איז דן אויב מען דארף ארויסקומען קעגן מיר און קעגן די בריוו; אויב זיי וועלן מיר רופן, זיי וועלן מקיים זיין וואס שטייט אין די תורה (דברים א, טז): "שָׁמֹעַ בֵּין אֲחֵיכֶם" - וועל איך מיט ברענגען בריוו פון זייערע קינדער, זין און טעכטער, וואו זיי בעטן עצות; ביי איינעם האט זיך די טאכטער פארטשעפעט מיט א גוי רחמנא לצלן, זי שעמט זיך צו רעדן צו די עלטערן, נאר דורך די בריוו איז זי געראטעוועט געווארן און אויפגעשטעלט א ערליכע שטוב. ביי א צווייטן שרייבט די טאכטער, זי האט א פלאן אז זי גייט נאך אביסל אפלאזן דעם אידישן וועג השם ישמרינו און דורך די בריוו איז נאך דא א שטיקל האפענונג.

גיי דערצייל וואס טוט זיך אפ שטילערהייט ביי בני הנעורים; קיינער וויל נישט גלייבן, קיינער וויל נישט הערן, מען מאכט זיך תמ'עוואטע: "ביי אונז איז נישטא די זאכן", "ביי אונז איז אלעס מסודר"; מען שרייט אויף די מפיצים: "די קונטרסים און בריוו איז גוט פאר די שוואכע סארט, נישט פאר אונזער קרייז"; גיי דערצייל אז אלע בריוו, אלע שאלות קומען פון די חשוב'סטע שטובער. קינדער וואס גייען אריבער שווערע ביטערע נסיונות, זיי האבן נישט ווער עס זאל זיי מחזק זיין און אין די בריוו טרעפן זיי חיזוק צו קענען בלייבן שטארק ביי די אמונה.

מיר וועלן ווייטער שרייבן, דרוקן און פארפלייצן פאר די גאנצע וועלט; מיר וועלן זיך נישט אפשטעלן פאר קיינעם נישט. מיר האבן געהאט הדרכה פון מוהרא"ש, מיר האבן אביסל צוגעזען וואס מוהרא"ש האט געטון זיין גאנץ לעבן מיט אלע רדיפות פון מחרחרי ריב וואס עושים מעשים זמרי און שטעלן זיך אהער ווי פנחס; וועלן מיר גיין אין די וועגן מיט מסירות נפש, אזוי וועלן מיר ברענגען די גאולה.

דיוועלאפינג...
דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 1:51 pm#463036
איינער דא האט אים שוין אמאל געשיקט א בריוו? איינער ווייסט פון איינעם וואס האט אים געשיקט א בריוו?

איך האב גראדע ליב די קונטרסים, עס קומט אמאל צוניץ דארט וואו די קעניג גייט אליינס, אבער איך וואלט נישט געוואלט מיינע קינדער זאלן עס ליינען איידער איך קוק עס אדורך.

אסאך קינדער זענען תמימות'דיג און ס'פעלט נישט אויס זיי צו עפענען די אויגן דורכ'ן ליינען אפן און גראב מיט וואס אידן זענען ליידער עובר. מ'קען עס שרייבן ברמיזה אויך.
דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 1:53 pm#463037
Re: הרב יואל ראטה מיט א ווארענונג צו די רבנים!
עמעזאן האט געשריבן:"איך וועל ענק ווייזען די בריוון וואס ענקערע קינדער שיקן צו מיר...

דאס איז די ווארענונג פון די ראש ישיבה צו די רבנים וואס ארבייטן יעצט ארויסצוקומען קעגן זיינע בריווען "עצתו אמונה"

זעה דא די פולע בריוו

בעזרת ה' יתברך

יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן

לכבוד ... נרו יאיר.

יעצט הער איך אז מען זיצט אינאיינעם רבנים, מען איז דן אויב מען דארף ארויסקומען קעגן מיר און קעגן די בריוו; אויב זיי וועלן מיר רופן, זיי וועלן מקיים זיין וואס שטייט אין די תורה (דברים א, טז): "שָׁמֹעַ בֵּין אֲחֵיכֶם" - וועל איך מיט ברענגען בריוו פון זייערע קינדער, זין און טעכטער, וואו זיי בעטן עצות; ביי איינעם האט זיך די טאכטער פארטשעפעט מיט א גוי רחמנא לצלן, זי שעמט זיך צו רעדן צו די עלטערן, נאר דורך די בריוו איז זי געראטעוועט געווארן און אויפגעשטעלט א ערליכע שטוב. ביי א צווייטן שרייבט די טאכטער, זי האט א פלאן אז זי גייט נאך אביסל אפלאזן דעם אידישן וועג השם ישמרינו און דורך די בריוו איז נאך דא א שטיקל האפענונג.

גיי דערצייל וואס טוט זיך אפ שטילערהייט ביי בני הנעורים; קיינער וויל נישט גלייבן, קיינער וויל נישט הערן, מען מאכט זיך תמ'עוואטע: "ביי אונז איז נישטא די זאכן", "ביי אונז איז אלעס מסודר"; מען שרייט אויף די מפיצים: "די קונטרסים און בריוו איז גוט פאר די שוואכע סארט, נישט פאר אונזער קרייז"; גיי דערצייל אז אלע בריוו, אלע שאלות קומען פון די חשוב'סטע שטובער. קינדער וואס גייען אריבער שווערע ביטערע נסיונות, זיי האבן נישט ווער עס זאל זיי מחזק זיין און אין די בריוו טרעפן זיי חיזוק צו קענען בלייבן שטארק ביי די אמונה.

מיר וועלן ווייטער שרייבן, דרוקן און פארפלייצן פאר די גאנצע וועלט; מיר וועלן זיך נישט אפשטעלן פאר קיינעם נישט. מיר האבן געהאט הדרכה פון מוהרא"ש, מיר האבן אביסל צוגעזען וואס מוהרא"ש האט געטון זיין גאנץ לעבן מיט אלע רדיפות פון מחרחרי ריב וואס עושים מעשים זמרי און שטעלן זיך אהער ווי פנחס; וועלן מיר גיין אין די וועגן מיט מסירות נפש, אזוי וועלן מיר ברענגען די גאולה.

דיוועלאפינג...
נאך א וועג פון ר' יואלי צו באקומען זיין אזוי-געגארטע עטענטשען פון וואס ער קען זיך נישט גענוג אנזעטיגן...
אין כאן לא רבנים ולא קול קורא...
די רבנים זיצן נישט... זייערע קינדער שרייבן נישט קיין בריוו צו אים... ס'איז בסך הכל נאך א וועג אז אפאר יושבי קאווע שטיבל, זאלן אים געבן עטענטשען.
(זעהט אויס אז זיין רעבעצין ליינט נישט זיינע בריוו און זי ווייסט נישט אז א ווייב דארף געבן עטענטשען פאר די מאן)
דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 2:00 pm#463039
די רבנים זאלן נאר נישט איבער'חזר'ן זייער טעות, וואס זיי האבן געטון מיט נחש רוז"ב, ווייל דאן וועט זיך יואלי צולאזן און ווערן פיל ערגער ווי ביז יעצט, אלע קינדער און בחורים וועלן זיך צוכאפן און לויפן קוקן וואס ער שרייבט.
דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 2:09 pm#463041
מפיל קינד האט געשריבן:איינער דא האט אים שוין אמאל געשיקט א בריוו? איינער ווייסט פון איינעם וואס האט אים געשיקט א בריוו?
.

יא א וודאי, וואס איז דיר אזוי שווער צו פארשטיין רוב בריוו גייט דורך אימעיל, עס איז פארהאן גענוג בחורים און מיידליך וואס זיכען צו רעדן צו איינעם אן קיין בושה איז דאס די אויסוואל
דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 2:12 pm#463042
אגב, איך קען בחורים און יונגעלייט, וואס האבן נישט וואס צו טון מיטן ליידיגן טאג, מען שיקט בריוו פאר ר' יואל, מען שרייבט דארט שטותים און לאקשן, און ער ענטפערט... מען באקט מעשיות און ער קויפט עס...
דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 3:05 pm#463048
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:אגב, איך קען בחורים און יונגעלייט, וואס האבן נישט וואס צו טון מיטן ליידיגן טאג, מען שיקט בריוו פאר ר' יואל, מען שרייבט דארט שטותים און לאקשן, און ער ענטפערט... מען באקט מעשיות און ער קויפט עס...

אגב, ביסט א פוסטע פאנטאזירער.

יואלי ראטה איז יואלי ראטה, אבער די עסקנים וואס פירען די רבנים ביי די ביצים וואס זיי האבן נישט, האבן נישט ליב יואלי ראטה'ס צעטלעך, פשוט ווייל ער פרעגט נישט נאך די עסקנים, און ער איז פיל מער דעינזשערעס פין ניימאן, ווייל ער האט שוין חסידים און ער האט מער צו פארקויפען אויף די רעבישע פלאטפארם, ממילא איז א דבר פשוט אז זיי ווילען אים אויסשליסן פין כלל ישראל אזוי ווי זיי האבן געטוהן צו מעכיל לעבאוויטש און פיל אנדערע אנגעהויבן ביי רב קוק.

צו עס וועט זיי געלונגען אדער נישט, בלייבט צו זעהן, איך זעה נישט פארוואס נישט.
דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 3:10 pm#463049
אישתישבי האט געשריבן:

בראשית דרכו האט מען שוין פראבירט עם אינטערצוברענגן דעמאלטס האט ער זיי איבערגעקליגט און געקומען צום בי"ד התאחדות הרבנים אין צייט און שטיל געמאכט די רבנים, צווישען אנדערע האט ער זיך געוואנדן צו ר' בערל כ"ץ אז ער מצידו איז גרייט צו פארמאכן די ישיבה היינט נאר עס איז זיין אחריות נישט צו לאזן די בחורים אויף הפקר צו ער זאגט עם צו אז ער נעמט אריין אלע בחורים צו דושינסקי ישיבה....
דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 3:10 pm#463050
אישתישבי האט געשריבן:
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:אגב, איך קען בחורים און יונגעלייט, וואס האבן נישט וואס צו טון מיטן ליידיגן טאג, מען שיקט בריוו פאר ר' יואל, מען שרייבט דארט שטותים און לאקשן, און ער ענטפערט... מען באקט מעשיות און ער קויפט עס...

אגב, ביסט א פוסטע פאנטאזירער.

יואלי ראטה איז יואלי ראטה, אבער די עסקנים וואס פירען די רבנים ביי די ביצים וואס זיי האבן נישט, האבן נישט ליב יואלי ראטה'ס צעטלעך, פשוט ווייל ער פרעגט נישט נאך די עסקנים, און ער איז פיל מער דעינזשערעס פין ניימאן, ווייל ער האט שוין חסידים און ער האט מער צו פארקויפען אויף די רעבישע פלאטפארם, ממילא איז א דבר פשוט אז זיי ווילען אים אויסשליסן פין כלל ישראל אזוי ווי זיי האבן געטוהן צו מעכיל לעבאוויטש און פיל אנדערע אנגעהויבן ביי רב קוק.

צו עס וועט זיי געלונגען אדער נישט, בלייבט צו זעהן, איך זעה נישט פארוואס נישט.

קודם, איך דינג זיך נישט מיט די צווייטע האלב תגובה.

רוף מיר נישט פאנטאזירער. איך האב עס אליין מיטגעהאלטן. איך בין געזעצן מיט נאך אידן, בשעת מ'האט ארומגעלאכט איבער יואלי'ס בריוו, איין יונגערמאן דארט האט אפגעשריבן א גאנצע בריוו, בשעת יעדער האט מיטגעהאלטן, געשריבן דארט א גאנצע מעשה, בעטנדיג אן עצה וואס צו טון... אונז האבן זיך אונטערגעהאלטן און יענער האט געשיקט. ביז עטליכע טעג איז דאס געווען אויף ברסלב סענטער, מיט א ענטפער פון יואלי ראטה.

סא...
דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 6:37 pm#463060
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:אגב, איך קען בחורים און יונגעלייט, וואס האבן נישט וואס צו טון מיטן ליידיגן טאג, מען שיקט בריוו פאר ר' יואל, מען שרייבט דארט שטותים און לאקשן, און ער ענטפערט... מען באקט מעשיות און ער קויפט עס...
...
איך האב עס אליין מיטגעהאלטן. איך בין געזעצן מיט נאך אידן, בשעת מ'האט ארומגעלאכט איבער יואלי'ס בריוו, איין יונגערמאן דארט האט אפגעשריבן א גאנצע בריוו, בשעת יעדער האט מיטגעהאלטן, געשריבן דארט א גאנצע מעשה, בעטנדיג אן עצה וואס צו טון... אונז האבן זיך אונטערגעהאלטן און יענער האט געשיקט. ביז עטליכע טעג איז דאס געווען אויף ברסלב סענטער, מיט א ענטפער פון יואלי ראטה.

הייבסט אן מיט א לשון רבים און בסך הכל רעדסטו פון איין מעשה???
און בכלל פארשטיי איך נישט וואס איז דער גאנצע דיון דא? צו געוויסע שיקן אים פאלשע בריוו צו נישט?? וואס כאפט א חילוק? דעיס אז מעשיות קומען פאר, איז א פאקט. ווער ס׳ווייסט נישט איז פשוט ווייל ער ׳וויל׳ נישט וויסן...

90 פערצענט אידן אויב נישט מער ברויכן חיזוק, זה בכה וזה בכה. איז זעי נישט קיין שום ריזן וואס ס׳זאל זיין א פראבלעם אז איינער וויל עס צושטעלן...
דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 7:08 pm#463061
גם אני מצטרף.

אוודאי איז דא פאלשע בריוו, אבער איך וואלט נישט געזאגט אז עס איז דא גענוג מענטשן וואס זענען גרייט אריין צו שיקען און פארברענגען צייט אנצופילן זיינע שאלות יעדער וואך.

וואס קען יא זיין איז, אז זיי מאכן אליין שאלות.
דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 9:53 pm#463076
וואס איז זיין אימעל אדרעס
דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 10:03 pm#463078
אויב די שרייבערס זענען דרויסינדיגע אדער פראדוצירט איז נישט קיין חילוק. די מעשיות זענען אמת און נאך ווי. ווי אזוי די בריוון העלפן איז א שאלה פאר זיך. אויף עכטע פראבלעמען וואס זענען שווער צו ענטפערן העלפט לכאורה נישט פלאָפפי ווערטער אן קיין תוכן. די סארט וואס הייסט פאלטשערהייט "חיזוק".
מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 8:32 am#463101
אבער יואלי ראטה, זייענדיג א תלמיד המחכים את רבו גייט ער אין די דרכים פון מוהרא"ש ז"ל וואס האט זיך געקריגט מיט אלעמען וואס האבן געטראכט אפשר פון אים פארהאלטן אויף סיי וואס.

עס איז ניטאמאל אינטערסאנט, יצחק שטערן האט וויכטיגערע מענטשן צו עלימינירן בעפאר ער נעמט זיך צו קארלסבורג - ברסלב.
מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 1:56 pm#463116
BTW נישט צו פארדרייען דעם אשכול
דער יצחק שטערן זעה איך האט זיך אויפגעבויט א רעפוטעישען פון עלימינירען און אראפברענגען מענטשען
נישט שלעכט
מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 10:39 pm#463140
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:אגב, איך קען בחורים און יונגעלייט, וואס האבן נישט וואס צו טון מיטן ליידיגן טאג, מען שיקט בריוו פאר ר' יואל, מען שרייבט דארט שטותים און לאקשן, און ער ענטפערט... מען באקט מעשיות און ער קויפט עס...

אבשלום בן מעכה: נישט אזוי זיכער. טראץ די אלע נעגאטיווע מיינונגען איז אבער א פאקט וואס ר' יואל ראטה שליט"א האט שוין אויפגעטוהן ביז היינט, ב"ה. כה יתן ה' וכה יוסיף...!

ס'איז נישט דא קיין שום סיבה מסופק צו זיין אין זיינע סטעיטמענטס. אונז לעבן ליידער אין א צופארענע וועלט. וואו ס'איז ..."עליונים למטה. ותחתונים למעלה"...! און דער גרעסטער בראך איז אז אויב ס'טרעפט זיך ח"ו א ביטערע מצב ביי די אזוי גערופענע שיינע אידן. וועללן זיי נישט מודה זיין על האמת. און נאכפארשן בשל מי הרעה הזאת. אפשר זענען זיי טאקע (די עלטערן) נישט שולדיג. אדער מער זיכער אז יא.. נאר זיי וועללן יענעם פארשרייען כנוסח נח"ש רז"ב.

או.קעי. ס'איז נאך דא א גרויסער חילוק פון נחום ביז, להבדיל ר' יואל ראטה שליט"א. נחום איז לויט א יעדע קנה מידה א נידריגע בריאה. אן עקלדיגער יונג, וועלכער באנוצט זיך מיט די ערגסטע אויסדרוקן פון ניבול פה אויף צדיקי אמת וועלכע זענען שוין נישט אויף די וועלט. און זיין פערזענליכער עבר איז נישט אזוי גלענצענד. ס'איז נאר א שאד אז אזא גרויסע קהילה ווי סאטמאר מיט אזויפיהל ריסאורסעס האט עס נישט אויסגענוצט ווי ס'באדארף צו זיין שטילל צו מאכן דעם שור המזיק.

משא"כ הרב יואל ראטה שליט"א איז א בכבוד'יגער איד א תלמיד חכם וירא שמים וועלכער געט אוועק זיין לעבן אויפצוהייבן און מחזק זיין אידישע נשמות...!
מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 10:55 pm#463141
מאך זיכער האט געשריבן:אבער יואלי ראטה, זייענדיג א תלמיד המחכים את רבו גייט ער אין די דרכים פון מוהרא"ש ז"ל וואס האט זיך געקריגט מיט אלעמען וואס האבן געטראכט אפשר פון אים פארהאלטן אויף סיי וואס..

די מוהרא"ש האט זיין גאנץ לעבן לוחם געווען פנים אל פנים קעגן די ס"מ אליינס, וואס האט אפגעלאזט אלעס אויף די וועלט נאר זיך צו שלאגן מיט אים.

יואלי קען דאס נישט.
מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 11:41 pm#463143
מפיל קינד האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:אבער יואלי ראטה, זייענדיג א תלמיד המחכים את רבו גייט ער אין די דרכים פון מוהרא"ש ז"ל וואס האט זיך געקריגט מיט אלעמען וואס האבן געטראכט אפשר פון אים פארהאלטן אויף סיי וואס..

די מוהרא"ש האט זיין גאנץ לעבן לוחם געווען פנים אל פנים קעגן די ס"מ אליינס, וואס האט אפגעלאזט אלעס אויף די וועלט נאר זיך צו שלאגן מיט אים.

יואלי קען דאס נישט.

ער וועט גיין ביז ס'וועט אים בארירן זיין אייגענעם כבוד...
מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 11:54 pm#463144
די ראש ישיבה מיט א בקשה צו די תלמידים "בעט פאר מיר"
אין א פרישע מכתב בעט זיך די ראש ישיבה צו די תלמידים בעט פאר מיר זייטס מתפלל איך דארף רחמי שמים ווייטער אנצוגיין.

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן

לכבוד מיינע טייערע תלמידים שיחיו.

זייטס מתפלל פאר מיר; מען שלאגט מיר, מען האקט מיר, מען רעדט אויף מיר לשון הרע. איך דארף רחמי שמים איך זאל האבן כח ווייטער אנצוגיין.

עס איז נישט דאס ערשטע מאל און נישט דאס לעצטע מאל וואס עס וועקט זיך אויף א קול הברה. דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ג' - מחגר): יעדעס מאל ווען עס ווערט א נייע קעניג ביי די שדים, זאגט דער קעניג אז ער גייט אויסרייסן דעם בוים; וואס איז דער בוים? דאס איז דער הייליגער רבי, אזוי ווי עס שטייט אין זוהר (תיקוני זוהר, תיקון ו): "עֵץ - דָא צַדִּיק"; דער קעניג פון די שדים גייט מיט אלע שרים מיט גרויס שמחה און מיט גרויס גאוה אויסרייסן דעם בוים, אבער אזוי ווי ער קומט נאנט צום בוים, געבט דער בוים אויף אים א געשריי, אז ער ווערט דערשראקן און לויפט אוועק, עיין שם.

בעט פאר מיר
.
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 12:45 am#463146
א נאכפאלגנדע מכתב פון די ראש ישיבה

איך האב דיר געשריבן זאלסט בעטן פאר מיר ווייל מען האקט מיר, איך האב דיר נישט געוואלט דערשרעקן; איך בין שטארק, איך בין פיין, איך בין משונה פרייליך; איך דארף פשוט תפילות איך זאל ווייטער קענען אנגיין, ווער נישט דערשראקן פון גארנישט.

דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים
.
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 1:46 am#463147
ער איז גוטע נייעס :lol: :lol:

קיינער שלאגט נישט, קיינער האקט נישט. ער זאל אויפהערן שרייבן ניבול פה און אלעס וועט זיין מסודר.
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 4:35 am#463151
וואו קען מען זעהן זיינע בריוון?
פארוואס זעה איך עס קיינמאל נישט?
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 11:33 am#463168
שמעקעדיג האט געשריבן:וואו קען מען זעהן זיינע בריוון?
פארוואס זעה איך עס קיינמאל נישט?

די בריווען וועג ער ענטפערט די שאלות, אויך די אפציע 'פרעג א שאלה'

די בריוון וואס ער שיקט ארויס

מכתבי יומי
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 11:35 am#463169
איך הער אז די מעשה יעצט איז אז א ווילימסבורג מיידל וואס איז אנגעקומען צום ראש ישיבה און אירע עלטערן וואס זענען פון די פני העיר האלטן עס נישט אויס און זיי פירן יעצט א מערכה און דרייען אן די רבני העיר
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 2:49 pm#463189
עמעזאן האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:וואו קען מען זעהן זיינע בריוון?
פארוואס זעה איך עס קיינמאל נישט?

די בריווען וועג ער ענטפערט די שאלות, אויך די אפציע 'פרעג א שאלה'

איך האב געקליקט די לינק און גלייך געפאלן אויף שאלה #1145 אט איז די שאלה און תשובה:

- דארף א פרוי זיך אפשערן אלע האר?

‎תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,

איך בין א פרוי וואס איז זיך מחי' מיט די שיעורים יעדן טאג, און איך האב זיך אסאך פארבעסערט אין זכות פון די שיעורים.

איך וועל פרעגן איבער שערן די האר. ס'איז מיר זייער שווער עס צו טון, אפילו ס'איז אזוי איינגעפירט אין אונזער משפחה. איך האב געהאט שיינע האר און איך וויל מיין מאן זאל אויך הנאה דערפון.

אפשר קען מען שערן נאר די האר וואס קען זיך ארויסשטעקן פונעם טיכל, אדער דארף מען דוקא אפשערן די גאנצע האר?

אויך וויל איך וויסן אויב ס'קען זיין אז ווייל איך בין נישט אזוי מקפיד אויף דעם, דערפאר גייט מיר די שלום בית נישט אזוי גרינג?

יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך

יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן

מרת ... תחי'.

איך האב ערהאלטן אייער בריוו.

אז איר וועט זיך אפשערן אייערע האר וועט איר אראפנעמען פון זיך אלע דינים. אונזערע הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן אונז (עירובין ק:) ווען חוה האט צוגעהערט צום שלאנג און געגעסן פונעם עץ הדעת איז זי געשאלטן געווארן מיט צען קללות, איינע פון די קללות איז: "מְגַדֶּלֶת שֵׂעָר כְּלִילִית", א פרוי איז געשאלטן געווארן מיט האר, די האר ברענגט אלע שלעכטס, די האר ברענגט אלע צרות.

דער הייליגער סאטמאר רבי זכותו יגן עלינו פלעגט געבן א דרשה כל נדרי ביינאכט, אינמיטן די דרשה פלעגט ער זיך אויסדרייען זיין הייליגע פנים צום ווייבער שול און געוויינט צו די פרויען, ער האט געזאגט: "ווי אזוי קען מען זאגן ביי קריאת שמע 'ובכל נפשך' - מיר זענען גרייט אוועק צו געבן דעם גאנצן נפש פאר'ן אייבערשטן, ווען מען איז נישט גרייט אוועק צו געבן דאס ביסל האר?" ער האט געוויינט און געשריגן מיט זיין הייליג הארץ צו די פרויען זיי זאלן זיך נישט שעמען אפצושערן די האר, מיר דארפן זוכן צו געפעלן נאר פאר'ן אייבערשטן.

געבט א קוק וואס דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי זאגט וואס פאסירט ווען מען גייט מיט האר (נשא קכה:): 'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ', וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי; זאגט ווייטער דער הייליגער זוהר: 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', און זי איז גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא', ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר', די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס.

הלואי וואלט מען דאס אריינגעלייגט אין יונגע קינדער, זיי זאלן אויפוואקסן מיט דעם; זיי זאלן ווארטן אויף די מינוט ווען זיי וועלן חתונה האבן צו קענען אראפנעמען די קללה מיט וואס חוה איז געשאלטן געווארן, זיך אפשערן מיט שמחה, וועלן זיי זוכה זיין צו ערליכע דורות.

דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

איך זע נישט ווי ער זאל האבן געענטפערט די שאלה.

ליינענדיג די בריוו זע איך א קללה אויף חוה לגבי האר, און א זוהר וואס שרייבט שארף קעגן "אויפגעדעקטע האר", און אויך א שיינע מעשה פון סאטמאר רבי (כאטש אן קיין הלכה'דיגע טעם), אבער צום עצם שאלה פון 'איך וויל זיך נישט אפשערן, דארף איך'? האט ער בכלל נישט געענטפערט.
דינסטאג מערץ 02, 2021 1:17 pm#467776
בקיצור, עס איז אקעי וואס יואלי ראטה טוט.
דינסטאג מערץ 02, 2021 1:21 pm#467778
מפיל קינד האט געשריבן:מהיכי תיתי דא וואלט געווען אנדערש :lol: :lol:

דאס איז דאך ממש גאונות.

עלטערן זוכן דאס בעסטע פארן קינד, און געווענליך ווייסן עלטערן בעסער וואס איז גוט פאר זייער קינד. א פרעמדער זוכט נישט ענדערש די טובה פון יענעמס קינד, נאר ענדערש זיין אייגענעם טובה, אז זיינע קיען זאל נישט בלייבן בחור'ן.

א ריזיגע פראצענט עלטערן רעכענען זיך 0 מיט די קינדער, זיי טוען וואס עס פאסט פאר זייער כבוד המדומה און האפן עס וועט זיך אויסארבייטן
דינסטאג מערץ 02, 2021 3:54 pm#467796
טענה'סטו אז יואלי ראטה מעג טוהן פאר זיין כבוד המדומה פונקט ווי אסאך עלטערען טוהן פאר זייער כבוד המדומה.

הייסט אז יואלי ראטה מאכט א חשבון פאר ער גנב'ט אפ א מיידל, און ווער ער ווייסט אז דער טאטע פין דער מיידל וועט איר ממילא אפשחט'ן, כאפט ער איר אוועק און ער מאכט איר חתונה צו א בחור וואס האט שוין אפגעדאווענט שס.
דינסטאג מערץ 02, 2021 4:01 pm#467798
אישתישבי האט געשריבן:טענה'סטו אז יואלי ראטה מעג טוהן פאר זיין כבוד המדומה פונקט ווי אסאך עלטערען טוהן פאר זייער כבוד המדומה.

הייסט אז יואלי ראטה מאכט א חשבון פאר ער גנב'ט אפ א מיידל, און ווער ער ווייסט אז דער טאטע פין דער מיידל וועט איר ממילא אפשחט'ן, כאפט ער איר אוועק און ער מאכט איר חתונה צו א בחור וואס האט שוין אפגעדאווענט שס.

וואס מאכסטו משוגע? נאכאמאל די פראגע, די מיידל איז צופרידן מיט די בחור נאך די חתונה? יא אדער ניין?
דאס איז די עיקר
דינסטאג מערץ 02, 2021 4:39 pm#467804

די מיידל קען זיין גוט חתונה געהאט אדער קען זי זיין גוט חתונה געהאט און נישט צוקריגט מיט אירע עלטערן. פארוואס איז די ערשטע אפשען בעסער?
דינסטאג מערץ 02, 2021 4:44 pm#467806
עמעזאן האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:טענה'סטו אז יואלי ראטה מעג טוהן פאר זיין כבוד המדומה פונקט ווי אסאך עלטערען טוהן פאר זייער כבוד המדומה.

הייסט אז יואלי ראטה מאכט א חשבון פאר ער גנב'ט אפ א מיידל, און ווער ער ווייסט אז דער טאטע פין דער מיידל וועט איר ממילא אפשחט'ן, כאפט ער איר אוועק און ער מאכט איר חתונה צו א בחור וואס האט שוין אפגעדאווענט שס.

וואס מאכסטו משוגע? נאכאמאל די פראגע, די מיידל איז צופרידן מיט די בחור נאך די חתונה? יא אדער ניין?
דאס איז די עיקר

לאמיך דיך פרעגן א שאלה, אויב איך גיב דער דער נאמבערס פין די צובראכענע טאטעס און מאמעס, ביסטו גרייט זיי צו רופען און זאגן דיין שטיקעל תורה פארוואס יואלי ראטה איז גערעכט מיט זיי אנארבעטען דער עגמת נפש? ביטע זאג יא אדער ניין מיט א הסברה.
דינסטאג מערץ 02, 2021 6:06 pm#467810
דאס אז זיי האבן עגמת נפש, און מ’קען זיי נישט רופן מסביר זיין, מאכט אים נישט אויס גערעכט.
דינסטאג מערץ 02, 2021 6:16 pm#467812
תרמב האט געשריבן:דאס אז זיי האבן עגמת נפש, און מ’קען זיי נישט רופן מסביר זיין, מאכט אים נישט אויס גערעכט.

עס מאכט אים יא אויס גערעכט.
ווען לב טהור צו אן אנדערע קאלט/ גרופע, פארכאפט א מיידל און מאכט איר פיין חתונה איז עס אויך נישט קיין פראבלעם?
דינסטאג מערץ 02, 2021 6:20 pm#467813
בת קול האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:דאס אז זיי האבן עגמת נפש, און מ’קען זיי נישט רופן מסביר זיין, מאכט אים נישט אויס גערעכט.

עס מאכט אים יא אויס גערעכט.
ווען לב טהור צו אן אנדערע קאלט/ גרופע, פארכאפט א מיידל און מאכט איר פיין חתונה איז עס אויך נישט קיין פראבלעם?

וואס מיינט פארכאפט?
פארוואס גלייכסטו צו יואלי ראטה צו לב טהור??
דינסטאג מערץ 02, 2021 6:30 pm#467815
תרמב האט געשריבן:דאס אז זיי האבן עגמת נפש, און מ’קען זיי נישט רופן מסביר זיין, מאכט אים נישט אויס גערעכט.

פאונט איז, נאר א רשע קען טוהן אזא זאך, פין מאכען עגמת נפש פאר עלטערען, און דאס גענוי איז יואלי ראטה.
דינסטאג מערץ 02, 2021 6:51 pm#467816
ירמי' האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:דאס אז זיי האבן עגמת נפש, און מ’קען זיי נישט רופן מסביר זיין, מאכט אים נישט אויס גערעכט.

עס מאכט אים יא אויס גערעכט.
ווען לב טהור צו אן אנדערע קאלט/ גרופע, פארכאפט א מיידל און מאכט איר פיין חתונה איז עס אויך נישט קיין פראבלעם?

וואס מיינט פארכאפט?
פארוואס גלייכסטו צו יואלי ראטה צו לב טהור??

וויל ער פארכאפט יונגע קינדער פונקט ווי העלבראנץ האט געטוהן.
דו קענסט באזעצענע יונגעלייט וואס דרייען זיך ביי אים?
עס איז אלץ יונגע קינדער וועם מען קען איבער רעדן.
דינסטאג מערץ 02, 2021 8:20 pm#467819
וואס מיינט יונגע קינדער? ווי אלט?
ליהוי ידוע רוב מענטשען ביי העלבראנץ זענען דארט אנגעקומען אלס 30 יעריגע חברה.
יואלי ראטה מיט זיינע מענטשן לעבן דא צווישן אונז נארמאל, ער פארשפארט זיי נישט, זיי ארבייטן געהעריג און זיי ענזשויען זיך פונקט ווי אונז אלע.
די איינציגסטע חילוק אז דארט האט מען חתונה ביי די 16 און ביי אונז ביי די 18. סאררי איך זעה נישט די גרויסע חילוק...

נאך א זאך וואס ער איז אנדערש אז ער גיט א געהעריגע שיעור פאר די חתונה וואס עס מיינט א חתונה געהאטע לעבן (בעדרום לייוו) און נישט ווי ביי אונז וואס די 18 יעריגע בעביס ווייסט נישט בחייכון און אין בעסטן פאל קומט פאר א רעיפ סיטואציע די ערשטע תקופה נאך די חתונה....
דינסטאג מערץ 02, 2021 8:34 pm#467822
בת קול האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:דאס אז זיי האבן עגמת נפש, און מ’קען זיי נישט רופן מסביר זיין, מאכט אים נישט אויס גערעכט.

עס מאכט אים יא אויס גערעכט.
ווען לב טהור צו אן אנדערע קאלט/ גרופע, פארכאפט א מיידל און מאכט איר פיין חתונה איז עס אויך נישט קיין פראבלעם?

איך האב נישט געמיינט אים צו געבן גערעכט, איך האב געוואלט ארויסברענגען אז דאס אז מ’קען נישט רופן די עלטערן מסביר זיין, מאכט עס נישט יא אדער נישט גערעכט, דאס איז נישט די מעסטער פון גערעכטיקייט.
דינסטאג מערץ 02, 2021 8:50 pm#467827
ירמי' האט געשריבן:וואס מיינט יונגע קינדער? ווי אלט?
ליהוי ידוע רוב מענטשען ביי העלבראנץ זענען דארט אנגעקומען אלס 30 יעריגע חברה.
יואלי ראטה מיט זיינע מענטשן לעבן דא צווישן אונז נארמאל, ער פארשפארט זיי נישט, זיי ארבייטן געהעריג און זיי ענזשויען זיך פונקט ווי אונז אלע.
די איינציגסטע חילוק אז דארט האט מען חתונה ביי די 16 און ביי אונז ביי די 18. סאררי איך זעה נישט די גרויסע חילוק...

נאך א זאך וואס ער איז אנדערש אז ער גיט א געהעריגע שיעור פאר די חתונה וואס עס מיינט א חתונה געהאטע לעבן (בעדרום לייוו) און נישט ווי ביי אונז וואס די 18 יעריגע בעביס ווייסט נישט בחייכון און אין בעסטן פאל קומט פאר א רעיפ סיטואציע די ערשטע תקופה נאך די חתונה....

יונגע קינדער קען מען זיין ביז די 30 לויט די maturity level פון זיינע חברה.
מיין פוינט איז אז ער רייסט ארויס קינדער פון אינטער די עלטערנס הענט. איך רעדט נישט נאר פון חתונה מאכן.

און אז דו רעדט יא פון חתונה מאכן, יעדע נערמאלע מענטש פארשטייט די חילוק צווישן 16 און 18.
א 16 יעריגע איז א קינד. א בעיבי.
בכלל זעה איך נישט זיין divorce rate זאל זיין נידריגער מיט זיין מהלך. פארקערט.
נישט יעדע זאך וואס איז אנדערש איז בעסער.
דינסטאג מערץ 02, 2021 9:03 pm#467828
קינדער זענען נישט קיין חפצים וואס באלאנגן פאר די עלטערן.

אויב דיין קינד אן אדאלט איז מחליט מאיזה סיבה צו טוישן חסידות האסטו קיין רעכט מעקב צו זיין, פארשטייט זיך אויב דארט איז א נארמאלע מקום אויסגעשטעלט לויט די אמעריקאנע געזעצן.
דינסטאג מערץ 02, 2021 10:52 pm#467838
Re: הרב יואל ראטה מיט א ווארענונג צו די רבנים!
ירמי' האט געשריבן:קינדער זענען נישט קיין חפצים וואס באלאנגן פאר די עלטערן.

און מענטשן זענען נישט קיין חפצים וואס באלאנגען פאר פירער.

ירמי' האט געשריבן:אויב דיין קינד אן אדאלט איז מחליט מאיזה סיבה צו טוישן חסידות האסטו קיין רעכט מעקב צו זיין, פארשטייט זיך אויב דארט איז א נארמאלע מקום אויסגעשטעלט לויט די אמעריקאנע געזעצן.

פארוואס דארף עס זיין א נארמאלע מקום? (אמעריקאנע געזעצן איז שוין אינגאנצן ארויס פון מיין פארשטאנד).
דאס וואס גיבט דיר נישט רעכט צו מעקב זיין פון אוועקגיין צו "א נארמאלע מקום", געבט דיר אויך נישט רעכט בכלל צו מעקב זיין.
מיטוואך מערץ 03, 2021 6:23 am#467854
בת קול האט געשריבן:
ירמי' האט געשריבן:וואס מיינט יונגע קינדער? ווי אלט?
ליהוי ידוע רוב מענטשען ביי העלבראנץ זענען דארט אנגעקומען אלס 30 יעריגע חברה.
יואלי ראטה מיט זיינע מענטשן לעבן דא צווישן אונז נארמאל, ער פארשפארט זיי נישט, זיי ארבייטן געהעריג און זיי ענזשויען זיך פונקט ווי אונז אלע.
די איינציגסטע חילוק אז דארט האט מען חתונה ביי די 16 און ביי אונז ביי די 18. סאררי איך זעה נישט די גרויסע חילוק...

נאך א זאך וואס ער איז אנדערש אז ער גיט א געהעריגע שיעור פאר די חתונה וואס עס מיינט א חתונה געהאטע לעבן (בעדרום לייוו) און נישט ווי ביי אונז וואס די 18 יעריגע בעביס ווייסט נישט בחייכון און אין בעסטן פאל קומט פאר א רעיפ סיטואציע די ערשטע תקופה נאך די חתונה....

יונגע קינדער קען מען זיין ביז די 30 לויט די maturity level פון זיינע חברה.
מיין פוינט איז אז ער רייסט ארויס קינדער פון אינטער די עלטערנס הענט. איך רעדט נישט נאר פון חתונה מאכן.

און אז דו רעדט יא פון חתונה מאכן, יעדע נערמאלע מענטש פארשטייט די חילוק צווישן 16 און 18.
א 16 יעריגע איז א קינד. א בעיבי.
בכלל זעה איך נישט זיין divorce rate זאל זיין נידריגער מיט זיין מהלך. פארקערט.
נישט יעדע זאך וואס איז אנדערש איז בעסער.

אויב זיינע חברה זענען אויף די זעלבע מעטשוריטי לעוועל ביי די 30 ווי די זעכצען, פארוואס זאל ער זיי נישט חתונה מאכן דעמאלטס? זיי וועלן סייווי נישט קיין סאך קלוגער ווערן?
מיטוואך מערץ 03, 2021 7:28 am#467855
Re: הרב יואל ראטה מיט א ווארענונג צו די רבנים!
בת קול האט געשריבן:
ירמי' האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:דאס אז זיי האבן עגמת נפש, און מ’קען זיי נישט רופן מסביר זיין, מאכט אים נישט אויס גערעכט.

עס מאכט אים יא אויס גערעכט.
ווען לב טהור צו אן אנדערע קאלט/ גרופע, פארכאפט א מיידל און מאכט איר פיין חתונה איז עס אויך נישט קיין פראבלעם?

וואס מיינט פארכאפט?
פארוואס גלייכסטו צו יואלי ראטה צו לב טהור??

וויל ער פארכאפט יונגע קינדער פונקט ווי העלבראנץ האט געטוהן.
דו קענסט באזעצענע יונגעלייט וואס דרייען זיך ביי אים?
עס איז אלץ יונגע קינדער וועם מען קען איבער רעדן.
אלעס ביז הויעלע שטותים , ער פארכאפט נישט קיינעם,ווי פארכאפט? וואס פארכאפט? יא איך קען צענדליגע 30 יעריגע באזעסענע אינגעלייט וואס געהערן עמטליך און אומעמטליך צו זיין חסידות , מענטשן מיינען אז ער איז שטעקן געבליבן ביי 15 יאר צוריק, ער איז א חסידות פונקט ווי עני חסידות אבער איין זאך , זיינע אינגעלייט האבן א סיפוק און שמחות החיים וואס איז דא ווייניג ביי אנדערע , ער פארמאגט די שענסטע און דאס בעסטע וואס כלל ישראל פארמאגט, זיינע טירן זענען אפען פאר יעדעם אין סענטער פון וויליאמסבורג, מען קען קומען און גיין, מען צווינגט נישט קיינעם, יעדער וואס איז דארט איז געקומען מרצונו הטוב צו זיכן א סיפוק אין א רוחניות'דיגע לעבן, שוין צייט פון אויפהערן צו פאנטיזערן זאכן אויף אים און זיין חסידות, אדרבה גיי אריבער אויף סקילמען סטריט און זע עס מיט דיינע אייגענע אויגן

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
מיטוואך מערץ 03, 2021 11:12 am#467859
יואלי ראטה ווארענט רבנים? סקאסט א לאך!

דער מענטש איז א power hungry קאנטראל פריעק וואס ניצט אויס זיין השפעה צו פארכאפן יונגע תמימותדיגע מוחות

סלויפט אין אים ראיעל בלוט פונקט ווי אנדערע רעבישע קינדער וואס קענען זיך נאר זעטיגן דורך קאנטראלירן אנדערע מענטשן און זענען ביזי טאג און נאכט צו בויען זייער איגאו אבער כתלמיד המחכים את רבותיו האט ער עס גענומען צו די עקסטריעם און בויעט זיך א קולט

סאיז נישטא קיין שום תירוץ בעולם וואס פארענטפערט וויאזוי ממעג אנרעדן קינדער קעגן עלטערן און צוברעכן אידישע שטובער, ווער רעדט נאך פון אנדערעידזש מערידזשעס, ער איז א קראנקער קאנטראל מעניעק און א ריש שין עין, פלעין און סימפל
מיטוואך מערץ 03, 2021 11:30 am#467860
ווארט נאר ביז מען הייבט אים אהן באשמוצן און ער וועט מאכן א פנים פין א תם ווי א קאזאק הנגזל.
מיטוואך מערץ 03, 2021 11:35 am#467861
moneyminded האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:
ירמי' האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:
עס מאכט אים יא אויס גערעכט.
ווען לב טהור צו אן אנדערע קאלט/ גרופע, פארכאפט א מיידל און מאכט איר פיין חתונה איז עס אויך נישט קיין פראבלעם?

וואס מיינט פארכאפט?
פארוואס גלייכסטו צו יואלי ראטה צו לב טהור??

וויל ער פארכאפט יונגע קינדער פונקט ווי העלבראנץ האט געטוהן.
דו קענסט באזעצענע יונגעלייט וואס דרייען זיך ביי אים?
עס איז אלץ יונגע קינדער וועם מען קען איבער רעדן.
אלעס ביז הויעלע שטותים , ער פארכאפט נישט קיינעם,ווי פארכאפט? וואס פארכאפט? יא איך קען צענדליגע 30 יעריגע באזעסענע אינגעלייט וואס געהערן עמטליך און אומעמטליך צו זיין חסידות , מענטשן מיינען אז ער איז שטעקן געבליבן ביי 15 יאר צוריק, ער איז א חסידות פונקט ווי עני חסידות אבער איין זאך , זיינע אינגעלייט האבן א סיפוק און שמחות החיים וואס איז דא ווייניג ביי אנדערע , ער פארמאגט די שענסטע און דאס בעסטע וואס כלל ישראל פארמאגט, זיינע טירן זענען אפען פאר יעדעם אין סענטער פון וויליאמסבורג, מען קען קומען און גיין, מען צווינגט נישט קיינעם, יעדער וואס איז דארט איז געקומען מרצונו הטוב צו זיכן א סיפוק אין א רוחניות'דיגע לעבן, שוין צייט פון אויפהערן צו פאנטיזערן זאכן אויף אים און זיין חסידות, אדרבה גיי אריבער אויף סקילמען סטריט און זע עס מיט דיינע אייגענע אויגן

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

די סקילמאן שכינים קענען גראדע נישט דערליידן די ליידיגייער סיטואציע, אז דו ברענגסט עס יא ארויף.
מיטוואך מערץ 03, 2021 11:44 am#467862
כלבאשבוע האט געשריבן:יואלי ראטה ווארענט רבנים? סקאסט א לאך!

דער מענטש איז א power hungry קאנטראל פריעק וואס ניצט אויס זיין השפעה צו פארכאפן יונגע תמימותדיגע מוחות

סלויפט אין אים ראיעל בלוט פונקט ווי אנדערע רעבישע קינדער וואס קענען זיך נאר זעטיגן דורך קאנטראלירן אנדערע מענטשן און זענען ביזי טאג און נאכט צו בויען זייער איגאו אבער כתלמיד המחכים את רבותיו האט ער עס גענומען צו די עקסטריעם און בויעט זיך א קולט

סאיז נישטא קיין שום תירוץ בעולם וואס פארענטפערט וויאזוי ממעג אנרעדן קינדער קעגן עלטערן און צוברעכן אידישע שטובער, ווער רעדט נאך פון אנדערעידזש מערידזשעס, ער איז א קראנקער קאנטראל מעניעק און א ריש שין עין, פלעין און סימפל

יא יואלי ראטה ווארענט די רבנים! קאסט א לאך? אויף וואס?
די רבנים האבן די פינגער אין קאלט וואסער נישט אריינגעלייגט לטובת הציבור, ווי קומען זיי אריינצורעדן אין יואלי ראטה??

15 יאר צוריק האט מען עם גערופען צו התאחדות ווי ער איז געקומען און זיך מסביר געווען ופני רבנים חפו

אנדערעיטש מעריטש? דו מאכסט מיר לאכן ביי אונז איז נישט אנדערעיטש? וואס? גרויסע חילוק 16 צו 18 וואס? הער אויף מיט די תמעוואטע שטיקל

פאר א סיבה קומען נישט די רבנים ארויס קעגן עם...

קונטרול פריעק? בויעט זיין איגאו? די אלע רבנים למיניהם זיצן על סיר הבשר די רייכסטע בגדים רייכסטע קאר אויפרייסערישע הייזער און די קילסטע קור ערטער זיו טוען פשוט לטובת הציבור....
יואלי ראטה וואס זארגט זיך פאר זיינע תלמידים אין איך הינזיכטען ער בויעט זיין איגאו... וואט א דשאוק

און יא א מיידל וואס קומט אן צו עם אין פירסט פלעיס קומט פון א צופארן שטוב נישט אלס זעהט זיך עס אן פון אינדרויסען, א מיידל פון א נארמאלע שטוב קומט נישט אן צו יואלי ראטה

עס געפעלט מיר ווי די אויפגעקלערטע קאווע שרייבערס זענען פארנומען יארן אז עלטערן האבן קיין רעכט אריינצורעדן אין די קינדער אדאלטס, ווי אן פלוצלינג סיסטעם'דיג "ער צוברעכט שטובער" עטס האט קיין אנונוג וואס די צוברעכן שטובער מיינט
מיטוואך מערץ 03, 2021 11:50 am#467863
זאג, מר. עמעזאן, די זעסט טאקע נישט קיין חילוק פון 16 ביז 18?

קאם אן מען, ווער מאכט זיך תמעוואטע

און יא, ער צוברעכט שטובער פשוטו כמשמעו, סאיז א מציאות
מיטוואך מערץ 03, 2021 12:21 pm#467864
כלבאשבוע האט געשריבן:זאג, מר. עמעזאן, די זעסט טאקע נישט קיין חילוק פון 16 ביז 18?

קאם אן מען, ווער מאכט זיך תמעוואטע

און יא, ער צוברעכט שטובער פשוטו כמשמעו, סאיז א מציאות

אבסעלוטלי נישט קיין חילוק! ביי די 20 ווערט מען א מענטש על פי רוב.

וואס מיינט צוברעכן שטובער?? אז די טאטע צוקריגט זיך מיט די זון ווייל ער האט ליב א צווייטע רבי???
מיטוואך מערץ 03, 2021 12:27 pm#467866
אקעי, מקען לויט דעם חתונה האבן ביי די 14 און פריער, you are delusional

צוברעכן שטובער מיינט אנרעדן קינדער קעגן זייערע עלטערן און צורעדן קינדער חתונה צו האבן קעגן זייערע עלטערןס רצון