דינסטאג אוגוסט 21, 2012 3:05 am#37718
עס איז א שאד זיך צו טענה'ן איבער די בלבול וחילול שם שמים.
שטייענדיג כמעט צוויי וואכן נאך די געשעעניש, אין די אנגעמאכטע שמוץ אויף די גאסן און די פרעסע, שטעלט זיך ווידער און ווידער ארויס אז קיין שום אנקלאגע, אחוץ די "געפערליכע" פארברעך פון טרעספעסינג, איז נישט פארהאן! (אנטשולדיגט, כהאב פארגעסן, QUERTY טענה'ט, אין די נאמען פון א נייעס סטאנציע, וועלכע באריכטעט אין די נאמען פון אן אנאנאנימע (מסתמא איז אמת?!) פאטער, וועלכע האט געזאגט אין די נאמען פון זיין זון, אז מהאט יא געקיצעלט. - אבער אויב די פראסעקיוטער און אינוועסטיגעיטערס קויפן נישט אפ די לאקשן, ווער זאל עס יא אפקויפן, אחוץ די בעל המעשה וואס זוכט צו נעמן קרעדיט אויף די נישט-געשעענע-געשעעניש...)
אגב איז כדאי צו דערמאנען דאס וואס עטליכע חשובע און אלט-געזעסענע שרייבער האבן שוין אנגעצייכענט, אז די גאנצע בלבול דא איז געפירט געווארן דורך "איין/עטליכע" נייע ניקים וואס האבן זיך ספעציעל איינגעשריבן לכבוד דעם מעשה (מסתמא אן קיין אגענדע?!?!).
ביז ווי לאנג מען האט איהם/זיי נישט פארגעהאלטן דערויף ברבים, האבן זיי נישט געשריבן אין קיין שום אנדערע אשכול אחוץ דא.
צום ערשט האט QUERTY פראבירט צו טענה'ן אז ער האט נישט קיין צייט צו שרייבן אין אנדערע אשכולות, אבער זעהנדיג ווי פארדעכטיגט עס קוקט אויס, האט ער אין גרויס איילעניש איינגעהאנדלט אביסעלע צייט, צו שרייבן אויך אין אנדערע אשכולות, והבן.
נ.ב. יהא בואכם לברכה, ווי לאנג איר זענט נישט דא מיט קיין אגענדע צו באשמוצן אידישע קינדער