Under maintenance
הויפט זייט » ברוך דיין האמת הגאון הגדול רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן

ברוך דיין האמת הגאון הגדול רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
75 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14367
דינסטאג דעצעמבער 08, 2020 12:30 am#463833
עמעזאן האט געשריבן:
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:די הגדרה איז ליידער אן עקסטרעמע גוזמא, און א געפערליכע זלזול בשעה שמתו מוטל לפניו.

אבער די פאקט און געדאנק איז ריין אמת.

און ר' פישעלע איז אויך נישט געווען די גרעסטע ת"ח אין די דור נא במילא?? עס איז א קטנות צו שיסן סטעיטמענטס ווען עס קומט בכלל נישט אריין

לאמיר ווארפען אייער! פוי!!
דינסטאג דעצעמבער 08, 2020 12:37 am#463835
Re: ברוך דיין האמת הגאון הגדול רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן
עמעזאן האט געשריבן:
טמיר האט געשריבן:זייער חשוב געווען אבער נישט ציגעקומען לקרסולי רגליו פון רבו/חבירו רבי פישעל הערשקאוויטש. דער עיקר איז צי באלאנגען צי די ריכטיגע פארטיי

Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk

וואו ממש אזוי? לקרסולי רגליו?

און וואס פונקט טוט דאס אין די אשכול? ווען דו שרייבסט דאס אין אן אנדערע אשכול מילא אבער ממש דא עמו בבית?? און נאך אין די ערשטע 12 שעה פון די פטורה?

פעך... א גרויל...

ווען עס איז ווען באזירט אויף פאקטן אינטערגעשטיצט מיט פראוו נאכאלס אן עקל עס טראגט פארט א פנים... אבער סתם געשאסן א סטעטמענט? ווי נידעריג דארף מען האלטן?

איך האב געוואוסט אז דאס וועט געשען, אבער איך האלט אז די רעגעניש איז סתם רגש אהן מח. ווייל וואס איז א חילוק יעצט אדער א יאר פון יעצט, די אשכול אדער אן אנדערע? נישט די אשכול רעדט מען פון דעם גדול?
איך האב עם ח"ו נישט געוואלט אוועקמאכן און עס נישטא וואס אוועקצומאכן. נאר ארויסצוברענגען די סאטמארע היפאקריטסי אז דא קומען מאסן באסעס מקיים זיין הלוית המת פאר א תלמיד חכם און דא רודפט מען ווייל ער האלט נישט פונקט ווי דיר
דינסטאג דעצעמבער 08, 2020 12:55 am#463836
טמיר האט געשריבן:

כאילו איינער רעדט זיך איין אז די מאסן מענטשען זענען לכבוד "תלמיד חכם" יעדער ווייסט אז די ציבור קומט אפגיבן כבוד אחרון פאר די מנהיג הקהילה די גרעסטע חשובסטע באליבסטע פערזענליכקייט אין די קהילה.

און כאילו די קלויזנבורגע האבן זיך משתתף געווען ביי ר' פישעלעס לוויה אלס דין תלמיד חכם...

און גראדע האבן זיך משתתף געווען ביי ר' פישעלע לוויה א היבש סאטמר עולם.

דאס אלעס בארעכטיגט נאכנישט דיינע דברי זלזול וקטנות אויף די דיין זצ"ל
דינסטאג דעצעמבער 08, 2020 6:39 am#463838
Re: ברוך דיין האמת הגאון הגדול רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן
טמיר האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:
טמיר האט געשריבן:זייער חשוב געווען אבער נישט ציגעקומען לקרסולי רגליו פון רבו/חבירו רבי פישעל הערשקאוויטש. דער עיקר איז צי באלאנגען צי די ריכטיגע פארטיי

Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk

וואו ממש אזוי? לקרסולי רגליו?

און וואס פונקט טוט דאס אין די אשכול? ווען דו שרייבסט דאס אין אן אנדערע אשכול מילא אבער ממש דא עמו בבית?? און נאך אין די ערשטע 12 שעה פון די פטורה?

פעך... א גרויל...

ווען עס איז ווען באזירט אויף פאקטן אינטערגעשטיצט מיט פראוו נאכאלס אן עקל עס טראגט פארט א פנים... אבער סתם געשאסן א סטעטמענט? ווי נידעריג דארף מען האלטן?

איך האב געוואוסט אז דאס וועט געשען, אבער איך האלט אז די רעגעניש איז סתם רגש אהן מח. ווייל וואס איז א חילוק יעצט אדער א יאר פון יעצט, די אשכול אדער אן אנדערע? נישט די אשכול רעדט מען פון דעם גדול?
איך האב עם ח"ו נישט געוואלט אוועקמאכן און עס נישטא וואס אוועקצומאכן. נאר ארויסצוברענגען די סאטמארע היפאקריטסי אז דא קומען מאסן באסעס מקיים זיין הלוית המת פאר א תלמיד חכם און דא רודפט מען ווייל ער האלט נישט פונקט ווי דיר
סאאמאר היפאקראסי?
ליבאוויטשער רבי איז געווען ביי ר"א קאטלערס לווי׳?
ליבאוויטשער, קלויזענבערגער חסידים און רבי׳ס זענען געווען ביי די סאטמארע רבי׳ס לווי׳ס
לעיקוואד ליטווישע זענן געווען ביי ליבאוויטשער רבי׳ס לווי׳?
באבובער רבי איז געווען ביי ליבאוויטשער רבי׳ס לווי׳?
אטו כי רוכל נחשיב וניזל
כך דרכו של עולם, לאוו דווקא סאטמאר

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
דינסטאג דעצעמבער 08, 2020 2:31 pm#463856
אדמו"ר מהר"א געזאגט אן הערליכע הספד אין ישיבה
דינסטאג דעצעמבער 08, 2020 4:52 pm#463869
מפיל קינד האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:סאטמער רבי מהר"יי יעצט מספיד בבכיות עצומות שלא כדרכו

דו האסט אים שוין לאנג נישט געהערט. די לעצטע פאר יאר האט ער זיך שוין אויסגעלערנט פון זיין ברודער זיך צו מאכן וויינען, און די זעלבע טרערן זעט מען ביי יעדע ספעציעלע לויה.

וואס איך געדענק, די גלויבער פארפאלק לויה און הב' דייטש פון דזשערזי סיטי, ועוד.

א טראגעדיע איז אנדערש.

[סקוקט אויס אז ער וויינט אויף קרונע, איך מיין צוזאגען אז זייט קרונע איז דא א שטיקל שינוי ביי אים ער איז פארווייטאגט].
דינסטאג דעצעמבער 08, 2020 6:51 pm#463874
Re: ברוך דיין האמת הגאון הגדול רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן
עמעזאן האט געשריבן:אדמו"ר מהר"א געזאגט אן הערליכע הספד אין ישיבה
ענדליך האט מהר"א געזאגט אז יעדער מעג מסדר קידושין זיין אין קר"י
ער האט געזאגט וד׳ עמו שהלכה כמותו בכל מקום
איינס פון די באקאנטסטע הלכות פינעם נפטר זצ"ל איז געווען אז יעדער מעג מסדר קידושין זיין אין קר"י

חוץ מזה איז עס זייער א שיינע ווארעמע הספד

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
דינסטאג דעצעמבער 08, 2020 6:53 pm#463875
דער דיין פון קר"י האט אויכט אזוי געזאגט ביי זיין הספד אויף דער מאנטעוודעיע רב.
מיטוואך דעצעמבער 09, 2020 1:20 pm#463909
מען האט באגראבן דער נפטר איז זייער א חשובער פלאץ, קיינער איז נאך נישט געווען דארט באגראבן.
מיטוואך דעצעמבער 09, 2020 1:28 pm#463910
אישתישבי האט געשריבן:מען האט באגראבן דער נפטר איז זייער א חשובער פלאץ, קיינער איז נאך נישט געווען דארט באגראבן.

אינטערסאנטע תגובה דאס... קוקט אויס ווי דו האסט געווארט איינער זאל פרעגן און דו זאלסט קענען מגיב זיין מיט דיין זיסע דשאוק :lol:
מיטוואך דעצעמבער 09, 2020 5:06 pm#463920
אישתישבי האט געשריבן:מען האט באגראבן דער נפטר איז זייער א חשובער פלאץ, קיינער איז נאך נישט געווען דארט באגראבן.

אלס קינד ווען מיר זענען געפארן צו באבי האבן מיר איין זומער שבת נאכמיטאג געמאכט א לוי' פאר א סאלאמענדער
על פי חשבון דארף ער דארט צו ליגן
מיטוואך דעצעמבער 09, 2020 5:16 pm#463921
מנחם ציון האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:מען האט באגראבן דער נפטר איז זייער א חשובער פלאץ, קיינער איז נאך נישט געווען דארט באגראבן.

אלס קינד ווען מיר זענען געפארן צו באבי האבן מיר איין זומער שבת נאכמיטאג געמאכט א לוי' פאר א סאלאמענדער
על פי חשבון דארף ער דארט צו ליגן

ביסט אן אייניקל פון פאללאק? ;)
מיטוואך דעצעמבער 09, 2020 5:29 pm#463922
ס'דא א גאנצע גאס פון וועם צו זיין אן אייניקל :D
מיטוואך דעצעמבער 09, 2020 5:34 pm#463923
אויב די מעשה איז אמת....
מיטוואך דעצעמבער 09, 2020 7:54 pm#463936
ויפתח ה׳ את פי האתון
היינט ביי די תהילים-טוויטער שיעור משמיע געווען דא״ח אז אמאל איז דא א תלמיד חכם וואס ווען ער ווערט אלט פארדרייט מען אים די קאפ וואס צו זאגען אין וואס צו האלטן
מיטוואך דעצעמבער 09, 2020 8:15 pm#463945
שאראש-פאטאק האט געשריבן:ויפתח ה׳ את פי האתון
היינט ביי די תהילים-טוויטער שיעור משמיע געווען דא״ח אז אמאל איז דא א תלמיד חכם וואס ווען ער ווערט אלט פארדרייט מען אים די קאפ וואס צו זאגען אין וואס צו האלטן

ער וואלט געברויכט אויספירן, "כגון אנא"
מיטוואך דעצעמבער 09, 2020 8:42 pm#463946
איך מיין די רבי פון קרית יואל דארט זיך מסדר זיין וועג דיין מיינונג איז אויף די דיין זצ"ל די ערשטע שעות פון די פטירה האט ער עם מדמה געווען כאילו א גדול נישט פון אונזערע קרייזן פאר אן ערליכע איד און מסיים געווען מיט "והמבין יבין"
א טאג דערויף מיט א פרישקייט פון א שיבע קטנה בחור "מורי ורבי" כאילו ער איז דא מספיד זיין רבין, ממנ"פ איז ער דיין רבי און חכם שמת הכל קרובין וואס איז די והמבין יבין א טאג דערויף??

נעבעך א צוחושטער איד
מיטוואך דעצעמבער 09, 2020 9:44 pm#463954
די קאץ איז ארויסגעשפרינגען פון זאק

איך דארף דיר ענטפערן פארוואס ער האט געזאגט המבין יבין?

וואס טוט דיר מער וויי אז ער האט געזאגט אזא שיינע הספד אויף איינעם וואס (גערעכט צו נישט) האט געהאט א חלק הארי אין וואס מ׳ האט אים געטון, ער האט אלעס פארקוקט און געטון כהלכה?

דער טוט דיר מער וויי דיין רבינ'ס אויסברוך פון האס, קנאה פאריגע וואך?
נעם איין א פיל און בארוהיג דיך.
דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2020 12:27 am#463961
עמעזאן האט געשריבן:איך מיין די רבי פון קרית יואל דארט זיך מסדר זיין וועג דיין מיינונג איז אויף די דיין זצ"ל די ערשטע שעות פון די פטירה האט ער עם מדמה געווען כאילו א גדול נישט פון אונזערע קרייזן פאר אן ערליכע איד און מסיים געווען מיט "והמבין יבין"
א טאג דערויף מיט א פרישקייט פון א שיבע קטנה בחור "מורי ורבי" כאילו ער איז דא מספיד זיין רבין, ממנ"פ איז ער דיין רבי און חכם שמת הכל קרובין וואס איז די והמבין יבין א טאג דערויף??

נעבעך א צוחושטער איד

פארוואס איז @עמעזאן אזוי פארווייטאגט ?

סאטמאר רב האט אפגעשטעלט די מוזיק פונקט ווי זיין פעטער האט אפגעשטעלט די מוזיק ביים בעלזע רבס פטירה גאר א שטארקע זאך צוצושטעלן א פשוטן דיין צו איינע פון די גרעסטע שרפי מעלה אינעם פריערדיגן דור דאס איז כאטש וואס דער דיין איז געווען דער אונטערהאלטער פון די מחלוקה פון די אינשי דלא מעלי אקעגן אים
נאך מער פון דעם האט ער געהאלטן א שיינע הספד אויפן דיין ז"ל, טראץ..... אלס ווייל ער איז געווען זיין רבי
טא וואס איז די ווייטאג

המבין יבין
דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2020 4:42 pm#463976
איך פארשטיי באמת די צעמישעניש ביי די ארונים בראשות זייער מנהיג. פון איין זייט איז דער ראב"ד זצ"ל געווען דער ראש פון א בי"ד וועלכע האט איהם אויסגעטיילט בזיונות און קאפ וויי אויפן פאליטישען פראנט, פון די אנדערע זייט עפטער אלל איז ער געווען אן אנגענומענע מו"צ בישראל און כבוד גדול עשו לו במותו און ס'פאסט נישט צו שפילן פאליטיק אויף זיין הסתלקות.

איך פארשטיי אינגאנצען זיין/זייער פליפ-פלאפן אויף די נושא.

וואס וואונדערט מיר איז פארוואס האט מען זיך נישט פארגעקוקט די נושא. שוין לאנגע חדשים וואס די מצב איז שווער ביים ראב"ד, פארוואס האבן זיי נישט געקענט אויסארבייטן א סטראטעגיע ביז יעצט?

און צו אלע בייזע זאליס; לאמיר זעהן אייער רעאקציע נאך ר' געציל'ס הונדרעט און צוואנציג. כ'האלט נישט די צוויי להבחל"ח זענען גלייך, אבער די געדאנק דערפון.
דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2020 4:47 pm#463977
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
טמיר האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:
טמיר האט געשריבן:זייער חשוב געווען אבער נישט ציגעקומען לקרסולי רגליו פון רבו/חבירו רבי פישעל הערשקאוויטש. דער עיקר איז צי באלאנגען צי די ריכטיגע פארטיי

Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk

וואו ממש אזוי? לקרסולי רגליו?

און וואס פונקט טוט דאס אין די אשכול? ווען דו שרייבסט דאס אין אן אנדערע אשכול מילא אבער ממש דא עמו בבית?? און נאך אין די ערשטע 12 שעה פון די פטורה?

פעך... א גרויל...

ווען עס איז ווען באזירט אויף פאקטן אינטערגעשטיצט מיט פראוו נאכאלס אן עקל עס טראגט פארט א פנים... אבער סתם געשאסן א סטעטמענט? ווי נידעריג דארף מען האלטן?

איך האב געוואוסט אז דאס וועט געשען, אבער איך האלט אז די רעגעניש איז סתם רגש אהן מח. ווייל וואס איז א חילוק יעצט אדער א יאר פון יעצט, די אשכול אדער אן אנדערע? נישט די אשכול רעדט מען פון דעם גדול?
איך האב עם ח"ו נישט געוואלט אוועקמאכן און עס נישטא וואס אוועקצומאכן. נאר ארויסצוברענגען די סאטמארע היפאקריטסי אז דא קומען מאסן באסעס מקיים זיין הלוית המת פאר א תלמיד חכם און דא רודפט מען ווייל ער האלט נישט פונקט ווי דיר
סאאמאר היפאקראסי?
ליבאוויטשער רבי איז געווען ביי ר"א קאטלערס לווי׳?
ליבאוויטשער, קלויזענבערגער חסידים און רבי׳ס זענען געווען ביי די סאטמארע רבי׳ס לווי׳ס
לעיקוואד ליטווישע זענן געווען ביי ליבאוויטשער רבי׳ס לווי׳?
באבובער רבי איז געווען ביי ליבאוויטשער רבי׳ס לווי׳?
אטו כי רוכל נחשיב וניזל
כך דרכו של עולם, לאוו דווקא סאטמאר

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

דיינע משלים איז פון בעלי פלוגתא. דאס וואלט געווען א גוטע משל ווען מ'פרעגט פארוואס ארונים זענען נישט געקומען צום לוייה (זיי זענען גראדע יא).

מיט וועם אין סאטמאר האט זיך ר' פישעלע געשלאגן? אדרבה, כ'ווייס נישט אלעס
דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2020 5:03 pm#463978
פון דיין גאנצע שפראך זעט מען אז דו ווייסט נישט גארנישט נאר אז אהרן/ארונים זענען בלא בלא בלא..

ר׳ פישעלע זצ"ל האט געהאט א דאפעלטע שנאה צו סאטמאר, א ספינקער חסיד פון דערהיים, און א קלויזענבערגער אין אמעריקע.
ער איז געווען ברוגז אויף ר' הערשעלע ספינקער פארוואס ער גייט אויף סאטמאר.
און ער (און אויך קלויזענבערגער רבי זצ"ל) זענען נישט געקומען צום רבינ׳ס לוויה.
דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2020 6:01 pm#463980
שנאה. ברוגז.

מיין שאלה איז "געשלאגען". האט ער אדער זיינע חסידים עפעס געטוהן קעגן רביה"ק מסאטמאר זצ"ל אדער זיינע חסידים?

ליובאוויטש מיט ליטאים. ליובאוויטש מיט סאטמאר. קלויזענבערג מיט סאטמאר. דאס זענען געווען אקטיווע מחלוקות'ן.
דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2020 9:53 pm#463982
Re: ברוך דיין האמת הגאון הגדול רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:שנאה. ברוגז.

מיין שאלה איז "געשלאגען". האט ער אדער זיינע חסידים עפעס געטוהן קעגן רביה"ק מסאטמאר זצ"ל אדער זיינע חסידים?

ליובאוויטש מיט ליטאים. ליובאוויטש מיט סאטמאר. קלויזענבערג מיט סאטמאר. דאס זענען געווען אקטיווע מחלוקות'ן.
ווער זאגט אז ער האט זיך געשלאגן?
ער איז נישט געקומען צו סאאמאר רב׳ס לוויה
פארוואס פארשטייסטו אז סאטמאר און זייערע רבי׳ס דארפן גיין צו זיין לווי׳?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
פרייטאג דעצעמבער 11, 2020 12:52 am#463986
די דיין זצ״ל איז געוועהן פון די לעצטע אידן וואס האבן נאך קענען געלערענט דעם סב״ק בעל אהבת ישראל מ’וויזניץ נאך אלץ קליין קינד.

אין די שמועסן צווישן דעם דיין זצ״ל און הרה״ק ר׳ מאטעלע מ’וויזניץ בעל תורת מרדכי זצ״ל פארציילט די דיין אפאר אינטערסאנטע מעשיות

אמאל ביי קריאת התורה ווען ער איז נאר געוועהן א קינד פון פינף יאר אלט האט ער געזוכט א חומש, און סאיז געוועהן א גרויסער עולם, און סאיז נישט געוועהן קיין חומש צו געפינען. האט אים די אהבת ישראל געזאגט “יונגעלע קום קוק אריין מיט מיר אין חומש” און די סב״ק האט אים געהאלטן אויף זיין שויס ביז נאך קריאת התורה און אריינקוקט צוזאמען מיט אים דאס גאנצע ליינען.

ער פלעגט גיין שפאצירן מיט די סב״ק טעגליך פאר א שטיק צייט. און איין טאג איז ער נישט געקומען. האט די סב״ק געפרעגט וואו איז די ראחובער קינד?

אויף די רעקארדינג פון די שמועס מיט ר׳ מאטעלע הערט מען ווי דער דיין זצ״ל זאגט פאר ר׳ מאטעלע “איך בין געגעאנגען מיט אים שפאצירן נאך אלץ קינד, און ער האט אריינגעקוקט מיט מיר אין איין חומש״. רופט זיך ר׳ מאטעלע אן “די זיידע האט שוין דעמאלטס געזעהן וואס וועט ארויסקומען פון אייך”