Under maintenance
הויפט זייט » ברוך דיין האמת הגאון הגדול רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן

ברוך דיין האמת הגאון הגדול רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
75 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14367
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 11:19 am#463742
ברוך דיין האמת הגאון הגדול רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן
קומט אריין די ביטערע נייעס ראב"ד סאטמר זצ"ל

נתמנה ע"י רבינו הקדוש זצ"ל אלס דיין און מורה הוראה אין סאטמר.

געווען א זעלטענע איידעלע מענטש אלעס מיט א פשטות

ווי דהאי שופרא דבלע בארעא
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 11:52 am#463743
לוויה 12:00 בדיוק בבית מדרש סאטמר ראדני
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 11:52 am#463744
בד''ה

טאקע א פארלוסט פאר כלל ישראל. א דיין פון די פריערדיגע דור וואס האט נאך געהאט א אייגענע מיינונג און אייגנארטיקייט
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 11:58 am#463746
ער איז געווען א חידוש אז כאטש ער האט זיך מערסטענס אפגיגעבן מיט הוראה פלעגט ער האראווען אין גפ"ת מיט א שטארקייט, ווי אויך באקאנט זיין שיעור וואס איז אנגעגאנגען יארן יארן אין גפ"ת במתינות.
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 12:08 pm#463747
זיין השתפכות הנפש ביים דאווענען איז געווען מלא רגש עס האט אריינגעדרינגען טיף טיף בפרט די אבינו מלכנו עס קלינגט מיר אין די אויערן כאטש די לעצטע מאל איך האב עס געהערט איז מיט יארן צוריק
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 12:41 pm#463751
אין סאטמר מהר"יי איז דאס (כאילו) די רבי אליינס איז נסתלק געווארן די הערכה צו עם איז גרעסער ווי צום רבין, איך האט אז דאס איז א שיינקייט אין אמת'דיג

זעה די בילד ווי די פרוכת פון די ארון הקודש אין ראדני איז אראפגענומען.
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 1:39 pm#463757
בד"ה
קען ער דערציילן איבער זיין ביאגראפיע אביסל?
וואו איז ער געווען ביים קריג, פון וועלכע שטאט שטאמט ער? וכו' וואלט געווען אינטערעסאנט צו לייענען
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 1:47 pm#463759
ווי שטיל און איידל ער איז געווען האט ער א גאר שטורעמישער לעבן
געלערנט אין ביהמ"ד עליון
געארבעט אין פאסט אפיס
נתמנה געווארן אלץ דיין דורך דער סאטמאר רבי ז"ל
געלאפן פאר גאב"ד ירושלים
געווען דער פנים פון די מערכה קעגן די עירוב
פארגעלערנט ש"ס בעיון לענגאויס א צייט אפשניט פון 37 יאר!
געדינט אלס בעל תפילה אין קהלת מהרז"ל
און אוועק און דעם יום המר והנמהר ( :roll: :? ) כ"א כסלו
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 1:48 pm#463760
סאטמער רבי מהר"יי יעצט מספיד בבכיות עצומות שלא כדרכו
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 1:49 pm#463761
טיכטיגער האט געשריבן:בד"ה
קען ער דערציילן איבער זיין ביאגראפיע אביסל?
וואו איז ער געווען ביים קריג, פון וועלכע שטאט שטאמט ער? וכו' וואלט געווען אינטערעסאנט צו לייענען

געווען אין אושוויץ ביים קריג געהאט די נומערן אויף זיין לינקע האנד
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 1:51 pm#463762
דאס איז די אפיציעלע צעטל פון די קהילה מערקט די טיטלען
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 1:58 pm#463763
נישטא וואס צו רעדן... א וואוילער איד איז געווען דער רבי מנשה... זאל ער זיין א גוטער בעטער....
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 2:16 pm#463764
מנחם ציון האט געשריבן:ווי שטיל און איידל ער איז געווען האט ער א גאר שטורעמישער לעבן
געלערנט אין ביהמ"ד עליון
געארבעט אין פאסט אפיס
נתמנה געווארן אלץ דיין דורך דער סאטמאר רבי ז"ל
געלאפן פאר גאב"ד ירושלים
געווען דער פנים פון די מערכה קעגן די עירוב
פארגעלערנט ש"ס בעיון לענגאויס א צייט אפשניט פון 37 יאר!
געדינט אלס בעל תפילה אין קהלת מהרז"ל
און אוועק און דעם יום המר והנמהר ( :roll: :? ) כ"א כסלו

תני ושייר...
אנגעהאלטן דאס ידידות מיט הגאון ר' פישעלע הערשקאוויטש זצ"ל און פרעגט שיקן שאלות צו עם!
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 3:06 pm#463765
C/P

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט יעצט אריינקומענדיג צום סעודת הודאה מיט די
בחורים פון ישיבתינו הקדושות פון וומס"ב אפגעשטעלט חסדי השם/טאנצן און וומס"ב
מיט די בחורים צוליבן פטירה פון רבו הגה"צ ר' ישראל חיים מנשה פרידמאן ז"ל די
רבי האט פארציילט א מעשה מיטן רבין ז"ל ווי די רבי איז געקומען און קעמפ פרשת
ראה ווען בעלזער רב איז אוועק און ער האט געהייסן אז מען זאל נישט זינגען.
און אויסגעפירט והמבין יבין‎‎
א גועל נפש פון א פערשוין, א גרויליגער חי׳ פון וואלד, א געמיינער כלב, אזוי
רעדט א מנהיג צו בחורים וואס זייערע טאטעס זענען געבוירן געווארן פון די הוראה
פונעם דיין זצ״ל און זענען געשטאנען על חדרו לקבל הוראתו באימה וביראה? קען
אים נישט דערמאנען ביים נאמען אפילו, נאר מיט א ביליגער צינישער המבין יבין
כאילו מ׳רעדט דא פון חיים הערש מייזליש? אי׳ א טראפעלע כבוד התורה פאר דעם 92
יאריגן גדול בתורה ובהוראה וואס האט גע׳פסק׳נט רבבות שאלות פאר אידן במשך
זיינע 50 יאר אין די סאטמארער קהלה?‎‎
------------
#לעבעדיג
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 3:16 pm#463766
וואס האט ר' אהרן געזאגט שלעכט? ער האט געמיינט צו זאגן אז אפילו מ'האט געהאט חילוקי דעות דארף מען נאך אלץ וויסן אז ער איז געווען אגדול בישראל
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 3:24 pm#463767
יא יא

דאס רופט זיך אויסגעגראבן קריטיק פון אונטער דער ערד

דאס אז ער האט אפגעשטעלט מוזיק איז א הערליכע זאך פאר זיך
פארוואס דארף מען קוקן קרום אויף וואס ער האט געזאגט און וואס ער האט געמיינט צו זאגן
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 3:26 pm#463768
מספידים בבית מדרש הגדול ראדני

כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א
אדמו"ר בית חיים יושע
הגאון רבי בנימין לאנדא תלמידו
הגאון רבי שלמה לייב וו"ב פעיא רב
אב"ד סאטמר מונסי
הרהגה"צ רבי יחזקאל ראטה קארלסבורג
אדמו"ר מסקולען רבי ישעיה יענקל
הגאון רבי זלמן לייב פילאפף מכלל יופי רב
בנו הגאון רבי לייבוש
בנו הגאון רבי ברוך אברהם
ועוד
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 3:30 pm#463769
עמעזאן האט געשריבן:מספידים בבית מדרש הגדול ראדני

כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א
גיסו אדמו"ר בית חיים יושע
הגאון רבי בנימין לאנדא תלמידו
הגאון רבי שלמה לייב וו"ב פעיא רב
אב"ד סאטמר מונסי
הרהגה"צ רבי יחזקאל ראטה קארלסבורג
אדמו"ר מסקולען רבי ישעיה יענקל
הגאון רבי זלמן לייב פילאפף מכלל יופי רב
בנו הגאון רבי לייבוש
בנו הגאון רבי ברוך אברהם
ועוד
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 3:48 pm#463771
לוויה אין קרית יואל ארום 3:30

קבורה ביים נייע בית החיים קהילת מהר"יי

בנו די דיין רבי לייבוש מאכט חתונה היינט נאכט א טאכטער
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 3:58 pm#463773
מנחם ציון האט געשריבן:C/P

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט יעצט אריינקומענדיג צום סעודת הודאה מיט די
בחורים פון ישיבתינו הקדושות פון וומס"ב אפגעשטעלט חסדי השם/טאנצן און וומס"ב
מיט די בחורים צוליבן פטירה פון רבו הגה"צ ר' ישראל חיים מנשה פרידמאן ז"ל די
רבי האט פארציילט א מעשה מיטן רבין ז"ל ווי די רבי איז געקומען און קעמפ פרשת
ראה ווען בעלזער רב איז אוועק און ער האט געהייסן אז מען זאל נישט זינגען.
און אויסגעפירט והמבין יבין‎‎
א גועל נפש פון א פערשוין, א גרויליגער חי׳ פון וואלד, א געמיינער כלב, אזוי
רעדט א מנהיג צו בחורים וואס זייערע טאטעס זענען געבוירן געווארן פון די הוראה
פונעם דיין זצ״ל און זענען געשטאנען על חדרו לקבל הוראתו באימה וביראה? קען
אים נישט דערמאנען ביים נאמען אפילו, נאר מיט א ביליגער צינישער המבין יבין
כאילו מ׳רעדט דא פון חיים הערש מייזליש? אי׳ א טראפעלע כבוד התורה פאר דעם 92
יאריגן גדול בתורה ובהוראה וואס האט גע׳פסק׳נט רבבות שאלות פאר אידן במשך
זיינע 50 יאר אין די סאטמארער קהלה?‎‎
------------
#לעבעדיג


מנחם ציון האט געשריבן:געווען דער פנים פון די מערכה קעגן די עירוב


יעדע מערכה אין סאטמאר האט געהאט זיין חתימה - ווי זאגט מען - הרגעטס ענק אבי נישט צווישן..
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 4:05 pm#463774
איך בין נייגעריג צו הגאון רבי געציל בערקאוויטש קרית יואלע דיין וועט מספיד זיין אלס תלמיד
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 4:39 pm#463776
אדמו"ר מהר"א באגלייט די ארון פון כ"ק הראב"ד זצ"ל אין ווילימסבורג
ביי די הייוועי איז מהר"א ציגעגאנגען צום קאר מען האט געפענט די טיר און ער האט מלווה געווען
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 5:28 pm#463778
מהר"א ביים לוויה
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 5:46 pm#463779
Re: ברוך דיין האמת הגאון הגדול רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן
עמעזאן האט געשריבן:אין סאטמר מהר"יי איז דאס (כאילו) די רבי אליינס איז נסתלק געווארן די הערכה צו עם איז גרעסער ווי צום רבין, איך האט אז דאס איז א שיינקייט אין אמת'דיג

זעה די בילד ווי די פרוכת פון די ארון הקודש אין ראדני איז אראפגענומען.
בכלל נישט שיינקייט און אמתדי׳ג

וועל מיר מסביר זיין שפעטערש נישט לפני מטתו פון אותו גאון וצדיק זצ"ל
ד"א אבל יחיד אעשה, להבחל"ח געהאט אסאך שייכות מיט דעם צדיק אמת זצ"ל

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 5:47 pm#463780
עמעזאן האט געשריבן:אין סאטמר מהר"יי איז דאס (כאילו) די רבי אליינס איז נסתלק געווארן די הערכה צו עם איז גרעסער ווי צום רבין, איך האט אז דאס איז א שיינקייט אין אמת'דיג

זעה די בילד ווי די פרוכת פון די ארון הקודש אין ראדני איז אראפגענומען.



יא זייער א גרויסע פארלוסט פאר די זל פארטיי
נוצן זיין נאמען איז געווען א שטארקע זאך פאר זיי
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 5:48 pm#463781
חתם סופר האט געשריבן:וואס האט ר' אהרן געזאגט שלעכט? ער האט געמיינט צו זאגן אז אפילו מ'האט געהאט חילוקי דעות דארף מען נאך אלץ וויסן אז ער איז געווען אגדול בישראל



גערעכט

אויב אמת איז שווער אויף ר' אהרן בעלזע רב איז דאך געווען א וועלטס רבי
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 5:50 pm#463782
עמעזאן האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו הגאון רבי געציל בערקאוויטש קרית יואלע דיין וועט מספיד זיין אלס תלמיד


ווען האט הגאון דער קרית יואלער דיין געלערנט ביים ווימ"ס דיין ז"ל ?
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 5:52 pm#463783
עמעזאן האט געשריבן:מהר"א ביים לוויה


קומט ארויף זכרונות ביי די הכתרה פון האדמור שליט"א ווען ער איז נתמנה געווארן דורך אביו רבינו זצ"ל צו דינען אלס מרא דאתרא אין קרית יואל

ווי דער ווימ"ס דיין ז"ל האט זייער שיין גערעדט פון תלמידו יבדל לחי"ט האדמו"ר שליט"א בפרט פון יענע זיסע יארן ווען האדמו"ר האט געלערנט ביים דיין זצ"ל
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 5:53 pm#463784
עמעזאן האט געשריבן:סאטמער רבי מהר"יי יעצט מספיד בבכיות עצומות שלא כדרכו


וואס הייסט שלא כדרכו ?

וואס איז דרכו ?
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 5:57 pm#463785
Re: ברוך דיין האמת הגאון הגדול רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן
מנחם ציון האט געשריבן:ווי שטיל און איידל ער איז געווען האט ער א גאר שטורעמישער לעבן
געלערנט אין ביהמ"ד עליון
געארבעט אין פאסט אפיס
נתמנה געווארן אלץ דיין דורך דער סאטמאר רבי ז"ל
געלאפן פאר גאב"ד ירושלים
געווען דער פנים פון די מערכה קעגן די עירוב
פארגעלערנט ש"ס בעיון לענגאויס א צייט אפשניט פון 37 יאר!
געדינט אלס בעל תפילה אין קהלת מהרז"ל
און אוועק און דעם יום המר והנמהר ( :roll: :? ) כ"א כסלו
נאך פאסט אפיס איז ער געווען יארן לאנג ראש ישיבה אין דעמאלסדיגע סיגעטע ישיבה, ווי אדמו"ר מהר"א שליט"א איז געווען זיין תלמיד מובהק ווי דער נפטר זצ"ל האט פארציילט ברבים ביי די הכתרה אלס קר"י רב

זיין דיינות איז געקומען מיט פראטעקציע, סיגעטער רב האט פארשפארט די ישיבה און געבעטן מ׳ זאל אים אויפנעמען, זיין שווער הרה"ח ר׳ אהרן ט"ב ז"ל איז געווען פון די פני אין סאטמאר און אויך געשתדל"ט פאר אים
מ׳ האט דאן אויפגענומען אויך א סגן דיין ר׳ געציל בערקאוויטש שליט"א, אבער נאך א יאר צוויי האט אים רביה"ק פערזענליך אויסגעקליבן אלס דיין אין קר"י (איינציגסטע דיין וואס איז געווען דעם רבינ׳ס הצעה, צו די אנדערע האט ער מסכים געווען)
און ער איז געבליבן אליין דיין און עס האט זיך זייער גוט אויסגעארבעט ב"ה, ער איז געווען א מוראדיגע עסעט פאר די קהלה, חוץ זיין גדלות בתורה ובהוראה איז זיין צדקות און תמימות געווען אויסערגעווענליך
א גרויסע אבידה, מי יתן לנו תמורתו

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 5:58 pm#463786
Re: ברוך דיין האמת הגאון הגדול רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן
גאנצל האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו הגאון רבי געציל בערקאוויטש קרית יואלע דיין וועט מספיד זיין אלס תלמיד


ווען האט הגאון דער קרית יואלער דיין געלערנט ביים ווימ"ס דיין ז"ל ?
זיי האבן אינאיינעם געפרעקטיסט דיינות אין די ערשטע יארן ווי איך האב שוין געשריבן

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 5:59 pm#463787
עמעזאן האט געשריבן:סאטמער רבי מהר"יי יעצט מספיד בבכיות עצומות שלא כדרכו

דו האסט אים שוין לאנג נישט געהערט. די לעצטע פאר יאר האט ער זיך שוין אויסגעלערנט פון זיין ברודער זיך צו מאכן וויינען, און די זעלבע טרערן זעט מען ביי יעדע ספעציעלע לויה.

וואס איך געדענק, די גלויבער פארפאלק לויה און הב' דייטש פון דזשערזי סיטי, ועוד.
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 6:00 pm#463788
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
מ׳ האט דאן אויפגענומען אויך א סגן דיין ר׳ געציל בערקאוויטש שליט"א, אבער נאך א יאר צוויי האט אים רביה"ק פערזענליך אויסגעקליבן אלס דיין אין קר"י (איינציגסטע דיין וואס איז געווען דעם רבינ׳ס הצעה, צו די אנדערע האט ער מסכים געווען)

די חברה זענען געוואלדיג :lol:
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 6:03 pm#463789
Re: ברוך דיין האמת הגאון הגדול רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן
גאנצל האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:מהר"א ביים לוויה


קומט ארויף זכרונות ביי די הכתרה פון האדמור שליט"א ווען ער איז נתמנה געווארן דורך אביו רבינו זצ"ל צו דינען אלס מרא דאתרא אין קרית יואל

ווי דער ווימ"ס דיין ז"ל האט זייער שיין גערעדט פון תלמידו יבדל לחי"ט האדמו"ר שליט"א בפרט פון יענע זיסע יארן ווען האדמו"ר האט געלערנט ביים דיין זצ"ל
איך האב די רעקארדינג, קען עס נישט ארויף לייגן

עני העלפ?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 7:01 pm#463793
ברוך דיין האמת. שר וגדול נפל בישראל.

ווי די מנהג בימינו אלה איז אזא דמות הוד ווי הגריח"מ זצ"ל פארוואנדלט געווארן אין א פאליטישע פיגור. סיי אינערהאלב סאטמאר ביי די מערכות צווישן די אחים הקדושים שליט"א און סיי זייענדיג אן אנגעזעהענער רב אין שטאט האט מען איהם פארוואגלט אינעם שטעקן אויף מערכות ווצ"ב די עירוב.

זיין ידידות מיט הגר"פ הערשקאוויטש זצ"ל איז מפורסם, און ווי באקאנט איז געווען א גרויסע מערכה אינעם חצר פונעם ראב"ד בנוגע זיך משתתף זיין און מעגליך מספיד זיין ר פישעלע ביי זיין לוייה.

ויש דורשין לגנאי. מיט א הנחה קדומה אז דו ביזט א חסיד פון האדמו"ר מהר"א שליט"א.

און פאר די חסידי האדמו"ר מהרז"ל שליט"א וואס 'פארשטייען נישט' ווי מען קען רעדן קעגן אזא גדול ווי ריח"מ זצ"ל, פוק חזי וויאזוי מען באציעט זיך ביי ענק צו אזאנע גדולים ווי ר' פישעלע זצ"ל פון וועם די ראב"ד אין געווען א תלמיד חבר.
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 7:04 pm#463794
עמעזאן האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו הגאון רבי געציל בערקאוויטש קרית יואלע דיין וועט מספיד זיין אלס תלמיד

יא ר' געציל האט מספיד געווען ביים בית החיים החדש קהילת מהר"יי
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 8:02 pm#463798
Re: ברוך דיין האמת הגאון הגדול רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן
עמעזאן האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו הגאון רבי געציל בערקאוויטש קרית יואלע דיין וועט מספיד זיין אלס תלמיד

יא ר' געציל האט מספיד געווען ביים בית החיים החדש קהילת מהר"יי
פארוואס נישט ביים ביהמ"ד?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 8:36 pm#463803
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו הגאון רבי געציל בערקאוויטש קרית יואלע דיין וועט מספיד זיין אלס תלמיד

יא ר' געציל האט מספיד געווען ביים בית החיים החדש קהילת מהר"יי
פארוואס נישט ביים ביהמ"ד?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

איך ווייס נישט, מן הסתם איז ער דעמאלטס אנגעקומען, אייגענטלעך וואס איז די חילוק?
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 9:41 pm#463809
Re: ברוך דיין האמת הגאון הגדול רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן
עמעזאן האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו הגאון רבי געציל בערקאוויטש קרית יואלע דיין וועט מספיד זיין אלס תלמיד

יא ר' געציל האט מספיד געווען ביים בית החיים החדש קהילת מהר"יי
פארוואס נישט ביים ביהמ"ד?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

איך ווייס נישט, מן הסתם איז ער דעמאלטס אנגעקומען, אייגענטלעך וואס איז די חילוק?
סתם געפרעגט

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 9:49 pm#463810
בד''ה
איך ווייס ער איז געוועהן גאר א חשובע מענשט.
סתם נייגעריג איז דא עפעס ערענסטע תשובות אדער פסקים וואס ער האט געשריבען. אדער עפעס א ספר?
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 9:56 pm#463812
Re: ברוך דיין האמת הגאון הגדול רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן
זייער חשוב געווען אבער נישט ציגעקומען לקרסולי רגליו פון רבו/חבירו רבי פישעל הערשקאוויטש. דער עיקר איז צי באלאנגען צי די ריכטיגע פארטיי

Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 10:11 pm#463815
טמיר האט געשריבן:זייער חשוב געווען אבער נישט ציגעקומען לקרסולי רגליו פון רבו/חבירו רבי פישעל הערשקאוויטש. דער עיקר איז צי באלאנגען צי די ריכטיגע פארטיי

Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk

וואו ממש אזוי? לקרסולי רגליו?

און וואס פונקט טוט דאס אין די אשכול? ווען דו שרייבסט דאס אין אן אנדערע אשכול מילא אבער ממש דא עמו בבית?? און נאך אין די ערשטע 12 שעה פון די פטורה?

פעך... א גרויל...

ווען עס איז ווען באזירט אויף פאקטן אינטערגעשטיצט מיט פראוו נאכאלס אן עקל עס טראגט פארט א פנים... אבער סתם געשאסן א סטעטמענט? ווי נידעריג דארף מען האלטן?
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 10:27 pm#463818
די הגדרה איז ליידער אן עקסטרעמע גוזמא, און א געפערליכע זלזול בשעה שמתו מוטל לפניו.

אבער די פאקט און געדאנק איז ריין אמת.
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 10:35 pm#463819
ברוך דיין האמת הגאון הגדול רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן
המלוכה והממשלה האט געשריבן:בד''ה
איך ווייס ער איז געוועהן גאר א חשובע מענשט.
סתם נייגעריג איז דא עפעס ערענסטע תשובות אדער פסקים וואס ער האט געשריבען. אדער עפעס א ספר?
כ׳האב אמאל געזען ווי ער שרייבט אין זיין הסכמה אויף איינע פון די ספרים פון זיין תלמיד הרב ברוך ווייס שליט״א, אז באמת וואלט ער אויך געדארפט אפשרייבען זיינע חידושים, נאר ער איז זיך ״מתעצל״ אין דעם .
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 10:37 pm#463820
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:די הגדרה איז ליידער אן עקסטרעמע גוזמא, און א געפערליכע זלזול בשעה שמתו מוטל לפניו.

אבער די פאקט און געדאנק איז ריין אמת.

און ר' פישעלע איז אויך נישט געווען די גרעסטע ת"ח אין די דור נא במילא?? עס איז א קטנות צו שיסן סטעיטמענטס ווען עס קומט בכלל נישט אריין
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 10:40 pm#463821
טמיר: דו האסט זיי ביידע פארהערט..? און מחליט געווען ווער ס'איז א גרעסערער גאון. ר"פ אדער ריחמ"פ...לאל...!
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 11:26 pm#463825
Re: ברוך דיין האמת הגאון הגדול רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן
לויט ווי מיר האבן געקענט איז ער נישט געווען דער שארפער קאפ צו שרייבן תשובות מבין דבר מתוך דבר
אבער א מתמיד עצום און א גוטער לערנער, זיין גמרא שיעור איז געווען זייער אויפגעכאפט
און א מורה הוראה מובהק וואס א גרויסער חלק איז געקומען פון זיין עקספיריענס אלס דיין פון די גרעסטע יודישע קהלה
און איבער אלעם א ירא שמים ועובד ד׳ א אמתער ערליכער יוד

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 11:30 pm#463826
עמעזאן האט געשריבן:
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:די הגדרה איז ליידער אן עקסטרעמע גוזמא, און א געפערליכע זלזול בשעה שמתו מוטל לפניו.

אבער די פאקט און געדאנק איז ריין אמת.

און ר' פישעלע איז אויך נישט געווען די גרעסטע ת"ח אין די דור נא במילא?? עס איז א קטנות צו שיסן סטעיטמענטס ווען עס קומט בכלל נישט אריין

די סטעיטמענט איז געשריבן געווארן מיט א זלזול און עס קומט נישט אריין אין אשכול.

די פאקט דערפון, און איבער אלעם, די געדאנק אז אפילו ספר תורה שבהיכל צריך מזל איז נאך אלס דעם ריינעם אמת.

צווישן דער ראב"ד און רבי פישעלע, שטייט ר' פישעלע נענטער צום טיטל "די גרעסטע ת"ח אין די דור".
מאנטאג דעצעמבער 07, 2020 11:38 pm#463827
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:די הגדרה איז ליידער אן עקסטרעמע גוזמא, און א געפערליכע זלזול בשעה שמתו מוטל לפניו.

אבער די פאקט און געדאנק איז ריין אמת.

און ר' פישעלע איז אויך נישט געווען די גרעסטע ת"ח אין די דור נא במילא?? עס איז א קטנות צו שיסן סטעיטמענטס ווען עס קומט בכלל נישט אריין

די סטעיטמענט איז געשריבן געווארן מיט א זלזול און עס קומט נישט אריין אין אשכול.

די פאקט דערפון, און איבער אלעם, די געדאנק אז אפילו ספר תורה שבהיכל צריך מזל איז נאך אלס דעם ריינעם אמת.

צווישן דער ראב"ד און רבי פישעלע, שטייט ר' פישעלע נענטער צום טיטל "די גרעסטע ת"ח אין די דור".

האסט בכלל נישט געכאפט מיין געדאנק איך בין בכלל נישט מחולק מיט די הנחה וואס דו זאגסט און איך מיין אז קיימים איז נישט מחולק די דיין אליינס האט מן הסתם אזוי געהאלטן, דאס מאכט נישט די דיין קלענער, און קען זיין ר' פישעלע איז יא געווען די סאמע גרעסטע ת"ח אין די דור, איך האב זיך מער באצויגן צו @טמיר זלזול אז יש האט קיין גרינד און עס האט מיר משמע געווען אז דו שטעלסט זיך צו צי עם.
דינסטאג דעצעמבער 08, 2020 12:22 am#463831
מפיל קינד האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:סאטמער רבי מהר"יי יעצט מספיד בבכיות עצומות שלא כדרכו

דו האסט אים שוין לאנג נישט געהערט. די לעצטע פאר יאר האט ער זיך שוין אויסגעלערנט פון זיין ברודער זיך צו מאכן וויינען, און די זעלבע טרערן זעט מען ביי יעדע ספעציעלע לויה.

וואס איך געדענק, די גלויבער פארפאלק לויה און הב' דייטש פון דזשערזי סיטי, ועוד.

וואס זאגסטו דא וועג האט מען נישט געוויינט ביי גלויבער און דייטש? עס איז געווען וועלכע טעראגעדיא'ס דא רעדט מען פון א דיין א זקן מופלג