גאלדשבעים לשוןשוין האב איך געליינט דעם ביכל מיט די העתקות פון די דרשה פון הרב טייטלבוים בנו בכורו פון מהר"א, אוודאי איז עס געשריבן מיט א שארפע גאנג צוגלידערט אפילו איבעריגע ווערטער אויך אבער איזה נקודות אמת וואס צעווארפט די איסור מאוומענט און עס וועט נישט גוט אויסנעמען ביי זיינע חסידים און פארעהרער.
א. מהר"א האט גענצליך געטוישט דעם צוגאנג אין קנאות וואס איז די יסוד פון די סאטמארער קהלה אלוועלטליך. ער האט געעפנט בריקן קיין בעלז קלויזענבורג וכו' קען זיין מיט רעכט איך רעד נישט אריין. אבער א חלק פון זיינע סברות זענען געווען אז ער האט קירבה משפחתית מיט די אלע און אזוי מוז עס זיין. אני הקטן בין געווען ביי א שמחה בקרית יואל און עס איז אנוועזנד געווען אייינער פון די מנהלי ישיבה גדולה א שטארקער חסיד פון מהר"א אויף די פראגע פון עמיצן זיצנדיג דארט הלמאי ער קומט אויף די שמחה, האט ער געענטפערט מיט א צינישקייט בעלז איז אים א קרוב און דער היינטיגער מחותן איז מיר א קרוב.
געעפנט די בריק האט צד בעלז נישט צד סאטמאר, מתוך הפיוס ע"י עשרה אנשים, ואין לך דבר העומד בפני תשובה, ולא יהא כאכזר,
קלויזנבורג מעולם לא הי' מחמת "קנאות", רק מחמת כבוד רבינו, ושניהם כבר הלכו לעולמם, ונהנים מזיו השכינה ויהי' חלקנו עימהם,
ן
אויף אזעלכע שטותים האב איך געמיזט אריינסיינען און קלארשטעלן די בלאף דערפון.
דער בעלזא'ר האט געהאלטן א מיאוסע דרשה קעגן דעם ויואל משה, אזאנס וואס איך געדענק נישט זיינס גלייכן אין די היסטאריע. יעדער ערליכער איד ווייסט, אפילו די מתנגדים פונעם ויואל משה, אז כל מעשיו איז געווען לשם שמים, מען האט זיך געקריגט אהער און אהין אויף שיטות אבער מען האט נישט געהאלטן חלילה אז דער ויואל משה איז חלילה בעצם א נידריגע פאליטישען ח"ו, און ווער עס האט נאר די מינדעסטע ידיעה אין תולדות ימי חייו ווייסט דאס.
איז געקומען דער בעלזא'ר און אראפגעריסן דעם בעל ויואל משה כאחד הריקים ממש, ער האט געמאכט א גאנצע פשט'ל פארוואס ער האט בכלל ארויסגעגעבן דעם ספר ויואל משה, ווייל ער האט געוויסט אז אנדערע געבן נישט ארויס קיין ספרים, ממילא וועט נאר בלייבן זיין ספר, און האט מיט שרעקליכע דברי זלזול מבזה געווען דעם ספר מיט דעם מחבר אינאיינעם. ווער עס האט נאר אויסגעהערט די דרשה, כאפט א פחד פון די מיאוסע בזיונות וואס דער בעלזא'ר האט דארט אראפגעריסן דעם סאטמארע רבי בעל ויואל משה, ממש געפערליך, ה"י.
די דרשה איז געהערט געווארן דורך די גאנצע חרדישע וועלט, טויזענטער אידן האבן געזעהן און געהערט די דברי זלזול ובזיון וואס דער מחוצף האט פוער פיו געווען קעגן דעם צדיק הדורות.
אויף אזעלכע דברי בלע וואס איז געזאגט געווארן פאר טויזענטער מענטשן, העלפט נישט צו שיקן צען מענטשן צו א קבר פארליינען א בריוו. די ווערטער פון די חוצפה'דיגע דרשה האט די גאנצע וועלט געזעהן, משא"כ די בריוו האט כמעט קיינער נישט געזעהן.
פארוואס זאל א סאטמארע איד קענען מוחל זיין דעם מחוצף בשעת ער האט קיינמאל נישט געהעריג איבערגעבעטן. אויסשרייען און אראפרייסן סאטמארער רב פאר די גאנצע וועלט, און פארליינען א בריוו דורך צען מענטשן, איז נישט מער ווי א ליצנות פון א איבערבעטונג.
ווען דער בעלזא'ר שטעלט זיך אליינס אויף, און ער זאגט בפירוש, דברים שאמרתי לפניכם טעות הוא, און ער באציט זיך דירעקט אויף די דברי בלע זיינע, אז חס ושלום צו זאגן אז דער הייליגער סאטמארער רב האט געמיינט פאליטיק, כל מעשיו פון סאטמאר רב איז געווען לשם שמים, און די ספר ויואל משה איז קודש קדשים, הגם אונז האמיר אן אנדערע דרך, אבער דער צדיק איז געווען איין שטיק מסירת נפש און דאס איז געווען זיין ציל מיט'ן ארויסגעבן דעם ויואל משה אא"וו, ווע דער בעלזא'ר זאגט ווען דאס דאן וואלט איך געהערט אז מען זאל אים מוחל זיין.
דערווייל איז דאס נאכנישט געשעהן, אראפגעריסן האט ער דעם סאטמאר רב כאחד הריקים פארנט פון טויזענטער מענטשן אז די ווערטער זענען אנגעקומען צו די גאנצע וועלט, יעדער האט געהערט די דברי בזיון, און א בריוו שיקט ער דורך צען מענטשן וואס כמעט קיינער האט נישט געזעהן וואס דארט שטייט. דאס הייסט נישט איבערגעבעטן, סאררי.
און ר'אהרן טייטלבוים אלס דער פארטרעטער און יורש פון פארשידענע ריעל עסטעיט וואס דער ויואל משה האט געשוויצט דערפאר, וואלט זיך געמעגט אביסל מער רעכענען מיט זיין פעטער'ס כבוד און נישט מאכן שלום מיט אים ווילאנג ער איז נישט געהעריג מפייס ברבים דעם סאטמאר רב.
נישט קיין פורימ'דיגע לופטיגע איבערבעטונג וואס ברענגט ארויס אז ער האט בכלל נישט חרטה געהאט אויף זיינע שרעקליכע דיבורים, און האט קיינמאל נישט געזאגט ברבים אז ער האלט אנדערש ווי ער האט דעמאלס געזאגט.