פארומס › סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

1,352 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14396
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג יולי 1, 2021 9:02 am#476986
אלגעמיין
הוצאת שם רע איז גאר אן אנדערע ענין. שמועס עס דורך מיט ת"ח און אגב עטליכע סעיפים שפעטער רעדט דער מחבר/ופוסקים די אויפן התשובה אפי' ביי דעם פאל.
זיין פארברעך איז געווען דברי בזיון/וגנאי ת"ח און מיט די צושטימונג פון גדולי ישראל האט ער געטוען ווי די תורה הייסט. אגב דער שו"ע האט אויך הדרכה/שארפע לשונות איבער מוחל זיין א בעל עבירה...
אונז ווייס מיר ביידע אז דאס האט מיט געפילן ווי פריער ערווענט.

חוץ דער ענין פון מרא דאתרא'שאפט, דאס האט נישט מיט קיין געפילען, דאס איז קלאר הלכה ווי מקען נישט טרעפן קיין צד היתר אדער צדי צדדים בשום אין אופן שבעולם LOL
דאנערשטאג יולי 1, 2021 9:39 am#476988
אה, ערשטענס קודאס אז מיר האבן א גראונד לעוועל לגבי בעלזא תשובה, ווייל כ'האב דערווייל נישט געזען קיין גדול וואס זאל דאס אויסשליסן לגבי הלכה נאר ס'איז א שווערע געפילישע שלינג.

לגבי מרא דאתרא/סידור קידושין האמיר שטארקע גדולים וואס שטיצן דאס אינטער, וואס זאל איך טאן...

אז מ'רעדט שוין, איר אלס א.ג. תלמידים/חסידים פונעם מייסד הקרי' וואלט געפאסט אז גלייבענדיג אין זיין צדקות ורוה"ק האט מיטן ממנה זיין דעם ק"י דיין עטוואס געוויסט וואס ער טוט און מ'ברויך נישט אזוי מזלזל זיין בכבודו/תורתו. די ווארימע ווערטער פון הנ"ל לגבי בזיון ת"ח איז אויך אקטועל דא.
דאנערשטאג יולי 1, 2021 9:54 am#476990
ער האט אים ממנה געווען אלס מו"ץ וזה הוא, ער האט גארנישט אריינצורעדן איבער דרויסענדגע זאכן וואס דארפן א בליק מלחוץ.
דאנערשטאג יולי 1, 2021 10:55 am#476993
ערשטענס קריגסט זיך מיט א בפירוש'ע מושיען של ישראל און זכר צדיק לברכה...

"ער האט גארנישט אריינצורעדן איבער דרויסענדגע זאכן"; דאס איז אייגענס אדער א חלק פון רבין'ס צוואה...?
אבער אפי' אלס מו"ץ איז דאס דאך א שאלה אנבאלאנגט די קהילה/שטאט.
און לאמיר גיין צום "זאכן וואס דארפן א בליק מלחוץ"; ווער איז דער מלחוץ וואס דו רעקאמענדירסט צו דן זיין "איבער דרויסענדיגע זאכן"?
יעצט אז מיט בעלזא זעמיר מסודר, אפשר איינע פון זייערע דיינים... 🙂
דאנערשטאג יולי 1, 2021 12:35 pm#476998
איך וויל ענטפערן אפאר פאקטן אויף וואס מ' האט גערעדט דא

1) אין לאנדאן קען קיינער נישט זיין מסדר קידושין נאר רב פאדאווע אדער ברשותו (צוליב דעם האט רח"ד כ"ץ (איידעם פון רב פאדאווע) קיינמאל אינטערגעשריבן די היתר אויף סידור קידושין אין קר"י)

אין ירושלים איז קיינמאל נישט געווען דער כח מרא דאתרא נאר פאר חברי העדה"ח, מ' האט קיינמאל נישט געשטעלט א דגוש אויף דעם וויבאלד די עדה"ח באשטייט פון אסאך קהלות בעיקר זיך אפטיילן פון די מזרחי און די פרייע, מיט דעם אלעמען איז מען אייביג מכבד דעם רב אן א חיוב

אוודאי איז נישט געווען קיין אנדערע מסדר קידושין אין די ארטאדאקסישע קהלה אין סאטמאר נאר דער רבי/רב אדער ברשותו

אין קר"י ביז מ' האט אויפגענומען מהר"א סיי בחייו פון הרה"ק מסאטמאר זצ"ל וואס איז נישט געווען בכח, און שפעטער ביים ב"מ וואס האט נישט געוואינט דארט (ווען ער איז דארט געווען איז ער טאקע געקומען צו סידור קידושין (אנדערש ווי אין וומסב"ג ווי מ' איז געקומען צו זיין הויז ווער עס האט געוואלט) אויב נישט איז בד"כ ר' געציל געווען, חוץ אז מ' האט געהאט א קרוב משפחה
דאנערשטאג יולי 1, 2021 1:49 pm#477001
מפיל קינד
גאלד
כ'מיין אז דער עולם האט דא א שטיקל טעות,
און לאמיר עס טאקע אינאיינעם דא אויסשמועסן, באהבה אחוה וריעות,

כנראה, איז די סטאטוס פון "קהילה נפרדה" מוז נישט דוקא האבן א שייכות מיט די שאלה פון סידור קידושין און מרא דאתרא.
למשל און לונדון אדער אנטווערפן זענען פאראן כלערעליי קהילה נפרדות,
אבער לגבי די איינע ענין פון סידור קידושין (אין אפשר אנדערע זאכן) איז דא א מרא דאתרא,

אדרבא איך בין גרייט צו הערן - בדרכי נועם - א סברה אחרת,

וואו אין די וועלט איז נאך היינט דא א קפידא אויף סידור קידושין?

אפי' אין סקווירא איז דער רבי נישט מסדר און מ'דארף נישט קיין רשות... נישט אין לאנדאן פרעגט מען, נישט אנטווערפן, וואו יא??

אין אנטווערפן וואגט זיך קיינער נישט מסדר קידושין צו זיין אן רשות פון מרא דאתרא
דאנערשטאג יולי 1, 2021 2:29 pm#477004
א חסיד פון ווילנא
איך וויל ענטפערן אפאר פאקטן אויף וואס מ' האט גערעדט דא

1) אין לאנדאן קען קיינער נישט זיין מסדר קידושין נאר רב פאדאווע אדער ברשותו (צוליב דעם האט רח"ד כ"ץ (איידעם פון רב פאדאווע) קיינמאל אינטערגעשריבן די היתר אויף סידור קידושין אין קר"י)

קיינער קען נישט? פרעג סיי ווער ס'וואוינט אין לאנדאן, ס'איז אפשר דא 50 אידן דארט וואס זענען מכבד דעם רב... נישטא קיין רב פאדווא און נישטא קיין רשות. פאקט איז פאקט.
דאנערשטאג יולי 1, 2021 2:30 pm#477005
א חסיד פון ווילנא
אין ירושלים איז קיינמאל נישט געווען דער כח מרא דאתרא נאר פאר חברי העדה"ח, מ' האט קיינמאל נישט געשטעלט א דגוש אויף דעם וויבאלד די עדה"ח באשטייט פון אסאך קהלות בעיקר זיך אפטיילן פון די מזרחי און די פרייע, מיט דעם אלעמען איז מען אייביג מכבד דעם רב אן א חיוב

פארוואס רעדסטו שטותים??? ווער איז מכבד??
דאנערשטאג יולי 1, 2021 3:07 pm#477009
מפיל קינד
א חסיד פון ווילנא
איך וויל ענטפערן אפאר פאקטן אויף וואס מ' האט גערעדט דא

1) אין לאנדאן קען קיינער נישט זיין מסדר קידושין נאר רב פאדאווע אדער ברשותו (צוליב דעם האט רח"ד כ"ץ (איידעם פון רב פאדאווע) קיינמאל אינטערגעשריבן די היתר אויף סידור קידושין אין קר"י)

קיינער קען נישט? פרעג סיי ווער ס'וואוינט אין לאנדאן, ס'איז אפשר דא 50 אידן דארט וואס זענען מכבד דעם רב... נישטא קיין רב פאדווא און נישטא קיין רשות. פאקט איז פאקט.

פאר די רעקארד, לפי ידיעתי, סאטמארע אידן זענען אלע מכבד רב פאדווע,
און כ'שטעל זיך פאר אז אנדערע קנאי'שע סארט חסידים אזוי ווי סאטמאר, טוהן די זעלבע,
כ'זאג גארנישט צו ס'מיינט עפעס לענינינו,
קען זיין זיי טוהן עס נאר אלס רעספעקט אויס,
איך זאג עס נאר סתם פאר די רעקארד,
דאנערשטאג יולי 1, 2021 3:09 pm#477010
באר מים
מפיל קינד
גאלד
כ'מיין אז דער עולם האט דא א שטיקל טעות,
און לאמיר עס טאקע אינאיינעם דא אויסשמועסן, באהבה אחוה וריעות,

כנראה, איז די סטאטוס פון "קהילה נפרדה" מוז נישט דוקא האבן א שייכות מיט די שאלה פון סידור קידושין און מרא דאתרא.
למשל און לונדון אדער אנטווערפן זענען פאראן כלערעליי קהילה נפרדות,
אבער לגבי די איינע ענין פון סידור קידושין (אין אפשר אנדערע זאכן) איז דא א מרא דאתרא,

אדרבא איך בין גרייט צו הערן - בדרכי נועם - א סברה אחרת,

וואו אין די וועלט איז נאך היינט דא א קפידא אויף סידור קידושין?

אפי' אין סקווירא איז דער רבי נישט מסדר און מ'דארף נישט קיין רשות... נישט אין לאנדאן פרעגט מען, נישט אנטווערפן, וואו יא??

אין אנטווערפן וואגט זיך קיינער נישט מסדר קידושין צו זיין אן רשות פון מרא דאתרא

מ'פארציילט נאך, אז איינמאל האט עמיצער אן חצוף מכבד געווען א צווייטן צו זיין מסדר קידושין אין קעגנווארט פונעם רב הגאון רבי חיים קרייזווירטה ז''ל. האט זיך דער רב ז''ל אנגערופן: מסדר קידושין בין איך טאקע נישט געווען, אבער דער מסדר הגט וועל אי''ה יא זיין. וכך הוה...
דאנערשטאג יולי 1, 2021 3:57 pm#477011
גאלד
מפיל קינד
א חסיד פון ווילנא
איך וויל ענטפערן אפאר פאקטן אויף וואס מ' האט גערעדט דא

1) אין לאנדאן קען קיינער נישט זיין מסדר קידושין נאר רב פאדאווע אדער ברשותו (צוליב דעם האט רח"ד כ"ץ (איידעם פון רב פאדאווע) קיינמאל אינטערגעשריבן די היתר אויף סידור קידושין אין קר"י)

קיינער קען נישט? פרעג סיי ווער ס'וואוינט אין לאנדאן, ס'איז אפשר דא 50 אידן דארט וואס זענען מכבד דעם רב... נישטא קיין רב פאדווא און נישטא קיין רשות. פאקט איז פאקט.

פאר די רעקארד, לפי ידיעתי, סאטמארע אידן זענען אלע מכבד רב פאדווע,
און כ'שטעל זיך פאר אז אנדערע קנאי'שע סארט חסידים אזוי ווי סאטמאר, טוהן די זעלבע,
כ'זאג גארנישט צו ס'מיינט עפעס לענינינו,
קען זיין זיי טוהן עס נאר אלס רעספעקט אויס,
איך זאג עס נאר סתם פאר די רעקארד,

מכבד זיין יא, אבער ביז סידור קידושין...

באבוב'ע אידן האבן דירעקט יא געגעבן פאר הרב פאדווע, אסאך מער ווי סאטמארע. דאס איז דער מציאות.
דאנערשטאג יולי 1, 2021 4:45 pm#477012
כאב געמיינט צו זאגן מכבד מיט "סידור קידושין",

און קען זיין ביסט גערעכט, איך זיך מיך נישט צו דינגען,
כאב עס נאר געזאגט ווייל די פאר חתונות וואס איך האב מיטגעהאלטן פון לאנדענער סאטמערער אידן האבן אלע מכבד געווען רב פאדווע "מיט סידור קידושין".
ממש איינס ביי איינס,
קען זיין ס'פונקט אזוי געווען פערצופאל, איך ווייס נישט,
דאנערשטאג יולי 1, 2021 7:30 pm#477018
א חסיד פון ווילנא
איך וויל ענטפערן אפאר פאקטן אויף וואס מ' האט גערעדט דא

1) אין לאנדאן קען קיינער נישט זיין מסדר קידושין נאר רב פאדאווע אדער ברשותו (צוליב דעם האט רח"ד כ"ץ (איידעם פון רב פאדאווע) קיינמאל אינטערגעשריבן די היתר אויף סידור קידושין אין קר"י)

אין ירושלים איז קיינמאל נישט געווען דער כח מרא דאתרא נאר פאר חברי העדה"ח, מ' האט קיינמאל נישט געשטעלט א דגוש אויף דעם וויבאלד די עדה"ח באשטייט פון אסאך קהלות בעיקר זיך אפטיילן פון די מזרחי און די פרייע, מיט דעם אלעמען איז מען אייביג מכבד דעם רב אן א חיוב

אוודאי איז נישט געווען קיין אנדערע מסדר קידושין אין די ארטאדאקסישע קהלה אין סאטמאר נאר דער רבי/רב אדער ברשותו

אין קר"י ביז מ' האט אויפגענומען מהר"א סיי בחייו פון הרה"ק מסאטמאר זצ"ל וואס איז נישט געווען בכח, און שפעטער ביים ב"מ וואס האט נישט געוואינט דארט (ווען ער איז דארט געווען איז ער טאקע געקומען צו סידור קידושין (אנדערש ווי אין וומסב"ג ווי מ' איז געקומען צו זיין הויז ווער עס האט געוואלט) אויב נישט איז בד"כ ר' געציל געווען, חוץ אז מ' האט געהאט א קרוב משפחה

שוין פריער דערמאנט אין לאנדאן איז דא שטאטישע קהלה מיט א רב הקהלה און יעדער איז אין די קהלה וכן באנטווערפען אבל קרית יואל כעת לא כן הוא. עס איז נישטא קיין פאראייניגטער קהלה וואו אלע תושבי העיר זענען חברים.
דאנערשטאג יולי 1, 2021 11:17 pm#477034
לאנדן באלאנגט פאר'ן רעגירונג

קרית יואל איז אונטער קהל יטב לב קרית יואל קענען נישט קומען אפאר באגאבונדען און זאגן איך טייל מיך אפ מ'קען זיך נישט אפטיילן פונקט ווי סאטמאר האט א מוסד א כולל א ישיבה האבן זיי אויך א שטעטל/שטאט

אפילו לאנדן טראץ דעם וואס איז דאס א פאראייניגונג פון קהלות ברצונם קען מען זיך היינט נאכן התאחדות זיך אפטיילן אזוי גרינג און כל שכן קרית יואל

אבער פלא והפלא ווי דער זעלבער וואס שרייט אין קר"י עטליכע קהלות דער זעלביגער וויל באצווינגען אין ווימס אנדערע קהלות זיך אונטערצו ווארפן עפעס אן עה בנוגע הלכות עירובין אנבעליוועבל וואס פארא היפערקרטיציע איז דאס
פרייטאג יולי 2, 2021 12:23 am#477039
מפיל קינד
גאנצל
לגבי בעלזא וואלט גוט געווען צו קאנען די פאקטען אביסל נאו ?

בעלזע רב איז געשטאנען כבן המתחטא ביי סאטמאר רב שליטא אז היות ער איז אין א איבערבעטונג מאאד ער בעט יעדעם איבער וויל ער זיך איבערבעטן מיט סאטמאר

און דער סאטמאר האט דערויף געאנטווארט דברים כדרבונות אזוי ווי א סאטמאר רב ענטפערט אין שו"ע שטייט אז דו האסט איינעם בארעדט דארפסטו אים איבערבעטן און היות דער דברי יואל ז"ל לעבט שוין נישט דארפסטו טון ווי עס שטייט אין א סעי' ווייטער אין שו"ע אז מ'דארף שיקן 10 מענטשן איבערבעטן

בעלזע רב האט געהאלטן אין איין שיקן משלחתן שרים רבים ונכבדים מ'האט גערעדט צו שלישים אין סאטמאר אז אפשר קען מען איבערבעטן אויף א אנדערע וועג נישט דארפן דורכגיין די פיוס פראצעדור וואס דאסאיז געווען גרויסע בושות

אבער סאטמאר רב הוא בתקפו מ'ברויך מקיים זיין דעם שוע קען מען דאס מקיים הרי טוב ואם לאו

צוויי יאר האט בעלזע פראבירט איינצושפארן די בזיונות אבער לסוף האבן זיי אויך פארשאנען אז דא אי זנישט פארהאן קיין אפציע און געקומען טון וואס עס שטייט אין שוע

נישט אין שוע און נישט און קיין אחרון שפעטער שטייט אז ס'איז דא אויף וועם די הלכה איז נישט נוגע זאל ע סזיין די גרעסטע תנאים ואמוראים בעט מען אזוי איבער

און איינמאל ס'איז געטון געווארן מצד בעלזא איז סאטמאר און בעלזא איינס חוץ ביי אפאר קליינע קינדערלעך וואס שפילן דעם מעיק בעליוו געים

מ'האמער דא א תלמוד חלום... א נחת.

אין שו"ע הל' מחילה שטייט קלאר אז ביי מוציא שם רע איז די הלכה אנדערש! וואס דאס איז געווען די מעשה אין בעלזא.

רמ"א תר"ו סעיף א': ואם הוציא עליו שם רע, אינו צריך למחול לו. מ'זעט אז מוציא שם רע איז נישט סתם געטשעפעט, נאר מ'דארף נישט מוחל זיין!!

דער מחבר אליין א סעיף שפעטער: תקנת קדמונינו וחרם, שלא להוציא שם רע על המתים

אסאך פוסקים נעמען אן אז ס'איז לא ניתן למחילה, חוץ אויב מ'קען עס צוריקדרייען.

לשון שו"ע הרב: ואם הוציא עליו שם רע, אינו צריך למחול לו בכל עניין, אפילו אם יבקש ממנו כמה פעמים, משום דאפשר שיש בני אדם ששמעו הוצאת הלעז עליו ולא שמעו הפיוס, וידמה להם שאפשר שהלעז הוא אמת, ולא יצא עדיין אדם זה נקי מחשד. ומכל מקום מדת ענווה למחול אפילו בהוצאת שם רע:

בכהאי גוונא איז פשוט, אז זיך אויפשטעלן זאגן טעיתי איז דער מהלך דאס צוריקצודרייען וואס דעמאלטס איז עס ניתן למחילה. א מנין ביים קבר העלפט נישט אויף בארעדן איינעם הוצאות לעז אדער שם רע.

אבער סאטמאר רב...

און דו האסט אפגעמאכט אז דאס וואס בעלזע רב האט גערעדט ביי די דרשה הייסט הוצאת שם רע
פרייטאג יולי 2, 2021 12:39 am#477040
א) מהר"א איז אויף גענימען בחיי אביו לעמוד לימין אביו ברויך מען פריש אויף נעמען לאחר פיטרתו
ב) א צוואה איז א מצוה לקיים און נישט קיין חיוב
ג) ר"ד עקשטיין האט תשס"א צוגענימען די רעכט פון צד מהרז"ל פון ווערן אויסגעוועלט אלטס ראשי וטובי קהלה במילא וואס די קהלה באשליסט איז זיי נישט מחייב אפילו מיטן אויפנעמען א מרא דאתרא למלא מקום הרב הקודם
ד) ער האט זיי צוגעמינען א מקום קבורה כידוע
ה) אפילו בלא זה מבואר בשו"ת מהרש"ג ח"ה דלמען השלום יכולין להיפרד (וכן עשו למעשה בכמה קהילות כגון גלאנטא סאדערהלי ועוד)
ו) זיי זענען שוין לאנג א קהילה נפרדה 1 מוסדות 2 מקואות 3 בתי מדרשים 4 בית החיים מיט וואס איז מהר"א זייער מרא דאתרא
ז) והעולה על כולנה ברויך דען חסידי מהר"א זיי און די קהלה אויב יא קען רעדן פון א שאלה
פרייטאג יולי 2, 2021 2:18 am#477044
גאנצל
לאנדן באלאנגט פאר'ן רעגירונג
און דער רב איז באשטעטיגט מצד די רעגירונג אלס רב פון די שטאטישע קהלה
קרית יואל איז אונטער קהל יטב לב קרית יואל ווער נישט צושפילט בלייב קאלט און פראביר פארשטיין געבן וואס דו זאגסט, קרית יואל איז א ווילעדזש אין ניו יארק און עס וואונען דארט ערליכע אידן וואס ציילן זיך צווישן דריי גרויסע קהלות קענען נישט קומען אפאר באגאבונדען און זאגן איך טייל מיך אפ מ'קען זיך נישט אפטיילן - עס איז געווען איין קהלה און די קהלה האט אפגעזאגט א מספר מענטשן פון מעמבערשיפ האבו זיי געגרינדעט א קהלה, שפעטער האט די גרויסע קהל יט"ל קרית יואל זיך אפגעטיילט פון קהל יט"ל וומס האט זיך די קהלה צוזאמגענומען און ווייטער אנצוגיין תחת מהרי"י פונקט ווי סאטמאר האט א מוסד א כולל א ישיבה האבן זיי אויך א שטעטל/שטאט וואס הייסט סאטמאר האט? סאטמאר מהר"א סאטמאר מהרי"י סאטמאר בנ"י וכו'??? די שטאט קרית יואל באלאנגט פאר די אייגענטומער וואס האבן דארט הייזער עס ווערט אנגערופן די טעקס פעיערס. סאטמאר האט בתי מדרשים כוללים ישיבות און די לאנד וואס זיי האבן געקויפט, מהר"א האט וואס זיין קהלה האט, מהרי"י האט וואס זיין קהלה האט, (אויב זיינע ראה"ק לאזט אים) און בנ"י האט זייער בעלות אויף זייערע פראפערטיס.

אפילו לאנדן טראץ דעם וואס איז דאס א פאראייניגונג פון קהלות ברצונם קען מען זיך היינט נאכן התאחדות זיך אפטיילן אזוי גרינג און כל שכן קרית יואל - קען מען יא צו קען מען נישט?

אבער פלא והפלא ווי דער זעלבער וואס שרייט אין קר"י עטליכע קהלות דער זעלביגער וויל באצווינגען אין ווימס אנדערע קהלות זיך אונטערצו ווארפן עפעס אן עה בנוגע הלכות עירובין אנבעליוועבל וואס פארא היפערקרטיציע איז דאס
פרייטאג יולי 2, 2021 6:26 pm#477076
שבעים לשון

1( למאי נפק"מ צו ס'איז מצד די רעגירונג

2 למאי נפק"מ צו ס'איז אונטער נוא יארק

3 ) קיין ווארט פארשטיי איך נישט וואס דעס מאכט א נפק"מ ?

4) איז געווען מיין ט"ס מ'קען זיך 'נישט' אזוי גרינג

בקיצור לאנדאן און קר"י איז בכלל נישט קיין פארגלייך

קר"י באלאנגט פאר סאטמאר ר' אהרן פונקט ווי קרית פאפא באלאנגט פאר פאפא און פונקט ווי שיכון סקווירא באלאנגט פאר ר' דוד טווערסקי אדמור סקווירא שליטא און פונקט ווי קרית קאשוי באלאנגט פאר ר' רפאל בלום ז"ל ויורשיו
פרייטאג יולי 2, 2021 6:33 pm#477077
להלכה
א) מהר"א איז אויף גענימען בחיי אביו לעמוד לימין אביו ברויך מען פריש אויף נעמען לאחר פיטרתו
ב) א צוואה איז א מצוה לקיים און נישט קיין חיוב
ג) ר"ד עקשטיין האט תשס"א צוגענימען די רעכט פון צד מהרז"ל פון ווערן אויסגעוועלט אלטס ראשי וטובי קהלה במילא וואס די קהלה באשליסט איז זיי נישט מחייב אפילו מיטן אויפנעמען א מרא דאתרא למלא מקום הרב הקודם
ד) ער האט זיי צוגעמינען א מקום קבורה כידוע
ה) אפילו בלא זה מבואר בשו"ת מהרש"ג ח"ה דלמען השלום יכולין להיפרד (וכן עשו למעשה בכמה קהילות כגון גלאנטא סאדערהלי ועוד)
ו) זיי זענען שוין לאנג א קהילה נפרדה 1 מוסדות 2 מקואות 3 בתי מדרשים 4 בית החיים מיט וואס איז מהר"א זייער מרא דאתרא
ז) והעולה על כולנה ברויך דען חסידי מהר"א זיי און די קהלה אויב יא קען רעדן פון א שאלה

א ) מקור ?

ב ) אינטערסאנט די דיינים ווייסן נישט דערפון ווען יא ווערן אלע די"ת בנוגע צוואות היינט אויס..........

ג) מקור ?

ד ) ווי קומט עס דא אריין ?

ה ) נישט אין דעם פאל בכלל

ו) האט נישט קיין שום דין קהלה

ז) למאי נפק"מ ?

והעולה על כולנה להלכה וועל איך הערן פונעם דומץ דמתא
פרייטאג יולי 2, 2021 6:37 pm#477078
וואס עס גייט פאר אין לאנדן בין איך נישט באקאנט אבער לכוארה נעמט מען רשות פון הרב פאדווא אדער האט ער געגעבן א כלליותדיגע רשות

הרב קרייזווירטה פון אנטווערפן און אזוי אויך הרב לאנדא פון בב איז גאנץ קלאר אז זיי האבן געפאדערט די סידור קידושין זאל זיין על ידם טא וואסזשע זאל לאנדאן זיין אנדערש ?
מוצ"ש יולי 3, 2021 11:42 pm#477086
גאנצל
שבעים לשון
גאנצל
לאנדן באלאנגט פאר'ן רעגירונג
און דער רב איז באשטעטיגט מצד די רעגירונג אלס רב פון די שטאטישע קהלה
קרית יואל איז אונטער קהל יטב לב קרית יואל ווער נישט צושפילט בלייב קאלט און פראביר פארשטיין געבן וואס דו זאגסט, קרית יואל איז א ווילעדזש אין ניו יארק און עס וואונען דארט ערליכע אידן וואס ציילן זיך צווישן דריי גרויסע קהלות קענען נישט קומען אפאר באגאבונדען און זאגן איך טייל מיך אפ מ'קען זיך נישט אפטיילן - עס איז געווען איין קהלה און די קהלה האט אפגעזאגט א מספר מענטשן פון מעמבערשיפ האבו זיי געגרינדעט א קהלה, שפעטער האט די גרויסע קהל יט"ל קרית יואל זיך אפגעטיילט פון קהל יט"ל וומס האט זיך די קהלה צוזאמגענומען און ווייטער אנצוגיין תחת מהרי"י פונקט ווי סאטמאר האט א מוסד א כולל א ישיבה האבן זיי אויך א שטעטל/שטאט וואס הייסט סאטמאר האט? סאטמאר מהר"א סאטמאר מהרי"י סאטמאר בנ"י וכו'??? די שטאט קרית יואל באלאנגט פאר די אייגענטומער וואס האבן דארט הייזער עס ווערט אנגערופן די טעקס פעיערס. סאטמאר האט בתי מדרשים כוללים ישיבות און די לאנד וואס זיי האבן געקויפט, מהר"א האט וואס זיין קהלה האט, מהרי"י האט וואס זיין קהלה האט, (אויב זיינע ראה"ק לאזט אים) און בנ"י האט זייער בעלות אויף זייערע פראפערטיס.

אפילו לאנדן טראץ דעם וואס איז דאס א פאראייניגונג פון קהלות ברצונם קען מען זיך היינט נאכן התאחדות זיך אפטיילן אזוי גרינג און כל שכן קרית יואל - קען מען יא צו קען מען נישט?

אבער פלא והפלא ווי דער זעלבער וואס שרייט אין קר"י עטליכע קהלות דער זעלביגער וויל באצווינגען אין ווימס אנדערע קהלות זיך אונטערצו ווארפן עפעס אן עה בנוגע הלכות עירובין אנבעליוועבל וואס פארא היפערקרטיציע איז דאס

1( למאי נפק"מ צו ס'איז מצד די רעגירונג

2 למאי נפק"מ צו ס'איז אונטער נוא יארק

3 ) קיין ווארט פארשטיי איך נישט וואס דעס מאכט א נפק"מ ?

4) איז געווען מיין ט"ס מ'קען זיך 'נישט' אזוי גרינג

בקיצור לאנדאן און קר"י איז בכלל נישט קיין פארגלייך

קר"י באלאנגט פאר סאטמאר ר' אהרן פונקט ווי קרית פאפא באלאנגט פאר פאפא און פונקט ווי שיכון סקווירא באלאנגט פאר ר' דוד טווערסקי אדמור סקווירא שליטא און פונקט ווי קרית קאשוי באלאנגט פאר ר' רפאל בלום ז"ל ויורשיו

אין סקווער איז הרב טווערסקי דער אויסשליסליכער בעה"ב אויף אלע פראפערטיס עס איז זיינס און שוין.
קרית פאפא באלאנגט פאר פאפא ווייל זיי האבן נישט פארקויפט פאר קיינעם נאר פאר נפטרים
קרית קאשוי איז אויך די זעלבע אלס באלאנגט פאר די יורשים פון הרב בלום ז"ל
אבער קרית יואל האט מתחילה פארקויפט און פארקויפט היינט פאר יעדן וואס איז גרייט צו צאלן די פרייז. און עס איז נישטא קיין בעלות אוןיף עפעס וואס ווערט פארקויפט. און נאכאמאל אז ער וויל קען מען נאכאמאל גרינדן א פאראייניגטער שירעם קהלה וואס וועט פונקציאנירן ווי די אלע שטאטישע קהלות. און יעצט לעת עתה איז דא כמה קהלות בעיר קרית יואל לשם ולתפארת יעדער תחת הוראתו פון זיינע דיינים רבנים מוצי"ם אדמו"ר וכו' דער רבי פון איין קהלה האט אזויפיל בעלות אויף חברים פון א צווייטע קהלה אווי קרעטשניפער רבי האט אריינצורעדן ביי מיר.
לעב מיטן מיטן מציאות והכל על מקומו יבא בשלום.
מאנטאג יולי 5, 2021 11:47 pm#477227
ווער רעדט פון פראפערטיס מ'רעדט פאר וועם עס באלאנגט דין קהלה דין מרא דאתרא

אויסדריקליך פאר קהל ייטב לב קרית יואל

ווילסט דרייען די צונג מיט פראפערטיס זאל דיר וואויל קומען
מאנטאג יולי 5, 2021 11:57 pm#477228
זייט מברר ווי אזוי באקומט מען דין מרא דאתרא און דין קהלה
מאנטאג יולי 5, 2021 11:58 pm#477229
גאנצל
להלכה
א) מהר"א איז אויף גענימען בחיי אביו לעמוד לימין אביו ברויך מען פריש אויף נעמען לאחר פיטרתו
ב) א צוואה איז א מצוה לקיים און נישט קיין חיוב
ג) ר"ד עקשטיין האט תשס"א צוגענימען די רעכט פון צד מהרז"ל פון ווערן אויסגעוועלט אלטס ראשי וטובי קהלה במילא וואס די קהלה באשליסט איז זיי נישט מחייב אפילו מיטן אויפנעמען א מרא דאתרא למלא מקום הרב הקודם
ד) ער האט זיי צוגעמינען א מקום קבורה כידוע
ה) אפילו בלא זה מבואר בשו"ת מהרש"ג ח"ה דלמען השלום יכולין להיפרד (וכן עשו למעשה בכמה קהילות כגון גלאנטא סאדערהלי ועוד)
ו) זיי זענען שוין לאנג א קהילה נפרדה 1 מוסדות 2 מקואות 3 בתי מדרשים 4 בית החיים מיט וואס איז מהר"א זייער מרא דאתרא
ז) והעולה על כולנה ברויך דען חסידי מהר"א זיי און די קהלה אויב יא קען רעדן פון א שאלה

א ) מקור ?

ב ) אינטערסאנט די דיינים ווייסן נישט דערפון ווען יא ווערן אלע די"ת בנוגע צוואות היינט אויס..........

ג) מקור ?

ד ) ווי קומט עס דא אריין ?

ה ) נישט אין דעם פאל בכלל

ו) האט נישט קיין שום דין קהלה

ז) למאי נפק"מ ?

והעולה על כולנה להלכה וועל איך הערן פונעם דומץ דמתא

א ) מקור ?עי' בכתב רבנות דהוא שליח של אביו

ב ) אינטערסאנט די דיינים ווייסן נישט דערפון ווען יא ווערן אלע די"ת בנוגע צוואות היינט אויס.......... עי' חו"מ סי' רנב סעיף ב ובנו"כ והדי"ת צריך לעיין בכל אחד בהמעשה

ג) מקור ? החיוב לציית ז׳ טובי הוא משום דהוא שליח של הציבור ואם אין הוא שליחך אין עליך שום חיוב על מה שעשה

ד ) ווי קומט עס דא אריין ? עוד סיבה שאין עליהם חיוב לקיים מה שגזרו ז׳ טובי העיר כיון דלא עשו מה שקהלה צריכין לעשות ליתן לכל אחד מקום קבורה

ה ) נישט אין דעם פאל בכלל ...פארוואס

ו) האט נישט קיין שום דין קהלה ..מיט וואס איז קהלת מהרא א קהלה קהלת מהרײ איז גארנישט אינטערשטעלוג ואין צריכין אחד לחבירו

ז) למאי נפק"מ ?
עי בפוסקים דקהלה הוא שוטפות א"כ קשה ליחלק אבל אם אין שום אחד רוצה להיות שותף אין שום שאלה
והעולה על כולנה להלכה וועל איך הערן פונעם דומץ דמתא
דינסטאג יולי 6, 2021 1:35 am#477232
גאנצל
ווער רעדט פון פראפערטיס מ'רעדט פאר וועם עס באלאנגט דין קהלה דין מרא דאתרא

אויסדריקליך פאר קהל ייטב לב קרית יואל

ווילסט דרייען די צונג מיט פראפערטיס זאל דיר וואויל קומען

וואס מיינט דין קהלה און דין מרא דאתרא? ענטפער אביעקטיוו ביטע אויף די שאלות:
עקזסיטירט היינט א פאראייניגטע קהלה אין קרית יואל און וואס אלע תושבי קרית יואל זענען מעמבערס? ניין
אויב יא? צו קענען די חברי הקהלה אויסוועלן און ממנה זיין הנהלת הקהלה? כעת אין די קהלות מהר"א און מהרי"י? ניין, אין קהל בני יואל? אפשר.

אז עס איז נישטא קיין קהלה איז נישטא קיין רב. נישטא קיין דין קהלה און קיין דין רב.
דינסטאג יולי 6, 2021 8:08 am#477237
[ציטאט אראפגענומען]

יאפ, א פאני ספעקטאל פאר ענק. עטס וועטס דאס נישט פארשטיין.
נישט דאס ערשטע מאל וואס ער אדער דער רבי טוען דאס, אגב אויך פאר רבנים החיים איתנו לאיו"ש.
דאס זאגט א געוואלד איבער זייער תוכן און הנהגה אבער בארעכטיגט נישט גארנישט.
דינסטאג יולי 6, 2021 7:01 pm#477271
[ציטאט אראפגענומען]

ס'הייסט גראדע אז ר' שמעון משה האט נישט געוואלט מסדר קידושין זיין אין די זאל

אין פאקט האט ער איטליכע וואכן צוריק חתונה געמאכט אין מאנסי
דינסטאג יולי 6, 2021 7:28 pm#477272
שבעים לשון
גאנצל
ווער רעדט פון פראפערטיס מ'רעדט פאר וועם עס באלאנגט דין קהלה דין מרא דאתרא

אויסדריקליך פאר קהל ייטב לב קרית יואל

ווילסט דרייען די צונג מיט פראפערטיס זאל דיר וואויל קומען

וואס מיינט דין קהלה און דין מרא דאתרא? ענטפער אביעקטיוו ביטע אויף די שאלות:
עקזסיטירט היינט א פאראייניגטע קהלה אין קרית יואל און וואס אלע תושבי קרית יואל זענען מעמבערס? ניין
אויב יא? צו קענען די חברי הקהלה אויסוועלן און ממנה זיין הנהלת הקהלה? כעת אין די קהלות מהר"א און מהרי"י? ניין, אין קהל בני יואל? אפשר.

אז עס איז נישטא קיין קהלה איז נישטא קיין רב. נישטא קיין דין קהלה און קיין דין רב.

קודם א יישר כח פאר'ן פארשטיין אז דא קומט נישט אריין פראפערטי

קרית יואל איז געגרינדעט געווארן דורך קהל יטב לב תחת המרא דאתרא הדברי יואל און דערנאך אריבער צום ברך משה און דערנאך אונטער די קהלה און אונטער סאטמאר רב
דינסטאג יולי 6, 2021 8:21 pm#477274

כגלייב נישט אז יונגע ישיבה קטנה בחורים האבן צוטריט צו דעם שטיבל דא.

עס איז ידוע אז ביי קריעת ים סוף האבן זיך געשפאלטן אלע וואסער אויף די וועלט, און מיר גלייבן באמונה שלימה אז אזוי איז געווען.
ווען עס קומט צו סאטמארס חלוקה איז עס נישט מכח אמונה נאר מתוך ראי' ברורה וואס איך לעב מיט לאורך ימים אז ווען סאטמאר האט זיך צוטיילט האט זיך עס צוטיילט בכל העולם כולו ווי דער צעטיל חוה"מ תשנ"ט האט געלויטעט "בכל קצוי תבל" ווי אימער עס איז דא א סאטמארער קבוצה. די קומענדיגע דורות וועלן דאס דארפן גלייבן, יתכן אז איר זענט שוין פון דעם ניי געבוירענעם דור?
דינסטאג יולי 6, 2021 8:29 pm#477275
וואס הייסט ס'האט זיך צוטיילט ?

ס'איז דא א תורה אויף די וועלט די גאנצע אפגעטיילטע קהלה האט נישט קיין שום תוקף עפ"י תורה

די קהלה איז געפירט געווארן עפ"י תורה זינט די יסוד תשט עפ"י תורה דורך ראשי קהלה און אזוי איז עס געפירט געווארן לשם ולתפארת ביז היינט

ס'איז געקומען אפאר באבאבונדן און בכח הזרוע מיט די כח פון קארט ארויסגעגאנבעט די קהלה אין ווימס פון אירע ראשי קהלה מאכט גארנישט אויס עפ"י תורה

איים סארי מיין פריינט די תורה מאכט אונז אויס נישט עפעס אנדערש

עכ"פ אין קרית יואל וואס ווערט ווייטער פאקטיש געפירט דורך די זעלבע ארגעניעלע קהלה בה איז זיכער נישטא וואס צו שמועסן אז די קהלה קרי' האט איין קהלה און איין מרא דאתרא און אזוי האט די בי"ד הגדול געפסקעט לגבי די ערשטע קהלה וואס האט זיך מתחצף געווען
דינסטאג יולי 6, 2021 8:35 pm#477278
[ציטאט אראפגענומען]

טאמער ס'שטייט אזוי אין פנקס דאן איז נישט אמת וואס איך האב געשריבען
מיטוואך יולי 7, 2021 12:33 am#477298
גאנצל
שבעים לשון
גאנצל
ווער רעדט פון פראפערטיס מ'רעדט פאר וועם עס באלאנגט דין קהלה דין מרא דאתרא

אויסדריקליך פאר קהל ייטב לב קרית יואל

ווילסט דרייען די צונג מיט פראפערטיס זאל דיר וואויל קומען

וואס מיינט דין קהלה און דין מרא דאתרא? ענטפער אביעקטיוו ביטע אויף די שאלות:
עקזסיטירט היינט א פאראייניגטע קהלה אין קרית יואל און וואס אלע תושבי קרית יואל זענען מעמבערס? ניין
אויב יא? צו קענען די חברי הקהלה אויסוועלן און ממנה זיין הנהלת הקהלה? כעת אין די קהלות מהר"א און מהרי"י? ניין, אין קהל בני יואל? אפשר.

אז עס איז נישטא קיין קהלה איז נישטא קיין רב. נישטא קיין דין קהלה און קיין דין רב.

קודם א יישר כח פאר'ן פארשטיין אז דא קומט נישט אריין פראפערטי

קרית יואל איז געגרינדעט געווארן דורך קהל יטב לב תחת המרא דאתרא הדברי יואל און דערנאך אריבער צום ברך משה און דערנאך אונטער די קהלה און אונטער סאטמאר רב

למנפק"מ ווער איז דער מייסד קיין דעוועלעפער ווערט נישט קיין מרא דאתרא און אויב מאכט ער א ביהמ"ד און האלט עס פארזוך איז דאס א פריואטע אייגנטום זייט מברר ווי אזוי באקומט מען א דין קהלה און א דין מרא דאתרא
מיטוואך יולי 7, 2021 12:38 am#477299
גאנצל
וואס הייסט ס'האט זיך צוטיילט ?

ס'איז דא א תורה אויף די וועלט די גאנצע אפגעטיילטע קהלה האט נישט קיין שום תוקף עפ"י תורה

די קהלה איז געפירט געווארן עפ"י תורה זינט די יסוד תשט עפ"י תורה דורך ראשי קהלה און אזוי איז עס געפירט געווארן לשם ולתפארת ביז היינט

ס'איז געקומען אפאר באבאבונדן און בכח הזרוע מיט די כח פון קארט ארויסגעגאנבעט די קהלה אין ווימס פון אירע ראשי קהלה מאכט גארנישט אויס עפ"י תורה

איים סארי מיין פריינט די תורה מאכט אונז אויס נישט עפעס אנדערש

עכ"פ אין קרית יואל וואס ווערט ווייטער פאקטיש געפירט דורך די זעלבע ארגעניעלע קהלה בה איז זיכער נישטא וואס צו שמועסן אז די קהלה קרי' האט איין קהלה און איין מרא דאתרא און אזוי האט די בי"ד הגדול געפסקעט לגבי די ערשטע קהלה וואס האט זיך מתחצף געווען

אנטשולשדוג אז מען נעמט אוועק פון חברי הקהלה זייער רעכטען איז מען מיט אייגענע הענט מייסד א נייע קהלה
דאנערשטאג יולי 8, 2021 8:57 am#477356

דעת בעל הבית היפך דעת תורה
דאנערשטאג יולי 8, 2021 8:58 am#477357
להלכה
גאנצל
שבעים לשון
גאנצל
ווער רעדט פון פראפערטיס מ'רעדט פאר וועם עס באלאנגט דין קהלה דין מרא דאתרא

אויסדריקליך פאר קהל ייטב לב קרית יואל

ווילסט דרייען די צונג מיט פראפערטיס זאל דיר וואויל קומען

וואס מיינט דין קהלה און דין מרא דאתרא? ענטפער אביעקטיוו ביטע אויף די שאלות:
עקזסיטירט היינט א פאראייניגטע קהלה אין קרית יואל און וואס אלע תושבי קרית יואל זענען מעמבערס? ניין
אויב יא? צו קענען די חברי הקהלה אויסוועלן און ממנה זיין הנהלת הקהלה? כעת אין די קהלות מהר"א און מהרי"י? ניין, אין קהל בני יואל? אפשר.

אז עס איז נישטא קיין קהלה איז נישטא קיין רב. נישטא קיין דין קהלה און קיין דין רב.

קודם א יישר כח פאר'ן פארשטיין אז דא קומט נישט אריין פראפערטי

קרית יואל איז געגרינדעט געווארן דורך קהל יטב לב תחת המרא דאתרא הדברי יואל און דערנאך אריבער צום ברך משה און דערנאך אונטער די קהלה און אונטער סאטמאר רב

למנפק"מ ווער איז דער מייסד קיין דעוועלעפער ווערט נישט קיין מרא דאתרא און אויב מאכט ער א ביהמ"ד און האלט עס פארזוך איז דאס א פריואטע אייגנטום זייט מברר ווי אזוי באקומט מען א דין קהלה און א דין מרא דאתרא

די תורה איז נישט קיין דבר חדש דין קהלה ומרא דאתרא גייט שוין אן יארן מקדמת דנא
דאנערשטאג יולי 8, 2021 9:04 am#477358
עכ"פ איך ווייס נישט ווי ווייט דעי ענין גייט ר' געציל רעדט עכ"פ בכל חומר ר' יואליש משארמאש האט מקיל געווען (ער האט זיך לויט טייל סומך געווען אויף א עדותשאפט פון איינעם ברילל אז די רבי דער ברך משה זי"ע האט געזאלט האבן געזאגט פאר איינעם אז ער קען נישט אריין רעדן נאר אין קר"י, ווייזט אויס אז ר' יואליש האט אויך געהאלטן אז אן די עדותשאפט איז א פראבלעים.... און אפילו לויט די עדותשאפט איז עס נאר ווען מ'רעדט ארום קר"י . אויף קרית יואל אליינס איז לויט דעם נישטא קיין חולק )

עכ"פ א ערנסטע חשש איז זיכער דא ולמיחש מיהו בעי און זיכער בעסער צו גיין לחומרא און קהל ייטב לב דארף זיך אומגיין מיט'ן פסק פונעם דומץ בכל חומר שופטים ושוטרים תתן לך

זה דעתי העני'
פרייטאג יולי 9, 2021 12:10 pm#477397
ראה זה פלא. דיין דעתך הענייה וואלט איך געקענט אליינס שפעקולירן אפילו אהן דיין תגובות בענין.

און די זעלבע גייט אויף הג"ר געציל ודעימיה.

לאמיך אייך פרעגן: וואס וואלט ר געציל געטוהן ווען ער איז ווען מברר די הלכה לעומקו ולרוחבו און ס'שטעלט זיך ארויס אז עס איז נישטא קיין שום פראבלעם להלכה? ער וואלט זיך עמטליך ארויסגעשטעלט מיט זיין פסק? (אזויווי געוויסע זלונישע דיינים זענען אויסגעקומען אנדערש ווי דעת מהרי"י בענין קאמאן קאר)
פרייטאג יולי 9, 2021 1:10 pm#477401
תפוח

בלתי שום ספק

בדא אפשר קענט איר מיר זאגן וועלכע זאלונישע דיין רעדט אקייגען קאמאון קאור ?
פרייטאג יולי 9, 2021 1:58 pm#477402
גאנצל
תפוח
ראה זה פלא. דיין דעתך הענייה וואלט איך געקענט אליינס שפעקולירן אפילו אהן דיין תגובות בענין.

און די זעלבע גייט אויף הג"ר געציל ודעימיה.

לאמיך אייך פרעגן: וואס וואלט ר געציל געטוהן ווען ער איז ווען מברר די הלכה לעומקו ולרוחבו און ס'שטעלט זיך ארויס אז עס איז נישטא קיין שום פראבלעם להלכה? ער וואלט זיך עמטליך ארויסגעשטעלט מיט זיין פסק? (אזויווי געוויסע זלונישע דיינים זענען אויסגעקומען אנדערש ווי דעת מהרי"י בענין קאמאן קאר)

בלתי שום ספק

אויב אזוי אפשר זאגט איר מיר וואס זענען די odds אז ר' געציל איז נישט מחולק מיט קיין איין איינציגע הלכה אויף מהר"א? צווישן די מערערע זאכן וואס מהר"א האט מחדש געווען די לעצטיגע יארן אפשר צייגט איר מיר צו איינמאל וואס ר' געציל אדער דכוותיה איז ארויסגעקומען חולק צו זיין אויף מהר"א?
פרייטאג יולי 9, 2021 2:13 pm#477403
תפוח
גאנצל
תפוח
ראה זה פלא. דיין דעתך הענייה וואלט איך געקענט אליינס שפעקולירן אפילו אהן דיין תגובות בענין.

און די זעלבע גייט אויף הג"ר געציל ודעימיה.

לאמיך אייך פרעגן: וואס וואלט ר געציל געטוהן ווען ער איז ווען מברר די הלכה לעומקו ולרוחבו און ס'שטעלט זיך ארויס אז עס איז נישטא קיין שום פראבלעם להלכה? ער וואלט זיך עמטליך ארויסגעשטעלט מיט זיין פסק? (אזויווי געוויסע זלונישע דיינים זענען אויסגעקומען אנדערש ווי דעת מהרי"י בענין קאמאן קאר)

בלתי שום ספק

אויב אזוי אפשר זאגט איר מיר צווישן די מערערע זאכן וואס מהר"א האט מחדש געווען די לעצטיגע יארן אפשר צייגט איר מיר צו איינמאל וואס ר' געציל אדער דכוותיה איז ארויסגעקומען חולק צו זיין אויף מהר"א?

איז לאמער רעדען פין די אלע אנדערע זלונישע דיינים וואס זענען נאך נישט ארויסגעקימען אנדערש ווי דעת מהרי"י אויף קיין איין ערענסעט זאך
וואס זענען די odds אז זיי זענען נישט מחולק מיט קיין איין איינציגע הלכה אויף מהרי"י?!?

זענען זיי אלע פארפוילט?
פרייטאג יולי 9, 2021 2:16 pm#477404
הקטן

מיין מיינונג? העלל יעס.

אבער ווילאנג מ'סטראשעט נישט מיט ממזרים וכו' געבט קיינער נישט קיין שיטה מקובצת.
פרייטאג יולי 9, 2021 2:27 pm#477406
דאנט געט מי ראנג, דאס זעלבע איז עפליקעבעל ביי רוב דיינים וואס זענען איינגעשטעלט דורך חסידות'ער.

אבער ווילאנג מ'רעדט פון קליינע נארישקייטן איז איין זאך, אבער ווען מען הייבט אן סטראשענען מיט ממזרים "והא ראי' ר' געציל" דארף מען לייגן ברעיקס און אנקוקען ר' געציל'ס פסק אין קאנטעקסט.
פרייטאג יולי 9, 2021 4:35 pm#477410
גאנצל
להלכה
גאנצל
וואס הייסט ס'האט זיך צוטיילט ?

ס'איז דא א תורה אויף די וועלט די גאנצע אפגעטיילטע קהלה האט נישט קיין שום תוקף עפ"י תורה

די קהלה איז געפירט געווארן עפ"י תורה זינט די יסוד תשט עפ"י תורה דורך ראשי קהלה און אזוי איז עס געפירט געווארן לשם ולתפארת ביז היינט

ס'איז געקומען אפאר באבאבונדן און בכח הזרוע מיט די כח פון קארט ארויסגעגאנבעט די קהלה אין ווימס פון אירע ראשי קהלה מאכט גארנישט אויס עפ"י תורה

איים סארי מיין פריינט די תורה מאכט אונז אויס נישט עפעס אנדערש

עכ"פ אין קרית יואל וואס ווערט ווייטער פאקטיש געפירט דורך די זעלבע ארגעניעלע קהלה בה איז זיכער נישטא וואס צו שמועסן אז די קהלה קרי' האט איין קהלה און איין מרא דאתרא און אזוי האט די בי"ד הגדול געפסקעט לגבי די ערשטע קהלה וואס האט זיך מתחצף געווען

אנטשולשדוג אז מען נעמט אוועק פון חברי הקהלה זייער רעכטען איז מען מיט אייגענע הענט מייסד א נייע קהלה

דעת בעל הבית היפך דעת תורה

לא בשמים היא וואס האסטו גענפערט
פרייטאג יולי 9, 2021 4:39 pm#477411

פרייטאג יולי 9, 2021 4:43 pm#477412

פון וואס רעדט די בי''ד הגדול שבירושלים אז מען מעג ארויסווארפן חברי הקהלה און מען טאר נישט מייסד זיין קיין אנדערע ???
פרייטאג יולי 9, 2021 5:20 pm#477413
המציאות בקרית יואל הוא דבר חדש בכל קהילות יש לכל בני העיר לבחור את ראשי וטובי הקהילה להיות מן ראשי וטובי הקהלה לא כן קרית יואל כמו שהוכיח המציאות בעבר ובהווה א''כ אין ראי' מן קדמת דנא
פרייטאג יולי 9, 2021 5:28 pm#477414
="גאנצל"][להלכה"][="גאנצל"][="שבעים לשון"][quote="גאנצל"]ווער רעדט פון פראפערטיס מ'רעדט פאר וועם עס באלאנגט דין קהלה דין מרא דאתרא

אויסדריקליך פאר קהל ייטב לב קרית יואל

ווילסט דרייען די צונג מיט פראפערטיס זאל דיר וואויל קומען[

וואס מיינט דין קהלה און דין מרא דאתרא? ענטפער אביעקטיוו ביטע אויף די שאלות:
עקזסיטירט היינט א פאראייניגטע קהלה אין קרית יואל און וואס אלע תושבי קרית יואל זענען מעמבערס? ניין
אויב יא? צו קענען די חברי הקהלה אויסוועלן און ממנה זיין הנהלת הקהלה? כעת אין די קהלות מהר"א און מהרי"י? ניין, אין קהל בני יואל? אפשר.

אז עס איז נישטא קיין קהלה איז נישטא קיין רב. נישטא קיין דין קהלה און קיין דין רב.[

קודם א יישר כח פאר'ן פארשטיין אז דא קומט נישט אריין פראפערטי

קרית יואל איז געגרינדעט געווארן דורך קהל יטב לב תחת המרא דאתרא הדברי יואל און דערנאך אריבער צום ברך משה און דערנאך אונטער די קהלה און אונטער סאטמאר רב[
למנפק"מ ווער איז דער מייסד קיין דעוועלעפער ווערט נישט קיין מרא דאתרא און אויב מאכט ער א ביהמ"ד און האלט עס פארזוך איז דאס א פריואטע אייגנטום זייט מברר ווי אזוי באקומט מען א דין קהלה און א דין מרא דאתרא[/

די תורה איז נישט קיין דבר חדש דין קהלה ומרא דאתרא גייט שוין אן יארן מקדמת דנא[/
המציאות בקרית יואל הוא דבר חדש בכל קהילות יש לכל בני העיר לבחור את ראשי וטובי הקהילה להיות מן ראשי וטובי הקהלה לא כן קרית יואל כמו שהוכיח המציאות בעבר ובהווה א''כ אין ראי' מן קדמת דנא
מוצ"ש יולי 10, 2021 11:41 pm#477417
להלכה: ברוך הבא. שלום עליכם. אחדשה"ט ווילל איך דיר זאגן אז דיין פשט'ל גייט פארקערט אויך. אויב ס'איז נישט דא קיין רב איז נישט דא קיין קהילה. איי, ס'איז דאך יא דא (ב"ה) א רב, א יורש דאורייתא. און א גאון וצדיק. נאר ענק ( א פאר מחוצפים ובעלי מחלוקות ומדון וריב) וויללן נישט אנערקענען אין איהם. אבער זיין בארעכטיגטע פאזיציע מן התורה בלייבט נאכאלץ. במקומה עומדת...!

דאס מיינט נאכאלץ אז ווען איינער איז עובר אויף די תקנות קומט איהם א קנס...! וכל מה שבי"ד ישימו עליו...! קעיס קלאוז'ד...!
זונטאג יולי 11, 2021 8:50 am#477431
להלכה
="גאנצל"][להלכה"][="גאנצל"][="שבעים לשון"]
גאנצל
ווער רעדט פון פראפערטיס מ'רעדט פאר וועם עס באלאנגט דין קהלה דין מרא דאתרא

אויסדריקליך פאר קהל ייטב לב קרית יואל

ווילסט דרייען די צונג מיט פראפערטיס זאל דיר וואויל קומען[

וואס מיינט דין קהלה און דין מרא דאתרא? ענטפער אביעקטיוו ביטע אויף די שאלות:
עקזסיטירט היינט א פאראייניגטע קהלה אין קרית יואל און וואס אלע תושבי קרית יואל זענען מעמבערס? ניין
אויב יא? צו קענען די חברי הקהלה אויסוועלן און ממנה זיין הנהלת הקהלה? כעת אין די קהלות מהר"א און מהרי"י? ניין, אין קהל בני יואל? אפשר.

אז עס איז נישטא קיין קהלה איז נישטא קיין רב. נישטא קיין דין קהלה און קיין דין רב.[

קודם א יישר כח פאר'ן פארשטיין אז דא קומט נישט אריין פראפערטי

קרית יואל איז געגרינדעט געווארן דורך קהל יטב לב תחת המרא דאתרא הדברי יואל און דערנאך אריבער צום ברך משה און דערנאך אונטער די קהלה און אונטער סאטמאר רב[

למנפק"מ ווער איז דער מייסד קיין דעוועלעפער ווערט נישט קיין מרא דאתרא און אויב מאכט ער א ביהמ"ד און האלט עס פארזוך איז דאס א פריואטע אייגנטום זייט מברר ווי אזוי באקומט מען א דין קהלה און א דין מרא דאתרא[/

די תורה איז נישט קיין דבר חדש דין קהלה ומרא דאתרא גייט שוין אן יארן מקדמת דנא[/
המציאות בקרית יואל הוא דבר חדש בכל קהילות יש לכל בני העיר לבחור את ראשי וטובי הקהילה להיות מן ראשי וטובי הקהלה לא כן קרית יואל כמו שהוכיח המציאות בעבר ובהווה א''כ אין ראי' מן קדמת דנא

ערפונדן א דבר חדש.....

הבלים
זונטאג יולי 11, 2021 8:50 am#477432
להלכה
גאנצל
להלכה
גאנצל
וואס הייסט ס'האט זיך צוטיילט ?

ס'איז דא א תורה אויף די וועלט די גאנצע אפגעטיילטע קהלה האט נישט קיין שום תוקף עפ"י תורה

די קהלה איז געפירט געווארן עפ"י תורה זינט די יסוד תשט עפ"י תורה דורך ראשי קהלה און אזוי איז עס געפירט געווארן לשם ולתפארת ביז היינט

ס'איז געקומען אפאר באבאבונדן און בכח הזרוע מיט די כח פון קארט ארויסגעגאנבעט די קהלה אין ווימס פון אירע ראשי קהלה מאכט גארנישט אויס עפ"י תורה

איים סארי מיין פריינט די תורה מאכט אונז אויס נישט עפעס אנדערש

עכ"פ אין קרית יואל וואס ווערט ווייטער פאקטיש געפירט דורך די זעלבע ארגעניעלע קהלה בה איז זיכער נישטא וואס צו שמועסן אז די קהלה קרי' האט איין קהלה און איין מרא דאתרא און אזוי האט די בי"ד הגדול געפסקעט לגבי די ערשטע קהלה וואס האט זיך מתחצף געווען

אנטשולשדוג אז מען נעמט אוועק פון חברי הקהלה זייער רעכטען איז מען מיט אייגענע הענט מייסד א נייע קהלה

דעת בעל הבית היפך דעת תורה

פון וואס רעדט די בי''ד הגדול שבירושלים אז מען מעג ארויסווארפן חברי הקהלה און מען טאר נישט מייסד זיין קיין אנדערע ???

כן

פון דעם רעדן זיי