Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
125 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 1512 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #14396
מיטוואך יולי 21, 2021 3:08 pm#478044
.
מיטוואך יולי 21, 2021 3:18 pm#478045
.
מיטוואך יולי 21, 2021 6:18 pm#478069
.
מיטוואך יולי 21, 2021 6:19 pm#478070
(כ'האב פשוט צוריק גענטפערט פאר "מיליאנער" און "שושן פורים" :lol: :lol:)
מיטוואך יולי 21, 2021 7:09 pm#478085
שאלה, האט דער דיין בכלל געזאגט נישט גיין צו קיין חתונות?

וואס פונקטליך איז זיין לשון,

אויב איינער קען מיר ביטע אנצייגן. שכוח.
דאנערשטאג יולי 22, 2021 6:44 am#478149
מפיל קינד האט געשריבן:עס גייט טאקע נישט אריין אין קאפ. נישט נאר וואס ר' געצל גייט צו די לוויות פון די פורצי גדר, נאר זיינע מענטשן פארשפרייטן די נעמען און טעלעפאן נומער פון די פורצי גדר איבער די גאסן פון שטאט.

יעדע חתן כלה פון די פורצי גדר ווערן פארשריבן מיט גאלדענע אותיות אינעם פנקס לעד ולנצח. זיי ווערן באגריסט אויף די גאסן, דאס מיינט נהגו כבוד זה לזה!

אבער די זאליס און סקרוקים פארשטייען נישט וואס ס'מיינט נוהג כבוד זיין. זיי מיינען אז פאר פורצי גדר דארף מען ווארפן פאשקעווילן. קרומע קעפ.

איך מיין אז די וועד קדושת העיר זאל צושטעלן א סערוויס פון געבן לעקציעס אויף נוהג כבוד זיין פאר די וואס פארשטייען נעבעך נישט.

און די לעקציעס וועללן שוין העלפן...?! אז איינער ווילל נישט פארשטיין וועט איהם גארנישט העלפן...!
דאנערשטאג יולי 22, 2021 10:57 am#478155
גאלד האט געשריבן:שאלה, האט דער דיין בכלל געזאגט נישט גיין צו קיין חתונות?

וואס פונקטליך איז זיין לשון,

אויב איינער קען מיר ביטע אנצייגן. שכוח.

דער דיין האט דאס קיינמאל נישט געזאגט אדער געשריבן , ברבים וואס מווייסט עכ"פ, אבער צוליב פרנסה אנגעלעגנהייטן קען דער דיין עס נישט אפלייקענען ווען די אפיציעלע קהילה פארשפרייט צעטלעך אז דאס איז דער פסק פינעם דיין,
דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:04 pm#478159
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:שאלה, האט דער דיין בכלל געזאגט נישט גיין צו קיין חתונות?

וואס פונקטליך איז זיין לשון,

אויב איינער קען מיר ביטע אנצייגן. שכוח.

דער דיין האט דאס קיינמאל נישט געזאגט אדער געשריבן , ברבים וואס מווייסט עכ"פ, אבער צוליב פרנסה אנגעלעגנהייטן קען דער דיין עס נישט אפלייקענען ווען די אפיציעלע קהילה פארשפרייט צעטלעך אז דאס איז דער פסק פינעם דיין,

אינטרעסאנט ווען ער איז געגאנגען צו ר' שמעון משה'ס לוי' האט ער נישט געטראכט פון פרנסה...?

ווער איז דעי פרנסה וואס ער האט מורא? לויט מיין אינפארמאציע איז שוין מער ווייניגער די עולם בכלל נישט אינטרעסירט אין קיין מערכה, עס איז בלויז ר' געציל וואס געט נישט אויף און פארפירט, אזויווי מ'זעט קלאר אז די ארוינים זענען שא שטיל ס'איז בלויז געווען די אסיפה ווי די דיין האט משמיע געווען דעתו.

אדרבה לאמיר הערן פון דיר ווער פונקטליך שטייט דא און מאכט זיכער אז ר' געציל פארפירט ווייטער, און עס איז בידו אוועקצונעמען זיין פרנסה? און פארוואס טוט יענער גארנישט ווייטער? ער לאזט ר' געציל אפזאגן זיין מיינונג און ער לאזט עס לויפן, ער קעשט עס נישט איין?

איך מיין אז יעדער זעט אז ר' געציל איז געגאנגען דא קעגן די ארוינישע עסטעבלישמענט, און די גאנצע רעאקציע מצד די ארוינים איז געווען איין איינציגע אסיפה ווי ר' געציל האט משמיע געווען דעת תורתו.

איז לאמיר הערן ווער דא ווייסט וואס וואלט געשען ווען ר' געציל איז ווען שטיל יעצט? ער וואלט געווארן אויס דיין? און דעמאלטס וואלטן די ארוינים געווען צופרידן אז זיי האבן מער נישט ר' געציל?

און אגב פארוואס איז ר' געציל נישט ארוסגעקומען מיט א איסור קעגן א בית המדרש וואס ווארפט זיך נישט אינטערן מרא דאתרא? איך בין זיכער ער וואלט באקומען א פעסטן רעיס פאר אזא איסור?
דאנערשטאג יולי 22, 2021 3:49 pm#478172
מיליאנער: איך בין שוין (מענטללי) עקזהאוסטעד. ערשעפט, בלע"ז. ווייל מ'קייעט שוין איבער די זעלבע שטותים איבער א מיליאן מאל.

דאס וואס דער דיין ר' געציל גייט נישט ארויס מיט אן איסור אקעגן א ביהמ"ד. (יהיה מי שיהיה. אפילו די בני יואל אויב זיי רודערן נישט צופיהל ארום.). איז ווייל קרית יואל איז נישט סקווירא. דא האט מען נישט מורא פאר קאמפעטישן. מ'לאזט א יעדן איינעם אדער גרופ אויפמאכן א ביהמ"ד. דער אויסנאם איז ענייני גיטין וקידושין. און שטאטישע כשרות...!

עודך. וועקטס מיך ביטע אויף ווען דער אשכול וועט האלטן ביי 500 בלעטער... יישר כח...!
דאנערשטאג יולי 22, 2021 4:19 pm#478176
בערל: איך ווייס אויך די ענטפער! איך האב געוואלט ארויסברענגען א פוינט, באט נעווער מיינד...

אבער איך וויל דו זאלסט מיר שוין זאגן די נאמען פון דעם פארברעכער וואס שטייט העכער דיר מיט א רעוואלווער און צווינגט דיך אריינצוקומען אין דעם אשכול... מיין הארץ גייט אויס פאר דיר..

העכער דעי אשכול שטייט קלאר איבער וואס די נושא איז דא און יעדער וואס וויל גריבלען אין דעי נושא איז דא די פלאץ דערפאר, אויב דו פלאצט שוין קענסטו נעמען א ברעיק אזויווי איך וואס כ'האב נישט אריינגעטרעטן דא פאר פיר וואכן און יעצט בין איך צוריקגעקומען מיט אויסגערוטע אויגן און רויטע באקן...

אגב וויל איך נישט בארגן דיין פאון די מינוט ווען דעי אשכול קומט אן צו 500 בלעטער....
דאנערשטאג יולי 22, 2021 5:00 pm#478178
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:שאלה, האט דער דיין בכלל געזאגט נישט גיין צו קיין חתונות?

וואס פונקטליך איז זיין לשון,

אויב איינער קען מיר ביטע אנצייגן. שכוח.

דער דיין האט דאס קיינמאל נישט געזאגט אדער געשריבן , ברבים וואס מווייסט עכ"פ, אבער צוליב פרנסה אנגעלעגנהייטן קען דער דיין עס נישט אפלייקענען ווען די אפיציעלע קהילה פארשפרייט צעטלעך אז דאס איז דער פסק פינעם דיין,

שכוח. כאב נאר געפרעגט.
פרייטאג יולי 23, 2021 7:00 am#478231
מיליאנער האט געשריבן:בערל: איך ווייס אויך די ענטפער! איך האב געוואלט ארויסברענגען א פוינט, באט נעווער מיינד...

אבער איך וויל דו זאלסט מיר שוין זאגן די נאמען פון דעם פארברעכער וואס שטייט העכער דיר מיט א רעוואלווער און צווינגט דיך אריינצוקומען אין דעם אשכול... מיין הארץ גייט אויס פאר דיר..

העכער דעי אשכול שטייט קלאר איבער וואס די נושא איז דא און יעדער וואס וויל גריבלען אין דעי נושא איז דא די פלאץ דערפאר, אויב דו פלאצט שוין קענסטו נעמען א ברעיק אזויווי איך וואס כ'האב נישט אריינגעטרעטן דא פאר פיר וואכן און יעצט בין איך צוריקגעקומען מיט אויסגערוטע אויגן און רויטע באקן...

אגב וויל איך נישט בארגן דיין פאון די מינוט ווען דעי אשכול קומט אן צו 500 בלעטער....

מיליאנער: מ'קען האבן רויטע באקן פון ווערן אויסגעפאטשט...!

האמת אגיד ולא אבוש. איך בין געבוירן אונטער דעם מזל ..."ליברא"... וואגשאל. מ'זאגט (אזוי זאגן די אסטראלאגן) אז ווער ס'איז געבוירן אונטער דעם מזל האט א שטארקן סענס פאר גערעכטיגקייט. און איך קען זייער שטארק נישט דערליידן עוולות, און אומ יושר. דאס איז דער איינציגער טעם פארוואס איך בין בכלל דא. ס'נישט אז איך וואלגער מיך אונטער'ן טיש ביי מהר"א שליט"א און איך קלייב די ברעקלעך שיריים וואס פאללן ארונטער...!
מאנטאג יולי 26, 2021 5:23 pm#478349
אין א פרישע שריט להרמת כח הקדושה וכח ההנהגה אין די גלילות פון קרית יואל האט מהר''א געשיקט א שליחות צו וויליאמסבורג וויזניצע רבי וועלכע האלט זיך אויף אין בלומינגראוו (דאכט זיך מיט די ישיבה) אז די מנהג המקום אין קרית יואל איז צו האלטן שבת ביזן זמן רבינו תם אין צוליב וואס אין וויזניץ ענדיגט מען של''ס גאר גאר פרי ברענגט עס א מוראדיגע מכשול אז די אידן וואס גייען דאווענען אין וויזניץ פארן שוין ארום מיט קארס אין קרית יואל גופא בעצם יום השבת.

וויזניצע רבי האט גענטפערט פארן מרא דאתרא אז ער פארשטייט הינדערט פראצענט דעם פראבלעם, ס'וועט אבער זיין אביסל קאמפליצירט אויסצוארבעטן זינט אין וויזניץ וואשט מען זיך אויך גאר פרי וואס דאס באדייט אז מ'וועט מוזן פראווען גאר לאנגע של''ס אבער ער האט פארשפראכן אז ער וועט ארבעטן עס מסדר צו זיין און דערווייל זאל מען אים לאזן ווייטער אנגיין.

חסידי מהרז''ל זענען זייער אויפגעברויזט מיטן טענה אז די אמתע מרא דאתרא וואס איז בראש פון אלע הנהגת העיר האט נישט קיין שום פראבלעם דערמיט און מיט דעם וואס וויזניץ שטעלט זיך צו צו מהר''א אנערקענט ער אפיציעל אז מהר''א איז מרא דאתרא.
מאנטאג יולי 26, 2021 6:43 pm#478352
מיליאנער האט געשריבן:צוליב וואס אין וויזניץ ענדיגט מען של''ס גאר גאר פרי ברענגט עס א מוראדיגע מכשול אז די אידן וואס גייען דאווענען אין וויזניץ פארן שוין ארום מיט קארס אין קרית יואל גופא בעצם יום השבת.

וויזניצע רבי האט גענטפערט פארן מרא דאתרא אז ער פארשטייט הינדערט פראצענט דעם פראבלעם, ס'וועט אבער זיין אביסל קאמפליצירט אויסצוארבעטן זינט אין וויזניץ וואשט מען זיך אויך גאר פרי וואס דאס באדייט אז מ'וועט מוזן פראווען גאר לאנגע של''ס

אזעלכע שקרים. קיין איין ווארט שטימט נישט.

וויזניץ ענדיגט מעריב אסאך נאכן 72. די איינציגסטע פראבלעם איז די לעכט ביים טיש פאר די תורה וואס מ'לייגט ביים 60...
דינסטאג יולי 27, 2021 1:37 am#478375
מפיל קינד האט געשריבן:

די ווילסט הערן די מעשה אדער ווילסטי פרעגן קשיות? בי טעם דריי נישט קיין קאפ מיט פאקטן, די מעשה איז געדריקט שווארץ אויף ווייס
דינסטאג יולי 27, 2021 6:15 am#478379
שמעון וואלף: דו ביסט א לץ...!

נאר אין מיליאנער'ס (אדער מפיל קינד'ס) תגובה זענען פארהאן א פאר אומפונקטליכקייטן. ס'זענען נישט דא 2 מרא דאתרא'ס. איינער דער פשוט'ער און איינער דער אמת'ער. פונקט אדוי ווי ס'קען נישט זיין קיין 2 חד בדרא'ס...!

נאר איך האב געוואלט מעורר זיין אן אנדערע נקודה. לכאורה וואלט מהר"א שליט"א געדארפט צו וויסן אז מ'דארף זיך נישט מישן אין יענעם'ס געשעפטן. ווייל ער שפירט נאך גאנץ גוט דעם טעם פון די סאך מישערייען און מחאות ביים סקול דיסטריקט. (וואס דארט איז ער 100% גערעכט.) וואלט ער געדארפט לאזן דעם וויזשניצער רבי'ן פיהרן זיין קהילה וויאזוי ער פארשטייט. און ער זאלל נישט קומען מיט קיין פאלשע טענות. ווייל האלטן שיטת ר"ת איז בבחינת מנהג. און דער סאטמאר'ע רבי זי"ע האט עס איינגעפיהרט. ווער ס'האלט זיך צו דעם. ספעציעל סאטמאר'ע תלמידים וחסידים. אשרי להם. אבער ס'הייסט נישט חילול שבת פאר ווער ס'האט געהאט אן אנ'אנדער רבי'ן און אנדערע מנהגים. נאר ער (מהר"א) האט א טענה אז..."ישראל ערבים זה לזה"...! מעג ער זיך מישן און זאגן דיעות פאר א צווייטע קהילה. אבער דאמאלס פאללן אוועק זיינע טענות אויף די וועלכע האבן זיך געמישט ביי זיינע עניינים. אזוי ווי דער סקול דיסטריקט...!
דינסטאג יולי 27, 2021 10:02 am#478387
קודם כל אויף מפיל קינד'ס קשיא, מהר''א האט נישט גערעדט פון ויזניצע רבי'ס שלש סעודות אליינס, ער האט גערעדט פון דעם וואס חסידי וויזניץ פאר זיך דאווענען ביי די פערציג און טוען מלאכות בפרהסיא און א פלאץ וואס איז דא א שטאטישע קהילה און א רב וואס ביי זיי איז נאך הויעך שבת אזש די עולם גייט נאך זאגאר צו מנחה און דא זעט מען שוין אידן מיט טעלעפאנען און קארס.

וואס בעצם האט דעי פראבלעם געשטיפט רביה''ק צו פאררופן די אסיפת הרבנים און מאכן איין זמן הדה''נ און זמן מוצ''ש צוליב די גרויסע זלזול שבת און מכשולות וואס איז עלול ארויסצוקומען פון דעם.

און יעצט בערל, איך פארשטיי נישט ווי דו זעסט אין מיינע ווערטער עפעס וועגן ערבות אדער זיך זארגן פאר יענעמ'ס עבירות, דאס אלעס וואלט גוט געווען ווען ער רופט ווען אן וויזניצע רבי מוחה זיין פארוואס ביי אים אין 6 לי דאווענט מען פרי, דא איז דאך נישט געוען אזוי די מעשה בכלל, וויזניץ איז געקומען אין א פלאץ וואס איז אינטער די אויטאריטעט פון א קהילה וואס הונדערט פראצענט מענטשן דערפון האלטן נאך שבת און דא קומען אידן און זענען מחלל שבת לשיטתם (וואס איז מעגליך אפילו א פראבלעם עפ''י הלכה) און מהר''א וועלכע טראגט די אחריות פון שטאט האט פארלאנגט פון וויזניצע רבי צו פארלאנגען פון זיינע חסידים נישט צו טון קיין מלאכות בפרהסיא ביזן זמן מוצ''ש פון די גאנצע שטאט! ביי זיך אין ביהמ''ד קענען זיי טון וואס זיי ווילן אבער נישט אין גאס! וואס וויזניצע רבי האט אינגאנצן פארשטאנען.

גראדע פאר זיך האלט מהר''א זייער שטארק נישט פון די וויזניצע זמן לגבי שב''ק וואס איז א דאורייתא און מ'פארלאזט זיך אויפן גרעסטן מקיל און די צייט וואס מ'שטרענגט זיך אזוי אן אפילו אויף חומרות און מנהגים, אבער ווי געזאגט נישט דעיס איז געווען די מדובר דא.
דינסטאג יולי 27, 2021 10:03 am#478388
מפיל קינד האט געשריבן:
מיליאנער האט געשריבן:צוליב וואס אין וויזניץ ענדיגט מען של''ס גאר גאר פרי ברענגט עס א מוראדיגע מכשול אז די אידן וואס גייען דאווענען אין וויזניץ פארן שוין ארום מיט קארס אין קרית יואל גופא בעצם יום השבת.

וויזניצע רבי האט גענטפערט פארן מרא דאתרא אז ער פארשטייט הינדערט פראצענט דעם פראבלעם, ס'וועט אבער זיין אביסל קאמפליצירט אויסצוארבעטן זינט אין וויזניץ וואשט מען זיך אויך גאר פרי וואס דאס באדייט אז מ'וועט מוזן פראווען גאר לאנגע של''ס

אזעלכע שקרים. קיין איין ווארט שטימט נישט.

וויזניץ ענדיגט מעריב אסאך נאכן 72. די איינציגסטע פראבלעם איז די לעכט ביים טיש פאר די תורה וואס מ'לייגט ביים 60...

עס איז אמת אז מהר"א האט געשיקט א שליחות צו ר' יצחק יוחנן, אבער דער לעצטער האט נישט געהעריג געענטפערט, ער האט בלויז געזאגט אז ער וועט מיר זיך 'איבערטראכטן'.
דינסטאג יולי 27, 2021 9:46 pm#478472
מיליאנער: מיט דעם זעלבן ארגומענט קענמען זאגן אז די אידן (און אפילו הרה"צ מ'וויזשניץ מאנסי זצ"ל) וועלכע האבן זיך געמישט ביי די פרשה פון סקול דיסטריקט האבן געהאט קינדער וועלכע זענען געגאנגען דארט. און זיי זענען נישט געווען צופרידן מיט געוויסע זאכן פון די הנהגה...!

ס'איז דא נאך א סאך צו זאגן וועגן אט די פרשה. ואכמ"ל...!
דינסטאג יולי 27, 2021 11:57 pm#478479
ס'איז דא חסידי וויזניץ וואס וואוינען עמטליך אין בלומינגראוו? נישט געוואוסט.

דאכט זיך אז די וויזניצע האלטן נישט 40 פאר זמן מוצאי שבת, נאר 58 אלס תוס' שבת. דאס מיינט אז ביז מ'ענדיגט מעריב איז שוין נאכן 72.

עס איז אויך א פלא אז מהר"א איז מרא דאתרא אין בלומינגראוו. מתחילה האט ער נישט געלאזט אהינגיין וואוינען ווייל ס'דא דארט אפענע סווימינג פולס (און ער קען פארלירן וויילער אין די מאנראו וואלן...), אבער נאכדעם וואס ס'איז מצליח און מ'מופט אהין אין די מאסן, איז ער גאר מרא דאתרא דארט.... ויהי לפלא.
מיטוואך יולי 28, 2021 12:18 am#478481
berlbalaguleh האט געשריבן:שמעון וואלף: דו ביסט א לץ...!

נאר אין מיליאנער'ס (אדער מפיל קינד'ס) תגובה זענען פארהאן א פאר אומפונקטליכקייטן. ס'זענען נישט דא 2 מרא דאתרא'ס. איינער דער פשוט'ער און איינער דער אמת'ער. פונקט אדוי ווי ס'קען נישט זיין קיין 2 חד בדרא'ס...!

נאר איך האב געוואלט מעורר זיין אן אנדערע נקודה. לכאורה וואלט מהר"א שליט"א געדארפט צו וויסן אז מ'דארף זיך נישט מישן אין יענעם'ס געשעפטן. ווייל ער שפירט נאך גאנץ גוט דעם טעם פון די סאך מישערייען און מחאות ביים סקול דיסטריקט. (וואס דארט איז ער 100% גערעכט.) וואלט ער געדארפט לאזן דעם וויזשניצער רבי'ן פיהרן זיין קהילה וויאזוי ער פארשטייט. און ער זאלל נישט קומען מיט קיין פאלשע טענות. ווייל האלטן שיטת ר"ת איז בבחינת מנהג. און דער סאטמאר'ע רבי זי"ע האט עס איינגעפיהרט. ווער ס'האלט זיך צו דעם. ספעציעל סאטמאר'ע תלמידים וחסידים. אשרי להם. אבער ס'הייסט נישט חילול שבת פאר ווער ס'האט געהאט אן אנ'אנדער רבי'ן און אנדערע מנהגים. נאר ער (מהר"א) האט א טענה אז..."ישראל ערבים זה לזה"...! מעג ער זיך מישן און זאגן דיעות פאר א צווייטע קהילה. אבער דאמאלס פאללן אוועק זיינע טענות אויף די וועלכע האבן זיך געמישט ביי זיינע עניינים. אזוי ווי דער סקול דיסטריקט...!

האלטן שיטת ר"ת איז א מנהג? און גאר א מנהג וואס סאטמאר רב האט איינגעפירט? זאגט ר' בערל איר האט שוין אמאל געעפענט א גמרא? א שו"ע? א חידוש צו קענען שרייבן אזאנס. דער וויזניצער גאנג איז א גאנג וואס בעלי תריסין בהלכה האבן געשטוינט אויפן עקשנות פונעם אמרי חיים ז"ל אין יענע יארן.
לאז אפ דעם סאטמארער רב זי"ע, איר ווייסט אפשר די מיינונג פון ויחי יוסף מפאפא, דברי יציב מקלויזנבורג, צו פון מהרי"י מסקווירא, מהר"ש מבאבוב, וכו' וכו' וכו' רבנים מובהקים פוסקים מגדולי הדור הקודם זכר כולם לברכה איבער דעם ענין?
מיטוואך יולי 28, 2021 12:58 am#478486
שבעים לשון האט געשריבן:

ווייל אסאך גרויסע רבנים האבן אנגענומען די פסק פונעם ר"ת מיינט נאך נישט אז די גאונים אדער אלע אנדערע שיטות זענען אין די וועלט אריין, יעדע רב קען איינפירן ביי זיך אין קהילה וויאזוי ער וויל.

סטעגעהערטאמאסע
מיטוואך יולי 28, 2021 1:20 am#478490

האלטן שיטת ר"ת איז א מנהג? און גאר א מנהג וואס סאטמאר רב האט איינגעפירט? זאגט ר' בערל איר האט שוין אמאל געעפענט א גמרא? א שו"ע? א חידוש צו קענען שרייבן אזאנס במח"כ, עס זעהט נישט אויס ווי דו האסט יא געעפנט... . דער וויזניצער גאנג איז א גאנג וואס בעלי תריסין בהלכה האבן געשטוינט אויפן עקשנות פונעם אמרי חיים ז"ל אין יענע יארן. אמרי חיים גאר??? דו ווייסט אפשר וויפיהל אידן אין בני ברק האלטן 72 אויסער סאטמאר?? ס'האט גארנישט מיטן אמרי חיים, דעם וויזניצע זמן אין אמעריקע איז ר' מאטעלע'ס שיטה און האט גארנישט מיט זיין טאטן
לאז אפ דעם סאטמארער רב זי"ע, איר ווייסט אפשר די מיינונג פון ויחי יוסף מפאפא מעיקר הדין נישט געהאלטן 72 נאר לחומרא, אפיציעל טאר מען נישט דאווענען מנחה אין פאפא נאך 20 מינוט פון די שקיעה (אפשר נישט 20, כאפ מיר נישט ביים ווארט. עכ"פ זיכער פריער ווי 58) אין פאפא מקוה לאזט מען גיין בעפאר 72 , דברי יציב מקלויזנבורג 72 , צו פון מהרי"י מסקווירא האט אנגענומען 72 פון בעלזא, אינדערהיים אין סקווירא איז געווען אן אנדערע זמן , מהר"ש מבאבוב, וכו' וכו' וכו' רבנים מובהקים פוסקים מגדולי הדור הקודם זכר כולם לברכה איבער דעם ענין?
מיטוואך יולי 28, 2021 6:33 am#478515
ריכטיג: איך וועלל נישט אריינגיין אין א ויכוח בהלכה מיט דיר צוליעב דעם וואולגארן וועג ווי דו פיהרסט א דעבאטע. אבער אזויפיהל קען איך דיר יא זאגן אז דאהי, אין נ.י. האט דער סאטמאר'ע רב איינגעפיהרט צו האלטן דעם שיעור פון 72מינוט נאך די שקיעה. ואפשר להרחיב את הדיבור יותר. נאר אזוי ווי כ'האב פריער געזאגט. צוליעב דיין אוממענטשליכע אויפפיהרונג (כבר ידעתי מזמן. ועכשיו ביותר.) ווילל איך אפהאקן דעם שמועס מיט דיר טאקע דא...!
מיטוואך יולי 28, 2021 6:57 am#478517
ריכטיג האט געשריבן: דו ווייסט אפשר וויפיהל אידן אין בני ברק האלטן 72 אויסער סאטמאר??

מער ווי אין ירושלים לכאו'. טויזנטער פרומע ליטווישע וואס זענען מחמיר כשיטת הבריסקער רב, ועוד גדול"י, מרן הגר"ח, הגראי"ל שטיינמאן, הגרי"ש אלישב, ועוד.

איך האב אמאל געדאווענט אלס בחור אין סאטמאר אין ירושלים (עזרת תורה), האט מיר איינער געוויזן אויף א הויכער ליטוואק אז דאס איז א זון פון הרב שטיינמאן. ער איז מקפיד אויף שי' רבינו תם, און נאר אין סאטמאר האט ער א מנין אזוי שפעט...
מיטוואך יולי 28, 2021 8:19 am#478520
ר' בערל, איני יודע על מה יצא הקצף און וואו דו האסט געזעהן וואולגאר אין מיינע ווערטער. שבעים לשון האט דיר באשולדיגט אז דו האסט נישט קיין אהנונג אין די פוסקים, בס"ה האב איך געשריבן אז שבעים לשון אליין האט נישט קיין אהנונג.

מפיל קינד, די בריסקע חומרא איז 72 דקות "זמניות", וכמובן איז דאס בלויז לחומרא אפילו לשיטתם. א ליטוואק וועט זיך נישט דערוואגן צו דאווענען מנחה נאכן שקיעה הנראית.
מיטוואך יולי 28, 2021 9:39 am#478524
טענו לו בחטין והודו לזכר קדשו
מרעדט פון ניו יארק און ער ווארפט אריין ירושלים בני ברק. קודם מיין איך אז די נושא פון זמן באלאנגט אין אן אשכול פאר זיך עס האט מיט סידור קידושין גארנישט.

ריכטיג איך בין נישט דא אויף א פארהער, איך האף אזוי, אבער שיטת ר"ת איז נישט קיין מנהג פון סאטמאר רבי זצ"ל ווי ר' בערל האט געשריבן.
וועגן אמרי חיים איז דא א מעשה אז דער דברי יציב האט זיך פארהערט איבער די נושא מיט אים און עס איז געווען א שארפער שמועס וואס איך וויל נישט איבערשרייבן מחמת כבודו פון אמרי חיים.

אוודאי איז דא אזוינע וואס זענען געקומען פון מקומות מיט אנדערע זמנים, אבער בשעתם האבן די פוסקים פארשטאנען אז ממוז איינפירן א מנהג המקום מחמת התקלה, און כדי לשמור על קדושת השבת זאל נישט זיין נראה כשתי תורות, און נאר דער וויזניצער רבי" ז"ל האט געשטעלט אן עקשנות אין ניו יארק, נגד רוב דעות של רבנים ופוסקים מובהקים ביי יענע אסיפה. און עס איז שווער צו פארשטיין על מה ולמה.

דער פרשה פון נישט וועלן איינפירן א זמן פאר שמירת שב"ק ותוספת שבת איז חרוט לדורות אויף די מצבה פון וויזניצער רבי ז"ל? איך גלייב אז נישט.
מיטוואך יולי 28, 2021 10:10 am#478529
מפיל קינד האט געשריבן:ס'איז דא חסידי וויזניץ וואס וואוינען עמטליך אין בלומינגראוו? נישט געוואוסט.

דאכט זיך אז די וויזניצע האלטן נישט 40 פאר זמן מוצאי שבת, נאר 58 אלס תוס' שבת. דאס מיינט אז ביז מ'ענדיגט מעריב איז שוין נאכן 72.

עס איז אויך א פלא אז מהר"א איז מרא דאתרא אין בלומינגראוו. מתחילה האט ער נישט געלאזט אהינגיין וואוינען ווייל ס'דא דארט אפענע סווימינג פולס (און ער קען פארלירן וויילער אין די מאנראו וואלן...), אבער נאכדעם וואס ס'איז מצליח און מ'מופט אהין אין די מאסן, איז ער גאר מרא דאתרא דארט.... ויהי לפלא.

אינטרעסאנט פארוואס עס איז נישט בייגעפאלן פאר וויזניצע רבי צו ענטפערן די צוויי פשוטע תירוצים פאר מהר''א, איינס ס'איז בכלל נישט דא קיין וויזניצע אידן אין בלומינגראוו, און נאמבער צוויי קיינער טוט נישט קיין מלאכה פאר די 72, דער עולם זיצט איבער א שעה צייט ביי שלש סעודות...

זעט אויס מפיל קינד אז דו ביסט יעצט געוואר געוארן צוויי חידושים אין איין שאס....

און לגבי דיין צווייטע ליצנות, זייט וויסן אז מהר''א האט שוין באקומען פונעם ערשטן טאג נאכן הכתרה די טיטל (און פליכט) אב''ד ור''מ קרית יואל ''והגלילות'', אזויווי אלע שטאטישע רבנים אין די אלטע היים, און ער האט שוין פון די ערשטע טאג אינפארסירט תקנות דארט ובתוכם די אפענע סווימינג פאלס און איך כאפ באמת נישט פשט פון דעי ליצנות אז קודם האט ער צוריקגעהאלטן מענטשן פון גיין וואוינען דארט און יעצט זאגט ער אז ער איז מרא דאתרא, וואס האט הודו מיט כוש? ווי זעסטו פון דעם וואס ער האט צוריקגעהאלטן מענטשן פון גיין וואוינען דארט אז ער האט האט אויפגעגעבן די רבנות?

ער האט צוריקגעהאלטן מענטשן פון אהינגיין וואוינען עטליכע יאר צוריק ווען ס'איז נאכנישט געווען אזוי אנגענומען זיך ארויסצוציען פון די אלטגעזעסענע געגענטער און מהר''א האט מורא געהאט אז די אידן וואס ציען זיך ארויס דארט זוכן בלויז אראפציווארפן פון זיך די קרית יואלע עול און ס'עט זיין דארט א הפקר וועלט.
מיטוואך יולי 28, 2021 10:11 am#478531
שושן פורים האט געשריבן:
שבעים לשון האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:שמעון וואלף: דו ביסט א לץ...!

נאר אין מיליאנער'ס (אדער מפיל קינד'ס) תגובה זענען פארהאן א פאר אומפונקטליכקייטן. ס'זענען נישט דא 2 מרא דאתרא'ס. איינער דער פשוט'ער און איינער דער אמת'ער. פונקט אדוי ווי ס'קען נישט זיין קיין 2 חד בדרא'ס...!

נאר איך האב געוואלט מעורר זיין אן אנדערע נקודה. לכאורה וואלט מהר"א שליט"א געדארפט צו וויסן אז מ'דארף זיך נישט מישן אין יענעם'ס געשעפטן. ווייל ער שפירט נאך גאנץ גוט דעם טעם פון די סאך מישערייען און מחאות ביים סקול דיסטריקט. (וואס דארט איז ער 100% גערעכט.) וואלט ער געדארפט לאזן דעם וויזשניצער רבי'ן פיהרן זיין קהילה וויאזוי ער פארשטייט. און ער זאלל נישט קומען מיט קיין פאלשע טענות. ווייל האלטן שיטת ר"ת איז בבחינת מנהג. און דער סאטמאר'ע רבי זי"ע האט עס איינגעפיהרט. ווער ס'האלט זיך צו דעם. ספעציעל סאטמאר'ע תלמידים וחסידים. אשרי להם. אבער ס'הייסט נישט חילול שבת פאר ווער ס'האט געהאט אן אנ'אנדער רבי'ן און אנדערע מנהגים. נאר ער (מהר"א) האט א טענה אז..."ישראל ערבים זה לזה"...! מעג ער זיך מישן און זאגן דיעות פאר א צווייטע קהילה. אבער דאמאלס פאללן אוועק זיינע טענות אויף די וועלכע האבן זיך געמישט ביי זיינע עניינים. אזוי ווי דער סקול דיסטריקט...!

האלטן שיטת ר"ת איז א מנהג? און גאר א מנהג וואס סאטמאר רב האט איינגעפירט? זאגט ר' בערל איר האט שוין אמאל געעפענט א גמרא? א שו"ע? א חידוש צו קענען שרייבן אזאנס. דער וויזניצער גאנג איז א גאנג וואס בעלי תריסין בהלכה האבן געשטוינט אויפן עקשנות פונעם אמרי חיים ז"ל אין יענע יארן.
לאז אפ דעם סאטמארער רב זי"ע, איר ווייסט אפשר די מיינונג פון ויחי יוסף מפאפא, דברי יציב מקלויזנבורג, צו פון מהרי"י מסקווירא, מהר"ש מבאבוב, וכו' וכו' וכו' רבנים מובהקים פוסקים מגדולי הדור הקודם זכר כולם לברכה איבער דעם ענין?

ווייל אסאך גרויסע רבנים האבן אנגענומען די פסק פונעם ר"ת מיינט נאך נישט אז די גאונים אדער אלע אנדערע שיטות זענען אין די וועלט אריין, יעדע רב קען איינפירן ביי זיך אין קהילה וויאזוי ער וויל.

סטעגעהערטאמאסע

יעדער איינער האט אלע רעכטן, ס'איז בלויז א חידוש נפלא אז אין די צייט וואס אידן זענען אזוי מקפיד אויף מנהגים אדער קבלות, און מ'לאזט זיך אפילו קאסטן אויף דעם ממון ודמים, און דא ביי שבת קודש וואס ס'איז דא אזעלכע אנגענומענע פוסקים וואס האלטן אז מ'דארף האלטן שבת ס''ה נאך צען צו צוואנציג מינוט זאל מען זיך פארלאזן אויף די מקילים סתם אזוי.
מיטוואך יולי 28, 2021 10:34 am#478537
מיליאנער, הייסט אז ביז מ'איז אהינגעגאנגען וואוינען איז ער געווען מרא דאתרא אויף די גויים און גויטעס פון די סווימינג פולס. און אויף די קאטשקעס דארט.

יעצט ווערט אויטאמאטיש נתברר למפרע אז די אידן וואס האבן זיך אהינגעצויגן שלא בהסכמתו, זענען אלע אונטער זיינע לאפעס...

אגב, ביז וואו ציט זיך די גלילות? אויב גייט מען איין טאג וואוינען ביז מאנסי גייט מאנסי והגלילות אויטאמאטיש זיין אונטער אים? וואס גייט דעמאלטס זיין מיט אלע חתונות וואס מ'האט געמאכט אין מאנסי איידער די גלילות האט זיך אויסגעצויגן?

קום אריין קלאר מיט א שיעור כללי אין הלכות גלילות.
מיטוואך יולי 28, 2021 12:17 pm#478541
מפיל קינד האט געשריבן:מיליאנער, הייסט אז ביז מ'איז אהינגעגאנגען וואוינען איז ער געווען מרא דאתרא אויף די גויים און גויטעס פון די סווימינג פולס. און אויף די קאטשקעס דארט.

יעצט ווערט אויטאמאטיש נתברר למפרע אז די אידן וואס האבן זיך אהינגעצויגן שלא בהסכמתו, זענען אלע אונטער זיינע לאפעס...

אגב, ביז וואו ציט זיך די גלילות? אויב גייט מען איין טאג וואוינען ביז מאנסי גייט מאנסי והגלילות אויטאמאטיש זיין אונטער אים? וואס גייט דעמאלטס זיין מיט אלע חתונות וואס מ'האט געמאכט אין מאנסי איידער די גלילות האט זיך אויסגעצויגן?

קום אריין קלאר מיט א שיעור כללי אין הלכות גלילות.

און וואס איז געווען ביז אידן זענען געקומען וואוינען אין קרית יואל איז רביה''ק געווען מרא דאתרא פאר די מויקאשלעך?
הא? איך הער נישט רעד העכער.. אהא! זאגסט אז מרא דאתרא איז נאר שייך פאר אידישע קינדער און נישט פאר גוים אין שרצים וואס דארפן זיך נישט פירן עפ''י שולחן ערוך... זאגסט דאך גוט, איז די זעלבע זאך איז געווען ביפאר אידן האבן ארויסגעמופט אין בלומינגראוו.

איך האף אז דו מאכסט זיך נאר ווי דו פארשטייסט נישט....
מיטוואך יולי 28, 2021 12:28 pm#478543
שבעים לשון האט געשריבן:טענו לו בחטין והודו לזכר קדשו
מרעדט פון ניו יארק און ער ווארפט אריין ירושלים בני ברק. קודם מיין איך אז די נושא פון זמן באלאנגט אין אן אשכול פאר זיך עס האט מיט סידור קידושין גארנישט.

ריכטיג איך בין נישט דא אויף א פארהער, איך האף אזוי, אבער שיטת ר"ת איז נישט קיין מנהג פון סאטמאר רבי זצ"ל ווי ר' בערל האט געשריבן.
וועגן אמרי חיים איז דא א מעשה אז דער דברי יציב האט זיך פארהערט איבער די נושא מיט אים און עס איז געווען א שארפער שמועס וואס איך וויל נישט איבערשרייבן מחמת כבודו פון אמרי חיים.

אוודאי איז דא אזוינע וואס זענען געקומען פון מקומות מיט אנדערע זמנים, אבער בשעתם האבן די פוסקים פארשטאנען אז ממוז איינפירן א מנהג המקום מחמת התקלה, און כדי לשמור על קדושת השבת זאל נישט זיין נראה כשתי תורות, און נאר דער וויזניצער רבי" ז"ל האט געשטעלט אן עקשנות אין ניו יארק, נגד רוב דעות של רבנים ופוסקים מובהקים ביי יענע אסיפה. און עס איז שווער צו פארשטיין על מה ולמה.

דער פרשה פון נישט וועלן איינפירן א זמן פאר שמירת שב"ק ותוספת שבת איז חרוט לדורות אויף די מצבה פון וויזניצער רבי ז"ל? איך גלייב אז נישט.

קלויזענבורגע רב האט געטראפן דעם אמרי חיים אין מקוה ממחרת יום הכיפורים און ער האט איהם געזאגט אז ער איז חייב כרת, דער אמרי חיים האט זיך געמאכט תמ'וואטע און געזאגט אז ער האט געבלאזן שופר לויט די זמן אויף א הענגעדיג צעטל. כך שמעתי כעת פון א וויזניצער אינגערמאן. אז דו ווייסט מער א זאפטיגערע גירסא קום אריין דערמיט.
מיטוואך יולי 28, 2021 12:43 pm#478544
מ'נעמט די מאסט סימפל סאבזשעקט און מ'פארדרייט עס מיט קושיות

אלזא סאטמאר רב שליטא דער מרא דאתרא קרית יואל והגלילות האט געבעטן וויזניץ ווימ"ס רבי זאל אין גלילות פון א סאטמאר שטעיטל זיך אפהאלטן פון טון מלאכות שבת ביז'ן זמן ר"ת און וויזניץ רבי האט אנגענומען די בקשה פון סאטמאר רב אלס כח פון מרא דאתרא העיר והגלילות
נישטא מער קען דיטעילס און די סימפל עפיזאד דאס איז וואס עס איז פארגעקומען צווישן די צוויי הויפט שפילער און די מעשה

א זייטיגע באנוס פאר די כח פון סאטמאר רב און א קיצל און געדערם פון אנטי סאטמאר רב
מיטוואך יולי 28, 2021 12:53 pm#478547
גאנצל האט געשריבן:און א קיצל און געדערם פון אנטי סאטמאר רב

די חברה זענען שוין אינגאנצן צוקיצלט פון עטרת פעסל לאה, מ'שפירט שוין נישט...
מיטוואך יולי 28, 2021 1:04 pm#478548
מפיל קינד האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:און א קיצל און געדערם פון אנטי סאטמאר רב

די חברה זענען שוין אינגאנצן צוקיצלט פון עטרת פעסל לאה, מ'שפירט שוין נישט...

ריכטיג
מיטוואך יולי 28, 2021 2:26 pm#478550
ער האט נישט אנגענומען, ער האט זיך דיפלאמאטיש ארויס געדרייט.
מיטוואך יולי 28, 2021 3:19 pm#478556
מצפצף האט געשריבן:ער האט נישט אנגענומען, ער האט זיך דיפלאמאטיש ארויס געדרייט.

ער האט געזאגט אז ער וועט זען וויאזוי מ'קען עס אויסארבעטן.

יעדער קען עס אויסטייטשן וויאזוי ער וויל, ס'איז אבער שווער צו גלייבן אז ר' יצחק יוחנן טראכט אז מיטן זיך יעצט ארויסדרייען איז די פראבלעם געסאלווט, ער איז אביסל קלוגער...
מיטוואך יולי 28, 2021 4:22 pm#478559
קלוגער פון וועמען? :lol:

מ'דארף נישט זיין קלוג צו וויסן אז מיט אים לוינט זיך נישט אנצוהייבן, נישט קיין חילוק צי ער איז מרא דאתרא אדער נישט...
מיטוואך יולי 28, 2021 4:36 pm#478560
מפיל קינד האט געשריבן:קלוגער פון וועמען? :lol:

מ'דארף נישט זיין קלוג צו וויסן אז מיט אים לוינט זיך נישט אנצוהייבן, נישט קיין חילוק צי ער איז מרא דאתרא אדער נישט...

איך קען אסאך וואס האבן זיך באנארישט און נישט געטון ווי אים......
דאנערשטאג יולי 29, 2021 6:57 am#478592
שבעים לשון האט געשריבן:טענו לו בחטין והודו לזכר קדשו
מרעדט פון ניו יארק און ער ווארפט אריין ירושלים בני ברק. קודם מיין איך אז די נושא פון זמן באלאנגט אין אן אשכול פאר זיך עס האט מיט סידור קידושין גארנישט.

ריכטיג איך בין נישט דא אויף א פארהער, איך האף אזוי, אבער שיטת ר"ת איז נישט קיין מנהג פון סאטמאר רבי זצ"ל ווי ר' בערל האט געשריבן.
וועגן אמרי חיים איז דא א מעשה אז דער דברי יציב האט זיך פארהערט איבער די נושא מיט אים און עס איז געווען א שארפער שמועס וואס איך וויל נישט איבערשרייבן מחמת כבודו פון אמרי חיים.

אוודאי איז דא אזוינע וואס זענען געקומען פון מקומות מיט אנדערע זמנים, אבער בשעתם האבן די פוסקים פארשטאנען אז ממוז איינפירן א מנהג המקום מחמת התקלה, און כדי לשמור על קדושת השבת זאל נישט זיין נראה כשתי תורות, און נאר דער וויזניצער רבי" ז"ל האט געשטעלט אן עקשנות אין ניו יארק, נגד רוב דעות של רבנים ופוסקים מובהקים ביי יענע אסיפה. און עס איז שווער צו פארשטיין על מה ולמה.

דער פרשה פון נישט וועלן איינפירן א זמן פאר שמירת שב"ק ותוספת שבת איז חרוט לדורות אויף די מצבה פון וויזניצער רבי ז"ל? איך גלייב אז נישט.

שבעים לשון: דו האסט נישט גוט פארשטאנען...! איך האב דען געזאגט אז סאטמאר'ע רב האט אויסגעטראפן דעם פאטענט פון 72 מינוט. נאר ער האט איינגעפיהרט אז זיינע מענטשן זאללן האלטן דעם שיעור פון 72 מינוט. ועיין בשו"ע (ובגמרא) אז ס'זענען פארהאן נאך אנדערע שיעורים...!

ס'איז אויך פארהאן (צווישן אנדערע) דער שיעור פון ..."ג' כוכבים (בינונים)...!

אויך. שיטת ר"ת טוישט זיך לויט דעם אופק. ס'איז אנדערש אין ניו יארק ווי אין ירושלים/בני ברק/חיפה...!
פרייטאג יולי 30, 2021 1:11 am#478622
שוין, עפעס ריקט זיך שוין, ממעג שוין שרייבן עטרת מייזעלס חתונות אויף די ארוינישע צעטליך, פארשטייט זיך ממיז צי שרייבן אז סאיז מיט רשות, ווי כאולי מהאט געבעטן רשות,
פרייטאג יולי 30, 2021 9:59 am#478636
גילוי אלערט!!! טשאדעלע באדעלע דו ביסט א מענדלאוויטש אדער א קרויס? איך גלייב שווער אז איינער האט אויפגעהאנגען א צעטל מיט צוויי היימישע נעמען, אין די צייט וואס זיי קענען עס ארויסקומען לייקענען (וואס האט נאכנישט פאסירט).

דו מאכסט מיך לאכן.... אין די צייט וואס די ארוינים ציען ארויף א צעטל צו פייערן זיג און די געווינס פון די מערכה אין וועלכע זיי האבן נישט ארויסגעשאסן קיין איין איינציגע קויל ,קומסטו פייערן אז ס'הענגט אויף די ארוינישע צעטל...

מנהל מקען שוין צומאכן די אשכול (סארי בערל פאר די 500 בלעטער) ס'איז שוין דא א געווינער!

די זאליס האבן זיך אנגעכאפט א אטאקע און זיך מבזה געווען בפני כל עם ועדה, און יעצט האלט מען צוריק ביי אלף, יעדער קען בעטן רשות פונעם מרא דאתרא! מקען שוין נאכאמאל מאכן אויסגעהאלטענע חתונות אין עטרת מייזעלס! הדא היא דכתיב פארשטינקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארוסגעווארפן....

זעט אויס אז די רומערס אז אלע זאליס זענען פרייליך מיט די מערכה און אז ס'איז שוין דא פרישע 40 בוקינגס שלא ברשות איז אויך געווען איינע פון די זאלישע שקרים...

ס'איז בלויז א שאד אויף די עגמת נפש וואס מ'האט געשאפן פאר די עטליכע משפחות בעת שמחתם, אבער אזויפיל איז יא ארויסגעקומען א טובה אז מהרז''ל האט געהאט א געלעגענהייט זיך אביסל אוועקצורייסן פון די עבודת הקודש און זיך קומען אויסליפטערן פאר א וואך אין קרית יואל.

און אז מ'האלט שוין ב''ה דא קען מען שוין ארויסנעמען א מוסר השכל פון דעי פרשה אז ווען מ'פייט נישט צוריק ווען מען צום סוף געווינען! די מערכה ווערט נאר צוגעלייגט צו די ליסטע פון מערכות וואס די זאליס האבן בבושת פנים געמוזט אפטרעטן ובתוכם פרשת אריזאנע ווייץ, צומת הגידין וכו' וכו'

העברת פי ה' היא לא תצלח!
פרייטאג יולי 30, 2021 10:23 am#478638
מיליאנער האט געשריבן:גילוי אלערט!!! טשאדעלע באדעלע דו ביסט א מענדלאוויטש אדער א קרויס? איך גלייב שווער אז איינער האט אויפגעהאנגען א צעטל מיט צוויי היימישע נעמען, אין די צייט וואס זיי קענען עס ארויסקומען לייקענען (וואס האט נאכנישט פאסירט).

דו מאכסט מיך לאכן.... אין די צייט וואס די ארוינים ציען ארויף א צעטל צו פייערן זיג און די געווינס פון די מערכה אין וועלכע זיי האבן נישט ארויסגעשאסן קיין איין איינציגע קויל ,קומסטו פייערן אז ס'הענגט אויף די ארוינישע צעטל...

מנהל מקען שוין צומאכן די אשכול (סארי בערל פאר די 500 בלעטער) ס'איז שוין דא א געווינער!

די זאליס האבן זיך אנגעכאפט א אטאקע און זיך מבזה געווען בפני כל עם ועדה, און יעצט האלט מען צוריק ביי אלף, יעדער קען בעטן רשות פונעם מרא דאתרא! מקען שוין נאכאמאל מאכן אויסגעהאלטענע חתונות אין עטרת מייזעלס! הדא היא דכתיב פארשטינקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארוסגעווארפן....

זעט אויס אז די רומערס אז אלע זאליס זענען פרייליך מיט די מערכה און אז ס'איז שוין דא פרישע 40 בוקינגס שלא ברשות איז אויך געווען איינע פון די זאלישע שקרים...

ס'איז בלויז א שאד אויף די עגמת נפש וואס מ'האט געשאפן פאר די עטליכע משפחות בעת שמחתם, אבער אזויפיל איז יא ארויסגעקומען א טובה אז מהרז''ל האט געהאט א געלעגענהייט זיך אביסל אוועקצורייסן פון די עבודת הקודש און זיך קומען אויסליפטערן פאר א וואך אין קרית יואל.

און אז מ'האלט שוין ב''ה דא קען מען שוין ארויסנעמען א מוסר השכל פון דעי פרשה אז ווען מ'פייט נישט צוריק ווען מען צום סוף געווינען! די מערכה ווערט נאר צוגעלייגט צו די ליסטע פון מערכות וואס די זאליס האבן בבושת פנים געמוזט אפטרעטן ובתוכם פרשת אריזאנע ווייץ, צומת הגידין וכו' וכו'

העברת פי ה' היא לא תצלח!

הייסט אז מ'ען שוין באקומען רשות אויף רז"ל?, סא יעדער האט ביי דיפאלט רשות, אבער ר"א איז באלעבאס אין שטאט, טאקע א געוינס פאר די ארונים, דערמאנט מיך פין די אלטע ראדני געוינסן,
פרייטאג יולי 30, 2021 12:11 pm#478644
ווייסט וואס כ'וועל דיר זאגן, האמת אגיד ולא אבוש, איך האב מיך איבערגעטראכט ס'איז טאקע נישט אזא חידוש, מהר''א האט שוין מתחילה געגעבן רשות פאר רז''ל פאר די חתונות ביז אלול.

ס'איז טאקע א שטיקל פליק פאר די זאליס אז די מחותנים זענען געגאנגען בעטן רשות, אבער ס'איז טאקע נישט אזא געווינס ווי ס'האט מיר אויסגעקוקט אויפן ערשטן בליק.
פרייטאג יולי 30, 2021 1:46 pm#478646
די צעטל רעדט דאך פון דעם אויטאמאטישן רשות.

ווי מ'האלט יעצט איז עטרת פעסל לאה אסתר שרעקליך דורכגעפאלן, מ'טיילט רשות בחינם אן בעטן, די מערכה איז אפגעשטופט ביז אלול, אבער די זאליס זענען דורכגעפאלן...

א רחמנות אויף די זאליס, פארלוירן ראדני, און יעצט די מערכה אויך...
פרייטאג יולי 30, 2021 4:07 pm#478655
מיליאנער: סארי פאר דעם לייק. אבער דו דערמאנסט (אין דיין פריער'דיגע תגובה)2 זאכן וועלכע הייבן מיין בלאד פרעשור צו געפערליכע שטאפלען...אריזאנע ווייץ און שחיטה מונחת...! ווייל די 2 קומען צו פארבעסערן די מערכה פון אידישקייט. (מער מהודר). און ס'איז נישט שייך צו שפילן מיט דעם פאליטיק (אזוי ווי ביי סידור קידושין וכדומה.). און שטאטס באדאנקען פאר מהר"א שליט"א אויף זיין טירחא יתרה, שפייט מען איהם אין פנים אריין. און די ליצני הדור מאכן נאך ליצנות פון דעם...!
מאנטאג אוגוסט 02, 2021 11:20 pm#478782
בקיצור איינע פון די מחותנים האבן געבעטן ביים סאטמערן עסקן זאל ארויפלייגן זיין נאמען אויף די סאטמערע צעטלעך און מודיע זיין אז די חתונה איז אויסגעהאלטן און מ'מעג זיך משתתף זיין (ביינאונז הייסט דעס זיך געבעטן ווי א גזלן ) זאג נאכאמאל ווער האט געווינען ?
מאנטאג אוגוסט 02, 2021 11:23 pm#478783
איינער קען מיר מסביר זיין וויאזוי דאס צעטל אויפן וואנט איז א געווינס פאר סיי וועלכע צד?
דינסטאג אוגוסט 03, 2021 12:25 am#478790
שושן פורים האט געשריבן:איינער קען מיר מסביר זיין וויאזוי דאס צעטל אויפן וואנט איז א געווינס פאר סיי וועלכע צד?

נאך נישט קיין שום געווינס, סאיז נאר דערפריידענד צי זען אז ממעג שוין מודיע זיין אז סגייט זיין א שימחה אין אאנדער זאל,

פאר די וואס ווייסען נישט, אין ק"י דריקט קהל ספעציעלע צעטליך מיט די שימחת, כדי סזאל ח"ו נישט דערמאנט ווערן אין די ארוינישע בתי מדרשים אז סאיז עקזיסטירט בכלל מענטשן וואס מאכן שמחת נישט אין קהל שילן אדער אין שילן וואס באלאנגען צי ארונים, אלע אלגעמיינע שמחה צעטליך איז בבעל יראה וימצא, אפילו פריוואטע צעטליך וואס בעלי שמחה הענגן אויף ווערט אראפ גענומען ביים זמן,

א צרידערטע שוואנץ'נישע תקנה וואס איז נישט דא אין קיין איין ארוינישע קהילה אין די וועלט,
דינסטאג אוגוסט 03, 2021 12:45 am#478792
גאנצל האט געשריבן:בקיצור איינע פון די מחותנים האבן געבעטן ביים סאטמערן עסקן זאל ארויפלייגן זיין נאמען אויף די סאטמערע צעטלעך און מודיע זיין אז די חתונה איז אויסגעהאלטן און מ'מעג זיך משתתף זיין (ביינאונז הייסט דעס זיך געבעטן ווי א גזלן ) זאג נאכאמאל ווער האט געווינען ?

א שטיקל געווינס פאר די זאליס: איז אז סאיז דא חתונות נאכט נאך נאכט אין מדארף געבן אויטאמאטישע רשות נישט צי בלייבן חוזק, , א פילקאמע געווינס וועט זייין האפענטליך בקרוב, ווען דעי ווערטער, רשות, פנקס, גרוש שעהר, איך קים נישט צי די חתונה, וועט זיין טייל פין די היסטאריע אין מוועט נישט געדענקען פינקטלעך וואס איז געווען די פראבלעם מיט די דענמאלסדיגע חתונות,

א שטיקל געווינס פאר די נארמאלע ארונים: אז געוויסע מענטשן פין די באהערדע קענען שוין אנערקענען אז א בעל שמחה מעג מודיע זיין זיין חתונה אויף די בית מדרש ווענט ווי ער איז א מתפלל, אפילו סקען אביסל פוגע זיין דעם כבוד פינעם בעל הגאוה הדור, א פולקומע געוינס וועט זיין ווען אלע שימחת וועלן קענען געהריג דערמאנט ווערן אזוי מפירט זיך אין אלע קהילות בישראל,

גדענק מיר נאך ווען אויף די צעטיליך פין די קהלישע בתי מדרשים וואס באגריסן מתפללים ביי א שימחה האט נישט געטארט דערמאנט ווערן זאליס אפילו זיי זענען שטענדיגע מתפללים, ב"ה צייט האט דאס אויך דורך געבראכו,