מיליאנעראגב, איך בין באמת נייגעריג צו וויסן, אויף וואס ס'איז געבויעט די היתר צו ברעכן א קאנטראקט, דאס הייסט פארשיקן א באשטעלטע חתונה, צוליב א תנאי וואס מ'האט זיך בכלל נישט אויסגענומען בשעת מעשה, וואס איז אויבן אויף בכלל נישט אויסגעהאלטן עפ''י שו''ע.
איך וועל שטארק מכיר טובה זיין ווער ס'וועט מיר קלאר מאכן!
אז די וועסט מיר ענטפערן פון ווי די ארוינים נעמען די היתר פלוצלינג צו אהערשטעלן נייע תנאים וויאזוי און ווען זיי געבן "רשות" צו חתונה מאכן אז מען רופט אריבער מחותנים אין די טאג פון די חתונה, שוין נאכ'ן ערהאלטן רשות עטליכע חדשים צוריק און מען הייסט אינטערשרייבן משיגענע זאכן און טאמער נישט באקומט מען קיין רשות, אויב די טרעפסט מיר פון ווי די ארוינים נעמען די היתר פלוצלינג צו ארומדרייען און משוגע מאכן, וועל איך דיר ענטפערן אויף דיין שאלה.
כמעט אלע מחותנים וואס מאכן חתונה אין עטרת מייזעלס זענען העווי זאליס און האבן נישט בעצם קיין שום פראבלעם צו נעמען רז"ל פאר סידור קידושין, זייער איינציגסטע דאגה איז געווען די טעראר פון די ארוינים. אז מען ברעכט די טעראר צוליב וואס מאסן מענטשן קען מען נישט רודפ'ן, האבן די מחותנים בכלל נישט קיין פראבלעים צו נעמען רז"ל.
רז"ל טוט דא די מערסטע ריכטיגע שריט וואס ער קען טוהן פאר זיין בני הקהילה, אנשטאט צו לאזן אז מען זאל זיי ווייטער קענען רודפ'ן טוט ער די ריכטיגע שריט און העלפט אוועקשטעלן די זאך איינמאל פאר אלעמאל.
כה לחי!
און מיליאנער, די אלע דרשות פון די ברך משה אז ר' געציל איז די פוסק אין ק"י, ווייס איך נאכנישט צו ער האט דאס בכלל געזאגט, און אפילו אויב יא האט ער געמיינט צו צילן פרעמדע רבנים וואס באלאנגען נישט צו סאטמאר אז זיי זאלן שטיין פונדערויסן.
ער האט בכלל נישט געמיינט די סאטמארע דיינים, והא ראי' אז דער ברך משה אליין האט געניצט די סאטמארע דיינים - די זעלבע דיינים וואס האבן יעצט געפסק'נט אז די סידור קידושין באלאנגט נישט פאר אהרן - אז זיי זאלן פעסט אריינרעדן אין די פובליק סקול און בני יואל מערכה, אויף זיי האט ער נישט געזאגט אז זיי זאלן שטיין פון דערויסן, ווייל דאס ענינים וואס אנטבאלאנגט איין גרויסע קהילה וואס הייסט סאטמאר.
חוץ פון דעים וואס גרויסע רבנים און מורה הוראות וואס וואוינען אין קרית יואל אליינס האבן אויך אויפגעוויזן אז די פורים פסק פון ר' געציל איז נישט מער ווי א באצאלטער אנאנס וואס ער מיז ארויסשטעלן זייענדיג אנגעשטעלט ביי די ארוינים, און עס איז ארויסגעקומען פילע תשובות להלכה אין די נושא (טייל פון זיי געדריקט אין קובץ גינת וורדים וואס ליגט אויף אוצר החכמה) אז א אפגעטיילטע לעגעטימע קהילה האט נישט קיין שום שעבודים צו די אלטע קהילה.
חוץ פון דעים וואס דער מרא דאתרא דער ברך משה האט בפירוש איבערגעגעבן די סידור קידושין פארר זיין זון רז"ל און דאס געשריבן אין א בריוו בכתי"ק. ווילסט זאגן מען האט אים אויפגעהעצט און וועגן דעם האט ער דאס געטוהן? קיין פראבלעים, איך האלט אז מען האט אים אינטערגעהעצט אויפצונעמען ר' אהרן אלס רב אין קרית יואל און בעצם איז ר' אהרן בכלל נישט רב, משה גבאי האט אים דעמאלס איינגערעדט אזוי ווי חיים שלמה פישער רעדט יעצט איין ר'אהרן אנטקעגן חיים הערש מייזליש.
למעשה וועט ענק גארנישט העלפן. די גרעסטע און עלטסטע סאטמארע דיינים און נאך אסאך תלמידי חכמים און מורה הוראות פון סאטמאר האבן געפסק'נט אז עס איז נישט מער ווי א חוכא וטלולא די גאנצע בלאט איסור אויף די סידור קידושין, און הונדערטער מחותנים גייען חתונה מאכן אין די נייע עטרת מייזעלס חתונה זאל מיט א פרישקייט
שעהר גייט האבן אסאך אווערטיים ארבעט, די פינקס זיינע גייט ווערן געשוואלן....