מיטוואך מאי 26, 2021 6:22 pm#473805
מֶ"ה עָשִׂיתָ קוֹל דְּמֵי אָחִיךָ צֹעֲקִים מִן הָאֲדָמָ"ה
📎 kol demei.JPGקונטרס "קול דמי אחיך" צו די שלושים פון די מירון אומגעקומענע ע"ה
קטלא קניא
האַלאָו, צי ווייסן מיר וואָס דאָס איז טויט? וואָס דאָס מיינט צו שטאַרבן? איך וויל קיינעם נישט אַנטוישן אָבער טויט איז די ענדע פון אַלעס. אַ סוף־פסוק און אַן אחרון אָן קיין חזק. טויט האַקט אָפ אַלע חלומות, אַלע שאיפות, אַלע האָפענונגען, און דער גאַנצער פאָטענציאַל און עתיד פון דעם מענטש קומט צו אַ פלוצעמדיגער ענדע.
מי אנימורא'דיג!
דא האב איך געשריבן איבער דעם אז דאס'ן זאגן ביי די טראגעדיע(ס) "גזירה מן השמים", בעיקר און דירעקט, איז נישט אינגאנצן אויסגעהאלטן, אפילו פון א טעאלאגישן מבט, אליבא דהרמב"ם. ולגבי דעם וואס דער רמב"ם זאגט אין תענית (א ג), הא'מיר דא געזאגט, און צוגעברענגט ווי ר' יצחק לאווי זאגט די זעלבע, אז דאס איז נישט קיין שום סתירה צו דעם אז דער רמב"ם האלט יא אז ס'איז מכח מקרה. און דא איז די מקרה וטבע געווען, לאחר הכל, פשוט'ע מענטשליכע נעגלידזשענס וואס מ'וואלט געקענט און געדארפט פאראויסזעהן און פארמיידן וכדברי @קטלא קניא. 😢
ולגבי די אויספיהר פונעם ארטיקל, הא'מיר דארט צוגעברענגט פון דר. אלפרעד עברי איבער דעם רמב"ם'ס דגוש אויף מענטשליכע עידזשענסי.
יהודי פשוטאיך בין מסכים מיט יעדע ווארט וואס דו זאגסט, פארשטייענדיג דיין קוק ווינקל אז:קטלא קניא
האַלאָו, צי ווייסן מיר וואָס דאָס איז טויט? וואָס דאָס מיינט צו שטאַרבן? איך וויל קיינעם נישט אַנטוישן אָבער טויט איז די ענדע פון אַלעס. אַ סוף־פסוק און אַן אחרון אָן קיין חזק. טויט האַקט אָפ אַלע חלומות, אַלע שאיפות, אַלע האָפענונגען, און דער גאַנצער פאָטענציאַל און עתיד פון דעם מענטש קומט צו אַ פלוצעמדיגער ענדע.
נו, הייסט ביי דיר איז בלויז דא דער עולם הזה, ס'געבט צו פארשטיין אלע דיינע שיטות, אלעס איז בלויז דאס וואס דיינע אויגן זעען, אין יעדע טראגעדיע איז די דרך הטבע שולדיג...
איך פארשטיי נאר נישט פארוואס דו באשולדיגסט נישט די אומגעקומענע אליינס, זיי זענען דאך געהעריגע מאבדים עצמם לדעת, זיך אריין געשטופט אין א פלאץ ווי "יעדער האט געוואוסט" אז ס'איז סכנת נפשות, וצ"ע.
מפיל קינדדער ווארפט צאם אסאך גוטע, ריכטיגע, און וויכטיגע נקודות וואס דארפן א תיקון. אבער די כפירה בה' ובתורתו וואס ער שפרינקלט ארויף אויפן ארטיקל פארעקלט מיך און שטופט מיר נאר נענטער צום סיסטעם.
.
יהודי פשוט
נו, הייסט ביי דיר איז בלויז דא דער עולם הזה, ס'געבט צו פארשטיין אלע דיינע שיטות, אלעס איז בלויז דאס וואס דיינע אויגן זעען, אין יעדע טראגעדיע איז די דרך הטבע שולדיג...
יהודי פשוט
נו, הייסט
איך פארשטיי נאר נישט פארוואס דו באשולדיגסט נישט די אומגעקומענע אליינס, זיי זענען דאך געהעריגע מאבדים עצמם לדעת, זיך אריין געשטופט אין א פלאץ ווי "יעדער האט געוואוסט" אז ס'איז סכנת נפשות, וצ"ע.
מפיל קינדאון מ'זאל זיך מתודה זיין און תשובה טון אויף די אייגענע עבירות. נישט ארויסזוכן די חטאים פן א צווייטן...! אזוי ווי ס'איז (ליידער) דער מנהג ביי די "היימישע"...!דער ווארפט צאם אסאך גוטע, ריכטיגע, און וויכטיגע נקודות וואס דארפן א תיקון. אבער די כפירה בה' ובתורתו וואס ער שפרינקלט ארויף אויפן ארטיקל פארעקלט מיך און שטופט מיר נאר נענטער צום סיסטעם.
דאס איז אויסדרוקליך א גזירה מן השמים, יא, דער אויבערשטער שיקט אונז מעסעדזשעס, און אמאל איז עס ברוטאלע מעסעדזשעס. נישט פון היינט נאר אין אלע דורות איז יעדע גזירה געווען אן עת תפילה, וצום ובכי ומספד. דאס איז נישט קיין אויסנאם און יעדער זאל תשובה טון אויף וואס ער זעט פאר וויכטיג.
דאס איז אויך זיכער אז אפי' ווען דאס וואלט געווען א מקרה, ס'האט פאסירט, וואלט דער בורא דאס געקענט פארמיידן ברוב רחמיו וחסדיו. די האלאקאוסט איז אויך געווען בדרך הטבע, היטלער איז זיכער געווען שולדיג, אבער צדיקים האבן געהאלטן אז די עוונות הדור האבן דאס גורם געווען. אזלא מיט אביסל תיקון המעשים וועלן מיר פארמיידן א חרון אף און מידת הדין.
ס'איז זיכער לייכטער צו זאגן אז יעדער איז שולדיג אויסער איך און איך דארף גארנישט מתקן זיין, אבער דאס טוען שוין די רבנים. אויף דעם דארף איך נישט קטלא זאל מיר פראווענען מעשה רב אז יענער איז שולדיג. אויף דעם קען איך שוין בלייבן אין ראדני.
לגבי די סתירת הרמב"ם איז אויך נישט אזוי שווער, מקרה טאר מען נישט זאגן אויף קיין שום פאל, און זיך היטן און פאררעכטן סכנות גייט ארויף אויף די אחראים. אין דעם פאל, דארפן די אחראים פאררעכטן דאס פלאץ, די רבנים אויפהערן מאכן מאסן הדלקות, און מפיל מיט קטלא - וואס מיר האבן נישט קיין אחריות אויף דעם בארג - תשובה טון. יא, אויך ווען די רעדע איז אינטערנעט מיט שייטלעך. סארי. ווען קטלא וועט טון זיין חלק, וועט דער אויבערשטער זען אז די מנהיגים זאלן טון זייער חלק.
וממילא, עפ"י קבלה, צו טענה'ן לגבי די מעשה ל"ע:אבל אני אומר לכם דבר, אם תאמינו לי, שבאלו הימים במירון לא יש ערבות [=אין ענישה קולקטיבית], אלא החוטא ימות לבדו.
מפיל קינדאיז פראבלעמאטיש. (הגם מ'קען טענה'ן אז וואס דער אריז"ל מיינט איז לגבי עוונות וואס ווערן אפגעטוהן בעצם יום ל"ג בעומר במירון. אבער דאס וואס מ'ווערט נענש דארט ממש בעיצומו של יום אויף עוונות וואס מ'האט עובר געווען אין אנדערע זמנים, קען יא זיין מכח ערבות.)יא, דער אויבערשטער שיקט אונז מעסעדזשעס, און אמאל איז עס ברוטאלע מעסעדזשעס