איך קען נישט מאריך זיין יעצט, מ'דארף גיין צו מלוה-מלכה.
איך קען אזויפיל זאגן אויפן שפיץ גאפל, אז אהבה מיינט נישט דווקא בין איש לאשתו. ס'איז א תכונה וואס קען גענוצט ווערן איבערראל, סיי צווישן צוויי ידידים, צווישן א מענטש און זיין פאטער, צווישן א מענטש און זיין רבי. בכלל, ליבשאפט צום אויבערשטן, צו שבת, צו תורה, צו ערליכע אידן.
אין קורצן: איינער וואס האט די סארט תכונה וואס רופט זיך ליבשאפט, ווערט זיין נשמה אנגעפילט. ווידער דער מענטש וואס האט דאס נישט, כאפט אפילו נישט וואס עס פעלט אים, און דו קענסט נישט מסביר זיין די דאזיגע תכונה.
צווישן צדיקים געפינען מיר אפט אזעלכע וואס האבן געהאט די תכונה, און זיי האבן געשיינט. נעם צום-ביישפיל דער פריעדיגע סקולענער רבי, ער איז דאך געווען א שטיק אהבה, זיין ליבשאפט האט אראפגעשיינט פון זיין פנים, ער האט ליב געהאט א איד אהבת-נפש. נעם דעם אלטן ר' שלמה'לע באבוב'ער, זיין ליבשאפט איז דאך געווען אין לשער, אפילו זיינע בילדער אינספרארירט אהבה. דער טאהשער רבי זצוק"ל, איינאיינעם מיט זיין פרומקייט און פרישות, איז ער געווען א שטיק אהבה און ליבשאפט, דער סאטמאר רב, דער פני מנחם פון גור און פילע אנדערע צדיקים, וואס מען האט געקענט אנטאפן די אהבה מיט די הענט. אין די מער סעקולערע וועלט, וועל איך אייך געבן דער זינגער ר' שלמה קארלבאך, וואס איז געווען א שטיק אהבה און ליבשאפט.
מענטשן דא (נישט אלע) קוקן אן ליבשאפט, ווי אן אייגנקייט וואס באלאנגט צווישן מאן און פרוי (אזוי ווי דער קעפל דא פאררופט זיך), ס'איז ווייט נישט אזוי. איינער וואס האט אהבה, קען דאס אויסנוצן איבעראל, און איינער וואס פארמאגט נישט די תכונה פון אהבה, וועט נישט מצליח זיין דאס ארויסצוגעבן אינדערהיים, מיט זיין בעסטן ווילן. ער קען אפשר 'האצקענען', טון אנדערע זאכן, אבער 'אהבה' וועט ער נישט האבן און זי וועט דאס נישט באקומען, און ס'וועט נישט אנפילן די נשמה אזוי ווי א מענטש וואס האט אהבה.
בקיצור, אהבה איז א תכונה וואס קען צונוצקומען אין שטוב, און דארף צונוצקומען אין שטוב, אבער ס'הויבט זיך נישט אן דארט און ס'ענדיגט זיך נישט דארט. ס'איז א געפיל וואס מען קען אריינלייגן איבעראל. איך קען יונגעלייט וואס האבן ליידער נישט קיין שלום-בית - דער אויבערשטער זאל זיי אויפרעכטן גוט און שנעל - אבער פארמאגן די תכונה פון אהבה און גיבן דאס אויס אויף אנדערע זאכן.
וואויל איז דער וואס קען באזיצן אמת'ע ריינע אהבה, און נעבעך פאר דער יעניגער וואס האט דאס נישט - ער ווייסט אפילו נישט וואס עס פעלט אים אין לעבן.