מען האט פארלוירן היינט די געפיל צו אמת'ע ליבשאפט. ליידער.
דער הייליגער בעל-שם-טוב האט געלעבט מיט זיין ווייב שרה, אין א חורבה אינמיטן וואלד. זי איז געקומען פון א שיינע רבני'שע משפחה, וואו עס האט נישט געפעלט קיין געלט און גארנישט האט איר געפעלט. זי איז גרייט געווען צו וואוינען מיט דעם שמש-בייהעלפער, אינמיטן וואלד אין א פארקראכטע כאטקע (ארומגענומען מיט מסוכנ'דיגע גזלנים), בשעת ווען ער גראבט ארויס ליים אינדרויסן פון די כאטקע און זי פארקויפט דאס אויפן מארק.
אוודאי ליגט אין דעם אויך העכערע זאכן, אבער עס ליגט אויך אין דעם פשוט'ע זאכן, ליבשאפט. די כח פון ליבשאפט איז דאך אזא שטארקע כח וואס מען קען נישט אראפמאלן אויף פאפיר, עס דרינגט אריין אין הארץ טיף טיף, און פילט אן די גאנצע נשמה.
ווען איינער פארמאגט אמת'ע ליבשאפט, דארף ער גארנישט האבן... דארף נישט ארומלויפן אין רעסטאראנטן, דארף נישט קיין ספא, קאפל מאסאדזש, דארף נישט גארנישט. ווען א מענטש לעבט מיט א פרוי און ער האט מיט איר אמת'ע ליבשאפט, דאן קען זי גיין מיט פארלאטעטע קליידער, אן אלטע צוקראכטע הויז, און די נשמה איז פול, גליקליך און צופרידן וואס מען קען זיך דאס נישט פארשטעלן. אזוי ווי דער בעל-שם-טוב מיט זיין ווייב שרה. עס האט זיך איר קיינמאל נישט געגלוסט צוריקצוגיין צו איר טאטע'ס און שוואגער'ס הויז קיין קיטוב, ס'איז איר געווען גוט אזוי.
פון די אנדערע זייט, ווען א מענטש לעבט מיט א פרוי, אן 'אמת'ע' ליבשאפט, מעג דאס זיין א הערליכע ווילא, איבערן וואסער, הערליכע קאר (צוויי), א פריוואטע סווימינג-פול מיט אלע סארט לוקסוס וואס איר קענט זיך נאר פארשטעלן, בשר ודגים וכל מעטעמים, און ס'וועט אים נישט גוט זיין, ער וועט נישט זיין צופרידן. ווער רעדט נאך ווען די שלום בית איז ווייט פון גוט, דעמאלס איז אים גארנישט ווערד די גאנצע רייכטום, אויב מוז ער מיט איר וואוינען בכפיפה אחת.
ליבשאפט איז א זאך וואס גראבט אזוי טיף און בארירט די טיפסטע סטרינעס אין הארץ, וואס מען קען זיך דאס נישט פארשטעלן. איינער וואס האט דאס, איז ער גליקליך און צופרידן און דארף גארנישט מער האבן אויף די וועלט. אפילו ווען ער געפינט זיך אין זיין אייגענע הויז, מיט די גאנצע חורבן פון די קינדער ארום, איז אים שוין ווארעם אין הארצן, ער פארמאגט ליבשאפט, די גרעסטע תענוגים וואלט א מענטש אוועקגעגעבן פאר ליבשאפט.
א מדריך פון חתנים האט מיר אמאל דערציילט, אז ער האט געפרעגט א רבי, איינע פון די פריעדיגע רבי'ס וואס זענען געווען אנגענומען אין די גאנצע וועלט אלס אדם קדוש, האט ער אים געפרעגט, וואס ער זאל זאגן פאר די חתנים, וואס מיינט דאס דברי חיבה וואס מען דארף זאגן אין שטוב. האט דער צדיק געענטפערט אז ער זאל זאגן, "איך האב דיך אזוי ליב, מער פון די גאנצע וועלט, איך וואלט אלעס אין די וועלט אוועקגעגעבן פאר דיר". דאס האט געזאגט א צדיק וואס איז געווען אויסגעטון פון עולם-הזה און געלעגן כל כולו שקוע בתורה ובעבודה. ליבשאפט איז דירעקט נישט קיין סתירה מיט התנזרות פון עולם-הזה, אויב עפעס העלפט עס נאר אין רוחניות, אהבת-הבורא, אהבת-התורה, מען קען נעמען דעם ענין פון ליבשאפט אויך צו רוחניות און צו פיל העכערע ענינים. ליבשאפט איז דביקות, ליבשאפט איז שבת, ליבשאפט איז חינוך, און ווען מען האט דעם אמת'ן געפיל דערצו, קומט מען אן גאר הויך, כי ממנה ניקח לעבוד את ה'.
איך גיי נישט אריין אין די נושא צי יענער זאל גיין אין ספא, אדער וואס פונקטליך מען זאל טון אין עניווערסערי. איך רעד נישט יעצט וועלכע תענוגים מען מעג, וועלכע איז גוט וכו'... דאס איז נישט די נושא דא. די נושא איז וואס דו טוסט און פארוואס דו טוסט, ועמוק הוא. אין אנדערע ווערטער: איידער דו גייסט טון אזא אקט - נישט קיין חילוק וואס, טראכט אריין, גייט דאס מאכן מער "אמת'ע" ליבשאפט, אדער נישט. און נאר זיך נישט... ווייל דאס איז אן ענין וואס אסאך מענטשן וועלן זיך נארן, מען וועט זאגן אז דאס ברענגט אמת'ע ליבשאפט, בשעת דאס ברענגט בלויז דאס פארקערטע... דאס איז אן ענין פאר חכמים, ותן לחכם ויחכים עוד. א נאר וועסטו דאס נישט קענען מסביר זיין, ער וועט זיך נאר מער נארן דערין.
דא וויל איך צוקומען צו אונזער נושא, און איך זעה עס דא אסאך דערמאנט אין קאווע שטיבל. יונגעלייט טוען פארשידענע פעולות צוצוקומען צו א קלימאקס אין הנאה אין שטוב, מען ליינט פארשידענע ביכער, מען קויפט אונטערוועש אדער כלים וכו'... ס'פאסט נישט מפרט צו זיין, אבער די נקודה איז אז מען וויל צוקומען צו א קלימאקס. און איך זאג נישט אז דאס איז פאלש געטראכט. על פי האמת, ווענדט זיך עס אסאך ווער און וואס דער מצב איז, עס האט נישט קיין כלליות'דיגע ענטפער. אבער די ריכטיגע וועג איז, נישט משקיע צו זיין די מחשבה דווקא דערין, אזוי ווייט ווי אין אמת'ע אהבה.
איך האב געהאט ביי מיר א יונגערמאן, וואס איז געווען רח"ל שקוע אין די מ"ט שערי טומאה ליידער, איך האב געדארפט רעדן מיט אים א שמועס. בתוך הענינים האט ער מיר געזאגט פארשידענע נקודות, וואס האט מיר ממש געברענגט טרערן צו וויינען. צווישן אנדערע האט ער מיר געזאגט, אז ער וואלט קיינמאל נישט געצאלט קיין געלט פאר עבירות, ווייל דאס ווערט געטון פראקטיש, אן קיין שום הארץ און אן קיין אמת'ע אהבה. זי האט דיך נישט ליב, זי טוט עס נאר פאר די געלט, ס'איז פשוט נישט ווערד... נאך זאגט ער מיר, אז ווען ער זעט זיך פנים אל פנים מיט אן עבירה רח"ל, איז ביי אים נישט די עיקר די מעשה אליין, דאס איז בלויז א צוגאב. פאר אים איז גוט צו זיצן קעגן איבער און... זיך ליב האבן... שמועסן און שפירן אהבה פון איינעם צום צווייטן... דאס פילט אן אזוי שטארק די נשמה, אז עס איז אים איבער גענוג. די תוצאה איז שוין א צוגאב.
ווען ער איז ארויסגעגאנגען האב איך ממש געוויינט און געזאגט, וויי איז פאר דעם וואס קומט צו די נקודה פון אהבה דורך פסולע וועגן... און וואיל איז פאר דעם וואס קומט צו די נקודה דורך כשר'ע וועגן! - ער איז צוגעקומען צו די דרגה פון אהבה, אבער ליידער דורך פסול'ע וועגן.
...
בנוגע דער עצם שאלה, אויב וואלט מיר איינער געקומען פרעגן, צי ער זאל גיין מיט זיין ווייב אין א פריוואטע ספא, לכבוד די עניווערסערי? - ס'האט נישט קיין כלליות'דיגע ענטפער.
ס'ווענדט זיך שטארק ווער עס פרעגט עס, וואס זענען זיינע השגות און וויפיל קען ער צוקומען צו אמת'ע אהבה. ס'ווענדט זיך וואספארא סארט שטוב ער וויל אויפשטעלן און וואספארא שטוב ער קען בכלל אויפשטעלן לויט די אומשטענדן. ווענדט זיך אין זיין ווייב, זיי רוחניות און די רוחניות פון זיין ווייב. אין אנדערע ווערטער וואלט איך שוקל געווען, ווי אזוי קוקט אויס זייער עתיד און די עתיד פון זייער שטוב, וואס איז די פאטענשל וואס זייער שטוב קען צוקומען. איך וואלט געקוקט וויפיל אמת'ע אהבה דאס פארל קען פארמאגן לויט די תכונת הנפש פון ביידע. ס'איז אביסל א פארצווייגטער ענין.
ביי געוויסע פעלער איז דא אמאל וואס דאס קען נאר צוהעלפן און מאכן בעסער דעם שלום בית און די רוחניות אין זייער שטוב. אבער אויב דאס איז די נקודה, איז א גרויסע רחמנות אויף זיי, אז זיי קענען נישט טון בעסער. אמאל איז אבער דא, וואס דאס קען זיי ארויפברענגען אביסל העכער, אז זיי זאלן קענען עווענטואל צוקומען צו פעולות וואס ברענגען אמת'ע אהבה.
דאס איז זיכער, אז ביי א געזונטע קאפל איז דאס נישט קיין לכתחילה. פינטל. אבער ליידער איז דא היינט אסאך נישט געזונטע קאפלעך ליידער, און דאס איז שוין געווארן עטוואס די נארמע, ליידער. ס'דארף נישט אזוי זיין. ס'איז אפשר ווי א שטיקל מעדיצין פאר קראנקע. געזונטע קאפלעך איז נישט ראטזאם צו נעמען די מעדיצין, ווייל ס'קען זיי נאר שאדן מאכן.
דאס איז אלעס אויב דאס איז טאקע הונדערט פראצענט כשר. דאס הייסט די וועג ביז אהין איז ריין און ס'איז טאקע אינגאנצן נאר דו מיט זי. ווייל אויב נישט, אפילו מען האט הנאה בשעת מעשה, קען זי איין טאג זיך אויפוועקן און זיך א באטראכט געבן, העי וואס גייט דא פאר... און דאס איז אפילו אויב איר רוחניות איז שוואך. וכבר היה לעולמים ליידער, איך האלט מיט מעשיות. זי קען דא זיין מיט די גאנצע נשמה און אפילו פירן די ענינים, אבער נשים דעתן קלות וכו', ס'לוינט זיך נישט אנצוהויבן.
וואס איך וואלט יא געראטן פאר יעדן איינעם, פון דער גרעסטער צדיק ביז וכו'... זיי אליין מיט איר! - גיי ארויס צום וואסער, אונטער א שקיעה פאנאראמע, גייט ארויס אין וואלד, אונטערן שאטן פון נאטור. ניין, נעמט נישט מיט אייער פאון. זייט אליין מיט איר, אבער אליין. לייגט זיך אריין אין אירע געפילן, פארטיפט אייך אין איר, לערנט איר אפ, נישט אז דו זאלסט מאכן אז זי זאל דיך אפלערנען, מאך איר נישט דיין משרת. ס'זאל זיין נאר דו מיט איר און זי מיט דיר... ס'איז נישט קיין נפק"מ אויב ס'קומט דארט אריין (איך האב נישט די ווערטער...) אנדערע סארט ענינים וד"ל, נישט דאס איז די עיקר. זי דארף דיר אין קאפ, נישט דארט... און דו נעם איר אריין אין קאפ און נישט וכו'... שאדט נישט, אבער נישט דאס איז די עיקר, והארכתי במקום שאמרו לקצר. דאס וועט אייך בויען לעד ולעולמי עולמים. אזא שפאציר קען צוברענגען אז אפילו ווען איר זענט אין שטוב, אין אייער קוך, דיינינג-רום און וואו אימער, זאלט איר זיך שפירן אזוי געשמאק און בתענוג, דאס איז א קנין נצח.
ווער רעדט נאך אז איר גייט א וואקאציע, מאכט עס אויף אזא אופן. זוכט נישט צו "האקן א לעבן", דאס וועט אייך בכלל נישט בויען אויפן עתיד, בלויז אויפן מינוט איז דאס גוט, אדער ווען מען וועט זיך אמאל שפעטער דערמאנען, אבער דאס בויעט נישט דעם תמידיות'דיגן געשמאק און תענוג וואס איר קענט קונה זיין אין די זעלבע צייט. גייט מיט איר אויף א שטילע פלאץ. אויב קענט איר גיין אן קיין סעלפאן במשך די גאנצע צייט, מה טוב ומה נעים. זייט מיט איר און זי מיט דיר. דאס! וועט אייך בויען און מאכן א בעסערע לעבן אויף שטענדיג.
טעמו וראו כי טוב ה'. איש ואשה זכו שכינה שרוה ביניהם!