פארומס › א רייד צום אוהל - ג' תמוז

א רייד צום אוהל - ג' תמוז

57 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14682
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג יולי 16, 2024 1:23 pm#568174
Re: א גוטע חבר שרייבט מיר אין אישי
תפוח #
אבזערווירער #
א לבוש וואס הרב הקדוש מסאטמאר זצ''ל האט פארגאסן טייכן טרערן בליל יום הקדוש און ווען נישט.
סאטמאר רב האט פארגאסן טייכן טרערן אויף א חומרא וואס ער האט געהאלטן פאר נויטיג.

וואס איז די path וויאזוי די חומרא איז אנגעקומען צו אן אני מאמין?
אבזערווירער #
וזאת התורה לא תהא מוחלפת ולא תהא תורה אחרת מאת הבורא יתברך שמו.
דורכזיכטיגע שטרימפ איז א חומרא? עס איז אן הלכה
דינסטאג יולי 16, 2024 1:31 pm#568175
Re: א גוטע חבר שרייבט מיר אין אישי
אבזערווירער #

אויף א לבוש וואס הרב הקדוש מסאטמאר זצ''ל האט פארגאסן טייכן טרערן בליל יום הקדוש און ווען נישט? פאסט נישט צו אנרופן ''טאליבאנער צוגעלייגט געזעצן'' ווייל די ווילסט מחפה זיין אויף א פירצה גדולה בכרם בית ישראל, וזאת התורה לא תהא מוחלפת ולא תהא תורה אחרת מאת הבורא יתברך שמו.
וויאזוי קומט מען אן פון א סאטמאר’ע חומרה ביז אן אני מאמין?!
דינסטאג יולי 16, 2024 1:48 pm#568179
Re: א גוטע חבר שרייבט מיר אין אישי
[ציטאט אראפגענומען]
מקור?
דינסטאג יולי 16, 2024 3:09 pm#568183
Re: א גוטע חבר שרייבט מיר אין אישי
מנחם מנדל #
[ציטאט אראפגענומען]
מקור?
שוק באשה ערוה
דינסטאג יולי 16, 2024 3:27 pm#568186
Re: א גוטע חבר שרייבט מיר אין אישי
[ציטאט אראפגענומען]
יעצט קוק אין אלע אנדערע אשכולות בענין זה מהו השוק.
דינסטאג יולי 16, 2024 6:22 pm#568204
Re: א גוטע חבר שרייבט מיר אין אישי
יין שרף #
[ציטאט אראפגענומען]
יעצט קוק אין אלע אנדערע אשכולות בענין זה מהו השוק.
די מגן אברהם דוכט זיך נעמט אן די מיטעלסטע חלק פון די פיס הגם עס איז דא חולקים איז עס נישט קיין 'סאטמערע חומרא'
מיטוואך אוגוסט 7, 2024 4:33 pm#569318
Re: א גוטע חבר שרייבט מיר אין אישי
בְּתוֹךְ עַמִּי #
איך קום יעצט פין די אהל הרבי אין קווינס...

אהא.... הייליג!!

א געפיל וואס מען קען נישט באשרייבן, קודש קדשים!! 🔥🔥

ווי נאר מען שפאצירט דארט אריין זעהט מען די אהבה זיך גיסן, עס גיסט זיך חיבוקים ווי וואסער נאך די הקפות,

אין איין ווינקל זיצט א עלטערע משפיע מיט א חבורה אין קאכט אריין אין א מאמר פינעם רבי'ן.

דארט זיצט א אינג בחור'ל אין דערציילט פאר א פארווארפענע נשמה מיט א קליין קאפל, סיפורים פינעם רבי'ן....
דא שטייט א אינגערמאן אין איז זיך מתבודד לאנגע מינוטן אין א תפילת מנחה...

עס הערשט דארט אזא ליכטיקייט!!

עס איז נישט דא די פארמאלער געפיל וואס אונז האבן, עס איז נישט קאט קלער, יעדער גייט מיט אנדערע שיך, דער מיט ווייסע סניקערס, די אנדערער מיט ברוינע.

אוי מיט יתן אבר כיונה.

די סארט אידישקייט רעדט צו מיר...

פארשטייצעך דארט איז נישטא די טאליבאנער צוגעלייגט געזעצן, פאר די נשים צדקניות, דארט קוקן די פרויען אויס ווי עס פאסט פאר א בת מלך, נישטא די בולעט פרוף שטרימפ...
ועוד משוגעתן, די צודרייטע הפרדה עקזעסטירט דארט אויכעט נישט די אהבה איז פורץ גבילים....

עניוועי שוין למעשה זעמיר דא צירוק אין בארא פארק אין די סיסטעם. ביי.
וועלכע סארטן קליידונג פאסט פאר א בת מלך?
קום אריין קלאר