יאפ! - די צווייטע האלב טאג איז געווען זייער א שווערע. בשעת די ערשטע האלב טאג האט אויסגעקוקט זייער גוט פאר לב-טהור, איז די צווייטע האלב טאג צוגעגאנגען זייער שווער (במאמר המוסגר; יא, איך פראביר צו זיין אביעקטיוו און נישט איינזייטיג - ווען איך זאג אז די ערשטע האלב טאג איז געווען גוט פאר לב-טהור, ווייס איך וואס איך רעד).
אבער... מצד שני, די קראס עקזעם וועט פארקומען הערשט מארגן, וועלן מיר זען וואס דארט וועט זיין.
אבער לאמיר גיין מיט א סדר:
די עירפארט פרוי האט אויפגעטרעטן, די ערשטע האלב בין איך נישט געווען, ווי געשמועסט אין פאריגן תגובה, דעריבער קען איך נישט קלאר זאגן וועלכע פוינטס די גאווערמענט האט ארויסגעברענגט. די צווייטע האלב וואס איך בין יא געווען, האט מיר אויסגעקוקט אומאינטערעסאנט און בלויז טעכנישע פרטים און חלקים.
שפעטער איז געווען די קראס-עקזעם, וואס צד לב טהור (ווי אזוי הייסט עס? - דיפענס? - איינער זאל מיר קלארשטעלן, איך זאל קענען אין די קומענדיגע באריכטן זיי אנרופן ריכטיג) האט איר אויסגעפרעגט, בשעת זיי האבן פראבירט צו מאכן א פוינט, אז זי איז טרענירט צו דערקענען קינדער וואס אנטלויפן, אדער קינדער טרעפיקינג וכדו', און למעשה האט זי גארנישט דערקענט און גארנישט חושד געווען. דאס זעלבע האבן זיי ארויסגעברענגט אז עס זענען געווען כאטש זעקס פאליס מיט מיליטער לייט, וואס אלע גייען דורך אזעלכע טרענירונגען, און קיינער האט גארנישט פארדעכטיגט. אויך איז ארויסגעברענגט געווארן אז אין געוויסע פלעצער איז זי געגאנגען אליין, דורכגייענדיג פאליציי, זי איז נישט געגאנגען אין קיין באגלייטונג פון קיינעם, זי האט זיך צו קיינעם נישט געוואנדן און קיינעם נישט מרמז געווען אז זי איז אונטער סכנה וכדו'. די ערשטע האלב, ווי דער גאווערמענט האט איר אויסגעפרעגט, האב איך נישט מיטגעהאלטן בשלימות.
דערנאך האט אויפגעטרעטן א געוויסער 'דוד ברוין', א פראפעסאר וואס האט איבערגעזעצט געוויסע דאקומענטן פון לב טהור אויף ענגליש. ס'איז געווען זייער אומאינטערעסאנט. צד לב טהור האט כמעט נישט געהאט קיין שאלות צו פרעגן ביי קראס עקזעם. זיי האבן בלויז געוואלט וויסן צי ער האט איבערגעזעצט אלעס וואס מען האט אים געגעבן, און צו ער האט געזען א פיר זייטיגע בריוו געשריבן אין האנט שריפט, אויף וואס ער האט געענטפערט אז ניין.
דאן איז געקומען די ריכטיגע סחורה: שמעון מלכה האט אויפגעטראטן, און דאס איז געווען געפערליך... די לויערס פון לב-טהור זענען ווילד געווארן און זיי האבן געשריגן "אבדזשעקשן" אויף יעדע צווייטע שאלה, ס'איז געווען געפערליך אנגעצויגן. (וואס עס האט מיר פריוואט געוואונדערט איז, אז מען האט געהאט געשמועסט פאר די טרייעל, אז מען גייט נישט רעדן פון לב-טהור, מען גייט בלויז רעדן וועגן דעם ספעציפישן קעיס. דערווייל האט דער גאווערמענט אנגעהויבן אויספרעגן אינערליכע זאכן, די לויערס האבן געשריגן "אבדזשעקשן", אבער דער דזשאדזש האט אלעס דורכגעלאזט און געלאזט פרעגן די קושיות... איך פארשטיי נישט פארוואס).
איין גוטע מאמענט איז געווען פאר לב-טהור, ווען מען האט געפרעגט שמעון מלכה, צי ער האט געהאט א חלק אין די קידנעפינג, אויף וואס ער האט געענטפערט אז יא, און מען האט אים געפרעגט, צי בשעת ער האט עס געטון, האט ער געוואוסט אז ער טוט עפעס ראנג, ער האט נישט געוואלט ענטפערן דערויף און האט געזאגט, אז עס איז נישט קיין יעס אדער נאו קוועסטשן, מען האט אים געדרוקט, ביז ער האט געזאגט אז ער האט געוואוסט אז עס איז ראנג, אבער ער האט עס געטון ווייל די לידערס פון לב-טהור האבן אים געזאגט אז ער טוט א גוטע זאך, אויף וואס מען האט אים געצימבלט, ווייל ער האט געהאט געזאגט פריער, אז ער האט שוין אפגעלאזט לב טהור צוויי חדשים איידער די קידנעפינג. ער האט געדרייט מיט די צונג און געשטאטערט, ביז ער האט זיך ארויסגעברענגט, אז וויבאלד זיין ווייב איז פארבליבן דארט, און ער האט געוואלט קענען רעדן מיט איר, האט ער געהאפט אז טאמער וועט ער העלפן לב טהור, וועט מען אים לאזן רעדן מיט זיין ווייב.
דאן האט מען אים אנגעהויבן אויסצופרעגן איבער די משפחה לעבן אין לב טהור, אויף וואס די לויערס זענען געווארן צעווילדעוועט. מען האט אים קודם געפרעגט ווי אלט ער איז געווען ביי זיין חתונה, אויף וואס ער האט געענטפערט אכצן (אדער ניינצן - געדענק נישט), און ווי אלט זיין ווייב איז געווען - זיבעצן. מען האט אים אויך געפרעגט אויף די עלטער פון דעם ספעציפישן קעיס, אויף וואס ער האט געזאגט אז די טעלער מיידל איז געווען דרייצן און איר מאן איז געווען אכצן. מען האט אים געפרעגט וואס ער האט געוויסט וועגן סע.. פאר די חתונה, האט ער געזאגט אז גארנישט. מען האט אים געפרעגט וואס די ראלע פון דער רבי איז אין שידוכים, האט ער געזאגט אז דער רבי איז מחליט ווער זאל חתונה האבן מיט וועמען און ווען די חתונה זאל זיין. מען האט אים געפרעגט ווער עס האט מחליט געווען ביי אים, האט ער געזאגט אז דער רבי זצוק"ל תמ"ל איז געווען דער שדכן, און דער רבי שליט"א האט ביי א געוויסע נקודה מחליט געווען אז די חתונה זאל זיין אין צען טאג ארום. ער איז געגאנגען קאמפלעינען ביי די הנהלה, אבער אזוי איז געבליבן דער ציווי.
מען האט אים געפרעגט ווען ער האט געזען די כלה די ערשטע מאל, האט ער געזאגט, אינמיטן די חתונה. מען האט אים געפרעגט ווער עס האט אים אויסגעלערנט וכו', האט ער געזאגט "אהרן טעלער". די חברה האבן אזוי געדרייט, אז אהרן טעלער האט אים געהייסן האבן סעק. מיט א מיינער? - ס'האט אויסגעקוקט געפערליך.
דאן האט מען אים געפרעגט איבער די פרטים, צי דער רבי דיקטירט ווען מען זאל האבן סע.. האט ער געזאגט אז יא, מען האט אים געבעטן מפרט זיין, האט ער געזאגט אז דער רבי זאגט אז מען זאל עס טון פרייטאג-צו-נאכטס, און נאך ווען מען קומט אהיים פון א טריפ/נסיעה, און ליל טבילה. מען האט אים אביסל אויסגעפרעגט וועגן ליל טבילה והמסתעף. די לויערס האבן א גאנצע צייט געשריגן אבדזשעקשן און דער דזשאדזש האט כמעט אלעס אפגעווארפן. דאן האט מען געפרעגט ווי אזוי מען גייט אנגעטון בשעת מעשה וכו', האט ער געזאגט אז ער גייט מיטן העמד און זי גייט אנגעטון געהעריג, אזוי ווי ווען זי גייט אראפ אין גאס, מען האט אים אויסגעפרעגט מער גראפיש, און ער האט מסביר געווען אז די טייץ טוט זי אויס (זאכן וואס זענען אפענע שקרים - ביודעי ומכירי קאמינא - מען טוט עס אזוי ווי ביי אלע אידישע קינדער אין שטוב...).
אויך האט מען געפרעגט צי זי האט א רעכט אפצוזאגן טאמער זי וויל נישט, האט ער געענטפערט אז די פרוי האט נישט קיין רעכט דערצו, מען האט אים געצימבלט פון וואו ער ווייסט, און ער האט געזאגט אז מען האט אים אזוי אויסגעלערנט, און ער האט אויך געהערט פון זיינע חברים אז אזוי האט מען זיי אויסגעלערנט. ער האט אויך דערציילט אז נאך די חתונה איז עס געווען שווער, ווייל עס האט איר וויי-געטון, און אהרן טעלער האט אים געזאגט אז ער זאל איר איגנארירן, אפילו זי שרייעט, און עס דורכפירן מיט געוואלד וכו'.
דאס איז בערך געווען די שמועס.
...
יעצט מיינע צוויי סענט:
פאר די דזשורי האט די עדות ווארשיינליך אויסגעקוקט געפערליך, אבער צווישן אונז גערעדט, איז דאס אזוי דראסטיש אנדערש ווי אין אנדערע אידישע מקומות? - נעם עני חסידי'שע ראביי (גוט, נישט ממש יעדע, נאר אכציג פראצענט), און זיי וועלן דיר זאגן די זעלבע זאך. מען לערנט אויס די פרויען נישט אפצוזאגן, מען לערנט אויס אז די צייט איז פרייטאג צו נאכטס (אין טייל קהילות צוויי מאל א וואך אבער אין אנדערע קהילות איין מאל א וואך), נאך א טריפ און ליל טבילה. די פראצעדור פון ליל טבילה איז איבעראל די זעלבע. מען זאגט פארן בחור מיט וועמען חתונה צו האבן, נישט אלעמאל האט ער א ווארט, אדער איז ער אין די מצב אפצוזאגן, דאס זעלבע איז מיט די פרויען, כלות. אויך פאר די חתנים וואס מוטשענען זיך ווייל עס טוט וויי פאר זייערע ווייבער, זאגט מען די זעלבע זאך, אז מען זאל עס טון איינס צוויי, נישט קוקן און געגאנגען ווייטער. בנוגע דער ענין פון לבוש איז דאך גלאט שקר.
יעצט, אויב זאלסטו נעמען סקווירא אויפן צימבל אין קארט, אדער באבוב, סאטמאר וכו', וועט ארויסקומען די זעלבע שרעקעדיגע עדות'שאפט, און א גוי'איש דזשורי וועט עס אנקוקן אלס ממש געפערליך.
די אומ'מזל פון לב-טהור אין יעצטיגן פאל איז, אז זיי האבן נישט צוגעגרייט די לויערס אויף אזא סיטועישן. מען האט נישט געטראכט אז די שמועס וועט זיך דערקייקלען אויף דעם אופן. צווישן זיך האט מען גראדע געשמועסט אז מען זאל סובפינען א היימישן רב, זאל דערציילן ווי אזוי עס גייט צו ביי היימישע אידן, אז די דזשורי און דער דזשאדזש זאל נישט ווערן סורפרייזט ווען מען הערט אזעלכע ווערטער, אבער מען האט געקלערט אז ס'איז נישט וויכטיג אויפצוברענגען די נושא. למעשה זענען די לויערס נישט צוגעגרייט מארגן פאר אזא פארהער, און ווער ווייסט וואס עס וועט זיין מארגן.
ממש א שאד. ווייל ס'וועט אויסקומען אז די גוים וועלן האבן א פאלשן רושם אויף דעם גאנצן ענין.
אבער אין א זייט געלייגט אלעס: איז דאס ממש א פארברעכן וואס מען טוט. בשעת מען האט געשמועסט אז לב טהור וועט נישט זיין קיין נושא דא, רעדט מען אינגרויסן פון לב טהור און מען איגנארירט דאס וואס מען האט געשמועסט.
איך בין זיכער אז דער אויבערשטער וועט האלטן די רעכטע האנט דארט.