Under maintenance
הויפט זייט » טרייעל פון האדמו"ר מלב טהור שליט"א - קומענדיגע מיטוואך אי"ה

טרייעל פון האדמו"ר מלב טהור שליט"א - קומענדיגע מיטוואך אי"ה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
75 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14864
דאנערשטאג אקטאבער 07, 2021 7:16 pm#482788
טרייעל פון האדמו"ר מלב טהור שליט"א
קומענדיגע מיטוואך אי"ה, הויבט זיך אן דער גרויסער טרייעל פון כ"ק אדמו"ר שליט"א תמ"ל דארט אין אמעריקע. קהל חסידיו ומעריציו, אינאיינעם מיט חסידים ואנשי מעשה איבער די גארער וועלט, קוקן ארויס אויף די נייעס מיט גרויס שפאנונג און זענען מעתיר בתפלה ובבקשה לפני רבון העולמים, אז דער אויבערשטער, וואס איז "ברצונו להטיב בלבד" (מיט די באקאנטע תנועה פונעם רבי'ן שליט"א, כידוע), זאל מוציא זיין לצדק דינו לטובה, עס זאל זיין נמשך ווערן בלויז רחמים וחסדים לעמו בני ישראל בכל אתר ואתר, ברחמים גמורים אמן.

עס איז אינטערעסאנט צו באצייכענען, אז קהל חברי חשק שלמה - לב טהור - בבל, האלטן זיך אינמיטן אריבערציען צו אן אנדערע מדינה. טייל משפחות געפינען זיך שוין דארט, אנדערע זענען אויפן וועג. נעכטן האט מען אויפגעהאלטן א קבוצה און זיי נישט געלאזט פארן, עס האט גענומען א וויילע ביז מען האט מסדר געווען די ענינים, אינצווישן האבן זיי פארפאסט די פליגער און געבליבן דאהי אין גואטאמאלא. נאך שבת וועט מען פלאנען וואס מען טוט ווייטער. אויך ר' אוריאל גאלדמאן שליט"א האט מען נישט אריינגעלאזט אהין, וויבאלד ער האט בירגערשאפט פון מדינת-ישראל, מען האט אים צוריקגעשיקט און אצינד האלט ער זיך אויף אין אמעריקע, וואו ער געפינט זיך אין בארא-פארק.

אין צוגאב דערצו איז אינטערעסאנט צוצוגעבן, אז לעצטנס האבן זיך עטליכע זאכן געטוישט אין די קהילה, די לבוש פון די מענער איז געטוישט געווארן, מער צו די מוסלומענער זייט, אזוי ווי אידן זענען געגאנגען אנגעטון בארצות האיסלאם מימי קדם, אינאיינעם מיט די ירושלימ'ער לבוש, די קאפטן וכדו'. אויך איז פארגעקומען עטליכע חתונות אינדערהאלב די קהילה, מען האט שנעל חתונה געמאכט די קינדער וועלכע קענען חתונה האבן געזעצליך, כדאי מען זאל זיי קענען מיטנעמען אויף די נסיעה צוליב פארשידענע פראקטישע סיבות.

דערווייל געפינען זיך פינף פון די חברי לב טהור, דארט אין אמעריקע אין טורמע, ר' אוריאל גאלדמאן געפינט זיך יעצט אין בארא פארק, די דריי וויינגארטן ברידער שמאכטן נעבעך אין טורמע אין גואטאמאלא, בשעת די אנדערע חברי הקהילה זענען רובץ בין המשפתים, אויפן וועג אל המנוחה ואל הנחלה, צו זייער נייער דעסטינאציע, אי"ה.

דא וועט זיין א מקום מיטצוהאלטן, דער עולם קען זיך לאזן הערן, מיטטיילן וואס עס קומט פאר, דעבאטירן און זיך דורכשמועסן איבער די אנטוויקלונגען אי"ה.

דער אויבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן קענען מעלדן בלויז בשורות טובות, אמן.
דאנערשטאג אקטאבער 07, 2021 7:37 pm#482789
נישט נאר זיינע חסידים, נאר אויך גאנץ כלל ישראל איז מתפלל אז אז די פסק זאל זיין אינגאנצען מיט צדק און משפט.
דאנערשטאג אקטאבער 07, 2021 7:40 pm#482790
אמן!
דאנערשטאג אקטאבער 07, 2021 7:43 pm#482791
המלוכה והממשלה האט געשריבן:נישט נאר זיינע חסידים , נאר אויך גאנץ כלל ישראל איז מתפלל אז אז די פסק זאל זיין אינגאנצען מיט צדק און משפט


קענסט מסתמא די מעשה וואס די רבי האט געוואונטשן אז די אמת זאל ארויס קימען, אין די חתן האט געשריגען "רבי נאר נישט דאס"
דאנערשטאג אקטאבער 07, 2021 7:44 pm#482792
ברענג א בילד פון די לבוש
דאנערשטאג אקטאבער 07, 2021 8:49 pm#482797
פערינא האט געשריבן:ברענג א בילד פון די לבוש

IMG_20211007_204824_357.jpg
דאנערשטאג אקטאבער 07, 2021 11:05 pm#482808
Re: טרייעל פון האדמו"ר מלב טהור שליט"א - קומענדיגע מיטוואך א
כ'בין זיכער די קירכע האט שוין ארויסגעלייגט אן הבהרה אז די רשעות'דיגע כת וועלכע האט זיך לעצטנס פארשטעלט ווי גלחים האט נישט מיט קריסטנטום.
פרייטאג אקטאבער 08, 2021 1:50 am#482815
חכמת שלמה האט געשריבן:אין צוגאב דערצו איז אינטערעסאנט צוצוגעבן, אז לעצטנס האבן זיך עטליכע זאכן געטוישט אין די קהילה, די לבוש פון די מענער איז געטוישט געווארן, מער צו די מוסלומענער זייט, אזוי ווי אידן זענען געגאנגען אנגעטון בארצות האיסלאם מימי קדם, אינאיינעם מיט די ירושלימ'ער לבוש, די קאפטן וכדו'. אויך איז פארגעקומען עטליכע חתונות אינדערהאלב די קהילה, מען האט שנעל חתונה געמאכט די קינדער וועלכע קענען חתונה האבן געזעצליך, כדאי מען זאל זיי קענען מיטנעמען אויף די נסיעה צוליב פארשידענע פראקטישע סיבות.


אן קיין שום בושה- מען האט שנעל חתונה געמאכט די קינדער...

איבער די לבוש- זעהט אויס לב טהור גייט צוריק אין צייט צו גלות בבל, און ווילן פארלענגערן זייער גלות נאך לענגער.
סיי מיט די לבוש, און סיי מיט די לאקאציע.

נעבעך אויף די אלע וואס זענען פארכאפט אינטער זייער נעגל.
זאל הקב"ה זיי אויסלייזן בקרוב.
פרייטאג אקטאבער 08, 2021 6:19 am#482823
חכמת שלמה האט געשריבן:די לבוש פון די מענער איז געטוישט געווארן, מער צו די מוסלומענער זייט

חכמת שלמה האט געשריבן:מען האט שנעל חתונה געמאכט די קינדער


אוי ווי פאררוקט איר זענט! איך בין דיר אבער דן לכף טראלל וואס האט הנאה פון אונטערציפן די מענטשהייט...
פרייטאג אקטאבער 08, 2021 7:59 am#482828
מאך זיכער: אויף זיי האביך באמת נישט קיין רחמנות. זיי זענען א באנדע פאררוקטע מענטשן. אן אמת'ע קולט. וואס די אנפיהרערס זענען בייזוויליגע רשעים.

אין אנהייב פרק במה אשה יוצאת אין מס' שבת רעדט די משנה איבער דעם (פרי-מוסולמענער) לבוש, אז א פרוי מעג ארויסגיין מיט דעם אום שבת. כאטש די אידן זענען נישט געגאנגען אזוי אנגעטון. זעהמיר פון דעם אז אידן זענען נישט געגאנגען אנגעטון ווי בהמות און משוגעים. ווייל די תורה פארלאנגט דאס נישט. די תורה פארלאנגט אז מ'זאלל גיין בצניעות. דער פאררוקטער וועג פון אנטון זיך איז זיכער נישט א אידישער וועג...!
פרייטאג אקטאבער 08, 2021 5:00 pm#482868
רבותי, אויב איך מעג האבן די דרייסטקייט צו בעטן, יעדער ווייסט שוין אז 99% פונעם עולם דא איז אנגעווייטאגט און ברוגז אויף לב טהור, עס פעלט נישט אויס אנצעפירקלען נאך אן אשכול. לאמיר דאס נאר לאזן פאר די נייעס פונעם געריכט און די נסיעות וכדו'.

מען קען זיך טענה'ן און דעבאטירן אין די נייעס, אבער לאמיר נישט ווידער פרעגן בכלליות וועגן די עצם קהלה מיט זייערע פירער, און ביטע אן קיין קללות וכדו'.

איך בעט נאר. מען מוז נישט פאלגן.....
פרייטאג אקטאבער 08, 2021 5:34 pm#482870
אויף אייוועלט שמועסט מען אז יצחק שלמה דרעזנער האלט אז שלמה העלבראנץ לעבט נאך, און ער געפינט זיך אין איראן.

וואס זאגסטו דערצו ATUB @חכמת שלמה ATUB
פרייטאג אקטאבער 08, 2021 5:55 pm#482872
וואס הייסט "יצחק שלמה האלט"? ווער איז ער צו האלטן?
מוצ"ש אקטאבער 09, 2021 9:33 pm#482877
ער איז א דזשורנאליסט, גרעסטער היימישער אינטערוויואירער, ער האט עקסעס צו גאר אסאך מענטשן, און ווייסט א געוואלד.

איך גלייב ער האט דאס געהערט פון לב טהור מיטגלידער אדער אנטלאפענע וואס ווילן נישט געבן קיין אינטערוויוס, אבער אזויפיל האט ער ארויסגעקוועטשט פון זיי.
זונטאג אקטאבער 10, 2021 12:09 pm#482918
ערש"ק ביי מעביר סדרה זיין נאכ'ן ליינען דא, אז זיי האלטן זיך אינמיטן אריבערציען, דאס שטימט גאר גוט מיט'ן נאמען בבל ועל זה נאמר:
על כן קרא שמה בבל כי שם בלל ה' שפת כל הארץ ומשם הפיצם ה' על פני כל הארץ
זונטאג אקטאבער 10, 2021 3:55 pm#482954
די נייע לבוש וואס אנשי שלומינו האבן זיך אונטערגענומען אי"ה.
זונטאג אקטאבער 10, 2021 3:56 pm#482955
נאך א בילד.
זונטאג אקטאבער 10, 2021 3:59 pm#482956
די אלע בילדער זענען בילדער וואס זענען ארומגעפארן, קענסט אפשר צוברענגן אומבאקאנטע בילדער אויך וואס צייגן אויף די נייע לבוש? וואלט געווען גאר אינטערעסאנט.
זונטאג אקטאבער 10, 2021 8:21 pm#482976
אויב דעיס זענען די מענער וויאזוי גייען שוין די פרויען?
זונטאג אקטאבער 10, 2021 9:42 pm#482988
והאיש משה האט געשריבן:ערש"ק ביי מעביר סדרה זיין נאכ'ן ליינען דא, אז זיי האלטן זיך אינמיטן אריבערציען, דאס שטימט גאר גוט מיט'ן נאמען בבל ועל זה נאמר:
על כן קרא שמה בבל כי שם בלל ה' שפת כל הארץ ומשם הפיצם ה' על פני כל הארץ

והאיש משה: די פראבלעים איז אז נישט נאר זייער שפראך איז פארדרייט. זייער גאנצער קאפ איז פארדרייט. און זיי מאכן משוגע אנדערע, אומשולדיגע מענטשן. איך ווייס נישט אויב ס'איז שוין געווען אזא פארדרייטע כת זייט אידן זענען א פאלק...?! ווען זיי וואלטן נישט געווען שעדליך וואלט זייער גאנצע געשיכטע געווען גוט פאר א פורים שפיעל...!
זונטאג אקטאבער 10, 2021 9:44 pm#482989
סעגאל האט געשריבן:אויב דעיס זענען די מענער וויאזוי גייען שוין די פרויען?

סעגאל: אזוי ווי גייענדיגע גארבידזש בעגס. די גרויסע, קאנטראקטארס בעגס...! לאל.
זיכער נישט ווי אידן..!
זונטאג אקטאבער 10, 2021 10:11 pm#482994
איך מיין אז די בעגס זענען שוין גע'אסר'ט געווארן, ווייל מ'קען דערקענען די אויסשטעל און פארעם פון די פרויען, און אויך ווייל ס'איז שוין ארויסגעקומען מכשולות וד"ל.

די פרויען גייען היינט מיט הארטע גארבעדזש קענס, די אייזערנע גרויסע, אזוי קען מען נישט זען און נישט שפירן וואו גארנישט געפינט זיך.
מאנטאג אקטאבער 11, 2021 12:16 am#483014
חכמת שלמה האט געשריבן:די נייע לבוש וואס אנשי שלומינו האבן זיך אונטערגענומען אי"ה.
עירפארט רח חשוון2.jpg
עירפארט רח חשוון2.jpg (44.05 KiB) געזען געווארן 4298 מאל

ווער איז די מאן און ווער איז די פרוי? מ'דארף וויסן אויף וועלכע פון די צוויי נישט צו קוקן.
מאנטאג אקטאבער 11, 2021 9:52 am#483040
בשורה טובה: ס'איז שוין דא צו באקומען (אין אלע היימישע געשעפטן) די מלבושים וועלכע זענען באשטעטיגט געווארן דורך די הייליגע ארגאניזאציע לב טהור. סיי פאר אנשים. און סיי להבדיל פאר נשים (רח"ל). איהר דארפט שוין נישט פארן ביז אטלאנטיק עוו. אין די גוי'אישע (מוסולמענישע) געשעפטן...!
מאנטאג אקטאבער 11, 2021 12:51 pm#483048
זיי זעען דאך אויס ווי די וויסטע מלאכי חבלה...

זינט ג-ט האט באשאפן די שטן, האט נישט עספיעט צו באשאפן אזעלכע זינדיגע לייט פון די פירער פון דעם פארשאלטענעם קולט.

כלל ישראל איז הייס מתפלל צום בורא עולם, אז דער רשע ימ''ש וועט באפרייט ווערן פון טורמע, און פארברענט ווערן אויפן שייטער הויפן אין צענטער פון שטאט..
טורמע איז צו א לייכטער אורטייל פאר אזא פארשוין ווי שייגאץ העלבראנץ.
דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:31 am#483066
קאך_לעפל האט געשריבן:זיי זעען דאך אויס ווי די וויסטע מלאכי חבלה...

זינט ג-ט האט באשאפן די שטן, האט נישט עספיעט צו באשאפן אזעלכע זינדיגע לייט פון די פירער פון דעם פארשאלטענעם קולט.

כלל ישראל איז הייס מתפלל צום בורא עולם, אז דער רשע ימ''ש וועט באפרייט ווערן פון טורמע, און פארברענט ווערן אויפן שייטער הויפן אין צענטער פון שטאט..
טורמע איז צו א לייכטער אורטייל פאר אזא פארשוין ווי שייגאץ העלבראנץ.

טעיק איט איזי.
דינסטאג אקטאבער 12, 2021 9:54 am#483074
שיך דיין ווייב און קינדער אהין און נאכדעם שרייב טעיק איט איזי.

כ'מיין מען זיצט זיך באקוועם אויפן פאטעל בראקענדיג סעסעמי טשיקן און יענעמ'ס ווייב און קינדער זאלן ליידן נאצישע פיינונגן אבער דער עיקר איז צו טעיק איט איזי זאלסט ח''ו נישט ווערן אביסל אפסעט.
דינסטאג אקטאבער 12, 2021 5:41 pm#483097
איך אויך: א יעדער נארמאלער מענטש איז אפסעט איבער דעם מצב. אבער למעשה איז דא זייער ווייניג וואס מ'קען טון. מ'קען דאך סוכ"ס נישט אריינגיין מיט א בריגאדע קנאים און זיי צוטרייבן און פאריאגן. די איינציגע וועג איז דורך לעגאלע מיטלען. אין א יעדן לאנד וואו זיי געפונען זיך אלס גרופ. יעצט איז עס גואטעמאלא. דארף מען אנווענדן אלע (לעגאלע) מיטלען אז זייער גרופ זאלל צושטערט ווערן דורך די רעגירונג...!

מ'וואלט געדארפט גלייך אין אנהייב ווען דער גרינדער פון די צודרייטע קולט שלמה העלבראנס האט אנגעהויבן ארומצורידערן, איהם צושטערן און ארעסטירן. ווייל ער איז געווען נישט מער ווי א פשוט'ער קרימינאל...!

דו זעהסט דאך אפילו די לאקאלע (גוי'אישע) רעגירונג פון קוויבעק אד'ער פונ'ם שטעטל וואו זיין קולט האטציך אויפגעהאלטן האבן אויך אין אנהייב זיך נישט געוואלט אריינמישן. כדי מ'זאלל זיי נישט חושד זיין אז זיי זענען אנטיסעמיטיש. נאר ווען די מעשים תעתועים פון די פאררוקטע גרופ איז שוין אנגעקומען צו די אלגעמיינע מידיא האבן זיי אנגעהויבן טון עפעס ...!
מיטוואך אקטאבער 13, 2021 8:21 am#483126
berlbalaguleh האט געשריבן:איך אויך: א יעדער נארמאלער מענטש איז אפסעט איבער דעם מצב. אבער למעשה איז דא זייער ווייניג וואס מ'קען טון. מ'קען דאך סוכ"ס נישט אריינגיין מיט א בריגאדע קנאים און זיי צוטרייבן און פאריאגן. די איינציגע וועג איז דורך לעגאלע מיטלען. אין א יעדן לאנד וואו זיי געפונען זיך אלס גרופ. יעצט איז עס גואטעמאלא. דארף מען אנווענדן אלע (לעגאלע) מיטלען אז זייער גרופ זאלל צושטערט ווערן דורך די רעגירונג...!

מ'וואלט געדארפט גלייך אין אנהייב ווען דער גרינדער פון די צודרייטע קולט שלמה העלבראנס האט אנגעהויבן ארומצורידערן, איהם צושטערן און ארעסטירן. ווייל ער איז געווען נישט מער ווי א פשוט'ער קרימינאל...!

דו זעהסט דאך אפילו די לאקאלע (גוי'אישע) רעגירונג פון קוויבעק אד'ער פונ'ם שטעטל וואו זיין קולט האטציך אויפגעהאלטן האבן אויך אין אנהייב זיך נישט געוואלט אריינמישן. כדי מ'זאלל זיי נישט חושד זיין אז זיי זענען אנטיסעמיטיש. נאר ווען די מעשים תעתועים פון די פאררוקטע גרופ איז שוין אנגעקומען צו די אלגעמיינע מידיא האבן זיי אנגעהויבן טון עפעס ...!

,אין אמעריקא האט מען אין ארעסטירט ווען ער איז ארויס איז ער געפארן קיין מאנטריאל
מיטוואך אקטאבער 13, 2021 9:44 am#483133
איך בין זייער צומישט אויף די ווילדקייט פון עולם דא (אזש ביזן פאברענען אויפן שייטער הויפן...).

וועלכע קרימינאלע אקטן ווערט באגאנגען מיטן זיך אנטוהן די מוסלעמענער לבוש?? און פארוואס איז די אלטמאדישע מזרח-אייראפעאישע לבוש ווייניגער קרימינאל?

און בכלליות, וואס איז די שנאה אזוי גרויס קעגן זיי? דער וואס וויל נישט זיין דארט זאל זיך אוועקגיין (איז נישט דאס וואס ווערט גענטפערט פאר די שונאים אין סאטמאר/סקווער וכו?).
מיטוואך אקטאבער 13, 2021 4:25 pm#483153
ליב צו וויסן האט געשריבן:איך בין זייער צומישט אויף די ווילדקייט פון עולם דא (אזש ביזן פאברענען אויפן שייטער הויפן...).

וועלכע קרימינאלע אקטן ווערט באגאנגען מיטן זיך אנטוהן די מוסלעמענער לבוש?? און פארוואס איז די אלטמאדישע מזרח-אייראפעאישע לבוש ווייניגער קרימינאל?

און בכלליות, וואס איז די שנאה אזוי גרויס קעגן זיי? דער וואס וויל נישט זיין דארט זאל זיך אוועקגיין (איז נישט דאס וואס ווערט גענטפערט פאר די שונאים אין סאטמאר/סקווער וכו?).



וואס זאל מען טוהן אז די 12 יעריגע מיידלעך וואס ווערן גערעיפט קענען נישט אליין אוועק גיין.
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 3:37 am#483211
ברוך השם היינט אנגעקומען צו אונזער נייער מקום יישוב.

דער פלאץ דא איז אזוי אנדערש, קולטור איז אזוי משונה פון וואס אונז זענען צוגעוואוינט, אז איך קען נישט פארשטיין ווי אזוי מענטשן לעבן דא אזוי... איך וואלט עס נישט געגלויבט ווען נישט מיינע אויגן זעהען דאס, ס'איז אן אנדערע מין וועלט דא, אינגאנצן אנדערש פון וואס אונז קענען.

די נסיעה איז נישט אנגעקומען לייכט. עס זענען פארהאן פארשידענע גורמים וואס לייגן שטיינער אין וועג און פראבירן מיט אלע כוחות צו זען אז מיר זאלן נישט קומען אל המנוחה ואל הנחלה, אבער אויסער אביסל שווער מאכן דעם וועג, קענען זיי גארנישט טון. קענסט דען צוריקהאלטן א מענטש לעגאל פון גיין וואו ער וויל? - מ'קען סך-הכל מאכן מסירות מיט בלבולים, אז מיר פארמאגן געקידנעפטע קינדער און די פאספארטן זענען פאלשע... נו, קוקט מען עס איבער איין מאל און נאכאמאל, מען שפעטיגט א פליגער און מען כאפט א נייער פליגער, אבער וואס קענסטו בכלל טון? - קענסט נישט צוריקהאלטן פון פארן. פאקט איז, אז די עתיד פון אונזער קהילה איז דא, מיר האלטן אינמיטן אהערקומען. די מוסד אגענטור פון די ציוניסטישע מדינה, רעדט ברייט, "זיי טוען וואס זיי קענען צוריקצוהאלטן..." - קענסט ווייטער טון, רעד ברייט און טון וועלן זיי גארנישט... מיר קומען אהער. פאקט. קענסט רעדן וויפיל דו ווילסט, אבער מיר וועלן אהער אנקומען. אפילו ס'שטעכט דיר די אויגן דאס צו זען, און דאס איז אן אמת'ער גירא בעיני של המדינה הציונות.

אה, פאר איך פארגעס... אונזער נייער פלאץ איז נישט איראן און מיר האבן נישט קיין שום אויסקוק צו פארן קיין איראן. איך קאטשע זיך פאר געלעכטער ווי אזוי אלע צייטונגען און מידיע זענען פארנומען אז מיר פארן קיין איראן... מען רעדט מיט אזא זיכערקייט און ברייטקייט, כאילו עס איז זיכערע זאכן. ניין, איך וויל דא מגלה זיין א סוד פאר אנשי הקאווע שטיבל, איך זאג אייך דא אן עדות ראשונה, פון אן ערשט האנטיגע מקור, אז מיר זענען נישט אויפן וועג קיין איראן. ס'איז אן אנדערע מוסלומענע געשטימטע מדינה.

פארוואס שרייב איך דאס? - חכמת שלמה איז יא פון דארט, ער איז נישט פון דארט... כסדר הערט מען די סארט דעבאטירונגען, איך מיש זיך נישט אריין און איך לאז זאגן אויף מיר וואס מען וויל. איך וויל אייך אבער דא ווייזן עפעס. בשעת אלע באריכטן שרייען פה אחד אז מיר פארן קיין איראן, און לויט טייל זענען מיר שוין אפילו דארט (עטליכע משפחות), זאג איך אייך דא טייערע ברידער אין אמעריקע, אז מיר זענען נישט אין איראן, און מיר ווילן נישט אהין אנקומען (איראן דארף אונז אויך נישט האבן דארט - לכאורה). שפעטער וועט איר זען אז מיר זענען טאקע נישט אנגעקומען קיין איראן, און מסתמא וועלן קורסירן פארשידענע שמועות, אז דער מדינה און יענער כח האט זיכער געמאכט אז מיר קענען נישט אהין אנקומען, אדער וועט זיך גלאט אזוי ארויסשטעלן אז די שמועות זענען געווען פאלשע. זאלט איר געדענקען, אז בשעת יעדער האט געשמועסט מיט א זיכערקייט אז מיר זענען אויפן וועג קיין איראן, און א.ג. "קראנטע" מקורות האבן דאס באשטעטיגט, איז חכמת שלמה געשטאנען און געשריבן אויף קאווע שטיבל אז עס איז הוילע שקרים, מיר זענען נישט אויפן וועג קיין איראן, נאר ערגעץ-אנדערש.

זאת ועוד: ווער ס'האלט מיט די נייעס, ווייסט אז עטליכע משפחות פון בני-ברק זענען אנגעקומען קיין גוטאמאלא, קיין לב טהור אין בבל. וואס עס איז נאכנישט באריכטעט אין קיין איין פלאץ אין די נייעס איז, אז נאך עטליכע משפחות זענען אויפן וועג אהין, מען וועט הערן דערפון בעתיד.

איך שרייב דאס, אויך פאר די זעלבע סיבה, אז איר זאלט געדענקען אז איך האב דאס שוין געשריבן, נאך איידער איינער האט אפילו געזאגט א פיפס דערויף. געדענקט.

נ.ב. מיין דירה דא איז גראדע גאנץ א באקוועמע, הגם יעדער פארשטייט אז עס איז א צייטווייליגע. מאידך גיסא, איז די קולטור אזוי אנדערש דא, אז די זאכן זענען אזוי אינטערעסאנט אויסגעשטעלט, אז עס איז אנדערש פון וואס מיר זענען צוגעוואוינט.

ביי אייך אויף שמחות.
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 8:33 am#483217
חכמת שלמה: איך פיהל זייער שטארק אומבאקוועם צו דארפן זאגן פאר א מענטש אז ער רעדט שטותים. אבער איך מוז עס דיר זאגן אין פנים. די אלע זאכן וואס דו רעדסט ארום און ארום זענען טפילים/טפילות. די נקודה העיקרית דא איז אז לב טהור איז א קולט. במלוא מובן המילה. די געמיינע און קעגן תורה'דיגע זאכן ווי ..."מחליפין נשותיהם"...וויאזוי דו זאלסט עס נאר נישט אנרופן, קומען פאר. און די ..."מלקיות"...אויך. ס'וואלט געווען א שיינע זאך ווען די גאנצע גרופ קען זיך צושפרייטן און בטל ווערן בלי שום צער ונזק לכל איש ואשה מישראל...! אדער זאלט עטץ אנהייבן זיך אויפפיהרן ווי נארמאלע מענטשן. עפ"י דרך התורה...!

והשנית. אויב דער ..."מוסד"...ווילל קענען זיי ענק צו פיקסן בגדול. נאר זיי זענען דאך אידן. זיי האבן א אידיש הארץ און נשמה...!
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 8:42 am#483219
berlbalaguleh האט געשריבן:והשנית. אויב דער ..."מוסד"...ווילל קענען זיי ענק צו פיקסן בגדול. נאר זיי זענען דאך אידן. זיי האבן א אידיש הארץ און נשמה...!


???
ר' בערל איר האלט טאקע אז זיי האבען א אידיש הארץ און אז זיי האבען א פראבלעים צו טון עפעס וועגן דעם.
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 8:50 am#483220
סעגאל: יא. לאמיר זיך נישט נארן. ווען זיי וויללן קענען זיי דען נישט צו פיקסן די משוגעים פון די נטורי קרתא וועלכע גייען צו אכמאדינעדזשאד אדער צו די דייטשע נאציס. נאר וואדען.? זיי לאכן זיך אויס פון די שמוציגע, סרח'דיגע ברואים. (יא. זיי שמעקן פון שווייס. צוליעב נישט נעמען קיין שאוערס און אנטון פרישע קליידער...! לפי עדות אחד מן החבורה... ער פארציילט אז ער איז אמאל ביי א הפגנה אין ירושלים אריינגעשטופט געווארן בעל כורחו צוזאמען מיט עטליכע נטורי קרתא ברואים (מענטשן קענמען זיי נישט אנרופן) און ס'האט אזוי געסרח'ט פון שווייס אז ער האט עס ממש נישט געקענט אויסהאלטן. ער האט געדאנקט דעם באשעפער ווען ער איז ארויס אויף די גאס און געקענט אטעמען פרישע לופט...!
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 9:41 am#483226
חכמת, שכוח פארן מיטיילן מיט אונז ערשט-האנטיגע סודות נשגבים.

בד"וו ביידע סודות זענען געווען באריכטעט, סיי אז עטס גייטס נישט קיין איראן נאר צו איראק אדער ענליך און סיי אז ס'איז פארהאן נאך משפחות פון ישראל וואס זענען אין די ווארקס ענק צו דזשוינען.

און די זעלבע איז עפליקעבעל אויף די בילדער וואס דו האסט ארויפגעלייגט פון עירפארט נאך די פיקטשערס זענען ארומגעפארן אין די גאנצע וועלט.

אויב ווילסטו בויען דיין קרעדיביליטי מיט דעם אז דו האסט אינסייד אינפא, האסטו געמאכט זייער א שוואכע קעיס דאס מאל.
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 10:57 am#483234
Re: טרייעל פון האדמו"ר מלב טהור שליט"א - קומענדיגע מיטוואך א
ווי האסטו עס געזען באריכטעט?
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 11:16 am#483236
בת קול האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:איך בין זייער צומישט אויף די ווילדקייט פון עולם דא (אזש ביזן פאברענען אויפן שייטער הויפן...).

וועלכע קרימינאלע אקטן ווערט באגאנגען מיטן זיך אנטוהן די מוסלעמענער לבוש?? און פארוואס איז די אלטמאדישע מזרח-אייראפעאישע לבוש ווייניגער קרימינאל?

און בכלליות, וואס איז די שנאה אזוי גרויס קעגן זיי? דער וואס וויל נישט זיין דארט זאל זיך אוועקגיין (איז נישט דאס וואס ווערט גענטפערט פאר די שונאים אין סאטמאר/סקווער וכו?).



וואס זאל מען טוהן אז די 12 יעריגע מיידלעך וואס ווערן גערעיפט קענען נישט אליין אוועק גיין.


אונז האלטן דאך אז מען מעג... עפן א מסכת קידושין.
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 11:34 am#483238
חכמת שלמה האט געשריבן:
פארוואס שרייב איך דאס? - חכמת שלמה איז יא פון דארט, ער איז נישט פון דארט... כסדר הערט מען די סארט דעבאטירונגען, איך מיש זיך נישט אריין און איך לאז זאגן אויף מיר וואס מען וויל. איך וויל אייך אבער דא ווייזן עפעס. בשעת אלע באריכטן שרייען פה אחד אז מיר פארן קיין איראן, און לויט טייל זענען מיר שוין אפילו דארט (עטליכע משפחות), זאג איך אייך דא טייערע ברידער אין אמעריקע, אז מיר זענען נישט אין איראן, און מיר ווילן נישט אהין אנקומען (איראן דארף אונז אויך נישט האבן דארט - לכאורה). שפעטער וועט איר זען אז מיר זענען טאקע נישט אנגעקומען קיין איראן, און מסתמא וועלן קורסירן פארשידענע שמועות, אז דער מדינה און יענער כח האט זיכער געמאכט אז מיר קענען נישט אהין אנקומען, אדער וועט זיך גלאט אזוי ארויסשטעלן אז די שמועות זענען געווען פאלשע. זאלט איר געדענקען, אז בשעת יעדער האט געשמועסט מיט א זיכערקייט אז מיר זענען אויפן וועג קיין איראן, און א.ג. "קראנטע" מקורות האבן דאס באשטעטיגט, איז חכמת שלמה געשטאנען און געשריבן אויף קאווע שטיבל אז עס איז הוילע שקרים, מיר זענען נישט אויפן וועג קיין איראן, נאר ערגעץ-אנדערש.

זאת ועוד: ווער ס'האלט מיט די נייעס, ווייסט אז עטליכע משפחות פון בני-ברק זענען אנגעקומען קיין גוטאמאלא, קיין לב טהור אין בבל. וואס עס איז נאכנישט באריכטעט אין קיין איין פלאץ אין די נייעס איז, אז נאך עטליכע משפחות זענען אויפן וועג אהין, מען וועט הערן דערפון בעתיד.

איך שרייב דאס, אויך פאר די זעלבע סיבה, אז איר זאלט געדענקען אז איך האב דאס שוין געשריבן, נאך איידער איינער האט אפילו געזאגט א פיפס דערויף. געדענקט.


ביי אייך אויף שמחות.

חכמת, אז די ווילסט פראפן אז די ביסט אינסיידער, געב רשות פארן מנהל צי מפרסם זיין אז די איי פי איז בדרך כלל פין געווטאמאלע, מוועט דיר גלייבן מער ווי אלע דיינע הוכחת,
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:24 pm#483254
איך הייב אהן טראכטן אז זיי פארן קיין לבנון ווייל אזוי זאגט שוין דער בעל חכמת שלמה און די חתימה
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 5:46 pm#483272
The cult has begun preparations for the move to the Kurdish region, to northeastern Iraq (Erbil area) which borders Iran. Cult leaders believe that the area is the biblical Bavel and Moshiach will arrive there first. Some cult members are already in the area seeking to purchase land and begin building a living compound. Others are in the process of leaving Guatemala in groups, both via the airport and by land, via Mexico and El Salvador.
Rabbi Gluck said that the cult members are currently trying to leave Guatemala in groups of 70.
m https://www.theyeshivaworld.com/news/he ... -iran.html m
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 8:37 pm#483285
אונטער חכם האט געשריבן:ווי האסטו עס געזען באריכטעט?

אז זיי פארן קיין איראן קענסטו זעהן אין די YWN לינק וואס איז אין cictim תגובה. אויך חיים שאולזוהן שרייבט שוין לאנג איראק.

אז ס’איז דא נאך משפחות אויפן וועג האב איך געזעהן אויף טוויטער פון אהרון נוראני אבער אפאר שעה נאכן טוויטן האט ער עס אויסגעמעקט און געשריבען אז ער מעקט ווייל ס’קען שאטן פאר די פעולות וואס מ’טוט עס אפצוהאלטן. דא קען מען זעהן א שמועס וואס האט זיך אנגעהויבען פון זיינע פארמעקטע טוויטס.

איך האב איהם יעצט געשיקט א DM צו ער קען מיר עס קאנפירמען.
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 9:54 pm#483296
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:בד"וו ביידע סודות זענען געווען באריכטעט, סיי אז עטס גייטס (צ״ל זיי גייען) נישט קיין איראן נאר צו איראק אדער ענליך און סיי אז ס'איז פארהאן נאך משפחות פון ישראל וואס זענען אין די ווארקס ענק (צ״ל זיי) צו דזשוינען.


איבעריגנס בין איך נייגעריג צו איינער ווייסט בערך וויפיל מיטגלידער ציילן זיך אין דעם קהילה, בערך וויפיל בולבולים זענען מבולבל אין בבל שבגוואטמאלה, וויפיל מעריצים בערך לעכצן נאך זיך משתתף צו זיין אינעם מבולבלשאפט ווען מ׳וועט בעז״ה אנקומען אל המנוחה ואל הנחלה אין קורדיסטאן, און פארוואס האבן זיי זיך נישט אנגעשלאסן ביז היינט?
דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 10:44 pm#483298
cictim האט געשריבן:The cult has begun preparations for the move to the Kurdish region, to northeastern Iraq (Erbil area) which borders Iran. Cult leaders believe that the area is the biblical Bavel and Moshiach will arrive there first. Some cult members are already in the area seeking to purchase land and begin building a living compound. Others are in the process of leaving Guatemala in groups, both via the airport and by land, via Mexico and El Salvador.
Rabbi Gluck said that the cult members are currently trying to leave Guatemala in groups of 70.
https://www.theyeshivaworld.com/news/he ... -iran.html

cictim: My question is...When Moshiach comes, are we all (ch"v) going to be Lev Tahor..? Adopt their lifestyle in dress and behavio(u)r...?!
מאנטאג אקטאבער 18, 2021 3:53 am#483454
דרמה בגואטמלה: אנשי כת לב טהור נעצרו בדרך למקסיקו
דרמה גדולה בגואטמלה: אנשי כת לב טהור ביניהם ישראלים, ניסו לברוח למקסיקו ומשם לכורדיסטן, כשהיעד הסופי הוא איראן אך נעצרו בדרך למקסיקו | אנשי הכת התפצלו לשני אוטובוסים במטרה לנסות ולהערים על השלטונות | באחד התיעודים נראה חבר הכת יושב באוטובוס כשלצידו זוג תפילין.

לאחר שנמנעה טיסתם לכורדיסטן מגואטמלה לפני כעשרה ימים, ניסו אנשי כת לב טהור להגיע בדרך עוקפת לכורדיסטן, נודע כי אנשי הכת ניסו להערים על הרשויות, ונסעו בשני אוטובוסים למקסיקו, משם קיוו לטוס לכורדיסטן ומשם לנסות להגיע לאיראן.

בתיעוד נראים ילדים רבים ומבוגרים מוחזרים חזרה למקום מגוריהם בגואטמלה, בחלק אחר של התיעוד נראה אחד החברים בכת כשהוא מתנועע בתפילה ולצידו זוג תפילין. שלטונות גואטמלה לא אפשרו להם להגיע למקסיקו, וזאת לאחר שמשרד החוץ הישראלי יחד עם משרד החוץ האמריקאי עושים מאמצים גדולים למנוע מחברי הכת להגיע לאיראן.

המאמצים של חברי הכת לא מפסיקים לרגע, בשבוע שעבר דיווחנו אודות שלושה ממנהיגי הכת שכבר נמצאים בכורדיסטן, שם הם ממתינים לשאר המשפחות החברות בכת שמנסות לברוח כאמור לאיראן, לאחר שכעבור שנים מספר בגואטמלה, הם לא חשים בה מספיק חופשיים כדי לקיים אורח חיים סגפני בצורה קיצונית.

אחד העסקנים שמטפל בנושא מול הרשויות המקומיות, אומר כי המשפחות מתלבשות כמה שפחות בצורה חרדית, כדי לא לבלוט, ולשאלה איך הם מחזיקים סמארטפון בזמן שהם לא אוכלים בשר בגלל שהם לא סומכים על שחיטה. אומר לנו העסקן: "בשעת הדחק, הם מתירים לעצמם".

זו אינה הפעם הראשונה שאנשי הכת האכזרית שראשיה מרצים עונשי מאסר כבדים בארה"ב, מנסים להגיע לאיראן. בנובמבר 2018 דווח כי אנשי כת "לב טהור" ביקשו מקלט מדיני אצל הרפובליקה האיסלאמית של איראן. גם אז סוכלה המזימה.
מאנטאג אקטאבער 18, 2021 3:33 pm#483476
געהערט פין יודעי דבר, אז די קהילה איז צוטיילט, פארהאנען מענער וואס ווילען נישט פארען, פרויען ווילען אלע, ממילא פראבירן פארשידענע מענער צוריקהאלטען קינדער פין גיין מיט זייערע מאמעס דורך די געזעץ. דאס ליגט אונטער דער דראמא.
מאנטאג אקטאבער 18, 2021 6:06 pm#483481
עס שטעלט זיך מער און מער ארויס, אז עס איז דא ערגעץ א שונא אין בעדרום, איינער פון אינערווייניג וואס גיבט ארויס סודות פאר די אינסטאנצן. דערווייל איז נישטא קיין אהנונג ווער דאס איז.
מאנטאג אקטאבער 18, 2021 7:21 pm#483487
גיב אכטונג מען זאל דיר נישט כאפן.
מאנטאג אקטאבער 18, 2021 8:36 pm#483490
בדרך צחות קען מען זאגן אז זיי באלאנגען אין איראק ווייל זיי רופן זיך דאך "בבל"
מאנטאג אקטאבער 18, 2021 9:13 pm#483495
נאך א בילד פון די אנטלויף אקציע