Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קאווע שטיבל • איך וויל זיין אין איין גהינום מיט ר' טובי' מאיר

קאווע שטיבל • איך וויל זיין אין איין גהינום מיט ר' טובי' מאיר

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
39 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14868
זונטאג אקטאבער 10, 2021 11:26 am#482919
איך וויל זיין אין איין גהינום מיט ר' טובי' מאיר
שוין בערך 2 יאר וואס ר' טוביה מאיר ניימאן הי"ו ערשיינט בקול רעש גדול (אפשר נישט גענוג שטארק). סיי מיט זיינע ארטיקלען אין מאמענט. און סיי מיט די אזויגערופענע..."ראבא-קאלס"...!

שרייבט ער אין דעם ארטיקל פון די פארגאנגענע וואך (פ' נח תשפ"ב) אז היות מענטשן רופן איהם אן און מ'זאגט איהם מוסר איבער זיינע ראבא-קאלס. זאגט ער לאמור. אזוי צו זאגן...ער ווייסט נישט אויב ער וועט באקומען גן עדן אדער גיהנום. ווייל א סאך מענטשן סטראשען איהם מיט גהינום. זאגט ער אז ער איז גרייט צו גיין אין גהינום פאר העלפן אידן...!

ביי מיר איז אייביג געווען די שאלה אויב דער מצב איז טאקע אזוי ווי ער שילדערט עס. אדער איז ער א ביסל מגזים (או.קעי. מע-גא-זעם). אבער איך האב מיך נאכגעפרעגט ביי אנשים נאמנים. און זיי זאגן אז וואס ער פארציילט איז אמת ויציב.אויב אזוי האביך נישט קיין פראבלעם מיט זיינע געשריבענע ארטיקלען און מיט די ראבא-קאלס. ווען די ראבא-קאלס קומען אן צו מיר זאגט מיין אידענע, זז"ג אז זי גייט עס אויסמעקן. בעט איך אייביג...לאז איהם רעדן. ווייל דאס איז ווי מוזיק צו מיינע אויערן...!

וואס זאגט דער עולם?. מעג מען א ביסל מוטשען דעם עולם (אויפשאקלען) אז מ'זאלל זיך ווארעם אנרופן. אדער נישט.

לאמיר נישט פארגעסן אז ר' טוביה מאיר אליינס קומט פון זייער א בעל בת'ישע משפחה. נאר ער אליין האט זיך א סאך געמוטשעט אין זיין לעבן. ער האט א לאנגע צייט נישט געהאט קיין קינדער. . אויך האט ער געהאט אנדערע געזונטהייטס פראבלעמען און זיך אויך געמוטשעט אויף פרנסה. ער האט שוין געוואוינט אין אמעריקע , ארץ ישראל און אנדערע פלעצער. יעצט איז ער חונה כבוד אין די עיה"ק קרית טאהש, יצ"ו.
זונטאג אקטאבער 10, 2021 12:42 pm#482920
אין טוביה-מאיר-גיהנם גייט מען באקומען ראבא קאלס אן אויפהער פון חסדי טובים מאורות, זאלסט נאר וויסן אין וואס די לייגסט דיך אריין.

אגב, בערל די ביסט אייביג ביזי מיט ספעלינג, איז מען שרייבט גיהנם נישט גיהנום, איי אין סידור שטייט גיהנום, ס'איז א טעות.
זונטאג אקטאבער 10, 2021 1:04 pm#482925
איך בין גרייט צו זיין אין גיהנום, אבי נישט צו זיין מיט טובי' מאיר אין גן עדן.

@קהל'ס נער, צוויי הערות. מ'שרייבט יא גיהנום, הגם אין געוויסע מקורות טרעפט מען גיהנם.

צווייטנס, קהל'ס נער שרייבט מען 'נאר' נישט 'נער'.
זונטאג אקטאבער 10, 2021 1:20 pm#482926
קבלתי ממורי אז מען טוט וויי אנדערע ליידט מען, נישט קיין חילוק וואס די חשבון איז.

#איך_וויל_נישט_זיין_אין_טוביה_מאיר_ניימאן'ס_גהנום
זונטאג אקטאבער 10, 2021 1:23 pm#482927
מפיל קינד האט געשריבן:
צווייטנס, קהל'ס נער שרייבט מען 'נאר' נישט 'נער'.[/size]

מען שרייבט יא נער, והראיה אז בלשון רבים זאגט מען נערנים, לויט דיר וואלט מען געדארפט זאגן נאר'ס.
זונטאג אקטאבער 10, 2021 1:45 pm#482932
:roll:
קהל'ס נער האט געשריבן:אין טוביה-מאיר-גיהנם גייט מען באקומען ראבא קאלס אן אויפהער פון חסדי טובים מאורות, זאלסט נאר וויסן אין וואס די לייגסט דיך אריין.

אגב, בערל די ביסט אייביג ביזי מיט ספעלינג, איז מען שרייבט גיהנם נישט גיהנום, איי אין סידור שטייט גיהנום, ס'איז א טעות.

קהל'ס נער: דו מאכסט מיך קוילערן פאר געלעכטער.ס'מאכט נישט אויס. אבער מ'וועט אויך באגקומען די קאללס פון די מענטשן וועלכע זענען געהאלפן געווארן דורך זיין השתדלות. אפילו ווען ער האט געהאט קאפ ווייטאג. און א קאלד. איז ער נאכאלץ נאכגעגאנגען די וועגן צו העלפן צובראכענע אידן...!

לגבי ספעללינג איז דער כלל אזוי. א ווארט וואס שטייט אין חומש אדער אין סידור. און מ'קען עס שרייבן מלא (איך מיין נישט די אנדערע פשט פון מלא. לאמיר זעהן אויב דו ווייסט?) אדער חסר. ווען מ'שרייבט עס אן נקודות שרייבט מען עס אייביג מלא. (כדי לסבר או לשבר, את האוזן.)
זונטאג אקטאבער 10, 2021 1:48 pm#482933
קהל'ס נער האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:
צווייטנס, קהל'ס נער שרייבט מען 'נאר' נישט 'נער'.[/size]

מען שרייבט יא נער, והראיה אז בלשון רבים זאגט מען נערנים, לויט דיר וואלט מען געדארפט זאגן נאר'ס.

קהל'ס נער/נאר: ביידע זענען גערעכט. ס'איז אנגענומען (ביי וועם? בערל באלאגאלעה!) צו שרייבן ביידע וועגן...! קיינמאל קיין גרעסערע דאגות נישט...!
זונטאג אקטאבער 10, 2021 3:06 pm#482946
יין שרף האט געשריבן:קבלתי ממורי אז מען טוט וויי אנדערע ליידט מען, נישט קיין חילוק וואס די חשבון איז.

#איך_וויל_נישט_זיין_אין_טוביה_מאיר_ניימאן'ס_גהנום

יין שרף: ס'ווענדט זיך וואס הייסט וויי געטון. א טעלעפאן האט נאך קיינעם נישט געהרג'עט. אפילו א קאפ-וויי באקומט מען נישט פון דעם. ס'פונקט אזוי ווי א בלעטל אין א צייטונג אדער מעגעזין. אז דו ווילסט נישט מיש איבער....!
זונטאג אקטאבער 10, 2021 3:10 pm#482947
berlbalaguleh האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:קבלתי ממורי אז מען טוט וויי אנדערע ליידט מען, נישט קיין חילוק וואס די חשבון איז.

#איך_וויל_נישט_זיין_אין_טוביה_מאיר_ניימאן'ס_גהנום

יין שרף: ס'ווענדט זיך וואס הייסט וויי געטון. א טעלעפאן האט נאך קיינעם נישט געהרג'עט. אפילו א קאפ-וויי באקומט מען נישט פון דעם. ס'פונקט אזוי ווי א בלעטל אין א צייטונג אדער מעגעזין. אז דו ווילסט נישט מיש איבער....!

אזעלכע שטותים?
זונטאג אקטאבער 10, 2021 3:23 pm#482951
די שאלות. אדער די תשובות...! לאל...!
זונטאג אקטאבער 10, 2021 3:29 pm#482952
ר' בערל, דו וועסט זיך זייער שטארק דארפן אנארבעטן צו קענען אנקומען אין איין גיהנום צעל מיט טובי' מאיר...
זונטאג אקטאבער 10, 2021 4:02 pm#482958
מאך זיכער: ווער זאגט דיר אז ער וועט האבן א צעל? זיכער וועט ער האבן א ריזיגן שטוב. ס'איז כדאי די שווערע ארבעט צו זיין צוזאמען מיט א איד וואס העלפט אנדערע אידן. בשעת אונז זיץ מיר אויף קאווע שטיבל. און אנדערע ענטערטעינמענט...!
זונטאג אקטאבער 10, 2021 4:03 pm#482959
Re: איך וויל זיין אין איין גהינום מיט ר' טובי' מאיר
די רשעות פון זיך ארויפזעצן אויף א צווייטן און עם רודפ'ן, אפי' פאר גוטס, האט נישט קיין שום הסברה.

אין מאמענט קען ער שרייבן וויפיל ער וויל, און איך אלס קונה קען מחליט זיין מער נישט צו קויפן די מאמענט.
אבער נעמען יענעמ'ס פריוואטע נאמבערס און נישט אויפהערן רופן אן געבן א וועג ארויס?
עס איז די זעלבע ווי איינער זעצט זיך פארנט פון דיין הויז און יעדע מאל דו קומסט ארויס דרייט ער דיר אראפ די קאפ.
זונטאג אקטאבער 10, 2021 4:16 pm#482962
פאליטיקאנט: לפי ידיעתי. אויב מ'רופט אריין אין זיין אפיס און מ'זאגט אז ער זאלל אראפנעמען פון די ליסט טוט ער עס. אויסער דעם איז דא אן עצה. מ'קען בלאקן געוויסע נאמבערס.

נאר. אזוי ווי איך האב געזאגט. מיך שטערט דאס נישט. ער (און אנדערע) קענען רופן מיין נאמבער ווען זיי וויללן. אפילו שבת און יום טוב. וכבר היה לעולמים. אז א שנאר ארגאניזאציע האט אנגעשטעלט א ראבא קאלל. נאר די טיימינג האטציך עפעס נישט אויסגעארבעט. און דער קאלל איז אנגעקומען אום שבת קודש. איך האב געהערט די רעקארדינג. און, כ'שטעל מיר פאר אז ס'איז געווען גרויסע בושות. ווען מ'רופט צום דינער אום שב"ק...!
זונטאג אקטאבער 10, 2021 5:44 pm#482969
berlbalaguleh האט געשריבן:פאליטיקאנט: לפי ידיעתי. אויב מ'רופט אריין אין זיין אפיס און מ'זאגט אז ער זאלל אראפנעמען פון די ליסט טוט ער עס. אויסער דעם איז דא אן עצה. מ'קען בלאקן געוויסע נאמבערס.

ממה נפשך. אויב דארף מען מציל זיין אידן פון א צרה פארוואס קאלט ער נישט די מענטשן וואס רופן אים אריין אין אפיסַ אויפצוהערן.

אויב האלט ער אז מ'מעג נישט רופן אן רשות, פארוואס רעכנט ער זיך נישט מיט די טויזענטער וואס רעדן זיך אפ אז מ'רופט?
זונטאג אקטאבער 10, 2021 5:59 pm#482971
Re: איך וויל זיין אין איין גהינום מיט ר' טובי' מאיר
ר׳ בערל, איך מיין איר זאלט זיך בעסער נאכפרעגן אויב טובי׳ מאיר העלפט איינעם.

איך ווייס פון איין מעשה וואס איז געווען מיט א נאנטע משפחה, וואס ער האט געמאכט א ראבאקאל, און פארשעמט די משפחה ווייל מענטשן האבן געוויסט פון וועמען ער רעדט (מהאט עם געזאגט פארדעם אז די נצרך וויל בשום אויפן נישט אז מזאל גיין נאך געלט פאר אים)
און מהאט נישט באקומען קיין פעני פון אים..
זונטאג אקטאבער 10, 2021 8:46 pm#482978
Re: איך וויל זיין אין איין גהינום מיט ר' טובי' מאיר
"" כתיב ופקדתי על כל לוחציו ואמר ר' יצחק בר מרתא משמיה דרב ואפי' על גבאי צדקה ""

בבא בתרא דף ח:
ספר המקראות "ופקדתי" אשגיח להשיב גמול על כל הלוחצים אותם.

וויפיל מאל איך האב שוין געדריקט די נומער 9 קנעפל מיט די גרעסטע רציחה און געהערט די באקאנטע מעסידס
u have now entert the do not call list
אלץ קומט ער צוריק מיט א פרישקייט און אלץ אונעם נישט ריכטיגן מינוט.

איך וויל נישט זיין אין טובי' מאיר'ס גהינום.

Sent from my moto g(7) play using Tapatalk
זונטאג אקטאבער 10, 2021 9:31 pm#482985
ישן מלא חדש: דאמאלס ווילסטו אין זיין גן עדן אויך נישט זיין...! אזוי האביך פארשטאנען...!
זונטאג אקטאבער 10, 2021 10:15 pm#482996
Re: איך וויל זיין אין איין גהינום מיט ר' טובי' מאיר
ווער האט גערעדט פון זיין גן עדן?
איהר האט געזאגט איהר ווילט זיין אין זיין גיהנום (גיהנם)!
ואני הקטן האב געזאגט אז אין זיין גיהנום וויל איך נישט זיין.
איך פערזענליך (און אזוי אויך די גמרא) האלט אז עס וועט דארט נישט זיין אזוי באטעמ'ט ווי איהר מיינט.

Sent from my moto g(7) play using Tapatalk
זונטאג אקטאבער 10, 2021 10:23 pm#482999
ישן מלא חדש: שוין. לאמיר זעהן. דערווייל זעמיר ב"ה חי וקיים אויף ביידע באקן בעולם הזה...!
זונטאג אקטאבער 10, 2021 11:25 pm#483009
זאגט מיר איינער אז ער וויל נישט זיין אינאיינעם מיט טוביה מאיר אפילו אין גן עדן.
מאנטאג אקטאבער 11, 2021 5:21 am#483025
berlbalaguleh האט געשריבן:פאליטיקאנט: לפי ידיעתי. אויב מ'רופט אריין אין זיין אפיס און מ'זאגט אז ער זאלל אראפנעמען פון די ליסט טוט ער עס. אויסער דעם איז דא אן עצה. מ'קען בלאקן געוויסע נאמבערס.

נאר. אזוי ווי איך האב געזאגט. מיך שטערט דאס נישט. ער (און אנדערע) קענען רופן מיין נאמבער ווען זיי וויללן. אפילו שבת און יום טוב. וכבר היה לעולמים. אז א שנאר ארגאניזאציע האט אנגעשטעלט א ראבא קאלל. נאר די טיימינג האטציך עפעס נישט אויסגעארבעט. און דער קאלל איז אנגעקומען אום שבת קודש. איך האב געהערט די רעקארדינג. און, כ'שטעל מיר פאר אז ס'איז געווען גרויסע בושות. ווען מ'רופט צום דינער אום שב"ק...!

ער נעמט קיינעם נישט אראפ אויף אייביג, נאר צייטווייליג, אין מקען נישט בלאקן ווייל ער טוישט כסדר נאמבערס,

ווער סקען אים היינט צי טאגס ווייסט אז דער איד איז א בעל דמיון עצום נעבעך, 90 פראצענט פען זיינע מעשיות פאסירן ביי אים אין קאפ, אין דארט הייבט זיך עס אן, אין דארט ענדיגט זיך עס,

אפילו ער זאל באמת העלפן אזויפיל אידן, אין סזאל נישט זיין א צווייטע וועג צי פאנדרעיזן, איז נאך אלץ נישט בארעכטיגט דאס פייניגען אזופיל אידן, ספעציעל איינער וואס בעט אראפצונעמען, וואס יענער וועט מימלא שוין קיינמאל נישט געבן,

וואס זאל מען טיען אז דער איד לייד נעבעך אויף עטענשען,

רעדט פין מיר, גיט צי שלעכט
מאנטאג אקטאבער 11, 2021 6:24 am#483026
berlbalaguleh האט געשריבן:מאך זיכער: ווער זאגט דיר אז ער וועט האבן א צעל? זיכער וועט ער האבן א ריזיגן שטוב. ס'איז כדאי די שווערע ארבעט צו זיין צוזאמען מיט א איד וואס העלפט אנדערע אידן. בשעת אונז זיץ מיר אויף קאווע שטיבל. און אנדערע ענטערטעינמענט...!

זיין גיהנום וועט זיין אז ער וועט האבן א טעלעפאן אן קיין סערוויס, און ער וועט אריינשרייען ראבא קאלל מעסעדזשעס און נאר זיין טעלעפאן גייט קלינגען.
מאנטאג אקטאבער 11, 2021 6:27 am#483027
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:פאליטיקאנט: לפי ידיעתי. אויב מ'רופט אריין אין זיין אפיס און מ'זאגט אז ער זאלל אראפנעמען פון די ליסט טוט ער עס. אויסער דעם איז דא אן עצה. מ'קען בלאקן געוויסע נאמבערס.

נאר. אזוי ווי איך האב געזאגט. מיך שטערט דאס נישט. ער (און אנדערע) קענען רופן מיין נאמבער ווען זיי וויללן. אפילו שבת און יום טוב. וכבר היה לעולמים. אז א שנאר ארגאניזאציע האט אנגעשטעלט א ראבא קאלל. נאר די טיימינג האטציך עפעס נישט אויסגעארבעט. און דער קאלל איז אנגעקומען אום שבת קודש. איך האב געהערט די רעקארדינג. און, כ'שטעל מיר פאר אז ס'איז געווען גרויסע בושות. ווען מ'רופט צום דינער אום שב"ק...!

ער נעמט קיינעם נישט אראפ אויף אייביג, נאר צייטווייליג, אין מקען נישט בלאקן ווייל ער טוישט כסדר נאמבערס,

ווער סקען אים היינט צי טאגס ווייסט אז דער איד איז א בעל דמיון עצום נעבעך, 90 פראצענט פען זיינע מעשיות פאסירן ביי אים אין קאפ, אין דארט הייבט זיך עס אן, אין דארט ענדיגט זיך עס

איך ווייס גראדע פון עטליכע פעלער וואס ער איז שטארק געקומען צוהילף, דער פראבלעם איז אבער אז ער רעדט זיך איין אז יעדער איינער איז אים מחויב צוליב זיינע מעשים טובים, ער כאפט נישט אז 'דאס אידישע הארץ' אויף וועלכן ער טריפט שוין אזוי לאנג, קען שוין נישט פארנעמען זיינע רדיפות. אויב וואלט ער אוועקגעשטעלט זיין ארגאנעזאציע מיט א געהעריגע אפיס און וועבזייטל און ער וואלט עס געפירט אויף א פראפעסיאנאלע שטייגער וואלט ער ווען געמאכט מער געלט ווי בוני עולם און RCCS.
מאנטאג אקטאבער 11, 2021 8:15 am#483028
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:זאגט מיר איינער אז ער וויל נישט זיין אינאיינעם מיט טוביה מאיר אפילו אין גן עדן.

רביה"ק זי"ע: זיכער. ווייל ער האט מורא אז ער וועט באקומען ראבא-קאללס אפילו אין גן עדן...!
מאנטאג אקטאבער 11, 2021 8:23 am#483029
מאך זיכער: איך הער וואס דו זאגסט. די גוטסקייט פון ...RCCS... האביך באגעגנט אויף עטליכע פלעצער. איינס איז געווען אין מאימאנידעס האספיטאל אין בארא פארק. וואו מיין אייניקל האט געדארפט דורכגיין אן אפעראציע. די וואלונטירן/ס האבן זיך אהערגעשטעלט במלואו.

מיט בוני עולם האביך נישט געהאט אזא גוטע עקספיריענס. כ'רעד פון חלק פון דאנעישן. ואין צורך ליכנס בפרטים. זאללן זיי מצליח זיין...!
מאנטאג אקטאבער 11, 2021 11:53 am#483047
כ'זע נישט וואס זיינע רשעות'דיגע קאלס האט א שייכות מיט דער דעבאטע צי ער העלפט יא איינעם צי נישט. טובי' מאיר ניימאן האט אפשר א צד חסד צו זיך, אבער ער איז אויך אן אראגאנטער אומפארשעמטער שלעכטער מענטש וועלכער האט נישט קיין פראבלעם צו פייניגן טויזנטער אידן.

כ'זע נישט אז דאס זאל זיין א סתירה. אפשר וועט ער עווענטועל אנקומען צו גן-עדן צוליב חסד וואס ער טוט, אבער ער וועט העכסט ווארשיינליך דארפן פלאקערן אין גיהנום פאר דעם.
מאנטאג אקטאבער 11, 2021 1:32 pm#483049
מאך זיכער האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:פאליטיקאנט: לפי ידיעתי. אויב מ'רופט אריין אין זיין אפיס און מ'זאגט אז ער זאלל אראפנעמען פון די ליסט טוט ער עס. אויסער דעם איז דא אן עצה. מ'קען בלאקן געוויסע נאמבערס.

נאר. אזוי ווי איך האב געזאגט. מיך שטערט דאס נישט. ער (און אנדערע) קענען רופן מיין נאמבער ווען זיי וויללן. אפילו שבת און יום טוב. וכבר היה לעולמים. אז א שנאר ארגאניזאציע האט אנגעשטעלט א ראבא קאלל. נאר די טיימינג האטציך עפעס נישט אויסגעארבעט. און דער קאלל איז אנגעקומען אום שבת קודש. איך האב געהערט די רעקארדינג. און, כ'שטעל מיר פאר אז ס'איז געווען גרויסע בושות. ווען מ'רופט צום דינער אום שב"ק...!

ער נעמט קיינעם נישט אראפ אויף אייביג, נאר צייטווייליג, אין מקען נישט בלאקן ווייל ער טוישט כסדר נאמבערס,

ווער סקען אים היינט צי טאגס ווייסט אז דער איד איז א בעל דמיון עצום נעבעך, 90 פראצענט פען זיינע מעשיות פאסירן ביי אים אין קאפ, אין דארט הייבט זיך עס אן, אין דארט ענדיגט זיך עס

איך ווייס גראדע פון עטליכע פעלער וואס ער איז שטארק געקומען צוהילף, דער פראבלעם איז אבער אז ער רעדט זיך איין אז יעדער איינער איז אים מחויב צוליב זיינע מעשים טובים, ער כאפט נישט אז 'דאס אידישע הארץ' אויף וועלכן ער טריפט שוין אזוי לאנג, קען שוין נישט פארנעמען זיינע רדיפות. אויב וואלט ער אוועקגעשטעלט זיין ארגאנעזאציע מיט א געהעריגע אפיס און וועבזייטל און ער וואלט עס געפירט אויף א פראפעסיאנאלע שטייגער וואלט ער ווען געמאכט מער געלט ווי בוני עולם און RCCS.

איך ווייס אויך אז דער איד העלפט, אבער דער איינרעדעניש וויפיל ער האט געהאלפן, אין אז נאר ער קען העלפן, אז טאמער גייט ער, וועט קיינער נישט קענען העלפן, איז נעבעך זיין קרענק, אין דאס שטיפט אים ער זאל זיך איינרעדן אויף הונדערטער פעלער וואס האט קיינמאל נישט אנגעהויבן צי עקזיסטירן, אין אזוי אויך געט אים עס לעגמיטאצע אז ער מעג רודפן כלל ישראל וועגן דעם, ווייל ער דערהאלט ממש כלל ישראל ביים לעבן,

בין איך נישט אין הימל צי קענען זאגן וועגן גיהנום אדער גן עדן, ספעציעל ווען דאס אלעס קימט אדאנק זיינע צרות וואס ער האט זיך מיטגעמאכט, אין ברויך נעבעך צי קימען צי ספעציעלע אנערקענונג אויף די עלטערע יארן, אבער דאס איז זיכער, א געהעריגע ארגאניזאציע וואס זאל שנארן אויף נארמאלע אופנים, גייט אים נישט צופרידנשטעלן אפילו מוועט קענען טיען מער חסד אדאנק דעם,

אין איין ווארט, נעבעך, מזאל נישט געפריווט ווערן, אבער למעשה ליידט זיך כלל ישראל צאם א דאנק אים,
מאנטאג אקטאבער 11, 2021 1:35 pm#483050
.
מאנטאג אקטאבער 11, 2021 1:52 pm#483051
כ׳בין סתם נייגעריג פון וואו ער ווייסט ער ווער פארשטייט אידיש איהם צו ראבאטן?
מאנטאג אקטאבער 11, 2021 2:20 pm#483052
איך בין לעצטענס געוואר געווארן דעם סוד ווער סשרייבט זיינע ארטיקלען דאס איז דער באגאבטען שרייבער אליעזר ראזען אוודאי ליינט ר'בערל מיט דארשט זיינע ארטיקלען!!
מאנטאג אקטאבער 11, 2021 2:54 pm#483053
העניך האט געשריבן:כ'זע נישט וואס זיינע רשעות'דיגע קאלס האט א שייכות מיט דער דעבאטע צי ער העלפט יא איינעם צי נישט. טובי' מאיר ניימאן האט אפשר א צד חסד צו זיך, אבער ער איז אויך אן אראגאנטער אומפארשעמטער שלעכטער מענטש וועלכער האט נישט קיין פראבלעם צו פייניגן טויזנטער אידן.

כ'זע נישט אז דאס זאל זיין א סתירה. אפשר וועט ער עווענטועל אנקומען צו גן-עדן צוליב חסד וואס ער טוט, אבער ער וועט העכסט ווארשיינליך דארפן פלאקערן אין גיהנום פאר דעם.

וואס וועט דעמאלטס זיין ר' בערל וועט מיטגיין אין גן עדן. אדער ער וועט בלייבן אין טוביה מאירס גיהונם הערן די ראבא קאלס?
מאנטאג אקטאבער 11, 2021 4:21 pm#483054
העניך האט געשריבן:כ'זע נישט וואס זיינע רשעות'דיגע קאלס האט א שייכות מיט דער דעבאטע צי ער העלפט יא איינעם צי נישט. טובי' מאיר ניימאן האט אפשר א צד חסד צו זיך, אבער ער איז אויך אן אראגאנטער אומפארשעמטער שלעכטער מענטש וועלכער האט נישט קיין פראבלעם צו פייניגן טויזנטער אידן.

כ'זע נישט אז דאס זאל זיין א סתירה. אפשר וועט ער עווענטועל אנקומען צו גן-עדן צוליב חסד וואס ער טוט, אבער ער וועט העכסט ווארשיינליך דארפן פלאקערן אין גיהנום פאר דעם.

הרב העניך שליט""א: איך הער וואס דו זאגסט און איך קען עס פארשטיין. אבער לאמיר א מינוט באטראכטן וואס דער מצב איז דא. ער (טובי' מאיר) שטעלט אן ראבא-קאללס אז ס'זאלל קלינגען צו מענטשן אין זייער הויז (און אפשר אפיס אויך). אמת. אז ס'קען אמאל זיין נודנע (אין ענגליש, .."עננאיאינג").. אבער היינט האט דאך א יעדער קאללינג איי. די.."...! ווען מ'זעהט (אויפ'ן קאללער איי. די) אז ס'איז ער, דארף מען גארנישט טון. נאר איגנארירן דעם קאלל.

איך פערזענליך קען נישט עמפאטירן מיט דעם שטורם וואס דער עולם מאכט דא, ווייל מיר שטערט עס בכלל נישט. אפגעזעהן פון דעם חסד וואס (לשיטתו) קומט ארויס דערפון. יא. טעלעפאן רופן פון שווינדלערס און ..."קאן-מען"...דאס שטערט מיך דווקא יא. אבער מ'האמיר דאך געשמועסט אז ער טוט דווקא יא חסד. איז דאס ביסל אומבאקוועמליכקייט קען איך אוועקקוקן. ס'איז דאך נישט סוכ"ס א גאנצן טאג. מאקסימום וואס איך האב באקומען איז 3 קאללס א טאג. אויך נישט יעדן טאג.

ע"כ. לדעתי איז עס נישט אזא הארבע זאך ווי דער עולם (א טייל) שילדערט עס. מ'קען אפשר זאגן אויף דעם וואס די משנה זאגט אין פרקי אבות..."יצא הפסידו בשכרו"...!

נ.ב.: איך בין נישט קיין באצאלטער (אדער אומ-באצאלטער) אגענט פון זיין ארגאניזאציע...!
מאנטאג אקטאבער 11, 2021 5:35 pm#483057
וואס מיינסטו, ר' בערל, זעהט מען אויף די קאללער איי.די.?
מאנטאג אקטאבער 11, 2021 11:02 pm#483063
שמעקעדיג: געוויינליך זעהט מען דעם נאמען אויך. לאמיר זאגן די מור וקציעה, אדער די חלבנה ולבונה ארגאניזאציע. אבער די נאמבער זעהט מען זיכער.

כמו שאמרתי. מיין אידענע, זז"ג, ווען זי באמערקט אויפ'ן קאללער איי.די. דעם אויבנדערמאנטן נומער אדער עטליכע נומערן, ווילל זי עס גלייך אויסמעקן. איך זאג. איך בעט. לאז איהם רעדן. וואס אהרט עס דיך. געלט געסטו (און איך) ממילא נישט...!
מאנטאג אקטאבער 11, 2021 11:56 pm#483064
לכם ולא לי, סקלינגט נישט ביי מיר די ספעם. אבער סקלינגט יא ביי די עניים שאינם הגונים פון אינדיע.

אויב קען איך טוישען, וואלט איך געטוישט צו ר' טובי' מאיר
דינסטאג אקטאבער 12, 2021 8:26 am#483072
פערינא: לא זכיתי להבין את דברי קדשיך. יאירו נא דבריך לפנינו...! ביטע זיי מסביר מער פונקטליך דיין נקודה...!
דינסטאג אקטאבער 12, 2021 8:47 am#483073
איך בעסיקלי זאג אז ר' טובי' איז נישט ערגער ווי די ראבא קאולס וועגען די קאר וואראנטי. יעדער באקומט ראבא קאולס. איך באקום נישט זיינע קאולס אבער איך הער נישט אויף באקומען קאר וואראנטי קאולס פון אינדיע. וואלט שוין בעסער געווען טובי' מאיר. על כל פנים קיינער זאל זיך נישט אנריידען אז מ'קען לעבען בזמן הזה אן קיין ספעם.

האט שוין ירמיה הנביא געזאגט צו גאט. זיי מעניש מיינע שונאים מיט עניים שאינם הגונים. ליידער בין איך נישט זוכה צו ספעם הגוןַ

ספעם איז א חלק פון די היינטיגע לעבן.
דינסטאג אקטאבער 12, 2021 8:35 pm#483111
פערינא: ייש"כ פאר מסביר זיין בטוב טעם ודעת.

מדי דברי. אז מ'רעדט שוין פון ספעם. איך האלט אין איין באקומען בריוון אויף פאסט און אין אי-מעיל פון קאר דילערס וואס לשיטתם גייען זיי דיך גליקלעך מאכן. אבי דו זאלסט נאר קויפן א נייע קאר ביי זיי. אדער לכה"פ איינטוישן דיין איצטיגע קאר. ווען מ'ליינט די קליינע אותיות זעהט מען אז די מציאות איז ממש די פארקערטע פון וואס זיי זאגן דיר צו , לכאורה. יא. זיי געבן דיר א נייע קאר. און אפילו א הלוואה פון ,ביז 40,00 דאללער.אבער דאס מוז זיין ..."סעקיור'ד"... פארזיכערט מיט ריעל עסטעיט אדער א באנק אקאונט וואס דו דארפסט משעבד זיין צו זיי...! אויף א הויעכן יערליכן פראצענט...! די אלע בריוון גייען גלייך אין גארבידזש ...!