Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
א פשוטע יוד #
איך קען פערזענליך א בחור וואס קומט פון גאר א היימישע שטוב, פאר ער איז אריין אין די פייער דעפארטמענט איז ער אויך געווען היבש שוואך, אבער זייט ער איז אריין איז פלוצלינג געווארן מותר פיל מיט זאכן, דער גייט שבת אויף קאלס און איך ווייס פאר א פאקט אז ער פרעגט נישט קיין רב, סא ביטע הער אויף האקן אין קאפ און כאפ דיך נישט ארויף אויף דעי גראז שניידן, דעס איז פונקט אזוי חילול שבת
איך קען א אינגערמאן וואס איז געווען א געהעריגע ערליכע אינגערמאן, געהאט א שיעור יעדן טאג, געהיטן שבת. פון ווען ער איז געווארן א ריעל עסטעיט אגענט און גייט ארום ווייזן הייזער פאר אלע מיני איז ער געווארן ממש שוואכער און שוואכער אויף אזוי ווייט אז היינט איז ער שוין עובר אויף די הארבע עבירה פון יחוד. אנפאנג פלעגט ער גאר שטארק זיין אפגעהיטן ווען ער איז אליינס אין א הויז מיט א פרוי, אבער ער איז ליידער געווארן צוגעוואוינט צו די ביטערע מציאות און היינט גייט אים עס ליידער שוין נישט אן.
עס איז צייט פאר יחזקאל ווייס צו עפענען א אייגענע ריעל עסטעיט פירמע וואס וועט נאר אריינעמען אפגעהיטענע אינגעלייט.
ווייסט וואס נאך ער זאל עפענען? א גראסערי, א געלעזער געשעפט, א פלאמינג פירמע און אזוי ווייטער יעדע פירמע וואס קומט אויס אז חשובע אינגעלייט זענען עובר אויף הארבע איסורים צוליב זייער פליכט.