Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » קאווע שטיבל • ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש - אינטערנעט רבי

קאווע שטיבל • ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש - אינטערנעט רבי

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
10 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 27 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #14886
מיטוואך אקטאבער 20, 2021 5:55 pm#483610
ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש - אינטערנעט רבי
מ'האט שוין אסאך מאל ארויפגעברענגט בילדער פון זיינע ציטאטן און דברי גאונות ופקחות אויף אינטערנעט און סמארטפאונ'ס, און איך מיין אז ער פארדינט זיך שוין אן אייגענער אשכול פאר זיך.
אין די אשכול איז ער שוין אביסעל בארעדט געווארן אבער איך וויל אויסברייטערן די נושא.
ווער איז ער? מה טיבו?
וואס וויל ער מיט זיינע קוריאזע, מאדנע סטיטמענטס אויף די מענטשען מיט סמארטפאונס?
וועלכע קליענטעל באדינט ער?
ווען האט ער זיך דערקלערט אלס סאמע שפיץ פיקוח און די אינטערנעט מערכה, אז ער מיז יעדע שטיק צייט לאזן פאלן א.ג. פסקים -וואס איז נישט געשטויגן און געפלויגן- איבער די מענטשען מיט סמארטפאונס?
חוץ די טרויעריג בארימטע שונד-בלעטל 'השמיענו את קולך' איז דא נאך איינער וואס הערט איהם אויס??

אויב איינער האט מער דעטאלן ביטע ארויפקומען.
מיטוואך אקטאבער 20, 2021 5:58 pm#483611
צווי פון זיינע שטיקער חכמה
דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 12:20 am#483622
א לייק פאר די קעפל
דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 9:14 am#483640
גיב א שמייכעל האט געשריבן:צווי פון זיינע שטיקער חכמה

גיב א שמייכל: איך קען נאר זאגן אזויפיהל אויף זיינע..."פסקים"...און אויף איהם אליינס אלס ערנסטער מענטש..."לאל" לאל. שברים תרועה לאל, לאל, לאל...!
דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 9:18 am#483642
ס'איז נאר אינטרעסאנט צו באמערקן אז די אלע גדולים וקדושים וטהורים וועלכע קומען ארויס מיט אלערליי מאדנע אזויגערופענע ..."פסקים"...קומען נישט ארויס מיט א פסק דין אז ערליכע אידן טארן נישט (לשיטתם) גיין נעמען געלט צו אזעלכע הייזער און פון אזעלכע מענטשן וועלכע האבן סמארטפאונס און אנדערע טמא'נע כלים, רחמנא ליצלן ...!
פרייטאג אקטאבער 22, 2021 2:52 am#483700
די פראבלעם איז נאר אז ער פארקויפט זיך אלס מורא'דיגער חכם ופיקח, ער הייסט דאך און אויפגעקלערטער אביסל, דאס איז דער חורבן,
לכאורה דאס איז א וועג וויאזוי ער באדעקט זיינע שמוץ ווייל ווי מער ער האקט אויף אינטערנעט ווייזט ער פאר יעדן איינעם ווי פרום ער איז.
זונטאג דעצעמבער 05, 2021 5:29 pm#487343
וואט דע העלל איז ראנג וויט דיס גאי?

.
זונטאג דעצעמבער 05, 2021 6:38 pm#487345
שמעקעדיג האט געשריבן:וואט דע העלל איז ראנג וויט דיס גאי?

.


די פרעיגסט ווהאטס ווראנג ווהיט הים?
איך פרעיג ווהאטס רייגהט ווהיט הים?
איך האב נאכנישט געהערט קיין איין נערמאלע ווארט ארויסקימען פון זיין פתח פתוח.
מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 4:02 am#487370
איך געדענק נאך ווען איך בין געווען א בחור וואס איז אריינגעגאנגען אין ישיבה, און ער האט דעמאלט געעפענט זיין ישיבה אור תורה. ער האט געהאלטן א בין הזמנים דרשה פאר אלע בחורים נישט נאר פאר זיין ישיבה, האט ער דארט געזאגט בתוך הדברים אז א בחור דארף מתפלל זיין אז זיין ראיה זאל זיין שוואך אז ער זאל דארפן האבן גלעזער צו זעהן, אזוי אז ווען ער גייט אין גאס זאל ער עס קענען אויסטוהן די גלעזער כדי נישט צו זעהן קיין ראיות אסורות. דאס איז געווען די לעצטע מאל וואס איך ביל געווען אינטערסירט צו הערן זיינע השקפות.
מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 10:17 am#487388
טשאוזן פיעפל: א משוגע'נער און א היפאקריט. מיט א מייק...!