Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
443 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 926 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #4680
דינסטאג אוגוסט 13, 2019 2:34 am#434751
נישט יוצא געווען די פירסום. ווען ער האט ווען נאך עקסעס צו גוגל, וואלט ער געזעהן אז "ילמדי" שרייבט מען מיט א "ו" צום סוף...
דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 9:41 am#439468
הרב משה הלל הירש, ראש ישיבת סלאבאדקא, איז געווען אין לעיקוואד נאך געלט פאר זיין ישיבה. א חדר האט איהם געברענגט צו רעדן צו די עלטערן וועגען פארשידענע ענייני חינוך. איינער פון די שאלות איז געווען – א מיידעל איז געגאנגען מיט א פאר חברתה'ס ערגעץ און זי זעט פלוצלונג אז די שקיעה קומט און זי האט נאכנישט געדאווענט. זי קען נישט שמו"ע אויסערווייניג, און זי האט נישט קיין סידור. זי דאווענט יעדען טאג מנחה (כמו שפסק המ"ב) און זי וויל נישט פארפעלן. איינער האט איהר געמאלדען א סמארטפאון פון וואס זי קען דאווענען. זאל זי דאווענען דערפון צו נישט?

הרב הירש האט געזאגט אז טאמער עס האט א פילטער, מעג זי. טאמער נישט, זאל זיי זיין זייער פארזיכטיג יענעם נישט צו באליידיגען, אבער זי זאל ענדערש דאווענען צוויי שמו"ע'ס ביי מעריב.

א לאקאלע צייטונג אין לעיקוואד האט געדרוקט די שמועס, אבער זיי האבען עס צענזורירט. איינער פון די צענזורירונגען איז געווען אין די שאלה. זיי האבען געשריבען 'טאמער עס האט פילטער מעג זי. טאמער נישט, זאל זי נישט דאווענען, זי מעג דאווענען צוויי מאל מעריב'.

מ'קען עס ליינען דא אויף דף 206.

ערגעץ האבען די שומרים פארטיילערס זיך אריין גערוקט דארט.
דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 9:54 am#439472
מיינסט צו זאגן זיי האבן אויסגעלאזט די חלק אז מ'טאר נישט באליידיגען?
דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 10:04 am#439474
יא, אוודאי.

איך האב זיי געשריבען א בריוו, לאמיר זען צו זיי וועלען עס דרוקען.

דער אמת איז, די גאנצע תשובה זיינער האב איך אויך נישט פארשטאנען. א מיידעל וויל דאווענען מנחה, וואס גייט עס איהר אן צו עס האט א פילטער? סיידענס אז ער האלט אז זי גייט למעשה נישט דאווענען דערמיט, נאר ארום שפאצירען די נעט. אבער אויסצולאזען די בין אדם לחבירו איז א פשע.
דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 2:39 am#439897
ביסט גערעכט מיט די טענה. אבער אויפן עצם פסק יש לומר דהנה געוויסע ענדרויד עפפס מאכן אז ס'זאל ארויפפאפן עדס דורכאויס די גאנצע פאון. ווי אויך איז דא געוויסע עפפס וואס ווייזן א "בעננער" עד די גאנצע צייט. ממילא אויב ממאכט א בלענקעט-היתר צו דאווענען פון אזא פאון קען עס גרינגעהייט צוברענגען צו א מצב וואס וועט אריינגיין אינעם גדר פון איינער וואס שטעלט זיך דאווענען במקום וואס ער גייט נישט קענען מכוון זיין - למשל אויף א שמאלע פלאץ א.א.וו. - וואס דאס איז אסור ע"פ הלכה. איך רעד שוין נישט פון דעם וואס קען אמאל ארויפאפן אן עד וואס עפ"י הלכה איז אסור צו דאווענען בפניו (דעפענדינג אויף וואס יענער מיידל האט געקויפט אויף עמעזאן נעכטן וכדו'...).
והגם דקרוב לודאי אז ר' משה הילל האט נישט דאס געמיינט מ"מ אפי' דברים בטלים של ת"ח צרי' לימוד כש"כ ד"ת.
דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 9:14 am#439905
טראכטכמוני האט געשריבן:ביסט גערעכט מיט די טענה. אבער אויפן עצם פסק יש לומר דהנה געוויסע ענדרויד עפפס מאכן אז ס'זאל ארויפפאפן עדס דורכאויס די גאנצע פאון.


איך קען נישט אלע עפּפּס, אבער איך נאך מיין רב האט גע'פסק'נט אז היינטיגע צייטן מוז מען דאווענען בימות החול מיט א סמארטפאון, היות אז זיי שטעלן אויס די דאווענען נאר וואס איז שייך ביי די תפלה, קומט אויס אז ווער עס דאווענט אינעם סמארטפאון, איז נישט שייך צו פארגעסן קיין יעלה ויבוא וכדומה, און דאס פארמינערט צו איבער דאווענען צוויי מאל שמונה עשרה און מען איז נישט עובר פון איבערזאגן גאט'ס נאמען אומזינסט, און נאכדערצו וואס לויט געוויסע פוסקים איז די גאנצע איבער דאווענען היינט צוטאגס א שאלה וויבאלד רוב מענטשן האבן נישט אינזין אפילו די ערשטע ברכה פון שמונה עשרה. ע''כ האב איך געטראפן אן עפּפּ אויף מיין ענדרויד פאון וואס הייסט סמארט סידור, איך בין זיך מחי' דערמיט און איינע פון די מעלות וואס עס האט, ווען איך גיי אריין צו די עפּפּ דאווענען מאכט עס מיין פאון אויף do not disturb מאוד און עס קען נישט אריינקומען קיין מעסעדשעס אדער פאון קאולס. היוצא לנו מכל זה, מען וועט מוזען נאכאמאל אריינטראכטן און די דברים בטלים של ת''ח וואס עס האט געמיינט.
דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 10:12 am#439907
אבער מען טאר נישט דאווענען נעבן א דבר ערוה, און א סנארטפאן לדעתם האט א הלכה פין א דבר ערוה, ממילא קען מען נישט דאווענען אין דעם, ווייל אפילו אויב מען דאווענט דארף מען איבער דאווענען.
דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 10:25 am#439909
פארוואס זאל די סמארטפאון זיין מער א דבר ערוה, ווי געוויסע מוחות פון מענטשן.
דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 10:43 am#439911
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
chosen people האט געשריבן:איך קען נישט אלע עפּפּס, אבער איך נאך מיין רב האט גע'פסק'נט אז היינטיגע צייטן מוז מען דאווענען בימות החול מיט א סמארטפאון, היות אז זיי שטעלן אויס די דאווענען נאר וואס איז שייך ביי די תפלה, קומט אויס אז ווער עס דאווענט אינעם סמארטפאון, איז נישט שייך צו פארגעסן קיין יעלה ויבוא וכדומה...

...מען וועט מוזען נאכאמאל אריינטראכטן און די דברים בטלים של ת''ח וואס עס האט געמיינט...

...פארוואס זאל די
סמארטפאון זיין מער א דבר ערוה, ווי געוויסע מוחות
מענטשן...

אזויווי די ביסט דאך חכם קומט זיך דיין דברים בטלים אויך א פשט׳ל... נו, וועל איך פארטייטשן.
דיין רב האט גערעדט וועגו ״ דיין״ פאון, דו ביסט דאך נישט פון די מענטשען וויאס זיייערע מוחות ליגן אין דבר ערוה (ווי ערווענט אז אויב יא ביזטו לדעתך אסור בתפילה אין די גאנצע גערעדעכץ דא איז נישט נוגע)
קומט דאך ווייטער אויס אז דיין בראוזינג היסטערי איז שמעקעדיג קלין, ממילא איז נישטא די חשש ערוה בהעד״ס. טא אויב אזוי איז אפשר טאקע מהודר דו אליינס זאלסט טאקע דאווענען אין דייין פאון משא״כ די לעיקוואודער זשורנאל וואס האט גערעדט צום המון עם... ואלו ואלו דברי...
דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 12:06 pm#439913
איך ווייס נישט וואס הרב משה הלל ווייסט פון סמארטפאונ'ס, אבער טאמער א סמארטפאון אן א פילטער איז א הארבע זאך, א הנחה וואס איך קען אננעמן, ט'זאל מען יעצט נאכגעבען די זאך פאר א מיידעל'ס מנחה? איך זעי נישט אז הרב משה הלל זאל זיין אזא עקסטרעמיסט טאמער ער האלט אז יא.
עדס זענען נישט די פראבלעם, נאר באופן כללי א סמארטפאון אן א פילטער.
נאר דא איז די שאלה נישט צו מ'זאל האבען א סמארטפאון אן א פילטער, נאר צו מ'מעג בארגען אזא פאון פאר א פאר מינוט.

גראדע, די איבעריגע חלק פון די דרשה איז בכלל נישט עקסטרעם געווען, ער האט גערעדט זייער רואיג, און איין מאל האט ער גערעדט שארף, דערנאך האט ער זיך אנטשולדיגט איידעלעהייט.
ווען ער האט גערעדט פון טעקנאללאדזשי, האט ער אויך גערעדט געלאסען. ער האט געזאגט אז די וועלט איז פול דערמיט היינט, און ממילא איז וויכטיגער ווי סיי ווען אז די קינדער פון גאר יונג זאלען זיך פרייען מיט אידישקייט און שפירען ווי עס איז א חלק פון זייער לעבן, כדי צו פארמיידען שפעטערע פראבלעמן מיט אמונה צו תאוות. ער האט נישט גע'אסר'ט, ער האט נישט געשריגען דערוועגן, און ניטאמאל דערמאנט די פרטים וואס די גרויסע רעדנערס לעקן די פינגערס דערמיט.
מאנטאג יאנואר 27, 2020 7:13 pm#442147
מ'האט פארטיילט צו אלע עלטערן וואס האבען קינדער אין כתה ח', וואס גיין נעקסטע יאר אריין אין 'מתיבתא', וואס הייסט ביי ענק ישיבה קטנה.
Igud Hamesivtos Lanu Ulvanainu.pdf
(807.9 KiB) אראפגעלאדנט 193 מאל
דינסטאג יאנואר 28, 2020 1:12 am#442163
גראדע זייער רעספעקטפול געשריבן, אין פארגלייך צו די חסיד'ישע מוסדות.
דינסטאג יאנואר 28, 2020 8:59 am#442170
שמעקעדיג האט געשריבן:גראדע זייער רעספעקטפול געשריבן, אין פארגלייך צו די חסיד'ישע מוסדות.

די נוסח איז נישט דער נושא, די אינהאלט איז.
אין לעיקוואד, ביז יעצט, האבען די מוסדות זעלבסט קעיר גענומען פון די נושא. זיי האבען געהאט אחריות אויף וואס זיי טוען, און זיי האבן נישט געקענט איבערציען די שטריק. יעצט וואס מ'האט עס איבערגעגעבן צו א נייעם מוסד, א נאמענלאזע מוסד, וואס מעג נעמען וויפיל געלט זיי ווילן פאר זייערע סערוויסעס, איז עס א סכנה 'לנו ולבנינו'. איך האב געהערט ווי איינער פון דיש וויצערס רעדן פארוואס מ'מאכט די נייע פראגראם, און די חברה זענען ממש געפערליך. רעדן רעדן זיי איידל, אבער זיי זענען אינגאנצן פארפוילט.
מאנטאג פעברואר 24, 2020 10:01 pm#443348
וואס גייט ר' בערל טויבער זאגן ביים נעקסטען אינטערנעט דרשה ?
די חברה זענען געווען ביזי אז דער גרויסער ביליאנער פארמאגט נישט קיין סמארט-פאון - קל וחומר א אידיש קינד
ואנה אנחנו באים ????
Daily Mail US
@DailyMail
Billionaire Warren Buffett FINALLY trades in his $20 Samsung flip phone for Apple's latest model handset -but says he will only be using it as 'a phone'
דינסטאג פעברואר 25, 2020 10:20 am#443367
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:וואס גייט ר' בערל טויבער זאגן ביים נעקסטען אינטערנעט דרשה ?
די חברה זענען געווען ביזי אז דער גרויסער ביליאנער פארמאגט נישט קיין סמארט-פאון - קל וחומר א אידיש קינד
ואנה אנחנו באים ????
Daily Mail US
@DailyMail
Billionaire Warren Buffett FINALLY trades in his $20 Samsung flip phone for Apple's latest model handset -but says he will only be using it as 'a phone'

ער גייט דאס נאר ניצען אלס א פאן און דאך איז די מארקעט געפאלען מיט מער וואו 1000 פוינטס
זונטאג אפריל 19, 2020 2:08 am#446069
אויף קול מבשר איז דא אן עד, יעצט אין דער צייט פון סאושעל דיסטענסינג, דערווייטערט אייך פון סאושעל מידיע...

איך וואלט געזאגט פארקערט, אסאך מענטשן האבן יעצט אריינגענומען אינטערנעט אינדערהיים צום ערשטע מאל, די פילטער קאמפעניס זענען געווען בעקד אפ ווייל עס זענען אריינגעקומען אזויפיל נייע דעווייסעס, מוסדות האבן צוגעשטעלט קלאסן דורך טעכנאלאגיע. איז דאס נישט א קלארע מעסעזש פון הימל..?
זונטאג אפריל 19, 2020 2:14 am#446071
יא, אויף וואס ווארטן זיי??? וויפיל מענטשן דארפן נאך שטארבן אז זיי זאלן כאפן די מעסעדש??? וואס נאך ווילן זיי ס'זאל געשעהן זאל חס ושלום נישט אויסגערעדט זיין??? דער באשעפער האט ענק נאכנישט גענוג געוויזן?! ווי בלינד דארף מען צו זיין נישט צו זעהן די אפענע השגחה פון הימל??? יא, זאג מיר, וואס נאך דארף דער באשעפער טון???
מאנטאג אפריל 20, 2020 5:57 pm#446258
הדסים האט געשריבן:אויף קול מבשר איז דא אן עד, יעצט אין דער צייט פון סאושעל דיסטענסינג, דערווייטערט אייך פון סאושעל מידיע...

איך וואלט געזאגט פארקערט, אסאך מענטשן האבן יעצט אריינגענומען אינטערנעט אינדערהיים צום ערשטע מאל, די פילטער קאמפעניס זענען געווען בעקד אפ ווייל עס זענען אריינגעקומען אזויפיל נייע דעווייסעס, מוסדות האבן צוגעשטעלט קלאסן דורך טעכנאלאגיע. איז דאס נישט א קלארע מעסעזש פון הימל..?


נאכמער פון דעם, קוק ווי די קהילות געבן ארויס צעטליך חדשים לבקרים יעדן שני וחמישי אין די יעצטיגע תקופה, פונקטליך ווען די רבי גייט פיהרן טיש אדער משמיע זיין דברות קודש, פאר וועם פונקטליך שרייבט מען די צעטליך אויב נישט פאר די טריפה'נע וואטסעפפ?
מאנטאג אפריל 20, 2020 11:42 pm#446307
פאר וועם האט מרדכי דוד 45 געדאווענט אויפן פארטש?

פאר די אנשי וואטסעפפ
זונטאג מאי 03, 2020 2:48 am#447479
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
זיי בעהטען זיך מען זאל נישט נתפעל ווערען פון וואס מען ליינט אויפען אינטערנעט כהאב געמיינט אינטערנעט איז אסור?!!בילד

Sent from my SM-A105F using Tapatalk
זונטאג מאי 03, 2020 7:45 am#447538
דאס איז א מורא'דיגע אנטוויקלונג! איך האב באמת געזוכט אן אשכול פאר שבת אריין צו לייגן די הערה.

אלע אידישע צייטונגן, מיט די גאנצע אנטי-אינטרנט מערכה, אנערקענן פאר ביזנעס אז דער עולם האט אינטרנט, אן די אלע פילטערס פון די מוסדות. טאמער דער מאמענט קען מאכען א הויפט ארטיקל פון 'איך קום נישט צו דיר אויף שבת', מיינט עס אז זייער ליינערשאפט ווייסן אלע פון די געשיכטע. און איך האב נאך צענדליגע מקורות צו דעם, פון נייעס, פיקציע און מיינונגן וואס ווערן געדרוקט אין צייטונגן.

יעצט האט קהל סאטמאר (נאר איינער פון די פינף פראקציעס, אבער צוואנציג פערצענט איז נישט גארנישט) אפיציעל ארויס געגעבן א צעטל אז מענטשן ליינן און שרייבן אויף די אינטרנט, און קהל מוז זיך ספראוון דערמיט.

פופצן יאר שפעטער, האבן זיי זייער שנעל געכאפט!
דינסטאג מאי 12, 2020 8:33 am#448444
דאס איז מער קוריאז ווי נאריש; הגם זיי האבן א נקודה. מען דארף אכטונג געבן.
דינסטאג יוני 02, 2020 10:44 am#450267
חבירים לויפטס און קויפטס סטאקס ביי ''פאקס מאשינען'' פירמעס.

בילד

https://www.bhol.co.il/news/1105680
מאנטאג יוני 22, 2020 11:21 pm#452630
.
מאנטאג יוני 22, 2020 11:40 pm#452633
המלוכה והממשלה האט געשריבן:.

הענטשקעס איז גענוג אדער זיי מוזן חתמ'ענען מיט א stylus פען?
דינסטאג יוני 23, 2020 1:56 pm#452755
המלוכה והממשלה האט געשריבן:.


עס דארף ארויסגעברענגט ווערן לשבח די "קאנסיסטענסי" אספעקט דערפון.
מיטוואך יוני 24, 2020 10:52 pm#452982
ומי במים

.
דאנערשטאג יוני 25, 2020 12:45 am#453002
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
אוי וויי, איך פאר נישט דורך די האדסאן! וואס טוט איך??
כ'רוף יעצט מיין חתן מדריך!
פרייטאג יולי 03, 2020 11:02 am#453651
אויפ'ן אינוויטאציע?

.
זונטאג יולי 05, 2020 6:43 am#453704
גוטטמאן איז א שוואגער מיטן גרינדער פון די שומרים קארטלעך.
זונטאג יולי 05, 2020 2:01 pm#453720
אבער די פירצה פון שרייבן די בתולה'שאפט פון שרה חנה בפני קהל ועדה גייט ווייטער אן .
זונטאג יולי 05, 2020 10:14 pm#453773
די שטרעכל אינעם חתנ'ס נאמען איז אויך נישט אוועקצומאכן.
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 1:54 am#458150
באלעבוס צום ארבייטער: פארוואס האסטו היינט געשפעטיגט עטליכע שעה? דו ווייסט נישט אז יעצט איז א ביזי צייט אין די ביזנעס?
ארבייטער: איך ווייס, אבער מיר האבן היינט געהאט א אויסטערלישע דילעי ביי שחרית פון עטליכע שעה!
בעה"ב: א דילעי? אזא לאנגע? וואס איז פשט?
ארבייטער: א קשיא אויף א מעשה... אזוי איז געווען דער פאקט! איך וועל עס נישט מפרט זיין מחמת כבודו פון יענעם איד.
בעה"ב: און וואס האבן ענק געטון בשעת די פאר איבריגע שעה?
ארבייטער: מיר האבן קודם געליינט אלע גליונות פון "השמיעיני את קולך", און נאכדעם האבן מיר אויסגעהערט אלע מעסעדזשעס, אנגעהויבן פון מעסעדזש 4589632157 ביז טריליאן א האלב.

.
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 1:32 pm#458164
דאס איז אין סתירה מיט'ן פסק אז מען טאר נישט געבן קיין עלי' פאר איינער וואס האט א סמארטפאון
דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:36 am#461666
אריגינעלע בילד פון הבדחן יואל לעבעוויטש ביי די "אידן פאר טראמפ" ראלי.

WhatsApp Image 2020-10-28 at 6.29.04 PM.jpeg



געדעקט אין די מידיע:

WhatsApp Image 2020-10-28 at 6.29.03 PM.jpeg
דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 2:51 pm#461672
וואס ווייסען מיר...
דער רעבע פארארבעט מיטן פאטשיילע
דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 3:38 pm#461674
אין מאמענט.

WhatsApp Image 2020-10-29 at 3.36.13 PM.jpeg
היכי דמי האט געשריבן:

אריגינעלע בילד פון הבדחן יואל לעבעוויטש ביי די "אידן פאר טראמפ" ראלי.

הקובץ המצורף WhatsApp Image 2020-10-28 at 6.29.04 PM.jpeg לא זמין יותר.



געדעקט אין די מידיע:

הקובץ המצורף WhatsApp Image 2020-10-28 at 6.29.03 PM.jpeg לא זמין יותר.
דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 8:04 pm#461681
מנחם ציון האט געשריבן:דאס איז אין סתירה מיט'ן פסק אז מען טאר נישט געבן קיין עלי' פאר איינער וואס האט א סמארטפאון

וועמענס פסק ?
מיטוואך דעצעמבער 09, 2020 7:18 pm#463935
Capture.PNG
מאנטאג מערץ 22, 2021 2:43 pm#468831
אין די לעצטערע יארן בכלל, און אין די מערכה פון סמארטפאונס בפרט, שטייגט ארויס די "דברי חכמה" פון געוויסע רבנים וועלכע יעדער פרובירט איבערצושטייגן דעם צווייטן מיט זיין מער קיצוניות'דיג...

איינע פון די רבנים וואס פארנעמט א גרויסע אויבן-אן דערין, איז ר' יצחק אלעזר מאשקאוויטש, וואס שוין יארן זוכט ער ארויסצושטארצן אלס איינער פון די סאמע קיצוניות'דיגע מצומצמ'דיגע מחמירים על כל צעד ושעל, מיט באמבאסטישע סיקריקישע סטעיטמענטס וואס אנדערע רבנים טרויען זיך נישט צו זאגן.
מאנטאג מערץ 22, 2021 4:27 pm#468834
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
. בילד
פרייטאג אפריל 23, 2021 12:51 am#471145
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
ווער עס האט אונז אביסל יצחק אלעזר האטליין זעהט ער איז בכלל נישטא קיצוני ער איז גאנץ אויפגעקלערט כלםי אנדערע רבנים נאר וואס ער מאכט עס גוט ער דארף זיך אנעקדאטן ווי זייער א פרומער.

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
פרייטאג אפריל 23, 2021 6:22 am#471153
שמעקעדיג האט געשריבן:אין די לעצטערע יארן בכלל, און אין די מערכה פון סמארטפאונס בפרט, שטייגט ארויס די "דברי חכמה" פון געוויסע רבנים וועלכע יעדער פרובירט איבערצושטייגן דעם צווייטן מיט זיין מער קיצוניות'דיג...

איינע פון די רבנים וואס פארנעמט א גרויסע אויבן-אן דערין, איז ר' יצחק אלעזר מאשקאוויטש, וואס שוין יארן זוכט ער ארויסצושטארצן אלס איינער פון די סאמע קיצוניות'דיגע מצומצמ'דיגע מחמירים על כל צעד ושעל, מיט באמבאסטישע סיקריקישע סטעיטמענטס וואס אנדערע רבנים טרויען זיך נישט צו זאגן.

זינט די חברה גלייבן דאך געווענליך אויך אין די רמזים איז אינטערסאנט צו אנמערקן אז די סופי תיבות פון זיין נאמען מאכט שקר. שקר דובר וכסף נוטל.

און במספר קטן: שאץ מיט'ן כולל באטרעפט סמאל.
פרייטאג אפריל 23, 2021 10:01 am#471162
טאקע אינטערסאנט, מאסקאוויטש האט אייביג געהייסן אלס אן אויפגעקלערטער קלוגער מענטש, אבער די השמיעיני את קולך גליון ציטירט פון אים וואך איין וואך אויס הוילע שטותים אז סכאפט א פחד אז דאס זענען אונזערע חכמים....
מוצ"ש אפריל 24, 2021 11:27 pm#471209
און וואס איז מיט די געלט וואס קומט אריין? וועלן זיי עס נעמען?

7FAEB512-1A10-419D-96C1-C129B0449A3C.jpeg
זונטאג אפריל 25, 2021 2:33 am#471249
איך גלייב נישט אז די צעטיל איז עכט אונטערגעשריבן דורך די חברי הצלה וואס ווערן דערמאנט אונטן פון די צעטיל, אפשר פון סקווירא יא
זונטאג אפריל 25, 2021 2:40 am#471250
תרמב האט געשריבן:איך גלייב נישט אז די צעטיל איז עכט אונטערגעשריבן דורך די חברי הצלה וואס ווערן דערמאנט אונטן פון די צעטיל, אפשר פון סקווירא יא

הצלה פון קרית יואל און הצלה פון סקווירא זענען ניטאמאל אויף די הצלהטאן פראגראם. פארוואס זאלן זייערע מעמבערס שרייבן אזא צעטיל.

עס איז פאלש פונקט אזוי ווי אלע אנדערע "מעסדזשעס" פון השמעיני את קולך.
מוצ"ש מאי 29, 2021 10:36 pm#474068
אמ"ג
זונטאג מאי 30, 2021 4:49 pm#474117
היכי דמי האט געשריבן:און וואס איז מיט די געלט וואס קומט אריין? וועלן זיי עס נעמען?

7FAEB512-1A10-419D-96C1-C129B0449A3C.jpeg

די בעסטע אדווערטייזמענט פאר די הצלה-טאן וואס כ'האב נאר געזען... :lol: :lol:
מיטוואך יוני 02, 2021 10:06 pm#474541
צוברעכן סטאנציע.
גרויסע ישועות בדוק ומנוסה!