לעצטנס הענגען אין די שולן מאדנע פלאקאטן מיט א ציל אנצוקומען צו 18,000 חתימות פון היימישע מענטשן וואס גייען נישט "אריינקוקן" אין א סמארטפאון פון יעצט ביז חנוכה, לרפואת דעם הייליגן סקולענער רבי'ן שליט"א...
די נארישקייט דערפון איז פילפאכיג.
קודם כל די עצם איידיע, וואס איך גלייב אז אפילו אין הימל לאכט מען שוין דערפון. וואסי דאס נישט "אריינקוקן" אין א סמארטפאון? וואס איז מיט א לעפטאפ? א טעבלעט?
(גראדע זעה איך זיי שרייבן "וכדומה"). וואס איז נעבעך די סמארטפאון געווארן לעצטנס דער שעיר לעזאזל? פארוואס נישט א קאמפיין "נישט קוקן קיין שמוץ", וואו אימער? פארוואס זאל מען נישט קוקן אין א סמארטפאון כשר'ע זאכן? איך זעה דארט טעקסט מעסעדזשעס, בילדער פון רבי'ס, פי.די.עפ'ס פון גליונות, און צומאל נוץ איך עס פאר א סידור, וכדו'... איז דאס נישט בעסער ווי קוקן מיין פאסט וואס האט אפט אומאיידעלע בילדער? אדער געוויסע גוי'אישע צייטונגען אדער מאגאזינען? פארוואס איז דער סמארטפאון - אפילו מיט א גוטן פילטער - געווארן דער חפץ של איסור?
נאכדעם כל, דער גאנצער קאמפיין האט נישט קיין זין. ווייל סוף כל סוף יעדער קומט אן צום טרקלין, וואס דער וועלט איז דאך נאר א פרוזדור, און הגם איך וואונטש דעם סקולענער רבי זאל זיין געזונט און לעבן ביז די 150 געזונטערהייט, איז נאריש צו טראכטן אז ער גייט לעבן אויף אייביג, אפגעזען פון וויפיל חתימות די "וועד והתקדשתם" וועט באקומען. כמעט יעדער קען מעיד זיין אויף געוויסע קאמפיינס וואס זענען אין די ענדע מיאוס אדורכגעפאלן, צי מ'האט זיך מקבל געווען ענינים בקדושת בית הכנסת אדער צניעות, וויפיל מאל וויל מען פון הימל אנדערש און מען שרייבט נאכדעם אין די צייטונגען אז די "שערי רחמים זענען שוין געווען פארשלאסן"...
און בכלליות האלט איך אז זיי גייען בדרך הטבע נישט קענען צוקומען צו אזא ציל, ווייל עס זענען נישט פאראן קיין 18,000 מענטשן במחנינו וואס 'קוקן נישט אריין' אין קיין סמארטפאון, מסתמא ניטעמאל קיין 10 אלפים (אדער 5 אלפים) אויך נישט, אודאי זענען פאראן אזעלכע וואס פארמאגן נישט קיין אייגענעם סמארטפאון, אבער נישט אריינקוקן אין איינס?? שטעלט אייך פאר די עסקנים שאפן בלויז 17,900 חתימות און די גאנצע קאמפיין פאלט צוזאם, פונקט ווי א גאו-פאנד-מי קאמפיין אויב מען קומט נישט אן צום ציהל....
און וואס איז דער ענין "ביז חנוכה"? נאר ביז חנוכה דארפן זיי דעם רבי'ן?