Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
443 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 926 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #4680
זונטאג יאנואר 29, 2017 11:19 am#361036
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:.


הוא מותיב הוא מפר"ק?
מיטוואך פעברואר 08, 2017 7:16 pm#362321
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
בילד

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך פעברואר 08, 2017 9:17 pm#362330
נישט קיין פלאטץ מיט תקנות נאר א פאבליק פלעס , נישט קיין ערוואקסענע נאר קינדער
m http://www.vosizneias.com/261753/2017/0 ... ell-phone/ m
פרייטאג פעברואר 10, 2017 1:52 pm#362491
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
בילד

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג פעברואר 10, 2017 5:25 pm#362508
גוט פאררוקט...

אויף די פראגע צי מיינע קינדער ווייסן וואס איז דאס א סמארטפאן, איז דער תירוץ ליידער "יא". א דאנק די הייליגע שומרים קארטלעך.
מיטוואך פעברואר 15, 2017 12:14 pm#362888
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
בילד

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך פעברואר 15, 2017 4:25 pm#362898
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נאך איין מזל איך האב נישט קיין אייפאון, נאר א על-דזשי
דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 1:57 am#362929
א שיין צעטל דאס. וועלכע ווארט שטייט אונטן נאך פרי חיים?
דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 7:56 am#362934
אלא מאי מוז זיין אז עס איז א קאוד פון אונזער אמאליגע שטילע.
דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:11 pm#363721
די חכמי לאנדאן וואס זענען נארמאל היפש אינטערשטעליג, זענען זיי אבער די מערסטע פארגעשריטן ווען ס'קומט צו איסורים אויף די "טעכענאלאגיא"..

נישט צו לאנג צוריק איז איינעם בייגעפאלן צו מאכן א תקנה, אז מ'טאר נישט ארויס נעמען קיין סמארטפאון אין ביהמ"ד, מיט די טענה אז ס'נאר פאר פרנסה, און דער ביהמ"ד איז נישט קיין אפיס. איי די פאון ניצט מען צו רעדן, טעקסטן און אהן א שיעור נאן ביזנעס רילעיטעד עניינים, דאס האבן זיי נישט געטראכט. בכל אופן, די תקנה איז געווען זייער סוקסעספול און ס'האט זיך אריבער געכאפט צו אנדערע חסידות'ן אין קהילות, און דאס איז היינט די סטענדערד, ב"ה..

יעצט איז מען דא מיט א פרישע תקנה! נישט ארויס נעמען די פאון אויפן גאס! אויב וויסט טשעקן דיין אימעיל אויפן גאס, זיי מוחל גיי זיך אפיר דעם נעקסטען פאבליק טוילעט, און באהאלט דיך דארט אינעווייניג.

דאס פרישע תקנה וועט אי"ה נתקבל ווערן בקרוב בקרב כלל ישראל במלוא תקפו. נעקסטע מאל כ'זעה דיר וואקן אויפן גאס מיט דיין סמארטפאון, און פלוצלינג פילסטע א שטיין אויפן רוקן, זיי וויסן אז ס'קומט זיך דיר. הפורץ גדר ישכנו נחש.

משנכנס אדר מרבים בשמחה. בילד
פרייטאג פעברואר 24, 2017 12:35 am#363733
אויב זייער היתר מיט א פילטער איז נישט שטארק גענוג נאר בצנעא דעמאלטס איי געס זייער הכשרים קען מען אויך נאר עסן בצנעא צוזאמען מיט טריפה'נען OU ואביזרייהו..
זונטאג מערץ 05, 2017 9:47 am#364489
אין לאנדאן האט מען געדינגן א גוי זאל שטיין פארנט פון סאטמאר 26 און מעורר זיין דעם ציבור
זונטאג מערץ 05, 2017 10:21 am#364494
אנבעליוועבל.
זונטאג מערץ 05, 2017 10:34 am#364497
נורא ואיום!
ווי קען אפילו אן ארעמער גוי פאלן אזוי נידריג, חביב אדם שנברא בצלם?
זונטאג מערץ 05, 2017 10:43 am#364503
ער ווייסט נישט וואס עס שטייט געשריבן אויף זיין העמד
זונטאג מערץ 05, 2017 11:02 am#364510
אבער ער פארשטייט אז פאר א סיבה האט מען אים באצאלט צו שטיין אזוי.

און דער איד? ער ווייסט דאך יא וואס שטייט דארט, ווי קען מען דאס אנטון א מענטש?
זונטאג מערץ 05, 2017 11:28 am#364512
פארפאלן.. די לאנדאנע זענען דא די מערסטע פארגעשריטן פלוצלינג..
איינער האט מיר געוויזן א קולא קורא פון אלע רבנים פון דארט, צו מחזק זיין די תקנה פון הרב פדווא, נישט ארויס צו נעמען די סמארטפאון ברבים.
אלע רבנים האבן ג'חתמ'ט ווי טאטעלעך אז מ'זאל זעהן צו אנהאלטן די תקנה, און מעורר זיין איינער דעם צווייטן.
זונטאג מערץ 05, 2017 1:31 pm#364530
בילד
זונטאג מערץ 05, 2017 2:23 pm#364540
איך זעה הרבנים שמעון קנאפפלער, דוד גרינהויז, ישראל מאיר גרינברג, זאב פעלדמאן און א"ד דוננער. ווער מאכט פרעשור דארט אז אפילו נישט חסידי'שע חתמ'נען?
זונטאג מערץ 05, 2017 2:34 pm#364544
אין לונדון זענען די ליטווישע אויך חסידיש
זונטאג מערץ 05, 2017 2:38 pm#364545
ס'איז דא אפאר חסידישער רבנים וואס איך וואונדער זיך אז זיי האבן געחתמ'עט (לויט וויפיל איך קען זיי), אבער קען זיין אז זיי ווילן נישט מ'זאל זיי בארעדען און ווערן די נער'נים פון שטאט וואס לונדון זענען עקספערטען אין דעם.
זונטאג מערץ 05, 2017 3:20 pm#364548
מיין רשימה איז נישט פון חסידישע ליטוואקס. הרב גרינברג האב איך אמאל גוט געקענט. ער איז נישט דער טיפ. הרב דונר, אפשר. הרב גרינהויז איז נעבעך א שבר כלי, און הרב קנאפפלער ווייס איך נישט.
זונטאג מערץ 05, 2017 9:51 pm#364591
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
לויט ווי כ'קען אנדערע רבנים, איז עס גרינגער ארויסצושלעפן א חתימה פון א רב, ווי צו שלעפן א האלבן דאלאר פון א פשוטע יוד. מ'גייט מיט א צעטיל, מ'האט אן אגענדע, מ'האט אינזען לשם שמים, וזהו. די רגע די האסט שוין אויפן ליסט די פאר הויפט רבי'ס אדער רבנים, וועלן שוין אלע חתמנ'ן, כדאי שלא לפרוש מן הציבור. ס'איז א געהעריגע ליצנות, און זיי מיינען נישט גארנישט.

כ'דענק נאך, מיט אסאך יארן צוריק, איז איינעם איינגעפאלן צו נעמען חתימות פון רבנים, אז מ'זאל חלילה נישט ארויס נעמען די סעלפאונס פון ביהמ"ד, אפילו נישט בשעתן דאווענען ( דעמאלס איז נאך נישט געווען קיין סמארטפאונס, איז געווען אזעלכע מיני מערכות.. ), אלע רבנים האבן דערויף ג'חתמט ווי וואוילע שעפעלך. ווי שיין איז געווען צו זעהן א גרויס חלק פון די חותמים האבן נישט געפאלגט זייערע אייגענע הוראות. שוין דער נעקסטע צופרי האב איך געזעהן איינע פון די הויפט חותמים דרש'נט הויעך אויפן קול. בקיצור, א רשימה פון רבנים, איז ביי מיר קיין שום באווייז, און קיין שום קשיא, כלם בטלים ומבוטלים מעתה ועד עולם, ס'איז ס"ה א באווייז אויף איין זאך, אז אן עסקן האט געהאט עפעס אן אגענדע, ותו לא מידי.
דאנערשטאג מערץ 09, 2017 11:53 am#365060
משוגע פון מינוט צו מינוט!

C6e4RTxU4AAnCUi.jpeg
דאנערשטאג מערץ 09, 2017 12:19 pm#365063
דאס איז א ליצנות, ביז צום מתחווי אנשטאט'ס מטחוי.

טאמער נישט, זעט מען אז מ'דארף א סמארטפאון פאר פרנסה, ווייל נאר איין עושר האט נישט קיין סמארטפאון.
מיטוואך אוגוסט 09, 2017 10:56 pm#381915
berlbalaguleh האט געשריבן:ביי מיר האטציך אייביג אריינגעגנב'עט א חשד אז דו ביסט א חסיד פון די שומרים קארטלעך. יעצט איז עס ב"ה ארויסגעקומען ...יצא המרצע מן השק...! בכל אופן.


חסיד? בכלל נישט

אויב אויף די הכרעה ליגט א שיגענער זיידע וואס לערנט א אייניקל א געים אויף אומגעפילטערטע פאון , און א צווייטער וואס שרייבט וועגן איזי אוףף פאר קינדער,
זאגן שוין חז"ל אז א מחטיא איז ערגער ווי איינער וואס רצחנט.
מיטוואך אוגוסט 09, 2017 11:17 pm#381919
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
היר ווי גאו עגעין, דער דזשוקער איז שוין דא. גדול המחטיאו וכו׳ אפילו מ׳האט נאך נישט פארציילט פון וועלכע עבירה מיר רעדען דא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך אוגוסט 09, 2017 11:39 pm#381922
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: מ׳האט נאך נישט פארציילט פון וועלכע עבירה מיר רעדען דא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


א טאטע וואס איז מתאכזר ליוצ"ח אויף אזא פארנעם, האט געדארפט בלייבן א סינגל נישט ברענגן קינדער פאר זעלבסט מארד, היש לך מחטיא גדול מזה
מיטוואך אוגוסט 09, 2017 11:48 pm#381925
פון וואנעט נעמסטו אז עס איז געווען אומגעפילטערט ? און מיט א געפילטערטע מעג מען דען יא שפילן מיט די קינדער אויף א סמארטפאון דער קינד וועט דאך שוין נישט וויסן די חילוק

נאר וואס דען אומגעפילטערט מאכט די מעשה שרעקעדיגער
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 12:03 am#381927
גאנצל האט געשריבן:פון וואנעט נעמסטו אז עס איז געווען אומגעפילטערט ? און מיט א געפילטערטע מעג מען דען יא שפילן מיט די קינדער

צומות/חמלה
קידושין/פראות
ילד/דעקל
בי"ש/חכמת לב אהרן טוט מיישב זיין די פליאה'דיגע ברייתא דרב אויערבאך
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 12:09 am#381928
איין גראדע שאלה נעמט אים ארויס פון גלייכגעוויכט

האסט וואס צו ענטפערן ענטפער אלל אדערס איז נישט רעלעוואנ דא
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 12:13 am#381929
גאנצל האט געשריבן:איין גראדע שאלה נעמט אים ארויס פון גלייכגעוויכט

האסט וואס צו ענטפערן ענטפער אלל אדערס איז נישט רעלעוואנ דא


ס'נישטא וואס צו פארבראכן, לערנט דורך סוגית אריזאנע וצומת וזהו.
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 12:16 am#381932
דער זעלבער סיקריק ביי גיוס דער זעלבער סיקריק ביי סמארט פאון

א גראד ווארט נישט ענטפערן
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 12:24 am#381933
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
אפשר האט עס גערעגענט בשעת׳ן ווייזען די סמארטפאון פאר׳ן אייניקעל. אין אריזאנא, פארשטייט זיך נישט אין נ.י.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 12:30 am#381936
ס'קען זיין די גאנצע פילטער איז בטל געווארן אין עטליכע מאל ששים
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 1:09 am#381939
איש את רעהו האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: מ׳האט נאך נישט פארציילט פון וועלכע עבירה מיר רעדען דא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


א טאטע וואס איז מתאכזר ליוצ"ח אויף אזא פארנעם, האט געדארפט בלייבן א סינגל נישט ברענגן קינדער פאר זעלבסט מארד, היש לך מחטיא גדול מזה

ערט זיך דערשראקן פארן זוהר וואס מלערנט אין חדר. ווי קומט סודות אין חדר
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:34 am#382399
"נעבעך" איז אן אנדערסטעיטמענט (הלואי מיין זונ'ס מלמד דעפאזיט נישט מיינע טשעקס...)

.
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:48 am#382405
As if it's a true story...
און דער בעקער מיינט דא בכלל נישט דעם חלק פונעם טשעק יא דעפאזיט צי נישט, דער וויל זאלסט ליינען די פאר ווערטער ''די טאטע האט זיך געשפירט געטראפן". וועסט באמערקן דאס איז דער נערעטיוו וואס די אלע דזשאסעף גאבעלס פון אונזער צייט ווארפן אלץ אריין אין זייערע טעראר געבעקסן ס'זאל דעם ליינער דאכטן אז דער מיט'ן סמארטפון גייט אלץ ארויס דער געטראפענער...
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:49 am#382406
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
א מין וועלט דאס! איך ליין וועכנטליך די בלעטל און ס'לאזט זיך נישט גלייבן וויפיל מענטשען האבן געמאכט אן אייגענע רעליגיע פאר זיך. זיי האסן יעדע מענטש מיט א סמארטפאון, אפגעזעהן ווי וויכטיג ער דארף עס, אפגעזעהן ווי שטארק די פילטער איז. לפי ידיעתי האט נאך קיינער נישט ג'פסקנט אז קיינער טאר עס נישט האבן אפי' לצורך, און די חברה קומן דא אנזייען שנאה מיט האס אויף טויזענטער יודן יראים ושלמים. זיי קענען פארשפרייטן זייערע בויך וויי אין יעדער ביהמ"ד אין שטאט, אבער אונז דארפן מיר צוקוקן פון דער זייט ווי די ראציגע חברה באשמיצן אונז טאג איין טאג אויס.
איינמאל האב איך אנגערופן זייערע האטליין, און כ'הער דארט ווי דער עולם איז ביזי רעדן אז מ'דארף מאכן א טיילונג פון יעדער וואס נאר א סמארטפאון. און ס'גאר א כ"ש פון דער טיילונג אין אונגארן, ווייל דארט האבן דאך ביידע געהאט א מהלך ווי אזוי צו אויפטוהן פאר אידישקייט, ביידע האבן געמיינט לש"ש, אבער דא איז דאך יעדער איינער מודה אז דער סמארטפאון איז חזיר טרייף בתכלית האיסור, נו דארף מען זעכער מאכן א פעסטע טיילונג און ביי אונז זאל דאס זיין בבל יראה ובל ימצא.
דערפאר איז לבי אומר לי, אז די חברה וועלן סוכ"ס אויספירן און מיט זייערע פראפאגאנדע וועלן זיי עווענטיואל אויספירן א טיילונג ביי אלע היימישע קרייזן. סיידן אויב יעדער וועט זיך לאזן פון זיי, אדער מאכט מען שבת פאר זיך.
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:50 am#382408
הלוואי! מאך שוין דעם טיילונג.
Can't wait
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:52 am#382409
'ביידע צדדים דארפן זיין מער איינגעהאלטן'
ס'א וועלט וואס סיי לינקע און רעכטע גייען אלץ מער אוועק פינעם מיטלוועג און נייטן צו עקסטרעים.
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:59 am#382411
ווער האט אנגעהויבען
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:10 am#382412
diff האט געשריבן:ווער האט אנגעהויבען

די מנהל וועט קעירנעמען
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:14 am#382413
אהא, דערפאר נעמסטו זיך אן אויפן מנהלת און הנהלה
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:40 am#382420
.
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 2:05 pm#382431
עס האלט זיך אינמיטן ארגאנעזירן א גאטשעס פרי מנין שחרית מיט א בהמה'שע קבוצה אינגעלייט אין א באשיידענע ווינקל ביי אונז אין ווילי, אלעס צוגעשטעלט, שיינע ביהמ"ד, מקוה, קאווע לחיים, פת שחרית, קול מבשר, כל העולם כולו ועוד. פאר איטרעסירטע ביטע רופט 347-921-4161
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 2:06 pm#382432
Sick and getting sicker
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 2:49 pm#382435
געוואלדיג האט געשריבן:.

געוואלדיג: דאס איז דאך דער בראך מיט די חברה.זיי געבן זיך אוועק אויף א יעדן טריט.די העיליגע אידן וועלל8ן נישט מוותר זיין אויף קיין שום עולם הזה'דיגע באקוועמליכקייט. ...א שיין ביהמ"ד. א ווארעמע מקוה וואו זיך צו ווייקן. לחיים. (אן דעים גייט עס נישט). פת שחרית.ווען זיי זענען אמת' דיגע ערליכע אידן, קנאים, וואלטן זיי געלאפן צו אזא מנין. אפילו ס'זאלל זיין אין א בעיסמענט. אן די אלע זייטיגע עוה"ז'דיגע באקוועמליכקייטן...~!
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 3:06 pm#382439
אוי, זאגסטו גוט.
דאס דערמאנט מיר פון די וואס בעטען געלט צו זאגען תיקון חצות וועגען די געוואלדיגע מצוה און אויפטוה פון תיקון חצות.
פון דארט איז מען געגאנגען צו דער מנין תלמידי חכמים וואס וועלען נישט גייען אין שאוער אין די ניין טעג פאר דיר.

וואס איז ווערט זיין חומרות און עניינים, ווען דו אליינס האלט נישט דערביי נאר מיט געלט, צו א לחיים, צו א גוט הייסע מקוה?
ע"ז נאמר ׳יושבים באילן, אוכלים תאנה, ושומעים דברי תורה!׳
דינסטאג אוגוסט 15, 2017 5:13 am#382514
שמעקעדיג האט געשריבן:"נעבעך" איז אן אנדערסטעיטמענט (הלואי מיין זונ'ס מלמד דעפאזיט נישט מיינע טשעקס...)

.


מערקטס אז דאס איז מעסעדזש # 4192.

ווי אזוי זאגט מען אויף גויאיש? מיי ע**...