דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 11:15 am#147691
נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
לאור די הצלחה פון מיין אשכול טעראר מיטלען אינעם אינטערנעט מערכה ווי מען באריכטעט כסדר איבער טעראר מיטלען און רשעות וואס ווערט געטוהן דורך די משתלטים על הציבור בשם מלחמת האינטערנעט, און לאור דעם וואס ליינענדיג די חרדישע (אינטערנעטישע) פרעסע טרעף איך זיך אן טאג איין מיט טאג אויס מיט נייע נייעס און ענינים צו באריכטען, אבער נישט אלע פאסען אריין אין די טעראר אשכול, ווארום עס זענען דא זאכען וואס זענען שוין נישט קיין טעראר נאר לויטער קינדערישע נארישקייטן, עפן איך דא דעם אשכול ווי מען וועט באריכטען און ארומרעדן נארישקייטן און קוריאזן פון מענטשען אינם פעלד פון דעם אינטערנעט מערכה.
וזה יצא ראשונה: לכבוד די הייליגע טעג, באריכטעט דער Lakewood Scoop האט אן ערליכער איד אין לעיקוואד מחליט געווען אז עס איז עם נישט גענוג סימבאליש אריינווארפען די עבירות אין וואסער, נאר ער מוז ממש אריינווארפען זיין עבירה אין וואסער אריין, און ווער איז דען דער אבי אבות הטומאה? אוודאי, זיין טריפה'נע טאבלעט קאמפיוטער, און וויבאלד דער טאבלעט איז מוקצה האט ער נישט געקענט ווארטן אויף ראש השנה ביי תשליך עס אריינצוווארפען אין וואסער נאר האט מקיים געווען זריזים מקדימים למצוות און האט עס שוין אריינגעשליידערט אין לעיק. זייענדיג אזא עניו מפורסם און וועלנדיג מזכה זיין נאך אידען מיט דער געדאנק איז עם נישט גענוג געווען עס סתם אריינווארפען בצנעא נאר האט זאפארט אנגערופען די אלע גרויסע נייעס אגענטורען מיט די וואונדערליכע נייעס. זעהט אויס אז די אנטיסעמיטען שליחי השטן פון די גרויסע נעטווארקס וואס ווערן געשטיצט דורך עפל און סעמסונג האבען נישט געוואלט מפרסם זיין דער מעשה, און אזוי איז ארויסגעקומען אז דער איינציגסטער ברכיים אשר לא כרע לבעל, דער לאקלער היימישער לעיקוואדער אינטערנעט סקאפס סייט, איז גרייט געווען ארויפצולייגען די נייעס.
דער איד געט איבער אז א סמארטפון האט ער נאך, ווארשיינליך האבען די פיש אין וואסער עס נישט געוואלט, אבער ער האט ארויפגעלייגט אויף דעם א שטרענגע פילטער, און דורך דעם האט ער געקענט מקיים זיין מפרסמים עושה מצווה מפרסם זיין די וויכטיגע נייעס.
פארפאסט נישט די קאמענטס אין לינק, עס איז מובטח א זיס יאר פאר ווער עס ליינט זיי, ער וועט שמייכלען ביז די אנדערע יאר.