Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
443 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 926 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #4680
זונטאג מאי 04, 2014 1:53 am#198781
א נענטערע מקור האט מיר געטענה'ט אז די נומערען זענען געפעלשט, און די ריכטיגע נומער איז 84.67%
ווי אויך האט יענער געטענה'ט אז דאס איז נאר די עלטערען פון די נושרים, אבער ביי די נישט נושרים איז די נומער 76.42%
בילד
זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am#198784
כ'האב אויך געהערט אז 99% פראצענט פון נושרים קומען פון א שטוב וואו לפחות איינער פון די עלטערן האט חתונה געהאט.
זונטאג מאי 04, 2014 8:19 pm#198887
סטיווען קאלבערט טענה'עט אז מען זעהט בחוש אז פון ווען די איי פאון האט אנגעהויבן ארויסקומען האבן די וועטעראנען פון די צווייטע וועלט קריג אנגעהויבן שטארבן אין די מאסן...
דינסטאג מאי 06, 2014 3:31 pm#199230
כשם שהקב״ה לכל כך רבי שמעון?
מיטוואך מאי 07, 2014 11:37 am#199381
אזוי זעהט מען אויס
מאנטאג מאי 12, 2014 11:46 am#200120
מאנטאג מאי 26, 2014 3:18 pm#202620
.
דינסטאג מאי 27, 2014 9:19 am#202806
ליבאוויטש קעגן די אינטערנעט באנוץ
phpThumb.jpeg
phpThumb.jpeg (46.28 KiB) געזען געווארן 4034 מאל


באריכט איבער די מעמד

m http://www.shturem.net/index.php?section=news&id=72327 m :(
פרייטאג יוני 06, 2014 1:25 am#204536
ס'צרות... די קאזאקן קומען.
פרייטאג יוני 06, 2014 12:12 pm#204571
דער שרייבער פון די פאסטער מוז האבן שעפערישע טאלאנטען און צו דעם אלעם אויך א שטארקע סענס אוו הומער. זיין דרוש אין טפשות פארציילט אונז אז דער בעל הפאסטער האלט אז פיר מיט פיר איז פיר און דרייסיג. דו שוטה עולמי! איז דא איינער וואס האלט אז ראיות אסירות איז מותר?״ וואס קומסטו מיט אזא נאיווע א.ג. קאמישע פאסטער? וואס מאכסטו ליצנות?
זונטאג יוני 08, 2014 11:13 pm#204913
איז טע"ג א פע"ד אדער אן אפידעימיק?
חסד לאברהם
זונטאג יוני 22, 2014 8:44 pm#207481
א גאנצע ביכל ארויסגעקומען צו פראפעגאנדירן פאר קליינע קינדער.....
זונטאג יוני 22, 2014 8:44 pm#207482
.
מאנטאג יוני 23, 2014 7:16 am#207536
די וואס גיבן ארויס די סארט אינטערטעימענטס מינים ממינים שונים זענען אפטמאל אליינס האלבע שקצים. פובליצירן די שטותים פאר די געלט דערפון איז נאך אזוי אימאראל ווי דאווענען פאר'ן עמוד אין ימים נוראים מיט הרהורי כפירה.
זונטאג יוני 29, 2014 10:27 am#208442
ח
זונטאג יוני 29, 2014 10:34 am#208443
המשך?
זונטאג יוני 29, 2014 10:41 am#208445
געפילטע פיש האט געשריבן:המשך?
זונטאג יוני 29, 2014 11:03 am#208448
ההמשך מובן מאליו.. ואין מגלין אותו אלא לצנועין וד"ל...
זונטאג יוני 29, 2014 1:18 pm#208469
מען האט נעבעך געטראפען יענע סחורה אויפען כלי, און לייוו מיטגעהאלטען וואס דער נפטר פלאגט זיך נעבעך בעלמא דאתי
זונטאג יוני 29, 2014 2:48 pm#208485
שמעקעדיג האט געשריבן:ההמשך מובן מאליו.. ואין מגלין אותו אלא לצנועין וד"ל...

ואין מגלין אותו אלא לצנועין. ומאחורי הפרגוד, וד"ל. ואכמ"ל. ןדפח"ח... :? 8-) :roll: :twisted: :evil: :x :P :cry: :( ;) :o
דאנערשטאג יולי 17, 2014 12:34 am#212283
אין דער היינטיגער "די צייטונג"
דאנערשטאג יולי 17, 2014 12:37 am#212284
איך ציטער פון מיין לענדלארד....
דאנערשטאג יולי 17, 2014 12:39 am#212285
הרב אולמאן טשעקט אויס אלעס וואס ער האט געוואלט וויסן איבער די גרויסע וועלט. ער האפט די בחור ווען נישט אפהאקן די סערוויס פאר נאך א וויילע. ער וויל נאר טשעקן וואס איז דאס גאזא, קאסאם, און גראד וואס יעדער רעדט וועגן.
דינסטאג יולי 21, 2015 4:26 pm#290665
מיין רבי אין חדר פלעגט כסדר דערציילען א מעשה, ווי א שידוך איז בטל געווארן די לעצטע מינוט הערענדיג אז די צווייטע צד עסט קעטשאפ ביים סדר.. אינמיטען שולחן עורך...

ראו מה בין אלו לאלו ווי די דורות האבן זיך געריקט.
דינסטאג יולי 21, 2015 4:33 pm#290668
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
לאכטס און מאכטס חוזק, למעשה ביי אונזער ציבור ווי האבן א אייגענע מיינונג איז בבל יראה, און אלץ ווענדט זיך וויאזוי די פארפירערס דרייען אן, איז זייער מעגליך אס דאס וועט ווערן די נארמע
דינסטאג יולי 21, 2015 6:04 pm#290696
פרייוויליג, נישט געפערליך די געבאקענע מעשיות. לויטן ווארשעווער איז די זשאוק אויפן בעקער. אפגע'נער'ט האלב ווארשע אז ערגעץ האט א מחותן זיך משוגע געמאכט אעבעראיבער סעלפאנס. הי הי, די זשאוק איז אויפן שרייבער.
מיטוואך יולי 22, 2015 8:12 am#290894
יואליש - אליינ'ס באשליסען?! ביסט אין גאנצען משוגע?! דאס איז נאך טויזענט מאל ארגער ווי אינטערנעט, טוויטער, קלוגע פאון'ס, וכל שום וחניכא דאית להו.
פוי פוי פוי. ברענגסט ציונות אריין ביי אונז!
זונטאג אוגוסט 09, 2015 11:34 am#294597
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
בילד
זונטאג אוגוסט 09, 2015 11:44 am#294599
ס'דא אן ענין פון זיך גט'ן דאנערשטיג?
זונטאג אוגוסט 09, 2015 12:50 pm#294606
איז דא צוועלעף מסדרי גיטין אין ברוקלין?
זונטאג אוגוסט 09, 2015 12:54 pm#294609
טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
גאנץ אינטערסאנט,
נארמאל ווען איינער אין די קאמיונטי חלומט נאר פין זיך גטן ווייסט שוין די גאנצע שטאט בפרט מיט די היינטיגע וואטסעפפ עפאכע, אין דא ווייסט קיינער נישט דערפין..

אבי קיין איין פין דעי איז נישט פין מיינע באקאנטע (וועמען׳ס יא ווייס איך נישט),
זונטאג אוגוסט 09, 2015 1:06 pm#294613
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
כקען א גרוש וואס זיכט א שידוך קען איינער אפירברענגן די גרושה'ס
זונטאג אוגוסט 09, 2015 1:43 pm#294616
.
זונטאג אוגוסט 09, 2015 1:46 pm#294618
לסדר נותן לפניכם היום קללה :lol: :lol:
און מארזשארין?? דאס האט דאך אומגעזונטע פעטנס :P
זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm#294623
דאנערשטאג ואתחנן איז געווען די גיטין פריי צו מאכן די פעלד לכבוד חמשה עשר באב
זונטאג אוגוסט 09, 2015 3:43 pm#294640
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
איך בין נייגעריק. די כותבים פון די צעטיל האבען געשמועס'ט וואס צו שרייבען.
'יענקל, וויפיל גיטין זאל מען שרייבען איז געשען?'
'איך ווייס? שרייב פינעף הונדרעט'
'נעה, קיינער וועט דאך נישט גלויבען'.
'שרייב צוועלף. דאס איז א גוטע נומער'.

שטותים קענט עץ אויך נישט!?
זונטאג אוגוסט 09, 2015 3:50 pm#294642
איך מיין אז די סיבה איז פשוט, יעדע גט איז דאך א 12׳ער, שרייבן יענע בהמות אז עס איז געווען 12 גיטין.....
זיי שרייבן נאך די אמת אויכעט......
זונטאג אוגוסט 09, 2015 4:13 pm#294645
איך וויל וויסן פשט אין די לעצטע 3 ווערטער, "ומדה טובה מרובה".
איינער ווייסט?
זונטאג אוגוסט 09, 2015 4:17 pm#294649
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
שמעקעדיג האט געשריבן:איך וויל וויסן פשט אין די לעצטע 3 ווערטער, "ומדה טובה מרובה".
איינער ווייסט?


מיט א כשרע פאן קען מען נאך אפשר זוכה זיין צי מער ווי איין ווייב?.. ווער ווייסט
זונטאג אוגוסט 09, 2015 4:33 pm#294656
איינער אויף פעיסבוק פרעגט א באמבע קשיא :lol:

Let's do some math, shall we.
80
percent of 12 equals: 9.6, shouldn't it have been a whole number
This guy is not only bad at math he is bad at lying too. He just made up the numbers.
זונטאג אוגוסט 09, 2015 5:30 pm#294669
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
שטייעך נעבן א יונגארמאן פרייטאג און ער ליינט אפ דאס צעטל, ער נעמט זיך קראצן דעם קאפ. וואו בין איך געווען דאנערשטאג ואתחנן!?!?

.
זונטאג אוגוסט 09, 2015 6:28 pm#294674
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
C/P
איך וואלט אנשטאט דעם געשריבען גיטין

וועגען די עלטערן ווערן ציריסען פין צאלען אזא הויכען שכר לימוד,

גיטין וועגען די הויכע רענט פרייזען.

גיטן וועגען מען געט נישט קיין חינוך אין שולע,

גיטין אז מען דארף נישט לעבען אזא אונגערישען פלאנצעריי לעבען מיט די לעצטע סטיילס.

גיטן ווייל מען זיצט אינדערהיים מיט אלטע בחורים אין כלה מוידס אין עס איז נישטא ווער עס זאל טאן פאר זיי,

גיטן ווייל מען געט זיי נישט קיין חינוך אז מען מיז נישט האבען קיין קינד יעדעס יאר מיט אזעלכע שוואכע נערווען אין אזעלכע קליינע דירות אין מען געט שווער א היתר,

גיטין ווייל מען זארגט זיך נישט פאר זייערע פרנסות,

אין ווען איך וועל זען אנשטאט דעם גרויסען משומר טעוועלע וואס עס קאסט אפ 15 אלפים רענט א חודש, א שילד שידוכים אפיס פרנסה, אפיס, דירות אפיס, הילף פאר שכר לימוד אפיס, אט...... דענסמאל וועל איך וויסען אז די רעבנים מיינען עס ערענסטע, און ביז דעמאלט זאלן זיי מיך מנשק זיין ווי די אידן האבען גערוט, אין פראבירען זאלען זיי וועלן אוועקנעמען מיין טעלעפאן ווי מען זאגט אין ענגליש over my dead body
זונטאג אוגוסט 09, 2015 10:31 pm#294711
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
ווער זאגט אז גיטין איז אזא שלעכטע זאך אז א פאר פאלק קומט זיך נישט אויס פארוואס זאלן ביידע האבן א ביטער לעבן נעבעך פאר די וואס קענען זיך נישט אפשיידן (ווייל עס וועט זיין א בושה פאר די משפחה וכו' וכו')

אפשר קען מען מאכן א ישועה ווינקל ווי אידן זענען געהאלפן געווארן בזכות כך וכך צו האבן די געלעגנהייט אנציהייבן א פריילעך לעבען
רק כתבתי בדרך אפשר

Sent from my LG-P659 using Tapatalk
מאנטאג אוגוסט 17, 2015 11:16 am#296232
ביים סוף פון נחומס האטליין דרשה דע וואך האט ער א רעקארדונג פון א יונגערמאן וואס זאגט וועגען וואס סגעשעהן היינט אזויפיהל גטין
ווער סקען עס מעתיק זיין די רעקארדונג און ארויפלייגען למצוה גדולה יחשב
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 1:44 am#296451
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
בילד
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 8:19 am#296461
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
מ'האט אזוי אויפגערעגט די פרייער מיט דער נערישע צעטל
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 1:35 pm#296529
כמו שאמרו ז"ל, אין לך בן חורין אלא במי שעוסק בסמארטפאון, ועיי' במפרשים שם.
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 1:58 pm#296534
אן אישו פון א טישו
New York - Ad Comparing Smartphones To Holocaust Widely Condemned
וואס מ'געט אים יא, איז אביסל דעקונג און אטענציע