פארומס › קאווע שטיבל • יהא זכרו ברוך

קאווע שטיבל • יהא זכרו ברוך

2,321 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #150
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2016 10:04 pm#348976
Yossi Polock was 58

Had no kids of his own but we were all like kids to him.

Went with a shtreimel so was married at a short period.

Was always a sick person had asthma and other illnesses.

His father was Reb Aron Pollock from the most Hasidic Rabbis in Satmar A Shoichet.

Yossi was the most beloved person in Williamsburg used to throw candy from his bus while driving for us all the kids and call us cute knick names.

May his blessed memory be an inspiration to all of us to love and cherish others - even though he had the most unfortunate life than all of us - full of pain and sorrow but always with a boisterous smile to cheer up others.

תנצב"ה
דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2016 10:29 pm#348978
בד"ה
דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 9:25 pm#349554
ליפא
ברוך דיין האמת
מו"ה פייוויל ווייס ע"ה - ק"י
לא הניח אחריו זש''ק

עפעס דערציילט מען א מעשה וועגן אים און נאך תלמידים מיט'ן רבי'ן.
אינטערעסאנט אז ער איז נפטר כו אב

הוא היה אומר ''ס'וועט קומען א טאג וואס מ'וועט שוין מעגן טון אלעס אבער איך וועל שוין קיין כח נישט האבן.''
דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 11:08 pm#351281
ברוך דיין האמת

שמעון פרס ע"ה
פרייטאג אקטאבער 7, 2016 5:40 am#351872
Re: יהא זכרו ברוך
בד"ה הרה"ח ר׳ בנימין וויליגער ז"ל



lead, follow, or get out of the way
פרייטאג אקטאבער 7, 2016 6:01 am#351873
יעלה ויבוא: ווי אלט געווען...?
פרייטאג אקטאבער 7, 2016 6:19 am#351874
הרה"ח ר' יוסף בנימין בן הרה"ג ר' מרדכי ע"ה , געווען נאך ביים מנחת אלעזר, ביים ריי"צ פון ליובאוויטש , אין א תלמיד פונעם קלויזענבורג'ער רב , יהא זכרו ברוך.
פרייטאג אקטאבער 7, 2016 7:15 am#351877
Re: יהא זכרו ברוך
berlbalaguleh
יעלה ויבוא: ווי אלט געווען...?

95

lead, follow, or get out of the way
פרייטאג אקטאבער 7, 2016 8:09 am#351879
Re: יהא זכרו ברוך
יעלה ויבא
berlbalaguleh
יעלה ויבוא: ווי אלט געווען...?

95

lead, follow, or get out of the way

דיין חתימה קומט ארויס זייער גראב דא...
פרייטאג אקטאבער 7, 2016 8:12 am#351880
Re: יהא זכרו ברוך
סליחה

lead, follow, or get out of the way
פרייטאג אקטאבער 7, 2016 8:26 am#351882
ווי זאגט יענער,
... don't lead, don't follow, just get out of the way
פרייטאג אקטאבער 7, 2016 3:16 pm#351919
בד"ה
פרייטאג אקטאבער 7, 2016 4:00 pm#351923
בד"ה, זיך געהאלטן זייער פריש ביז ממש לעצטענס.
מ'קוקט זיך אזוי אים און מ'נעמט אין אכט אז ס'שוין כמעט נישטא ווער ס'קען דערציילן ערשטהאנטיג פון דער אלטערהיים.
ר' בנימין האט זייער ליב געהאט צו דערציילן למען ידעו דור אחרון. די שאלה איז נאר ווי באגלייבט ער איז געווען. איך בין געווארן טורנד אפפ ווען כ'האב געהערט אויף קול מבשר אן אינטערוויו ווי מ'האט אים געפרעגט וויאזוי ס'האט אויסגעזעהן א חנוכה ליכט צינדן ביים מנחת אלעזר אויף וואס זיין תשובה איז געווען: גיי אריין צום היינטיגע מונקאטשע רב וועסטי זעהן ממש די זעלבע ווי ביים מנח"א
גיוו מי עי ברעיק!
זונטאג אקטאבער 9, 2016 6:27 pm#352086
Professor Jacob Neusner, American academic scholar of Judaism

פון די גרעסטע מחברים בדורינו:
<a class="postlink" href="http://mobile.nytimes.com/2005/04/13/books/scholar-of-judaism-professional-provocateur.html">http://mobile.nytimes.com/2005/04/13/bo ... ateur.html</a>
מאנטאג אקטאבער 10, 2016 12:24 am#352125
Re: יהא זכרו ברוך
הרב בנימין צבי בערקאוויטש
מאנטאג אקטאבער 10, 2016 12:43 am#352127
בד''ה
געווען נישט געזונט??
מאנטאג אקטאבער 10, 2016 3:46 am#352136
בד"ה
פרייטאג אקטאבער 28, 2016 7:39 am#353072
הרבנית גיטל מאירזאהן. בתו היחידה של הגאון רפאל סולובציק בן הרב.
אשת הגאון פרץ מאירזאהן רב בית המדרש בריסק
פרייטאג אקטאבער 28, 2016 8:19 am#353074
ירמי'
הרבנית גיטל מאירזאהן. בתו היחידה של הגאון רפאל סולובציק בן הרב.
אשת הגאון פרץ מאירזאהן רב בית המדרש בריסק

בד"ה זי איז געוועהן נישט געזונט?
מיטוואך נאוועמבער 2, 2016 9:49 am#353398
📎 rps20161102_094913.jpg
דינסטאג נאוועמבער 8, 2016 1:44 pm#353964
📎 rps20161108_134330.jpg
דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 9:01 am#354202
בד''ה
אין בארא פארק קומט אן די שווערע בשורה מיט דער פטירה פין הגה''צ ר' שלמה הכהן גראס זצ''ל
דומ''ץ דקהילת בעלזא
אין דער עלטער פין 70 יאר

בשו''ט
דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 9:15 am#354203
📎 IMG-20161110-WA0017.jpg
דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 9:42 am#354204
Re: יהא זכרו ברוך
ער האט נעבעך געהאט אלטצהיימערס די לעצעטע פאר יארן
דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 9:52 am#354207
איך פלעג עם פרעגען שאלותץ ממש א יקר בתורה. מידות, און ירא"ש.
דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 11:26 am#354222
אלע זיינע חברים פון די ישיבה יארן דערמאנן כסדר ווי ער איז שוין געזעצן אין ביהמ''ד פירע פארטאגס חק ולא יעבור און געלערנט מיט זיין באקאנטע באסעווע שטימע.

נאך זיין חתונה איז ער געווען פון די ערשטע יונגעלייט מיט וועם האדמור מבעלזא שליט''א האט מייסד געווען זיין כולל מתיבתא בביתו אן ער האט עם שפעטער געשיקט קיין ב''פ צו ווערן דיין און שפעטער דיין ראשי. ער האט פארמאגט א שטארקע כוח הרבנות.
זונטאג נאוועמבער 20, 2016 11:54 am#355045
המשורר ר׳ בנציון שענקער ע״ה
זונטאג נאוועמבער 20, 2016 12:52 pm#355052
פונקט די וואך געווען באשריבען אין המודיע'ס ענין.
זונטאג נאוועמבער 20, 2016 3:52 pm#355064
Re: יהא זכרו ברוך
אוי וויי, דער אנטיק פידל וואס האט פאר א יובל און א האלב געשפילט מיט א פרישקייט, איז אנטשוויגן.
דער שעפערישער קוואל וואס איז נישט פארדזשאוועט געווארן פון עלטער, איז אויסגעלאפן.
ביי ר' בנציון איז מקוים געווארן בפשיטות דער עוד ינובון בשיבה דשנים ורעננים יהיו.
הערן ר' בנציון זינגן א ניגון, האט געמיינט הערן א שיעור אין נגינה, א לעקציע וויאזוי צו זינגן א ניגון.
די זיסע סטרונעס, ממוזג מתמציות לבו ונפשו, וואס זענען געפלאסן כנחל עדן, האבן אריינגדרונגען אין הארץ, ונבלעו באיברים, ולא יצאו מדופיים!

מי שראה פניו מאירות זינגענדיג א ניגון, ווייסט אז ס'אמת וואס מ'דערציילט אז ס'פאראן אזא וואונדערליכער זאך, וואס הייסט - א פשוט'ער-דערהויבענער איד.

ת. נ. צ. ב. ה.
זונטאג נאוועמבער 20, 2016 4:08 pm#355065
<a class="postlink" href="http://www.npr.org/2013/10/16/235525531/the-greatest-living-figure-of-chasidic-music">http://www.npr.org/2013/10/16/235525531 ... idic-music</a>
זונטאג נאוועמבער 20, 2016 5:57 pm#355070
כ'בין כמה פעמים געווען אין מאדזיצער שטיבל ביי די יאהרצייטען און איך האב אסאך גלערענט פון ר בנציון ע"ה.
ר בנציון איז געווען א זעלטענער בעל מחדש און פראפעסיאנעלער מוזיקאנט. ער האט געזינגען פון די נאטען זייער מדוקדק אין אויך קאמפאזירט ניגונים אויסגעהאלטען לויט די חוקים און כללי חכמת המוזיקא. ליידער זענען די היינטיגע מלחינים א באנדע אום עדיוקירטע בורים מיט רויע טאלאנט, און עס איז שטארק ניכר אין די בתי מדרשים ביי לכה דודי ...
זונטאג נאוועמבער 20, 2016 6:13 pm#355071
ליטוואק פון בודאפעסט
http://www.npr.org/2013/10/16/235525531/the-greatest-living-figure-of-chasidic-music

לינקצו א יו טוב קליפ
דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 2:31 pm#355415
<a class="postlink" href="http://mobile.nytimes.com/2016/11/23/arts/music/ben-zion-shenker-rabbi-who-wrote-prayer-melodies-dies-at-91.html?_r=1&referer=http://matzav.com/ny-times-publishes-tribute-to-rabbi-ben-zion-shenker-zl/">http://mobile.nytimes.com/2016/11/23/ar ... henker-zl/</a>
מוצ"ש נאוועמבער 26, 2016 8:27 pm#355488
ערשט געזען שבת אז א פאר וואכען צוריק איז יפה אליאך אוועק.
דער וואס האט געליינט איהר בוך אויף איישישאק ווייסט וואס דאס מיינט
זונטאג נאוועמבער 27, 2016 12:36 am#355509
מפוזרי: ווען דו האסט, אין דיין פאעמע לזכר נשמת ר' בנציון שענקער ע"ה געזאגט אז דער אנטיק פידל איז פארשוויגן געווארן האביך געמיינט אז דו האסט רוח הקודש. ווייל אין היינטיגן שבת איז דער אנטיק פידל קאסטרו פון ניינציג יאר (להב') אפגעשטארבן. ער האט נישט געמאכט זיין ווייב פאר אן אלמנה ווייל ער האט נישט געהאט א ווייב. אויך זיינע קינדער האט ער נישט פאריתומ'ט. ווייל ער האט נישט געהאט קיין לעגיטימע קינדער...!

דרך אגב. דער נאמען ..."פידעל"... האט גארנישט צו טון מיט א מוזיקאלישן אינסטרומענט. ס'מיינט..."געטרייער"...צו גאט.
ביי די מוסלאמינער איז דא א נאמען עבד'אללה. וואס מיינט ...עבד ה'...!
זונטאג נאוועמבער 27, 2016 10:43 am#355528
Re: יהא זכרו ברוך
ר' בערל, אז מ'רעדט פון ר' בנציון'ען איז רוח הקודש קיין חידוש. ווי אין פסוק שטייט: והיה כנגן המנגן ותהי עליו רוח ה'.

קען זיין אז ס'איז בבחינת זה לעומת זה, נעה... ר' בנציון איז געווען אסאך מער פראמענאנט.
זונטאג נאוועמבער 27, 2016 11:37 am#355532
מפוזרי: זיכער. איז עס דען א פארגלייך...?! ר' בנציון שענקער ע"ה איז געווען א טייערער איד, אן עובד ה'. וועלכער איז געווען בא בימים. ער האט עפעס אויפגעטאן זיין גאנץ לעבן. האט נישט געטשעפעט א פליג. און נאר געטון גוטס. לעומת זה, פידעל קאסטרו האט אנגעהויבן זיין יונג לעבן מיט כח, אכזריות און רציחה. כאטש ער האט געטענה'ט אז ס'איז אלעס פאר א גוטן צוועק. אבער אויפ'ן וועג צו זיין ציל האט ער און זיינע חברים געהרג'ט טויזנטער אומשולדיגע מענטשן און בארויבט נאך צענדליגער טויזנטער מענטשן פון זייער גאנץ פארמעגן וואס זיי האבן זיך געפלאגט אויף דעם זייער גאנץ לעבן. און אויך, הונדערטער קאמפאניס וואס ער האט קאנפיסקירט זייער פארמעגן אן אפילו צוזאגן איין פרוטה אין קאמפענסאציע. ס'איז אפילו דא שמועות אז זיין בעסטן חבר (א איד) וועלכער איז געווען זייער שטארק פאפולאר, און ר'האט מורא געהאט פאר קאמפעטישן, האט ער ערלעדיגט אז מ'זאלל איהם הרג'נען. נאכדעם האט ער געזאגט אז די מיליטער פון די רעגירונג האט איהם געהרג'ט.

אין אנהייב זענען געווען שמועות אז פידעל קאסטרא שטאמט פון אידן. ווייל דער נאמען ..."קאסטרא"... איז געווען באוואוסט צו זיין פון די גולי ספרד...! אבער די חוקרים האבן פעסטגעשטעלט אז ער שטאמט נישט פון אידן...!
זונטאג נאוועמבער 27, 2016 11:04 pm#355559
berlbalaguleh
דרך אגב. דער נאמען ..."פידעל"... האט גארנישט צו טון מיט א מוזיקאלישן אינסטרומענט. ס'מיינט..."געטרייער"...צו גאט.
ביי די מוסלאמינער איז דא א נאמען עבד'אללה. וואס מיינט ...עבד ה'...!

לפי"ז אינפידעלס (אזויווי די אראבער רופן אונז אן) מיינט "נישט געטריי"
מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 2:35 am#355564
אייז קריעם: יא. ממש אזוי. היינו פירושא ד'פידעל. והיינו פירושא ד'אינ-פידעל... 🙄 ...!
דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 10:34 pm#355680
הרב ר' אהרן ישעי פעקעטע ע"ה האדמור מהעלמעץ
מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 12:35 am#355698
הרב ר אהרן ישעי פעקעטע זל פלעגט פארהערן אין ישיבה ער פלעגט זיכער מאכן אז קיינער זאל זיך נישט פארשעמען
יהא זכרו ברוך
דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 2:56 pm#355913
[ציטאט אראפגענומען]
משה יודא וויינער.jpg
דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 3:03 pm#355915
.
דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 3:04 pm#355916
איך מיין חלילה נישט מזלזל צו זיין בכבוד הנפטר רח"ל. נאר מסביר זיין וויאזוי עס האט דאן געשפירט מיט צוויי יאר צוריק זומער פאר א פרעמדן קרייז פערזאן...
דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 3:09 pm#355917
איסר האטלקי
.

א דאנק פארן אראפ נעמען, און דעריבער בין איך אויך מעביר יעדע זכר
יה''ר שלא ישמע שוד ושבר
דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 3:30 pm#355924
די יצר טוב פון פאליטיק איז דא און אלע סארטן זמנים...
#קרעיזי
דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 3:46 pm#355929
קול מבשר האט באריכטעט די שוידערליכע טראגעדיע, אבער געמוזט אראפנעמען צוליב וואס עטליכע נאנטע משפחה מיטגלידער האבן נאכנישט געהאט געוויסט דערפון.
דער טאטע איז אצינד אויפן וועג צוריק פון מארילאנד, די מאמע אויפן וועג פון פלארידע.
די לויה וועט פארקומען אכט אזייגער בביהמ"ד סאטמאר הופער סט.
דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 6:45 pm#355957
איסר פליז מעק דיין זינלאזע אטאקע. דאס אז דער סאטמארער האט א לויז, און צומאל שמוציג צינגל מיינט נישט אז דו דארפסט דערפאר נידערן דעם ניווא פון קש.
דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 8:44 pm#355993
שוידערליך, מיין ברודער איז פונקט דארט געוועהן און געזעהן די גאנצע מעשה, השם ירחם.
דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 8:44 pm#355994
[ציטאט אראפגענומען]


ער האט זיך פארשמועסט מיט מיר 😂