פארומס › קאווע שטיבל • יהא זכרו ברוך

קאווע שטיבל • יהא זכרו ברוך

2,321 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #150
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
זונטאג מערץ 31, 2019 2:41 pm#427350
אין בני ברק בשעת הלוי'ה האט דער ראש העיר הרה"ג ר' אברהם רובינשטיין שליט"א (פארוועזענער מזכיר מועצת גדולי התורה - דגל התורה)
אויסגערופן געווארן אז ס'ווערן אויפגענומען 2 רבנים.
1. זיין זוהן ר' חיים יצחק אייזיק לנדא, (פלעגט וואוינען אין צפת"ו ביז איצטער, א ליובאוויטשער, א שטיקל מבין אין כשרות, דער רב ז"ל האט איהם לעצטנס מועיד געוועהן צו ממשיך זיין די מערכת כשרות)
2. הגאון ר' שבח צבי רוזנבלט שליט"א מראשי בד"ץ שארית ישראל.

נאך די פטירה פון הג"ר יעקב לאנדא זצ"ל רב ואב"ד בני ברק, וואס האט געשריבן אין זיין צוואה אז מ'זאל שטעלן זיין זוהן צו ממשיך דרכו זיין.
בשעת הלוויה האט דער יענטסמאהל-דיגע ראש העיר ר' משה אירנשטיין (א גערער חסיד) אויסגערופן אז הג"ר משה יהודא ליב וועט זיין מרא דאתרא.
ווי ס'ווערט געפסק'נט אין שולחן ערוך בפשיטות ווען א רב וואס שטארבט און ער לאזט איבער א זוהן וואס איז ראוי, אפי' אויב ס'איז פארהאן עמיצער וואס איז ראוי ממנו,
מדיני ירושה מוז מען עם ממנה זיין, פארשטייטזיך אז די חסידישע רביים ורבנים אין שטאט האבן איהם געשטיצט, והצטרף עמהם הג"ר חיים שאול גריינימן זצ"ל
משא"כ רב שך פון פוניבז' האט פארשטייטזיך מחמת אהבתו לחסידי ליובאוויטש וכבר אמרו חז"ל כי האהבה מקלקלת את השורה, האט פארשטאנען אז אט דער זוהן (הגרמי"ל) איז אינגאנצן נישט ראוי.
און רב שך האט געוואלט מ'זאל אויפנעמען ר' נסים קארעליץ לרפו"ש זאל ווערן רב אין שטאט. און אזויווי בשעת הלויה איז אויפגענומען געווארן הגרמי"ל,
האט רב שך נישט מכיר געוועהן אין דעם מינוי און ער האט געהייסן עפענען יענטסמאהל די בד"ץ 'שארית-ישראל'.
אפילו היינט נאך פטירת הגרמי"ל האט דער היינטיגער 'יתד' געשריבן כדלהלן:
"הגאון רבי משה יהודה ליב לנדא זצ"ל, בנו של הגאון רבי יעקב לנדא זצוק"ל רב אב"ד בני ברק, שעמד בראש מערכת הכשרות שהקים אביו זצוק"ל".
איך האב געזעהן און איך האב געוואלט ברעכן, אבער שוין, יד החסידים על העליונה, אויכעט אין די מערכת כשרות, ס'איז ניט פארהאן קיין 1 ערנסטע ליטוואק וואס האלט ניט פון רב לנדא'ס הכשר.
(אפאר פאליטיקאנטן יא, ס'האט זיך געדרייט א דזאוק, אז בשעת coca-cola האבן אנגעהויבן ארויף-לייגן די סטעמפל פון הגרמי"ל לאנדא זצ"ל
איז געוועהן אסאך ליטוואקעס וואס האבן אויפגעהערט צו דאס טרינקען, הגם פאר דעם האבן זיי זיך פארלאזט אויפן ou, אדער א ליסטע
וואס האט דאס מתיר געוועהן אן א השגחה, אבער אויף רב לנדא קען מען זיך ניט פארלאזן...)
מצד שני איך קען ניט קיין 1 ערנסטע נישט ליטוואק וואס פארלאזט-זיך אויפ'ן 'שארית-ישראל' כשרות-סיסטעם.
בפרט נאך גרויסע שערוריות וואס איז נתפרסם געווארן אין די בראשית יאהרן פון זייער כשרות, אבער שוין.

הכלל,
בסימן טוב ובמזל טוב זענען אויפגענומען געווארן 2 רבנים, דער זוהן וואס גייט פיהרן מערכת הכשרות (און אפשר אויך די עירובין, און מקוואות)
און ר' שבח וואס גייט אנפירן די אנדערע ענייני הרבנות והדיינות בעיר.
ביז א האלבע יאהר צוריק איז געוועהן אויך א תימנע'ר רב הג"ר שלמה קורח זצ"ל וואס האט זיך אויך געהאלטן אין א געוויסע זיהן אלטס מרא דאתרא.
שוין. והאמת והשלום אהבו.
מאנטאג אפריל 01, 2019 7:03 am#427419
שמעון וואלף האט געשריבן:קוקט אויס אז שמואל שלמה טעלער איז די שרייבער

כ'מוטשע מיך נאך אז דער חזו"א זאל מיר זיין א בינדינדע אויטאריטעט זאל איך נאך נעמען אויף מיר וואס שמואל שלמה פארטייטשט וואס א תלמיד פון חזו"א פארטייטשט וואס דער חזו"א האט זיך אמאל אויסגעדרוקט בתוך שיחה?? זענען די מענטשן אינגאנצן פארריקט?
מאנטאג אפריל 01, 2019 8:29 am#427424
בשנת תשמ"ו, הלך לעולמו הגר"י לנדא זצ"ל, רב העיר בני ברק. מאז פרצה לה המחלוקת העזה בין הרבנים הליטאים לבנו וממשיך דרכו הגאון רבי משה יהודה לייב לנדא זצ"ל.

היות ורוב החנויות בעיר בני ברק היו בכשרות הרב לנדא, הוקם גוף הכשרות 'שארית ישראל', כאשר בראשה עמד הרב חיים שאול קרליץ ז"ל. המהלך - נתפס כהכרזה על התנתקות של הליטאים מהחסידים.

הבוקר (א') חושף אתר 'כיכר השבת', כי מנהיג הציבור הליטאי הרב שטיינמן ז"ל, דיבר בשבחו של הרב לנדא, שעמד בראש מערך הכשרות שייצגה את ציבור החסידים, למרות המתיחות.

בווידאו שפורסם, נראה הרב שטיינמן משוחח עם הרב בן ציון הכהן קוק, ראש בית ההוראה הכללי ירושלים - על שורה של שאלות בנושאי כשרות.

לצפייה בווידאו - לחצו כאן!

הרב קוק מספר כי "כמה מתלמידיו שמקפידים לא להכניס לביתם מוצרים בכשרות של הרב לנדא". בתגובה לכך, עונה הרב שטיינמן תשובה מפתיעה ונחרצת: "ההכשרים שלו הכי טובים! הוא בן אדם מוכשר מאד. ההשגחה שלו טובה".

בהמשך דבריו, חושף הרב שטיינמן זצ"ל, כי מורו ורבו ה'חזון איש' זיע"א, הכיר את הבן הצעיר 'משה לנדא' וסמך עליו לא פחות משסמך על אביו.


m http://www.col.org.il/show_news.rtx?fro ... tID=117334 m
מאנטאג אפריל 01, 2019 9:59 am#427426
עס איז לייכט צו רעדן לאחר המעשה. יעצט וואס יעדער געניסט פון דעם אז חב"ד איז מחוץ למחנה, קען מען באוויינען דאס ׳שלא ימחה שבט מישראל׳. זאלען אלע מויל מאכערס געבן זייער טעכטער חתונה צו האבען מיט א ליובאוויטשער חסיד, טאמער זיי האלטען טאקע אז עס איז נישט קיין פראבלעם. אגודת ישראל האט געשפילט כאילו זיי נעמן זיך אן פאר׳ן כבוד פון דער ליובאוויטשער רבי, אבער למעשה האט מען נאר איהם געשטיצט אויף נישט צו גיין מיט הרב שך. נישט אין שלימות הארץ, נישט אין מיהו יהודי און נישט אין חסידות.

ווען רמי"ל לאנדא איז דער איין און איינציגסטע רב אין בני ברק, וואלטען זאכען אנדערש אויסגעקוקט. יעצט האט ער געהאט א גאר פיינע מערכת הכשרות, אבער זיין איינפלוס אלס ליובאוויטשער חסיד איז געווארען שטארק איינגעצוימט. נישט אנדערש ווי דער עדה החרדית אין ירושלים, וואס זייער מערכת הכשרות איז געלונגען און זייער ׳שיטות׳ זענען צום שפאט.

און דאס אז הרב שבח רוזנבלט גייט יעצט דארט אריין דארף זיין הימל שרייענדיגע נייעס. וואסי פשט אין דעם?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג אפריל 01, 2019 10:02 am#427427
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז לייכט צו רעדן לאחר המעשה. יעצט וואס יעדער געניסט פון דעם אז חב"ד איז מחוץ למחנה, קען מען באוויינען דאס ׳שלא ימחה שבט מישראל׳. זאלען אלע מויל מאכערס געבן זייער טעכטער חתונה צו האבען מיט א ליובאוויטשער חסיד, טאמער זיי האלטען טאקע אז עס איז נישט קיין פראבלעם. אגודת ישראל האט געשפילט כאילו זיי נעמן זיך אן פאר׳ן כבוד פון דער ליובאוויטשער רבי, אבער למעשה האט מען נאר איהם געשטיצט אויף נישט צו גיין מיט הרב שך. נישט אין שלימות הארץ, נישט אין מיהו יהודי און נישט אין חסידות.

ווען רמי"ל לאנדא איז דער איין און איינציגסטע רב אין בני ברק, וואלטען זאכען אנדערש אויסגעקוקט. יעצט האט ער געהאט א גאר פיינע מערכת הכשרות, אבער זיין איינפלוס אלס ליובאוויטשער חסיד איז געווארען שטארק איינגעצוימט. נישט אנדערש ווי דער עדה החרדית אין ירושלים, וואס זייער מערכת הכשרות איז געלונגען און זייער ׳שיטות׳ זענען צום שפאט.

און דאס אז הרב שבח רוזנבלט גייט יעצט דארט אריין דארף זיין הימל שרייענדיגע נייעס. וואסי פשט אין דעם?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


למעשה איז הרב לאנדא געווען פון די מערסט אנגענומענע רבנים אין די וועלט, נאו מעטטער וואס להבדיל דער ''רב'' שך האט געוואלט.
מאנטאג אפריל 01, 2019 10:04 am#427429
אוודאי אוודאי. זיין תשובות ווערן געלערנט אין יעדער ביהמ"ד, יעדער רב וואס האט געהאט א שאלה סיי וואו אין דער וועלט, האט געשיקט צו איהם, מ׳האט איהם גערופען צו דרשנ׳ן ביי יעדער גרויסע מעמד, יעדער יונגערמאן וואס האט געלערנט הוראה איז געגאנגען צו איהם פאר שימוש, קיינער רירט זיך נישט פון א פסק זיינער.

ממש ווי דו זאגסט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג אפריל 01, 2019 10:09 am#427430
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אוודאי אוודאי. זיין תשובות ווערן געלערנט אין יעדער ביהמ"ד, יעדער רב וואס האט געהאט א שאלה סיי וואו אין דער וועלט, האט געשיקט צו איהם, מ׳האט איהם גערופען צו דרשנ׳ן ביי יעדער גרויסע מעמד, יעדער יונגערמאן וואס האט געלערנט הוראה איז געגאנגען צו איהם פאר שימוש, קיינער רירט זיך נישט פון א פסק זיינער.

ממש ווי דו זאגסט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


יא, אשרינו אז מיר האבן געלעבט אין זיין דור!
מאנטאג אפריל 01, 2019 11:30 am#427437
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אוודאי אוודאי. זיין תשובות ווערן געלערנט אין יעדער ביהמ"ד, יעדער רב וואס האט געהאט א שאלה סיי וואו אין דער וועלט, האט געשיקט צו איהם, מ׳האט איהם גערופען צו דרשנ׳ן ביי יעדער גרויסע מעמד, יעדער יונגערמאן וואס האט געלערנט הוראה איז געגאנגען צו איהם פאר שימוש, קיינער רירט זיך נישט פון א פסק זיינער.

ממש ווי דו זאגסט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


יא, די תשובות ווערען טאקע געלערנט איבעראל אזוי ווי די אבי העזרי...
מאנטאג אפריל 08, 2019 5:13 pm#428087
הבחור החשוב שמעון הכהן בן פנחס ענצווייג האט צוריקגעגעבן זיין לויטערע נשמה צום אייבערשטן היינט ג' ניסן תשע"ט.

דא איז די דרשה פון ראש ישיבה ר' יואל ראטה שליט"א ביי זיין סיום הש''ס דריי יאר צוריק m https://youtu.be/RFlXq18fb6w?t=758 m
דינסטאג אפריל 09, 2019 1:06 am#428118
חת"ם סופר: ייש"כ. ס'האט מיר באמת געברענגט טרערן. טרערן פון שמחה. אז אונז האמיר אזעלכע טייערע אידן ווי הרב ר' יואל ראטה שליט"א וואס ברענגט אריין אהבת התורה ואהבת השי"ת אין די אידישע קינדער. און אונז מאכן פון עיקר א טפל. און פון טפל אן עיקר...!

מ'קען זעהן די שמחה אויפ'ן פנים פון דעם טייערן, געליטענעם בחור'ל. ווען ער איז מסיים די גמרא. און ער זאגט קדיש דרבנן. איך וואלט געזאגט אויף ר' יואל ראטה שליט"א דעם מאמר פון רביה"ק..."יש קונה עולמו בשעה אחת"...נאר ער טוט עס א יעדן טאג פון זיין לעבן. ער הייבט אויף און איז מחזק אידישע קינדער...!

דער טייערער בחור'ל שמעון זאלל האבן א לעכטיגן גן עדן. אין זכות פון די תורה וואס ער האט געלערנט מתוך צער...תנצב"ה...!
מאנטאג אפריל 22, 2019 5:12 pm#428871
הרבנית מפאפא ע"ה 101.
אשת חבר הגה"ק בעל ויחי יוסף זצ"ל.
דינסטאג מאי 07, 2019 2:40 pm#429870
נעכטן אוועק א חשובע פרוי בערך ארום 90 יאר אלט, מרת בת שבע גוטמאן פון וויליאמסבורג, מאמע פון ר' יודל, ר' חיים קלמן, ר' משה דוד וכו'.

יארן צוריק געהאט א געשעפט אויף לי עוועניו אינאיינעם מיט איר מאן ר' יצחק, Everything Plus.

יהי זכרה ברוך
מוצ"ש מאי 18, 2019 10:30 pm#430681
הרה"ח ברוך יודא שניצלער ז"ל :אויוויי: :אויוויי: :אויוויי: :-o
מוצ"ש מאי 18, 2019 10:32 pm#430682
יין שרף האט געשריבן:הרה"ח ברוך יודא שניצלער ז"ל :אויוויי: :אויוויי: :אויוויי: :-o

ברוך דיין האמת
הלויה של הרב החסיד רבי ברוך יהודה ב״ר משולם זושא שניצלער ע״ה
תהיה היום בלילה בשעה 11:15
לפני בית המדרש סאטמאר ראדני
ומחה השם דמעה מעל כל פנים
והחי יתן אל לבו
מוצ"ש מאי 18, 2019 10:57 pm#430690
יין שרף האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:הרה"ח ברוך יודא שניצלער ז"ל :אויוויי: :אויוויי: :אויוויי: :-o

ברוך דיין האמת
הלויה של הרב החסיד רבי ברוך יהודה ב״ר משולם זושא שניצלער ע״ה
תהיה היום בלילה בשעה 11:15
לפני בית המדרש סאטמאר ראדני
ומחה השם דמעה מעל כל פנים
והחי יתן אל לבו

Updated
זונטאג מאי 19, 2019 12:35 am#430694
אוי שרעקדיג
וואס איז געשעהן מיט ר' ברוך יהודה ?
איך האב נאר גערעדט מיט איהם לעצט וואך...
אויס געזעהן זעהר פריש...
זונטאג מאי 19, 2019 1:22 am#430698
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:אוי שרעקדיג
וואס איז געשעהן מיט ר' ברוך יהודה ?
איך האב נאר גערעדט מיט איהם לעצט וואך...
אויס געזעהן זעהר פריש...


הארץ אטאקע פרייטאג צונאכטס ל״ע
זונטאג מאי 19, 2019 1:52 am#430701
איך פלעג אים טרעפן אין קאנטרי גיין נאך געלט. אזוי גוט אויפגעלייגט געווען יעדע צייט. יעדעם געמאכט פילן ווי ער איז זיין בעסט פרענד. ווען מ'האט אים געזאגט א ווערטל האט ער אזוי געלאכט כאילו ס'איז די בעסטע זשאוק, דער עיקר צו מאכן יענעם פילן גוט.
ווי נעמט מען אזעלכע צדיקים
זונטאג מאי 19, 2019 9:26 am#430717
הרה״ח הישיש ר׳ יודא עביר ראזנבערג ז״ל מוויליאמסבורג. 93 מזקני וחשובי חסידי וויזניץ-מאנסי.

ר׳ יודל עביר שטאמט פון די פארצווייגטע וויזניצער ראזנבערג משפחה וואס שטאמען פון ביטשקוב און זענען אייניקלעך פון די צוואת אבא הרה״ח ר׳ אברהם ברוך ראזענבערג און פון די באוואוסטע וויזניצער חסיד ר׳ יודל עביר פון די גרויסע חסידים פון די אהבת ישראל זי״ע.


ער איז כל ימיו געגעאנגען נאך געלט פאר וויזניצער מוסדות פון וויליאמסבורג און נישט גענומען קיין פרוטה. פלעגט אויסהאלטן יתומים און אלמנות בהצנע לכת.

אויפגעשטעלט א הערליכע דור.

הרה״ח ר׳ נחום-ווילימסבורג,

הרה״ח ר׳ שלום- מאנסי (פון ראפא טייערס אויף פארק עוועניא)

הרה״ח ר׳ מנחם מענדל- ב״פ יו״ר חסד של אמת

הרה״ח ר׳ יצחק- מאנסי

הרה״ג ר׳ ישראל- דומ״ץ וויזניץ וויליאמסבורג

הרה״ח ר׳ יחיאל אלטר-מאנסי

הרה״ח ר׳ יעקב יוסף-מאנסי

זיינע איידעמער איז ר׳ שלמה מעהרינג, ר׳ יוסף וויינבערגער, הרב עמרם גרויז ז״ל מחסידי בעלזא.


ער איז געוועהן א פעטער פאר נחום פון די האטליין

יהי זכרו ברוך
זונטאג מאי 19, 2019 9:27 am#430718
C/P
מוראדיגע מוסר השכל וואס איך זעה
היינט, אזויפיל אידען זענען אין שאק באוויינען א אידל וואס האט סך הכל געגריסט יעדעם מיט א שמייכל... נישט געווען קיין עושר גארנישט געגעבן פאר קיינעם.. נאך אפילו גענומען ... אין יעדער באוויינט אים
זונטאג מאי 19, 2019 9:27 am#430719
ברוך דיין האמת. רבי יהודה עביר ראזענבערג ז״ל
אביו של הרב מענדל ראזענבערג
ראש חסד של אמתבילדבילד

Sent from my LGLS991 using Tapatalk
זונטאג מאי 19, 2019 9:49 am#430720
ר׳ ברוך יודא שניצלער׳ס מאמע איז געוועהן א מיללער. זיי זענען געוועהן וויזניצער חסידים פון אונגארן. שוועסטער פון הרה״ח ר׳ מענדל וואלף מיללער ז״ל פאטער פון הרה״ח ר׳ יענקל מיללער די באוואוסטע בדחן.
זונטאג מאי 19, 2019 10:50 am#430732
שבת אחים האט געשריבן:ר׳ ברוך יודא שניצלער׳ס מאמע איז געוועהן א מיללער. זיי זענען געוועהן וויזניצער חסידים פון אונגארן. שוועסטער פון הרה״ח ר׳ מענדל וואלף מיללער ז״ל פאטער פון הרה״ח ר׳ יענקל מיללער די באוואוסטע בדחן.

און יארמע רב'ס מאמע איז געווען א שניצלער, א שוועסטער פאר ר' ברוך יהודה'ס טאטע... און יארמע רעביצין איז א שוועסטער פאר ר' ברוך יהודה... יארמע רב איייסערט זיך אלץ אז ער איז מער שניצלער ווי זיין ווייב און זיין ווייב איז מער מילער ווי איהם...
זונטאג מאי 19, 2019 12:42 pm#430744
שבת אחים האט געשריבן:הרה״ח הישיש ר׳ יודא עביר ראזנבערג ז״ל מוויליאמסבורג. 93 מזקני וחשובי חסידי וויזניץ-מאנסי.

ר׳ יודל עביר שטאמט פון די פארצווייגטע וויזניצער ראזנבערג משפחה וואס שטאמען פון ביטשקוב און זענען אייניקלעך פון די צוואת אבא הרה״ח ר׳ אברהם ברוך ראזענבערג און פון די באוואוסטע וויזניצער חסיד ר׳ יודל עביר פון די גרויסע חסידים פון די אהבת ישראל זי״ע.


ער איז כל ימיו געגעאנגען נאך געלט פאר וויזניצער מוסדות פון וויליאמסבורג און נישט גענומען קיין פרוטה. פלעגט אויסהאלטן יתומים און אלמנות בהצנע לכת.

אויפגעשטעלט א הערליכע דור.

הרה״ח ר׳ נחום-ווילימסבורג,

הרה״ח ר׳ שלום- מאנסי (פון ראפא טייערס אויף פארק עוועניא)

הרה״ח ר׳ מנחם מענדל- ב״פ יו״ר חסד של אמת

הרה״ח ר׳ יצחק- מאנסי

הרה״ג ר׳ ישראל- דומ״ץ וויזניץ וויליאמסבורג

הרה״ח ר׳ יחיאל אלטר-מאנסי

הרה״ח ר׳ יעקב יוסף-מאנסי

זיינע איידעמער איז ר׳ שלמה מעהרינג, ר׳ יוסף וויינבערגער, הרב עמרם גרויז ז״ל מחסידי בעלזא.


ער איז געוועהן א פעטער פאר נחום פון די האטליין

יהי זכרו ברוך
דינסטאג מאי 21, 2019 8:21 am#430822
שבת אחים האט געשריבן:הרה״ח הישיש ר׳ יודא עביר ראזנבערג ז״ל מוויליאמסבורג. 93 מזקני וחשובי חסידי וויזניץ-מאנסי.

ר׳ יודל עביר שטאמט פון די פארצווייגטע וויזניצער ראזנבערג משפחה וואס שטאמען פון ביטשקוב און זענען אייניקלעך פון די צוואת אבא הרה״ח ר׳ אברהם ברוך ראזענבערג און פון די באוואוסטע וויזניצער חסיד ר׳ יודל עביר פון די גרויסע חסידים פון די אהבת ישראל זי״ע.


ער איז כל ימיו געגעאנגען נאך געלט פאר וויזניצער מוסדות פון וויליאמסבורג און נישט גענומען קיין פרוטה. פלעגט אויסהאלטן יתומים און אלמנות בהצנע לכת.

אויפגעשטעלט א הערליכע דור.

הרה״ח ר׳ נחום-ווילימסבורג,

הרה״ח ר׳ שלום- מאנסי (פון ראפא טייערס אויף פארק עוועניא)

הרה״ח ר׳ מנחם מענדל- ב״פ יו״ר חסד של אמת

הרה״ח ר׳ יצחק- מאנסי

הרה״ג ר׳ ישראל- דומ״ץ וויזניץ וויליאמסבורג

הרה״ח ר׳ יחיאל אלטר-מאנסי

הרה״ח ר׳ יעקב יוסף-מאנסי

זיינע איידעמער איז ר׳ שלמה מעהרינג, ר׳ יוסף וויינבערגער, הרב עמרם גרויז ז״ל מחסידי בעלזא.


ער איז געוועהן א פעטער פאר נחום פון די האטליין

יהי זכרו ברוך



א. סאיז ידוע אז ר׳ יודל עביר האט באגלייט הרה״ק ר׳ שלום אליעזר׳ל מראצפערט קיין אוישוויץ און ער איז געוועהן די לעצטע היימישע איד וואס האט אים געזעהן און גערעדט מיט אים. ער פלעגט דאס אלץ פארציילן.

ב. איינער שרייבט מיר אין אישי אז ר׳ יודל עביר איז נישט געוווהן קיין אייניקל פון די צוואת אבא.
נחום פון די האטליין האט מיר געזאגט אז זייער משפחה זענען יא אייניקלעך (איי געיס מ׳קען אים ממש גארנישט גלייבן אפילו זיין אייגענע יחוס)

האט די צוואת אבא געהאט 11 זוהן? ווייל עפעס אזוי האט מיר נחום געהאקט אין קאפ אריין?

אויב איז ער טאקע נישט געוועהן קיין אייניקל איז ר׳ יודל עביר׳ס משפחה קרובים צו די אלע ראזנבערג׳ס וואס זענען יא אייניקלעך פון די צוואת אבא?
דינסטאג מאי 21, 2019 11:56 am#430842
סאיז זיכער די זעלבע משפחה.

די צוואת אבא האט געהייסן ר׳ אברהם ברוך בן ר׳ יודל עביר. און איז געקומען פון ביטשקוב. נאר סקען זיין אז זיי אייניקלעך פון א ברודער אדער א א פעטער. אזויווי מיין יחוס מיט ר׳ מרדכי חנא איך בין א אייניקל פון זיין טאטעס ברודער/פעטער.

לכאורה האט ר׳ יודל עביר די טאטע פון די צוואת אבא געהאט 11 זוהן/קינדער.
דינסטאג יוני 04, 2019 1:09 am#431559
הרבנית מפאשקאן ציפורה האגער פרידמאן. די יונגעסטע טאכטער פון די אמרי חיים און די לעצטע אייניקל פון דער אהבת ישראל זצ״ל.

ק/פ בד״ה הרבנית ציפורה בת מרן רבינו הקודש האמרי חיים זצוקללה"ה הלויה תתקיים בבני ברק ותקבר ליד אהל רבתינו הקדושים.

די אמרי חיים האט איר איבערגעלאזט בירושה די מנורה פון הרה״ק ר׳ פנחס׳ל קאריצער זצ״ל.
זונטאג אוגוסט 25, 2019 11:54 am#435290
קאליש'ער רבי זצ"ל
פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 4:14 am#436770
.
פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 4:21 am#436771
הרה״ח ר׳ אלי׳ ניימאן מוויליאמסבורג ע״ה. מחסידי וויזניץ-מאנסי
אייגענטומער פון ״בעסט עמברוידערי״ אויף 14׳טע עווניא.

בן הרה״ח ר׳ חיים סענדער ז״ל. שוואגער מיט ריבניצער רבי זצ״ל

די מאנסיער רבי האט אים גערופן ״די אויסערן מינסטער״ ער איז געוועהן פארנומען מיט צעטליך בריווען, דאקומענטן, אלטע צייטונגען, וכו׳ למשל אויפצווייזן אז ר׳ מאטעלע איז גערעכט אז זיין מאמע האט געהייסן מרגליא און נישט מרגלית. ווען ר׳ מאטעלע האט מוחה געוועהן אויף שערי חמלה און ביי די פייפער איז ער געוועהן זייער פארנומען דעמאלטס.

ער איז געוועהן א געשמאקער מענטש. א שיינע פארדינער, א בעל צדקה, אויפגעשטעלט א שיינע חסידישע שטוב. לעצטענס האט ער זיך שטארק געמוטשעט. ער איז בערך 65 יאהר אלט געוועהן.
יהי זכרו ברוך.

בילד
מאנטאג אקטאבער 28, 2019 10:44 am#437560
האשה הצנוה''ח מרת חיילא ליבא וואזנער ע''ה פון לונדון
31 יאר אלט
א הימל שרייענדע טראגעדיע
דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 5:35 pm#437981
הרה״ח ר׳ גבריאל יוסף וויזניצער, יוסל וויזניצער ז״ל, שיכון וויזניץ מאנסי. בערך זיבעציג יאהר אלט. איבערגעלאזט א שיין דור בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות. צווישן זיי הרה״ג ר׳ לוי יצחק וויזניצער שליט״א פון די גאר חשובע אינגעלייט אין מאנסי-וויזניץ און זיין יונגערע ברודער הרה״ח ר׳ חיים מאיר וויזנצער שליט״א.
מאנטאג יאנואר 06, 2020 4:57 am#441041
ר׳ אשר ווידער-ווימס״ב. מחשובי חסידי סאטמאר. 70 יאהר אלט. פלוצלינג געכאפט א הארץ אטאקע רח״ל. פערזענליך געקענט נישט לאנג צוריק געהאט א שיינע שמועס מיט אים. א פיינע געשמאקע איד געוועהן. איבערגעלאזט א שטוב מיט קינדער בתוכם זיין עלסטער זוהן ר׳ דוד הערש פון ווימס״ב (פון חברה שומרים).

ער איז געוועהן א אייניקל פון דעם באוואוסטער חזן ווידער
יהא זכרו ברוך
בילד
מאנטאג יאנואר 06, 2020 7:36 pm#441075
בעל חסד הרה״ח ר׳ משה שַמשון בן הרה״ח ר׳ ישרא׳ מענדל שווארטץ ז״ל
ת . נ . צ . ב . ה .
מאנטאג יאנואר 20, 2020 7:52 am#441796
הגאון ר' פסח אליהו פאלק ז"ל, מחבר "ספר" עוז והדר לבושה.

לכאורה וועלן אלע אויס נוצן זיין פטירה, זה בכה וזה בכה...
דינסטאג יאנואר 21, 2020 1:23 pm#441865
מרת חי׳ לאקס ע״ה ב״פ. 54.
אשת ר׳ זלמן (זאלמי)
בת ר׳ ארי לייב דאסקאל.
זונטאג פעברואר 16, 2020 5:04 am#443013
הנגיד ר׳ שמעון ברוך טערקילטויב-ב״פ.
מחסידי מונקאטש 72.

הארץ אטאקע.

יאהרן לאנג געהאט א ניטינג פעקטארי אין וויליאמסבורג.
מיטוואך מערץ 25, 2020 8:39 pm#444301
ס'איז נעכטן געווען די לוי' פון א יונגערמאן פון 48 יאר. זיין נאמען איז צבי אלימלך בן גדליה ראובן העניג.

ער איז געווען דער עלטסטער פון 3 ברידערס. זיינע 2 יונגערע ברודערס, א צווילינג. איינער איז שוין נפטר געווארן מיט עטליכע יאר צוריק. זיי זענען געווען וואס מ'רופט לעבעדיגע יתומים. אויפגעוואקסן אן א טאטן אין שטוב. זיי האבן געלערנט אין ספינקא ת"ת. דער ספינקא רבי פון 56 סטריט און די רביצין האבן זיך געזארגט פאר'ן וואוילזיין פון די קינדער. ווייל זייער מאמע ע"ה איז אויכעט נישט געווען געזונט. זי איז אריין און ארויס פון שפיטאל.

דער נפטר, ע"ה האט א סאך מיטגעמאכט אין זיין לעבן.ביי איהם איז געווען אן אפגעלאזטער שידוך. און נאך אנדערע פראבלעמען. אבער סוכ"ס האט אויסגעזעהן ווי ער גייט יא האבן א ביסל מנוחה אין זיין לעבן. ער האט אויך געהאט אפגעשפארט א ביסל געלט. ער האט עטליכע יאר געארבעט ביי די מצות. ביז...ס'איז געקומען א גרויסער, וועלט בארימטער שווינדלער און גנב און ר'האט אוועקגעגנב'עט זיין ביסל אפגעשפארט געלט (ארום 100,000 דאללער.) פון גרויס עגמת נפש האט ער באקומען א הארץ קראנקהייט. און ער איז אריין און ארויס פון שפיטאל עטליכע מאל אין די לעצטע צייט. איך האב איהם נאך געזעהן אין ביהמ"ד בערך א וואך צוריק. עד כדי כך אז ער איז שוין געגאנגען מיט א שטעקן...! יהא זיכרו ברוך.

נ.ב.: איך וועלל פרובירן ארויפצולייגן א בילד פון דעם נפטר...!
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 7:18 pm#444374
berlbalaguleh האט געשריבן:ס'איז נעכטן געווען די לוי' פון א יונגערמאן פון 48 יאר. זיין נאמען איז צבי אלימלך בן גדליה ראובן העניג.

ער איז געווען דער עלטסטער פון 3 ברידערס. זיינע 2 יונגערע ברודערס, א צווילינג. איינער איז שוין נפטר געווארן מיט עטליכע יאר צוריק. זיי זענען געווען וואס מ'רופט לעבעדיגע יתומים. אויפגעוואקסן אן א טאטן אין שטוב. זיי האבן געלערנט אין ספינקא ת"ת. דער ספינקא רבי פון 56 סטריט און די רביצין האבן זיך געזארגט פאר'ן וואוילזיין פון די קינדער. ווייל זייער מאמע ע"ה איז אויכעט נישט געווען געזונט. זי איז אריין און ארויס פון שפיטאל.

דער נפטר, ע"ה האט א סאך מיטגעמאכט אין זיין לעבן.ביי איהם איז געווען אן אפגעלאזטער שידוך. און נאך אנדערע פראבלעמען. אבער סוכ"ס האט אויסגעזעהן ווי ער גייט יא האבן א ביסל מנוחה אין זיין לעבן. ער האט אויך געהאט אפגעשפארט א ביסל געלט. ער האט עטליכע יאר געארבעט ביי די מצות. ביז...ס'איז געקומען א גרויסער, וועלט בארימטער שווינדלער און גנב און ר'האט אוועקגעגנב'עט זיין ביסל אפגעשפארט געלט (ארום 100,000 דאללער.) פון גרויס עגמת נפש האט ער באקומען א הארץ קראנקהייט. און ער איז אריין און ארויס פון שפיטאל עטליכע מאל אין די לעצטע צייט. איך האב איהם נאך געזעהן אין ביהמ"ד בערך א וואך צוריק. עד כדי כך אז ער איז שוין געגאנגען מיט א שטעקן...! יהא זיכרו ברוך.

נ.ב.: איך וועלל פרובירן ארויפצולייגן א בילד פון דעם נפטר...!


ר׳ בערל, איז ער דער וואס האט געהאט די געשעפט אויף 13’טע עוו. “מיצי אורי״?
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 9:59 pm#444384
שבת אחים: יא. דאס איז געווען שוין נאך פארלירן זיין אפגעשפארט געלט צו דעם (ליידער) חסיד'ישן גנב. פאר די מיצי אורי געשעפט האט ער געהאט א רעסטאוראנט אויף די 18'טע עוו. אויך. פאר א קורצע תקופה האט ער געהאט א פיצא געשעפט. וואס די שטאטישע העלטה דעפט. האט עטליכע מאל פארשפארט צוליעב נישט היגיענישע קאנדישאנס...!

ס'איז נאך דא א סאך פרטים וואס איך האב בכוונה נישט ארויסגעשריבן ...!
דאנערשטאג מערץ 26, 2020 10:38 pm#444389
היינט איז נעבעך אוועק א יונגערמאן פון 37 יאר פון קאראנע, ר׳ ליפא פרידריך ע"ה פון וומסב"ג/מאנסי, ער האט נישט גיט געפילט, געטעסט פאזיטיוו, היינט צופרי אריין אין שפיטאל אויף א רעספערעיטאר און 2 שעה שפעטער נעבעך אוועק, א יונגערמאן אן קיין שום געזונטהייט קאמפליקאציעס ה"י
קיינער איז נישט אמיונט ל"ע

השם ירחם

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
פרייטאג מערץ 27, 2020 1:46 am#444408
היסטאריקער האט געשריבן:היינט איז נעבעך אוועק א יונגערמאן פון 37 יאר פון קאראנע, ר׳ ליפא פרידריך ע"ה פון וומסב"ג/מאנסי, ער האט נישט גיט געפילט, געטעסט פאזיטיוו, היינט צופרי אריין אין שפיטאל אויף א רעספערעיטאר און 2 שעה שפעטער נעבעך אוועק, א יונגערמאן אן קיין שום געזונטהייט קאמפליקאציעס ה"י
קיינער איז נישט אמיונט ל"ע

השם ירחם

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk


קען מען דען וויסן צי ער האט געהאט געזונטהייט קאמפליקאציעס? ס׳איז זייער מעגליך אז ער האט געהאט א pre-existing condition און מ׳האט נישט געוואוסט דערפון.

און אוואדי איז אלעס מעגליך. אבער רוב געזונטע מענטשען אינטער זעכציג וואס זענען אנגעשטעקט געווארן דערמיט זענען עס דורך, רובא דרובא האבן מסתם ניטאמאל געוואוסט אז זיי האבן עס געהאט, נאר געפיהלט אביסלע פארקילט און אסאך מענטשען האבן ניטאמאל געהאט איינע פון די סימפטאמס און זיי זענען געוועהן asymptomatic.

ווען א וויירוס כאפט זיך אריין אין די גוף פרובירן זיי צו פארקנעכטיגן די צעלן זאלן ארבעטן לטובת די וויירוס- סאיז אבער פארהאנען געוויסע מדריגות- ביי רוב געזונטע מענטשען וואס האבן א שטארקע immune system לאזן זיי נישט צו אז די וויירוס זאל שבת מאכן פאר זיך און זיי ווארפן ארויס דעם וויירוס נאך פאר ער קען עפעס חרוב מאכן...
פרייטאג מערץ 27, 2020 8:54 am#444416
איז דאך נאך מער שרעקעדיג, א מענטש מיינט ער איז געזונט, אונטער 60 און ער דארף זיך נישט אזוי שטארק וואטשן, דערווייל איז ער ל"ע אין א סכנה, השם ירחם.
מאנטאג מערץ 30, 2020 11:02 pm#444712
הרה״ח הישיש ר׳ יחיאל לעבאוויטש- מאנסי- 79. מראשי קהילות וויזניץ.

פאטער פון הרבני הנגיד ר׳ בנציון לעבאוויטש- בארא פארק- קארדינעיטאר הצלה ב״פ

שווער פון הרה״ג ר׳ שמואל ניימאן אב״ד אבני החושן- ספרינג וואלי.

זיינע אנדערע קינדער

הרה״ח ר׳ אהרן- (הצלה) מאנסי
הרה״ח ר׳ יוסף אביגדור ז״ל (הצלה-אוועק אפאר יאהר צוריק פון א הארץ אטאקע)
הרה״ח ר׳ יצחק- ווימסב״ג
הרה״ח ר׳ חיים מאיר- מאנסי
הרה״ח ר׳ משה- מאנסי
הרה״ח ר׳ אנטשיל- מאנסי
און א איידעם
הנגיד ר׳ אברהם בנימין פייג-מאנסי

איין ברודער וואס לעבט נאך
הרבני הנגיד ר׳ משה אליעזר-מאנסי


ר׳ יחיאל שטאמט פון וויזניצער חסידים אינדערהיים. ער איז געוועהן א געטרייע סאלדאט פאר וויזניץ און פאר ר׳ מאטעלע זצ״ל זיין גאנץ לעבן.
ער איז געוועהן א שותף אין די וויזניצער ביה״ח אין מאנסי. ער האט געבויט גאנצע געגענטער אין מאנסי, אדר קאורט/ניסן קאורט וכו׳

יהי זכרו ברוך.
דינסטאג מערץ 31, 2020 2:42 am#444721
ר׳ יחיאל׳ס פאטער האט אינדערהיים געהאט א שווערע געריכט ווי מ׳האט באשולדיגט מיטן ערגסטען. פארן געריכט איז ער אריין צו זיין רבי׳ן דער אהבת ישראל און זיך אויסגערעדט זיינע צרות. האט אים דער סב״ק געזאגט “דער אייבישטער וועט העלפן אז איר וועט האבן א גוטער אדוואקאט” און למעשה האט די ריכטער זיך זייער אנגענומען פאר אים און ער איז גענצליך ריינגעוואשן געווארן.

נאכן געריכט איז ער אריין צום אהבת ישראל, ווי נאר ער איז אריינגעקומען האט אים דער רבי געפרעגט “נא, האט איר געהאט א גוטער אדוואקאט?”
דינסטאג מערץ 31, 2020 4:13 am#444722
ברוך דיין האמת, ווען איז יחיאל לעבאוויטש אוועק? האט עס מיט די קאראנע?
דינסטאג מערץ 31, 2020 4:47 am#444723
מאך זיכער האט געשריבן:ברוך דיין האמת, ווען איז יחיאל לעבאוויטש אוועק? האט עס מיט די קאראנע?

יא
בערך 10-10:30 pm
דינסטאג מערץ 31, 2020 8:43 am#444726
ר' מיכאל צבי פעטמאן, ע"ה. א יונגערמאן אונטער די פערציג. ר'איז געווען עטליכע טעג אויף א רעספירעיטאר. אוועק נעכטן (מאנטאג) נאכמיטאג. ר'האט געוואוינט אין לעיקוואוד.

די לוי' וועט זיין היינט אינדערפריה ארום 11:00 אזייגער פון ספינקא ביהמ"ד. 56'סטע גאס אין בארא פארק...!

ער איז געפארן אויף מיין באס אלס יונגל...! יהא זיכרו ברוך...!
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 3:32 pm#444989
אוי וויי טאטע אין הימל!!! נישט צום גלייבן...

הרה״ח ר׳ מאיר עקשטיין מחסידי מאנסי-וויזניץ/תוא״י

א דוגמא פון א ערליכער איד, א בעל חסד! געפענט דאס הארץ און זיין טיר פאר יעדער נצרך בסבר פנים יפות. געהאלפן יעדעם איינעם. אין זיין לעבן נישט גערעדט קיין לשה״ר, פאליטיק, נאר געזוכט צוטוהן אלץ גוטס.

א מוראדיגע מענטש געוועהן.

אסאך זיך אוועק געגעבן פאר די מוסדות תולדות אברהם יצחק

יהי זכרו ברוך
דאנערשטאג אפריל 02, 2020 10:08 pm#445032
שוידערליך א יונגערמאנטשיק פון 33 יאהר אלט ר׳ אליעזר האלברעכט ז״ל מיט זיבן קינדערלעך!!!!

ק/פ
טרגדיה נוראה במונסי: האברך הצעיר ר' אליעזר הלברכט ז"ל, בן 33 מחסידי ויז'ניץ ממונסי, נפטר לאחר שנדבק בקורונה. הוא הותיר אחריו שבעה יתומים. אביו גר בקרית ויז'ניץ בבני ברק

אביו הרה"ח רבי יחזקאל הלברכט הגר בקרית ויז'ניץ בבני ברק ולאמו לבית משפחת שטנגר אחות של משב"ק הרבי מויז'ניץ הרב בן ציון שטנגר.

בהגיעו לפרקו נישא לרעייתו בתו של הרה"ח רבי מרדכי יהודה אוברלנדר מחסידי ויז'ניץ והתגורר במונסי.

פטירתו בטרם עת ובדמי ימיו הכתה בהלם את חבריו ומכריו ממונסי. אחד מחבריו סיפר ל'בחדרי חרדים', כי הוא "היה אדם מיוחד מאוד אברך נמרץ, אי אפשר להבין את זה, אני לא מצליח לעכל את זה".

המנוח הותיר אחריו שבעה יתומים שנותרו ללא אבא, אחד מאחיו הוא משב"ק האדמו"ר מויז'ניץ בית שמש.

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.

m https://www.bhol.co.il/news/1091425 m