זונטאג דעצעמבער 26, 2021 4:18 pm#489332
שוין צייט צו טוישן דאס קעפל צו ״פארקרומטע סברות מיט וואס מענטשן ברעינוואשן זיך כדי צו פארענטפערן נארישקייטן וואס זיי זענען באגאנגען אין די אינגע יארן.״
רביה''ק זי''עשוין צייט צו טוישן דאס קעפל צו ״פארקרומטע סברות מיט וואס מענטשן ברעינוואשן זיך כדי צו פארענטפערן נארישקייטן וואס זיי זענען באגאנגען אין די אינגע יארן.״
עובדיהאיך האב אמאל געהערט פון איינעם א גוטע סברה אין דעם, אז ווען א מענטש מאכט זיין אייגענע אויסוואל וועט ער עס נאכדעם אליינס דעפענדען, ווייל ס'איז זיין אויסוואל געווען און ער וויל זיין גערעכט, משא"כ ווען א צווייטער טוהט עס פאר עם [כל שכן ווען יענער מיינט נישט דוקא זיין טובה] פארוואס זאל ער זיין צופרידן מיט יענעמ'ס אויסוואל, און נישט טראכטן אז ער וואלט געקענט טוהן עפעס בעסערס.
עצי שטים
איך ווייס נישט צו דו האסט אמאל געזען די שאו 'שטיסל', אויב נישט וואלט איך עס דיר שטארק רעקאמאנדירט,
ס'איז א נחת צו זען ווי עקיבא, גייט ממש מיט אונזער מהלך פון פשוט זיכן וועמען 'ער' האט 'באמת ליב' און פילט אן אמת'ן משיכת הלב צו איר
תרמבעצי שטים

עקיבא שטיסל איז נישט קיין גוטע ראיה, ווייל ביי אים זעהט מען טאקע ווי זיין זוכן אזוי לאנג ברענגט אים קיינמאל נישט קיין גוטס, ער מאכט נערישע דעסיזשענס ווייל ער פאלט פאר איינעם, א חתן ווערן מיט א עלטערע אלמנה מיט א גרויס קינד וואס וויל זיך נישט קאמיטן אפילו צו חתונה האבן, אדער צו א מיידל וואס ליידט פון ערנסטע גייסטישע פראבלעמען אדער צו א טאכטער פון זיין צוקריגטע פעטער......
berlbalagulehשמחה'לע קאפשטיק: ס'האט מיר געגעבן א בליץ אריין אזא מחשבה אין קאפ נאך מיט יארן צוריק. איבער 2 מענטשן וועם איך קען. א יעדער פון זיי א תלמיד חכם און מגיד שיעור. אן אנגעזעהענער מענטש. א יעדער איינער א בעל בכי. (אדער עגיל ואשמח.). אז זיי וואלטן זייער שטארק געפאסט צו זיין מחותנים...! אויב די קינדער פאסן אלס שידוך, דאס ווייס איך שוין נישט...!
ים רויבעראגב, די ליטווישע האבן א וועג פון שידוכים וואס הייסט "דעיטן" און זיי האבן דארט גענוג און נאך אלטע בחורים און (נאך מער) מיידלעך, אדרבא פרעגט אייך נאך.
עצי שטים
און דאס טוען די ליטווישע אויך נישט, מען טראגט אן איינעם, און מיט דעם איינעם גייט מען טשילן מיט, פאר צוואנציג שעה,
ים רויבערעצי שטים
און דאס טוען די ליטווישע אויך נישט, מען טראגט אן איינעם, און מיט דעם איינעם גייט מען טשילן מיט, פאר צוואנציג שעה,
גענוג און נאך ליטווישע האבן ליסטעס מיט מיידלעך וואס זיי האבן שוין געדעיט.
עצי שטיםים רויבערעצי שטים
און דאס טוען די ליטווישע אויך נישט, מען טראגט אן איינעם, און מיט דעם איינעם גייט מען טשילן מיט, פאר צוואנציג שעה,
גענוג און נאך ליטווישע האבן ליסטעס מיט מיידלעך וואס זיי האבן שוין געדעיט.
גוט האבן זיי געטון, אפשר זענען זיי גאר די צעפרידענע
מחצה''קבכלל נישט, גיי רעד צו זיי
ברוינשטייןעס קען טאקע זיין אז מייקראו חלקים פון אונזער ראדיאציע פארקריפעלטע שידוכים שמיס'טעם, ארבעטן זיך אויס פאר געוויסע.
אבער פארוואס פרובירט מען דאס פארטיידיגן ווי כאילו גרויסע קארפן קעפ און פילעזאפן האבן דאס אהער געשטעלט?
יעדער ווייסט אז עס האט זיך אנגעהויבן פון מלחמה געליטענע, און קיין גרויס חכמה שטעקט נישט דערינען
שמחהלע קאפשטיקדער עכטער אמת איז, אז ליבשאפט איז א זאך וואס אויב דו האסט עס קיינמאל נישט באקומען געהעריג איז שווער צו אויפבויען אזעלכע געפילן פאר א צווייטן. מיין מדריך אלס א קינד פון מלחמה געליטענע עלטערן וואס נישט יעדער האט געוואוסט וואס דאס מיינט בכלל האט נישט געקענט מסביר זיין וואס דאס מיינט ליעב האבן א פרוי. געבן ליבשאפט א זאך וואס דו האסט קיינמאל נישט באקומען.
אפילו דאס זאגן די דריי ווערטער I love you קען אנקומען שווער פאר אזעלכע מענטשן.
און אנדערע ווערטער דאס ווארט ליעבע איז נישט געשטאנען אין אונזער דיקשאנערי.
ועכשיו צו די ווערטער פון דעם פותח האשכול. אונזער סיסטעם פון שידוכים האט קיינמאל אריינגענומען ליעבע אין די בילד פונעם אויסוואל פון נקבות....
שמחהלע קאפשטיקאינטערסאנט, בעפאר מיין חתונה בין איך געזעצן מיטן חתן מדריך איבער צעהן שעה הדרכה און ער האט מיר בכלל נישט דערמאנט דאס ווארט וואס שטייט אין די תורה "ויאהבה"
איינער קען מיר זאגן פארוואס??
מרדכי מרדכישמחהלע קאפשטיקאינטערסאנט, בעפאר מיין חתונה בין איך געזעצן מיטן חתן מדריך איבער צעהן שעה הדרכה און ער האט מיר בכלל נישט דערמאנט דאס ווארט וואס שטייט אין די תורה "ויאהבה"
איינער קען מיר זאגן פארוואס??
א חתן מדריך איז נישט דא צי לערנען חומש מיט דיר

רביה''ק זי''עדער עולם מישט דא אויס ליעבע מיט compatibility. פשוט׳ע ליעבע ווערט דעוועלאפט נאטורליך מיט סיי וועלכע מענטש מיט וועם מ׳לעבט א בשותפות׳דיגע לעבן, דאס גיבט אבער נישט אזויפיל סיפוק ווי לעבן מיט א compatible בן/בת זוג מיט וועם מ׳קען שטייגן און עקספלארירן צוזאמען, ס׳איז כרחוק מזרח ממערב. כ׳האב א חבר א גוי (נישט א גוי גמור, א מהודר׳דיגער גוי וואס איז כשר צו זיין א שבת גוי און קויפן חמץ אויף פסח 😛 ) וואס האט מיר פארציילט אז ער האט געוואוינט א שטיק צייט אין עפעס א סארט קליינע קיבוץ/קולט ערגעץ אין די שטאטן in the middle of nowhere, רוב חברה דארט זענען געווען פארהייראט מיט קינדער, ער מיט נאך א צוויי מיידלעך זענען געווען די איינציגסטע סינגלס דארט אין זיין יארגאנג. פארציילט ער מיר אז איינע פון די מיידלעך דארט איז געשלאפן מיט איהם אין א ציממער און ער האט איר נישט נארמאל געליעבט, אויף אזוי ווייט אז ווען ער האט זיך געזעגנט מיט איר פאר׳ן גיין ווייטער אין לעבן האט ער ממש געכליפעט ווי א קליין קינד. ס׳נישט כאילו ער האט געהאלטן ביים חתונה האבן מיט איר, פארקערט, ער האט איר נישט געקענט דערליידן, פשוט נאך א לאנגע צייט עסן, שלאפן, פארברענגען, און ארבעטן צוזאמען טאג איין טאג אויס, און זייענדיג כמעט די איינציגסטע סינגל זיין עידש וואס ער האט געזעהן פאר די אויגן חדשים לאנג האט זיך שוין עפעס דעוועלאפד. ער פארציילט מיר אויך אז אפאר מענטשן, אריינגערעכנט דאס מיידל אליין, האבן איהם געפרעגט פארוואס ער האלט נישט ביים איר הייראטן, ״דו האסט איר ליעב, נישט אזוי?״ - האבן זיי איהם געזאגט. ווי האט ער זיך אויסגעדרוקט, ״I loved her, but I didn't like her, she just wasn't for me". דאס איז מער ווייניגער וואס מ׳טוט ביי חרדים, מ׳פאקט אריין צוויי רענדאם נשמות וואס ווייסן נישט פון עפעס בעסערס אין איין שטוב, מ׳צווינגט זיי מיט הלכה׳דיגע אויסריידן צו האבן א קינד, און אז מ׳קערט צוזאמען פאר א קינד ווערט נאטורליך געשאפן עפעס א קאננעקשאן, ביי איינעם מער ביי איינעם ווייניגער, און שוין, דאס קאפל לעבט זיך אפ דאס גאנץ לעבן נישט וואוסענדיג וואס זיי פארפאסן, א רילעשנשיפ מיט א צוגעפאסטע מענטש קען אזויפיל מער געבן פאר א מענטש ווי א רעלעשנשיפ מיט סתם א רענדאם stranger, חבל.

ברוינשטייןוואס מיינט טענטאטיוו?
@מי אני
ברוינשטייןרוב עולם דא, שרייבט אז ביי זיי איז שלום בית וואונדערבאר, נאר ביי יענעם נעבעך הינקעט עס אינטער.
איך האב נישט קיינע טענות אויף קיינעם, ס'איז נארמאל אז מען שעמט זיך.
אבער דאס שטיצט אינטער מיין טענה אז עס איז נישט מעגליך צו וויסן די צעפרידהייט ראטע ביים ציבור..
(איך מיין נישט צו זאגן אז קיינער האט נישט קיין שלום בית, אסאך האבן לכאורה יא.
נאר ווי קען מען וויסן אויב די שידוכים סיסטעם טויגט, ווען אלעס איז פארנעפלט.)
רביה''ק זי''עאבי גערעדט, ס׳שוין דא דאטאבעיסעס און ליסטעס און ס׳זעהט נישט אויס ווי די נעמען אויף די ליסטעס זאלן טרעפן מער פאסיגע שידוכים. עלטערן וואס ווילן באמת מער פאסיגע שידוכים פאר די קינדער דארפן אנפאנגען צו ארבעטן דערויף שוין פון קליינווייז אן, צום אלעמען ערשט דארף מען מחנך זיין די קינדער פון פריען יוגנט זיך צו חבר׳ן און האלטן א קשר מיט קינדער פונעם אנדערן דשענדער, ווען זיין ווערן עלטער זאל מען זיי ערמוטיגן צו גיין עסן שבת סעודות ביי משפחות וואו ס׳דרייען זיך סינגלס פון ביידע דשענדערס וואו מ׳פארברענגט אינאיינעם, אזוי ווען ס׳וועט האלטן למעשה וועלן זיי שוין אליין פארשטיין וואס זיי האבן צוטוהן אולי יחוס.
ברוינשטייןאיך האף אז דו מאכסט א ווערטל.
דו ווילסט אז קינדער זאלן טוישן עלטערן יעדע צוואנציג מינוט?
מי אני
טענטאטיוו געדאנקען:
מען קען זאגן אז עס זענען דא צוויי באזונדערע פראבלעמען לגבי שידוכים אין אונזער געזעלשאפט וואס זענען צומאל מיוּטשולי עקסקלוּסיוו:
1). דאס נישט האבן אן אויסוואל מעיקרא צווישן מיידלעך פנים-אל-פנים מיט באקאנטשאפט
2). דאס אז מ'שׁפּאַרט זיי איין צוזאמען דורכ׳ן האבן א קינד און אז׳ן זיך אפטיילן/גט׳ן איז טעבּוּ מכח דאס געוואלדיגע עמפאסיס אויף די קאמיטמענט און אָנהאלט פונעם הייראט
מי אניווי איך האב אויבן צוגעברענגט איז אזא סארט שילוב פון די דרכים אולי פאסיג. והיינו, אז די עלטערן, וואס זענען מער באזעצן און מעטשור (און דאך אביסל אפגערוקט פון די עצם בעלי דבר ממש), זאלן פרובירן דאס מערסטע אפצושאצן ווער עס איז די מערסטע פאסיג/קאָמפּעטיבּיל (עכ״פ אינישעלי) פאר זייער זוהן/טאכטער טאקע [עמפאסיס יעצט צוגעלייגט].
רביה''ק זי''עשוין צייט צו טוישן דאס קעפל צו ״פארקרומטע סברות מיט וואס מענטשן ברעינוואשן זיך כדי צו פארענטפערן נארישקייטן וואס זיי זענען באגאנגען אין די אינגע יארן.״
יעקב מענטש
בכלל איך מיין אז יעדער וואלט געטוישט ווייב עטליכע מאל דורכאויס דעם לעבן לויט וויאזוי ער טוישט זיך, איין טאג וואלט ער געוואלט א מער מאדערנע פרוי, און 10 יאר שפעטער וואלט ער ענדערש געוואלט האבן איינער וואס פיט אין די באקס. ס'איז זינלאז צו קלעימן אז א 18 יעריגער גייט מאכן א אינטעלעקטואלע אויסוואהל פאר לייף. (איך רעד נישט יעצט צו די עלטערן קענען יא מאכן די ריכטיגע באשלוס פאר זייער קינד, אבער זיכער נישט דער 18 יעריגער מיט א אומערוואקסענעם בליק אויפן לעבן)
דערהויבענע אידרביה''ק זי''עשוין צייט צו טוישן דאס קעפל צו ״פארקרומטע סברות מיט וואס מענטשן ברעינוואשן זיך כדי צו פארענטפערן נארישקייטן וואס זיי זענען באגאנגען אין די אינגע יארן.״
לשיטתך איז גאנץ קאווע שטיבל אזא אייין גרויסע אשכול....