ATUB @זייגער ATUB איך ווייס נישט פונקט וואס דו האסט נישט פארשטאנען. אז איהר האט געליינט דער קונטרס אנן בדידן ואינהו בדידהו (אגב, פארוואב שרייבט מען אזעלכע קונטרסים אין אידיש? ס'איז דען געצילט פאר עמהארצים? איז וומסב"ג א שטאט פון אמהארצים וואס א מ'שרייבט נישט אויף דזשארגאן פארשטייט מען נישט? תורה און מוסר וואלט מען געמעגט שרייבען און דרוקען אויף לשה"ק, לאז אידיש פאר צייטונגען און שמועס'ן), האט איהר געזען דער טענה אויף סיטיפילד איז אז דער מהלך פון מאכען א טאראראם און א פאמפ אויף צו לעזען א פראבלעם איז אן אמעריקאנער, דענומען פונ'ם אמעריקאנער סיסטע"ם. יעצט אסאך גדולים און קרייזען האבען נישט געזוכט איבערצופלאנצען די אמאליגע יוראפישע גאנג אין אמעריקא, ס'איז אלס חיצוניות און די אמעריקאנער קולטור איז נישט נידריגער ווי די יוראפישע, ממילא האט מען זיך באנוצט מיט אמעריקאנער זאכען צו בויען אידישקייט. ממילא ס'איז נישט קיין פראבלעם צו מאכען אסיפות אזעלכע. אבער לגבי אונגארישע אידען, וואס זייערע רבנים האבען געוואלט איינפלאצען דער אונגארישע געזעלשאפט אין אמעריקא, 'ללא שינוי כל שהוא', ממילא פאסט זיי נישט צו מאכען גרויסארטיגע אסיפות. אלו תמצית דבריו.
למעשה אבער, איז דאס פארקערט. דער ענין פון מאכען א גרויסע טראסק, פון פארמאכען גאסן און ארויסלייגען פלאקארטען אומעטאום, פון צוזאמען ברענגען דער גרעסטע צאל מענטשען וואס ס'איז מעגליך, איז גענצליך נישט ליטוויש\אמעריקאניש. דאס קומט פון די חסידישע קרייזען, וואס כל הגדול מחבירו במדה ובמנין, עדיף מחבירו. מ'זוכט אנצושטאפען פארענטשע'ס, מ'זוכט צו מאכען א פרסום פון יעדער זאך. די מושגים פון צניעות בהנהגה זענען גענצליך אויסגעמעקט געווארען. פון דארט קומט דער רעיון פון אסיפות און פאמפ, נישט פונ'ם אמעריקאנער גאס. הרב יצחק וויל איבערדרייען היסטאריע כאילו אין דער היים האט מען נישט גערעדט פון די שווארצע גאסן וואס פארן קיין בעלז אדער גער אדער ליובאוויטש אדער סיי וועלכע אנדערע פראוועריי פון א רעבע.
און הרב ATUB @קפה נמס ATUB ברוך הבא, אבער דיין פוינט איז נאר א חלק פונ'ם כלל, און אויך נישט אין גאנצ'ן אמת. דער מענטש וואס איז געפארען קיין בעלז אינדערהיים האט גארנישט געהאט מיט'ן רב פאר זיין עבודת ה'. ער האט אפשר געגלויבט אז דאווענען מיט'ן צדיק איז מסוגל אויף עפעס, אבער דער צדיק האט איהם גארנישט צוגעגעבען צו זיין עבודת ה', און ס'האט איהם נישט מדריך געווען אין זיין נסיונות. אז ער האט געגלויבט אין האקו"ס פאקו"ס און ער האט געקענט פרעגען ביים רב צו ער זאל מאכען א שידוגך צו וואס, קען ער פונקט טוהן היינט מיט זיין רבי, וואס נאכ'ן פסק פונ'ם ב"ד\קאורט\כל העולם כולו איז ער דער צדיק הדור והשאר בדאים. אוודאי איז דארט נישט געווען קיין מוסדות אזוי ווי היינט, נישט יאן אלגעמיינער אידענטום און נישט ביי חסידות, אבער דער געזעלשאפט וואס חסידות האט געגעבען איז אייביג געווען א וויכטיגע זאך. דער שטיבעל, די יארצייט סעודות, דער פארברענגען אינאיינעם, דער פאראכץ וכו' האט אלס צוגעגעבען צו דער מענטש,ס גוטע געפיהל, ווייט פון א חלק פון עבודת ה'.
אויכ'ט הרב יצחק זוכט ניטש צוריקצושטעלען חסידות אויפ'ן אריגינעלעם אופן כדוגמת די ערשטע דורות, אז א איד וואס זוכט מדרגות און השגות זאל האבען הדרכה פון א צדיק. ער גלייבט שטארק אין נשתכחה ("זיי זאגען ס'איז נישט נשתכחה, אדרבה ווייז אויף, לאמיר זען וואס איז געבליבען!" געהערט מפ"ק פונ'ם וואודרידזשע רב שליט"א) און דער תועלת פון חסידות איז נאר א פאר ווערטלעך און א גאנג אין הנהגה, נישט אין עבודת ה'.