ווי דער עולם האט געשריבן דא איז ער א מורא'דיגער תלמיד חכם, און ידען עצום און למדן נפלא. ער האט טויזענטער ספרים און טוט כמעט גארנישט עפעס אנדערש ווי זיצן און לערנען, און פארלערנען שיעורים (וועלכע מען קען הערן אויף קול הלשון און באקומען אויף טעיפס) ער האט טאקע א מיינונג אין כמעט אלעס, אבער ווי איינער האט דא ארויסגעברענגט קומט עס פון ידיעה און נישט סתם אין די וועלט אריין.
לדעתי איז זיין גרעסטע מעלה זיין זעלבסטשטענדיגקייט. ער איז אליינס שוקל זאכן און איז מחליט וואס ער האלט, ער פארט נישט מיט מיטן באן פון "חרדישן אידנטום". ער איז א תלמיד פון סאקמער רב, און האלט פון אים עולם ומלואו, אבער דער סאקמער רב האט נישט איבערגענומען ביי אים דאס פלאץ פון רבונו של עולם (אנדערש ווי ביי אסאך אנדערע סאטמאר'ער חסידים), און ער קען הערן קריטיק אויף סאקמער רב, און ער קען עס פארנעמען, און ער קען אפילו האלטן אויף געוויסע זאכן אז יתכן אז סאקמער רב האט געמאכט א טעות, אדער אז מען האט אים פארנארט.
ווען מען גייט אריין אין זיין גרויסן ספרים צימער זענען די ווענט פול מיט צעטלעך, "קוואוטס" פון ספרים וועלכע ער האט געטראפן און זיך אפגעשריבן און ער קלעבט זיי אויף אויף די ווענט. זיין פארשטאנד אין אידישקייט, אין יסודות הדת, איז געוואלדיג און זייער טיעף. אבער ווי יעדער בעל כשרון און געלונגענער מענטש האט ער געוויסע חסרונות וועלכע פארדעקן אסאך אויף זיינע מעלות. אבער איינער וואס קען אוועק קוקן פון די חסרונות און קטנות'ן קען פון דעם מענטש גאר אסאך געניסן.
אגב, פאר ער איז געקומען קיין וואודרידש, האט ער געטרייט צו מאכן א ישוב אין וויינלאנד ניו דשערזי, אבער עס האט נאך ווייניגער מצליח געווען ווי וואדרידש (שטעל זיך פאר...)